ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" 413 באזוכער

מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" ב' ניסן התשע"ט 16:42 #254090

  • עומד בנסיון
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 17
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

מיטן הילף פונעם הייליגן באשעפער האב איך היינט ב' ניסן תשע"ט 4:00 נאכמיטאג גענומען די שטארקייט און זיך אנגעשלאסן אויף די ניינציג טאגעדיגע רייזע,
מיט א תפלה צום בורא כל עולמים, ער זאל מיר שטיין צו די רעכטע היינט, ארויסצוקריכן פון אלע טינופת, און זיך קענען האלטן ערליך און ריין,
און דעם צייט וויל איך מיר באדאנקן בשער בת רבים פאר אלע חשובע חברים דא אויפן פארום וואס האבן מיר אזוי שיין אויפגענומען די לעצטע צוויי חדשים וואס איך דריי מיר שוין ארום דא, 
פאר איך בין דא אהער געקומען בין איך געווען אינגאנצן מיואש נישט זעענדיג א וועג ארויס פון מיין טינקעלקייט, געווען טיף טיף פארזינקען אין עומקא דתהומא רבה, סאיז געווען עולם חושך בעדי, איך בין אנגעקומען דא בין איך געוואר געווארן אז איך בין נישט דער איינציגסטער  סאיז דא נאך מענטשן וואס האבן די פראבלעמען און בעיקר אז סאיז דא אוועג ארויס, עפעס א שטראל פון ליכטיגקייט זעהט מען שוין, כאטש סאיז נאך א לאנגע לאנגע וועג אבער איך ווייס שוין אז ס'איז דא א וועג, ביז היינט האב איך ניטאמאל געוויסט אז סאיז דא א וועג ארויס,
בפרט וויל איך מיר באדאנקן פאר הרה"צ ר' נטע'לע שליט"א וואס איז אלעמאל גרייט און שטייט צו די רעכטע האנט דער אייבערשטער זאל אים באצאלן פאר אלעס

מזל טוב!!! ב' ניסן התשע"ט 17:14 #254091

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 299 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1205
  • האט שוין געלייקט: 1509 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1651 מאל

מזל טוב!!! דער אייבישטער זאל זיין מיט דיר יעדען איינציגסטן רגע!!!

(ביטע אראפ נעמען דעם הרה״צ.... איך בין א פשוטער סעקעהאליק אין ריקאווערי)

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!!

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" ב' ניסן התשע"ט 18:10 #254092

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 58
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

יפה דברת ובעתו דברת!
ווי קען זיין א שענערע הכנה צום הייליגן יו"ט פון "יציאת מצרים" ארויסצוקריכן פון די אייגענע מצרים, בליקענדיג נאר אויף דיין "נאמען" עומד בנסיון באקום איך יעדעס מאל באזונדער פיל חיזוק, דער באשעפער זאל זיין מיט דיר, און דו זאלסט מצליח זיין אויפן לייטער ארויף און קענען אנקומען ביז צום שפיץ דורכ'ן נעמען איין טרעפעלע אויפאמאל צוביסלעכווייז.
מ'זעט פון דיינע ווערטער אז דו ביסט א דורכגעטרעכטער איד, דו האסט זיך קודם ארומגעדרייט דא פאר א וויילע ביסט דו האסט באשלאסן אז יא! דו שפרינגסט אריין, דו געבסט אונז אלע חיזוק, און בעז"ה וועסטו זיכער מצליח זיין, און טרעפן דיין "האפענונג".
חזק ואמץ! אל תירא ואל תחת כי ה' עמך גבור החיל!!!

אחכה לו: מיר האפן אלע צו אונזער טאטע אין הימל!
אחכה לו: אונזער טאטע האפט אזוי שטארק צו אונז!
אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם!
אחכה לו: ווייל עס איז דא האפענונג!

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" ב' ניסן התשע"ט 18:32 #254093

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 49 טעג
  • יעצט אנליין
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 312
  • האט שוין געלייקט: 321 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 777 מאל

עומד, זאלסטו האבען א גליקליכע רייזע, איך וויל אבער אז די זאלסט וויסען, דער וועג האט זייער אסאך פאט האלס, עס איז טאנצעדיג, אסאך לעקטערס לעשען זיך אויס אינמיטען וועג, עס איז זייער קאלט אויפן וועג, פארברעכערס ווארטען אויף יעדע שייד וועג, עס גיסט אין מבול'ט, ארי בדרך, קור וחום, אבער חבר מיינס, גיי גיי, שטעל דיך נישט אפ, קיק אויף גארנישט, אויב די וועסט אזוי טין וועסטו אנקומען... גאראנטירט... זאלסטו האבען א דרך צלחה, מיר ווארטען אויף דיר ביי די פיניש ליין...

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" ב' ניסן התשע"ט 18:41 #254094

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 58
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל
שמע-תפלתי געשריבן on ב' ניסן התשע"ט 18:32:

עומד, זאלסטו האבען א גליקליכע רייזע, איך וויל אבער אז די זאלסט וויסען, דער וועג האט זייער אסאך פאט האלס, עס איז טאנצעדיג, אסאך לעקטערס לעשען זיך אויס אינמיטען וועג, עס איז זייער קאלט אויפן וועג, פארברעכערס ווארטען אויף יעדע שייד וועג, עס גיסט אין מבול'ט, ארי בדרך, קור וחום, אבער חבר מיינס, גיי גיי, שטעל דיך נישט אפ, קיק אויף גארנישט, אויב די וועסט אזוי טין וועסטו אנקומען... גאראנטירט... זאלסטו האבען א דרך צלחה, מיר ווארטען אויף דיר ביי די פיניש ליין...

 גוט געזאגט שמע!
אחכה לו: מיר האפן אלע צו אונזער טאטע אין הימל!
אחכה לו: אונזער טאטע האפט אזוי שטארק צו אונז!
אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם!
אחכה לו: ווייל עס איז דא האפענונג!

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" ב' ניסן התשע"ט 18:45 #254095

  • אין שום יואש
  • איצטיגע שטרעקע: 69 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 55
  • האט שוין געלייקט: 95 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל

שלום עליכם טייערע חבר עומד בנסיון

איך וויל דיר ווינטשן א מזל טוב צו דיין נייע לעבן וואס ס'הייבט זיך היינט אן די אייבישטער זאל דיר געבן די כח זיך צו קענען שטארקן אויף אלי דיינע תאוות אין שוועריקייטן 

געדענק נאר איין טאג אויפאמאל דעס העלפט מורא'דיג
אין פארשטייט זיך תפילה תפילה אין נאכאמאל תפילה (יעדע מאל בעט, פשוט אין יודיש וועסטו זעהן ס'וועט דיר שטארק העלפן)

דיין חבר וואס ווארט צו זעהן א עידן טאג ווי די קומסט דא אריין אין שרייבט אויס אין עוד מלבדו
איך בין שוין נאך א טאג סויבער אדער איך בין געפאלן אבער איך דערשרעק מיר נישט איך בין דא.......

אש"י

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" ב' ניסן התשע"ט 19:26 #254097

  • chbd
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 28
  • האט שוין געלייקט: 171 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

איך האב מיר אויך אנגעלאסן היינט ובשם השם נעשה ונצליח    לענ רבינו שלום דוב בן רבינו שמואל זיעוכיא

הרי זאת היא מדת הבינונים ועבודתם לכבוש היצר וההרהור העולה מהלב למוח ולהסיח דעתו לגמרי ממנו ולדחותו בשתי ידים כנ''ל ובכל דחיה ודחיה שמדחהו ממחשבתו אתכפיא ס''א לתתא ובאתערותא דלתתא אתערותא דלעילא ואתכפיא ס''א דלעילא...........ולכן אל יפול לב האדם                                              ובשם השם נעשה ונצליח

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" ב' ניסן התשע"ט 19:33 #254098

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 58
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל
chbd געשריבן on ב' ניסן התשע"ט 19:26:

איך האב מיר אויך אנגעלאסן היינט ובשם השם נעשה ונצליח    לענ רבינו שלום דוב בן רבינו שמואל זיעוכיא

@מזל טוב!
ברוכים הבאים.
חזק ואמץ!!!

אחכה לו: מיר האפן אלע צו אונזער טאטע אין הימל!
אחכה לו: אונזער טאטע האפט אזוי שטארק צו אונז!
אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם!
אחכה לו: ווייל עס איז דא האפענונג!

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" ב' ניסן התשע"ט 19:53 #254101

  • chbd
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 28
  • האט שוין געלייקט: 171 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

ישר כח

הרי זאת היא מדת הבינונים ועבודתם לכבוש היצר וההרהור העולה מהלב למוח ולהסיח דעתו לגמרי ממנו ולדחותו בשתי ידים כנ''ל ובכל דחיה ודחיה שמדחהו ממחשבתו אתכפיא ס''א לתתא ובאתערותא דלתתא אתערותא דלעילא ואתכפיא ס''א דלעילא...........ולכן אל יפול לב האדם                                              ובשם השם נעשה ונצליח

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" ב' ניסן התשע"ט 20:13 #254102

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 299 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1205
  • האט שוין געלייקט: 1509 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1651 מאל
chbd געשריבן on ב' ניסן התשע"ט 19:26:

איך האב מיר אויך אנגעלאסן היינט ובשם השם נעשה ונצליח    לענ רבינו שלום דוב בן רבינו שמואל זיעוכיא

וואה! היינט אנגעקומען און היינט ארויף!!! מזל טוב מזל טוב!!!
בניסן נגאלו בניסן עתידן להגאל! יעדער איינער פון זיין אייגענע גלות, ווי איז דא נאך א גרעסערער טיפערער גלות ווי דאס, ווי מיר ברידער מיטשענען זיך צו קענען זיין סאבער??

אבער דער אייבישטער איז מיט אונז!! ס׳איז דא האפענונג!! איין טאג אויפאמאל!! מיר אלע אינאיינעם!!

מיט די ריכטיגע רצון ווילן מיר אי״ה צוקומעח צו דעם!!!

נאר היינט וויל איך זיין סאבער סערין העפי דשויעס און פרידעם!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!!

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" ב' ניסן התשע"ט 20:28 #254107

  • אין שום יואש
  • איצטיגע שטרעקע: 69 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 55
  • האט שוין געלייקט: 95 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל

מזל טוב שלום עליכם צו אונזער הייליגע חבריא

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" ב' ניסן התשע"ט 20:50 #254109

  • ber
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 85
  • האט שוין געלייקט: 361 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 249 מאל
אחכה לו געשריבן on ב' ניסן התשע"ט 18:41:

שמע-תפלתי געשריבן on ב' ניסן התשע"ט 18:32:

עומד, זאלסטו האבען א גליקליכע רייזע, איך וויל אבער אז די זאלסט וויסען, דער וועג האט זייער אסאך פאט האלס, עס איז טאנצעדיג, אסאך לעקטערס לעשען זיך אויס אינמיטען וועג, עס איז זייער קאלט אויפן וועג, פארברעכערס ווארטען אויף יעדע שייד וועג, עס גיסט אין מבול'ט, ארי בדרך, קור וחום, אבער חבר מיינס, גיי גיי, שטעל דיך נישט אפ, קיק אויף גארנישט, אויב די וועסט אזוי טין וועסטו אנקומען... גאראנטירט... זאלסטו האבען א דרך צלחה, מיר ווארטען אויף דיר ביי די פיניש ליין...

 גוט געזאגט שמע!

זייער גוט געזאגט....!!!!

איך בעט דיך, האלט דיך רואיג.... בערל!!

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" ב' ניסן התשע"ט 20:52 #254110

  • ber
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 85
  • האט שוין געלייקט: 361 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 249 מאל

זאלסטע האבן אסאך הצלחה עומד!!!

איך בעט דיך, האלט דיך רואיג.... בערל!!

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" ג' ניסן התשע"ט 08:39 #254113

  • אין שום יואש
  • איצטיגע שטרעקע: 69 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 55
  • האט שוין געלייקט: 95 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל
 טייערע עומד 
אונז וואלט מיר זייער געוואלט הערן וואו אזוי די ביסט צוגעקומען צו זיין א עומד בנסיון

שרייב אראפ דיין מעשה ס'וועט אונז אין דיר בכלל געבן אסאך חיזוק

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" ג' ניסן התשע"ט 10:21 #254115

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 102 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 97
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 339 מאל
שמע-תפלתי געשריבן on ב' ניסן התשע"ט 18:32:

עומד, זאלסטו האבען א גליקליכע רייזע, איך וויל אבער אז די זאלסט וויסען, דער וועג האט זייער אסאך פאט האלס, עס איז טאנצעדיג, אסאך לעקטערס לעשען זיך אויס אינמיטען וועג, עס איז זייער קאלט אויפן וועג, פארברעכערס ווארטען אויף יעדע שייד וועג, עס גיסט אין מבול'ט, ארי בדרך, קור וחום, אבער חבר מיינס, גיי גיי, שטעל דיך נישט אפ, קיק אויף גארנישט, אויב די וועסט אזוי טין וועסטו אנקומען... גאראנטירט... זאלסטו האבען א דרך צלחה, מיר ווארטען אויף דיר ביי די פיניש ליין...

לכבוד ידידי ר' עומד בנסיון שליט"א,

אונזער ידיד ר' שמע תפלתי, איז גערעכט מיט אלעם וואס ער האט געשריבן, אבער העיקר חסר מן הספר, די וועג איז אויך פיל מיט נאך אסאך זאכן.

די וועג איז פיל מיט קרבת ה', מיט אהבת ה', מיט התרוממות הנפש, מיט חיזוק ועידוד, מיט שמחה של מצוה, מיט שבח והודאה צום רבוש"ע, מיט התקשרות צום טאטן אין הימל, יעדע מאל מען טרעפט זיך אן אין א שטרויכלונג, כאפט מען א תפלה צום טאטן אין הימל, און מען קומט ארויס אויף די אנדערע זייט שטערקער ווי פריער.

ווען מען פארט אדורך די פאט האלס, בעהט מען דעם טאטן, כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך, און ווען מען פארט עס אדורך געזונט און ריין, דאנקט מען דעם רבוש"ע אז ער האט דיר געהאלטן אויפן דרך הישר והרצוי לפניך. און מען פרייט זיך אז דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום.

ווען די לעקטערס לעשען זיך אויס אינמיטען וועג, בעהט מען דעם טאטן אין הימל, זרח בחושך אור לישרים. אור חדש על ציון תאיר, ונזכה כולנו במהרה לאורו, און מען שטארקט זיך "לא תירא מפחד לילה".

ווען עס ווערט זייער קאלט אויפן וועג, קאלט אויפן וועג, ווארעמט מען זיך אן ביי אונז אין ביהמ"ד, אם פגע בך מנוול זה משכהו לבית המדרש.

ווען מען באזיגט די פארברעכערס וואס ווארטען אויפן שייד וועג, דאנקט מען דעם בוכ"ע, שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו והקב"ה מצילני מידם, כי הוא יצילך מפח יקוש, יפול מצדך אלף ורבבה מימינך

ווען עס גיסט און מבול'ט, באשיצט מען זיך אונטער שאטן, פונעם טאטן, כי אתה ה' מחסי, מגן ומושיע להם ולבניהם אחריהם.

ווען מען טרעפט אן דעם ארי בדרך, שטעלט מען זיך אקעגן מיטן זעלבן שטארקייט, יתגבר כארי, לעבודת הבורא, אזוי ווי ר' יהודה בן תימא זאגט הוי עז כנמר... וגבור כארי. און נאך דעם דאנקט מען דעם טאטן, אז מען האט זוכה געווען צו זיין אחורי ארי ולא אחורי אשה.

יא, עס איז קור וחום, עס ווערט קאלט און הייס, אבער עס גייט אריבער.

און ווען מען זעהט אז מען קען ביי שטיין די אלע שטרויכלונגען און נסיונות, ווערט מען נאנט צום טאטן, מען פילט א התקשרות, וואס מען האט קיינמאל פריער נישט געקענט משיג זיין. מען זעהט בחוש, אז גם כי אלך בגיא צלמות, לא אירא רע כי אתה עמדי. און דאס געבט כח צו גיין ווייטער.

ברודער לעבן, חזק ואמץ, שטארק דיך מיר זענען אלע דא מיט דיר לאורך כל הדרך, מיר קוקן אלע ארויס אויף דיין הצלחה, ווען עס ווערט שווער, טראכט ביי זיך אז אלע ברודערלעך דא, ווארטן אויף דיר, און זענען מתפלל אויף דיין הצלחה.

ידידך וידיד כל בית ישראל,
צדיק12

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" ג' ניסן התשע"ט 12:04 #254122

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 58
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

זייער שיין, מייסטערהאפטיג, און פראפעשענאל אראפגעלייגט.
א פערזענליכער ייש"כ, האסט מיר שטארק מחזק געווען - בתוך שאר חברי הד"א.

אחכה לו: מיר האפן אלע צו אונזער טאטע אין הימל!
אחכה לו: אונזער טאטע האפט אזוי שטארק צו אונז!
אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם!
אחכה לו: ווייל עס איז דא האפענונג!

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" ג' ניסן התשע"ט 14:25 #254135

  • עומד בנסיון
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 17
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

איך קום דא אריין צו דאנקן דעם אייבערשטן ברבים פארן מיר געבן די זכי' אז מיין ערשטע טאג אין מיין רייזע איז א דורך ריין, סאיז נישט מיין כח, איך ווייס אז סקומט מיר נשיט איך בין נישט ווערט פארדעם, נאר א מתנה פונעם אייבערשטן, 
אויך וויל איך מיר מיר באדאנקן פאר אלע וואס האבן דא געשריבן דאס גיט מיר חיזוק אין כח צו קענען אנגיין.

לעצט פארראכטן: ג' ניסן התשע"ט 14:25 דורך עומד בנסיון.

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" ג' ניסן התשע"ט 14:28 #254137

  • עומד בנסיון
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 17
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל
 טייערע עומד 

אונז וואלט מיר זייער געוואלט הערן וואו אזוי די ביסט צוגעקומען צו זיין א עומד בנסיון

שרייב אראפ דיין מעשה ס'וועט אונז אין דיר בכלל געבן אסאך חיזוק

לאמיר דיר זאגן דעם אמת, אונז פסק'ע מיר העומד לזרוק כזרוק דמי, דעם נאמען עומד בנסיון האב איך מיר געגעבן על שם העתיד איך האף און איך גלייב אז מיטן אייבערשטנס הילף וועל איך נאך איין טאג אנקומען צו זיין אן עומד בנסיון,

מיין מעשה האף איך צו מאכן צייט און צו אפשרייבן.

לעצט פארראכטן: ג' ניסן התשע"ט 14:42 דורך עומד בנסיון.

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" ג' ניסן התשע"ט 14:31 #254138

  • עומד בנסיון
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 17
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

יפה דברת ובעתו דברת!

ווי קען זיין א שענערע הכנה צום הייליגן יו"ט פון "יציאת מצרים" ארויסצוקריכן פון די אייגענע מצרים, בליקענדיג נאר אויף דיין "נאמען" עומד בנסיון באקום איך יעדעס מאל באזונדער פיל חיזוק, דער באשעפער זאל זיין מיט דיר, און דו זאלסט מצליח זיין אויפן לייטער ארויף און קענען אנקומען ביז צום שפיץ דורכ'ן נעמען איין טרעפעלע אויפאמאל צוביסלעכווייז.

מ'זעט פון דיינע ווערטער אז דו ביסט א דורכגעטרעכטער איד, דו האסט זיך קודם ארומגעדרייט דא פאר א וויילע ביסט דו האסט באשלאסן אז יא! דו שפרינגסט אריין, דו געבסט אונז אלע חיזוק, און בעז"ה וועסטו זיכער מצליח זיין, און טרעפן דיין "האפענונג".

חזק ואמץ! אל תירא ואל תחת כי ה' עמך גבור החיל!!!

סקומט נישט פון דורכגעטראכטקייט, דער יצר און דער תאוה האט קודם נישט מסכים געווען, ביז סאיז געקומען צו א מצב אז ממוז אנפאנגן טוען ערנסטע שריט,

עניוועי שכח פאר דיינע חיזוק ווערטער 

איך קען עס עני טיים ניצן

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" ג' ניסן התשע"ט 14:36 #254140

  • עומד בנסיון
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 17
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל
שמע-תפלתי געשריבן on ב' ניסן התשע"ט 18:32:

עומד, זאלסטו האבען א גליקליכע רייזע, איך וויל אבער אז די זאלסט וויסען, דער וועג האט זייער אסאך פאט האלס, עס איז טאנצעדיג, אסאך לעקטערס לעשען זיך אויס אינמיטען וועג, עס איז זייער קאלט אויפן וועג, פארברעכערס ווארטען אויף יעדע שייד וועג, עס גיסט אין מבול'ט, ארי בדרך, קור וחום, אבער חבר מיינס, גיי גיי, שטעל דיך נישט אפ, קיק אויף גארנישט, אויב די וועסט אזוי טין וועסטו אנקומען... גאראנטירט... זאלסטו האבען א דרך צלחה, מיר ווארטען אויף דיר ביי די פיניש ליין...

WOW!!
אזוי גוט מיר פארצוגרייטן, אז מ'ווייסט פאראויס וואס ס'ווארט אפ איז עס אסאך לייכטער אדורכצושווימען, אבער דער אמת איז אז ביז היינט איז געווען אינגאנצן טינקל, איינמאל סאיז שוין אביסעלע לעכטיג, אפילו דער לעקטער לעשט זיך אויס מ'ווייסט אבער אז ס'גייט זיך צוריק אנצונדען איז שוין ללייכטער, דעי פארברעכערס קען איך שוין גוט די רעגנס און די מבול'ס און די לייבן און וואס נישט סויערגער וואו סאיז געוון ביז היצט קען שוין נישט זיין, זאל נאר דער אייבערשטער העלפן איך זאל האבן די שטארקייט און נאר מיט זיין הילף, וועל איך קענען עס אדורכמאכן.
א גרויסן יישר כח,

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" ג' ניסן התשע"ט 14:38 #254141

  • עומד בנסיון
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 17
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל
chbd געשריבן on ב' ניסן התשע"ט 19:26:

איך האב מיר אויך אנגעלאסן היינט ובשם השם נעשה ונצליח    לענ רבינו שלום דוב בן רבינו שמואל זיעוכיא

געוואלדיג
האב איך שוין א שותף אין מיין רייזע
דער אייבערשטער זאל זיין מיט דיר אויף טריט און שריט, און קום אריין דא (אדער עפן אן אייגענע טרעד) דערציילן וויאזוי דיין רייזע גייט דורך
דיין חבר עומד בנסיון וואס ווארט צו הערן פון דיר

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" ג' ניסן התשע"ט 14:45 #254142

  • עומד בנסיון
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 17
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל
צדיק12 געשריבן on ג' ניסן התשע"ט 10:21:

שמע-תפלתי געשריבן on ב' ניסן התשע"ט 18:32:

עומד, זאלסטו האבען א גליקליכע רייזע, איך וויל אבער אז די זאלסט וויסען, דער וועג האט זייער אסאך פאט האלס, עס איז טאנצעדיג, אסאך לעקטערס לעשען זיך אויס אינמיטען וועג, עס איז זייער קאלט אויפן וועג, פארברעכערס ווארטען אויף יעדע שייד וועג, עס גיסט אין מבול'ט, ארי בדרך, קור וחום, אבער חבר מיינס, גיי גיי, שטעל דיך נישט אפ, קיק אויף גארנישט, אויב די וועסט אזוי טין וועסטו אנקומען... גאראנטירט... זאלסטו האבען א דרך צלחה, מיר ווארטען אויף דיר ביי די פיניש ליין...

לכבוד ידידי ר' עומד בנסיון שליט"א,

אונזער ידיד ר' שמע תפלתי, איז גערעכט מיט אלעם וואס ער האט געשריבן, אבער העיקר חסר מן הספר, די וועג איז אויך פיל מיט נאך אסאך זאכן.

די וועג איז פיל מיט קרבת ה', מיט אהבת ה', מיט התרוממות הנפש, מיט חיזוק ועידוד, מיט שמחה של מצוה, מיט שבח והודאה צום רבוש"ע, מיט התקשרות צום טאטן אין הימל, יעדע מאל מען טרעפט זיך אן אין א שטרויכלונג, כאפט מען א תפלה צום טאטן אין הימל, און מען קומט ארויס אויף די אנדערע זייט שטערקער ווי פריער.

ווען מען פארט אדורך די פאט האלס, בעהט מען דעם טאטן, כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך, און ווען מען פארט עס אדורך געזונט און ריין, דאנקט מען דעם רבוש"ע אז ער האט דיר געהאלטן אויפן דרך הישר והרצוי לפניך. און מען פרייט זיך אז דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום.

ווען די לעקטערס לעשען זיך אויס אינמיטען וועג, בעהט מען דעם טאטן אין הימל, זרח בחושך אור לישרים. אור חדש על ציון תאיר, ונזכה כולנו במהרה לאורו, און מען שטארקט זיך "לא תירא מפחד לילה".

ווען עס ווערט זייער קאלט אויפן וועג, קאלט אויפן וועג, ווארעמט מען זיך אן ביי אונז אין ביהמ"ד, אם פגע בך מנוול זה משכהו לבית המדרש.

ווען מען באזיגט די פארברעכערס וואס ווארטען אויפן שייד וועג, דאנקט מען דעם בוכ"ע, שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו והקב"ה מצילני מידם, כי הוא יצילך מפח יקוש, יפול מצדך אלף ורבבה מימינך

ווען עס גיסט און מבול'ט, באשיצט מען זיך אונטער שאטן, פונעם טאטן, כי אתה ה' מחסי, מגן ומושיע להם ולבניהם אחריהם.

ווען מען טרעפט אן דעם ארי בדרך, שטעלט מען זיך אקעגן מיטן זעלבן שטארקייט, יתגבר כארי, לעבודת הבורא, אזוי ווי ר' יהודה בן תימא זאגט הוי עז כנמר... וגבור כארי. און נאך דעם דאנקט מען דעם טאטן, אז מען האט זוכה געווען צו זיין אחורי ארי ולא אחורי אשה.

יא, עס איז קור וחום, עס ווערט קאלט און הייס, אבער עס גייט אריבער.

און ווען מען זעהט אז מען קען ביי שטיין די אלע שטרויכלונגען און נסיונות, ווערט מען נאנט צום טאטן, מען פילט א התקשרות, וואס מען האט קיינמאל פריער נישט געקענט משיג זיין. מען זעהט בחוש, אז גם כי אלך בגיא צלמות, לא אירא רע כי אתה עמדי. און דאס געבט כח צו גיין ווייטער.

ברודער לעבן, חזק ואמץ, שטארק דיך מיר זענען אלע דא מיט דיר לאורך כל הדרך, מיר קוקן אלע ארויס אויף דיין הצלחה, ווען עס ווערט שווער, טראכט ביי זיך אז אלע ברודערלעך דא, ווארטן אויף דיר, און זענען מתפלל אויף דיין הצלחה.

ידידך וידיד כל בית ישראל,
צדיק12

איך ליין שוין צום דריטן מאל דיינע ווערטער און סקומט נאך אלס טרערן פון מיינע אויגן, אזויפיל חיזוק און מוט און כח צו אנגיין ווייטער ליגט אין דיינע ווערטער, דו ווייסט נישט וואס א זכות דו האסט,

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" ג' ניסן התשע"ט 15:30 #254143

צדיק12 יאו זאגסטו גיט, ישר כח פארן עס אזוי קלאר ארויסברענגען, קיפ איט אפ

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

מזל טוב הדא!!! ג' ניסן התשע"ט 15:40 #254144

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 299 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1205
  • האט שוין געלייקט: 1509 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1651 מאל
דער רוח טהרה וואס הערשט אויף דעם סייט איז צו שטוינען. אין אלע ווינקלען פון דעם סייט.

מיר זענען מחיוב אפצוגעבן א שבח והודאה צו מלך אל חי, ס׳איז פשוטע ניסים!!

מזל טוב הדא!!!
היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!!
לעצט פארראכטן: ג' ניסן התשע"ט 15:40 דורך נטע׳לע.

ענטפער: מזל טוב הדא!!! ג' ניסן התשע"ט 16:46 #254146

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 58
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל
נטע געשריבן on ג' ניסן התשע"ט 15:40:
דער רוח טהרה וואס הערשט אויף דעם סייט איז צו שטוינען. אין אלע ווינקלען פון דעם סייט.

מיר זענען מחיוב אפצוגעבן א שבח והודאה צו מלך אל חי, ס׳איז פשוטע ניסים!!

מזל טוב הדא!!!

גם אני מצטרף. מזל טוב!!!

אחכה לו: מיר האפן אלע צו אונזער טאטע אין הימל!
אחכה לו: אונזער טאטע האפט אזוי שטארק צו אונז!
אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם!
אחכה לו: ווייל עס איז דא האפענונג!

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" ו' ניסן התשע"ט 08:44 #254230

  • עומד בנסיון
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 17
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

הייליגער באשעפער יישר כח, 
איך האב די זכי' צו שטיין אינעם פערדן טאג ריין
יא!! היינט אין די פרשה פון טהר"ה האב איך די זכי' צו זיין פיר ריינע טעג, ווער האט זיך אמאל געגלייבט אויף דעם, סאיז נישט מיינע כוחות, נאר מיט דיין הילף בין איך אנגעקומען צו דעם, און איך בעט דיר, העלף מיר אויך ווייטער, שטיי מיר צו די האנט, אפילו ווען איך זעה דיר נישט זאל איך וויסן אז דו זעסט מיר יא,

עקסטער א יישר כח פאר אלע חברים וואס האבן דא געשריבן ס'גיט מוירעדיגע כוחות  און חיזוק ווייטער אנצוגיין,

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" ז' ניסן התשע"ט 06:16 #254253

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 299 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1205
  • האט שוין געלייקט: 1509 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1651 מאל
עומד בנסיון געשריבן on ו' ניסן התשע"ט 08:44:

הייליגער באשעפער יישר כח, 
איך האב די זכי' צו שטיין אינעם פערדן טאג ריין

מזל טוב!!!

סאיז נישט מיינע כוחות, נאר מיט דיין הילף בין איך אנגעקומען צו דעם,

אזוי אמת! איך קען אזוי שטארק רילעיטן צו דעם.

און איך בעט דיר, העלף מיר אויך ווייטער, שטיי מיר צו די האנט, אפילו ווען איך זעה דיר נישט זאל איך וויסן אז דו זעסט מיר יא

זייער שטארק!!!

עקסטער א יישר כח פאר אלע חברים וואס האבן דא געשריבן ס'גיט מוירעדיגע כוחות  און חיזוק ווייטער אנצוגיין,

יא, דער הילף און חיזוק וואס דא גייט פאר. אין אלע ווינקלען פינעם סייט. איז צום באווינדערן!!!

קיפ אן טראקינג!!!
נטע׳לע

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!!

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" ט' ניסן התשע"ט 23:30 #254274

  • עומד בנסיון
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 17
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל
מורי ורבותי הייליגע טייערע חברים,

מגרייט זיך צום הייליגן יום טוב פסח הבעל"ט,

איך וויל אויסשמועסן מיטן עולם צוויי פראבלעמען וואס באזשעוועט אין מיין קאפ גרייטענדיג זיך צום פסח,

1. ברוך השם א גאנץ יאר מ'איז ביזי, מ'איז שוין צוגעוואוינט צום גאנצן ארום, קען מען אדורכשטיפן, אויך שווערליך אבער ס'גייט, יעצט ס'קומט פסח, מרוהט זיך אפ, אכט טעג אין א ציה גייט מען נישט ארבעטן, דער אייבערשטער זאך אפהיטן, וואס פון מיר קען געשהן ווען איך ארבעט נישט,

ועוד מ'גייט צו די עלטערן, ליידער ווען איך גיי צו מיינע עלטערן האב איך שרעקליכע נסיונות פון מיינע שוועגערנס, ממש אסאך מאל ברענט עס, מ'זוצט די משפחה מ'פארברענגט ברידערס שוואגערס, און דער עומד'ל איך ביזי מיט איין זאך.....

נאכדעם קומט חול המועד, יאוי איך ציטער וואס גייט דא זיין מגייט ארויס, מפארט ארים, אוי געוואלד הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל בלייבן ריין,

הא חדא.

2. פסח איז א צייט וואס מ'דארף רעדן צו די קינדער פארציילן פון יציאת מצרים, און רעדן דיבורי אמונה, וכו', כאפט זיך אלעמאל אריין אזאנע מחשבות, ווער ביסטו צו רעדן פון די זאכן, אין די צייט וואס דו נידריגע פארשוין ליגסט טיף איינגעזינקן אין טינופת, אין די ערגסטע נידריסטע שמוציגסטע פלעצער, דעס פארנעמט דיין מח, וואו קומסטו בכלל רעדן פון אמונה אז דער אייבערשטער איז דא און זעהט און ווייסט אלעס, און די צייט וואס דיינע מעשים זענען פונקט פארקערט פון דעם וואס דו רעדסט,

איך ווייס אז דער עולם גייט ענטפערן אז סאיז עצת היצר ער וויל דיר צוברעכן, דער אמת נישט קיין חילוק ואספארא מצב מאיז דער אייבערשטער גיט א כח, איך ווייס אפילו פון דעם 'אוהב ישראל' צו זאגן, אבער למעשה כאפט זיך אריין אזאנע מחשבות, און סמאכט מיר צובראכן,

דער עולם ווערט געבעטן דאווענען פאר מיר איך זאל מיך שוין ארויסזעהן פון די אלע פראבלעמען

און דער אייבערשטער זאל העלפן דעם חודש ניסן זאל מיר שוין אויסגעלייזט ווערן ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים בב"א

לעצט פארראכטן: ט' ניסן התשע"ט 23:39 דורך עומד בנסיון.

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" י' ניסן התשע"ט 20:54 #254282

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 607
  • האט שוין געלייקט: 1262 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
​​​​​​​ איך בין מיט דיר אויף איין פעידז"ש.

ה' ישמרך מכל רע ישמור את נפשך, ה' ישמר צאת"ך ובוא"ך....

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: מיין רייזע צו זיין אן "עומד בנסיון" י' ניסן התשע"ט 23:08 #254286

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 58
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

טייערע עומד לאמיר דיר ענטפערן בקציר"ת האומ"ר:
ערשטענס, דארפסטו טוישן דיין בליק אויף די גאנצע זאך, אנשטאט צוצוגיין מיט אן אימה ופחד צום ליכטיגן יו"ט ווי שלעכט און ווי שווער ס'וועט זיין. טראכט ליבערשט ווי זיס און גוט ס'וועט זיין, איי נסיונות... מ'וועט פרובירן דאס בעסטע און ה' יגמור בעדך.
צווייטענס, ווען דו שרייבסט אז נאר עומד'ל איז ביזי מיט איין זאך, האב איך פאר דיר נייעס, נישט נאר עומד'ל, ווייל דיין שוואגער איז אויך נישט קיין מלאך, און ער האט אויך אן יצר, קען זיין שוואכער ווי דיר, קען זיין שטערקער, אבער נסיונות האט ער, ווייל ווען נישט וואלט ער שוין געווען אויפן עולם התיקון. אויב אזוי זיי נישט צובראכן אז נאר דו מוטשעסט זיך, ווייל ס'איז בכלל נישט אמת.
דריטענס, פאר דו גייסט צו דיינע עלטערן/שווער, גיי אריין אין א פארמאכטע שטוב, און זאג צו דיר אליינס: "איך בין נישט אינטערעסירט אין קיין איינס פון מיינע שוועגערענס, איך וויל נישט מיט זיי האבן קיין שום שייכות נישט פיזיש און נישט גייסטיש, איך עקל מיך פון זיי". זאג עס איבער פעמיים ושלש ביז דו שפירסט אז ס'האט א שטיקל השפעה אויף דיר, און נאכדעם גיי בכוחך זה, וועסט זען אז ס'וועט דיר העלפן, #מארק מיי ווארדטס.
איך האף מיינע צוויי סענטס וועט דיר צוניץ קומען, טראכט גוט וועט זיין גוט, און א כשר'ן פרייליכן און "פרייען" יו"ט. #זמן חירותינו.

אחכה לו: מיר האפן אלע צו אונזער טאטע אין הימל!
אחכה לו: אונזער טאטע האפט אזוי שטארק צו אונז!
אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם!
אחכה לו: ווייל עס איז דא האפענונג!
לעצט פארראכטן: י' ניסן התשע"ט 23:08 דורך אחכה לו.
  • בלאט:
  • 1
  • 2
צייט צו מאכן א בלאט: 0.86 סעקונדעס