ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! 11325 באזוכער

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ח' אב התש"פ 13:57 #267872

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 522 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1126
  • האט שוין געלייקט: 877 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2128 מאל
  • קאָרמא: 50
אפהיטן געשריבן on ז' אב התש"פ 11:31:

עס איז ידוע די מעשה פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע,
ווען דער הייליגער חוזה פון ליבלין זי"ע האט זיך צוריקגעקערט פון תשליך, ווי עס האט געשפאנט אויף די ליבלינער גאסט פונעם טייך אויפן וועג צו ביתו נאוה קודש ארומגענומען בקרב חסידיו,
האט מען געזעהן ווי דער הייליגער ראפשיצער רב, וואס איז נאך דאן געווען א יונגערמאן לויפט אקעגן דעם שטראם צוריק דעם וועג צום טייך, 
פארווינדערטערהייט האבן די חסידים געפרעגט ר' נפתלי ווי לויפט איר?
האט עס געענפערט: איך לויף כאפן דעם רבין'ס עבירות, וואס איז ביי מיר מצוות,
במה דברים אמורים,
מיר האבן דא באקומען א נייעם מיטארבעטער ה"ה אשרי המחכה וואס ער גייט זיך מאכן א נייעם ציילונג וואס דארט גייט זיין די ריכטיגע ריינע טעג,
קומען מיר און מיר בעטן השי"ת געב מיר די 500 ריינע טעג וואס אחכה רעכענט אים נישט ווי מצוות, ווייל זיינע 500 טעג איז ביי אונז מסירות נפש טעג,

יהא בואכם לברכה,
א יוד טאר נישט בלייבן שטיין, און אז מען האט די זכי' צו דערגרייכט די גרויסע טעג, דארף מען זיכן פון פריש ווי קען מען שטייגן, ווי קען מען אנקומען מער, הערכער, גרעסער און דערהויבענער,
מיר קוקן ארויס אויף דיין הצלחה אחכה, און ביי אונז שטייסטו שוין אין די הויעכע סעפערן, דיינע 500 טעג וויאזוי עס זאל נאר נישט זיין איז א זיכער גרעסערע דרגה ווי מיינע טעג וואס האט בימים ההם נאכנישט געהאט קיין שום ציילונג,


ייש"כ גדלי' ס'מיר א געוואלדיגע חיזוק!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ח' אב התש"פ 14:02 #267873

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 522 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1126
  • האט שוין געלייקט: 877 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2128 מאל
  • קאָרמא: 50
הייליגע באשעפער! איך בעט דיר אז איך זאל קענען אננעמען די היינטיגן טאג און די מארגנדיגע פאסט טאג מיט א רוהיגקייט. נישט זיין נערוועז און אנגעצויגן. טון וואס מ'דארף מיט א נעימות, נישט מיט קיין עצבות חס ושלום. 

איך קען מיך נישט ערלויבן קיין טראפעלע עצבות אפי' אין תשעה באב.

זאל דער רבוש"ע העלפן אז מז'אל מיר אלע זוכה זיין לאור באור החיים, האבן א לעכטיג לעבן און א פרייליך לעבן. און די טעג פון תמוז-אב זאלן נתהפך ווערן פון טרויער און קרעכטצן צו לוסטיג און לעבעדיג, מ'זאל מיר שוין היי יאר זוכה זיין, ווי דער הייליגער רבי פון לובלין זי"ע האט געזאגט, אז ער זעהט שוין ווי אידן שטייען מיט פרייד אין ביהמ"ד תשעה באב ביינאכט ווען אלעס איז ליכטיג און מ'זינגט "ותתן לנו השם אלוקינו את יום חג התשעה באב הזה" אוטש ווי דאס ווארט רייסט שטיקער, ס'ברענגט דאך אזויפיל געגעין צו די גאולה שלימה, ונזכה ונחי' ונראה בביאת משיח צדקינו בב"א!

א גרינגע און רוהיגע תענית פאר אלע חברים יקרים. מיר זאלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה.
לעצט פארראכטן: ח' אב התש"פ 14:02 דורך אחכה לו.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ח' אב התש"פ 14:05 #267875

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 522 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1126
  • האט שוין געלייקט: 877 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2128 מאל
  • קאָרמא: 50
אחכה לו געשריבן on י' אב התשע"ט 23:55:

באמת האב איך געקלערט צו עפענען א פרישער טרעד וואס זאל הייסן "וויאזוי איז געווען דיין ת"ב", אבער ס'איז געבליבן אז איך וועל שרייבן אין קורצן וויאזוי ס'איז געווען ביי מיר, און ווער ס'וויל קען צולייגן זיין ת"ב ערפארונג.

ביי אחכה איז עס געווען היבש פיינפול.

אמת ביי גאנץ כלל ישראל איז עס א טאג פון פיין און צער, פון יגון ואנחה, אומוטיגקייט, אבער ביי מיר איז עס אין מיין וועלטל געווען ספעציעל שווער.

ווען דער טאג פארט, רוטין גאלאפירט, שחרית, פרישטאג, ארבעט, נישטא צופיל צייט און פלאץ פאר עפעס אנדערש, גייט דער גאנצער זאך סאך געשמאקער, ס'פארט, מ'איז ביזי....

וואס געשעהט אבער תשעה באב ביי די קינות אויב מ'איז אין דער בחינה פון ולבו בל עמו.... מ'איז הונגעריג, אראפגעשלעפט אביסל.... די מחשבות לויפן....

ת"ב נאכמיטאג דארף מען הארגענן צייט.... ס'שווער געווען, באמת שווער....

אבער ב"ה דער באשעפער פארלאזט נישט אפי' אין דער גרעסטער הסתרה, אביסל האמיר געארבעט (מיט הפסקות צו געדענקן די אבלות), אביסל ארויסגענומען די חד גדיא, און ב"ה געבליבן סויבער.

ייש"כ פארן אויסהערן. און ס'וועט מיר זיין א כבוד צו הארכן וויאזוי עס איז פאריבער ביי דיר.


ייש"כ באשעפער פארן מיר געבן פאריאר א ריינעם תשעה באב, איך בעט דיר האלט מיר ריין אויך דאס יאר.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ט' אב התש"פ 13:03 #267880

  • אשרי המחכה
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 4
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל
  • קאָרמא: 1

היינט ביי די קינות, ביים פיוט פון "ציון הלא תשאלו לשלום אסיריך" האט מען געזאגט ביים אויספיר: "אשרי המחכה ויגיע ויראה עלות אורך" וגו'.

ענדליך קען מען עס שוין זאגן מיט א אפן הארץ, מיט א שטיקל נאנטקייט צום באשעפער, און  א ריינעם הארץ מיט האפענונג פאר א ריינעם צוקונפט מיטן הילף פונעם אויבערשטן.

אני הגבר ראה בשבט עברתו, יא, איך בין דער מענטש, איך קום פון דארט, איך בין אמאל געליגן אין זייער א טיפע פלאץ, פארשפארט און פארהאקט, און איך פארשטיי די טיעפע יבורי הנפש וואס דאס ברענגט מיט זיך מיט, די פערטעמטקייט, די צער און פיין...

איכה ישבה בדד....
אליינס בין איך געזצן, אליינס בין איך געזינקן, און אליינס האב איך געסטראגעלט, נישט געהאט קיינעם מיט וועם צו רעדן, און געציטערט יעדע רגע פון טאג אז איינער וועט געוואויר ווערן.

היתה כאלמנה....
מיין טייערע אשת חיל איז ליידער אין א געוויסע זין געווען ווי אן אלמנה, זי האט נישט געהאט איר טייערע מאן מיט זיך, ער איז נישט געווען דאהי... כמו אשה בציריה, על בעל נעוריה... ס'נישט מעגליך צו האבן אן אמת'ער שלום בית ווילאנג מען איז פארזינקן אין אנדערע מקומות...

יתומים היינו "ויש" אב....
ליידער.... מיינע אומשולדיגע קינדער, זיי האבן נישט געהאט זייער טאטע, ער איז געווען ערגעץ ווי קיינער וויל נישט וויסן, ער האט נישט געהאט צו זיי קיין געדולט, זיך נישט מיט זיי אפגעגעבן ווי ס'דארף צו זיין.

אבער... חסדי ה' כי לא תמנו...
דער אויבערשטער האט אויף אים רחמנות געהאט, און אים געברענגט צו א פלאץ ווי ער האט זיך קיינמאל בעפאר נישט געקענט פארשטעלן, ארומגענומען מיט אחים לצרה ואחים לדעה, טייערע היימישע חבירים יקרים וואס זענען אינעם זעלבן סטראגעל, וואס אינאיינעם ארבעט מען די סטעפס, און מען העלפט זיך ארויס, מען שטייגט אינאיינעם נענטער צו הייליגן באשעפער.

השיבינו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם...

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ב אב התש"פ 22:21 #267895

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 55
  • האט שוין געלייקט: 88 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל
  • קאָרמא: 3
WOW איך האב מיך געטראפן ממש אין יעדע ווארט.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

לעצט פארראכטן: י"ג אב התש"פ 17:48 דורך ואטהר ואתקדש.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ב אב התש"פ 23:30 #267898

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 251 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 709
  • האט שוין געלייקט: 664 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1490 מאל
  • קאָרמא: 53

אשריך אחכה לו - אשרי המחכה
דו ביסט א אינספיראציע, ווי מען קען אנקומען ווען מען וויל אמת'דיג, און מען איז גרייט צו גיין יעדע לענג, צו ווערן א בעסערע מענטש, כדי זיך צו קענען ערהוילן פון די אדיקשאן.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ט"ו אב התש"פ 22:32 #267945

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 522 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1126
  • האט שוין געלייקט: 877 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2128 מאל
  • קאָרמא: 50
"מיט גאט ברוך הוא, קען איך שווימען אויף שטורימישע וואסער, איך קען דורך גיין סטרעס , אנגעצויגענע מאמענטן וואס האט אין די פארגאנגענהייט מיר געמאכט אראפ גיין פון זינען.

"ווייל יעדע שווערע מצב , און נערוועזע מינוט. איז נאר אומעגליך אויב מען פראבירט מיט אלע כוחות דאס צו פארעכטן און קאנטראלירן אליינס.

"וואס קען איך טוהן? ווי אזוי קען מען דאס ערלעדיגן? די מוח ארבעט פיבערהאפטיג , אלעס ליגט דאך אין מיין שטארקע הענט, איך איך און איך. ווער בין איך און וואס בין איך??? איך בין איינס פון זיבן ביליאן מענטשן אויף דער וועלט, וואס איז באשאפן געווארן פאר איין תפקיד: לעשות רצונו יתברך שמו.

"מיין ארבעט דא אויף די וועלט, איז צו זיך איבערגעבן פארן גרויסן גאט, וואס האט מיר דא אראפגעווארפן.

"אויב דער באשעפער איז דער געוועלטיגער, ער קאנטאלירט יעדע מצב, צו יעדע צייט איז אלעס מסודר און אלעס איז אין גוטע הענט.

ציטירט פון וואס א חבר האט געשריבן, איך האב שטארק רילעיטעט דערצו, און געבעטן רשות עס צו פאראייביגן אין מיין טרעד.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ט"ו אב התש"פ 22:42 #267946

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 522 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1126
  • האט שוין געלייקט: 877 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2128 מאל
  • קאָרמא: 50
און וואס טוט מען ווען ס'קומט שוין אט די באבע'ס יארצייט נאכאמאל, און די קוזין רופט ארום אז מען זאל לערנען האלב מס' יבמות....

"זיכער, ס'די שאלה? פארן באב'ן אלעס..." און נאכדעם ס'קומט די טאג פון די יארצייט, מ'געט זיך אדער יא אדער נישט א דערמאן, מ'געט א כיפער אפ וויפיל מ'קומט אן, און די איבריגע והוא רחום יכפר עון....

אבער דעיס יאר איז א אנדערע מעשה....

נישט אז כ'בין שוין אינגאצן אנעסט... אבער מ'ארבעט דערויף... און אז איך האב מיך אינטערגענומען, האב איך נאך זייענדי אויפן פאון ארויסגעשלעפט מיינע קליינע משניות'ל, און היינט עטליכע טעג דערויף, האב איך שוין געענדיגט %75 פראצענט דערפון, און מ'האלט נאך ארום צוויי וואכן פאר די יארצייט.

ניין, כ'האב עס נישט געלערנט בעיון, און אויך נישט מיט יעדע ברטנורא, אבער אנעסט בין איך געווען ב"ה. און קיין ליגענט האב איך נישט געזאגט.‎ווייל איך קען מיך מער נישט ערלויבן צו לעבן א דיסאנעסט לעבן. פאר מיר אארבעט עס נישט.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ט"ז אב התש"פ 20:31 #267958

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 522 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1126
  • האט שוין געלייקט: 877 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2128 מאל
  • קאָרמא: 50
איך האב א קליענט, וואס האט מיר שוין געברענגט היבש ביזנעס, און איך בין אים שטארק מכיר טוב דערויף.

לעצטענס האט ער מיר געברענגט עפעס וואס דעינט מיר זייער אויס, און איך פיל ווי עס איז נישט מער פאר מיר, און איך וועל עס מוזן אפזאגן, טראץ דעם וואס איך האב נישט קיין חשק.

איך וועל אים אנרופן זייער אנעסטלי, און אים זאגן: מיין טייערע פריינד, פאר מיין און בעיקר פאר דיין טובה, גיי איך נעמען דיין פריעקט נאר ביז א געוויסע לעוועל, און נאכדעם שפיר איך ווי איך קען עס מער נישט דעליווערן, איך וואלט ווען געוואלט, אבער איך שפיר ווי ס'גייט נישט געטון ווערן ריכטיג. איך וועל דיר העלפן טרעפן איינער וואס זאל דיר עס קענען טון, און אהערשטעלן אויף די וועג וויאזוי דו ווילסט עס האבן.

איך פיל נאכנישט אינגאנצן גרייט עס צו טון, איך בעט דיר באשעפער צו טון וואס עס איז ריכטיג, און זיין אמת'דיג מיט מיר אליינס און מיט מיינע ארומיגע.‎איך "מוז" לעבן אן אנעסט לעבן. 
די אנדערע וועג האב איך שוין פרובירט.
ס'האט "נישט" געארבעט פאר מיר.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ב אב התש"פ 13:08 #268020

  • טאטע העלף מיר
  • איצטיגע שטרעקע: 108 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 59
  • האט שוין געלייקט: 77 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
  • קאָרמא: 4

אחכה די ביסט מויראדיג...... 

א יעדע מעשה וואס די פארציילסט טראכט איך ווי קען איך עס קאנווירטען צי מיר, זיך אפ צי לערנען אז מען דארף זיין זייער אויפן מיט זיך וואס איך קען יא אין וואס נישט אין אזוי לעבט מען אסאך רויאגער. 

שכח פארן מיטטיילען.

אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 0.72 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא