ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! 16612 באזוכער

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ח' אב התשפ"א 23:50 #274207

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 122 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1298
  • האט שוין געלייקט: 1096 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2334 מאל
  • קאָרמא: 54
אחכה לו געשריבן on ח' אב התש"פ 14:02:
הייליגע באשעפער! איך בעט דיר אז איך זאל קענען אננעמען די היינטיגן טאג און די מארגנדיגע פאסט טאג מיט א רוהיגקייט. נישט זיין נערוועז און אנגעצויגן. טון וואס מ'דארף מיט א נעימות, נישט מיט קיין עצבות חס ושלום. 

איך קען מיך נישט ערלויבן קיין טראפעלע עצבות אפי' אין תשעה באב.

זאל דער רבוש"ע העלפן אז מז'אל מיר אלע זוכה זיין לאור באור החיים, האבן א לעכטיג לעבן און א פרייליך לעבן. און די טעג פון תמוז-אב זאלן נתהפך ווערן פון טרויער און קרעכטצן צו לוסטיג און לעבעדיג, מ'זאל מיר שוין היי יאר זוכה זיין, ווי דער הייליגער רבי פון לובלין זי"ע האט געזאגט, אז ער זעהט שוין ווי אידן שטייען מיט פרייד אין ביהמ"ד תשעה באב ביינאכט ווען אלעס איז ליכטיג און מ'זינגט "ותתן לנו השם אלוקינו את יום חג התשעה באב הזה" אוטש ווי דאס ווארט רייסט שטיקער, ס'ברענגט דאך אזויפיל געגעין צו די גאולה שלימה, ונזכה ונחי' ונראה בביאת משיח צדקינו בב"א!

א גרינגע און רוהיגע תענית פאר אלע חברים יקרים. מיר זאלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה.

איך נעם אן תשעה באב ווי א מתנה פונעם אויבערשטן, עס איז א יו"ט, קרא עלי מוע"ד, א געלעגענהייט פונעם אויבערשטן פאר התבוננות, א צייט פון מחשבה אויפן חורבן הבית און אויפן אייגענעם חורבן.

דער גוטער באשעפער האט אונז געגעבן דעם היינטיגן טאג מיט אזויפיל ליבשאפט, וויפיל מאל א יאר וויל מען זיך אביסל עפענען די געפילן, אביסל לאזן טרערן, זיך אביסל צואוויינען, רבותי! היינט איז דער טאג, ס'איז א זיסע טאג, א טאג וואס מען קען אויסנוצן, און א טאג פון וואס מען קען אסאך שטייגן, לאמיר עס אויסנוצן אינאיינעם, לאמיר שטייגן צוזאמען, און זאלן מיר אלע זוכה זיין צו א ראויגע לעכטיגע ת"ב וואס זאל שוין בקרוב איבערגעקערט ווערן צו "את יום חג התשעה באב" מיט דער גאולה שלימה בב"א.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ח' אב התשפ"א 23:51 #274208

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 122 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1298
  • האט שוין געלייקט: 1096 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2334 מאל
  • קאָרמא: 54
אשרי המחכה געשריבן on ט' אב התש"פ 13:03:

היינט ביי די קינות, ביים פיוט פון "ציון הלא תשאלו לשלום אסיריך" האט מען געזאגט ביים אויספיר: "אשרי המחכה ויגיע ויראה עלות אורך" וגו'.

ענדליך קען מען עס שוין זאגן מיט א אפן הארץ, מיט א שטיקל נאנטקייט צום באשעפער, און  א ריינעם הארץ מיט האפענונג פאר א ריינעם צוקונפט מיטן הילף פונעם אויבערשטן.

אני הגבר ראה בשבט עברתו, יא, איך בין דער מענטש, איך קום פון דארט, איך בין אמאל געליגן אין זייער א טיפע פלאץ, פארשפארט און פארהאקט, און איך פארשטיי די טיעפע יסורי הנפש וואס דאס ברענגט מיט זיך מיט, די פערטעמטקייט, די צער און פיין...

איכה ישבה בדד....
אליינס בין איך געזצן, אליינס בין איך געזינקן, און אליינס האב איך געסטראגעלט, נישט געהאט קיינעם מיט וועם צו רעדן, און געציטערט יעדע רגע פון טאג אז איינער וועט געוואויר ווערן.

היתה כאלמנה....
מיין טייערע אשת חיל איז ליידער אין א געוויסע זין געווען ווי אן אלמנה, זי האט נישט געהאט איר טייערע מאן מיט זיך, ער איז נישט געווען דאהי... כמו אשה בציריה, על בעל נעוריה... ס'נישט מעגליך צו האבן אן אמת'ער שלום בית ווילאנג מען איז פארזינקן אין אנדערע מקומות...

יתומים היינו "ויש" אב....
ליידער.... מיינע אומשולדיגע קינדער, זיי האבן נישט געהאט זייער טאטע, ער איז געווען ערגעץ ווי קיינער וויל נישט וויסן, ער האט נישט געהאט צו זיי קיין געדולט, זיך נישט מיט זיי אפגעגעבן ווי ס'דארף צו זיין.

אבער... חסדי ה' כי לא תמנו...
דער אויבערשטער האט אויף אים רחמנות געהאט, און אים געברענגט צו א פלאץ ווי ער האט זיך קיינמאל בעפאר נישט געקענט פארשטעלן, ארומגענומען מיט אחים לצרה ואחים לדעה, טייערע היימישע חבירים יקרים וואס זענען אינעם זעלבן סטראגעל, וואס אינאיינעם ארבעט מען די סטעפס, און מען העלפט זיך ארויס, מען שטייגט אינאיינעם נענטער צו הייליגן באשעפער.

השיבינו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם...

און נאכאמאל תשעה באב, ייש"כ באשעפער פארן מיר האלטן ריין ביז אהער, און איך בעהט דיר אויף ווייטער.

א גרינגן תענית און א ריינעם תשעה באב!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ט' אב התשפ"א 07:52 #274210

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 103 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 968
  • האט שוין געלייקט: 795 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1548 מאל
  • קאָרמא: 21
אחכה לו געשריבן on ח' אב התשפ"א 23:51:

אחכה, ס'האט מיר געקאסט אפאר טרערן!! אוי אוי

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ט' אב התשפ"א 08:59 #274212

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 131
  • האט שוין געלייקט: 136 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
  • קאָרמא: 3
אחכה לו געשריבן on ח' אב התשפ"א 23:50:

דער גוטער באשעפער האט אונז געגעבן דעם היינטיגן טאג מיט אזויפיל ליבשאפט, וויפיל מאל א יאר וויל מען זיך אביסל עפענען די געפילן, אביסל לאזן טרערן, זיך אביסל צואוויינען, רבותי! היינט איז דער טאג, ס'איז א זיסע טאג, א טאג וואס מען קען אויסנוצן, און א טאג פון וואס מען קען אסאך שטייגן,

גאר שטארק. יישר כח!

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י' אב התשפ"א 14:22 #274240

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 122 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1298
  • האט שוין געלייקט: 1096 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2334 מאל
  • קאָרמא: 54

געהאט ב"ה א דערהויבענע און ריינע ת"ב,
אריינגעשטעקט און מיטגעהאטלטן עטליכע מיטונגען.

ייש"כ באשעפער פארן מיר האלטן ריין פאר היינט.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י' אב התשפ"א 15:17 #274244

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 131
  • האט שוין געלייקט: 136 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
  • קאָרמא: 3
אחכה לו געשריבן on י' אב התשפ"א 14:22:

געהאט ב"ה א דערהויבענע און ריינע ת"ב,
אריינגעשטעקט און מיטגעהאטלטן עטליכע מיטונגען.

ייש"כ באשעפער פארן מיר האלטן ריין פאר היינט.

איך פריי זיך מיט דיין שמחה

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ב אב התשפ"א 15:58 #274322

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 122 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1298
  • האט שוין געלייקט: 1096 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2334 מאל
  • קאָרמא: 54

בן מאה ועשרים אנכי ה',
א נס בתוך נס וואס נאר דער אויבערשטער קען באווייזן, כי לעולם חסדו!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ב אב התשפ"א 16:04 #274325

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 120 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 438
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 526 מאל
  • קאָרמא: 8

מזל טוב כ"ק אדמו"ר שליט"א

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ב אב התשפ"א 17:52 #274331

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 122 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1298
  • האט שוין געלייקט: 1096 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2334 מאל
  • קאָרמא: 54
ואטהר ואתקדש געשריבן on י"ב אב התשפ"א 16:04:

מזל טוב כ"ק אדמו"ר שליט"א

געב עס צוויי טעג וועסטו ווערן מיין ממלא מקום בעז"ה!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ב אב התשפ"א 22:53 #274341

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 120 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 438
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 526 מאל
  • קאָרמא: 8

וואס עפעס ממלא מקום?
מ'וועל-מיר פירן אינאיינעם.
אזוי ווי פעסטע רבי מיט חאצאצקע רבי ביי די בר מצוה.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ב אב התשפ"א 23:06 #274342

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 131
  • האט שוין געלייקט: 136 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
  • קאָרמא: 3

דו כאפסט נישט. אין זיין לעבן וויל ער שוין נישט זיין ק”כ איינמאל די טאג איז אריבער

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ב אב התשפ"א 23:25 #274343

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 120 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 438
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 526 מאל
  • קאָרמא: 8

יא יא  גערעכט.
כ'האב טאקע נישט געכאפט.

אבער די כבוד מיט די קדושה באגלייטן אויף ווייטער.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ג אב התשפ"א 06:31 #274345

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 103 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 968
  • האט שוין געלייקט: 795 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1548 מאל
  • קאָרמא: 21

מזל טוב "אחכה לו"!
היינט איז שוין 121 טעג! נאך א גאנצע ריינע טאג!!
ווי מער מ'איז ריין ווייסט מען וויפל מ'דארף שאצן יעדע פרישע טאג!
חזק ואמץ
האסט זכות עצמך און זכות פון דיין געוואלדיגע הילף פאר אנדערע!
זכות הרבים תלוי בך.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 0.85 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא