ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: זיך אויסשמיסען 1108 באזוכער

זיך אויסשמיסען כ' תמוז התשע"ט 12:07 #257268

  • יוסי
  • איצטיגע שטרעקע: 10 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 20
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
  • קאָרמא: 1
צו די חשובע ליינער איך וויל זיך פשוט אויסרעדן און איך האף אז עס וועט מיר העלפן, און אפשר וועל איך אפי' באקומען אפאר עצות.איך בין א ''חשובע'' כולל אינגערמאן, און ווען איך גיי אויפן גאס האב איך אפי שמורת עינים (ווען איך גיי מיט חבר אדער מיט מיין ווייב, פארשטייט זיך) און איך בין אומוויסן, ווען עס קומט צו קדושה ענינים..אבער... אבער... אבער וואס זאל איך אייך זאגן איך ווער פארלוירן פאר יעדע שטות וואס איך חלום נאר, אויב עס האט א שייכות צו מיין ''ביזנעס'', און פון יעדע דימיון וואס עס דאכט זיך מיר נאר, ווער איך פארשלעפט ביז איך פאל אדורך... און דער ''ביז'' איז אזא אפקומעניש, אזא פיי''ט קומט פאר און מיר, אז איך האב ממש נעשט קיין כח זיך צו שלאגן מיט מיר אליין, בכלל האב איך מער נישט קיין כח זיך צו שלאגן מיט מיר אליין, און בעצם האב איך שוין אויפגעגעבן. און ווייס שוין נישט וואס וועט זיין מיט מיר , וואס איך טו איז הכל רוויח, און וואס איך טו איז נאר מיט זייער א שוואכע מאטיוואציע ליידער,ווי אויך האב איך זייער ווייניג צייט צו שרייבן דא, און עס נעמט מיר זייער לאנג צו שרייבן אויך אזוי אז זיך אויסרעדן קומט מיר אויכט אן שווער.איך האף צו שרייבן מער וועגן מיינע לעצטיגע מיטמאכניש גאר בקרוב.

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ' תמוז התשע"ט 12:12 #257269

  • אויגן גלעזער
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 183
  • האט שוין געלייקט: 385 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל
  • קאָרמא: 1
א גיטן ר' יוסי,
זיי נישט אזוי פארלוירן אין דערשראקן

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ' תמוז התשע"ט 12:34 #257272

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 385 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 530
  • האט שוין געלייקט: 1173 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 723 מאל
  • קאָרמא: 5

שלום עליכם יוסי מזל טוב פאר דיין ערשטע פאסט און מזל טוב פאר דיין נייע טרעד
כמעט יעדער וואס קומט אהער האט אזא פייט און אסאך האבן שוין אויף געגעבען די פייט

יעצט וועל איך איבער געבען די ווארט פאר די גרעסערע חברה פון מיר

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ' תמוז התשע"ט 12:46 #257273

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 235
  • האט שוין געלייקט: 276 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
  • קאָרמא: 5

שלום עליכם הרב ר' יוסף הצדיק אל קהילתינו קהילת הד"א !!!!!!!!!!!!!!!!
אלס איינער פון די ניי געקומענע קען איך נישט קיין סאך אריינרעדן, אבער א ברייטע ברוך הבא מעג איך לכל הדעות געבן !!
איך מיין אז יעדע איינער מוטשעט זיך מער ווייניגער מיט די זעלבע פראבלעם, יעדע איינער איז "חשוב" און יעדע האט שמירת עינים אין געוויסע זמנים, און יעדע פלאגט זיך מיט דער "ביז" און אויך מיט דער נאכדעם.....
מיין עצה צו דיר איז, קודם דריי דיך דא און ליין די געשריבענע מאמרים עד הנה, און אויך שרייב וויפיל דו קענסט און וויאזוי דו קענסט אפילו מיט טעותים, און דו וועסט דא  באקומען אסאך חיזוק און במשך הזמן וועסטו שוין זען אז ס'איז א שאד אויפצוגעבן פארן אנהייבן....

הצלחה רבה און אסאך סייעתא דשמיא !!!!!!!!!!!

הק' העלפמי

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ' תמוז התשע"ט 15:11 #257288

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 303
  • האט שוין געלייקט: 1088 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 301 מאל
  • קאָרמא: 2
איך וויל זוך פשוט אויסרעדן און איך האף אז עס וועט מיר הלפען,
 יא עס וועט בעזהש'י העלפען אבער צוביסלעך
איך בין א חשובע כולל אינגערמאן
איך בין דזשעלס [דאנק גאט אז די ביסט נאך אין כולל]
פון יעדער דימיון וואס עס דאכט זוך מיר נאר ,ווער איך פארשלעפט ביז איך פאל אדורך.....
דאס איז נערמאל.ביי אסאך פון דא [אדער אלע]
 דער ביז איז אזא אפקומעניש
 אהא סוי די ביסט נישט אינגאנצען מיואש די האסט נאך א פייט
בעצם האב איך שוין אויפגעגעבן
נישט אינגאנצען אמת [די האסט נאך א פייט ] 
(עס איז נאר זייער שווער פאר דיר אבער אויפגעגעבן האסטו נישט)
וואס אוך טו איז הכל רוויח
נישט סתם רוויח נאר עס איז מורא'דיג וואס די טוסט נאר [געוואלד מיט שכר]
וואס איך טו איז מיט א זייער א שוואכע מאטיוואציע 
 דאס איז נערמאל ביי אזא שטארקע מלחמה אויב מען האט נישט חיזוק
דא גייסטו בעזהש'י האבן ספארט פון חברים פינקט וואו דיר
עס נעמט מיר זייער לאנג צו שרייבן
מיך אויך.. מיין ספעלן איז בכלל נישט גוט [עס ווערט בעסער מיט די צייט]
קיינער קוקט נישט אויף ספעלען

ברכת הדיוט .זאל עס גיין מיט הצלחה בשמחה מיט א שמייכל 
שמייכל הק' יחיאל ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

לעצט פארראכטן: כ' תמוז התשע"ט 15:17 דורך יחיאל.

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ' תמוז התשע"ט 15:32 #257292

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 528
  • האט שוין געלייקט: 443 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל
  • קאָרמא: 8

שלום עליכם יוסי בלשון חיבה.

בוזט אויף זייער א גוט פלאץ, איך רילעיט מיט יעדע איינציגסטע ווארט וואס דו שרייבסט, איך האב ממש אזוי אויסגעזעהן ווען איך משה'לע בין אנגעקומען דא אויף הד''א.

איך האב געטראפן שוין פנים אל פנים מיט גאר חשובע אידן פון אלע סארט, עס מאכט בכלל נישט אויס וואסערע טיטול מען טראגט, מיר זענען אלע אייניג ווען עס קומט צו די חלק פון זיך קענען קאנטראלירן, מיר האבן פארלוירן דעם קאמף!!
אבער די גוטע נייעס איז, איך קען גאר אסאך אידן וואס זענען געווען ביי אט די מצב און זענען שוין היינט ב''ה זויבער איינער 5 יאר איינער 7 יאר און געוויסע נאכמער.

מיין ערשטע שריט וואס האט מיר געהאלפן איז געווען צו זיך עפענען אויפן פארום, איז קודם מזל טוב פארן האבן קוראזש צו שרייבן דיינע סטראגלס, עס איז זיכער א טריט אין די ריכטיגע דירעקציע.

פאר מיר דורכלייענען די האנט בוך איז געווען ממש כמים קרים על נפש עייפה, אפשר קענסטו אויך געהאלפן ווערן פון דעם, כאפ א בליק אויף די האנט בוך, און פארגעס נישט צו אנהייבן ציילן.

טוה אן גרויסע רעדער, און הייב אן טראקן.

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ' תמוז התשע"ט 17:53 #257312

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 194 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 377
  • האט שוין געלייקט: 786 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 749 מאל
  • קאָרמא: 9

שלום עליכם יוסי

איך האב דיר איין ווארט צו זאגן אז די האסט אויפגעגעבן ביסטו אויף די רייט טרעק

דאס איז סטעפ 1  We admitted that we were powerless over lust-that our
lives had become unmanageable 

פשט פון דעם איז אז איך קען מיר נישט איך קען מיר נישט איינהאלטן איינמאל עס קומט מיר עפעס אריין אין קאפ מיז איך עקטן אויט 

גייט מען נאכדעם צו סטעפס 2 אין 3 אז עס איז דא א באשעפער אין הימל וואס ער האט די כח עס אוועקצונעמען פון מיר אין איך האב אפגעמאכט אז איך בין גרייט ער זאל עס ארויסנעמען פון מיר, איך בין גרייט איבערצוגעבן מיין תאווה וואס עס געט מיר רואיגקייט אין געשמאגקייט פשוט ווייל איך ווייס אז איך קען מיר נישט אזוי לעבן

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ' תמוז התשע"ט 18:21 #257321

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 91 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1008
  • האט שוין געלייקט: 2020 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1778 מאל
  • קאָרמא: 22

שלום עליכם יוסי.
איך רילעיט זייער צו דיין געשיכטע אין אסאך פרטים.
איך קען דיך נאר זאגן אז דא איז דא הילף פאר דיך.
איך האף אז דו וועסט עס שנעל טרעפן.

דיין חבר,
אוזע.

Acceptance is the answer to all my problems today - The big book, Page 417

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"א תמוז התשע"ט 13:05 #257348

  • יוסי
  • איצטיגע שטרעקע: 10 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 20
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
  • קאָרמא: 1

קודם כל יישר כח פאר יעדער וואס האט געענפערט, און בפרט פאר יחיאל וואס האט אזוי שיין אריין געלייקט און מיינע ווערטער זיין ענפער.

צווייטענס איז, אז איך האב זיך שוין אויפגעסיינט דא בערך 5 חדשים צוריק, און איך פלעג אלץ ליינען וואס מען שרייב דא, ווי אויך האב איך אנגעהויבן ציילן 90 טעג, ווען איך בין אדורך געפאלן האב איך אויפגעגבן, אבער איך האב ווייטער געליינט און זיך אזוי פראבירט מחזיק צו זיין, אבער לעצטנס האב איך געזען אז עס איז נישט קיין תכלית אזוי און איך האב צוריק אנגעהויבן צו ציילן די 90 טעג....
אבער אבער עס איז געווען ביז למעשה...דאן האב איך געפילט אז מיט מיר וועט שוין גארנישט ווערן.
איך וואלט נאך געוואלט ווייטער שרייבן אבער איך דארף גיין.

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"א תמוז התשע"ט 14:39 #257352

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 303
  • האט שוין געלייקט: 1088 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 301 מאל
  • קאָרמא: 2

יישר כח פאר די קאממפילמענט
איך האב געדולט צו ווארטען ביז די גייסט ווייטער שרייבן אבער לאז מיך נישט צו לאנג ווארטען

הצלחה

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"א תמוז התשע"ט 17:08 #257368

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 528
  • האט שוין געלייקט: 443 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל
  • קאָרמא: 8
יוסי געשריבן on כ"א תמוז התשע"ט 13:05:

 ווען איך בין אדורך געפאלן האב איך אויפגעגבן, אבער איך האב ווייטער געליינט און זיך אזוי פראבירט מחזיק צו זיין, אבער לעצטנס האב איך געזען אז עס איז נישט קיין תכלית אזוי און איך האב צוריק אנגעהויבן צו ציילן די 90 טעג....

אבער אבער עס איז געווען ביז למעשה...דאן האב איך געפילט אז מיט מיר וועט שוין גארנישט ווערן.


עטליכע שאלות אויב איך מעג דיר פרעגן.

1) דו האלטס האסט שוין "פרובירט אלעס" צו טוהן כדי צו אויפהערן מיט די התנהגות?

2) בוזט שוין אנגעקומען צו א מצב פון טאטאלע יאוש אז דו וועסט שוין זויבער קיינמאל נישט ווערן?

3) אויב זאלסטו וויסן פון איינעם וואס קען דיר זיכער העלפן ארויסקריכן פון דיין זומפ, און ווען איך זאג זיכער איז עס בלתי שום ספק, ממש ברור כשמש אז דו ווייסט ער קען דיר העלפן, בוזטו גרייט זיך צו טרעפן מיט אים?

4) ביז וויפיל וואלסטו גרייט געווען ארויסצוגיין פון דיינע באקוועמליכקייטן, אינוועסטירן אין בושות מיט בזיונות, אלעס כדי צו בלייבן זויבער און לעבן א נארמאלע לעבן?

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ב תמוז התשע"ט 10:06 #257384

  • יוסי
  • איצטיגע שטרעקע: 10 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 20
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
  • קאָרמא: 1
 ן

עס איז זייער שווערע שאלות אבער איך וועל פראבירן צו ענפערן ווי וואט איך קען.

1) לכאורה האב איך נישט אלעס פראבירט ווייל איך רעדט דא די ערשטע מאל וועגן מיין פראבלעם

2) די יאוש וואס איך האב געמיינט איז מער א פילינג ווי א מציאות.

3)איך בין גרייט זיך צו טרעפן מיט איינעם נאר אויב יענער ווייסט נישט ווער איך בין, מיין גרעסטע פחד איז בושות פון א מענטש וואס קען מיר איך איך פיל אז יעדע זאך וואס וועט זיין קעגן דעם וועל איך נישט קענען טון. אבער וואס וועלעכע כאקוועמלעכקייט יא דארף איך זען וואס מען מיינט.חוץ מזה א יישר כח פארן פרעגן אדרבה איך בין דא גרייט צו הערן...נ.ב. איך האב געענפערט בקיצור, איך וואלט געוואלט מער מאריך זיין
לעצט פארראכטן: כ"ו תמוז התשע"ט 04:53 דורך יוסי.

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ב תמוז התשע"ט 10:27 #257386

  • nevergiveup
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 105
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

קוק איבער וואס האסט גישריבן אויף שאלה נומבער 2 
די יאוש איז מער א ״פילונג״ ווי א מציאות.
די מציאות איז אז סאיז יא דא הילף אין אסאך הילף,
די יאוש געפילן פארקנאקט די מציאות אין מזעט נישט גארנישט,

סאיז א געפיל נישט קיין מציאות,

#nevergiveup


ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ב תמוז התשע"ט 10:40 #257387

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 528
  • האט שוין געלייקט: 443 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל
  • קאָרמא: 8
יוסי געשריבן on כ"ב תמוז התשע"ט 10:06:

עס איז זייער שווערע שאלות אבער איך וועל פראבירן צו ענפערן ווי ווייט איך קען.
ריקאווערי איז בכלל נישט גרינג, דאס גאנצע לעבן איז נישט גרינג, אבער אויב האלט מען ביי א מצב ווי דער עדיקשאן איז אסאך שווערער ווי די שאלות, הייבט אן אלעס צו ווערן גרינגער.

1) לכאורה האב איך נישט אלעס פראבירט ווייל איך רעדט דא די ערשטע מאל וועגן מיין פראבלעם
געוואלדיג, איז אפשר נאך געבליבן זאכן וואס קענען דיר העלפן, קען זיין תפסיק וועט זיין אן אפציע, שעירן מיט אנדערע מענטשן אויפן פארום (אנאנים פארשטייט זיך), קוק אינעם האנט בוך דא דארטן אסאך כלים וואס דו קענסט פרובירן און דיין לעבן וועט ווערן גרינגער.


2)  די יאוש וואס איך האב געמיינט איז מער א פילינג ווי א מציאות.
ביי מיר איז די יאוש געפילן געווען פון די ערשטע שטארקע פארשריט וואס איך האב געמאכט אין ריקאווערי,  איך בין אנגעקומען צו א מצב פון 'איך געב אויף' איך קען שוין מער נישט זיך האלטן זויבער אליינס, איך האב געשפירט ווי איך כשלעצמי קען נישט ריקאווערן, איך מוז האבן הילף פון נאך איינעם.

3)  איך בין גרייט זיך צו טרעפן מיט איינעם נאר אויב יענער ווייסט נישט ווער איך בין, מיין גרעסטע פחד איז בושות פון א מענטש וואס קען מיר איך פיל אז יעדע זאך וואס וועט זיין קעגן דעם וועל איך נישט קענען טון.

איך האב פאר דיר 'איינעם' וואס גראדע ווייסט ער יא ווער דו בוזט, אבער עס דארף נישט זיין קיין פראבלעם ווייל דיין פחד איז נאר פון בושות פון א מענטש, יענער איז נישט קיין מענטש במילא קענסטו זיין רואיג, יענער איז בלתי שום ספק אז ער קען דיר העלפן, אויב בוזטו גרייט זיך צו טרעפן מיט אים געב איך דיר זיין נאמען, ער הייסט גאט ברוך הוא! ער קען דיר העלפן! בוזט גרייט זיך צו טרעפן מיט אים?

4) אבער וואס וועלעכע באקוועמלעכקייט יא דארף איך זען וואס מען מיינט.
ביי מיר ווילאנג איך האב געהאט רעזארוואציעס פאר באקוועמליכקייטן, בושות, בזיונות און דאס גלייכן האב איך געהאלטן אין איין פאלן, אבער קען זיין פאר דיר וועט נישט אזוי זיין, אבער טאמער יא, אפשר וואלט כדי געווען דאמאלטס צוריק איבערקלערן די רעזארוואציעס.


חוץ מזה א יישר כח פארן פרעגן אדרבה איך בין דא גרייט צו הערן...נ.ב. איך האב געענפערט בקיצור, איך וואלט געוואלט מער מאריך זיין

איך האב אביסל צוטיילט דיין תגובה עס זאל זיך בעסער קענען לייענען, און געשריבן מיט גרינע אותיות וואס איך בין מגיב, איך האף עס וועט דיר גרינגער מאכן.

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ב תמוז התשע"ט 12:22 #257398

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 91 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1008
  • האט שוין געלייקט: 2020 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1778 מאל
  • קאָרמא: 22

גוט מארגן יוסי.
מיין שווערסטע זאך געווען טאקע צו מאכן קאנטאקט מיט מענטשן. איך פארשטיי דיך זייער גוט.
איך האב עס געבראכן ווען איך האב געזעהן אז איך קען נישט אנגיין אזוי ווייטער. די הכרח האט מיך געברענגט דערצו.
דו ביסט נאכנישט דא גענוג לאנג און האסט נאכנישט גענוג דערציילט אז איך זאל קענען דיין מצב, אבער ווען א מענטש קומט אן צו א מצב וואס ער איז באמת פארלוירן און ער ווייסט דעם אמת אז זיין ישועה ליגט אין ברעכן זיין בושה פון אנדערע קען מען עס באווייזן בעז"ה.

נאך א נקודה.
קיינער פון אונז איז נישט געקומען אהער זיך צו מחזק זיין אין שמירת הלשון. אונז אלע זענען דא ווייל אונז מוטשענען זיך מיט די זעלבע סוג פראבלעמען, איינער ארויף איינער אראפ, איינער מער איינער ווייניגער (ווי זאגט מיין חתימה: אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע) איך זעה נישט וואו ס'דא זיך צו שעמען איינער פון צווייטן. מ'רעדט נישט דא אז דו זאלסט מגלה זיין ווער דו ביסט ברבים, מ'רעדט נאר צו רעדן מיט מעמבערס וואס געפונען זיך אין פונקט אזא מצב - אדער אן ענליכע - ווי דיר, און דו מאכסט זיכער פון פארדעם אז זיי זענען סעיף.

נאך א נקודה.
לומד (יהא זכרו ברוך) האט עס אמאל ארויסגעברענגט ווען מ'האט גערעדט פון דעי בושה המדומה. איך בין מרחיב אביסל.
ליידער זענען דא כמעט וועכנטליך וואס מ'דעקט אויף א געשיכטע פון איינעם וואס ער האט נעבעך מאלעסטעד קינדער אדער מ'האט אים געטראפן מיט א זונה אדער מ'האט אים געזעהן אין אן אנדער מקום מכוער וכדו'. אויב האסטו מורא פון בושה טראכט אריין וואספארא בושה ס'קען זיין אויף די אנדערע זייט. אויב בלייבסטו פארמאכט אין דיין מצב ביסטו קיינמאל נישט פארזיכערט וואו ס'קען דיך טראגן. כמה יונגעלייט דא האט זייער ווייב אנדעקט א חלק פון זייערע מעשים, דעי בושות לוינט זיך יא? אנדערע (וגם אני בתוכם) זענען געפאקט געווארן דורך פרעמדע, דעי בושות לוינט יא?

נאכאמאל, איך פארשטיי דיך זייער גוט. איך האב מיך אויך א לאנגע לאנגע לאנגע צייט אפגעהאלטן פון מאכן קאנטאקט מיט קיינעם, מוז נישט זיין אז דאס וואס איך האב געשריבן וועט איבערוועגן דיין בושה (ווי געשמועסט איז עס א "פילינג" וואס ווערט נישט איבערצייגט דורך שכל) איך פארצייל דיך נאר פארוואס "איך" האב געבראכן מיין בושה, אפשר וועלן דיר די ווערטער צוניץ קומען.

איך קוק ארויס אויף דיין הצלחה,
אוזע

Acceptance is the answer to all my problems today - The big book, Page 417

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ב תמוז התשע"ט 13:04 #257405

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 194 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 377
  • האט שוין געלייקט: 786 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 749 מאל
  • קאָרמא: 9
ich vil zan ehrlich געשריבן on כ"ב תמוז התשע"ט 12:22:

איך גיי מיט א טריט ווייטער.....
איך בין שוין געכאפט געווארן דורך אנדערע איך בין שוין געכאפט געווארן דורך מיין ווייב 
אין אפי' אזוי האב איך נאך געהאט בושות זיך צו טרעפן מיט אנדערע.. וואס ווילן זיך העלפן...... די ציטער איז זייער שטארק 

אבער אין פאקט דארף מען דאס טראכטן אין איך גיי היינט צו לייוו מיטינגס אין איך טרעף אזויפיל מענטשן וואס איך קען, נאר די ערשטע נקודה וואס אוז"ע האט געשריבן דאס טראכט איך ענדערש מיר צו טרעפן אין א בית זונה וכדומה?.......???? איך בין פשוט מיט מענטשן וואס ווילן זיך העלפן, ווילן ארויסקריכן פונעם זימפ, זענען אין די זעלבע מצב ווי מיר (כמעט זה בכה וזה בכה ווי אוז"ע שרייבט)

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ג תמוז התשע"ט 05:41 #257424

  • יוסי
  • איצטיגע שטרעקע: 10 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 20
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
  • קאָרמא: 1


איך האב פאר דיר 'איינעם' וואס גראדע ווייסט ער יא ווער דו בוזט, אבער עס דארף נישט זיין קיין פראבלעם ווייל דיין פחד איז נאר פון בושות פון א מענטש, יענער איז נישט קיין מענטש במילא קענסטו זיין רואיג, יענער איז בלתי שום ספק אז ער קען דיר העלפן, אויב בוזטו גרייט זיך צו טרעפן מיט אים געב איך דיר זיין נאמען, ער הייסט גאט ברוך הוא! ער קען דיר העלפן! בוזט גרייט זיך צו טרעפן מיט אים?


‫‬‎
 מיט גאט ב''ה רעדט איך גרעדע, אפשר דארף איך רעדן מער, אבער די שוועריקייט מיט דעם איז ווען מען האט שוין נישט קיין כח צו פייטן און ווען איך פיל אז איך בין פארלוירן און איך וויל שוין אדורך פאלן גיי איך נישט רעדן צו אום, ווי אויך האב איך נישט קיין ענפער פון אום אדער  בעסער געזאגט אז איך פארשטיי נישט זיין ענפער, באמת פיל איך אז איך וואלט געדארפט רעדן צו א "מענשט" וועגן דעם, נאר איך האב נישט מיט ר קאראש, און נאך דערצו ווען איך האב מורה פאר בושות,

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ג תמוז התשע"ט 09:38 #257428

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 194 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 377
  • האט שוין געלייקט: 786 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 749 מאל
  • קאָרמא: 9
יוסי געשריבן on כ"ג תמוז התשע"ט 05:41:




איך האב פאר דיר 'איינעם' וואס גראדע ווייסט ער יא ווער דו בוזט, אבער עס דארף נישט זיין קיין פראבלעם ווייל דיין פחד איז נאר פון בושות פון א מענטש, יענער איז נישט קיין מענטש במילא קענסטו זיין רואיג, יענער איז בלתי שום ספק אז ער קען דיר העלפן, אויב בוזטו גרייט זיך צו טרעפן מיט אים געב איך דיר זיין נאמען, ער הייסט גאט ברוך הוא! ער קען דיר העלפן! בוזט גרייט זיך צו טרעפן מיט אים?


‫‬‎
 מיט גאט ב''ה רעדט איך גרעדע, אפשר דארף איך רעדן מער, אבער די שוועריקייט מיט דעם איז ווען מען האט שוין נישט קיין כח צו פייטן און ווען איך פיל אז איך בין פארלוירן און איך וויל שוין אדורך פאלן גיי איך נישט רעדן צו אום, ווי אויך האב איך נישט קיין ענפער פון אום אדער  בעסער געזאגט אז איך פארשטיי נישט זיין ענפער, באמת פיל איך אז איך וואלט געדארפט רעדן צו א "מענשט" וועגן דעם, נאר איך האב נישט מיט ר קאראש, און נאך דערצו ווען איך האב מורה פאר בושות,


גוט מארגן יוסי 

ווי מ'האט נעכטן אויסגעשמועסט קען מען נישט אליין פייטן סאיז נישט מעגליך נאר די תורה הקדושה שרייבט ובחרת בחיים מ'דארף עס וועלן טון די ריכטיגע וועג יעדער איינער ווי אזוי ער וועילט אויס אז די מהלך וועט אים העלפן מ'דארף עפעס טון אין די חלק הבחירה 

אין אז מטוט אזוי העלפט די אייבישטער אז ווען מטרעפט זיך אין א נסיון אז מ'זאל קענען ביישטיין

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ט תמוז התשע"ט 13:38 #257574

  • יוסי
  • איצטיגע שטרעקע: 10 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 20
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
  • קאָרמא: 1
איך האב נישט געהאט עקסעס, בין איך נישט ארויף געקומען דא, די לעצטע פאר טעג, איך וועל איבער שרייבן וואס איך האב געשריבן פאר מיר זיך אויס צורעדן.
זה לשוני יום ב' פדשת מטו''מ
פון ווי פון ווי זאל איך אנפאנגען??? איך וועל אנפאנגען מיין סדר היום היינט, די טאג האט זיך אנגעהויבן גראדע גוט, טאקע אביסל מיד מיין חברותה איז נישט אנגעקומען, אבער איך האב מיר מתגבר געווען און געלערנט אויפן קול, ביים דאווענען האב איך פראבירט אונזונען צו האבן און ב''ה אז מען האט געקענט לויבן און זיך בעטן ביים רבש''ע, אלעס איז געגאנגען נארמאל,
ביז כולל האב איך געהאט א פאר מנוט, האב איך געטראכט צו גיין צו א היימישע פלאץ ווי עס איז דא עקסעס צו אינטערנעט,געווענדליך איז דארט פיל , און אזוי קען איך נישט טון וואס איך וויל (נישט),אבער היינט איז דארט געווען ליידיג, איך, מיט מיין נארישע שכל האב זיך אוועק געזעצט, קודם האב איך טאקע מסדר געווען וואס איך האב געוואלט, נאך דעם אבער האב....איך ווייס אליין נישט פ''וו...אבער איך האב אנגעהויבן צו פליען אין עולם התוהו...כאולי איך האב הנאה געהאט פון וואס איך האב געזען... מיינע הענט האבן געציטערט אזוי ווי אייביג...מיין הארץ האט געקלאפט מיטן פילן טעמפוי...און איך פלי אין עולם התוהו זיך נישט אפשטעלענדיג אויף איין זאך מער ווי א האלבע סקונדע, ווען יעדע צווייטע סקונדע דריי איך זיך אויס צו זען אויב איינער קומט אריין, מען קען מיר ממש מקנא זיין ווי אזוי איך געב מיר אויס מיינע תאוות?!...איך ווייס אליין נישט פון וואס איך האב הנאה געהאט, אבער אזוי האט עס אנגעהאלטן פאר א פאר מנוט, ביז עס האט עושה רושם געווען, און געמאכט א המוציא..און וינפש...שטיל רואיג איך וויל מער נעשט גארנישט, מען האקט אלעס אראפ און...(מען וויל אנגיין מיטן טאג ווייטער)
און א כוואליע פון שילד געפילן לאזן זיך אראפ און פליען אריין אין מיין קאפ...עס הייבט אן צו שרייען ביסט אויפן קאפ געפאלן???וואס האסט געמיינט אז דו ביסט גענוג שטארק??? האסט אפי נישט געמעקט גיין...און וואס האסטו שוין געדארפט ערלעדיגען? איז עס טאקע געווען אזוי וויכטיג?און וואס האסטו שוין אויפגעטון דארט?(היינו ביי די אלע שמוציגע פלעצער) בוסט עפעס קליגער געווארן?פ''ו האסטו זיך אליין אריין געלייקט אין פעקל?בוסט א פשוטע שגץ וואס ווען איינער וואלט נאר געוויסט וואס דו האסט יעצט געקוקט וואלסטו מסתם שוין נישט געווען אין שטאט... ועוד ועוד אזעלעכע געפילן קומען מיר ארויף..
איך געב א קוק אויפן זייגער און איך זע איך האב פינקט גענוג צייט צו גיין אין מקוה, איך לויף אין מקוה איך גיי אין די קאלטע בור קודם מיטן חשבון אז מיר קומט נישט קיין ווארעמע מקוה, נאך דעם האַב איך געטראַכט דו מייסט אַז די רבּש״ע קען מען אָפּקויפֿן מיט אַ קאַלטע מקוה??? אַנעכטיגן טאג , אַבּיסל זיך צוריק האַלטן פֿון דיינע תּוואת, האָבּן אַבּיסל יר״ש, דאָס דאַרף איך נישט קיין קאַלטע מקוה, אָבּער װאָס דאַרף איך טאַקע טון װאָס דאַרף איך טראַכטן גײ װײס?
און מיט די מחשבות בּין איך געלאפֿן אין כּולל און אַזױ האָבּ איך זיך געדאַרפט קאנצענטרירן אין מיין שו״ע, מיינע
מחשׂבות װעקן מיר אױף, װען מײן חברותה שרײט װאס קלאצטו אַזױ בּײם טיר?? װאָס זאל איך טון? איך גײ מיר מאַכן אַ קאַװע, שױן אַבּיסל פֿאַרגעסן פֿון די צרות, אבּער נישט פֿאַר לאנג מען ענדיגט לערנען און אַלעס קמט צוריק עס האָט גאָר נישט געהאפן, בשׂמחה בּין איך נישט געװארן און איך פיל מיר װי דער עקילדיגע נואף איך האף אז דאס אראפ שרײבּן װעט מיר העלפן פילן בּעסער, און איך פיל שױן בּעסער...אָבּער מעג איך אזױ פילן??? איך בּין דאך די גרעסטע שגץ גײ װײס לאז מיר ארױס פון בּילד לאז מיר אײנטלױפן...

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ט תמוז התשע"ט 14:08 #257575

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 235
  • האט שוין געלייקט: 276 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
  • קאָרמא: 5

יוסי, הסברים פארוואס די דאזיגע פילינגס זענען נישט ריכטיג און נישט געזונט, וועל איך לאזן פאר אנדערע, אבער אזוי פיל וועל איך יא זאגן, "מיר זענען אלע אויפן זעלבע פעידש"
שטארק דיך, און בס"ד וועסטו עס קענען ביישטיין !!!!!!!!!!!!!!!!!

הק' העלפמי

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ט תמוז התשע"ט 14:37 #257576

  • חיים גליק
  • איצטיגע שטרעקע: 287 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 106
  • האט שוין געלייקט: 248 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל
  • קאָרמא: 6

טייערע יוסי

קודם וויל איך דיר באגריסן פארן נעמען די שטארקייט וואס איך האב נאך נישט ביז דערווייל געהאט און אנגעהויבן דיין טרעד

יעצט וויל איך דיר זאגן די האסט מיר אינגער געמאכט מיט דערציילן דיין געשיכטע, און וואס עס איז אריבער אויף דיר איז אריבער אויף מיר נישט א יאר צוויי נאר אסאך לענגער און נישט נאר וואס די האסט ביז דערווייל געשריבן נאר אסאך מער, געטראכט אמאל אז בסך הכל גייט מיין מעשה זיין א סך הכל פון וואס אלע אנדערע חבירים ציזאמען האבן שוין דא געשריבן...

און חיים שטייט היינט אריבער 250 ריינע טעג ריין פון לויפן יעדע מיניט און זיכן שמיציגע זאכן, ריין פון האבן מיט אנדערע, ריין פון הז"ל, א ריינע מוח א ריינע לעבן זיסער און בעסער פון דעם איז נישט פארהאנען

חיים איז אויכט אריבער וואס עס איז אויף אים פאריבער, און גארנישט האט אים געמאכט זיך צו נעמען און די הענט אריין, ביז און א שיינעם טאג האט ער באקימען א שרעקליכע רצון זיך צו נעמען און די הענט אריין, און נעמען זיין ריינע עתיד און מיט דעם פארעכטן זיין טינקעלע עבר, און ער איז אנגעקימען דא אויף הד"א און מיט די הילף פינעם באשעפער און מיט די הילף פון די אלע טייערע חבירים דא בין איך ב"ה סויבער און ריין

יעצט ווי לאנג די גייסט דיר נישט נעמען און די הענט אריין מיט א פעסקייט אז זאל זיין וואס זאל זיין עס קימט א טויש גייט גארנישט געשעהן אפשר וועט די חרטה העלפן אויף א קארצע צייט אבער זייער שנעל וועסטי זיך טרעפן צריק ווי די ביסט געווען 

הייב אן ציילן 90 טעג, א טאג אויף אמאל, קום ארויף טעגליך פארציילן וואס די גייסט אריבער און מיט א שטארקע רצון און מיט די הילף פון אלע טיירערע חבירים דא אויף הד"א וואס זענען דא פארן זעלבן ציל וועסטי אנקימען אסאך ווייטער ווי די האסט געמיינט אז די וועסט נאר קענען אנקימען

עס איז טאקע שווער אבער עס לוינט זיך ויפה שעה אחת קודם

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ט תמוז התשע"ט 15:18 #257578

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 303
  • האט שוין געלייקט: 1088 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 301 מאל
  • קאָרמא: 2

יוסי איך רילעיט זייער שטארק צו וואס די האסט געשריבן
איך בין געגאנגען א שטיק צייט צו טערעפי [3 יאר]
דארט האב איך זוך אויסגעלערנט א שטארקע זאך
אז מען דארף נישט פילען שלעכט
דאס אז מען וויל פילען שלעכט איז וויבאלט מען פילט אז דאס איז א שטיקל תיקן
איך פיעל דאך שלעכט . ממילה בין איך גוט 
אויב איך פיעל נישט שלעכט בין איך א קל
[באמת טיף אין דיר פילסטו שלעכט]
עס איז דא פיל מיט זאכען פאר וואס מען פילט נישט שלעכט .די פשוטע .איז אז צייט ברואיגט
 אגב מען דארף זוך העלפן אפילו מען פילט נישט שלעכט


[אויב עס איז געשריבן אביסל צומישט בעט איך דיר איבער]

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ט תמוז התשע"ט 16:16 #257582

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 91 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1008
  • האט שוין געלייקט: 2020 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1778 מאל
  • קאָרמא: 22

איך שוין דיך זייער יוסי. א שווערע געראנגל מיט די אלע געפילן. איך פארשטיי דיך זייער גוט, איך גיי דעיס אלעס דורך פונקט ווי דיר.
איך וואונטש דיך אז ה' זאל זיין מיט דיך און דיך פירן אויפן ריינעם וועג.

Acceptance is the answer to all my problems today - The big book, Page 417

ענטפער: זיך אויסשמיסען ג' אב התשע"ט 12:41 #257613

  • יוסי
  • איצטיגע שטרעקע: 10 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 20
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
  • קאָרמא: 1

קודם כל וויל איך מודיע זיין אז איך זיך שוין בארואיגט פון מיינע געפילן, און אודך, די סייקל הייבט זיך אן נאך אמאל, באמת דארף איך לכאורה אנהייבן די 90 טעג, אבער איך ווייס אז איך גיי אדורך פאלן היינט אדער מארגן...איז וואס האב איך אנצופאנגן,ווי קען עס הייסן אפי אנגעהויבן ווען אפי איין טאג (כמעט) קען איך זיך נישט ''יעצט'' האלטן, און איך אויך איך האב שוין נישט קיין כח, איך וויל מער נישט קענען דער מענשט וואס ליגט אין שמוץ...

ענטפער: זיך אויסשמיסען ג' אב התשע"ט 12:51 #257614

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 91 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1008
  • האט שוין געלייקט: 2020 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1778 מאל
  • קאָרמא: 22

גוט מארגן יוסי.
קודם פריי איך זיך צו הערן אז דו ביסט שוין צו זיך געקומען.

איך טרעף מיך זייער גוט אין די שווערע געפילן וואס דו ביסט אהערגעקומען "זיך אויסשמועסן", אונז אלע ליידן אסאך פעין און ווייטאגליכע געפילן פון אונזערע מעשים.
איך וואונטש דיך אז ה' זאל דיך העלפן שנעל און געשיקט.

די חשבון וואס דו מאכסט פון היינט אויף מארגן איז עפעס וואס איך האלט פאר נישט תורה'דיג און שכל'דיג אויסגעהאלטן. אין דעם לינק וועסטו טרעפן אן ארטיקל וואס איך האב געשריבן אויף דעם (איך בין געפאלן "איין טאג" נאכן עס שרייבן).
איך וואונטש דיר דו זאלסט האבן סוקסעס מיטן גרייכן דעם זיסן לעבן פון "איין טאג אויפאמאל"

דיין חבר וואס פארשטייט דיך,
אוזע

Acceptance is the answer to all my problems today - The big book, Page 417

לעצט פארראכטן: ג' אב התשע"ט 12:59 דורך ich vil zan ehrlich.

ענטפער: זיך אויסשמיסען ג' אב התשע"ט 14:25 #257616

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 194 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 377
  • האט שוין געלייקט: 786 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 749 מאל
  • קאָרמא: 9
ich vil zan ehrlich געשריבן on ג' אב התשע"ט 12:51:

גוט מארגן יוסי.
קודם פריי איך זיך צו הערן אז דו ביסט שוין צו זיך געקומען.

איך טרעף מיך זייער גוט אין די שווערע געפילן וואס דו ביסט אהערגעקומען "זיך אויסשמועסן", אונז אלע ליידן אסאך פעין און ווייטאגליכע געפילן פון אונזערע מעשים.
איך וואונטש דיך אז ה' זאל דיך העלפן שנעל און געשיקט.

די חשבון וואס דו מאכסט פון היינט אויף מארגן איז עפעס וואס איך האלט פאר נישט תורה'דיג און שכל'דיג אויסגעהאלטן. אין דעם לינק וועסטו טרעפן אן ארטיקל וואס איך האב געשריבן אויף דעם (איך בין געפאלן "איין טאג" נאכן עס שרייבן).
איך וואונטש דיר דו זאלסט האבן סוקסעס מיטן גרייכן דעם זיסן לעבן פון "איין טאג אויפאמאל"

דיין חבר וואס פארשטייט דיך,
אוזע


אסאך מאל דארף מען ארבעטן אויף איין שעה אויפאמאל אין אפי' איין מינוט אויפאמאל

ענטפער: זיך אויסשמיסען ד' אב התשע"ט 14:00 #257668

  • יוסי
  • איצטיגע שטרעקע: 10 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 20
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
  • קאָרמא: 1

וואס איך פיל איז נישט געזונט און נישט העלפפאל, דאס ווייס איך שוין, אבער וואס דארף איך יא פילן און וואס דארף איך טראכטן??? דארף איך פילן ווי א העלד אז איך האב זיך נישט געקענט מתגבר זיין??? בקיצר וואס איז די ריכטיגע וועג צו טראכטן ווען מען פאלט אדורך?

לעצט פארראכטן: ד' אב התשע"ט 14:05 דורך יוסי.

ענטפער: זיך אויסשמיסען ד' אב התשע"ט 14:11 #257671

  • סאלדאט
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 30
  • האט שוין געלייקט: 135 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
  • קאָרמא: 3

יוסי,

דו קענסט די מעשה פון דעם פעדלער וואס איז געשטאנען אין גאס און א גנב איז געקומען און אנגעפאנגען צו כאפן און ראבעווען, האט דער פעדלער אנגעהויבן צו וויינען, שטייט דארט א קלוגער מענטש און זאגט וואס וויינסטו, כאפ אויך, וועסטו האבן כאטש עפעס...

אז דו פילסט אז דו קענט זיך נישט האלטן ריין פאר א טאג, כאפ כאטש אפאר שעה, און ביים סוף טאג לאמיר מאכן א חשבון ווער עס האט מער שעה, דו -ריינע שעות אדער די יצר הרע מיט זיינע שטותים.

פון דארט וועסטו עס נעמען צו די נעקסטע סטעפ אי"ה

קעמפ ווי א סאלדאט! געב דיר נישט אונטער! בשם השם נעשה ונצליח!!!!

לעצט פארראכטן: ד' אב התשע"ט 14:12 דורך סאלדאט.

ענטפער: זיך אויסשמיסען ד' אב התשע"ט 14:42 #257673

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 303
  • האט שוין געלייקט: 1088 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 301 מאל
  • קאָרמא: 2

סאלדאט
זייער גוט געשריבן

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

לעצט פארראכטן: ד' אב התשע"ט 14:43 דורך יחיאל.

ענטפער: זיך אויסשמיסען ד' אב התשע"ט 15:55 #257676

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 91 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1008
  • האט שוין געלייקט: 2020 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1778 מאל
  • קאָרמא: 22
יוסי געשריבן on ד' אב התשע"ט 14:00:

וואס איך פיל איז נישט געזונט און נישט העלפפאל, דאס ווייס איך שוין, אבער וואס דארף איך יא פילן און וואס דארף איך טראכטן??? דארף איך פילן ווי א העלד אז איך האב זיך נישט געקענט מתגבר זיין??? בקיצר וואס איז די ריכטיגע וועג צו טראכטן ווען מען פאלט אדורך?


ס'איז נישט אזוי וויכטיג צו זוכן וואס מ'דארף טראכטן ווען מ'פאלט דורך ווי צו זוכן וואס מ'דארף טראכטן כדי נישט אדורכצופאלן.
די ריכטיגע וועג - אין מיין מיינונג און עקספעריענס - ווען מען פאלט דורך איז..... נישט צו טראכטן!
איך וועל דיך מסביר'ן.
אודאי דארף מען טראכטן וואס ס'האט גורם געווען די דורכפאל און וויאזוי מ'גייט עס פארמיידן להבא. אויך דארף מען נוצן א דורכפאל אויף חשבון הנפש אז דאס וואס איך טוה ביז יעצט איז מיך נישט גענוג זיך צו האלטן ריין, איך דארף טוהן עפעס מער. אבער מ'טאר בשום אופן נישט אריינטראכטן און ווערן עמאושענעלי קאנעקטעד מיט די פעין וואס קומט פון א דורכפאל. ס'איז א קיללער!

די עיקר מיט וועלכע מחשבות מ'דארף זיך אפגעבן איז דורכן כסדר טראכטן וואס מ'דארף טוהן נישט צוצוקומען צו קיין דורכפאל.
וויאזוי טוט מען דעיס?
יעדער איז אנדערש. מ'דארף זיך גוט קענען און וויסן אין וועלכע מצב מ'איז צו זעהן וואו די הינט ליגט באגראבן. ס'איז שווער אריינצוגיין אין דיטעילס ווייל יעדער איז אנדערש אבער מיטן ליינען אסאך וואס חברים שרייבן דא און זעהן צו וואס מ'קען די מערסטע רילעיטן טרעפט מען בעז"ה די ריכטיגע וועג.

דיין חבר וואס קוקט ארויס אויף דיין הצלחה,
אוזע.

Acceptance is the answer to all my problems today - The big book, Page 417

ענטפער: זיך אויסשמיסען ד' אב התשע"ט 19:02 #257684

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 303
  • האט שוין געלייקט: 1088 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 301 מאל
  • קאָרמא: 2

אויב איך מעג אריין לייגען מיין צוויי סענט דא האסטו

פאר וואס פילט מען צובראכן נאכן דוראך פאל 
עס קען זיין די אייגענע עיגא .אז מען פילט אז מען האט נישט קאנטראל אויף זוך,
עס קען זיין אז מען איז צובראכן .וויבאלט מען האט שווער גארבעט ביז יעצט
אין מען איז דוראך געפאלן,
עס קען זיין אז מען פילט זוך ווי א רשע,א זונדיגע
אסאך מאל פילט מען זייער ליידיג נאך דעים ,דאס מאכט זייער דאון,
עס איז אן הנאה פון אזא קליינע צייט אויב אזוי פאר וואס האב איך עס געטון,
ועוד ועוד,
איך טריי עס אנצוקוקן אביסל אנדערש
אז ווען איך פאל דוראך האט השם זייער גרויסע צער
אויב אזוי וואס איז די עצה צו זיין צובראכן.
דאס אליינס איז אויכעט צער פאר השם ער וויל נישט די זאלסט ארום גיין דערפרעסט
תשובה טון א גאנצע טאג דאס מאכט דעפרעסט
נאר אז מען האט א געוויסע צייט ביי דאווענען אדער סיי ווען
וואס דעמלטץ טוט מען תשובה .אין נאר דעמלטץ
און די איבריגע צייט טריי איך צו מאכן א נחת רוח פארן אייבערשטער
פון יעצט . פון דעיע מינוט
הצלחה רבה מיט א שמייכל

דאס אלעס איז נאר לדעתי לויט ווי אזוי איך פיל עס איז זוכער דא חברים וואס האלטן אנדערש


זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

לעצט פארראכטן: ד' אב התשע"ט 19:13 דורך יחיאל.

ענטפער: זיך אויסשמיסען ו' אב התשע"ט 09:47 #257777

  • יוסי
  • איצטיגע שטרעקע: 10 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 20
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
  • קאָרמא: 1
איך פלעג האבן א סייד דזאב וואס איך האב אפגעלאסט פאר געוויסע סיבות, דער אמת איז אז איך אליין ווייס נישט די סיבה, נאר וויבאלד אנצוגיין ווייטער מיט די ארבעט,האט פארלאנגט פון מיר עפעס וואס איך בין נישט געווען באקוועם, האב איך עס נישט געוואלט טון, און איך האב זיך (געוואלט) איינרעדט אז איך וועל ווייטער האבן די דזאב, אפי אן טון דאס וואס זיי האבן פארלאנגט
זייט דאס איז געשען בין איך דאן איך האב נישט קיין כח אנצוגיין מיט גארנישט, איך וויל אפי נישט אנעמען א נייע דזאב, ווייל כמעט יעדע דזאב פארלאנגט צו טון דאס וואס זיי האבן פארלאנגט, און איך פיל זיך ווי א לאזער, ווייל דער דזאב איז געווען זייער ווייניג ארבעט און שעות, און איך פיל ווי איך האב אוועג געווארפן א אזא גוטע דזאב און דא באקום איך אסאך שווערערע דזאב פאר ווייניגער געלט און מער שעות 
און איך פיל שילדיג פארוואס איך האב נישט קיין פרנסה יעצט, איך פיל ווי איך האב זיך טוף טוף באגראבן,
יא איך האב זיך פראביר מחזק צו זיין אין בטחון אז עס איז געווען אזוי באשערט און עס איז זיכער אזוי גוט פאר מיר, אבער למעשה פיל איך אן קיין מוט, איך פיל מאכטלאז  איך האב נישט קיין כח אנצוגיין מיט גארנישט.
אה! איך האב געטראפן א פלאץ ווי צו אנטלויפן...   :flushed:ווי??? טאקע ביים קאמיאטער אדער סתם מז''ל וכדו' אפי איך שפיר נישט קיין שום הנאה אפי קיינער האט מיר נישט אנגערייצט לויף איך דארט...
וואס זאל איך זאגן עס העלפט, ווייל פון די דזאב סיכסוך, פיל איך שילדיג אויך אה פארט מיין ווייב, און איך ווייס נישט ווי אזוי זיך ארויס זען פון דעם, מש"כ מיט די יצר הרע'ס פראבלעמען האב איך שוין עקספיריענץ, און איך ווייס אז עס אזוי ווי א סייקל און מיט די צייט וועט עס ארובער גיין. 
יעצט -נאך די מעשה פון דער דזאב- פיל איך ווי איך קען זיך בכלל נישט קאנטערלירן, און איך האב נישט עפעס וואס זאל מיר זאגן-עד כאן, איך געדענקט נישט אז איך זאל האבן אזא צייט אזוי יעצט אז איך זאל פאלן אזוי שנעל איין מאל נאכן צווייטען, און איך פיל נישט אפי שלעכט, איך פיל מיר נאר ווי א גארנישט, וואס וועט ממילא גארנישט זיין פון מיר, איך וועל אייביג זיין א לא יצלח, איז וואס זאל איך אפי ארבעטן אויף מיר, פ"וו זאל איך מיר זיך אפשטעלן פאר עפעס???
[‏און דאס מיין איך צו זאגן ווען איך שרייב אז איך בין מיואש, מיין איך די געפיל אז איך בין געענדיקט, מיט מיר וועט ממילא גארנישט זיין וכי', און דאס מיין איך אויך צו זאגן ''יעצט'', מיין  איך צו זאגן די תקופה פון ווען איך האב אויפגעגעבן די דזאב,]
און באמת איך פיל אזוי לגבי אנדערע זאכן אויך, איך פיל יעצט סתם אזוי ווי איך ווייס נישט ווי אזוי ווייטער אנצוגיין מיטן לעבן, איך פיל מיר סטאק, איך פיל ווי דאס איז מיין גרעסטע נסיון וואס איך האב געהאט בין מיין לעבן, איך ווייס אז דארף מיר מחזק זיין מיט אמונה און בטחון, און וויסן אז אלעס וואס געשענט מיט מיר איז נאר לטובתי, אבער עס איז א נסיון און ביז דער ווייל בין איך עס נישט בייגעשטאנען ווי עס דארף צו זיין.
עס קען זיין אז דורך דעם פראבלעם וועל איך צו קומען צו רעדן צו איינעם, און אזוי וועל איך שוין רעדן צו אום וועגן אנדערע זאכן וואס איך וואלט שוין פון לאנג געוואלט רעדן צו איינעם, נאר איך שעם זיך, אבערביז דערווייל איז עס נאך נישט געשען, איך האב שוין אפי איין מאל מחליט געווען אז איך גיי איינעם ריפן רעדן וועגן דעם איך האב שוין פארשאפט זיין נאמבער אבער ביז למעשה איך האב נישט נישט געהאט די שטארקייט און די קראש עס צו טון...

ענטפער: זיך אויסשמיסען ו' אב התשע"ט 10:45 #257778

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 91 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1008
  • האט שוין געלייקט: 2020 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1778 מאל
  • קאָרמא: 22

געטייפטע ווערטער, קלארע שורות, צוטיילטע פאראגראפן, א טרוקענע סקרין.
אונטער דעם ליגט א טייערע לעכטיגע יונגערמאן יוסי וואס גייט דורך אזוי פיל......
מיין הארץ גייט אויס פאר דיך, איך ווייס נישט אויב איך קען דיך העלפן מיט עפעס. אבער איך הער גוט דיין מצב, און איך פארשטיי אז ס'איז סך מער ווי וואס דו קענסט אראפשרייבן.
איך האף פאר דיין הצלחה,
אוזע

נ.ב. איך שטופ דיך שטארק זיך צו עפענען פאר איינעם וואס קען העלפן (דיין, מורה דרך, טעראפיסט וכדו') אבער טאקע נאר איינער וואס וועט דיך פארשטיין און קען העלפן. לוינט נישט סתם זיך אויסצופויקן פאר א חבר.

Acceptance is the answer to all my problems today - The big book, Page 417

ענטפער: זיך אויסשמיסען ו' אב התשע"ט 12:10 #257781

  • יא איך קען!
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 31
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל
  • קאָרמא: 2

יוסי איך פארשטיי דיר 100% איך בין שוין אויך אסאך אדורך געגאנגען און טאקע אייביג אהין געלאפן,

איין זאך קען איך דיר זאגן, די פראבלעם פון נישט האבן א דזאב וועט אסאך אסאך שנעלער אוועק גיין, ווי די עדיקשען אין וואס די גייסט יעצט אריין,

חזק! שטארק דיר! איך זאג דיר פון עקפיריענס עס וועט אסאך שנעלער אריבער גיין ווי די טראכסט.

ענטפער: זיך אויסשמיסען ו' אב התשע"ט 12:19 #257782

  • יוסי
  • איצטיגע שטרעקע: 10 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 20
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
  • קאָרמא: 1

אה"נ,
קודם כל יעצט זע איך נישט ווי אזוי עס ענדיגט זיך, חוץ מזה עס גייט שוין אן זייער לאנג עכ"פ אזוי קוק עס מיר אויס...
און שכח פאר די חזק יעדע ווארט געבט מיר חיזק,יעדע שטימע ציילט... און מיטן רבש"ע'ס הילף גייט מען זיך מחזק זיין! מען גייט ווייזן שטארקייט!!!!

ענטפער: זיך אויסשמיסען ו' אב התשע"ט 15:19 #257788

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 985 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 354
  • האט שוין געלייקט: 391 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 905 מאל
  • קאָרמא: 7

יוסי מיין הארץ גייט אויס פאר דיר.
די שפירסט ווי די ביזט פארן ים סוף ואין דרך לנטות ימין ושמאל און נאר א נס קען דיר עפענען א וועג ארויס.
איך האב נישט גארנישט צוצולייגן נאר ווי אוז״ע האט געשריבן אין די קליינע אותיות.
אבער איך באוואונדער דיין שטארקייט אויסצופאקן דיינע שוואכקייטן.

הקדוש חיים

ענטפער: זיך אויסשמיסען ו' אב התשע"ט 15:21 #257789

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 303
  • האט שוין געלייקט: 1088 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 301 מאל
  • קאָרמא: 2
holychaim געשריבן on ו' אב התשע"ט 15:19:

יוסי מיין הארץ גייט אויס פאר דיר.

איך האב נישט גארנישט צוצולייגן נאר ווי אוז״ע האט געשריבן אין די קליינע אותיות.
אבער איך באוואונדער דיין שטארקייט אויסצופאקן דיינע שוואכקייטן.


[קרעדיט]הקדוש חיים

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: זיך אויסשמיסען ו' אב התשע"ט 17:35 #257791

  • חנוךלנער
  • איצטיגע שטרעקע: 61 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 2
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
  • קאָרמא: 1
i can relate more then i want to
what helps me lately from reading here is to understand that you don't have to know the answer why hashem did it but to know that HE DID IT and
you trust him that you will do your  best and the rest is up to him he is the master that created you, programmed you, and makes you breath every second, because he somehow still needs you here he sees your bright future that only you can bring him. when he will give up on you he will pull the plug.... as long he hasn't give , who are you to give up? 
sorry for my english
and thanks for sharing and making me share i feel better already, i hope you too, wish you all the best.  

ענטפער: זיך אויסשמיסען ו' אב התשע"ט 20:11 #257796

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 303
  • האט שוין געלייקט: 1088 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 301 מאל
  • קאָרמא: 2
חנוךלנער געשריבן on ו' אב התשע"ט 17:35:
i can relate more then i want to
what helps me lately from reading here is to understand that you don't have to know the answer why hashem did it but to know that HE DID IT and
you trust him that you will do your  best and the rest is up to him he is the master that created you, programmed you, and makes you breath every second, because he somehow still needs you here he sees your bright future that only you can bring him. when he will give up on you he will pull the plug.... as long he hasn't give , who are you to give up? 
sorry for my english
and thanks for sharing and making me share i feel better already, i hope you too, wish you all the best.  

wow מיט מיין שוואכע עינגליש האב איך פארשטאנען יעדער ווארט 
זייער שטארק און ריכטיג
אין מזל טוב פאר דיין ערשטע פואסט
מאת שמייכל הק''' יחיאל ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: זיך אויסשמיסען י"ב אב התשע"ט 09:07 #257911

  • יוסי
  • איצטיגע שטרעקע: 10 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 20
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
  • קאָרמא: 1
איך ליג אין בעט אפגעשוואכט און ערשעפט, איך פיל ווי איך האב גענעמען א "בארג" ארויס פון מיין קאפ, און געשערדט [מיטגעטיילד] מיטן עולם דא, אבער איך בין פריילעך...איך האב עפעס אויפגעטון... איך האב געטון וואס איך דארף...(אשאד נאר אז איך קען עס נישט מיטיילן מיט מיין ווייב)
טאקע נישט גערעדט פנים אל פנים פזענדליך צו איינעם, עס איז אבער א סטעפ, מען גייט ווייטער, און איך וועל אי"ה אין די נעקסטע געלעגנהייט גיין ווייטער, און אנהייבן צו ציילן די 90 טעג,
און איך בעט א תפילה צום בורא עולם, ער זאל מיר געבן כח און מוט און חשק און שמחה אנצוגיין, און ענדיגען די 90 טעג מיט הצלחה און ריינקייט, און אויב ח"ו איך וועל יא אדורך פאלן, בעט איך זיך ביים הייליגע באשעפער אז ער זאל מיר געבן ווייטער חשק און שמחה, כדי נישט צו ווערן געפאלן ביי זיך, און צו קענען אנפאנגען נאך א מאל מיט א פרישקייט, אן צו ווארטן אפי איין מנוט.
דאס האב איך געשריבן די נאכט װאס איך דא געשריבן װעגן מײן דזאבּ וכי׳.

אבער ווען עס איז געקומען למעשה...האב איך זיך -ווי שאף צו די שחיטה- זיך געלאסט פירן פון מיינע תאוות,און אנשטאט זיך מתגבר זיין און שטייגן אביסל העכער בין איך געפאלן נידריגער,
וואס וועט זיין מיט מיר?ווען וועל איך זיך שוין ארויס זען פון די פלאנטער? ווען וועל איך שוין קענען לעבן ווי א נארמאלע מענטש? וועט עס אמאל געשען? וועט שוין קענען זיין א טאג, וואס מיין קאפ וועט נישט ווערן פאר דרייט מיט די אלע שטותים דימיונות שוה, וואס נעמען נישט קיין עק? וועל איך קענען לעבן, א לעבן העכער מיינע תאוות? איך זע נישט קיין וועג ארויס,יא טאקע אלע שיינע זאכן,90 טעג 12 סטעפס,איך זע זיך נישט ווי איך וועל דאס מאכן...
לאמיר אבער זיך מאכן א חשבון אויב לעב איך נאך,און די רבש"ע,וואס ווייסט מיינע ניסיונות און ווייסט ווי שווער עס איז פאר מיר, און מיט דעם אלעס געט ער מיר נאך די אלע ניסיונות איז א סימון אז איך קען זיך יא מתגבר זיין נאר וואס דען?!איך דארף נאר האבן די רצון,אבער ווי אזוי האב איך די רצון?מיין נפש הבהמיות וויל יא זיך נאך געבן די תאוות? אויף דעם דארף מען מתפלל זיין!.
  • בלאט:
  • 1
  • 2
צייט צו מאכן א בלאט: 1.14 סעקונדעס

Are you sure?

יא