ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! 8820 באזוכער

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"א כסלו התש"פ 17:30 #263216

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 388 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 982
  • האט שוין געלייקט: 681 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1920 מאל
  • קאָרמא: 43

נעכטן האב איך געהאט די זכיה מיטצוהאלטן איינס פון די סעודת הודאה לרגל הצלת רביה"ק מסאטמאר זצ"ל. ווען איך האב מיט געפריידט אינאיינעם מיט רבבות מישראל אויף די גרויסע חסדים וואס השי"ת האט געטון לאבותינו ולנו בימים ההם בזמן הזה.

אזוי זינגענדיג חסדי ה' כי לא תמנו, איז מיר אדורכגעפלויגן מערערע מחשבות אין מיין מח איבער מייינע אייגענע חסדים וואס איך בין פאריבער פון פאריאר כ"א כסלו ביז היי יאר, און פארשטייטט זיך אז איינס פון די הויפט חסדים איז געווען דאס אז איך בין געווארן א ערליכע איד, און איך שטיי בחסדי ה' היינט מיט 283 ריינע טעג כמנין סעודה הודאה כ"א כסלו, און קוקנדיג אויפן סיין אינטערן אויבן אן, ווי ס'איז געשטאנען אין גרויס די ווערטער כ"א כסלו, האבן אט די אותיות געשמייכעלט צו מיר: כ"א [פאר אחכה] כסלו [פאר לו].

ירחם המרחם, אז מיר זאלן טאקע ווייטער זוכה זיין צו ניסים ונפלאות, און קענען אריינטרעטן אין די בעפארשטייענדע ימי האורה ריינערהייט, און עס זאל שוין נתעורר ווערן דער "ערכתי נר למשיחי" בביאת בן דוד במהרה, ענטפערטס אלע אמן!

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ו כסלו התש"פ 23:44 #263335

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 196 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 279
  • האט שוין געלייקט: 315 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 705 מאל
  • קאָרמא: 22

:innocent:אפשר האסטו אנגעכאפט מיינט האנט ווען איך געטאנצען און געדאנקט דעם בורא כל העלימים אויף מיינע 90 טעג און מיין נייע לעבען האט מען געטאנצען לעבדיג אפשר בסטו געווען דארט לעבען מיר

לעצט פארראכטן: כ"ו כסלו התש"פ 23:45 דורך יש בורא עולם.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ח' טבת התש"פ 13:48 #263568

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 388 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 982
  • האט שוין געלייקט: 681 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1920 מאל
  • קאָרמא: 43

חנוכה איז פארביי, מ'האט מקיים געווען די מנהגי ישראל קדושים הם, צווישן זיי אויך דער מנהג פון שפילן "דריידל", דריידל האמיר געשפילט, און אצינד איז עס היינט געפאלן אויף דער "ש"!

בס"ד און מיט גרויסע חסדים פונעם אב הרחמן, האב איך היינט דערגרייכט צו מיין 300'סטע ריינע טאג.

איך האב פאראייביגט מיינט געפילן לכבוד דעם היינטיגן גרויסן טאג, אינעם באזונדערן טרעד "אמאל און היינט".

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ח' טבת התש"פ 23:25 #263581

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1516
  • האט שוין געלייקט: 3414 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל
  • קאָרמא: 45

יעפ, שבת האבן מיר זיך געפרייט מיט אחכה אינאיינעם ביי א גרויסן קידוש וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין ביהמ"ד לכבוד אחכה'ס 300'סטע טאג !!! (אנדערע באטייליגטע דארט האבן געמיינט אז די קידוש איז לכבוד די געבורט פון ...........'ס מיידל).
די שמחה איז עד אין לשער.
לחיים אחכה!!!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ב טבת התש"פ 11:05 #263710

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 388 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 982
  • האט שוין געלייקט: 681 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1920 מאל
  • קאָרמא: 43

אין מיין 304 טאג, דאנק איך בתוך קהל רב אויף דער נס הפרטי [304] וואס דער גרויסער בורא האט מיר געגעבן מיטן מיר האלטן ריין פאר אזא לאנגע תקופה, מיט א תפלה אויף ווייטער אז ואל תטשינו ה"א לנצח!

אין דער זעלבער צייט בין איך צופרידן מיטן אנקומען צו מיין "מעלדונג נומער 900" דא אויף הדא, יעדע איינס פון זיי האט מיר געהאלפן זיך האלטן ריין, (און איך האף אז עס האט געהאלפן אויך פאר אסאך אנדערע, והיה זה חלקי מכל עמלי).

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: י"ב טבת התש"פ 11:07 דורך אחכה לו.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ז טבת התש"פ 23:04 #263910

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 388 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 982
  • האט שוין געלייקט: 681 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1920 מאל
  • קאָרמא: 43

איך שרייב עס נאר דא איבער כדי צו פאראייביגן אין מיין טרעד:

*

לכבוד האי יומא דקגרים, ווען איך טרעט מיטן אויבערשטענ'ס הילף אריין אין מיין 300'סטע טאג, וויל איך פאראייביגן מיינע געדאנקן אין אט דער גרויסער צייט, און עס ארויסברענגן אויף א אופן פון "אמאל און היינט", וויאזוי זאכן האבן ביי מיר אויסגעזעהן אמאל, און וויאזוי זאכן זעהן ב"ה אויס היינט ביי מיר, זייט איך בין א "הדא איד".

*

אמאל ווען איך האב געוויסט פון איינעם וואס מוטשעט זיך מיט די ענינים, האב איך אים אראפגעקוקט.

    היינט ווען איך ווייס אז איינער מוטשעט זיך מיט די ענינים, פארשטיי איך אז ס'איז א קרענק אזוי ווי סיי וועלכע אנדער פיזישע קרענק, און איך קוק אים ארויף אויף דעם וואס ער קומט זוכן הילף.

אמאל פלעג איך ווייניג טראכטן, און ווען שוין יא געטראכט איז עס נישט אלעמאל געווען פון אזאלכע גוטע זאכן.

    היינט, נישט נאר איך טראכט, נאר איך טראכט כסדר וויאזוי צו ווערן נענטער צו גאט, און וויאזוי צו מאכן א שטעקערע קשר מיט אים.

אמאל האב איך געלעבט איינזאם מיט מיין פראבלעם, נישט געהאט מיט וועם צו רעדן, און פון וועם צו נעמען חיזוק.

    היינט בין איך ב"ה טייל פון די קהילה, ווי איך האב מיך איינגעהאנדעלט אסאך טייערע לעכטיגע חבירים וואס זענען אלעמאל גרייט פאר מיר, און מ'האלפט זיך כסדר ארויס איינער מיטן צווייטן מיט אזא ברודערליכקייט.

אמאל האב איך קוים געקענט זיך האלטן ריין פאר אפאר וואכן.

    היינט בין איך שוין בחסדי ה' ריין פאר עטליכע מאל 90 טעג אין א ציה.

אמאל בין איך נעבעך זייער קראנק געווען, און איך בין געווען געבינדן אין קייטן.
    היינט בין איך ב"ה אויפן וועג צו מיין פולער ריקאווערי בס"ד.

אמאל האב איך מיר אזוי געשעמט צו רעדן צו א נברא אין די וועלט וועגן די ענינים.

    היינט האלט איך שוין ב"ה נאכן עס דורכרעדן מיט מיין טעראפיסט.

אמאל האב איך ליידער געהאט נאר א "אנגעשטעלטע" לעבן, ס'איז אבער געווען פאלטש.

    היינט לעב איך ב"ה א עכטע און א נארמאלער לעבן.

אמאל האב איך געלעבט א "דאבעל לייוו".

    היינט לעב איך איין לעבן, און א ריכטיגע לעבן.

אמאל ווען מ'איז געזעסן משפחה אינאיינעם, איז מיין קאפ געווען פארנומען נאר מיט לאסט, און מיט מיינע שוועגערינס.

    היינט האב איך הנאה פון דער אטמאספער אויף א ריינעם וועג, און איך בין מער נישט one track minded

אמאל האב איך געמיינט אז יעדעס מאל וואס איך טראכט פון עפעס לאסט, מוז עסק ומען לידי מעשה צו עקטן אוט.

    היינט ווייס איך אז דער באשעפער האט מיר געגעבן די כוחות זיך צו שטארקן, און עס בארואיגן אויף א געזונטע אויף, און בלייבן ריין.

אמאל איז מיין תורה און תפלה ליידער נישט געווען בקדושה ובטהרה, און ס'איז שווער צו טראכטן ווי שטארק דער רבוש"ע האט געהאט א נחת רוח דערפון.

    היינט דינט מען דעם באשעפער מיט א הייליגקייט באהבה וברצון בקדושה ובטהרה, און מ'זוכט כסדר צו שטייגן דערין למעלה למעלה.

אמאל האב איך נישט געהאט אזויפיל נערווען צו מיינע אומשולדיגע קינדערלעך.

    היינט האב איך די וועלטס נערווען און געדולט צו זיי.

אמאל האב איך געקענט פארוואסערן גאנצעטע טעג פון די ארבעט פאר הבלים און פאר שמוץ.

    היינט ב"ה געשעהט מער נישט אזא זאך, און לכבוד דעם איז מיין ביזנעס ארויף צו העכערע שטאפלען.

אמאל איז יעדע פראבלעם וואס האט זיך געמאכט, געווארן געסאלווט מיט עקטן אוט.

    היינט ווערט יעדער פראבלעם קעירגענומען, און מען טוט בעז"ה די ריכטיגע השתדלות זיך ארויסצוזעהן פונעם פראבלעם.

אמאל האט יעדע דורכפאל וואס האט זיך געמאכט ביי מיר, געענדיגט מיט עקטן אוט.

    היינט ווערט יעדער דורכפאל אויפגענומען מיט דער ריכטיגער צוגאנג, מ'שטעלט זיך אויף און מ'גייט ווייטער.

אמאל האב איך געמיינט אז די וועג זיך צו טוישן איז דורך אינטערנעמען גרעסערע צילן.

    היינט ווייס איך אז דער וועג מצליח צו זיין אין סיי וואס איז צו מאכן קליינע סטעפס, און ארבעטן מיט איין טאג אויפאמאל.

אמאל האב איך זיך כמעט נישט גערירט פארויס אין מיין לעבן, ווייל איך בין כסדר געווארן ערגעצוואו אינמיטן פארפלאנטערט מיט שמוץ.

    היינט רוקט מען זייך שטענדיג פארויס אין פארשידענע הינזיכטן אינעם לעבן ברחניות ובגשמיות מיט גרויס סייעתא דשמיא.

אמאל האט מיין דאווענען אויסגעזעהן אויף א אופן וואס ס'בעסער אז מ'רעדט נישט דערפון.

    היינט איז עס א דירעקטע מיטל וויאזוי נאנט צו ווערן מיט אונזער באליבטער טאטע אין הימל.

אמאל איז כמעט יעדע זאך וואס איך האב געזעהן געווען רילעיטיט צו ס*** במישרים אדער בעקיפין.

    היינט זעה איך ב"ה זאכן מיט א קלארע סויבערע מח.

אמאל האב איך געמיינט אז ווי מ ער ס*** איך וועל האבן, אלץ מער לייכטער וועלן מיינע פראבלעמען ווערן.

    היינט ווייס איך אז דאס איז א בלויזע איינרעדעניש, או און א פראמינענטער חלק פונעם פראבלעם.

אמאל האב איך געמיינט אז א גוטע שלום בית מיינט האבן ווי מער ס*** מיט די ב"ב.

    היינט ווייס איז אז א גוטע שלום בית מיינט האבן ווי מער און ווי א שטערקערע "עמאשענאל רילעישאן-שיפ".

אמאל האב איך געמיינט אז ווען מ'איז אפן מיט די ב"ב מיט די ענינים שבינו לבינה איז עס א נישט ריכטיגע זאך.

    היינט ווייס איך א דאס איז זייער א געווינטשענע און ריכטיגע זאך (ווען מ'ווייסט וויאזוי).

אמאל האב איך מיך געשעמט צו האבן אפן "הדא" אויף מיין סקרין ווען אנדערע האבן געזעהן.

    היינט איז עס ביי מיר ב"ה נישט מער קיין שום בושה, און איך קען עס האלטן אפן אפי' ווען אנדערע זעהן, (באופן וואס זיי זעהן נישט מיין ניק כמובן).

אמאל בין איך געווען א פשוטע איד.

    היינט בין איך א "הדא איד"!.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ז טבת התש"פ 23:06 #263912

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 388 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 982
  • האט שוין געלייקט: 681 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1920 מאל
  • קאָרמא: 43

עתיד הקב"ה להנחיל לכל צדיק וצדיק ש"י עולמו"ת, יעדן טאג איז א וועל"ט פאר זיך, אן עולם ומלואה, אן עולם מלא, ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה צו דערגרייכן דער הייליגער מספר פון ש"י ימים טהורים, כן יעזור השי"ת להלאה!

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ח טבת התש"פ 22:48 #263957

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1516
  • האט שוין געלייקט: 3414 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל
  • קאָרמא: 45
אחכה לו געשריבן on י"ז טבת התש"פ 23:06:

עתיד הקב"ה להנחיל לכל צדיק וצדיק ש"י עולמו"ת, יעדן טאג איז א וועל"ט פאר זיך, אן עולם ומלואה, אן עולם מלא, ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה צו דערגרייכן דער הייליגער מספר פון ש"י ימים טהורים, כן יעזור השי"ת להלאה!


מזל טוב אחכה פאר דיינע 310 ריינע טעג!
דיין שמחה איז מיין שמחה!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ט טבת התש"פ 17:12 #264000

  • פלאקער
  • איצטיגע שטרעקע: 3175 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 12
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 7

ממזל טוב פאר אזא גרויסע דערגרייכונג !!! 
קענסטו פארציילען ווי אזוי די ביסט אנגעקימען ביז דא ??? 


ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ' טבת התש"פ 14:26 #264053

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 388 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 982
  • האט שוין געלייקט: 681 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1920 מאל
  • קאָרמא: 43
פלאקער געשריבן on י"ט טבת התש"פ 17:12:

ממזל טוב פאר אזא גרויסע דערגרייכונג !!! 
קענסטו פארציילען ווי אזוי די ביסט אנגעקימען ביז דא ??? 


באמת קום איך נישט אזוי אן לעצטענס צו שרייבן לענגערע פאוסט'ס דא אויפ'ן סייט, ס'איז  עפעס וואס באדערט מיר גראדע, איך וואלט ווען געוואלט האבן מער צייט פאר דעם, איך האב נאך אזויפיל וואס צו שרייבן, אבער אויב איז דאס יעצט רצון הבורא, בין איך זיך מכניע אינגאנצן אינדער דעם, און אז ער וויל אזוי, איז עס מיר א לכתחילה שבלכתחילה, און איך טוה זיך כעת באקנוגן מיט קלענערע פאוסט'ס דא און דארט.

היינט וועל איך יא ווידמען אפאר ווערטער לכבוד פון מיינע טייערע חבירים וואס האבן מיר געבעטן דא, און בעיקר פריוואט, אז איך זאל שרייבן אביסל מער איבער וואס ס'האלט מיך ריין, און אין וואס איך בין תולה מיין הצלחה. דהיינו וועלכע פעולות פון השתדלות איך טוה, זוכה צו זיין צו דער סייעתא דשמיא וואס באגלייט מיך און העלפט מיר זיין ריין.

איך בעט ביים באשעפער שלא אכשל בלשוני, ולא אומר דבר שלא כרצונו, ויהי לרצון אמרי פי:

דער עכטער תירוץ אויף דער שאלה איז "אז איך ווייס נישט". איך ווייס באמת נישט, איך ווייס אזויפיל אז איך דריי מיך דא אויף הדא שוין קרוב צו א יאר צייט, און איך בין מיטן אויבערשטנס הילף ריין ב"ה.

אבער ווען איך האב צונומען די זאך אביסל מער, און זיך אפגעשטעלט פאר א וויילע פונעם רוטינער טאג טעגליכער יאגעניש, בין איך ארויסגעקומען ווי פאלגענד:

איך האב אייביג געהאט א משונה'דיגע רצון צו סטאפן, איך האב געוויסט אז מ'קען אזוי נישט אנגיין, מ'קען אזוי נישט מגדל זיין קיין ערליכע דורות, און מ'קען נישט פאפן פאר אייבי גזיך אליינס, די ווייב, און אוודאי נישט דעם באשעפער.

איך דארף פאר קיינעםנישט מסביר זיין די שווערע אנגעלייגטע און אומ'בטעמ'טע פילינגס מיט וואס איך האב מיך ארומגעדרייט טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, און חודש נאך חודש, ביים דאווענען, ביים לערנען, בייי דער ארבעט, אינדערהיים, און ווען נישט.

איך האב געבעטן דער באשעפער, און געווארט אויף מיין ישועה, געווארט אז "דער טאג" זאל אנקומען.

נאך אזויפיל יארן פון פלאגעניש און פיין, פיזיש ווי גייסטיש, בין איך אנגעקומען דא צו הדא אינעם גליקליכן טאג פון ד' אדר ב' תשע"ט, דער טאג וואס איז ביי ימיר פארצייכענט מיט גאלדענע אותיות אלץ "דער טאג פון מיין לעבן"!

איך וועל נישט מאריך זיין מיט קיין פרטים וואס איך האב שוין געשריבן דא אין מיין טרעד, און אזוי אויך אין אנדערע טרעד'ס, איך וועל נאר אזויפיל יא שרייבן, אז ווען איך האב מיר איינגעשריבן און אנגעהויבן צייילן, האב איך מחליט געווען מיט א אגרעסיווע אנטשלאסענקייט, אז יעבור עלי מה, גענוג איז גענוג, און אז איך וועל מיך נישט צוכאפן צו דער געלעגענהייט ווער ווייסט צו ס'וועט זיך נאך אמאל מאכן, איז אלזא אם לא עכשיו אימתי.

איך האב מיט טרערן באשלאסן אז "בלוט זאל זיך גיסן, אבער אחכה וועט בלייבן ריין בעז"ה מעתה ועד עולם"!

איך האב געוויסט אז ס'איז איינגעשטעלט, ווייל אזויפיל מאל בעפאר האב איך זיך שוין צוגעזאגט און פרובירט מיט אזויפיל ערליי אופנים ולא עלתה בידי,אבער פאקטיש האב איך קיינמאל נישט געהאט קיין פראגראם, און זיכער נישט קיין מסייעים לדבר מצוה, חבירים יקרים, און נישט קיין האנט בוך א.א.וו.

איך האב דאנלאודעט און ארויסגעפרינט דער האנט בוך, גענומען ערליך צו ליינען יעדן טאג און א באשטימטע צייט וואס איך האב געמאכט דערפאר, און אויסגעפאלגט מיט א תמימות אלע אנווייזונגען.

די ערשטע שטיק צייט האב איך אוועקגעגעבן אסאך צייט דערפאר, איך האב געליינט זייער אסאך אויף הדא פון אלטע און פון אקטיווע מעמבער'ס, און איך האב געטראפן זייער אסאך וואס האט גערעדט דירעקט צו מיר.

דערנאך האט זיך אנגעהויבן די ווארימע ברוך הבא'ס, קודם פון נטע'לע און דעערנאך פון אנדערע, און איך האב אנגעהויבן גיין צו לייכטע טעראפי ווי שוין מאריך געווען אין יונגעלייט ווינקל, און צוביסלעך האט אנגעהויבן ווער עפעס א שטיקל צורה פון דער אחכה לו, 10 טעג, 20 טעג, 30 טעג, און א.א.וו. ס'געווען זייער שוועער אין אנהויב, אבער איך בין געווען גרייט אויף אלעס, איך האב אסאך גענוצט אין יענע תקופה דאס וואס מייין זיידע ע"ה האט מיר געוויזן ווען איך בין געווען א יונגע בחור, (איך מיין אין איינס פון די ספרי דברי אמונה, שומר אמונים), אז ווען מ'האט א נסיון ציט א מחשבה זרה וכדומה, זאל מען זיך מאכן א געוויסע פיזישע צער, און ס'וועט אוועקגיין, איך פלעג מיך גוט "ציפן" ווען ס'האט אנגעהויבן פלאקערן אין מיר א לאסט, א תאווה צו גיין קוקן, צו גיין טון... און עס האט געארבעט וואונדערבאר, (אדרבה קענסט עס פרובירן אויב דו ווילסט), ביז מיין מח האט צוביסלעך אנגעהויבן צו באקומען די מעסעדזש אז NO MORE די גוטע (...???) צייטן האבן זיך גענדיגט, און עס האט זיך אנגעהויבן נייע צייטן, בעסערע צייטן, נארמאלערע צייטן.

איך האב אין יענע תקופה גערעדט אסאך מיט חבירים, און מיט טייל זיך אויך געטראפן, וואס דאס האט אסאך צוגעגעבן צו מיין ריקאווערי, וכאן המקום להזכיר די מיט וועם איך האב גערעדט אין די סאמע ערשטע תקופה, ה"ה נטע'לע, אין שום יאוש, יונה'לע, וועלכע האבן מיר גאר אסאך ארויסגעהאלפן און יענע תקופה, (איך בעהט מחילה אויב איך האב אויסגעלאזט איינעם), איך האב געהאט אן אוזן קשבת, און געטרייע חבירים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר מיין הצלחה, הקב"ה ישלם שכרם.

ס"ה איך האב "באמת" געוואלט, און געווען גרייט אויף "אלעס". איך האב מיט דער צייט דיסקאווערט אז איך בין נישט קיין עדיק, אויב איך וואלט יא געווען וואלט איך ווארשיינעליך געדארפט נעמען גרעסערע שריט אז איך זאל קענען אויפהערן.

איך קען נאך שרייבן נאך, אבער אויף די מינוט האב איך געקאווערט די בעיסיקס וואס איך האב געוואלט שרייבן, ואי"ה עוד חזון למועד.

בלייבט'ס אלע ריין!

ענקער חבר אחכה.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ד טבת התש"פ 23:09 #264178

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 388 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 982
  • האט שוין געלייקט: 681 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1920 מאל
  • קאָרמא: 43

מה ה"א שואל מעמך? כי אם ליראה! [317]

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ד טבת התש"פ 23:22 #264179

  • מצפה לישועה
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 32
  • האט שוין געלייקט: 9 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל
  • קאָרמא: 4

איך פריי זיך מיט מיט דיר אן א שיעור דיין הצלחה איז מיין הצלחה, אגב, דיין טרעד - באמערק איך - איז מלא תוכן וחיזוק ייש"כ

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ה טבת התש"פ 12:06 #264190

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 388 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 982
  • האט שוין געלייקט: 681 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1920 מאל
  • קאָרמא: 43
אחכה לו געשריבן on כ"א סיון התשע"ט 08:26:
מִן הַמֵּצַר קָרָאתִי קהּ, פון מיין איינגעצוימטער מצר, פלעג איך רופן צום באשעפער, איך פלעג אלעמאל אזוי האפן אז דאס זאל זיין די לעצטע מאל וואס איך זאל האבן דורכגעפאלן.... איך האב געפילט שטענדיג אזוי שלעכט און אראפגעקלאפט, וואס וועט דא זיין? וועט עס שוין אייביג אזוי בלייבן? וועל איך נאך אמאל קענען האבן גאנצע 3/4 וואכן ריין? גייט דאס אמאל פאסירן אין די ווירקליכקייט...?

און אט: עָנָנִי בַמֶּרְחָב קהּ, דער הייליגער באשעפער האט דערהערט, מיטגעשפירט, און מיר געענטפערט, יא מיין טייערע שעפעלע, איך בין דא מיט דיר, קום צדיק'ל, כאפ מיר אן מיין האנט, איך וועל דיר ארויסשלעפן, משכני אחריך נרוצה, כאפ דיר אן אין הדא, איך האב עס פאר דיר צוגעשטעלט, כאפ דיך אן אויפן טשארט, הייב אן ארבעטן, און איך וועל דיר העלפן אז: בַמֶּרְחָב קהּ דו וועסט נאך אמאל אנקומען צו א ברייטקייט פון 105 ריינע הייליגע טעג! דו עפען מיר נאר דעם פתח של מ'ח'ט', מ'יט ח'שק ט'וה וואס דו קענסט, וה' יגמור בעדך, איך וועל דיר שוין עפענען נאכדעם דער פתח של א'ו'ל'ם', די טויערן פון א'ורה - ליכטיגקייט, ו'ותיקות - ערליכקייט, ל'ומדת יראתך, מ'תיקות - זיסקייט, צו וואס איך האב ב"ה זוכה געווען אין דעם היינטיגן טאג.

אזוי נישטערינג'דיג אביסל מיין טרעד האב איך מיר פונקט אנגעשטויסן אין דעם תגובה, ס'איז מיר גראדע געפאלן, און איך האב נישט געהאט געדענקט דערפון, אצינד לויב איך דעם באשעפער אז איך האלט שוין ביי דער מספר פון אריבער 3 מאל ק"ה.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ה טבת התש"פ 23:10 #264220

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 388 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 982
  • האט שוין געלייקט: 681 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1920 מאל
  • קאָרמא: 43

אני ישנה ולבי ער! [318], נאך 318 טעג פיל איך ווי מיין הארץ איז אפן, א רוח טהרה נעמט איר ארום, און גלייכצייטיג בעט איך אויף ווייטער אז וטהר ליבנו לעבדך באמת!

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"א שבט התש"פ 22:41 #264562

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 388 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 982
  • האט שוין געלייקט: 681 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1920 מאל
  • קאָרמא: 43

דריי איז חזקה, דריי מאל דריי (333) איז חזק חזק חזק!

אין מיין היינטיגער טאג זאג איך חזק אחכה, שטארק דיר אויף ווייטער, ווייל דער אויבערשטער איז מיט דיר, ער האט דיר געהאלפן ביז אהער, און ער וועט דיר העלפן ווייטער ווען דו וועסט זיך ווייטער היטן און טון פעולות צו בלייבן ריין.

חזק מיינע טייערע חברים דא אלע אויף הדא, שטארקס ענק, שטארקס ענק, ס'טאקע שווער, און צומאל ביטער שווער, אבער ס'דאך אזוי זיס, אזוי געשמאק, און אז ס'איז זיס און געשמאק, איז עס שוין נישט אזוי שווער.

און דער דריטער חזק, איז פאר אונז ביידע צוזאמען, כמוני כמוכם, מיר זענען ביידע אינעם זעלבן מלחמה, און מיר וועלן אינאיינעם ווייטער מצליח זיין: אחכה לו, לאמיר אלע האפן אינאיינעם!

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ד שבט התש"פ 17:41 #264584

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1015
  • האט שוין געלייקט: 5545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 892 מאל
  • קאָרמא: 17

מזל טוב פאר 335 טעג

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ט"ו שבט התש"פ 09:48 #264588

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 158 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1580
  • האט שוין געלייקט: 934 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2876 מאל
  • קאָרמא: 56

מזל טוב מזל טוב שמחתך ששמחתי!!!

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ד שבט התש"פ 14:57 #265049

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 388 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 982
  • האט שוין געלייקט: 681 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1920 מאל
  • קאָרמא: 43

זיך איינגעהאנדעלט אצינד נאך א כלי, (ס'דאך שוין שלושים יום קודם החג, וכלי"ם מכלי"ם שונים...), האלט מען יעצט אינמיטן אינסטילירן דעם פילטער, דער בעסטער אויף דער מארקעט.

א כלי א נייע,
ממש א מחי'ה,
מיט א פילטער,
באקרוינט ווערט ער,
ווייל אזוי,
האט דער בורא,
באשטימט גענוי,
אין די הייליגע תורה.

#ווייל ער איז א הדא כלי!

ענני הוי"ה כי טוב חסדך! [345]

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: כ"ד שבט התש"פ 14:58 דורך אחכה לו.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ל' שבט התש"פ 15:41 #265193

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 158 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1580
  • האט שוין געלייקט: 934 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2876 מאל
  • קאָרמא: 56
WOW

געדענק איך נאך ווען די פלעגסט באוויינען נייע כלים וואס די ציטערסט פארן פילטערן ב"V אז מען האלט דא!!!

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ט"ו אדר התש"פ 12:02 #265622

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 388 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 982
  • האט שוין געלייקט: 681 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1920 מאל
  • קאָרמא: 43

א פרייליכן שושן פורים מיינע טייערע ליבע פריינד משפחת הדא!

ב"ה זוכה געווען נעכטן צו פראווענען "א יאר ריינקייט" מיטן דערגרייכן צום מספר פון 365 ריינע הייליגע טעג בעצם יום הפורים! און בשעת ווען מ'האט געטאנצן אין אלע גאסן, האט "אחכה לו" מיטגעטאנצן, ער האט אבער געטאנצן פאר נאך עפעס... די ארומיגע האבן געמיינט פון די וויין, אבער אחכה לו האט טיף אין הארץ געוויסט פארוואס ער פריידט זיך אזוי, מער ווי אלע פורים'ס וואס ער האט געפראוועט ביז'ן היינטיגן טאג! צווישן אנדערע האט מען אויך מערערע מאל געזינגען דעם זמר'ל פון "אחכה לו... בכל יום שיבוא..."

אצינד מיינע געפילן לכבוד דעם גרויסן דערגרייכונג:

א'יין יאר איז פארביי, זינט ווען דער גרויסער נס האט זיך אנגעהויבן. געווען איז עס מיט אביסל מער ווי א יאר צוריק ווען איך בין אויף אן אינטערעסאנטער וועג געוואר געווארן פון הדא, דורך אן אימעיל וואס איך האב פון זיי באקומען איבער א געוויסע נושא, איך ווייס נאכאלץ צו ווייל איינער וואס האט אביסל מיטגעהאלטן איבער מיינע מעשים האט זיי געגעבן מיין אימעיל אדרעס, צו פשוט ווייל דער אויסבערשטער האט רחמנות געהאט אויף מיר, און באשלאסן אז עס איז שוין געקומען דער צייט מיר ארויסצוראטעווען פון די טיפע זומפ ווי איך בין ליידער געווען פארפאלן.

ח'ם לבי בקרבי ווען איך וויקל אצינד אויף מיינע מחשבות פון יענע תקופה, וואס עס קוקט אויס ווי עס איז ממש יעצט געווען, איך האב נישט גענוי געהאט געוויסט וואס דער סייט איז, אבער אזויפיל האב איך געוויסט אז דא ליגט ווארשיינליך באהאלטן מיין ישועה. איך האב עס אבער געלאזט לויפן, און נישט צופיל מער געטראכט דערפון.

כ'ד חלפא שעתא, ווען עס איז אריבער נאך א שטיקל תקופה, האב איך מיר ווידעראמאל אנגעשטויסן מיט דער סייט, און דאס מאל האב איך שוין יא אביסל מער אריינגעקוקט מה טובה און צו היש בה עץ, וואס איז דאס, און וואס האט עס צו פארקויפן, וראה ראיתי בעניי עמי, את מה שביקשתיו ולא מצאתיו אזא לאנגע צייט, איך האב געזעהן און געליינט, ארומשפאצירט און זיך אומגעקוקט עס האט זיך פאר מיר אנפלעקט א נייע וועלט, א ריינע וועלט, טאקע באותו מקום ובאותו זמן ממש, דא אויף דער אינטערנעט וואס איז געווען דער מקום מוכן לפורעניות ווי איך בין ליידער אזויפיל דורכגעפאלן היל"ת, און איך האב געזעהן אז איך ליידער נישט דער איינציגסטער וואס דרייט זיך ארום מיט אזא געשיכטע.

ה'אב איך נאך עטליכע טעג זיך דרייען דא אין דער מקום קדוש, באשלאסן אז איך ווער א טייל, איך ווער א הדא איד! און איך האב מיר איינגעשריבן מיטן ניק "אחכה לו", נישט חלומ'דיג אז דא גייט אמאל עפעס ערענסט געשעהן, נאר מער אלץ א בחינה אז איך זאל קענען זאגן אז איך האב שוין אלעס פרובירט, און גארנישט האט געהאלפן.

ל'יל ד' אדר ב' תשע"ט, איז געווען דער גורל'דיגער טאג, דער טאג וואס איז געווארן פארצייכענט מיט גאלדענע אותיות אין די קעמערלעך פון מיין הארץ, דער טאג וואס האט געטוישט מיין לעבן אויף אייביג! אין בוכשטעבליכן זין. דער טאג וואס איך האב אנגעהויבן לעבן מיט אן אמת'ן קרבת אלקים, דער טאג וואס איך בין געווארן אן "ערליכער איד", דער טאג וואס האט איבערגעלאזט אויף מיר א געוואלדיגע רשימא דקדושה, און היינט שטיי איך א יאר שפעטער, איך איך הייב אויף מיינע הענטעלעך צום טאטן אין הימל איך און מיט א קול געשטיקט פון טרערן שריי איך אויס "יישר כח" הייליגער באשעפער!

ו'ויל איך איך דער צייט אויסדרוקן מיינע הארציגע געפילן פון הכרת הטוב צום בורא כל עולמים, און צו זיינע געטרייע הייליגע שלוחים, די מייסדים פונעם סייט, און די אלע געטרייע אחראים און מעמבער'ס וואס העלפן אז דער לעבענס וויכטיגע סייט זאל קענען אנגיין און פונקאציאנירן, יישר כחכם ואשריכם!. באמת האב איך נאך אסאך צו שרייבן, אבער אצינד וועל איך גיין אין ביהמ"ד זאגן עטליכע קאפיטעלך תהילים לא-ל העונה אותי ביום צרתי, מיט א תודה על העבר ובקשה על העתיד!

און צום שלוס, דארף איך ווייטער חזר'ן פאר מיר אליינס אז איך בין נאך אלץ נישט אינגאנצן אויסגעהיילט, און איך בין נאך אלץ אויסגעשטעלט צו לאסט וכדומה מער ווי אנדערע, איך דארף זיך דעריבער היטן, און זיין שטענדיג אויף דער וואך, און ארבעטן אויף מיין ריקאווערי.

זייטס מיר אלע געזונט, און האטס א ריינעם תמיד.

ענקער חבר אחכה לו.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: ט"ו אדר התש"פ 12:12 דורך אחכה לו.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ט"ו אדר התש"פ 13:27 #265627

  • גן עדן התחתון
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 1
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
  • קאָרמא: 2

יישר כח אחכה לו פארן ארויסברענגן ברבים  דיינע גאנצע יאר ריינקייט
עס האט מיך פארזענדליך געגעבן א שטארקע שטיפ נאכן זיך נאכאמאל ארויפגעשטעלט אויף די 90 טעג רייזע איך האף אין איך האף צי קענען ארויפקימען קימענדיגען יאר אין פייערן א יאר פון ריינקייט אזוי ווי דיר 

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ט"ו אדר התש"פ 14:23 #265631

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 233
  • האט שוין געלייקט: 542 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 553 מאל
  • קאָרמא: 15

מזל טוב אחכה!!! איך פריי מיר באמת מיט מיט דיין שמחה! און נישט פארגעסן אז דו ביסט א מזכה את הרבים וואס אין חטא בא על ידו מיט אלע דיינע פאוסטס וואס דו ביסט אונז אזוי שטארק מהנה און דיין פאסטן אלץ מנהל אויף יונגעלייט ווינקל וואס דו העלפסט אזוי סאך אידן און איך אליין האב שוין אויך הנאה געהאט פון דיינע עצות און פרעזענליכע ערפאראונג

איין זאך וואס איך נעם ארויס פון דיין מעשה איז ווי מזעט קלאר ווי יעדער האט זיין מינוט וואס איז אים באשערט צו דעגרייכן זיין ישועה אפילו דו האסט שוין געוויסט פון הד"א און האסט זיך פארגעשטעלט אז דא ליגט דיין ישועה האסט עס געלאזט לויפן און ווען סאיז געקומען די ריכטיגע מינוט האסטו זיך אויפגעסיינט אפילו האסט נישט געגלייבט אז דאס גייט דיר העלפן, איך פרעזענדליך נעם דערפון א געוואלדיגע חיזוק אז יבוא יומי אי"ה בקרוב, מדארף נאר מתפלל זיין און טון וואס מקען, און דער אייבערשטער וועט העלפן און די מינוט וואס ער וועט וועלן

דער אייבערשטער זאל דיר געבן נאך אסאך ריינע יארן מיט שמחה און הרחבת הדעת!

ידידך 
שלום 

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ט"ו אדר התש"פ 15:17 #265633

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 432 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 731
  • האט שוין געלייקט: 1751 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 940 מאל
  • קאָרמא: 13

מזל טוב מזל טוב אחכה פאר דיין יאר
די יאר זאל דיר ברענגען נאך לאנגע געזונטע ריינע יארן
און קענען ארויס העלפן נאך אסאך חברים
אבער פארגעס נישט איין טאג אויף אמאל

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ט"ו אדר התש"פ 15:19 #265634

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1015
  • האט שוין געלייקט: 5545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 892 מאל
  • קאָרמא: 17

מזל טוב אחכה
א געמאטריע האסטו פארגעסען  ?

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ט"ו אדר התש"פ 15:23 #265635

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 432 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 731
  • האט שוין געלייקט: 1751 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 940 מאל
  • קאָרמא: 13
365 באטרעפט א יאר אויף די ענגלישע קאלענדער
סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ט"ו אדר התש"פ 15:40 #265636

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 444
  • האט שוין געלייקט: 407 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל
  • קאָרמא: 28
אחכה לו געשריבן on ט"ו אדר התש"פ 12:02:

א פרייליכן שושן פורים מיינע טייערע ליבע פריינד משפחת הדא!

ב"ה זוכה געווען נעכטן צו פראווענען "א יאר ריינקייט" מיטן דערגרייכן צום מספר פון 365 ריינע הייליגע טעג בעצם יום הפורים! און בשעת ווען מ'האט געטאנצן אין אלע גאסן, האט "אחכה לו" מיטגעטאנצן, ער האט אבער געטאנצן פאר נאך עפעס... די ארומיגע האבן געמיינט פון די וויין, אבער אחכה לו האט טיף אין הארץ געוויסט פארוואס ער פריידט זיך אזוי, מער ווי אלע פורים'ס וואס ער האט געפראוועט ביז'ן היינטיגן טאג! צווישן אנדערע האט מען אויך מערערע מאל געזינגען דעם זמר'ל פון "אחכה לו... בכל יום שיבוא..."
און צום שלוס, דארף איך ווייטער חזר'ן פאר מיר אליינס אז איך בין נאך אלץ נישט אינגאנצן אויסגעהיילט, און איך בין נאך אלץ אויסגעשטעלט צו לאסט וכדומה מער ווי אנדערע, איך דארף זיך דעריבער היטן, און זיין שטענדיג אויף דער וואך, און ארבעטן אויף מיין ריקאווערי.


מזל טוב מיין טייערע חבר/רבי אחכה לו
א יאר סאובער איז נישט קיין קלייניגקייט, דער רבינו בחיי שרייבט אז די סיבה פארוואס מען טרעפט אז עס איז דא זייער אסאך זאכן וואס נעמט א יאר, צום ביישפיל שנה ראשונה, א יאר פון אבלות וכו', איז וועגן ווען די מציאות אין לעבן טוישט זיך ביי א מענטש דארף אריבער גיין אלע זמנים אין יאר אויף די נייע מציאות, און הערשט נאכדעם ווערט עס א חלק פון די מענטש, איז יעצט אז דו האסט געפראוועט א יאר פון ריינקייט, דאס מיינט יעדע זמן פון יאר מיט א ריינע מח, ביסטו געווארן אינגאנצן א ריינער מענטש, דאס האסטו זיכער באקומען א מתנה פון אויבערשטן בזכות וואס דו ביסט אזוי געטריי פאר אונז אלע, און דו געבסט זיך אזוי אוועק פאר יעדעם איינעם פון אונז, און דער אויבערשטער בלייבט נישט שולדיג, וועגן דעם געבט ער דיר די כח זיך אליין אויך צו קענען האלטן ריין.
און דער אויבערשטער זאל דיר ווייטער געבן ריינע טעג, זאלסט זיין ריין דיין גאנצע לעבן, און אויך זאלסטו זיין ריין פון יעדע סארט שוועריגקייט אין לעבן, נאר דו זאלסט אייביג האבן א זיסע לעכטיגע לעבן בטוב הנגלה והנראה.
און צום שלוס אויב אויב איך מעג פרעגן וואס טוסטו פאר דיין ריקאווערי, וואס האלט דיך ריין, אפשר קענסטו מיט טיילן מיט אונז, אז אנדערע זאלן זיך קענען אראפלערנען פון דיר

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ט"ו אדר התש"פ 15:53 #265637

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 388 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 982
  • האט שוין געלייקט: 681 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1920 מאל
  • קאָרמא: 43

א ייש"כ פאר אלע הארציגע באגריסונגען, עס געבט מיר באמת פערזענליך חיזוק אויף ווייטער.

און צו היילגער צדיק'ס שאלה, וועל איך אצינד זיך באגנוגן צוצוצייכענען א  פאסט ווי איך האב לעצטענס געשריבן, און איך האף אז דאס וועט עטוואס קלאר מאכן:
זעה דא

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ט"ו אדר התש"פ 16:15 #265638

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 99 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 184
  • האט שוין געלייקט: 262 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל
  • קאָרמא: 20

מזל טוב מיין טייערע חבר און רבי הרב אחכה לו שליט"א פאר דיין אפצייכענען א יאר פון זיין דא מיט אונז.

דיינע כסדר'דיגע זיסע אויפריכטיגע ווערטער גיט מיר און יעדן דא אין די קהלה חיזוק אנצוגיין און שטייגן.

דער באשעפער זאל דיר געבן אסאך געזונטע און געשמאקע ריינע יארן. מיט הרחבות הדעת און אלעס גוטס וואס דו דארפסט.

יונה'לע

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ט"ז אדר התש"פ 16:28 #265671

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 158 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1580
  • האט שוין געלייקט: 934 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2876 מאל
  • קאָרמא: 56

כי אין מילה בלשונו WOW קיפ אן!!!

מיר א פערזענליכע שמחה!!!

תמחה את זכר עמלק!!!!

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ט"ז אדר התש"פ 22:35 #265712

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 31
  • האט שוין געלייקט: 14 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

שוין באמת געענדיגט א לאנגע געשרייבעכטס פאר דיר, און עס איז אוועקגעפאלן, אבער פאר אחכה וועט מען עס איבערשרייבן!
געווען איז עס פאר איבער 20 יאר צוריק פורים ווען איך בין נאך געווען א קליין יונגל געדענק איך אביסל ווי איך האב דארט אויסגעשריגן הויעך פאר מיינע באקאנטע וואס איך האב דארט געטראפן, 
ער איז שוין א יאר!
דאס איז געקומען דערנאך וואס מיין יונגערע ברידער האט זיך געיערט גלייך פאר פורים און ביי מיר האט עס אריינגעברענגט אין א נייע השגה, אז א גליינעקייט?! ער איז דאך שוין א יאר, און דאס איז געווען זיין עלטערע ברידערס שמחה, אבער א שמחה פון די ערשטען יאר ווייל די ווייטערדיגע יארן איז שוין מיטגעגאנגען,
לענינינו, אונזער אלעמען נאנטע און מיטארבעטער דא דער ברייט בארימטע חבר אונזערס וואס שטייט שטענדיג דא צום רעכטן האנט ה"ה אחכה לו שליט"א
וואס האט די זכי' די טעג אנצוצייכענען איבער א יאר פון הצלחה א יאר פון אסאך און גאר אסאך ארבעט און אסאך תפילות איינרייסן און גאר אסאך מלחמות פירן וואס יעדען טאג,  שעה און אפילו מינוט איז שווערער און אסאך מער ארבעט ווי מען קען זיך פארשטעלן פון פאראויס, 
און דאס האט אונזער אחכה ביי זיך פארפאקט מיט א געוואלדיגע הצלחה וואס דאס טוט אונז אסאך פאראויס ווייזן און ארויסהעלפן און אונז פירן אז יא מען קען אנקומען מען דארף מיר וועלן און טון און ארבעטן און אזוי קען יעדער און וועט יעדער אנקומען, 
און ב"ה מיר קענען צוקוקן און זיך פארשטעלן די שמחה און נצחון המלחמה וואס הערשט ביי דיר און עס טוט זיין א ריכטיגע ווייזער סיי פאר דיר אליין און פאר אונז אז יא עס איז טאקע ארבעט אבער מען קען און מען וועט, 
און טאקע יעצט איז די צייט זיך צו באדאנקן פאר דיר סיי פארן אונז אנווייזן אז מיר קענען אנקומען מיט די ריכטיגע ארבעט און סיי די ארבעט וואס די לייגסט שטענדיג אריין דא אין הד"א,
יעצט איז די ריכטיגע צייט טאקע דאס צו פייערן די צייט וואס מיר זעען ביי פורים אז טאקע באותו זמן וואס די יודן האבן געזונדיגט בסעודה של אותו רשע דאן האט שוין השי"ת אנגעגרייט די ניסים דורך הרג'ענען ושתי, וואס מיר זעען איז אז פאר יעדעם איז דא אנגעגרייט שוין פאר די גוטע טעג, מען דארף נאר די זכי' האבן אנצורירן דערצו,
און ברוך השם עס איז זכי' אז די האלסט דא! און השי"ת זאל דיר טאקע געבן אסאך כוחות אויף ווייטער און מיר אלע זאלן קענען אנקומען צו אסאך געזונטע הייליגע און אפגעהיטענע טעג, וואכן און יארן געזונטערהייט ברוחניות ובגשמיות,

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!

This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

לעצט פארראכטן: ט"ז אדר התש"פ 22:36 דורך אפהיטן.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ט אדר התש"פ 01:48 #265733

  • העלף א איד
  • איצטיגע שטרעקע: 139 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 10
  • האט שוין געלייקט: 13 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
  • קאָרמא: 3

מזל טוב הרב אחכה לו פאר דיין 370 ריינע טעג !
און דעם זכות פון ארויסהעלפן אנדערע חברים אז זיי זאלן אויך קענען זיין ריין זאל דער אייבערשטער העלפן אז די זאלסט אייביג קענען בלייבן ריין און די זאלסט זעהן ערליכע אידיש נחת פון דיינע קינדער גרינגערהייט און געזונטערהייט !
און פארגעס נישט אז באמת האלסטו שוין ביי טויזענטער ריינע טעג פון די אלע חברים וועם די העלפסט ארויס וואס זייערע טעג ווערט אויך גערעכנט פאר דיר גיי ווייטער אן מיט דיין עבודת הקודש און מיט דיינע תוכנדיגע ארטיקלען דא אויפן סייט און מיר קוקן ארויס פאר דיין הצלחה מיט דיינע צוקנופטיגע פלענער אונעם יונגעלייט ווינקל !!! 
חזק ואמץ אחכה לו !!!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ח אדר התש"פ 22:33 #265915

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 388 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 982
  • האט שוין געלייקט: 681 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1920 מאל
  • קאָרמא: 43

מיין דאנק ליסטע פון היינט:

ייש"כ באשעפער אז איך האב נישט היינט חתונה געהאט.

​ייש"כ באשעפער אז איך האב נישט חתונה געמאכט היינט.

ייש"כ באשעפער אז איך האב נישט היינט געהאט נאך א קינד.

ייש"כ באשעפער אז מיינע קינדער זענען געזונט און געווען באשעפטיגט היינט מיט גוטע זאכן.

ייש"כ אז מיין פרנסה גייט ב"ה ווייטער אן טראץ די אומשטענדן.

ייש"כ פאר די פראוועזארישע אפיס וואס דו האסט מיר צוגעשטעלט פאר דערווייל עד יעבור זעם.

ייש"כ פאר נאך אזויפיל זאכן און אזויפיל גוטס וואס דו האסט מיר היינט געטון.

ייש"כ פאר מיין היינטיגע ריינע טאג.

ייש"כ פארן מיינע 380 ריינע טעג אויפאמאל.

און א ייש"כ פאר מיינע ריינע טעג וואס דו וועסט מיר באשערן ווייטער מיט רחמים און חסדים.

*

און איך ענדיג מיט א תפלה לקל חיי, הייליגע באשעפער העלף, רחם נא ה"א על ישראל עמך, והסר ממנו מכת המגיפה, און העלף הבריאים שלא יחלו ועל החולים שיתרפאו.

א באזונדערע תפלה פאר אלע חברי הדא צו קענען בלייבן ריין אין די יעצטיגע פארנעפעלטע זמנים.

און א חתימה מעין הפתיחה, העלף אז די אלע אידן וואס מאכן שמחות אין די יעצטיגע טעג, זאלן זענען שלימות'דיג, זיי זאלן עס קענען אננעמען באהבה, געב זיי כח, און געב זיי אלעס וואס פעהלט אויס.

איך שטיי איך טראכט צו מיר פון א יונגערמאן וואס האט אצינד זיין ערשטע קינד נאך 2 יאר נאך זיין חתונה, די שמחה איז גרויס, עד אין לשער, ער גרייט זיך שוין, ער האפט און קוקט שוין אזוי לאנג ארויס אריינצוקומען אין ביהמ"ד, אין כולל, איינמעלדן זיינע חבירים אז "ער איז געווארן א טאטע", רופן צו זיין שמחה, צום שלום זכור, ווך נאכט, ברית, און דא איז אלעס אזוי שווער, אזוי פארנעפלט, ניטאמאל קען ער אריינגיין אין שפיטאל און הערן דאס ערשטע געוויין פון זיין ניי געבוירענס, נישט קיין ביהמ"ד, נישט קיין כולל, נישט קיין ווארימע הענט געדרוקעריי, גארנישט.... אפשר אפאר טעקסט מעסעדזשעס מיט עמאדזשי'ס מיט א מאסק, יוש... ס'דארף אים זיין אזוי שווער. אט פאר דעם יונגערמאן בין איך מתפלל אז דער באשעפער זאל העלפן אז ס'זאל אים אנקומען גרינג, ער זאל אים צושיקן די ריכטיגע מחשבות, און אים עכט העלפן אננעמען זיין נסיון באהבה. 

און צום אויספיר, א ווארט פון צדיקים, אילו שמרו ישראל "שתי שבתות מיד נגאלין", אז עס גייט ארויף אויף די קומענדיגע צוויי שבתות פון חודש ניסן, זאל דער אויבערשטער אוודאי העלפן אז אין אזא זמן פקידה, בא יבא ברנה, ער זאל שוין קומען, שוין העכסט צייט, ובקרוב ממש נהל נטעי כנה פדויים לציון ברנה בעגלה ובזמן קרוב ונאמר אמן.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ט אדר התש"פ 09:53 #265919

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 158 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1580
  • האט שוין געלייקט: 934 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2876 מאל
  • קאָרמא: 56

דער זעהט ב"ה גוטס אין יעדן מצב

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ט אדר התש"פ 11:52 #265927

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1516
  • האט שוין געלייקט: 3414 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל
  • קאָרמא: 45

ק\פ אריין אין מיין דאנק ליסטע.
(אלס האט דער אחכה די ריכטיגע שפראך אין די ריכטיגע פלאץ)

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! א' ניסן התש"פ 19:02 #265977

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 388 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 982
  • האט שוין געלייקט: 681 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1920 מאל
  • קאָרמא: 43

איך בין א גאנצן טאג אינדערהיים און איך האב נישט וואס צו טון....

דער פראזע הערט מען לעצטענס אפט ווען מ'רופט חבירים און ידידים זיך נאכצופרעגן וואס מען מאכט, און וויאזוי מען שפירט אין די דאזיגע טעג, וואס מיר לעבן אלע מיט דער שווערער קריזיס.

אבער איך האב אזוי געגעבן א טראכט צו מיר, איז עס טאקע אזוי שלעכט אז מען איז אינדערהיים און מען האט נישט וואס צו טון???

איז עס טאקע אזוי געפערליך???

און איך וועל מיך בעסער מסביר זיין: לאמיר צונעמען אביסל די ווערטער, "איך", קודם איז ב"ה דא א איך, דו ביסט דא, דו לעבסט, און דו ביסט ב"ה געזונט און שטארק!

...בין ב"ה אינדערהיים", דו האסט א שטוב, א ווארימע היים, און דארט טוסטו זיך אצינד געפינען, ניין דו ביסט נישט היימלאז, און דו ביסט נישט א סינגל, דו ביסט ב"ה א בעל משפחה, דער ראש פון א גרויסע אדער קליינע אדער צוקונפדיגע משפחה, דו ביסט טאקע איינגעשפארט יעצט אין שטוב, אבער ב"ה נישט "אויסגעשפארט" פון שטוב, דו ביסט אין "דיין" הויז, נישט אין יענעמ'ס, דער הויז פאר וואס דו צאלסט רענט אדער מארגעדזש (אדער קיין איינס... נאך בעסער.)

...און דו האסט נישט וואס צו טון". איז אזוי, קודם כל האסטו יא וואס צו טון, דו האסט זיך אויף וואס אפצורעדן.... נאכדעם, קען זיין אז דו קענסט נישט טאקע ארבעטן יעצט געהעריג, אבער ב"ה אז דו האסט נישט עפעס אנדערש מעידזשאר וואס צו טון, ב"ה אז דיינע עלטערן זענען נישט קראנק, ב"ה אז דיינע קינדער זענען נישט אוטיסטיש, און אויב דער באשעפער האט דיך יא פרובירט מיט די נסיון, דאן ב"ה אז נישט אלע זענען אזוי נאר איינער, ב"ה אז דו ביסט נישט "פארנומען" מיט דיינע בעלי חובות אויפן טעלפאן, און ב"ה אז דו ביסט נישט פארנומען מיט קיין שום אנדערע צרה וצוקה ה"י.

זאל זיך דער בורא מרחם זיין אויף כלל ישראל. מיר זאלן שוין זיין אין אונזער אמת'ער היים אין ירושלים, און מיר וועלן "גארנישט האבן וואס צו טון" אויסער עבודת ה', אלע אנדערע זאכן וועלן געטון ווערן דורך אונזערע משרתים, ושם נעבדך ביראה כימי עולם וכשנים קדמוניות, ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים, ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים, בביאת בן דוד במהרה בימינו, אמן.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! א' ניסן התש"פ 22:15 #265978

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 444
  • האט שוין געלייקט: 407 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל
  • קאָרמא: 28

טייערע אחכה שוין עטליכע שעה נאכדעם וואס איך האב דורך געליינט דיין פאוסט וועגן וויפיל מען דארף דאנקען און לויבן דעם אויבערשטן, הערליכע לעכטיגע אמת'דיגע פערל ווערטער, אבער איך מודה זיין על האמת, אודה ולא בוש, האסט מיר פעסט צושאקלט, איך האב אזויפיל צו דאנקען און לויבן דעם אויבערשטן, און פארוואס בין איך אזוי צורודערט ?

און די אמת איז איך וועל קודם דאנקען און לויבן דעם אויבערשטן, על כל הטוב והחסד אשר גמלנו, ב"ה איך האב א דאך איבערן קאפ, א לעכטיגע שטוב, לעכטיגע קינדערלעך קע"ה, וכו' וכו', אולי פינו מלא שירה כים ולשוננו רינה כהמון גליו, אין אנו מספיקים להודות.

און איך בין געקומען צו די הכרה אז די עיקר וואס צורודערט מיר, איז די פחד וואס איך האב וואס גייט זיין אין די קומענדיגע מינוט, צו גיי איך געשעדיגט ווערן פון דעם ח"ו, צו נישט, ווי לאנג גיי איך בלייבן איינגעשפארט אינדערהיים, גיי איך האבן געהעריג צו מאכן יום טוב, און לאמיר זאגן אז עס גייט אוועק גיין די גאנצע מציאות, וואס גייט דאס משפיע זיין אויף מיין לעבן ווייטער, גיי איך קענען צוריק גיין צו די געהעריגע סדר היום פון ווי איך קום, און צו אלע זאכן וואס איך האב געהאלטן אינמיטן וועלן ווייטער גיין אזוי ווי איך האב געפלאנט, אדער זענען זאכן אנדערש געווארן, וכו' וכו', בקיצור דער נישט וויסן וואס גייט זיין דאס איז וואס מאכט מיר דערשראקן.

און דא קום איך צו מיט נאך א גרעסערע בושה, איך פארוף מיר אז איך בין א איד א מאמין, איך גלייב אין אויבערשטן, און איך פארלאז מיר אויפן אויבערשטן, און פלוצלונג איז עפעס געשעהן און איך ווייס נישט וואס דא גייט זיין ווייטער, און איך ווער אינגאנצן פארלוירן, ווי איז פארלוירן געווארן מיין אמונה ? ווי איז פארלוירן געווארן מיין בטחון ? נאר דא קומט דער אמת וואס פאטשט אין פנים, איך האב טאקע אמונה און בטחון, אבער די שאלה איז אין וועמען, אין אויבערשטן, אין מיר אליין, אדער אין די סדר וויאזוי די וועלט פירט זיך ?

און בין איך געוואויר געווארן אז מיין עיקר אמונה איז געווען ביז יעצט, אין די סדר פון די וועלט וואס ווערט געפירט מיט א רואיגקייט, און יעדע זאך וואס איז פארגעקומען אויף די וועלט וואס קען מיר צומישן, האב איך שנעל אויסגערעכנט אז עס שטערט נישט מיין פריוואטע לעבן, און ממילא בין איך געווען רואיג, אבער יעצט איז אנגעקומען א פראבלעם וואס די וועלט געבט זיך נישט קיין עצה מיט דעם, און איך קען עס נישט אפטיילן פון מיר אז עס זאל נישט שטערן מיין געווענטליכע סדר היום, ממילא בין איך געווארן אינגאנצן צורודערט.

ממילא בעהט איך פון אויבערשטן, רבוש"ע העלף מיר אז יעצט נאכדעם ווי איך האב געכאפט ווי ווייט איך בין פון אמונה און בטחון, ווי ווייט איך בין פון זיך איבערגעבן אין דיינע הענט, ווי ווייט איך רעד מיר איין אז איך קען אליין פירן מיין אייגענע וועלט, העלף מיר אז פון יעצט אין ווייטער זאל איך מיר יא קענען איבערגעבן אין דיינע הענט, און זיך לאזן פירן דורך דיר מיט א רואיגקייט, אז איך זאל קענען טוהן דיין רצון און נישט מיין רצון.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)
צייט צו מאכן א בלאט: 1.50 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא