ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: טערעפי 643 באזוכער

טערעפי ב' שבט התשע"ט 04:48 #252956

  • געטרייע יוד
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 93
  • האט שוין געלייקט: 30 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל

א גיט יאר טייערע חברים די מצב איז ביטערער ווי ביטער . איך וויל וויסן ווייסט איינער צו טערעפי העלפט פאר עדיקשאן אדער מען דארף האבן 12 סטעפס

ענטפער: טערעפי ב' שבט התשע"ט 06:47 #252957

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 58 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 398
  • האט שוין געלייקט: 384 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1011 מאל
געטרייע יוד געשריבן on ב' שבט התשע"ט 04:48:

א גיט יאר טייערע חברים די מצב איז ביטערער ווי ביטער . איך וויל וויסן ווייסט איינער צו טערעפי העלפט פאר עדיקשאן אדער מען דארף האבן 12 סטעפס


שלום עליכם געטרייער איד,
איך ווייס נישט אויב די ביסט דא ניי אדער אלט, אבער צי ענטפערען די שאלה איז זייער שווער, אהן קיין פרטים ווי די האלטס אויף די וועלט, וואס האסטי געטין ביז היינט, ווי ווייט איז דיין פראבלעים, וכדומה,
מיין ערשטע טריט פאר ריינקייט איז געווען, זיך אינגאנצען עפענען, איך האב אראפ געשריבען מיין מעשה אלעס וואס איך געדענק, אין עס געפאסט דא, אין פאבליק, די תוצאות זענען זייר אסאך, אבער דער עיקר איז, אז עס נעמט צאם אלעס פארנט פין דיר, מען זעיט די גאנצע פיקטשער אויף איין מאל, אין עס פראסקעט אין פנים, עס פרעגט פין זיך אליין, וואס טי איך דא, ווי אזוי שטעלט מען אפ די באן, אין איינמאל מען זעט אין פרעגט דאס, איז די גאנצע ארבייט אנדערש....
געטרייער איד, קיפ איט אפ, ביזט אויף א גיט פלאץ, עס זאל דיר אנקאנקימען גרינג, חזק ואמץ!

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: טערעפי ב' שבט התשע"ט 10:47 #252960

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 338 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1317
  • האט שוין געלייקט: 2021 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1890 מאל

מיין טערעפיסט האט מיר רעקאמענדעד אריין צו גיין אין עס עי.
ער האט מיר געזאגט אז צו ווערן ריקאווערט דארף איך טון די 12 סטעפס. אז איך וויל קען ער עס טון מיט מיר. אבער ס׳ארבייט די בעסטע ווען מ׳טוט דאס מיט איינער וואס איז אויך אן עדיקט, און מ׳גייט צו מיטינגס.

יעדער איז אנדערש, און יעדע טערעפיסט איז אנדערש.
די עיקר וואס מיר האט געהאלפן פאר מיין ריקאווערי איז החלטה! אפמאכן איך בין רעדי צו נעמען עני שריט כדי צו בלייבן סאבער און ווערן ריקאווערט.

און מיינע אויגן איז אנהייבן מיט א גוטע עדיקשן טערעפיסט א שטארקע סטארט! 
קיפ איט אפ!!!

שכח פארן אויסהערן.
נטע׳לע

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו nuta.gye@gmail.com

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: טערעפי ב' שבט התשע"ט 11:41 #252965

  • געטרייע יוד
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 93
  • האט שוין געלייקט: 30 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל
נטע געשריבן on ב' שבט התשע"ט 10:47:

מיין טערעפיסט האט מיר רעקאמענדעד אריין צו גיין אין עס עי.
ער האט מיר געזאגט אז צו ווערן ריקאווערט דארף איך טון די 12 סטעפס. אז איך וויל קען ער עס טון מיט מיר. אבער ס׳ארבייט די בעסטע ווען מ׳טוט דאס מיט איינער וואס איז אויך אן עדיקט, און מ׳גייט צו מיטינגס.

יעדער איז אנדערש, און יעדע טערעפיסט איז אנדערש.
די עיקר וואס מיר האט געהאלפן פאר מיין ריקאווערי איז החלטה! אפמאכן איך בין רעדי צו נעמען עני שריט כדי צו בלייבן סאבער און ווערן ריקאווערט.

און מיינע אויגן איז אנהייבן מיט א גוטע עדיקשן טערעפיסט א שטארקע סטארט! 
קיפ איט אפ!!!

שכח פארן אויסהערן.
נטע׳לע


אויב מען גייט סיי ווי צו עס עי וואס פעלט אויס די טערעפיסט?

ענטפער: טערעפי ב' שבט התשע"ט 11:44 #252966

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 338 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1317
  • האט שוין געלייקט: 2021 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1890 מאל

ס׳איז דא מענטשן וואס דארפן עס נישט. פאר מיר פעלט עס יא יעצט אויס.

ער העלפט מיר צוגרייטן א דיסקלאושער, ער העלפט מיר טוישן מיין לעבן.

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו nuta.gye@gmail.com

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: טערעפי ב' שבט התשע"ט 11:55 #252968

  • געטרייע יוד
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 93
  • האט שוין געלייקט: 30 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל
נטע געשריבן on ב' שבט התשע"ט 11:44:

ס׳איז דא מענטשן וואס דארפן עס נישט. פאר מיר פעלט עס יא יעצט אויס.

ער העלפט מיר צוגרייטן א דיסקלאושער, ער העלפט מיר טוישן מיין לעבן.


א דאנק ר'נטע מיין שאלה איז איז פארהאנען א וועג אז טערעפי זאל העלפן און נישט דארפן טון 12 סטעפס?

ענטפער: טערעפי ב' שבט התשע"ט 14:25 #252969

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 399
  • האט שוין געלייקט: 237 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 370 מאל
געטרייע יוד געשריבן on ב' שבט התשע"ט 11:55:

נטע געשריבן on ב' שבט התשע"ט 11:44:

ס׳איז דא מענטשן וואס דארפן עס נישט. פאר מיר פעלט עס יא יעצט אויס.

ער העלפט מיר צוגרייטן א דיסקלאושער, ער העלפט מיר טוישן מיין לעבן.


א דאנק ר'נטע מיין שאלה איז איז פארהאנען א וועג אז טערעפי זאל העלפן און נישט דארפן טון 12 סטעפס?


Everyone has their own stories and struggles, no one will be able to tell u what will help for u, but they can speak for themselves.

Some ppl i met were able to be sober with just good filters, some say it helped them chatting with ppl, for some it was calling other ppl, some it was just therapy, and some its attending phone meetings, for some its going to live meetings, and for some there is no other way but a rehab.

For me, talking to therapist helped me alot, i am currently not attending any live meetings, that doesnt mean i rule it out, i dont rule out anything.

The best part that helped for me was not ruling out anything, and a commitment to add to my recovery every time i fall.
משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

ענטפער: טערעפי ג' שבט התשע"ט 09:03 #252976

  • טראכט גוט וועט זיין גוט
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 20
  • האט שוין געלייקט: 63 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

האט אמאל איינער געשריבן, אז דאס בעסטע עצה וואס א טערעפיסט האט אמאל געגעבן פאר אן עדיקט וואס איז געקומען צו איהם, איז געווען: גיי צו מיטינג פון 12 סטעפ, און טוה אללעס וואס מ'זאגט דיר דארט!

דער נסיון פון מיליאנע מענטשן האט געוויזן, אז ס'איז נישטא איינער וואס קען פארשטיין אן עדיקט אזוי ווי איינער וואס איז אליין אן עדיקט. איך האב אמאל געזעהן אויף דעם א שיינע משל, אפשר וועל איך ארויף ברענגען מיט די צייט.

לְבַד֙ רְאֵה־זֶ֣ה מָצָ֔אתִי אֲשֶׁ֨ר עָשָׂ֧ה הָאֱ-לֹהִ֛ים אֶת־הָאָדָ֖ם יָשָׁ֑ר וְהֵ֥מָּה בִקְשׁ֖וּ חִשְּׁבֹנ֥וֹת רַבִּֽים: (קהלת ז כט)

ענטפער: טערעפי ד' שבט התשע"ט 04:27 #252985

  • דרך ממוצע
  • איצטיגע שטרעקע: 1385 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 119
  • האט שוין געלייקט: 50 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 216 מאל

איך קען נישט שלאפן, וועל איך כאטש אריין ווארפען מיינע 2 צענט

דע קאנצעפט אז נאר דע 12 סטעפס, אדער נאר א טערעפיסט, אדער נאר הד"א וכו' וכו' קען העלפן איז א טעות מיסודו ווי איך וועל יעצט ערקלערן. 
קיין איינער האט נישט דע אורים ותומים צי האבן א מאנאפאל וואס סוכ"ס איז דע עצה פאר אדיקשאן, ווען יא וואלט דאך געווען א עולם התיקון.
סך הכל זאגט איעדער איינער זיין מעשה וואס האט איהם געהאלפן, אבער נאר פאר איהם, איך קען נישט רעדן פאר יענעם, איך קען מיין מעשה מיט מיין נסיעה, דער גרינדער פון דע 12 סטעפס דערציילט אויך זיין מעשה און וואס האט איהם געהאלפען, ער דערציילט אויך אז ער האט פרובירט אלעס אויף דער וועלט ביז ער איז צוגעקימען צי דע 12 סטעפס.
דע זעלבע אויף הדא אאיעדער דערציילט זיין לעבן'ס געשיכטע וואס ער האט אלץ פרובירט וואס האט איהם געהאלפען און וואס נישט און וואס איז געווען זיין ענדגילטיגע טריט צו זיין ישועה.
איך האב פרובירט טערעפי און עס האט נישט געארבייט איך האב פרובירט עס עי מיט א אדיקשאן טערעפיסט און עס האט מיך יא געהאלפען.
דע ענדגילטיגע רפואה איז א מתנה פון הימעל און אסאך מאל מיז מען אדורך גיין צרות יגן ואנחה אנציקימען ווי מען ברויך. 
הדא איז א בריק וואס פירט אריבער דע מים הזידונים און ביים ענדע איז דא אסאך וועגן וואס די קענסט דיך אויסוועלן צי נעמען, דע פראבלעם איז נאר ווען מען האלט זיך און איין טרעפן אויפן בריק און מען נעמט דע זעלבן וועג נאכאמאל און נאכאמאל וואס דאס ריפט זיך אין ענגליש אינסענעטי. insanity: doing the same thing again and again and hoping for different results. 
אין קורצען: פרוביר א מהלך און אויב עס ארבייט און דיין לעבן טוישט זיך צום גיטן, זאל עס זיין מיט הצלחה, אויב נישט פרוביר א צווייטע מהלך, דער עיקר געב נישט אויף בין די דערגרייכסט דיין צוהל.

ענטפער: טערעפי ד' שבט התשע"ט 20:01 #252993

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 338 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1317
  • האט שוין געלייקט: 2021 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1890 מאל

ער איז דאך אזוי טייער גערעכט!!!
די קלארקייט קען נאר קומען פון איינער וואס איז שוין כמעט 5 יאר סאבער!

א גרויסן שכח דרך׳ל פאר דיינע 2 צענט...
מיר בעטן אז דו זאלסט עפטער נישט קענען איינשלאפן...

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו nuta.gye@gmail.com

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: טערעפי ה' שבט התשע"ט 13:25 #253006

  • 11211gye
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 3
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
איך בין געווען צו טערפי אין ער האט מיר געהאלפען ווערן אויס עריק ב״ה

ענטפער: טערעפי ה' שבט התשע"ט 15:59 #253010

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 338 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1317
  • האט שוין געלייקט: 2021 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1890 מאל
11211gye געשריבן on ה' שבט התשע"ט 13:25:
איך בין געווען צו טערפי אין ער האט מיר געהאלפען ווערן אויס עריק ב״ה

ביסטו מסתם קיין עדיקט קיינמאל געווען!
ווייל אויס עדיקט קען מען נישט ווערן, ביז מ׳שטארבט...

אפשר האט ער דיר געגעבן כלים וויאזוי זיך מו שטארקען אויף דיין עדיקשען

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו nuta.gye@gmail.com

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: טערעפי ה' שבט התשע"ט 17:01 #253011

  • 11211gye
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 3
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
are you sure?
more info pleass

ענטפער: טערעפי ז' שבט התשע"ט 16:40 #253015

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 749
  • האט שוין געלייקט: 1597 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1395 מאל

אויף א זייטיגע נאטיץ.
אם תמצי לומר אז טעראפי קען העלפן, מוז עס אבער זיכער זיין ברצון. דהיינו, אויב דיין ווייב/רב/מורה דרך האט דיך געשיקט בעל כרחך, זיי נישט אויף קיין מינוט איינגערעדט אז ס'גייט דיך העלפן, ס'איז א שאד די געלט.
פון מיין עקספעריענס (יעדער איז אנדערש, איך רעד צו אזעלכע ווי מיך).

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: טערעפי ז' שבט התשע"ט 17:56 #253020

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 338 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1317
  • האט שוין געלייקט: 2021 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1890 מאל
ich vil zan ehrlich געשריבן on ז' שבט התשע"ט 16:40:

אויף א זייטיגע נאטיץ.
אם תמצי לומר אז טעראפי קען העלפן, מוז עס אבער זיכער זיין ברצון. דהיינו, אויב דיין ווייב/רב/מורה דרך האט דיך געשיקט בעל כרחך, זיי נישט אויף קיין מינוט איינגערעדט אז ס'גייט דיך העלפן, ס'איז א שאד די געלט.
פון מיין עקספעריענס (יעדער איז אנדערש, איך רעד צו אזעלכע ווי מיך).


ווער וויל דען נישט ווערן געהאלפן??? איז דא דא איינער וואס וויל נישט???
מ׳קען זיך נישט ברענגען זיך צו גיין העלפן.
פאר אזא איינעם וועט זיכער העלפן טערעפי!!!
הדה הוא דכתוב כופין אותו עד שתאמר רוצה אני!

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו nuta.gye@gmail.com

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: טערעפי ז' שבט התשע"ט 20:50 #253023

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 892 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1017
  • האט שוין געלייקט: 4326 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1399 מאל
11211gye געשריבן on ה' שבט התשע"ט 13:25:
איך בין געווען צו טערפי אין ער האט מיר געהאלפען ווערן אויס עריק ב״ה

 יישר כוח פאר מיטטיילן. ביטע פארציילן אונז מעהר פון דיין עבר וואס האט דיר געברענגט צו טעראפי און וויאזוי דער טעראפיסט האט דיר געהאלפן ווערן אויס עדיקטעד. דאס איז וויכטיג פאר חברים דא אויף די סייט .

יישר כוח 

ענטפער: טערעפי ט"ז אייר התשע"ט 16:22 #254559

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 62 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 74
  • האט שוין געלייקט: 279 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל
11211gye געשריבן on ה' שבט התשע"ט 13:25:
איך בין געווען צו טערפי אין ער האט מיר געהאלפען ווערן אויס עריק ב״ה

איך בין געגאנגען דריי יאר אויף טעראפי
אויף OCD 
וואס דאס האט מיך געהאלטן סטאק 
אין סע--,
און איך האב זיך ב''ה ארויסגעדרייט
פון OCD,  
 אבער מיט אן אדיקשען בין 
איך געבליבן שטארק,
ב''ה איך הלט שוין גאנץ ווארט,
בעז''ה ביי אייך  הק' יחיאל
שמייכל

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

לעצט פארראכטן: ט"ז אייר התשע"ט 16:22 דורך יחיאל.

ענטפער: טערעפי כ"ב אייר התשע"ט 21:38 #255044

  • געטרייע יוד
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 93
  • האט שוין געלייקט: 30 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל

איז למעשה איז דא איינער וואס טערעפי האט געהאלפן פאר עדיקשאן? 
אדער היפנאטערעפי זאל אריינקימען קלאר א דאנק

ענטפער: טערעפי כ"ד אייר התשע"ט 16:06 #255180

  • געטרייע יוד
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 93
  • האט שוין געלייקט: 30 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל

רבותי טערעפי העלפט!!!!!

ענטפער: טערעפי כ"ד אייר התשע"ט 18:32 #255189

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 338 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1317
  • האט שוין געלייקט: 2021 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1890 מאל
געטרייע יוד געשריבן on כ"ד אייר התשע"ט 16:06:

רבותי טערעפי העלפט!!!!!


פארצייל מער, אויף וואס האט עס דיר געהאלפן?

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו nuta.gye@gmail.com

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: טערעפי כ"ד אייר התשע"ט 21:24 #255199

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 155 טעג
  • יעצט אנליין
  • אקטיווער חבר
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 3 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
געטרייע יוד געשריבן on כ"ד אייר התשע"ט 16:06:

רבותי טערעפי העלפט!!!!!


פארצייל פליז וואס טעראפי העלפט זאל דער עולם הערן

ענטפער: טערעפי כ"ד אייר התשע"ט 22:20 #255207

  • געטרייע יוד
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 93
  • האט שוין געלייקט: 30 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל

ס'איז נאך אביסל צו פרי צו זאגן ס'איז א מהלך און א פראסעס אויך בין איך געווען אביסל צו העפי צו פרי.... אבער איין זאך די ערשטע מאל וואס איך האב באמערקט מיט טערעפי וואס די 12 סטעפס שרייט און מיין מוח האט עס נישט געקענט דערהערן  אז אונזער פראבלעם איז נישט סעקס,  בכלל נישט, נישט דאס איז אונזער פראבלעם , אונזער פראבלעם איז אז אונזער מוח האט זיך אויסגעלערנט זיך אויסצוליפטערן אויף דעם. דא האלט איך מיט טערעפי 

טענקס פור ליסטענונג

לעצט פארראכטן: כ"ד אייר התשע"ט 22:21 דורך געטרייע יוד.

ענטפער: טערעפי כ"ו אייר התשע"ט 11:37 #255283

  • געטרייע יוד
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 93
  • האט שוין געלייקט: 30 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל

און ווייטערדיגע באריכטען וועגן טערעפי . יא איך קען זאגן אז טערעפי העלפט ב"ה.

אונדז האלט מיר יעצט אז די פראבלעם קימט ארויס אז די מענטש וויל זיך באהיטן פון דורכפאלן טרייט ער מיט אלע זיינע כוחות צו פארמאכן עפעס די פראבלעם איז אז ער פארמאכט די ראנג פייפ און ס'איז אמת מאיז powerless אנקעגן די תאווה אבער נישט קעגן די אדיקשאן די אדיקשאן איז א פשוטע טפשתדיגע וועג וואס מען נעמט זיך צו אפהיטן און מען רעדט זיך איין אז ס'וועט העלפן דערווייל בעקפייערט עס מען פראבירט פון אונטער די סאבקאנטשעס צו פארמאכן תאווה מען זאל מער נישט האבן תאווה און דאס מיינע ליבע פריינד קען מען נישט טון ווייל תאווה איז העיר טו סטעי אבער מען קען לאזן וויסן פאר די אדיקשאן ר' יוד דיין מהלך ארבעט נישט דיין מהלך מאכט מיך נאר מער אדיקטעד .

די אייבערשטער זאל העלפן וילמדו תואים בינה און מען זאל וויסן וויזוי  זיך ארויסצוזעהן  פון די קייטן! 
הצלחה יודן איך האב ענק אלע ליב אהבת נפש

ענטפער: טערעפי כ"ו אייר התשע"ט 15:36 #255290

  • יוסף המלך
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 127
  • האט שוין געלייקט: 2332 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שנעל גיב ארויס די נאמבער פונעם טעראפיסט

ענטפער: טערעפי כ"ו אייר התשע"ט 17:33 #255293

  • געטרייע יוד
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 93
  • האט שוין געלייקט: 30 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל

סארי ער איז בוקט 

ענטפער: טערעפי כ"ט אייר התשע"ט 19:06 #255398

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 749
  • האט שוין געלייקט: 1597 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1395 מאל

שכח געטרייע יוד פארן מיטיילן

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: טערעפי כ"ט אייר התשע"ט 19:54 #255401

  • געטרייע יוד
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 93
  • האט שוין געלייקט: 30 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל
ich vil zan ehrlich געשריבן on כ"ט אייר התשע"ט 19:06:

שכח געטרייע יוד פארן מיטיילן


גוט אז דו זאגסט מיר ווייל איך האב געקלערט צו דער עולם איז בכלל אינטערסירט דערין

ענטפער: טערעפי כ"ט אייר התשע"ט 20:17 #255405

  • 5050
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 242
  • האט שוין געלייקט: 410 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל
געטרייע יוד געשריבן on כ"ט אייר התשע"ט 19:54:

ich vil zan ehrlich געשריבן on כ"ט אייר התשע"ט 19:06:

שכח געטרייע יוד פארן מיטיילן


גוט אז דו זאגסט מיר ווייל איך האב געקלערט צו דער עולם איז בכלל אינטערסירט דערין


שכח גטרייער איך האב זייער הנאה גהאט פין וואס די האסט געשריבען

ענטפער: טערעפי כ"ט אייר התשע"ט 22:10 #255428

  • יוסף המלך
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 127
  • האט שוין געלייקט: 2332 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל
5050 געשריבן on כ"ט אייר התשע"ט 20:17:

געטרייע יוד געשריבן on כ"ט אייר התשע"ט 19:54:

ich vil zan ehrlich געשריבן on כ"ט אייר התשע"ט 19:06:

שכח געטרייע יוד פארן מיטיילן


גוט אז דו זאגסט מיר ווייל איך האב געקלערט צו דער עולם איז בכלל אינטערסירט דערין


שכח גטרייער איך האב זייער הנאה גהאט פין וואס די האסט געשריבען


שכח!
און ביטע שרייב ווייטער

  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.81 סעקונדעס