ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! 520 באזוכער

אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ט 'אדר ב התשע"ט 09:17 #253916

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 58
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

א גוט מארגן מיינט טייערע פריינט, הגם איך קען נישט קיינעם פון ענק פערזענליך (דערווייל) דאך זענען ענק מיינע "טייערע און הייליגע חבירים" ווייל מיט ענק רעד איך די ענינים וואס איך וויל אזוי שטארק, און צו וואס אונז ציל מיר אלע, און וואס ס'איז אונזער תכלית דא אויף דער וועלט!, און אין א געוויסן זין פיל איך מיר מער "קאנעקטעט" צו ענק ווי צו מיינע גשמיות'דיגע חבירים.

איך האב גראדע נישט געהאט אין פלאן צו עפענען אזוי שנעל א נייע טרעד ווי מ'רופט עס דא, אבער היינט האב איך באשלאסן אז איך "מוז" ווייל..... אט ליינט:

איך האלט אינגאנצן ביי 15 ריינע טעג, וואס פון איין זייט איז עס טאקע נאר 15 טעג, אבער פון די אנדערע זייט - און פון די אמת'ע און ריכטיגע זייט, איז עס גאנצע 15 טייערע, הייליגע, ריינע, און זיסע טעג, וואס אילמלא עוזרו לא יכול לו!.

אין אנהויב האב איך געמיינט אז דאס איז עס! איך האב געמאכט א סוף צום יצר... איך בין געווארן א מעמבער אין "היט דיינע אויגן" און יעצט וועט דער יצר זיך גיין לייגן... הגם איך מוז מודה זיין אז טיף אין מיר האב איך גאנץ גוט געוואוסט אז ס'איז נישט אזוי, נאר אויב עפעס פונקט פארקערט, ווי דער הייליגער חובת הלבבובות שרייבט: "אתה ישן לו, והוא ער לך", והנה לא ינום ולא ישן "עוכר" ישראל, דער יצר הרע שלאפט קיינמאל נישט, און ער ווייסט אפי' נישט וואס ס'מיינט, דאך האב איך מיר אבער געוואלט באפרידיגן מיט אזאלעכע סארט מחשבות.

דער טאג איז אבער אנגעקומען....
15 טעג איז ער געווען שטיל... אבער....
איך וועל ענק דערציילן מיין היינטיגע נסיון (וואס האט זיך באמת אנגעהויבן שוין נעכטן), איך וועל עס אראפלייגן אפן כנוסח הד"א - פשוט ווייל איך שפיר אז ענק וועלן מיר פארשטיין און נישט חלילה אראפקוקן דערויף וכדומה.

ס'איז געווען נעכטן שפעט נ.מ. ווען איך האב געדארפט ארויסגיין עפעס ערלעדיגן אויפן גאס, געווענליך בין איך אין ביהמ"ד, אינדערהיים, אדער אין אפיס, אבער נעכטן האב איך יא געדארפט ארויסגיין אויפ'ן "פראנט", דא וועל איך מקצר זיין ווייל איך האב פשוט נישט די ריכטיגע ווערטער צו שילדערן די "מלחמה" וואס האט זיך אפגעשפילט אין מיר.... יו.. באשעפער... ס'איז געווען מיט אלע קאלירן...... פול מיט שיינע... ציעדיגע.... אזוי ווי איך האב געדרייווט איז נישט געווען מעגליך צו גיין מיט די אויגן ממש אויף אראפ.... בקיצור ס'איז געווען א פחד נורא.... איך מיין אז ס'איז די ערשטע מאל אין מיין געשיכטע וואס איך האב געשפירט וואס ס'מיינט "זיך שלאגן" מיטן יצר.

כ'קען נישט זאגן אז איך האב מיר נישט אינערגעץ פארקוקט - ווייל דאס וועט זיין ליגענט - אבער אויך נישט אז איך בין דורכגעפאלן, ווייל למעשה בין איך נישט דורכגעפאלן טאטאל - נאר טיילווייז, דהיינו א ראיה דא א ראיה דארט, אבער ב"ה נישט מיט קיין כלי מעשה גורמין.
איך בין אהיימגעקומען גוט צושאקעלט, אפגעשוואכט - גייסטיש - אבער ב"ה ריין!

בלילה ההוא נדדה....
היינט אינדערפרי האב איך מיר דערוועקט מיט א צווייפלהאפטיגע חלום... - ב"ה אז איך געדענק נישט קיין פרטים, אבער ס'איז געווען זייער נישט גוט, אינדערפרי ביים אויפשטיין איז אין מיין עבר געווען גאר א שטארקע מקום נסיון וד"ל... א קול האט אנגעהויבן רעדן אין מיר: טוה עס.... יא.... כ'זאג דיר.... דו האלטסט אינגאנצן נאר ביי 15 טעג..... וועסטיך געבן איין דריי וועסטו שוין האלטן נאכאמאל ביי די נומבער און מיט א שמוץ אריבער... (ענק הערן ווערטער... ) אהער אהין..... פיין! כ'טוה עס.... כ'געב מיר אינטער...... געגאנגען...................אבער..... אבער וואס? שעמסטיך? פון וועם??? פון דיינע חבירים אויף הד"א? קיינער ווייסט ממילא נישט ווער דו ביסט.......... קיינער האט נישט קיין אנונג....... נא... טראכט שוין נישט אזוי לאנגגגגג...... געגאנגען...........
מיינע טייערע פריינט.... וואס זאל איך ענק זאגן.... איך האב באמת געהאלטן שוין א טריט אוועק.. אדער בעסער געזאגט: א טריט אריין............

און דא איז די ישועה געקומען.
פאר איך גיי ווייטער, במשך די גאנצע צייט פון די נסיון האב איך געהאלטן מיינע ביידע הענט צוזאמענגעלייגט שטארק איינס אויפ'ן צווייטן מיט א פעסטקייט און ממש ווי געבינדן...... איך האב געטראכט קודם זאלן די הענט נישט זיין אינוואלווד.... לאז זיי זיך אויסשלאגן.... מיש דיך נישט אריין....
און דא איז עס געשען..... איך האב געגעבן א טאנץ ארויס פון בעט!
און ארויסגעגאנגן, זיך אנגעטון, ב"ה אינגאנצן ריין, יא אינגאנצן אינגאנצן אינגאנצן ריין,,,,!!!!

וואס זאל איך ענק זאגן...???
איך האב נישט די ווערטער....
דערהויבן?... ניין... אסאך מער פון דעם!
פרייליך?... אויך נישט... עפעס סאך שטערקער פון דעם!
רואיג? אויך נישט די ריכטיגע ווארט....
צופרידן? נאך אויך ווייט פון מיינע אמת'ע געפילן.......

ס'האט זיך מיר ארויסגעכאפט פון מויל די פסוק: "ארוממך ה' כי דילתני.... ולא שמחת איבי (דער יצר הרע מיין גרעסטע אויב) ה' העלית מן שאול נפשי! חייתני מירדי בור".
איך בין קלאר אז ס'איז נישט מיין קרעדיט....ס'איז נישט מיינע כוחות.... והא ראי' אז איך בין שוין אזויפיל מאל דורכגעפאלן.... איך בין איבערצייגט אז ס'איז נאר דער יד ה' הטוב עלי, "כי חסדך גדול עלי והצלת נפשי משאול תחתיה"....... ואלמלא עוזרו לא יכול לו....... אזויפיל יא - אז איך האב געטון דעם פתחו לי פתח כחודו של מחט, מיטן זיך איינשרייבן אין הד"א, און דער זיסער באשעפער האט מיר געעפענט דעם פתח של אולם! ער האט מיר געעפענט די טויערן פונעם זאל, ס'איז א הערליכער אויג פארכאפענדער זאל! פאר ווער ס'איז נאכנישט דארט געווען זאג איך: ס'לוינט זיך! קומט'ס אהין.... ענק וועלן נישט חרטה האבן!.

זייטס ענק מחזק מיינע טיירע הייליגע ברודערס
אחכה לו: מיר האפן אלע צו אונזער טאטע אין הימל!
אחכה לו: אונזער טאטע האפט אזוי שטארק צו אונז!
אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם!
אחכה לו: ס'איז דא האפענונג!
אחכה לו... אחכה לו.. אוי אחכה לו בכל יום שיבוא....

ענקער חבר: אחכה לו...

אחכה לו: מיר האפן אלע צו אונזער טאטע אין הימל!
אחכה לו: אונזער טאטע האפט אזוי שטארק צו אונז!
אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם!
אחכה לו: ווייל עס איז דא האפענונג!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ט 'אדר ב התשע"ט 09:31 #253918

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 273 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 309
  • האט שוין געלייקט: 791 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 468 מאל


זאל דער באשעפער העלפן אזוי ווי די האסט דיך געשטארקט אויף די נסיון זאלסט דיך שטארקן אויף אלע דיינע נסיונית גרינגערהייט די יצר זאל זיך אפשאקלן פון דיר אונגאנצען
סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ט 'אדר ב התשע"ט 09:41 #253919

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 273 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 309
  • האט שוין געלייקט: 791 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 468 מאל

פייל עטעטשמענט:

פייל נאמען: 1010-audiotrimmer.com.mp3
פייל מאָס: 501 KB
סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ט 'אדר ב התשע"ט 10:19 #253920

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 49 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 312
  • האט שוין געלייקט: 321 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 777 מאל
Wow
דיך צי מקנא זיין דיין גבורה, קיפ איט אפ, 
להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ט 'אדר ב התשע"ט 12:12 #253921

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 299 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1205
  • האט שוין געלייקט: 1509 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1651 מאל
Wow!!!
דו ביסט א מאדעל פאר הדא!!!

מזל טוב צו דיינע 15 טעג!
מזל טוב צו דיין נייע טרעד!

נטע׳לע

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ט 'אדר ב התשע"ט 12:40 #253923

  • אין שום יואש
  • איצטיגע שטרעקע: 69 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 55
  • האט שוין געלייקט: 95 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל
Wow אחכה 
אזא גבורה!!!!!!
איך בין דיר מקנא....באמת מקנא 

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ט 'אדר ב התשע"ט 13:14 #253927

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 58
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

ייש"כ פאר די אלע חיזוק!

אבער די בעסטע חיזוק פון אלעס איז.... די געפיל....... אה..... אזא חירות...... כ'שפיר אויף די אייגענע הויט דאס וואס דער הייליגער חסד לאברהם שרייבט, אז יעדן טאג צווישן פורים אין פסח נעמט כביכול דער הייליגער בורא ארויס יעדער איד א דרייסיגסטל חלק פון זיין שמוץ און זוהמא.

אי"ה וועל איך מיט די צייט מיטטיילן מיין עבר און מיין געשיכטע פון מיין לעבן, פון ווי איך קום, ביז איך בין אנגעקומען אהער צו היט דיינע אויגן, און אלעס אינדערמיט, דערווייל שפיר איך נאכנישט גענוג באקוועם זיך צו עפענען אינגאנצן מיט אלע פרטים.

אחכה לו: מיר האפן אלע צו אונזער טאטע אין הימל!
אחכה לו: אונזער טאטע האפט אזוי שטארק צו אונז!
אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם!
אחכה לו: ווייל עס איז דא האפענונג!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ט 'אדר ב התשע"ט 13:52 #253928

  • nevergiveup
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 104
  • האט שוין געלייקט: 22 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל
                                 KEEP UP YOUR WONDERFUL WORK!!
לעצט פארראכטן: י"ט 'אדר ב התשע"ט 13:55 דורך nevergiveup.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ט 'אדר ב התשע"ט 15:03 #253929

  • חיים גליק
  • איצטיגע שטרעקע: 157 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 27
  • האט שוין געלייקט: 78 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל
אחכה לו געשריבן on י"ט 'אדר ב התשע"ט 13:14:

ייש"כ פאר די אלע חיזוק!

אבער די בעסטע חיזוק פון אלעס איז.... די געפיל....... אה..... אזא חירות...... כ'שפיר אויף די אייגענע הויט דאס וואס דער הייליגער חסד לאברהם שרייבט, אז יעדן טאג צווישן פורים אין פסח נעמט כביכול דער הייליגער בורא ארויס יעדער איד א דרייסיגסטל חלק פון זיין שמוץ און זוהמא.

אי"ה וועל איך מיט די צייט מיטטיילן מיין עבר און מיין געשיכטע פון מיין לעבן, פון ווי איך קום, ביז איך בין אנגעקומען אהער צו היט דיינע אויגן, און אלעס אינדערמיט, דערווייל שפיר איך נאכנישט גענוג באקוועם זיך צו עפענען אינגאנצן מיט אלע פרטים.


אחכה לך מיר ווארטן אויף דיר, מיר ווילן הערן נאך פון דיר, אשריך פאר דיר אז די האסט ב"ה זוכה געווען צי געבן א גיטן באכע פאר דיין יצר הרע, און אז די האסט זוכה געווען צו שפירן אזא געוואלדיגער זיסן טעם,  מזל טוב צו דיינע 15 ריינע טעג, געב א קיק אויף וויפיל חבירים האבן דיר שוין געגעבן א דאנק געלייקט וועסטי באקימען חיזק פון דעם אז דער עולם פרייט זיך באמת מיט דיר און מען קיקט ארויס אויף דיין הצלחה אויף ווייטער.

בשעת איך האב געליינט וואס די האסט געשריבן האב איך געטראכט צו מיר אז יעצט פארשטיי איך שוין וואס די משנה זאגט  און אבות, כך היא דרכו של תורה, פת במלך וכו, וחיי צער תחיה, אם אתה עושה כן אשריך בעולם הזה, איז דאך שווער צי פארשטיין, ווי קען זיין אז אויב א מענטש וועט לעבן א חיי צער זאל די משנה זאגן אויף אים אשריך בעולם הזה, נאר די תריץ איז פאר אזאליכע אידן ווי אונז וואס אונזער לעבן איז געלעגן און שמיץ מען האט געפילט און דעם א זיסן טעם, איז יעצט אז מען איז זוכה און מען הייבט אן צי לעבן וויי א ערליכע איד און מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט מען זאל זיך האלטן איז דאס באמת פאר אונז א בחינה פון חיי צער תחיה עס קימט נישט אן גרינג די רייץ אז מען זאל פאלן איז דאך שרעקליך גרויס עס קיקט אויס פארדעם ווי מען גייט דא דערלייגען עפעס א זיסע זאך שאין למעלה ממנה, אבער אויף דעם זאגט אונז די משנה אז אויב די וועסט עס יא ביישטיין וועסטי זוכה זיין צו דעם אשריך בעולם הזה יא דא אפילו אויף דער וועלט דאס קען מען נישט מסבר זיין פארדעם אבער נאכן ביישטיין דעם נסיון וועסטי זוכה זיין צו א זיסקייט א דערהויבנקייט וואס איז אסאך מער און טיפער ווי וואס די וואלסט געשפירט נאכן פאלן.

אחכה איך מוז דיר מודה זיין אז איך בין דיר באמת מקנא, אז מען האט דיר היינט געגעבן פון הימל אזאליכע כוחות הנפש אזא גבורת הנפש אז מיר אלע דא אויף הד"א זאלן באקימען היינט אזא תגובה פון דיר.

זאלסטי זוכה אויכט אויף ווייטער זיך צו האלטן ריין און אונז קימען פארציילן נאר גיטע נייעס.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ט 'אדר ב התשע"ט 15:10 #253930

  • ber
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 85
  • האט שוין געלייקט: 361 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 249 מאל
wowow!!!!
וואספארא שטארקייט!!!!
איך בין דיר ממש מקנא.......!!!!!!!! (קנאת סופרים מעג מען........)

דיין חבר וואס מאכט מיט די זעלבע.....
בערעלע

איך בעט דיך, האלט דיך רואיג.... בערל!!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ט 'אדר ב התשע"ט 15:31 #253931

  • קרבת השם
  • איצטיגע שטרעקע: 63 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 5
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
Wow! keep it up!!!

remember it will come a bunch such days! but now u proved that u can stay clean!

chazak!!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ט 'אדר ב התשע"ט 15:37 #253932

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 58
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

באמת איז ביי מיר היינט א קליינע יום טוב...
און הער דאס: היינט איז י"ט אדר, יא.... י"ט די ר"ת פון יום טוב!
ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש!
ס'איז א געוואלדיג יו"ט פאר א איד, ווען ער גייט ארויס "בשלום" פון א נסיון "בקודש" און ער איז געבליבן ריין!!!

אחכה לו: מיר האפן אלע צו אונזער טאטע אין הימל!
אחכה לו: אונזער טאטע האפט אזוי שטארק צו אונז!
אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם!
אחכה לו: ווייל עס איז דא האפענונג!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ט 'אדר ב התשע"ט 20:33 #253933

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 607
  • האט שוין געלייקט: 1262 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
אחכה לו געשריבן on י"ט 'אדר ב התשע"ט 15:37:

באמת איז ביי מיר היינט א קליינע יום טוב...
און הער דאס: היינט איז י"ט אדר, יא.... י"ט די ר"ת פון יום טוב!
ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש!
ס'איז א געוואלדיג יו"ט פאר א איד, ווען ער גייט ארויס "בשלום" פון א נסיון "בקודש" און ער איז געבליבן ריין!!!


מורא'דיג אחכה, א גבורה עד אין לשער, א התגברות כנוסח הדא!!!

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"א 'אדר ב התשע"ט 14:05 #253954

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 58
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל
מיינע טייערע חבירים, סאיז מיר א כבוד ענק צו מעלדן איבער מיין היינטיגע טאג ווען איך האב ברוב רחמיו וחסדיו פונעם הייליגן באשעפער זוכה געווען אנצוקומען צו מיין זיבעצנטער ריינע טאג!

ווי באקאנט ווערט איינער וואס פירט זיך נישט ערליך אין עניני קדושה אנגערופן "רע" (ככתוב בער ועונן שהיו רע בעיני ה'). די עבודה איז צו טון דאס פארקערטע פון רע, וואס דאס איז "טו"ב".

17 טעג

408 שעה

24,480 מוניט

פון ריינקייט, פון עבודה, פון מלחמה, פון קרבת השם.

אלעס מיט דער הילף פון מיין טאטע און הימל צו וועם איך האף, און איך בעט, און וויין, ער זאל מיר העלפן מצליח זיין אין מיין וועג, יעדן טאג אויפאמאל, באזונדער.

כי לך טו"ב להודות ולשמך נאה לזמר.

 
אחכה לו: מיר האפן אלע צו אונזער טאטע אין הימל!
אחכה לו: אונזער טאטע האפט אזוי שטארק צו אונז!
אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם!
אחכה לו: ווייל עס איז דא האפענונג!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"א 'אדר ב התשע"ט 15:08 #253955

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 299 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1205
  • האט שוין געלייקט: 1509 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1651 מאל
מזל טוב!! כה לחי!

נטע׳לע
היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ב 'אדר ב התשע"ט 16:24 #253990

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 58
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

א מעשה וואס האט זיך נארוואס אפגעשפילט.

איך האב גערופן א קאר סערוויס, אריינקומענדיג אין די קאר האב איך באמערקט אז די דרייווער איז א פרוי, וואס איז געווען געקליידעט ווייט פון ארענטליך, היבש פריצות'דיג.

וואס טוט מען? ארויסגיין פון קאר? כ'האב דאך נישט געוואלט מאכן קיין חילול ה', דערמאן איך מיך פונקט אז איך האב פריער אריינגעלייגט דער נייער "טהור עינים" גליון אין טאש - וואס אונזער חבר "פרובירט" האט פריער היינט ארויפגעלייגט דא אויפן הד"א.

איך האב ארויסגענומען די גליון, און אנגעהויבן צו ליינען דערין איבער די ענין פון די שמחה של מצוה וואס א איד דארף האבן איבער שמירת עינים, פארשטייט זיך די נסיון איז בטל געווארן, אויך האב איך עס געהאלטן פארענט פון מיינע אויגן פאר א וואנט נישט ארויסצוקוקן, ביז איך ב"ה אנגעקומען צו מיין לאקאציע שלום מן החטא.

וואס מ'זעט פון די מעשה איז:
1) אז מ'מיינט עס אמת'דיג העלפט דער באשעפער

2) די באשעפער איז שוין מקדים די רפואה פאר די מכה, מ'דארף עס נאר אויפזוכן און טרעפן.

3) אז ס'איז אלאמאל כדאי צו האבן אין טאש א גליון וכדומה - ובפרט איבער דער ענין פון שמירת עינים - כדאי אז בשעת ס'קומט אינטער א נסיון זאל מען קענען אריינקוקן דערין אין זיך מחזק זיין.

זייט'ס מיר אלע געזונט און הייליג.

אחכה לו: מיר האפן אלע צו אונזער טאטע אין הימל!
אחכה לו: אונזער טאטע האפט אזוי שטארק צו אונז!
אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם!
אחכה לו: ווייל עס איז דא האפענונג!
לעצט פארראכטן: כ"ב 'אדר ב התשע"ט 16:27 דורך אחכה לו.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ד 'אדר ב התשע"ט 02:42 #253996

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 299 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1205
  • האט שוין געלייקט: 1509 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1651 מאל
שטארקע חיזוק דיינע ווערטער!!!

קיפ אן טראקינג!
היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ד 'אדר ב התשע"ט 14:44 #254001

  • ber
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 85
  • האט שוין געלייקט: 361 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 249 מאל
אחכה לו געשריבן on כ"ב 'אדר ב התשע"ט 16:24:

א מעשה וואס האט זיך נארוואס אפגעשפילט.

איך האב גערופן א קאר סערוויס, אריינקומענדיג אין די קאר האב איך באמערקט אז די דרייווער איז א פרוי, וואס איז געווען געקליידעט ווייט פון ארענטליך, היבש פריצות'דיג.

וואס טוט מען? ארויסגיין פון קאר? כ'האב דאך נישט געוואלט מאכן קיין חילול ה', דערמאן איך מיך פונקט אז איך האב פריער אריינגעלייגט דער נייער "טהור עינים" גליון אין טאש - וואס אונזער חבר "פרובירט" האט פריער היינט ארויפגעלייגט דא אויפן הד"א.

איך האב ארויסגענומען די גליון, און אנגעהויבן צו ליינען דערין איבער די ענין פון די שמחה של מצוה וואס א איד דארף האבן איבער שמירת עינים, פארשטייט זיך די נסיון איז בטל געווארן, אויך האב איך עס געהאלטן פארענט פון מיינע אויגן פאר א וואנט נישט ארויסצוקוקן, ביז איך ב"ה אנגעקומען צו מיין לאקאציע שלום מן החטא.

וואס מ'זעט פון די מעשה איז:
1) אז מ'מיינט עס אמת'דיג העלפט דער באשעפער

2) די באשעפער איז שוין מקדים די רפואה פאר די מכה, מ'דארף עס נאר אויפזוכן און טרעפן.

3) אז ס'איז אלאמאל כדאי צו האבן אין טאש א גליון וכדומה - ובפרט איבער דער ענין פון שמירת עינים - כדאי אז בשעת ס'קומט אינטער א נסיון זאל מען קענען אריינקוקן דערין אין זיך מחזק זיין.

זייט'ס מיר אלע געזונט און הייליג.


שכח פארן מיטטיילן!!
מי אנכי.... אבער איך גיב אן הסכמה אויף אלע נקידות וואס דו האסט ארויסגענומען!!!!

חזק ואמץ!!!!!!
דיין חבר בערעלע.

איך בעט דיך, האלט דיך רואיג.... בערל!!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ד 'אדר ב התשע"ט 21:33 #254012

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 58
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

איך בין נישט זיכער צו איך האב געגלייבט פאר 3 וואכן צוריק אז ס'וועט אזוי גוט ארבעטן.... אבער.... יא, יא, און נאכאמאל יא! בחסדי ה' טרעט איך אצינד אריין מיט א חדרש קודש אין מיין 21'סטע טאג, אין מיין 3'טע וואך, ריין... הייליג... ערליך... אפגעהיטן...
אם אמרתי מטה רגלי, חסדך ה' יסעדינו, נאר מיטן באשאפער'ס הילף האב איך זוכה געווען אנצוקומען ביז אהער, און נאר מיט זיין הילף וועל איך אי"ה ווייטער זיין ריין איין טאג אויפאמאל!.
א"ך טוב לישראל, א"ך טוב וחסד, א"ך א"ך שמח....
לאמיר אלע זינגען אינאיינעם:
אוי הייליגער באשעפער דו האסט געבעטן הייליג זיין... אוי אוי אוי הייליג זיין פאר דיר... גרויסער באשעפער וועל איך יעצט הייליג זיין... אוי אוי אוי הייליג זיין פאר דיר.... 
זינג דיר עס אינטער בשעת א נסיון, ס'וועט עס מאכן אזוי זיס און געשמאק בייצושטיין...

אחכה לו: מיר האפן אלע צו אונזער טאטע אין הימל!
אחכה לו: אונזער טאטע האפט אזוי שטארק צו אונז!
אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם!
אחכה לו: ווייל עס איז דא האפענונג!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ה 'אדר ב התשע"ט 15:00 #254017

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 273 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 309
  • האט שוין געלייקט: 791 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 468 מאל

די גליון איז שוין ארויס געקומען דינסטאג אדער מיטוואך שמע האט אפי' געפרעגט ווער לייגט עס ארויף (בד''ו סוואלט גארנישט געשען אויב די וואלסט עס געלייגט איך וואלט נישט געווען ברוגז)
אזוי ווי ס'איז פאר פסח האב איך נישט געהאט געהעריג קיין צייט צי אפלאודן 
פרייטאג האב איך געמאכט צייט 
אבער  דאס איז אויך געווען מאת השם ווען איך לייג עס ווען מיטוואך וואלסט עס שוין לאנג געהאט אפגעליינט

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ה 'אדר ב התשע"ט 20:17 #254025

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 58
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

בשער בת רבים בין איך מקיים דעם ובתוך רבי"ם אהללנו
ווען איך זאג הייינט דעם פסוק "כי ב"ך לבד בטחנו"
אז איך בין נאר מיטן באשעפער'ס הילף אנגעקומען צו די הייליגע מספר פון כ"ב אותיות התורה.
אין לנו שיור רק התורה הזאת.

אחכה לו: מיר האפן אלע צו אונזער טאטע אין הימל!
אחכה לו: אונזער טאטע האפט אזוי שטארק צו אונז!
אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם!
אחכה לו: ווייל עס איז דא האפענונג!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ו 'אדר ב התשע"ט 10:57 #254028

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 299 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1205
  • האט שוין געלייקט: 1509 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1651 מאל
אחכה לו געשריבן on כ"ה 'אדר ב התשע"ט 20:17:

בשער בת רבים בין איך מקיים דעם ובתוך רבי"ם אהללנו
ווען איך זאג הייינט דעם פסוק "כי ב"ך לבד בטחנו"
אז איך בין נאר מיטן באשעפער'ס הילף אנגעקומען צו די הייליגע מספר פון כ"ב אותיות התורה.
אין לנו שיור רק התורה הזאת.


מזל טוב מזל טוב!!!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ו 'אדר ב התשע"ט 15:31 #254029

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 49 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 312
  • האט שוין געלייקט: 321 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 777 מאל
פּרובירט געשריבן on כ"ה 'אדר ב התשע"ט 15:00:

די גליון איז שוין ארויס געקומען דינסטאג אדער מיטוואך שמע האט אפי' געפרעגט ווער לייגט עס ארויף (בד''ו סוואלט גארנישט געשען אויב די וואלסט עס געלייגט איך וואלט נישט געווען ברוגז)
אזוי ווי ס'איז פאר פסח האב איך נישט געהאט געהעריג קיין צייט צי אפלאודן 
פרייטאג האב איך געמאכט צייט 
אבער  דאס איז אויך געווען מאת השם ווען איך לייג עס ווען מיטוואך וואלסט עס שוין לאנג געהאט אפגעליינט


איך האב שוין פראבירט צענדליגע מאל צי לייגען א אטעטשמענט, אבער עס גייט נישט, איך ווייס נישט וואס איך טי ראנג

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ו 'אדר ב התשע"ט 19:49 #254031

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 299 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1205
  • האט שוין געלייקט: 1509 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1651 מאל
פאר אלע פראלעמען וואס מאכט זיך מיט דער סייט קען מען קאנטאקטן דער מנהל GYE Yiddish אויף  Gye.Yid@gmail.com
היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ז 'אדר ב התשע"ט 09:02 #254036

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 58
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

דערגרייכענדיג בחסדי ה' צו מיין 23 טאג
האב איך געטראכט א רמז אינעם פסוק פון גכ'י אלך בגיא צלות לא אירע רע כי אתה עמדי.
גם כי אלך = אפי' ווען איך גיי
בגיא צל-מות = אויפ'ן גאס ווי ס'איז דא "שאטענע'ס" וואס ווען מ'קוקט אויף זיי קען מען ח"ו אריינפאלן אינעם ואחריתה שאול "מות".
לא אירע רע = האב איך אבער נישט מורא, איי פ"וו טאקע נישט? האב איך דען נישט מורא אז איך וועל נכשל ווערן? קען איך דען אליינס זיך שלאגן מיט א מלאך? 
די תירוץ איז, ניין, איך קען טאקע נישט אליינ'ס, אבער מיט דעם אלעם האב איך נישט מורא, פארוואס?
כי אתה עמדי = ווייל דו באשעפער ביסט מיט מיר, און איך געב דיר איבער די נסיון, דו זאלסט דערפון קעירנעמען, און דו קענסט זיכער יא, ואלמלא עוזרו לא יכול לו.
האסט'ס מיר אלע א גוטן טאג!

אחכה לו: מיר האפן אלע צו אונזער טאטע אין הימל!
אחכה לו: אונזער טאטע האפט אזוי שטארק צו אונז!
אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם!
אחכה לו: ווייל עס איז דא האפענונג!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ח 'אדר ב התשע"ט 10:24 #254063

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 273 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 309
  • האט שוין געלייקט: 791 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 468 מאל
שמע-תפלתי געשריבן on כ"ו 'אדר ב התשע"ט 15:31:

פּרובירט געשריבן on כ"ה 'אדר ב התשע"ט 15:00:

די גליון איז שוין ארויס געקומען דינסטאג אדער מיטוואך שמע האט אפי' געפרעגט ווער לייגט עס ארויף (בד''ו סוואלט גארנישט געשען אויב די וואלסט עס געלייגט איך וואלט נישט געווען ברוגז)
אזוי ווי ס'איז פאר פסח האב איך נישט געהאט געהעריג קיין צייט צי אפלאודן 
פרייטאג האב איך געמאכט צייט 
אבער  דאס איז אויך געווען מאת השם ווען איך לייג עס ווען מיטוואך וואלסט עס שוין לאנג געהאט אפגעליינט


איך האב שוין פראבירט צענדליגע מאל צי לייגען א אטעטשמענט, אבער עס גייט נישט, איך ווייס נישט וואס איך טי ראנג


בילדער וואס איך לייג איז נישט געהאסט דא איך לייג עס אויף א האסטונג סייט (אזוי ווי דא imgur.com/) און איך ברענג עס אהער מיט די דירעקט לינק פון דא PDF ארבעט אמאל יא אמאל נישט אמאל האב טאקע געדארפט לייגן א גוגל דרייוו לינק

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ח 'אדר ב התשע"ט 11:54 #254069

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 58
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל
אין מיין 24סטע טאג ריין, בעט איך ביים באשעפער:


"אַל יָשֹׁב דַּ"ךְ נִכְלָם עָנִי וְאֶבְיוֹן יְהַלְלוּ שְׁמֶךָ."


באשעפער העלף מיר איך זאל מיך נישט דארפן שעמען, העלף איך זאל ווייטער מצליח זיין אין מיין וועג, און איך זאל דיר שטענדיג קענען לויבן און דאנקן אויף דיינע חסדים - עני ואביון יהללו שמך!

אחכה לו: מיר האפן אלע צו אונזער טאטע אין הימל!
אחכה לו: אונזער טאטע האפט אזוי שטארק צו אונז!
אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם!
אחכה לו: ווייל עס איז דא האפענונג!
לעצט פארראכטן: כ"ח 'אדר ב התשע"ט 11:55 דורך אחכה לו.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ט 'אדר ב התשע"ט 09:27 #254077

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 58
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

ואמרתם כ"ה לחי!!!

באשעפער א דאנק פארן מיר העלפן אנקומען ביז אהער,
כ"ה יתן וכ"ה יוסיף ווייטער צו גיין מער און מער.

אחכה לו: מיר האפן אלע צו אונזער טאטע אין הימל!
אחכה לו: אונזער טאטע האפט אזוי שטארק צו אונז!
אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם!
אחכה לו: ווייל עס איז דא האפענונג!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ב' ניסן התשע"ט 22:23 #254111

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 58
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

הייליגער באשעפער א יישר כ"ח פארן מיר געבן די כ"ח אנצוקומען ביז אהער, איך בעט דיר געב מיר כ"ח אויך אויף ווייטער דיר צו קענען דינען מיט א חשק און מיט כ"ח.
איך רוף אויס:
"וְעַתָּה יִגְדַּל נָא כֹּ"חַ ה' כַּאֲשֶׁר דִּבַּרְתָּ לֵאמֹר"
און איך געדענק:
"וְזָכַרְתָּ אֶת יְהוָה אֱלֹהֶיךָ כִּי הוּא הַנֹּתֵן לְךָ כֹּ"חַ לַעֲשׂוֹת חָיִל" 
איך בעט אויף ווייטער:
"וְקוֹיֵ ה' יַחֲלִיפוּ כֹ"חַ יַעֲלוּ אֵבֶר כַּנְּשָׁרִים יָרוּצוּ וְלֹא יִיגָעוּ יֵלְכוּ וְלֹא יִיעָפוּ"
איך גלייב אז:
"וְהָעֹשֶׁר וְהַכָּבוֹד מִלְּפָנֶיךָ וְאַתָּה מוֹשֵׁל בַּכֹּל וּבְיָדְךָ כֹּ"חַ וּגְבוּרָה וּבְיָדְךָ לְגַדֵּל וּלְחַזֵּק לַכֹּל"
איך דערהער דעם:
"גִּבֹּרֵי כֹ"חַ עֹשֵׂי דְבָרוֹ לִשְׁמֹעַ בְּקוֹל דְּבָרוֹ"
אליינס וואלט איך נישט געקענט ווייל:
"וַיֹּאמֶר יְהוּדָה כָּשַׁל כֹּ"חַ הַסַּבָּל וְהֶעָפָר הַרְבֵּה וַאֲנַחְנוּ לֹא נוּכַל לִבְנוֹת בַּחוֹמָה"

אחכה לו: מיר האפן אלע צו אונזער טאטע אין הימל!
אחכה לו: אונזער טאטע האפט אזוי שטארק צו אונז!
אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם!
אחכה לו: ווייל עס איז דא האפענונג!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ו' ניסן התשע"ט 09:34 #254235

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 58
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל
אין מיין 31סטע טאג טוה איך געדענקן:
כי ל"א בצדקתי ו-ל"א ביושר לבבי, האב איך דערגרייכט ביז אהער.
נאר מיטן בורא'ס שטענדיגע הילף, כי  א"למל"א  עוזרו ל"א יכול לו, כ'וואלט קיינמאל נישט געקענט אליינס.
ביי דער געלעגענהייט וויל איך מיטיילן מיטן עולם א שיינע דערהער מעניני דיומא:
ווי באקאנט, ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים, האט יעדער איד געהאט זיין זעלט פון טייג אויף זיינע פלייצעס, איין איד איז געגענגען אינטערן צווייטן אין א רייע - ארויס פון מצרים, ווען א איד האט געזען אז זיין פאדערשטע חבר'ס טייג הייבט אן מחמיץ צו ווערן, האט ער אים שנעל אנגעהויבן קלאפן אין זיין פלייצע, און אזוי ארום איז די טייג געבליבן דין, און כשר לפס"ח.
די שאלה איז נאר, ווער האט געקלאפט אין פלייצע פאר די איד וואס איז געווען דער לעצטער אין די רייע?
די תירוץ איז אז ער האט זיך טאקע אליינס געדארפט האלטן אין איין קלאפן אין זיין אייגענע פלייצע.
די זעלבע זאך מיינע טייערע פריינט:
ווען מיר זענען אויפ'ן וועג ארויסצוגיין פון אונזערע פריוואטע מצרי"ם, פון אונזער ערות האץ, פון אונזערע שערי טומאה, דארפן מיר האבן די חיזוק פון אנדערע, ס'איז ממש נישט מעגליך אליינ'ס (און יעדער קען דערויף מעיד זיין), מ'מוז צוקומען צו א צווייטנ'ס חיזוק, גוט ווארט, און אקפלעדאציע.
אויב דו באקומסט עס אבער אמאל נישט - צוליב סיי וועלעכע סיבה - דאן איז די עצה, קלאפ דיך אליינס אין רוקן, יא, אזוי ווי די לעצטע איד דארט (קען אפי' זיין ער איז געווען דיין זיידע) האט געטון.
קום ארויף אויפן פארום, זיי מחזק אנדערע, און זיי זיך אליינס מחזק!
​האב נישט מורא צו שרייבן דיינע אייגענע דערגרייכונגען, דיינע הצלחות, א.א.וו. ס'וועט דיר געבן געוואלדיגע חיזוק עד אין לשער.
אחכה לו: מיר האפן אלע צו אונזער טאטע אין הימל!
אחכה לו: אונזער טאטע האפט אזוי שטארק צו אונז!
אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם!
אחכה לו: ווייל עס איז דא האפענונג!
לעצט פארראכטן: ו' ניסן התשע"ט 09:38 דורך אחכה לו.
  • בלאט:
  • 1
  • 2
צייט צו מאכן א בלאט: 0.98 סעקונדעס