ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: זיך אויסשמיסען 6335 באזוכער

ענטפער: זיך אויסשמיסען י"ב אלול התשע"ט 13:49 #259583

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 1006 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל
  • קאָרמא: 16
יוסי געשריבן on י"ב אלול התשע"ט 13:00:
עס איז אן עמערדזענסי!!! הצלה!!! העלפט!!!! ראטעוועט!!!!!!!!  עס איז סכנת נפשות!!!!!!!!!
איך האלט כמעט פאר גסיסה,איך דארף מאטעוואציע......

capture9.JPG

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

לעצט פארראכטן: י"ב אלול התשע"ט 13:52 דורך חיים חייקל.

ענטפער: זיך אויסשמיסען י"ב אלול התשע"ט 14:04 #259584

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 1006 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל
  • קאָרמא: 16
יוסי געשריבן on י"ב אלול התשע"ט 13:00:
עס איז אן עמערדזענסי!!! הצלה!!! העלפט!!!! ראטעוועט!!!!!!!!  עס איז סכנת נפשות!!!!!!!!!
איך האלט כמעט פאר גסיסה,איך דארף מאטעוואציע......

יוסי! מאך צו דיין אויגן! קוק ארויף! קוק ווי אלע מלאכים שטייען ארום, אלע אויגן זענען געוואנדן צו א נשמה אויף דער וועלט, מהאט אויסגערופן אין הימל יוסי גייט האבן א שטארקע נסיון! קוקטס ווי ער גייט עס אדורוך שווימען! אלעס איז שא שטיל, יעדער שטייט מיט אפענע מיילער, מווארט צו זעהן וואס גייט געשעהן, גייט ער עס אדורוך מאכן?

יוסי דו גייסט עס מאכן! שטארק דיך שטארק דיך! קוק די טאטע אין הימל שטייט דא!

--

יוסי איך מיז שוין לויפן

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

לעצט פארראכטן: י"ב אלול התשע"ט 14:05 דורך חיים חייקל.

ענטפער: זיך אויסשמיסען י"ב אלול התשע"ט 14:32 #259586

  • יונגערמאן
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 267
  • האט שוין געלייקט: 549 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל
  • קאָרמא: 18

יוסי הער מיר צו די שטייסט יצעט אויפן סטעידש אלע לעקטער שיינען יעצט צו דיר און די דראמע איז אויפן העכסטן שטאפל אלע מלאכים און שרפים שטייען מיט אפענע מיילער וואס גייט זיך דא אפשפילן ידער קוקט מיט אנגעצויגנקייט וואס גייט דא זיין וועט ער אעס  מאכן אדער נישט יוסי געב נישט אויף!!!!!!!!!!!!!!!!!! 
און אוודאי זאג א קורצע תפיךה צום אייבערשטן און דיין שפראך ווייל דאס איז וואס ער וויל פון דיר יעצט!!!
חזק ואמץ מיט א ברען צום אייבעשטן

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: זיך אויסשמיסען י"ב אלול התשע"ט 17:55 #259614

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1106
  • האט שוין געלייקט: 5839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 960 מאל
  • קאָרמא: 20

נו יוסי מ'האט עס איבער גלעיבט  ?

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: זיך אויסשמיסען ט"ז אלול התשע"ט 11:21 #259717

  • יוסי
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 80
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 8
... מה נאמר... ומה מדבר
איך האב שוין נישט קיין כח בכלל פאר די גאנצע נושא, איך פיל זייט איך בין עקטיוו דא בין איך נישט קיין מענטש מיינע געפילן שטארעמען ווי רוישיגע כוואליעס, מיינע נערווען שפילן אויף די העכסטע לעוול, איך בין נערוועז אויף טויזענט, איך קען נישט טראכטן נישט פון ווייב און נישט פון מיינע קינדער, איך האב פארלוירן מיין שכל איך פיל שוואך פיזיש און גייסטיש, איך האב נאך קיינמאל נישט געפילט אז מיינע געפילן זאלן מיר אזוי איבער נעמען, איך פיל מיר ממש ווי א פרוי, וואס יעדע קליינע פילינג מאכט אויס, און יעדע פילינג קען מיר ,געבן א בלאז אוועק
איך פלי פון זיין דערהויבן, אויפגעלייקט, צו ווערן אראפ געשלעפט, אין איין מנוט... וואס גייט פאר מיט מיר? וואס איז געשען מיט מיר? ווי איז מיין שטארקייט, אן צו גיין און זיך נישט וויסנדיג מאכן פון אזעלעכע זאכן? דארף איך מורה האבן?
איך ווייס נישט צו מען פארשטייט מיר, אבער איך פיל אז עס איז זייט איך בין דא עקטיוו און איך פראביר צו ארבעטן אויף מיר בין איך אזוי געווארן...
איז וואס וועט מען ענפערן? פראפעשענעל הילף?! קען זיין אז עס איז א גוטע עצה אבער איך קעןאבער איך געב אויף, איך האב שוין נישט קיין כח צו דער גאנצע זאך... איך וועל צוריק גיין צו ווי אזוי איך בין געווען פאר דעם... נאכאמאל פאלן... און פילן שלעכט פאר אביסל... און גיין ווייטער... זיך מאכן קבלות, תשובה טון, און גיין ווייטער,און נאכאמאל פאלן, און אזוי וועט ווייטער גיין די סייקל...און גוט שבת,
אבער עס וועט נישט איבער נעמען מיין לעבן, און כאשר אבדותי... אבדותי...
מסתם בין איך נישט גערעכט אבער א ברעק (הפסקה) וועל איך נעמען, ביז ווען ווייס איך נישט? אפשר ביז ווען איך וועל זיין גרייט, אדער ביז איך וועל זיין געצווינגען צו טון עפעס פאר מיין תכלית...
איך מיין אבער אז איך אין נישט גערעכט, פ"וו? ווייס איך נישט, טו איך דא "זיך אויסשמוסן" וועגן דעם, צו הערן וואס די עולם דא (וואס פארשטייט מיר) האלט...
זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו

ענטפער: זיך אויסשמיסען ט"ז אלול התשע"ט 11:28 #259718

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 1006 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל
  • קאָרמא: 16

יוסי איך האב נישט יעצט קיין צייט מאריך צו זיין מיט קיין אריכות.
אבער איין זאך איך פארשטיי יעדעס ווארט וואס דו שרייבסט. אט אזוי האב איך געפילט מיינע ערשטע דריי וואכן וואס איך האב מיך געדרייט דא. ממש אן א קאפ במלוא מובן המילה, איך האב טויזנט מאל געוואלט מאכן א בואו בשלום. אבער ס'וועט אדורוך גיין.... געב נישט אויף.... אונז זענען דא דיר צו העלפן

אפשר איז גוט זאלסט כאפן א שמיעס מיט "אין שום יואש" אויפן טעלעפאן. סוועט דיר לכאורה גרינגער ווערן. (איך האב עס נאך נישט געטוהן, אבער יבא יומו)

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

לעצט פארראכטן: י"ח אלול התשע"ט 09:30 דורך חיים חייקל.

ענטפער: זיך אויסשמיסען ט"ז אלול התשע"ט 11:44 #259720

  • israelvkosher
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 132
  • האט שוין געלייקט: 539 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל
  • קאָרמא: 5
יוסי איך פיל זייער אסאך מאל פונקיט ווי דיך

אבער פאר דעם דארף מען האבן א שטארקע סטעפ 1

איך קען אויך ביישטיין צוהערן וואס דער עולם זאגט

בקיצר

ענטפער: זיך אויסשמיסען ט"ז אלול התשע"ט 12:12 #259721

  • tzadik911
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל
  • קאָרמא: 3

טייערע יוסי
אוי ביזטו גערעכט 
סאיז זייער זייער א שווערע דורכגאנג. אבער וויסן זאלסטו אז ס'איז טאקע נאר א דורכגאנג ס'וואלט זייער גוט געווען פאר דיר אז די זאלסט נעמען איינע פון די עלטערע חבירים וואס זענען שוין אין די העכערע טעג זויבער. און געהעריג קאנטאקטן אויף אימעיל אדער טעלעפאון ער זאל דיך מחזק זיין.
ווייל צוריקבעקן מאכט נישט קיין סענס. ביליוו מי איך קום שוין פון דארט. אדיקשאן איז אזוי ווי א טארנעידאו וואס מ'ווערט אריינגעדרייט דערין מער און מער סאו אוועקגיין און צוריק קומען וועט נאר מאכן שווערער די מצב ווייל די גייסט דעמאלטס אויך דארפן אדורך ברעכן די סטעידזש.
און בכלל אויפגעבן איז לכאורה אויך נישט קיין אפשען ווייל חוץ די רוחניות דיגע צרה פון דעם דארף מען געדענקען אז ס'קומט טעג אין די עלטערע יארן וואס מ'האט שוין נישט קיין כח המעצר און דאן קען זיין בזיונות עצומות

דעריבער אחי חזק אל תירא ואל תחת ס'וועט נאך קומען גיטע צייטן.

ענטפער: זיך אויסשמיסען ט"ז אלול התשע"ט 12:12 #259722

  • tzadik911
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל
  • קאָרמא: 3
.
לעצט פארראכטן: ט"ז אלול התשע"ט 12:15 דורך tzadik911.

ענטפער: זיך אויסשמיסען ט"ז אלול התשע"ט 12:17 #259723

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 617 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 524
  • האט שוין געלייקט: 968 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1042 מאל
  • קאָרמא: 22

יוסי איך קען א אינגערמאן פערזענליך וואס האט אינמיטן די זומער אויפגעגעבן אין יעצט ווארט אים טרייעל פאר א שיינע פאר יאר

איך האב חבירים אין פראגרעם וואס זייערע חבירים זענען שוין טויט וועגן די דיזיז סוי זאלסט וויסן אז יעצט אויפגעבן איז אפשר נאר אז די גייסט זיך אפווישן און נאכדעם נאכאמאל אבער יבוא יום וואס די וועסט ביטער וויינען אויף די טאג

ענטפער: זיך אויסשמיסען ט"ז אלול התשע"ט 12:36 #259725

  • יוסי
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 80
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 8
איך ווייס נישט וואס צו ענפערן, אבער איין זאך ווען נישט איך בין יעצט ברבים וואלט איך אויסגעפלאצט און געוויינט...ווען איך שעם זיך נישט...די טרערן טאנצן שוין אויף מיין אויגן...... מה נאמר... ומה מדבר....
זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו

ענטפער: זיך אויסשמיסען ט"ז אלול התשע"ט 12:44 #259727

  • wannabe
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 59
  • האט שוין געלייקט: 125 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל
  • קאָרמא: 2

טייערע יוסי שליט"א
איך האב פונקט די וואך שבת געלייענט א שיינע מעשה אין איינע פון  די גליונות,
עס איז געווען אמאל א איד א תלמוד חכם, ער איז געזיצן און געלערנט יומם ולילה, זיין רבי'צין איז געווען א טאלאנטפולע פרוי און זי האט גענומען די עול הפרנסה אויף זיך, יעדע שטיק צייט פלעגט זי אריינפארן אין גרויסן שטאט און טון פארשידענע געשעפטן, און דערנאך אהיימגעברענגט דאס געלט און אזוי געשפייזט די פאמיליע אז איר מאן זאל קענען זיצן און לערנען בהרחבה
האט זיך געמאכט אמאל אויפן וועג אהיים האט זי נעבעך פארלוירן דאס בייטל מיט געלט, זי האט געמאכט געפערליכע יללות, איר גאנצע ארבעט איז פארלוירן, וויאזוי וועט זי קענען שפייזן איר משפחה, די ארומיגע פרויען האבן איר פראבירט צו בארוהיגן, עס איז א ערליכע שטאט, איינער וועט עס זיכער טרעפן און אפגעבן, זי האט זיך אבער נישט געלאזט טרייסטן און זי האט געשריגן אז זי וועט שוין זיכער קיינמאל נישט צוריקזען דאס געלט.
א שטיק צייט שפעטער האט טאקע איינער געטראפן דאס געלט, ער האט אבער געטענעט אז אזוי ווי זי האט זיך שוין מייאש געווען דארף ער עס שוין נישט צוריקגעבן.
זענען זיי אריין צום רב פון וואלאזשין, יעדער האט געזאגט זיין טענה, און דער רב האט געפסקנט אז די פרוי דארף צוריקבאקומען דאס געלט, ווייל כל מה שקנה אשה קנה בעלה, און די געלט האט נישט באלאנגט צו איר בכלל, און זי האט זיך נישט געקענט מייאש זיין דערפון,
פירט אויס דער גליון, לענינינו, אמאל קען א איד טראכטן, נע, איך בין שוין לאחר יאוש, מיט מיר וועט שוין גארנישט זיין, 
זאגט ער אז דער איד האט נישט קיין שום רעכט צו זאגן אזוי, די נשמה איז א חלק אלוק ממעל, מתחת כסא הכבוד, די קענסט זיך נישט מייאש זיין פון א זאך וואס באלאנגט נישט פאר דיר, עס באלאנגט פאר מלך מלכי המלכים ואין אתה בן חורין להיבטל הימנה
איך רעד צו מיר אליינס, איך האב שוין עטליכע מאל אויפגעגעבן, אבער, מען מוז זיך שטארקן און בלייבן לוחם זיין, עס איז נישט דא קיין אנדערע אפציע
ובחרת בחיים!
א כוח"ט און א לעכטיג הייליג ריין יאר!

דו ביסט א צדיק... יא יא דו ביסט... דו הייסט א צדיק מיט יעדע זאך וואס דו טוסט... נקרא צדיק לאותו דבר... (נחמה)

ענטפער: זיך אויסשמיסען ט"ז אלול התשע"ט 13:30 #259730

  • איך וויל!
  • איצטיגע שטרעקע: 147 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 5
  • האט שוין געלייקט: 53 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל
  • קאָרמא: 2
טייערער יוסי,
די ברענגסט זייער גוט ארויס דיינע געפילען וואס טוט זיך אפ אין דיין הארץ, אלעס וואס די פילסט מאכט סענס אין עס איז העכסט נארמאל אזוי צו שפירען.און יא - עס וואלט געווען גוט די זאלסט לאזען דיינע טרערן פליסען און ארויסגעבן דיין פעין. (ניץ עס אלץ א מיטעל צו בעטן ביים אייבירשטען)
אבער טייערער יוסי זאלסט וויסען זיין אז די אלע שטורעמישע געפילען און מחשבות זענען באמת א חלק פון דיין ריקאווערי, ד.ה. ווען אונז ציילען 90 טעג מיינט עס אז מיר נעמען אויף זיך - מיטען אייבירשטענס הילף - א מיסיע פון אויסרייסען געוואונהייטען וואס מיר זענען רגיל און דעם.דעס מיינט ביז היינט ווען מיר פלעגן שפירען פארלוירען, נערוועזקייט, איינזאמקייט. פאניק, אד"ג. איז די עצה געווען ז"ל.און דעס ווילען מיר אויפהערן! אנשטאט צו אנטלויפען אהין ווילען מיר לויפען צום אייבירשטען, און אים בעטן הילף.מיר ווילען דיעלען מיט די פעין אויפען ריכטיגען וועג. און אזוי איז עס, ווען מען רייסט אויס די געוואונהייטען איז העכסט נארמאל צו פילען, וואס די פילסט יעצט. טייערער יוסי די ביסט אויף די ריכטיגע שינעס, געב נישט אויף!!
לעצט פארראכטן: ט"ז אלול התשע"ט 13:33 דורך איך וויל!.

ענטפער: זיך אויסשמיסען ט"ז אלול התשע"ט 14:06 #259731

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 483
  • האט שוין געלייקט: 465 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1161 מאל
  • קאָרמא: 6

טייערער יוסי!
דיינע פילינגס ווייזען זייער קלאר אז די ביזט פין די העכסט נארמאלע מענטשען. 
יעדער נארמאלער מענטש פילט פאריקט נאכען אנהייבען ווידראל פין א עדיקשען, פרעיג ידעם וואס האט געסטאפט רייכערען, עס נעמט א וואך, נאכדעם גייסטי לאכען פין דיר אליינס...
זיי נישט קיין נער, קיפ אפ וואס די טיסט, די טיסט די ריכטיגע זאך, דאס גייט ראטעווען דיין עתיד, לויף נישט אוועק אזוי שנעל, דריי דיך דא אביסעלע, אין נאכדעם זאלסטו מאכען דיין דיסישען...

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: זיך אויסשמיסען ט"ז אלול התשע"ט 14:20 #259732

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 351 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 28
יוסי, איך קען טאקע דיך נישט אבער איך קען דיין הארץ.

איך וויל דיר פארציילען א מעשה, איינער איז געקומען צום שפת אמת, אז ער האט אזעלכע צרות, אז ער וויל זיך נעמען דאס לעבן.

פרעגט אים דער שפת אמת, און ווער זאגט דיר אז נאכן שטארבן ווערט מען פטור פון די צרות ? אפשר דעמאלט הייבן זיך אן די ריכטיגע צרות ?

מיטן זיך ברעכן ווערסטו נישט פטור פון די פראבלעמען, די טוישט פשוט די פראבלעמען צו גרעסערע לאנג טוירם פראבלעמען.

געדענק: עס איז נישט אייביג שווער, ווען די ברעכסט דאס יעצט דורך, מאכסטו זיך גרינגער פאר נעקסטע מאל, און פאר צוויי מאל ארום, עס איז ווערט די אינוועסטמענט.

ווייטער זיך אויסגעבן כדי צו בארואיגן די פרעשור איז גענוי ווי יענער וואס האט געוואקט אין די פרעסטן, און זיינע פיס זענען געווען זייער קאלט, האט ער באשלאסן איין צו נעצן אין די הויזן, ער זאל זיך אביסל דערווארעמען, איי א מינוט ארום וועט דאך דאס פארפרוירן ווערן און ער וועט ווערן אסאך קעלטער ? הא קעירס, די דעמאלטדיגע פעין פילט ער נאך נישט, ער טראכט נאר אויף די מינוט.

יוסי יוסי, עקטן האט א פרייז, טאקע נישט אזוי אויף די מינוט, אבער ווען די פרייז קומט אן איז ביטער, ממוז סטאפן ! אמת עס איז שווער, ביטער שווער, אבער נאו טשויס ממוז סטאפן !

און אז דו האסט די נסיונות, קענסטו זיך שטארקן, סאיז מעגליך, ווען נישט וואלט דער אייבישטער דיך נישט געשיקט די נסיונות.

מיר וויינען צוזאמען מיט דיר, און מיר בעטן צוזאמען אז מיר זאלן ארויסקריכן פון דעם כף הקלע גרינגערהייט.

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

ענטפער: זיך אויסשמיסען ט"ז אלול התשע"ט 16:35 #259735

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1659
  • האט שוין געלייקט: 3846 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3003 מאל
  • קאָרמא: 56

פארהאן גאר א פאפולערע לאזונג פון דעם בריטישן פרעמיער ווינסטאן טשורטשיל ווי ער איז מגדיר א דעמאקראטישע רעגירונג-סיסטעם:
Democracy is the worst form of government, except for all the others
(אויף מאמע לשון: דעמאקראטיע איז די ערגסטע פארעם פון א גאווערמענט, חוץ פון אלע אנדערע פארעמען)
די Quote זאגט אז ס'איז אמת אז א דעמאקראטישע רעגירונג קומט מיט כמה פראבלעמען און איז א שלעכטע וועג צו פירן א רעגירונג, אבער די אנדערע סיסטעמס (א שטייגער ווי קאמיוניזם, סאציאליזם, דיקטאטרשאפט וכו') זענען נאך ערגער.
די געדאנק פון דעם איז אז נישט אלס ווען מ'קלויבט אויס א לעבנס-שטייגער וכדו' מיינט עס אז ס'איז ריין פון פראבלעמען, אסאך מאל דארף מען אבער נעמען אין באטראכט אז די אנדערע אפציעס זענען נאך מער פראבלעמאטיש.
אין מיין עקספעריענס האב איך געזעהן אז זיין אקטיוו אויף הדא, און בכלל עוסק זיין אין מיינע צרכי רפואה, זענען געקומען מיט פארשידענע שוועריקייטן, א טייל די וואס דו האסט דערמאנט, און נאך.
ווען איך באטראכט אבער וואס ס'ווארט מיך אויף די צווייטע זייט זעה איך א יענע אפציע איז א דיזעסטער.
מעגליך אז דיין מצב האט דיך נישט געטראגן גענוג ווייט אז דו זאלסט שפירן דאס וואס איך האב געשפירט, אבער פון דיינע ערשטע און אויך שפעטערע פאוסטס האט זיך יא געהערט א די Option B וועט פאר דיר נישט ארבעטן.

מיט א וואונטש אויף ווייטערדיגע הצלחה,
דיין חבר וואס נעמט פערזענליך דיין מצב,
אוזע

נ.ב. רעדן פערזענליך מיט חברים וועט דיך זיכער זיין א הילף, טעמו וראו כי טוב.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

לעצט פארראכטן: ט"ז אלול התשע"ט 16:38 דורך ich vil zan ehrlich.

ענטפער: זיך אויסשמיסען ט"ז אלול התשע"ט 17:03 #259740

  • קליין
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 29
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
  • קאָרמא: 3

טיייערע יוסי 
איך וויין מיט דיר 
שטארק דיך
חזק ואמץ

ענטפער: זיך אויסשמיסען ט"ז אלול התשע"ט 17:38 #259748

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1106
  • האט שוין געלייקט: 5839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 960 מאל
  • קאָרמא: 20

יוסי איך ווייס דיך נישט וואס צו זאגן
איך פיל מיט .  ווען מען פאנגט אן זוך צו העלפן ציפט עס זייער זייער פעינפאל
איך קען דיך נישט זאגן אז די זאלסט בלייבן 
אבער בעיטן א טובה קען איך טו מיר יחיאל א טובה אין בלייב פאר נאך 2 וואכן שכח

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: זיך אויסשמיסען ט"ז אלול התשע"ט 17:40 #259750

  • יא איך קען!
  • איצטיגע שטרעקע: 74 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 121
  • האט שוין געלייקט: 118 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 11

יוסי טייערע איך פארשטיי דיר 100% איך האב אויך אזוי געפילט אנפאנג, איך  האב געהאט געשיקט א לאנגע בריוו צו איינע פון די חבירים דא זיך אביסל אויסרעדן, און די ערשטע שטיק צייט פלעג איך ליגן אין בעט און עס פלעגט ארויף קומען אלע אלטע ווייטאגן, געפילן, וואס איז אייביג געווען פארשלאסן איך פלעג ליגן אין בעט און וויינען,

היינט נאך וואס איך האלט שוין 56 טעג ריין איז שוין אסאך בעסער און עס איז שוין אסאך גערינגער,
גיי אן ווייטער איך זאג דיר מיט די צייט וועט עס ווערן אסאך גרינגער און בעסער, 

חזק ! שטארק דיך גיי אן ווייטער איך זאג דיר צו די גייסט נישט חרטה האבן.

ענטפער: זיך אויסשמיסען י"ז אלול התשע"ט 13:47 #259782

  • יוסי
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 80
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 8
קודם כל שכח פאר יעדער וואס האט אזוי שיין און ריכטוג געענפערט, מיט שיינע חיזק ווערטער און געדאנקען, אזוי אויך האף איך, אז אזוי ווי איך האב הנאה געהאט פון די געדאנקען, וועלן אנדערע אויך הנאה האבן פון די געדאנקען,און יעצט וועל איך פראבירן צו ענפערן, וואס איך פארשטיי יעצט וואס די תירוץ אויף דעם וואס איך האב געשריבן איז,די זאך איז אז דער סייקל, איז נישט ממש א סייקל... מען ווערט ערגער און ערגער ביי יעדע נפילה, היום אומר לו עשה כך ומחר אומר לו עשה כך...איז איין טאג וועל איך ממילא אנקומען צו א סוף....א סוף מוז נישט מיינען דזעל אדער טויט... אבער עס וועט זיין א סוף ... עס וועט אנקומען צו א מצב וואס איך וויל נישט, איז דאס -וואס איך האב געשריבן- אז מיין סייקל וועט אנגיין, און כאטש לעבן רואיגערהייט... איז נישט קיין חשבון,ווייל איך גיי נישט לעבן רואיג, און מיין סייקל וועט נישט אנגיין, און אויב איז עס אנגעגאנגען איז יעצט, וועט דאס זיך ענדיגן איין מאל...און יעצט דארף מען וויסן פ"וו האב איך אזוי געפילט, ווען מען איז ריין און מען האט די ריכטוגע מהלך,דארף מען פילן רואיג,נישט נערוועז און אנגעצויגן,מען דארף נישט פילן ווי די קאפ איז נישט דא,אדרבה די קאפ דארף זיין דאהו, און איך וועל עס לאזן אנדערע עס ענפערן...און אפשר וועל איך עס ענפערן א צווייטע מאל....
זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו

ענטפער: זיך אויסשמיסען י"ט אלול התשע"ט 12:24 #259913

  • יוסי
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 80
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 8
אָפּס! איך האב געהאט א שטארקע נפילה!
נו ווי אזוי פילט מען נאך א נפילה? וואס זאל איך זאגן איך פיל נישט גארנישט...נישט נאר וואס איך פיל נישט גארנישט, זע אסאך חליקים צווישן א חודש צוריק און יעצט, יעדע מאל איך בין געפאלן (אזא גוטע נפילה ביי א קאמיאטער) פלעגט מיין הארץ פאמפען אויף די שנעלסטע ספיד, און מיין האנט פלעגט ציטערן, און איך פלעגט שוין פילן שלעכט בשעת מעשה, און עס האט געקענט אנהאלטן בערך 10 מנוט מערסטענס 15,יעצט אבער האט מיין הארץ נישט געקלאפט, מיין האנט נישט געציטערט, און איך האב געקענט קוק אויף זאכן פאר בערך א שעה און אהאלב, און איך פיל אפי נישט שלעכט וועגן דעם, עס גייט מיר נישט אן, אפי יעצט,וואס איז דער פשט? ווי איך פיל איז אז איך האב מיר איינגעהאלטן אזוי פיל אז איך האב געפילט ווי איך פלאץ, מיינע נערווען האבן עס נישט געקענט דערהייבן, איך האב געפילט ווי איך האב מיר איינגעצוימט, מיטן מיר זיך נישט לאזן קוקן און טון ווי מיינע תאוות פירן מיר... און איך האב פראבירט צו ציען די שטריק ביז עס האט זיך איבער געריסן,איז באמת דארף זיין פארקערט איך דארף זיך פילן ווי א פרייער מענטש וואס ווערט נישט נישט נאך געשלעפט פון מיינע תאוות,איך מיין אז איך דארף באמת אויפגעבן...איך דארף נעמען שעה ביי שעה, טאג ביי טאג, מיט א רואיגקייט, עס איז נישט אין מיין האנט ממילא אויב איך פאל אדורך, און איך דארף נישט ווערן אזוי אינגעצויגן אויב די תאווה ברענט אין מיר, איך קען ממילא גארנישט טון פאר דעם,איין זאך מתפלל זיין, און עס באמת לאזן אין זיינע הענט!!!
זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו

ענטפער: זיך אויסשמיסען י"ט אלול התשע"ט 22:08 #259949

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 351 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 28

יוסי, עס איז אין דיינע הענט, יו העוו טו מעיק יאר דיסיזשאן, איך קען דיר נאר געבן אדווייס, פון מיין עקספיריענס, מען קען נישט זיצן אויף קוילן אפאר וואכן אין זיך איינהאלטן, מען מוז זיך באשעפטיגן מיט אנדערע זאכן, אונטערנעמונגען, אוועקפירן די עטענשאן צו עפעס אנדערש, לייגן מאקסימום  שמירה און גדרים, און נאכדעם מיט סייעתא דשמיא קען מען זיך נעמען אין די הענט.

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

ענטפער: זיך אויסשמיסען י"ט אלול התשע"ט 22:30 #259951

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 172
  • האט שוין געלייקט: 459 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 274 מאל
  • קאָרמא: 10
יוסי איך רילעיט היפש צו דיר אין איך גיי דורך ענליכע שוועריקייטן אין אזויווי דיר האב איך בכלל נאך נישט געשפירט  דעם זיסן טעם פון זיך האלטן ריין
אבער וואס זאל איך טון אז איך קען בשום אופן נישט צירוק ווי אזוי ס'איז געווען איך קום דאך שוין פון דארט....
איך האף אין איך גלייב אז עס וועט נאך קימען א טאג וואס איך וועל נישט קענען פארשטיין ווי משוגע איך האב זיך אמאל אויפגעפירט
איך קום אהער צו פייטן מיין אדיקשאן און קוים וואס איך בין דא 4 טעג ... האב איך שוין א פרישן אדיקשאן... ס'רופט זיך הדא
לעצט פארראכטן: י"ט אלול התשע"ט 23:11 דורך טשולענט.

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ' אלול התשע"ט 10:18 #259965

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 10 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 724
  • האט שוין געלייקט: 969 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל
  • קאָרמא: 16

יוסי, איך האב שטארקע צער פון זען דיין פראבלעם, איך וואונטש דיר אז דו זאלסט זוכה זיין בקרוב צו כאטש זיין בצער ווען דו פאלסט.
ביזדערווייל וועל איך מתפלל זיין פאר דיר.

הק' העלפמי

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ' אלול התשע"ט 10:44 #259966

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 601 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 181
  • האט שוין געלייקט: 493 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 658 מאל
  • קאָרמא: 14

עס איז הפלא ופלא ווי אזוי דער שטן פרובירט אויף אלע אופנים צוריק אריין צוכאפן אונזער יוסעלע.

קודם מאכט ער איהם צומישט, און עס הערשט אזא ערבוביא, אז יוסעלע פילטנאז ער האלט עס מער נישט אויס און ער געבט אויף.

דערנאך האט ער ערלעדיגט פאר יוסעלע'ן א נפילה, און ער האט איהםצפארגליווערט די געפילן, אז יוסעלע זאל נישט אפילו פילן שלעכט.

יעצט האלטן מירהשוין ביי דעם אז יוסי איז שוין אזוי צומישט, ווייל ער איז צומישט, און די צומישענעיש ווערט נאך מער צומישט, ווען יוסי םילט אז זיינע הרגשים זענען געפרוירן און עס האדערט איהם שוין נישט.

דער שטן איז א ביטערע כיטרע באנדיט, מיט טויזענטער יארן עקספיריענס, און זעהט אויס אז דעם יוסעלע וויל ער בשום אופן נישט לאזן ארויס פאלן פון זיינע הענט,  ער ברעגט איין בעקאפ, און ארבייט קעסל און כלים אויף אלע פראנטן.

יוסעלע טייערע, עס איז ביטער שווער זיך צו שלאגן מיט א מלאך, עס איז אומ-מעגליך, אבער דער באשעפער וואס האט באשאפן דיר און דעם מלאך, קען זיך יא ספראווען מיט איהם.

"דו בעהט און בעהט ווייל דיין טאטע הערט דיך אויס..." קרוב ה' לכל קוראיו... (מיכאל שניטצלער)

בעהט פונעם טאטן אז ער זאל שוין זאגן פארן שטן הרף! הער אויף! קריך אראפ פון מיין יוסעלע!

שטארק זיך! עס קומט גוטע צייטן!

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ה אלול התשע"ט 12:01 #260065

  • יוסי
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 80
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 8
גוט מארגן טייערע חברים!!
איך וועל זיך אויסשמיסן, און זיך מאכן א חשבון הנפש ווי האלט איך אויף דער וועלט, מען פראבירט צו טון וואס מען קען, מען פראבירט זיך צו האלטן ריין, מען פראבירט צו זיין ערליך, און אמאל גיין עס יא און אמאל גייט עס נישט, ביי מיר למעשה אן צופיל אריין טראכטן אין מיין מחשבה,איך האב  שוין געהאלטן ביי 30 ריינע טעג, עס האט מיר אנגעהויבן צו ווערן שווערער און שווערער, ביז איך בין ליידער אדורך געפאלן, און איך האב גלייך אנגעהויבן צו ציילן וואטער,יעצט וואס איז דא צו ווערן אזוי צובראכן וועגן דעם? איז עס דען געווען מיין ערשטע נפילה וואס איך בין ארובער? איך האב שוין געהאט גרעסערע און לענגערע נפילות ווי יעצט, ,נאר די אמת איז אז איך פיל שוין אזוי נאך פאר איך בין געפאלן, פשוט איך פיל צומישט, איך ווייס נישט וועלעכע וועג צו גיין, גיי איך רעכט'ס שרייט מען -גיי לינקס, גיי איך לינקס, שרייט מען גיי רעכט'ס,אויב זאג איך יא איך גיי זיך מתגבר זיין, איך קען, (הגם איך האב נאך נישט אזוי געהאלטן) זאגט מען מיר אז מען קען נישט, די תאווה איז צו מאכטפאל און מען דארף איינזען אז מען קען נישט גארנישט אליין טון, און מען דארף זיך איבער געבן אין די הענט פון די רבש"ע, און מתפלל זיין וכדו', זאג איך אקעי איך געב אויף איך קען נישט גארנישט, און איך קען באמת נישט גארנישט, איך זע עס שוין איין, זאג מען מיר אז איך בין דיפרעסט, מען טאר נישט אויפגעגעבן, איך וועל זאגן די אמת, איך אין טאקע דיפרעסט, וואס דען זאל איך זיין? איך ווייס זיך נישט ווי אהין צו טהון.... וואס איך טו איז נישט גוט ממילא...איינער וועט זאגן גיי פאר פראפעשלן הילף, איז טאקע נאר דא די איינצוגע עצה?! און איז עס טאקע א עצה? און אויב קען איך נישט גיין די מנוט צו איינעם,דארף איך אזוי בלייבן ביז... ביז...
שוין גענוג זיך אפגערעט....
יעצט דארף מען זען למעשה זיך מחזק זיין, אנגיין מיטן לעבן וואטער און נישט מאכן צופיל חשבונות און בעטן און האפן איז די רבש''ע זאל מיר פירן אויפן ריכטוגן וועג בקרוב, און דערלעבן די יום שכילו טוב...אמן
זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו
לעצט פארראכטן: כ"ה אלול התשע"ט 12:01 דורך יוסי.

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ה אלול התשע"ט 12:14 #260066

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 10 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 724
  • האט שוין געלייקט: 969 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל
  • קאָרמא: 16

יוסי, 
קודם כל WELCOME BACK, מיר האבן זיך שוין געבענקט נאך דיר !!!
יעצט בנוגע דאס וואס דו ביסט צומישט, בין איך צומישט וואס דו ביסט צומישט,
אז איך האלט אז איך קען גארנישט און ס'איז באמת אזוי, והא ראי' ווען דער תאווה צושפילט זיך קען מען "גארנישט" טון צו זיך ארויסזען דערפון, אבער פון דער אנדערע זייט ווייס איך אז ס'איז דא א העכערע כח וואס קען "יא" דיר ארויסנעמען פון דער מצב, הייסט דאס אז מ'איז חלילה דיפרעסט?
דאס איז בלויז אנערקענען דער אמת !!!

הק' העלפמי

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ה אלול התשע"ט 12:35 #260068

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 601 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 181
  • האט שוין געלייקט: 493 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 658 מאל
  • קאָרמא: 14

יוסי טייערע א גוט מארגן.

ביי אונז אידן ווייסט מען אז עס איז אייביג דא א דרך הממוצע, מען דארף נעמען אביסל פון אלע זייטן און זיך אויס וועלן דער מיטעלע וועג צו גיין דעראויף.

רבי אומר, איזוהי דרך ישרה שיבור לו האדם, כל שהיא תפארת לעושיה ותפארת לו מן האדם.

פארוואס דווקא "תפארת"?

מיר ווייסן אז אברהם אבינו איז געווען די מדה פון חסד, יצחק אבינו די מדה פון גבורה, און יעקב אבינו איז געווען די מדה פון תפארת וואס דאס איז די דרך הממוצע צווישן חסד און גבורה.

ישמעאל האט געוואלט נאך מאכן די טאטע האט איהם די מדה פון חסד געברענגט צו זנות (אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין חז"ל אז די יסוד פון זנות איז חסד)

עשו האט געוואלט נאך מאכטן די טאטע האט איהם די מדה פון גבורה געברענגט צו ווערן אן איש שדה און על חרבך תחיה.

יעקב האט זיך אויס געוועלט די מדה פון תפארת א מיטעלע וועג.

נחזור לענינינו, ווען מען זאגט אז מען קען נישט אליין, מיינט דאס א ודאי נישט אז מען זאל אפילו נישט פרובירן, און ווען מען זאגט אז מען דארף ארבייטן שווער מיינט דאס נישט אז מען קען אליין אנקומען.

כדי צו באקומען די סעייתא דשמיא וואס עס פארלאנגט זיך צו קענען מצליח זיין, פארלאנגט זיך עטליכע זאכן:
קודם כל, מודה צו זיין אז מען קען טאקע נישט אליין געווינען דעם מלחמה.
צווייטנ'ס, צו בעטן פון אונזער ליבער פאטער אז ער זאל אונז ארויס העלפן און אונז געבן די ריכטיגע סעייתא דשמיא צו קענען.
און דריטנס, צו ארבייטן אליין וויפיל מען קען.

עס שטייט הבא לטהר מסעיין אותו, נישט הרוצה לטהר, ווילן איז נישט גענוג, מען דארף טוהן פעולות, כפי יכולתו, און מתפלל זיין צום רבוש"ע אז ער זאל טוהן דאס איבעריגע, ווייל אן דעם איז טאקע נישט קיין מציאות.

אליין קען מען נישט טוהן דאס גאנצע, און די רבוש"ע אליין וועט אויך נישט טוהן די גאנצע, עס פארלאנגט זיך א שיתוף פעולה.

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ה אלול התשע"ט 12:41 #260069

  • יוסי
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 80
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 8
וועלעכע פעולות קען מען טון?
זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ה אלול התשע"ט 12:59 #260072

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 601 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 181
  • האט שוין געלייקט: 493 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 658 מאל
  • קאָרמא: 14

ביי יעדע מענטש איז אנדערש, אמאל איז עס זיך צוריק האלטן פון גיין אויף געוויסע פלעצער, טוהן געוויסע זאכן, וועלכע זענען גורמים צו זיינע נפילות,
מרבה זיין בתפלה ותחנונים, זיך מסדר זיין גדרים וסייגים, זיך מקבל זיין קבלות, עס איז דא אסאך זאכן.
אבער די אלע פעולות אליין איז נישט גענוג, עס מיז גיין מיטן זיך מבטל זיין צום בוכ"ע עולמים אין זיך מתחנן זיין ביי איהם בדמעות שליש מיט אן אמת'דיגקייט

און אפילו מיט די אלע זאכן קען עס נעמען לאנגע יארן, אבער אויב מען גייט אן מיט עקשנות, צום סוף קומט מען אן. עס איז נישט גרינג, אבער עס איז ווערט.

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: זיך אויסשמיסען ד' תשרי התש"פ 11:32 #260187

  • יוסי
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 80
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 8

א גוט מארגן און א גוט יאר פאר אלע טייערע חברים,
די אייבישטער זאל העלפן אז די תפלות פון גאנץ כלל ישראל, און בפרט פון אונזער חברי קדישא, זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון.

זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו

ענטפער: זיך אויסשמיסען ח' תשרי התש"פ 13:09 #260231

  • יוסי
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 80
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 8
איך זיץ דא ביי א קאמיאטער, מיינע געפילן, מיינע תאוות ציען מיר צו קוקן וואס מען דארף נישט, יעצט הייבט זיך אן די נסוין,און איך שטיי אויפן וואגשאל, וועל איך עס קענען ביי שטיין צו נישט?
קודם כל עס אראפ שרייבן וועט זיכער נישט שאטן, אבער למעשה וואס דארף איך טון יעצט? פייטן ווייס איך שוין העלפט נישט, איז וואס יא?
לאמיר זיך מתבונן זיין, צו מאכן די תאווה קלענער, וועט נישט העלפן קיין פודינו ומצילינו.... אז דער רבש''ע האט מיר געגעבן די תאווה, קען איך זיך נישט ארויס דרייען פון דעם, איך קען עס נאר מקבל זיין באהבה, איך קען עס נאר עקסעפטן, איך קען נאר פעסן פעקט... און איך וועל עס מקבל זיין באהבה, און איך וועל עס עקסעפטן, מיטן הילף פונעם בורא עולם, דאס איז די מציאות אזוי האט די בורא עולם געוואלט, און איך בין נאר א מענשטעלע אויפן שאך ברעט.
אבער וואס וויל דער רבש''ע -דער וואס האט אריינגעלייקט אין מיר די תאווה אין מיר- פוןו מיר? וואס דארף איך טון???? און וואס קען איך טון????די ענפער איז אז איך ווייס נישט! איך האב באמת נישט קיין אנאג... ווי קען איך קליינע מענשטעלע וויסן וואס דער גרויסע בורא וויל, איך בין נישט קיין נביא, ער רעדט נישט צו מיר,אבער איך קען רעדן צו אום! איך קען שרייבן צו אום! און ער הערט אויס, און ער ליינט אלעס וואס איך זאג און שרייב, (און ווען איך בעט במחשבה הערט ער אויך אויס).

בעט איך זיך יעצט און די מנוט צום בורא עולם, איך בעט דיר ברחמים, די ביסט דאך די גרעסטע בעל הרחמים, האב שוין רחמנות אויף מיר, און אויף גאנץ כלל ישראל, וואז מיר די וועג ווי אזוי זיך צו פירן, איך ווייס אז איך קען גארנישט, נאר "דו" קענסט מיר פירן אויפן ריכטיגן וועג, העלף מיר איך זאל שוין אנקומען צו דעם, האלף מיר שוין אז איך זאל שוין האבן א אמתדיגע לעבן, איך זאל קענען טון דיין רצון, און וויסן ווי אזוי דיר צו דינען.
"הורני ה' דרכך אהלך באמתך"

זאל די רבש''ע צו הערן מיינע תפילות צוזאמען מיט די תפילות פון גאנץ כלל ישראל, און ענפער אונז א ענפער וואס מיר קליינע מענשטן וועלן פארשטיין, און מיר זאלן זוכה זיין צו א גמר חתימה טובה, און מען זאל פארשריבן ווערן בספרן של צדיקים גמירם, און גוט געבעהטשט יאר. אמן
זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו
לעצט פארראכטן: ח' תשרי התש"פ 13:12 דורך יוסי.

ענטפער: זיך אויסשמיסען ח' תשרי התש"פ 13:17 #260232

  • סאלדאט
  • איצטיגע שטרעקע: 55 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • I strive to become better
  • מעלדונגען: 79
  • האט שוין געלייקט: 311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל
  • קאָרמא: 8
יוסי געשריבן on ח' תשרי התש"פ 13:09:
איך זיץ דא ביי א קאמיאטער, מיינע געפילן, מיינע תאוות ציען מיר צו קוקן וואס מען דארף נישט



לויף אוועק פון די קאמפיוטער ווי דו האסט acces צו נישט שיינע זאכן, אבער שוין!!!!!!

ענטפער: זיך אויסשמיסען ח' תשרי התש"פ 14:39 #260233

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 351 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 28

ווויזוי האסטו א קאמפיוטער וואס מקען קוקן חזיר'יי ? האסט דען נישט קיין פילטער ? מיין קאמפיוטער ברענגט מיר נישט אריין אין א נסיון mode, וויזוי קען מען בכלל אנגיין אן א פילטער ?

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

ענטפער: זיך אויסשמיסען ח' תשרי התש"פ 15:50 #260234

  • יונגערמאן
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 267
  • האט שוין געלייקט: 549 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל
  • קאָרמא: 18
יוסי געשריבן on ח' תשרי התש"פ 13:09:
איך זיץ דא ביי א קאמיאטער, מיינע געפילן, מיינע תאוות ציען מיר צו קוקן וואס מען דארף נישט, יעצט הייבט זיך אן די נסוין,און איך שטיי אויפן וואגשאל, וועל איך עס קענען ביי שטיין צו נישט?
קודם כל עס אראפ שרייבן וועט זיכער נישט שאטן, אבער למעשה וואס דארף איך טון יעצט? פייטן ווייס איך שוין העלפט נישט, איז וואס יא?
לאמיר זיך מתבונן זיין, צו מאכן די תאווה קלענער, וועט נישט העלפן קיין פודינו ומצילינו.... אז דער רבש''ע האט מיר געגעבן די תאווה, קען איך זיך נישט ארויס דרייען פון דעם, איך קען עס נאר מקבל זיין באהבה, איך קען עס נאר עקסעפטן, איך קען נאר פעסן פעקט... און איך וועל עס מקבל זיין באהבה, און איך וועל עס עקסעפטן, מיטן הילף פונעם בורא עולם, דאס איז די מציאות אזוי האט די בורא עולם געוואלט, און איך בין נאר א מענשטעלע אויפן שאך ברעט.
אבער וואס וויל דער רבש''ע -דער וואס האט אריינגעלייקט אין מיר די תאווה אין מיר- פוןו מיר? וואס דארף איך טון???? און וואס קען איך טון????די ענפער איז אז איך ווייס נישט! איך האב באמת נישט קיין אנאג... ווי קען איך קליינע מענשטעלע וויסן וואס דער גרויסע בורא וויל, איך בין נישט קיין נביא, ער רעדט נישט צו מיר,אבער איך קען רעדן צו אום! איך קען שרייבן צו אום! און ער הערט אויס, און ער ליינט אלעס וואס איך זאג און שרייב, (און ווען איך בעט במחשבה הערט ער אויך אויס).

בעט איך זיך יעצט און די מנוט צום בורא עולם, איך בעט דיר ברחמים, די ביסט דאך די גרעסטע בעל הרחמים, האב שוין רחמנות אויף מיר, און אויף גאנץ כלל ישראל, וואז מיר די וועג ווי אזוי זיך צו פירן, איך ווייס אז איך קען גארנישט, נאר "דו" קענסט מיר פירן אויפן ריכטיגן וועג, העלף מיר איך זאל שוין אנקומען צו דעם, האלף מיר שוין אז איך זאל שוין האבן א אמתדיגע לעבן, איך זאל קענען טון דיין רצון, און וויסן ווי אזוי דיר צו דינען.
"הורני ה' דרכך אהלך באמתך"

זאל די רבש''ע צו הערן מיינע תפילות צוזאמען מיט די תפילות פון גאנץ כלל ישראל, און ענפער אונז א ענפער וואס מיר קליינע מענשטן וועלן פארשטיין, און מיר זאלן זוכה זיין צו א גמר חתימה טובה, און מען זאל פארשריבן ווערן בספרן של צדיקים גמירם, און גוט געבעהטשט יאר. אמן

יא הייליגער בורא דו האסט זיך גוט דערוועלט אזא פאלק קענסטו נישט האבן און ערגעץ יוסי טייערע דיינע ועוערטער שטורעמען און מאכן צא מוראדיגע רעש אויבן אין הימל ווי די גאנצע פמליא של מעלה טאנצט פארן אייבערשטען און שרייען אויס "אשרי המלך שיש לו בנים כזווואויל איז דער קעניג וואס האט אזא קינד און דא אויף דעם עולם שריי איך אויס אשרינו מה טוב חלקינו איך דאנק דעם איינציגן בורא אז איך בין צוזאמען מיט דיר אין איין חבורה ווייל נישט קיין חילוק וואס דער סוף איז געווען האסטו געטועןו וואס א איד דארף צו טוען און אזא צייט אשריך יוסי חזק ואמץ מיט א ברען צום אייבערשטן

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: זיך אויסשמיסען י"א תשרי התש"פ 09:39 #260265

  • יוסי
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 80
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 8
דראפעט געשריבן on ח' תשרי התש"פ 14:39:

ווויזוי האסטו א קאמפיוטער וואס מקען קוקן חזיר'יי ? האסט דען נישט קיין פילטער ? מיין קאמפיוטער ברענגט מיר נישט אריין אין א נסיון mode, וויזוי קען מען בכלל אנגיין אן א פילטער ?



ווויזוי האסטו א קאמפיוטער וואס מקען קוקן חזיר'יי ? האסט דען נישט קיין פילטער ? מיין קאמפיוטער ברענגט מיר נישט אריין אין א נסיון mode, וויזוי קען מען בכלל אנגיין אן א פילטער ?


איך האב נישט קיין קאפיאטער בכלל, און צו צוקומען צו א קאמיאטער דארף איך צוקומען צו די חסד פון אנדערע יודן, און ווי זאגט די וועלט פאר בחינם באקומט מען כינים, (כינים איז נישט די ווארט...) וואס נישט אייביג האט עס די בעסטע פילטער, (און איך פראביר נישט צו גיין דארט) און אפי עס האט א גוטע פילטער, אויב בין איך אויפגערייצט וועל איך זיכן סיי וואס איך קען, אויף סיי וואס פאר אן אופן... אפי' וואס מען זען מיט א פילטער....
און באמת צו צומאכן די קאמיאטער איז באמת א גוטע עצה, איך האב אבער נישט געקענט, איך האב געזיכט די וועג, און איך האב עס געטראפן (עכ''פ פאר דעמעלט), און דאס איז געווען דורך שרייבן, 
עכ''פ א גרויסן שכח פאר די ווארעמע חיזק ווערטער.

זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו

ענטפער: זיך אויסשמיסען י"א תשרי התש"פ 11:45 #260269

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 351 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 28

אאה סארי, כהאב שלעכט פארשטאנען.

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

ענטפער: זיך אויסשמיסען י"ב תשרי התש"פ 07:08 #260281

  • יוסי
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 80
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 8
איך האב נעכטן ארויס געפרינט די האנט בוך, עס איז מיר געווען די ערשטע געלעגענהייט עס צו ארויס פרינטן, הגם איך האב שוין געליינט פאר דעם א גרויס חלק פון דעם, אבער עס איז נישט דומה בכלל צו עס ליינען אויפן פאפיר, מיט ישב הדעת, און א רואיגע צייט, עכ''פ איך האף אז עס וועט זיין א תועלת פאר מיר.זייטס געזונט און זייטס פריילעך!עס קומט שוין סכות, ושמחת בחגך!
זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו

ענטפער: זיך אויסשמיסען י"ב תשרי התש"פ 14:10 #260288

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1106
  • האט שוין געלייקט: 5839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 960 מאל
  • קאָרמא: 20

עס איז א שטארקע טריט 
זאל השם דיר געבן אסאך הצלחה

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: זיך אויסשמיסען י"ג תשרי התש"פ 20:57 #260291

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1659
  • האט שוין געלייקט: 3846 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3003 מאל
  • קאָרמא: 56
יוסי געשריבן on י"ב תשרי התש"פ 07:08:
איך האב נעכטן ארויס געפרינט די האנט בוך, עס איז מיר געווען די ערשטע געלעגענהייט עס צו ארויס פרינטן, הגם איך האב שוין געליינט פאר דעם א גרויס חלק פון דעם, אבער עס איז נישט דומה בכלל צו עס ליינען אויפן פאפיר, מיט ישב הדעת, און א רואיגע צייט, עכ''פ איך האף אז עס וועט זיין א תועלת פאר מיר.זייטס געזונט און זייטס פריילעך!עס קומט שוין סכות, ושמחת בחגך!

יעדע סטעפ וואס מ'טוט אין ריכטונג פון ריינקייט איז געוואלדיג.
זיי ממשיך!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 2.23 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא