ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: זיך אויסשמיסען 6339 באזוכער

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ח אב התשע"ט 08:45 #258681

  • יוסי
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 80
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 8
גייט יוסי מיט זיין ווייב אין א פארק,וואס דארט זענען דא גוים מיט גויטעס, וואס ווייסן נישט פון קיין גדרים, און יוסי'ס קאפ האט אנגעהויבן צו פארן  אויף רעדער יוסי האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, יוסי מוז דאך קוקן...יוסי מוז מיט האלטן וואס זיי טון...אבער וואס קען מען טון, די ווייב איז דאך דא?! מוז מען זיין א הייליגע צדיק, אבער ווען זי האט נישט געזען, האט יוסי געכאפט א בליק, האט ער הנאה געהאט?! א נעכטוגען טאג! און די גאנצע גיין אין פארק איז געווארן א מלחמה פלאץ...עס איז געווארן דארט א שלאכט פעלד...
אפשר זאל איך "מיינען" אז מען דארף בעסער גיין יענע וועג -זאגט מיר א איננערלעכע קול- וואס דארט וועט מען קענען בעסער מיט האלטן וואס טוט זיך:anguished:, אבער מיין ווייב האט שוין געפרעגט א צווייטען, און יענער האט געזאגט אז מען דארף גיין די אנדערע וועג,
און אזוי איז די גאנצע אנגענעמע שפאציר איז שוין פארוואנדעלט געווארן אין א מיש מאש פון אנגערייצטע תאוות און מלחמה און חרטה און שולד געפילן...
אה! זענט איר מקנה מיין געשמאקע שפאציר?!
אבער לאמיר זיך געבן א קלאפ אין ריקן,
מירהאבן זיך אראפ געזעצט ביי א ווינקל, ווי עס איז געווען שטיל און רואיג, און איך האב געדארפט ארויס גיין, און צו גיין צו די ביה"כ האט מען דארפסט ארובער גיין די גאנצע חזיריי,(און יוסי האט דא געהאט א געלעגנהייט צו זען פון די נאנט די געוואלדיגע נסיונות) אבער אויף די וועג צוריק האב איך באמערקט אז איך קען גיין פון א צווייטע וועג, און אזוי אויסקרויזן די גאנצע חזיריי ,און איך בין געגאנגען יענע וועג...איז וואס בין איך א שגץ וואס זיכט שמוץ א גאנצען טאג, אדער איינער וואס געט זיך גוט אן עצה מיט זיין יצר???
זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ח אב התשע"ט 09:22 #258686

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 595 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1152
  • האט שוין געלייקט: 915 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2148 מאל
  • קאָרמא: 50
יוסי געשריבן on כ"ח אב התשע"ט 08:45:
גייט יוסי מיט זיין ווייב אין א פארק,וואס דארט זענען דא גוים מיט גויטעס, וואס ווייסן נישט פון קיין גדרים, און יוסי'ס קאפ האט אנגעהויבן צו פארן  אויף רעדער יוסי האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, יוסי מוז דאך קוקן...יוסי מוז מיט האלטן וואס זיי טון...אבער וואס קען מען טון, די ווייב איז דאך דא?! מוז מען זיין א הייליגע צדיק, אבער ווען זי האט נישט געזען, האט יוסי געכאפט א בליק, האט ער הנאה געהאט?! א נעכטוגען טאג! און די גאנצע גיין אין פארק איז געווארן א מלחמה פלאץ...עס איז געווארן דארט א שלאכט פעלד...
אפשר זאל איך "מיינען" אז מען דארף בעסער גיין יענע וועג -זאגט מיר א איננערלעכע קול- וואס דארט וועט מען קענען בעסער מיט האלטן וואס טוט זיך:anguished:, אבער מיין ווייב האט שוין געפרעגט א צווייטען, און יענער האט געזאגט אז מען דארף גיין די אנדערע וועג,
און אזוי איז די גאנצע אנגענעמע שפאציר איז שוין פארוואנדעלט געווארן אין א מיש מאש פון אנגערייצטע תאוות און מלחמה און חרטה און שולד געפילן...
אה! זענט איר מקנה מיין געשמאקע שפאציר?!
אבער לאמיר זיך געבן א קלאפ אין ריקן,
מירהאבן זיך אראפ געזעצט ביי א ווינקל, ווי עס איז געווען שטיל און רואיג, און איך האב געדארפט ארויס גיין, און צו גיין צו די ביה"כ האט מען דארפסט ארובער גיין די גאנצע חזיריי,(און יוסי האט דא געהאט א געלעגנהייט צו זען פון די נאנט די געוואלדיגע נסיונות) אבער אויף די וועג צוריק האב איך באמערקט אז איך קען גיין פון א צווייטע וועג, און אזוי אויסקרויזן די גאנצע חזיריי ,און איך בין געגאנגען יענע וועג...איז וואס בין איך א שגץ וואס זיכט שמוץ א גאנצען טאג, אדער איינער וואס געט זיך גוט אן עצה מיט זיין יצר???

הענטעלעך ארויף פאר יוסף הצדיק, יא דו ביסט יוסף הצדיק בדורינו אין בוכשטעבליכן זין!!!

ס'איז אונז א כבוד דיר צו האבן דא אין משפחת הדא!!!

יוסי דו ביסט אן אינפעראציע און א העלד

ישר כח פארן מיטיילן און ייש"כ פאר די חיזוק.

לעצט פארראכטן: כ"ח אב התשע"ט 09:23 דורך אחכה לו.

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ח אב התשע"ט 12:08 #258697

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1659
  • האט שוין געלייקט: 3846 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3003 מאל
  • קאָרמא: 56
WOW
דו ביסט א סעמפל פאר אונז אלע!
חזק!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ח אב התשע"ט 13:01 #258704

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 10 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 724
  • האט שוין געלייקט: 969 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל
  • קאָרמא: 16

יוסף ה' עליכם נאך אפאר אזעלכע יוסי'ס !!!
שפראך = A1
פרישקייט - A1
ריינקייט = A1
מלחמת היצר - A1

הצלחה רבה !!!!!!!!!!

הק' העלפמי

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ח אב התשע"ט 17:09 #258726

  • שלאמקע
  • איצטיגע שטרעקע: 190 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 79
  • האט שוין געלייקט: 19 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל
  • קאָרמא: 16

יוסי איך וויל זאלסט כאטשיג וויסן וואס דו האסט היינט געטוהן מיטן באשרייבן דיין נסיון און שטארקייט.

היינט נאכן ליינען דיין נסיון און שטארקייט האב איך און מיטן טאג אריינגעבלאנדזשעט אין מיין ספעם אימעיל אוי באשעפער וואס כהאב דארטן צוזאם געטראפן א מין אנשיקעניש פון אימעילס פון דעיטינג סייטס וואס כהאנישקאנאאאונג פון ווי זיי האבן דערווישט מיין אימעל כהאב מיך ב״ה קיינמאל נישט אויפגעסיינט אויף אזאלעכע סייטס. 

עניוועיס ווי האלט מיר? יא דא !

כהאב מיך זייער אויפגערעגט און מיט א רותחא דאוריתא גגעבען אנעפן איינע פון די אימעילס צו זיך אפסיינען דערפין און אזוי ווילענדיג זיך אפסיינען זעה איך עס איז דא א לינק וואס טראגט מיר צו ווייסעך ווי צו אלע שווארצע רוחות

און זיך נישט קענענדיג זיך מתגבר זיין האב איך עס געדריקט און גראד פאנגט זיך עס אן צו לאודען

פליצלונג קומט מיר אין געדאנק דיין מעשה און די ווערטער געשריבן און רויט פאנגן מיר אן צו טאנצען פארנט פון די אויגן ״וואס בין איך א שגץ וואס זיכט שמיץ אדער איינער וואס געבט זיך אן עצה מיט זיין יצר הרע ״ און נאך פאר עס האט זיך גענדיגט לאודן איז שוין די סייט געווען פארמאכט און אלע די אימעילס געווען דעליטעד

יוסי 
זאלסט וויסן מיין היינטיגע ריינע טאג איז דיינס

שכרך הרבה מאוד 
יישר כוח

החותם
שלאמקע

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ח אב התשע"ט 17:10 #258727

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1106
  • האט שוין געלייקט: 5839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 960 מאל
  • קאָרמא: 20

יוסי לאמיר זיין אמת'דיג לויט ווי איך קען זוך וואלט איך דורך געפאלן 
קיפ איט אפ

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ח אב התשע"ט 17:33 #258730

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 278
  • האט שוין געלייקט: 582 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 610 מאל
  • קאָרמא: 19
שלאמקע געשריבן on כ"ח אב התשע"ט 17:09:

יוסי איך וויל זאלסט כאטשיג וויסן וואס דו האסט היינט געטוהן מיטן באשרייבן דיין נסיון און שטארקייט.

היינט נאכן ליינען דיין נסיון און שטארקייט האב איך און מיטן טאג אריינגעבלאנדזשעט אין מיין ספעם אימעיל אוי באשעפער וואס כהאב דארטן צוזאם געטראפן א מין אנשיקעניש פון אימעילס פון דעיטינג סייטס וואס כהאנישקאנאאאונג פון ווי זיי האבן דערווישט מיין אימעל כהאב מיך ב״ה קיינמאל נישט אויפגעסיינט אויף אזאלעכע סייטס.

עניוועיס ווי האלט מיר? יא דא !

כהאב מיך זייער אויפגערעגט און מיט א רותחא דאוריתא גגעבען אנעפן איינע פון די אימעילס צו זיך אפסיינען דערפין און אזוי ווילענדיג זיך אפסיינען זעה איך עס איז דא א לינק וואס טראגט מיר צו ווייסעך ווי צו אלע שווארצע רוחות

און זיך נישט קענענדיג זיך מתגבר זיין האב איך עס געדריקט און גראד פאנגט זיך עס אן צו לאודען

פליצלונג קומט מיר אין געדאנק דיין מעשה און די ווערטער געשריבן און רויט פאנגן מיר אן צו טאנצען פארנט פון די אויגן ״וואס בין איך א שגץ וואס זיכט שמיץ אדער איינער וואס געבט זיך אן עצה מיט זיין יצר הרע ״ און נאך פאר עס האט זיך גענדיגט לאודן איז שוין די סייט געווען פארמאכט און אלע די אימעילס געווען דעליטעד

יוסי 
זאלסט וויסן מיין היינטיגע ריינע טאג איז דיינס

שכרך הרבה מאוד 
יישר כוח

החותם
שלאמקע

פששש האסטו א שפראך... נאדיר א קארמא
דא איז דא אנווייזענוגען וויאזוי צו אנשטעלן אז דיין ספעם אימעלס זאלן זיך אליינס דיליטען יעדע פאר מינוט

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  
לעצט פארראכטן: כ"ח אב התשע"ט 17:38 דורך שלום גאנץ.

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ח אב התשע"ט 17:49 #258731

  • שלאמקע
  • איצטיגע שטרעקע: 190 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 79
  • האט שוין געלייקט: 19 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל
  • קאָרמא: 16

לאמיך דיך פרעגן דו שרייבסט דא נאדיר א קארמא
וואס אידאס און וואס מיינט עס ? 

צווייטענסט וועגן די עצה איז א פראבלעם ווייל ס׳דא אימעילס וואס פאלן בטעות אריין אין ספעם און איך וויל נישט עס זאל ווערן דעליטעד 

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ח אב התשע"ט 18:16 #258737

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 824 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1823 מאל
  • קאָרמא: 47
שלאמקע געשריבן on כ"ח אב התשע"ט 17:09:

יוסי איך וויל זאלסט כאטשיג וויסן וואס דו האסט היינט געטוהן מיטן באשרייבן דיין נסיון און שטארקייט.

היינט נאכן ליינען דיין נסיון און שטארקייט האב איך און מיטן טאג אריינגעבלאנדזשעט אין מיין ספעם אימעיל אוי באשעפער וואס כהאב דארטן צוזאם געטראפן א מין אנשיקעניש פון אימעילס פון דעיטינג סייטס וואס כהאנישקאנאאאונג פון ווי זיי האבן דערווישט מיין אימעל כהאב מיך ב״ה קיינמאל נישט אויפגעסיינט אויף אזאלעכע סייטס.

עניוועיס ווי האלט מיר? יא דא !

כהאב מיך זייער אויפגערעגט און מיט א רותחא דאוריתא גגעבען אנעפן איינע פון די אימעילס צו זיך אפסיינען דערפין און אזוי ווילענדיג זיך אפסיינען זעה איך עס איז דא א לינק וואס טראגט מיר צו ווייסעך ווי צו אלע שווארצע רוחות

און זיך נישט קענענדיג זיך מתגבר זיין האב איך עס געדריקט און גראד פאנגט זיך עס אן צו לאודען

פליצלונג קומט מיר אין געדאנק דיין מעשה און די ווערטער געשריבן און רויט פאנגן מיר אן צו טאנצען פארנט פון די אויגן ״וואס בין איך א שגץ וואס זיכט שמיץ אדער איינער וואס געבט זיך אן עצה מיט זיין יצר הרע ״ און נאך פאר עס האט זיך גענדיגט לאודן איז שוין די סייט געווען פארמאכט און אלע די אימעילס געווען דעליטעד

יוסי 
זאלסט וויסן מיין היינטיגע ריינע טאג איז דיינס

שכרך הרבה מאוד 
יישר כוח

החותם
שלאמקע

קודם מזל טוב צו דיין ערשטע פאוסט!
איך האף דו האסט שוין געפענט אן אייגענע טרעד, אויב נישט איך בין זיכער איך וואלט געקענט אסאך לערנען פון דיינע ערציילונגען, אפשר וואלסטו געוואלט עפענען אן אייגענע טרעד און דערציילן דיינע מיטמאכענישן.

כלפי די השגחה פרטית, איך בין מוראדיג איבערגענומען פון די מעשה!
איך האב איין ווארט פאר דעם.
WOW

ענטפער: זיך אויסשמיסען כ"ח אב התשע"ט 18:30 #258741

  • שלאמקע
  • איצטיגע שטרעקע: 190 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 79
  • האט שוין געלייקט: 19 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל
  • קאָרמא: 16
עד כאן געשריבן on כ"ח אב התשע"ט 18:16:

ברוכים תהיה 

יא איין טאג בקרוב גייט מען עפענען אן אייגענע טרעד 

ווער זאגט דו וועסט זיך קענען לערנען פון מיינע ערציילונגען ?

און נאכדעם וויל איך דיר זאגן אז איך מאך נישט מיט איך לעב עס מיט.....

לעצט פארראכטן: כ"ח אב התשע"ט 18:31 דורך שלאמקע.

ענטפער: זיך אויסשמיסען ב' אלול התשע"ט 10:33 #258850

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 817
  • האט שוין געלייקט: 1891 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל
  • קאָרמא: 26
שלאמקע געשריבן on כ"ח אב התשע"ט 17:49:

צווייטענסט וועגן די עצה איז א פראבלעם ווייל ס׳דא אימעילס וואס פאלן בטעות אריין אין ספעם און איך וויל נישט עס זאל ווערן דעליטעד 

איך קען מיר נישט אריין מישן ביי דיר אפשר האסטו גאר וויכטיגע אימעילס
אבער איך האב אויך געהאט די פראבלעם
איך ווייס ס'קען אסאך מאל אריין פאלן וויכטיגע אימעילס און ספעם טאקע וועגען דעם פלעגט מען אריין גיין שטעקן דארט 
אבער טאקע וועגען די וויכטיגע אימעילס האב איך געקענט עפענן אנדערע אימעילס מיטן תירץ אז פון דירויסן האט עס אויס געזען וויכטיג 
ביז איך האב אפגעמאכט וואס איז וויכטיגער פאר מיר נישט פאר יענעם

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: זיך אויסשמיסען ג' אלול התשע"ט 12:04 #258967

  • יוסי
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 80
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 8
די זייגער גלינגט...עס איז שוין צייט אויפצושטיין, און איך גרייט זיך אפצוגיסן נעגל וואסער מיט האלב פארמאכטע אויגן, און אזוי פאר שלאפנערהייט זאג איך, מודה אני...פארבירענדיג אינזונען צו האבן פירוש המלות,
מודה אני לפניך- איך בין פאר דיר דאנקבאר.
מלך חי וקים - די קעניג וואס לעבט און עקזעסטירט.‏
שהחזרת בי נשמתי בחמלה-וואס דו האסט מיר צוריג געגעבן מיין נשמה מיט רחמנות ד.מ. אז דו האסט מיט רחמנות מיר געמאכט לעבן היינט.‏‎ ‎איך הייב אן אריין צו טראכטן אין די ווערטער וואס איך האב יעצט געזאגט, מאכט עס סענצס? האט עס פשט? די פשוטע ווערטער וואס איך זאג יעדן טאג קוק מיר אויס אזוי אומפארשטענדליך?!ווי אזוי דאנק איך די רבש"ע פאר א פרישע טאג? וואס ער האט מיר געגעבן מיט "רחמנות"נאך? א פרישע טאג?! א טאג מיט פרישע נסיונות...א טאג וואס איך וועל זיין אויסגעשטעלט צו אזוי פיל שמוץ...א טאג וואס איך וועל מער טראכטן פון שמוץ ווי פון תורה...א טאג וואס איך האלט מער נישט אויס צו טראכטן אפי'...ווי אזוי קען איך דאנקן די רבש"ע פאר אזא טאג???אבער יוסי טייערע דו האסט פארגעסן א פשוטע יסודות וואס לכאורה יעדער ווייסט..און לאמיר עס‎ ‎טאקע חזרן,(גענומען בעיקר פון ערבי נחל און מסלת ישרים) די רבש"ע האט באשאפן זיין וועלטל, האט ער עס געטון פשוט, ווייל ער האט געזיכט פאר וועמען ער קען מטיב זיין, און ווען דער רבש"ע -וואס איז די גרעסטע שלמות וואס קען נאר זיין-וועט טון א טובה פאר איינעם וועט עס  זיין, מיט די גרעסטע שלמות וואס קען נאר זיין, האט איר שוין אמאל געהאט עפעס א הנאה אויף דער וועלט?! האט איר עס נאך? די הטבה פונעם  רבש"ע וועט טאקע זיין נצחי!!! עס וועט נישט זיין א הנאה וואס מארגן האט מען נישט...אדער א הנאה פון עקסייטמענט וואס האלט נאר אן די ערשטע פאר מנוט...וכן האט די רבש"ע אויפגערעכענט אז עס זאל גארנישט פעלן פון הנאה, וואס ער גייט געבן פאר די מענטש וואס ער האט באשאפן, וועגן דעם האט ער פארשטאנען אז מען מוז אריין שטעלן אונעם מענטש תאוות, און אום צושטעלן ניסיונות אזוי אז ער וועט זיך מתגבר זיין, וועט דער מענטש פילן ווי עס קומט זיך עפעס פארן ארבעטן אויף זיך, וועט ער באקומען שכר פארן זיך מתגבר זיין, אזוי וועט ער נישט פילן ווי ער באקומט א מתנת חינם... ער באקומט נישט קיין צדקה, ער באקומט א פעד טשעק! ער באקומט דאס לויט זיין שווערע ארבעט וואס ער האט דעליווערט!און וועגן דעם האט מיר די הייליגע טייערע זיסע באשעפער מיר צו געשיקט דיביטערע שווערע נסיונות אז איך זאל האבן די געלעגנהייט זיך מתגבר זיין און קענען דעליווערן גוטע גלונגענע דזאב!
און אפי איך וועל ח"ו יא נכשל ווערן היל"ת...וועט ווערן שווערער די נסיונות וועט מען קענען דעליווערן נאך בעסער...איך וועל זיך מתגבר זיין אויף נאך א נסיון! און נישט ווערן געפאלן ביי מיר,! איך וועל ווייטער אנגיין מיט מיין טאג כאילו לא היה, און ווייטער דינען די רבש"ע מיט שמחה אזוי ווי מען וואלט יעצט בייגעשטאנען די גרעסטע נסיון!(מען זאגט נאך, אז איינער גייט ארויס אויפן גאס, און ער האט איז זיך מתגבר אויף זיינע נסיונות, ווען ער קומט אהיים דארף מען ארויס נעמען די פידעלע און זונגען ארוממך...און אויב מען איז ח"ו יא נכשל געווארן דארף מען ארויס נעמען די פידעלע און ווייטער זונגען ארוממך!)אזוי האט אונזער גוטע באשעפער אויסגעשטעלט די וועלט אז אלע נסיונות און שוועריקייטן וואס עס קומט אן פאר א מענטש וועט אום נאר ברענגן מער צו זיין תכלית, וואס דאס איז, צו באקומען די גרעסטע הנאה וואס איז נאר שייך...
שרייט זיך נישט ארויס א דאנק פארן מלך חי וקים א מודה אני?! הייליגע טאטע אונזער קעניג!איך דאנק דיר פאר מיר געבן נאך א טאג פון שווערע נסיונות פון שווערע מיטמאכענישן...איך דאנק דיר פארן אויסשטעלן מיין לעבן אזוי אז איך זאל די מערסטע פארדינען...איך שריי אויס מיט מיין גאנצע הארץ מודה אני לפניך פארן מיר געבן די געלעגנהייט דיר צו דינען נאך א נאך א טאג...איך דאנק דיר פארן מיר געבן נאך א טאג זיך צו שלאגן אין דיין הייליגע ארמיי...איך דאנק דיר גוט באשעפער פאר יעדע סטראגל וואס איך האב נאר געהאט...
מודה אני לפניך מלך חי וקים שהחזרת בי נשמתי בחמלה!!!!
רבה אמנתיך, גרויס איז דיין באגלייבטקייט, אז דו גלייבסט אין אונז אז מיר וועלן דיר מאכן א נחת רוח היינט, גלייב איך אויך אין דאס וואס דו גלייבסט...אין רבה אמנתיך דיין באגלייבטקייט איז אויף גרויסע זאכן... און מען וועט טרייען צו טון גרויסע זאכן.‏
(דאס איז פשוט געווען מיינע געדאנקן אינדערפרי)
זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו
לעצט פארראכטן: ג' אלול התשע"ט 12:07 דורך יוסי.

ענטפער: זיך אויסשמיסען ג' אלול התשע"ט 14:46 #258977

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 278
  • האט שוין געלייקט: 582 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 610 מאל
  • קאָרמא: 19

זייער שטארק און אזוי אמת!

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: זיך אויסשמיסען ג' אלול התשע"ט 15:08 #258984

  • שלאמקע
  • איצטיגע שטרעקע: 190 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 79
  • האט שוין געלייקט: 19 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל
  • קאָרמא: 16

יוסי שכוח פארן מיטיילן דיינע געדאנקן באמת שיין ארויסגעברענגט

מען קען פיהלן דיין הארץ אין דעם 

נאכן עס אפליינען האט זיך ווי פון זיך אליינס ארויסגעריסן א געשריי צו אינזער טאטע אין הימל

טאטע איך דאנק דיר 

ענטפער: זיך אויסשמיסען ג' אלול התשע"ט 22:42 #259037

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1106
  • האט שוין געלייקט: 5839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 960 מאל
  • קאָרמא: 20
יוסי די ביסט זייער גוט

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: זיך אויסשמיסען ה' אלול התשע"ט 12:25 #259175

  • יוסי
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 80
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 8
היום ארבעה ועשרים יום שהם שלשה שבועות ושלשה ימים לנקיים 
ב''ה אז די רבש''ע האט מיר געגעבן די 24 ריינע טעג, 
זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו

ענטפער: זיך אויסשמיסען ה' אלול התשע"ט 16:03 #259189

  • סאלדאט
  • איצטיגע שטרעקע: 55 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • I strive to become better
  • מעלדונגען: 79
  • האט שוין געלייקט: 311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל
  • קאָרמא: 8

יוסי דו ביסט פיינע נייעס, קריך ווייטער אויפן לייטער מיט אסאך הצלחה!!!

ענטפער: זיך אויסשמיסען ו' אלול התשע"ט 06:18 #259235

  • יוסי
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 80
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 8
א גוט מארגן עס איז א פרישע טאג, און איך האף צום רבש''ע אז עס וועט זיין א פרישע ריינע טאג.מיין עקסייטמענט פון זיין ריין און ארויף גיין אויפן לייטער דא, האט שוין אויסגעוועפט, און יעצט דארף איך שוין באמת אנהייבן צו ארבעטן...און איך האב זייער מורה אז איך זאל נישט נאכלאזן,אפשר דארף איך עפעס טון נישט צו ווערן נאכגעלאסט?? און וואס קען איך טון?די ערשטע זאך וואס איך טו איז אז איך שמוס עס אויס דא מיטן עולם...
זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו

ענטפער: זיך אויסשמיסען ו' אלול התשע"ט 15:21 #259269

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 10 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 724
  • האט שוין געלייקט: 969 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל
  • קאָרמא: 16
 א גוטן ערב שבת ר' יוסי שליט"א
דו האסט ב"ה זוכה געווען צו אנקומען צו 25 ריינע טעג, וואונטש איך דיר ס'זאל מקויים ווערן ביי דיר "כה תברכו" אז דער 25 ריינע טעג זאל דיר אראפ ברענגען אלע גוטע ברכות.
זאל דיר דער גוטע באשעפער געבן כח אנצוגיין נאך לאנגע ריינע יארן, כה יתן וכה יוסיף

איך בעט דיר א פערזענליכע טובה, אז דו זאלסט נישט פאלן ווייל דאס קען האבן א דירעקטע השפעה אויף מיר....
א גרויסען יישר כח!!!
הצלחה רבה
גוט שבת

הק' העלפמי

ענטפער: זיך אויסשמיסען ח' אלול התשע"ט 08:40 #259275

  • יוסי
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 80
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 8
Helpmeasap געשריבן on ו' אלול התשע"ט 15:21:
 א גוטן ערב שבת ר' יוסי שליט"א
דו האסט ב"ה זוכה געווען צו אנקומען צו 25 ריינע טעג, וואונטש איך דיר ס'זאל מקויים ווערן ביי דיר "כה תברכו" אז דער 25 ריינע טעג זאל דיר אראפ ברענגען אלע גוטע ברכות.
זאל דיר דער גוטע באשעפער געבן כח אנצוגיין נאך לאנגע ריינע יארן, כה יתן וכה יוסיף

איך בעט דיר א פערזענליכע טובה, אז דו זאלסט נישט פאלן ווייל דאס קען האבן א דירעקטע השפעה אויף מיר....
א גרויסען יישר כח!!!
הצלחה רבה
גוט שבת

WOW WOW WOW 
איך קען נישט גלייבן אז איך ממש א דרעקטע השפעה אויף איינעם,נישט צו פאלן, עס געט מיר א אחריות נישט צו פאלן...עכ''פ לאמיר האפן אז מען וועט זיך קענען אינאיינעם מחזק זיין, און מען זאל קענען אנקומען צום ציל, בעזרת השם.
אויב דו וואלסט געקענט מסביר זיין ווי אזוי איך האב א השפעה אויף אנדערע וואלט איך הנאה געהאט צו הערן, יישר כח.
זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו
לעצט פארראכטן: ח' אלול התשע"ט 08:47 דורך יוסי.

ענטפער: זיך אויסשמיסען ח' אלול התשע"ט 11:41 #259278

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 1006 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל
  • קאָרמא: 16
צו מיין טייערע חבר יוסי.

איך האב געליינט וואס דו שרייבסט, אלע דיינע מוטשענישן און ב"ה ווי דו קריכט ארויף אויפן לייטער. וואס זאל איך דיר זאגן יוסי, איך האב מיך ממש געטראפן אין כמעט יעדע שורה, איך בין דאס אלעס אדורוך געגאנגען, (און נאך אסאך מער פון דעם) אין מיין נישט ווייטע פארגאנגענהייט.

איך האב ממש נישט געקענט גיין גראד אויפן גאס אן טראכטן פון שמוץ, מיין קאפ איז געווען פיל מיט שמוץ, בחינת רק רע כל היום. איך האב געפיהלט אז נאר א נס מן השמים וועט מיך קענען ארויסנעמען דערפון.

א קאפיוטער פאר מיר איז געווען סכנות נפשות ממש, סהאט נישט געדארפט נעמען מער פון דריי מינוט פון ווען איך האב מיך געזעצט צו א קאמפיוטער ביז איך האב מיך געטראפן במבואות הטינופות ר"ל. ביז דער רבוש"ע האט אויף מיר רחמנות געהאט, איך האב געטראפן א גוטע דזשאב, וואס איך בין געווען אזוי פארנומען אז איך האב נישט געהאט אפילו קיין צייט צו אטעמען, און כש"כ צו קריכן אין שמוץ. אויף אזוי ווייט אז הערשט נאך זעקס חדשים האב איך אויסגעפונען אז די קאמפיוטער אויף וואס איך ארבעט האט נישט קיין גוטע פילטער. ווען איך האב דאס אויסגעפונען האב איך געמיינט אז די דאך פאלט אראפ אויף מיין קאפ, איך האב געזאגט פארן רבוש"ע דו ווייסט דאך ווי שוואך און מאכטלאז איך בין אקעגן מיינע תאוות! איך קען דאס נישט דערהייבן! איך בין ארומגעגאנגען א וואך צייט אן א קאפ. ב"ה די רבוש"ע האט מיך געגעבן די כוחות איך האב ארויפגעלייגט א גוטע פילטער. און געלויבט השי"ת איך בין נאך נישט געגאנגען צו קיין איין אומאויסגעהאלענע סייט. כן יעזור ה' להלאה.

פארוואס שרייב איך דאס? באמת איך ווייס אויך נישט. איך וויל דיר נאר זאגן יוסי, דו ביסט אויף די גוטע טרעקס, דערשרעק דיך נישט, סאיז דא דא גוטע חבירים וואס שטייען דיר צו די האנט, כאפ דיך שטארק אן, ובשם ה' נעשה ונצליח.

איין זאך פארגעס נישט, אזוי ווי די אנדערע חבירים האבן שוין געשריבן, האלט און איין דאווענען צו אונזער גרויסע טאטע אין הימל, נאכאמאל און נאכאמאל, אפילו אין אידיש. דער רבוש"ע הערט צו דיינע תפילות.

---

התנצלות: איך וואלט אפשר געדארפט שרייבן מער, אבער איך בין ב"ה זייער פארנומען, איך האף אי"ה מיט די צייט מער צו שרייבן

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

לעצט פארראכטן: ח' אלול התשע"ט 11:46 דורך חיים חייקל.

ענטפער: זיך אויסשמיסען ח' אלול התשע"ט 11:55 #259279

  • סאלדאט
  • איצטיגע שטרעקע: 55 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • I strive to become better
  • מעלדונגען: 79
  • האט שוין געלייקט: 311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל
  • קאָרמא: 8

חיים חייקל, דו ביסט אן אינספעראציע פאר אונז אלע, keep it coming!

ענטפער: זיך אויסשמיסען ח' אלול התשע"ט 11:59 #259282

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 369 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1176 מאל
  • קאָרמא: 13
חיים חייקל געשריבן on ח' אלול התשע"ט 11:41:
צו מיין טייערע חבר יוסי.

איך האב געליינט וואס דו שרייבסט, אלע דיינע מוטשענישן און ב"ה ווי דו קריכט ארויף אויפן לייטער. וואס זאל איך דיר זאגן יוסי, איך האב מיך ממש געטראפן אין כמעט יעדע שורה, איך בין דאס אלעס אדורוך געגאנגען, (און נאך אסאך מער פון דעם) אין מיין נישט ווייטע פארגאנגענהייט.

איך האב ממש נישט געקענט גיין גראד אויפן גאס אן טראכטן פון שמוץ, מיין קאפ איז געווען פיל מיט שמוץ, בחינת רק רע כל היום. איך האב געפיהלט אז נאר א נס מן השמים וועט מיך קענען ארויסנעמען דערפון.

א קאפיוטער פאר מיר איז געווען סכנות נפשות ממש, סהאט נישט געדארפט נעמען מער פון דריי מינוט פון ווען איך האב מיך געזעצט צו א קאמפיוטער ביז איך האב מיך געטראפן במבואות הטינופות ר"ל. ביז דער רבוש"ע האט אויף מיר רחמנות געהאט, איך האב געטראפן א גוטע דזשאב, וואס איך בין געווען אזוי פארנומען אז איך האב נישט געהאט אפילו קיין צייט צו אטעמען, און כש"כ צו קריכן אין שמוץ. אויף אזוי ווייט אז הערשט נאך זעקס חדשים האב איך אויסגעפונען אז די קאמפיוטער אויף וואס איך ארבעט האט נישט קיין גוטע פילטער. ווען איך האב דאס אויסגעפונען האב איך געמיינט אז די דאך פאלט אראפ אויף מיין קאפ, איך האב געזאגט פארן רבוש"ע דו ווייסט דאך ווי שוואך און מאכטלאז איך בין אקעגן מיינע תאוות! איך קען דאס נישט דערהייבן! איך בין ארומגעגאנגען א וואך צייט אן א קאפ. ב"ה די רבוש"ע האט מיך געגעבן די כוחות איך האב ארויפגעלייגט א גוטע פילטער. און געלויבט השי"ת איך בין נאך נישט געגאנגען צו קיין איין אומאויסגעהאלענע סייט. כן יעזור ה' להלאה.

פארוואס שרייב איך דאס? באמת איך ווייס אויך נישט. איך וויל דיר נאר זאגן יוסי, דו ביסט אויף די גוטע טרעקס, דערשרעק דיך נישט, סאיז דא דא גוטע חבירים וואס שטייען דיר צו די האנט, כאפ דיך שטארק אן, ובשם ה' נעשה ונצליח.

איין זאך פארגעס נישט, אזוי ווי די אנדערע חבירים האבן שוין געשריבן, האלט און איין דאווענען צו אונזער גרויסע טאטע אין הימל, נאכאמאל און נאכאמאל, אפילו אין אידיש. דער רבוש"ע הערט צו דיינע תפילות.

---

התנצלות: איך וואלט אפשר געדארפט שרייבן מער, אבער איך בין ב"ה זייער פארנומען, איך האף אי"ה מיט די צייט מער צו שרייבן

ווען איך בון ביי א קאמפיטער אן א פילטער ווער דאס וויכטיגער ווי די ארבעט

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: זיך אויסשמיסען ח' אלול התשע"ט 15:28 #259301

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1659
  • האט שוין געלייקט: 3846 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3003 מאל
  • קאָרמא: 56

מזל טוב יוסי פאר דיינע 25 ריינע טעג (יעצט האלטסטו שוין ווייטער האפנטליך)
איך פריי מיך צו זעהן יעדע מאל דו קומסט אריין מיט אן אפדעיט.
הצלחה אויף ווייטער

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: זיך אויסשמיסען ט' אלול התשע"ט 12:22 #259374

  • יוסי
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 80
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 8
היום שמונה ועשרים יום שהם ארבעה שבועות לנקיים!!!

ב"ה אז איך האלט שוין ביי 28 ריינע טעג, און איך בעט די רבש''ע זאל מיר ווייטער געבן כח אנצוגיין,  און ארובער צו שווימען די מים הזדונים,

איך ווייס נישט איך פיל זיך סתם מיט אראפ געשלעפט, לכאורה האט עס נישט קיין שייכות צו הדא, אבער איך האף אז עס זאל נישט האבן קיין שייכות צו הדא...
זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו

ענטפער: זיך אויסשמיסען ט' אלול התשע"ט 15:28 #259381

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1659
  • האט שוין געלייקט: 3846 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3003 מאל
  • קאָרמא: 56

מזל טוב יוסי פאר דיינע "גאנצע פיר וואכן" ריין!
דו ביסט א חיזוק פאר אונז אלע דא.
ה' זאל ווייטער זיין מיט דיר.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: זיך אויסשמיסען ט' אלול התשע"ט 16:20 #259387

  • יא איך קען!
  • איצטיגע שטרעקע: 74 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 121
  • האט שוין געלייקט: 118 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 11
מזל טוב ! 
גיי אן ווייטער העכער און העכער, לויט ווי איך פארשטיי האט שוין די פרישקייט אויסגעוועפט, יעצט איז די צייט צו אנהייבן באמת צו ארבייטן, 

נ.ב. וואס איז געווארן מיט דיי דזאב האסט שוין עפעס געטראפן ?

ענטפער: זיך אויסשמיסען ט' אלול התשע"ט 21:32 #259416

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 369 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1176 מאל
  • קאָרמא: 13
יא איך קען! געשריבן on ט' אלול התשע"ט 16:20:
מזל טוב ! 
גיי אן ווייטער העכער און העכער, לויט ווי איך פארשטיי האט שוין די פרישקייט אויסגעוועפט, יעצט איז די צייט צו אנהייבן באמת צו ארבייטן, 

נ.ב. וואס איז געווארן מיט דיי דזאב האסט שוין עפעס געטראפן ?

מיינסט צו פרעגען וועגען די פילטער?

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: זיך אויסשמיסען י' אלול התשע"ט 12:18 #259458

  • יוסי
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 80
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 8
איך האב גראדע נאכנישט קיין דזאב, און עס געט מיר צו.... און שכח פארן זיך נאכפרעגן.
זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו

ענטפער: זיך אויסשמיסען י' אלול התשע"ט 13:53 #259464

  • יא איך קען!
  • איצטיגע שטרעקע: 74 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 121
  • האט שוין געלייקט: 118 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 11
יוסי געשריבן on י' אלול התשע"ט 12:18:
איך האב גראדע נאכנישט קיין דזאב, און עס געט מיר צו.... און שכח פארן זיך נאכפרעגן.

עס איז א שטיקל בחינה פון אימי אנכי בצרה.

ענטפער: זיך אויסשמיסען י"א אלול התשע"ט 11:53 #259510

  • יוסי
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 80
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 8
איך מוז מקדם זיין 2 הקדמות‏1) מיר טוען די מצוות ומעשים טובים, נישט כדי מיר זאלן האבן א גוטע לעבן, און נישט כדי מיר זאלן האבן גוטע זאכן וכדו, די סיבה פ"וו מיר טון מצוות איז כדי צו טון די רצון ה און אום מאכן א נחת רוח, און מיר דארפן טון זיין רצון צו מיר האבן עפעס א הנאה פון דעם צו נישט, אפי מיר זען נישט יעצט אז עס זאל אונז מאכן עפעס בעסער אויף די וועלט,טוען מיר זיין רצון.‏2) ווען מיר טוען יא די רצון ה, ערווארט מיר נישט קיין גוטע ראזאלטאטן זאל נאך פאלגן,מיר פארשטיי בכלל נישט די דרכי ה, אבער וואס איך פיל,וועל איך אויסשמוסן.יעדע מאל וואס איך האב געהאט א נפילה, האב איך געהאט עפעס א עקסטערע הצלחה אדער עפעס א באזונדערע גוטע זאך איז געשען מיט מיר, וואס איז דער פשט?ווייס איז נישט, אבער אזוי האב איך געזען.
מש"כ יעצט ווען איך פראביר זיך האלטן ריין, איז דא אזא הסתר פנים, איך גיי איין טאג נאכן צווייטן אן קיין שום מאטיוואציע,מיין מאד (גיסטע) איז טיף אין דער ערד,און איך ווער אראפ געשלעפט פון כמה וכמה זאכן וואס איך וועל נישט מפרט זיין, דאס איז א בחינה ווי די קשיא פון צדיק ורע לו און רשע וטוב לו...און ווען מען פילט עס אויף די אייגענע ביינער איז די נסיון אסאך אסאך גרעסער...

לאמיר אביסל אריין טראכטן איז עס טאקע אזוי?איז עס טאקע אז ווען איך בין ריין גייט אלעס מיטן פיטום אראפ?נאר איך מיין, אז אינטער מיין באוויסטזיין נאך יעדע נפילה וואס איך האב, ערווארט איך אז קיין שום זאך זאל מיר גיין גוט, מען ערווארט אז די גאנצע טאג טאג זאל גיין מיטן פיטום אראפ... און אויב עפעס גייט מיר יא גוט, איז ממש א נס! מיר דארף דאך גיין אלעס שלעכט?! איך בין דאך א שגץ?! איז די זאך וואס גייט מיר יא גוט איז ממש א ישועה,עס גייט מיר גוט יעצט! נישט ווי עס וואלט באמת געקומען.
מש"כ ווען איך בין ריין, און ווער רעדט נאך אויב איך בין ריין שוין פאר אפאר טעג,אדער וואכן, ערווארט איך אז עס זאל קומען צו פליען ישעות פון אלע זייטן, (אפשר וויל איך טרעפן א פעקל געלט נעבן די טיר פון מיין הויז?! ווער ווייס?!), איך ערווארט צו באקומען די גאנצע וועלט און אז איך באקום עס נישט,איז עס א גאנצע צרה און עס קוק מיר אויס ווי מיין גאנצע לעבן גייט מיר קרום,
אשר על כן דארף איך וויסן אז די רבש"ע קומט מיר גארנישט אפי איך וואלט ווען געווען די גרעסטע צדיק יסוד עולם, אפי עס וועט מיר אינטער קומען די גרעסטע נסיון און איך וועל זיך מתגבר זיך איז מיר די רבש"ע נאך אלץ גארנישט שילדיג,גאר פאר קערט איך בין אום שילדיג א הכרות טוב פאר אלע גוטע זאכן וואס ער האט מיר געגעבן יעדע מנוט און יעדע סקונדע, און ער האט מיר אויך געגעבן די כח זיך מתגבר צו זיין אויף מיינע נסיונות.און איך וויל מגלה דעת זיין אז איך שרייב עס אראפ כדי אז איך זאל עס דערהערן און טאקע האלטן דערביי,
איך ערווארט גארנישט צו זען קיין ישעות און קיין רפאות, נישט קיין פרנסה און נישט קיין געלט ביי מיין טיר, און אפי אויב עפעס חלולה א צרה וועט מיר אנטערפען, וועל איך ווייטער אנגיין, און ווייטער טון די רצון הבורא, לעשות נחת רוח ליוצרי ובוראי יתברך שמו, מיט א שמחה און א חשק ער האט מיר באשאפן און איך וועל אום דינען (מיט זיין הילף פארשטייט זיך) ביז צו מיין לעצטע אטעם,

געוויסע זאכן זענען באהאלטן פאר געסט. ביטע שרייבט אייך אריין אדער רעגיסטרירט אייך דאס צו קענען זען.
זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו
לעצט פארראכטן: י"א אלול התשע"ט 12:00 דורך יוסי.

ענטפער: זיך אויסשמיסען י"א אלול התשע"ט 12:42 #259512

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 413 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 479
  • האט שוין געלייקט: 525 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 755 מאל
  • קאָרמא: 3

יוסי א מייסטער פין א בריוו גיי וייטער אן שטארק דיר די האסט אסאך כוחת

ענטפער: זיך אויסשמיסען י"א אלול התשע"ט 12:54 #259513

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 1006 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל
  • קאָרמא: 16

יוסי, זייער שטארק!!!!

דאס איז די איינציגסטע וועג ווי אזוי מקען אנגיין. על כל נשימה ונשימה תהלל קה, די רבוש"ע קומט מיר "גארנישט" אלעס איז נאר רחמים וחסדים.
ואני קרבת אלקים לי טוב, איך דארף נישט גארנישט, איך וויל נאר זיין נאנט צו דיר רבוש"ע, און טוהן דיין רצון.

יוסי, קיפ איט אפ, אזעלעכע ווערטער זענען כמים קרים על נפש עיפה.

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

לעצט פארראכטן: י"א אלול התשע"ט 12:54 דורך חיים חייקל.

ענטפער: זיך אויסשמיסען י"א אלול התשע"ט 13:33 #259516

  • יונגערמאן
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 267
  • האט שוין געלייקט: 549 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל
  • קאָרמא: 18

יוסי WOW!!!!!!!!!!! נישטע קיין וועטער אזא שטארקע בריוו האסט בארירט אעלכע וויכטגיע טעמע איינס שטערקער ווי די אנדערע 
חזק ואמץ גיי אן מיט א ברען צום אייבערשטן ער האט זיכער א מוראדיגע נחת רות פון דיין עבודה

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: זיך אויסשמיסען י"א אלול התשע"ט 17:02 #259533

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 10 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 724
  • האט שוין געלייקט: 969 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל
  • קאָרמא: 16

יוסי, דו זאגסט זייער גוט !!!

בד"וו דער סיבה פארוואס ס'איז אזוי, איז לכאורה בלויז א פשוט'ע "נסיון" און אויך "מעשה היצר" דיך צו צוקלאפן

האלט דיך שטארק !!!

הק' העלפמי

ענטפער: זיך אויסשמיסען י"ב אלול התשע"ט 12:19 #259575

  • יוסי
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 80
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 8
שכח פאר די ווארעמע ווערטער פון יעדער איינער, און אזוי ווי Helpmeasap האט געזאגט אז עס איז פשוט א נסיון, די שאלה איז נאר אויב עס איז עפעס וואס איז במצאות דא, נישט מען רעדט זיך סתם איין....
זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו

ענטפער: זיך אויסשמיסען י"ב אלול התשע"ט 13:00 #259577

  • יוסי
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 80
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 8
עס איז אן עמערדזענסי!!! הצלה!!! העלפט!!!! ראטעוועט!!!!!!!!  עס איז סכנת נפשות!!!!!!!!!
איך האלט כמעט פאר גסיסה,איך דארף מאטעוואציע......
זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו

ענטפער: זיך אויסשמיסען י"ב אלול התשע"ט 13:09 #259578

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 278
  • האט שוין געלייקט: 582 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 610 מאל
  • קאָרמא: 19
טאטע העלף יוסי!!!!!
אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: זיך אויסשמיסען י"ב אלול התשע"ט 13:15 #259579

  • wannabe
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 59
  • האט שוין געלייקט: 125 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל
  • קאָרמא: 2

העי יוסי
נאך אייין טאג ביסטו ביי 30!

דו ביסט א צדיק... יא יא דו ביסט... דו הייסט א צדיק מיט יעדע זאך וואס דו טוסט... נקרא צדיק לאותו דבר... (נחמה)

ענטפער: זיך אויסשמיסען י"ב אלול התשע"ט 13:39 #259582

  • יוסי
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 80
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 8
און וואס איז 30 טעג??? די נסיון ווערט קלענער?! ניין....
זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו
לעצט פארראכטן: י"ב אלול התשע"ט 13:43 דורך יוסי.
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 2.23 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא