ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: יא איך קען ! מיט די אייבישטער'ס הילף. 2567 באזוכער

ענטפער: יא איך קען ! מיט די אייבישטער'ס הילף. ו' כסלו התש"פ 13:49 #262639

  • יא איך קען!
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 111
  • האט שוין געלייקט: 80 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל
  • קאָרמא: 11
ich vil zan ehrlich געשריבן on ל' חשון התש"פ 01:07:

יא איך קען! געשריבן on כ"ט חשון התש"פ 18:20:

יא איך בין שטאלץ אפילו אן א ריקן עטרה


איך ווער שוין צומישט צווישן דיר און אחכה, עטץ זעהט'ס אויס זייער ענליך.


משום כבודו פון אחכה האב איך געטוישט.
מען זאל זיך נישט צומישן צווישן מיר מיט אחכה, ווי קום איך צו צום קנעכל פון די פיס פון אחכה.

הצלחה אויף ווייטער

ענטפער: יא איך קען ! מיט די אייבישטער'ס הילף. ז' כסלו התש"פ 02:56 #262664

  • friend
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1139
  • האט שוין געלייקט: 356 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1153 מאל
  • קאָרמא: 12
יחיאל געשריבן on ד' כסלו התש"פ 21:47:

friend געשריבן on ד' כסלו התש"פ 02:34:

חיים חייקל געשריבן on ל' חשון התש"פ 10:47:

יא איך קען! געשריבן on כ"ט חשון התש"פ 18:20:

יא איך בין שטאלץ אפילו אן א ריקן עטרה


לאמיר קויפן א ריקן עטרה פאר אונזער חבר.
ווער וויל זיך משתתף זיין?


דארפסט נישט קויפן, איך האב א עקסטערע עטרה, קענסט עס קימען אויפפיקען.


איז עס א ריקן  ?
בד"וו ער איז געוורען יונגער ער ברויכט שוין נישט א טלית


אויב לייגט מען עס אינמיטן די טלית וועט עס זיין א ריקן עטרה

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: יא איך קען ! מיט די אייבישטער'ס הילף. ח' כסלו התש"פ 15:06 #262701

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 312 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 918
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1807 מאל
  • קאָרמא: 36
יא איך קען! געשריבן on ו' כסלו התש"פ 13:49:

ich vil zan ehrlich געשריבן on ל' חשון התש"פ 01:07:

יא איך קען! געשריבן on כ"ט חשון התש"פ 18:20:

יא איך בין שטאלץ אפילו אן א ריקן עטרה


איך ווער שוין צומישט צווישן דיר און אחכה, עטץ זעהט'ס אויס זייער ענליך.


משום כבודו פון אחכה האב איך געטוישט.
מען זאל זיך נישט צומישן צווישן מיר מיט אחכה, ווי קום איך צו צום קנעכל פון די פיס פון אחכה.

הצלחה אויף ווייטער


יעצט באמערק פונקט דעם פאוסט. אלץ מיר אויס קען יעדער זיין ווי מיר, אדרבה ס'וועט מיר זיין א כבוד צו זיין ממש אינאיינעם מיט אנדערע, בתוך עמי אני יושבת, דאס איז דאך די שענסטע זאך. כמוני כמוכם, איך בין נישט מער ווי קיינעם דא אויפן סייט, איך בין דא פאר מיינע אייגענע פראבלעמען וואס איך האב געהאט, און ב"ה אז איך בין אויפן וועג צו די ישועה מיטן הילף פונעם באשעפער און מיט די הילף פון ענק אלע מיינע טייערע חבירים כ"א בשמו הטוב יבורך.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: יא איך קען ! מיט די אייבישטער'ס הילף. ט' כסלו התש"פ 20:29 #262706

  • שטיג העכער
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 45
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל
  • קאָרמא: 3

נו צוריק מיטן עטרה.....!

ענטפער: יא איך קען ! מיט די אייבישטער'ס הילף. כ"ד כסלו התש"פ 13:43 #263257

  • יא איך קען!
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 111
  • האט שוין געלייקט: 80 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל
  • קאָרמא: 11

די האסט שוין אמאל געזעהן די קליפ ווי אזוי איינער טאנצט אראפ פון די 100'סטע שטאק פון די טווין טאערס ? עס איז שרעקעדיג הא ?

איך האב נישט אראפ געטראסקעט 100 שטאק, איך האב געטראסקעט 151 טעג !!!

יא יא איך האב מיר גוט צוזעסט, איך בין אינגאנצן צובליטיגט, איך האב קעסט אויף מיין גאנצע קערפער,

אבער די גוטע נייעס איז, אז די דאקטער זאגט אז איך וועל אי"ה ווערן אינגאנצן אויסגעהיילט !!!

איך שטיי אין די זייט און איך קוק אים אן ווי פון די לבנה אראפ געפאלן, ווילסט מיר זאגן אז איך קען ווערן אויסגעהיילט ? קוק מיר אן איך האב אפילו נישט איין אינטש וואס איז נישט צובליטיגט ?


ער קוק מיר אן מיט א רחמנות'דיגע בליק, הער מיר אויס יא איך קען, איין טאג אויף אמאל !!!
יעדע טאג וועסטו ווערן נאך אביסל בעסער ביז די וועסט ווערן אינגאנצן אויסגעהיילט.

צום שלוס וויל איך טאקע דא בעטן יעדן אייינעם אז יעדער זאל מתפלל זיין, אין אינזין האבן, יא איך קען בן הד"א זאל האבן א רפואה שלימה, אין זיך קענען אינגאנצן ערהוילן.

ענטפער: יא איך קען ! מיט די אייבישטער'ס הילף. כ"ד כסלו התש"פ 13:58 #263258

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 146 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 145
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 574 מאל
  • קאָרמא: 27

אוי שרעקעדיג !

יו איז דאס געווען שרעקעדיג, די קולות פון אלע ארומיגע, יו !

די גוטע נייעס איז אז אונטן איז געווען א מאטראץ, וואס האט ווייעכער געמאכט דאס קלאפ, הד"א האט דיך אפגעווארט דארט אונטן, און מגיימער צוריק ארויף, צינד די ליכט מיט די זעלבע געפילן, בארג דיר די פרישע 151 ריינע טעג וואס גייט אי"ה קומען, און נוץ דאס ביי חנוכה ליכט צינדן, זאל דאס זיין א גוטע התחלה.

הק' בבלאאמו"ר הקגהקק"ק מדראפעט

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

לעצט פארראכטן: כ"ד כסלו התש"פ 14:48 דורך דראפעט.

ענטפער: יא איך קען ! מיט די אייבישטער'ס הילף. כ"ד כסלו התש"פ 14:42 #263259

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 312 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 918
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1807 מאל
  • קאָרמא: 36

מיין טייערע חבר מיין הארץ איז מיט דיר, איך וויין מיט דיר, און איך בעט פאר דיין ווייטערדיגע הצלחה.

אויב דו ווילסט וואלט מעגליך געווען זייער א געראטענע זאך צוצולייגן עפעס א גדר אדער אקט, וואס דו וועסט פרובירן צו טון מער, אדער בעסער, אז עס זאל מער נישט פאסירן.

אוודאי איז מען קיינמאל פארזיכערט, אבער אז מ'טוט וואס מ'קען האט מען א באזונדער סייעתא דשמיא.

#ירידה/לצורך/עליה

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: כ"ד כסלו התש"פ 16:35 דורך אחכה לו.

ענטפער: יא איך קען ! מיט די אייבישטער'ס הילף. כ"ד כסלו התש"פ 15:58 #263267

  • כוויל זיין א צדיק
  • איצטיגע שטרעקע: 77 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 134
  • האט שוין געלייקט: 136 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 295 מאל
  • קאָרמא: 6

אוי, אוי אוי! מיין הארץ איז צושפליטערט אויף 151 שטיקלעך!!!! כ'קען נישט טראכטן, מיין הארץ גייט אויס פאר 'יא איך קען'!!!

אבער, עפעס לאזט מיך נישט  גיין ווייטער. איך מיז עפעס שרייבן! עפעס מחזק זיין א אידישע ציבראכענע נשמה! וועל איך שרייבן, אפאר ווערטער. איך בעט מחילה פינעם עולם, אויב ס'קומט נישט גוט ארויס פון מויל. ס'איז פשוט פון זיין צוטאמעלט. ואתכם הסליחה.

קודם יא איך קען מיטן אייבעשטערס הילף. איז אזא ריכטיגע ווארט. אזוי אמת. מען דארף געדענקען, אלעס אלעס, און טאקע אלעס קומט פון מיין ליבע טאטע. מיינע ריינע טעג, [ביי אינזער פאל 151], איז נאר מיטן כח פון אים. און.... און... די ירידה איז אויך ווייל ער האט געוואלט!!! 

לאמיר טראכטן, וואס וויל די אייבישטער? וואס וויל ער איך זאל יעצט אויפטון?

איז קודם די פשוטע מחשבה איז, ער וויל מען זאל זיך שטארקן. א טאג וואס איז נאך 151 טעג איז אביסל ווי א באן, ס'פארט. ס'איז א מלחמה, אבער נישט אזווי נאך אן ערנסטע יירידה. ס'פעלט זיך נישט אויס דרייסטישע כוחות, הימלישע כוחות צו גיין נאך ווייטער. ווייל ווי נישט ווי קוקט מען זיך אן, כ'האלט שוין נאך 151 טעג, לאמיר עס נישט פארפאטשקענען. אבער נאך א נפילה, מען איז 'מילא דארוך גע'פאלן' נא לאמיך אביסעל בלייבען אין די תנופות.... קומט א יוד ווי 'יא איך קען' און שרייט!!!!! ניין!! איך גיי וויטער אפילו איך האלט יעצט ביי 1. גארנישט גייט מיך צירוק האלטן פון זיין ריין פאר מיין טאטען!!!!!  א בחינה ווי פעמים להיפך.

באשעפער האסט מיך ליב, און נאר מיט דיין הילף בין איך דא, און כ'גיי ווייטער

ענטפער: יא איך קען ! מיט די אייבישטער'ס הילף. כ"ד כסלו התש"פ 16:36 #263272

  • אשרי זקנותינו
  • איצטיגע שטרעקע: 48 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 118
  • האט שוין געלייקט: 284 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 5

אם בארזים נפלה שלהבת מה יענו אזובי קיר......

ענטפער: יא איך קען ! מיט די אייבישטער'ס הילף. כ"ד כסלו התש"פ 23:01 #263277

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 44 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 176
  • האט שוין געלייקט: 124 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל
  • קאָרמא: 15

אוי אוי אוי די ווייטאג איז אזוי גרויס, דו שטייסט דארטן אויסגעדרייט ביים שריד בית מקדשינו און די פארגיסט טייכן טרערן, רבוש"ע עס טוט אזוי וויי, נאך 151 טעג פון ריינקייט אראפ פאלן און זיך אזוי צוקלאפן, די ווייטאג איז אומגעהויער גרויס, און איך שפיר נישט אז איך האב די פאסיגע ווערטער אריינצו קומען מחזק זיין, און געבן עצות פאר ווייטער איז אפגערעדט אז איך האב נישט, נאר איך קען זיך צושטעלן לעבן דיר און מיטוויינען מיט דיר.
אבער איין זאך וויל איך דיר זאגן, די יוונים זענען אריינגעקומען אין ביהמ"ק, זיי האבן אלעס צובראכן, אלע אוילן וואס מען האט געהאט האבן זיי מטמא געווען, אבער עס איז איבערגעבליבן איין קליינע קריגעלע אויל, וואס איז געווען גענוג נאר פאר איין טאג, און מיר האבן דאס אנגעצינדן, און דאס ברענט שוין אזוי פאר טויזענטער יארן, עס איז ידוע דער הייליגער רמב"ן זאגט אז דאס וואס דער אויבערשטער האט געזאגט פאר אהרן הכהן שלך לעולם עומדת, גייט ארויף אויף די נרות חנוכה.
ממילא זאג איך דיר טייערע ברודער, דאס קליינע קריגעלע וואס ברענט נאר אויף איין טאג דאס איז געבליבן ביי דיר, און דאס וועט בלייבן ביי דיר, און דו וועסט זיך מיט דעם דערהייבן און גיין ווייטער.
איך בין נתפעל פון דיין שטארקייט פון זיך אויפשטעלן אפווישן די נאז און גיין ווייטער, כאילו לא היה ביסטו דא מיט א שטארקייט, ממש די כוחות פון די חשמונאים וואס האבן זיך נישט דערשראקן פון די יוונים, בלייבט מיר איבער צו זאגן פאר דיר ומנותר קנקנים נעשה נס לשושנים

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: יא איך קען ! מיט די אייבישטער'ס הילף. כ"ד כסלו התש"פ 23:03 #263279

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 858
  • האט שוין געלייקט: 4393 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
  • קאָרמא: 15

אוי וויי

עס טוט וויי

זאל השם דיר טרייסטן

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

לעצט פארראכטן: כ"ד כסלו התש"פ 23:03 דורך יחיאל.

ענטפער: יא איך קען ! מיט די אייבישטער'ס הילף. כ"ה כסלו התש"פ 14:59 #263293

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

געוואלדיגע חיזוק ווערטער יעדע איינע באזונדער, ממש א קידוש השם וואס דא טוט זיך, אבער ביי מיר פלעגט אזעלעכע חיזוק ווערטער זיין גאר געשמאק מיר צו לייגן צוריק אין בעט שלאפן, און דאסמאל מיט א שיינע טשאדעלע באדעלע מעשיות.
די שאלה איז וואס טוט מען עס זאל נאכאמאל נישט פאסירן? אויב מאכט מען א שטיקל פלאן אויף פאראויס דאן איז די חיזוק ווערטער כמים קרים על נפש עייפה און עס העלפט אז מען זאל נישט צוריק איינשלאפן, אויב אבער האט מען נישט געמאכט קיין שום פלאן אויף פאראויס, דאן ביי מיר פלעגט דאס זיין כמים חמין על נפש עייפה און עס האט מיר פיין איינגעשלעפט.

אלענפאלס, קיפ אן טראקינג!!!
איך שעץ גאר שטארק דיין אפענקייט און אמת'דיגקייט.

ענטפער: יא איך קען ! מיט די אייבישטער'ס הילף. כ"ה כסלו התש"פ 16:25 #263297

  • קאוונע
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 51
  • האט שוין געלייקט: 38 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל
  • קאָרמא: 1

א גיטן יא איך קען

זאל דיר די באשעפער העלפן ווי פריער זיך צוריק צו כאפן

מיר האט אויך באפאלן עטליכע אזעלכע שטארקע טראסקעס פארגאנגענעם זומער

געלויבט ה' מיר האבן אנגעהויבן גיין אויף א נייער גאנג זינט חודש תשרי העעל"ט און ברוב חסדי ד' פארט דערוויל טאג נאך טאג גאנץ א שיינער גאנג לאמיר האפן אויף ווייטער אויכעט שיינע געזינטע פרישע ריינע הייליגע זויבערע טעג און נעכט.

ענטפער: יא איך קען ! מיט די אייבישטער'ס הילף. כ"ו כסלו התש"פ 01:00 #263312

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 121 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 266 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
  • קאָרמא: 20
א גיטן טייערע חבר יעצט געליינט דיינע שירת 

וואס זאל איך זאגן אז איך פיל דיין צער איך האב נאכנישט קיין 151 ריינע טעג
ווי שווער עס איז זיך אויף צו הייבן נאך א קלאפ דאס ווייס איך יא
לאמיר זיך מחזק זיין און גיין ווייטער זאל גאט דיר העלפון אויף ווייטער

גדענק נאר די ריינע טעג וואס די האסט געהאט ביז יעצט בלייבט דיינס אויף אייביג עס בלייבט אויך דיין וואגשאל און די ריינע טעג וואס די ביסט געווען א בעסערע טאטע מאן  וכ' דאס בלייבט זיכער מיט דיר אויף אייביג 
איך האב שוין אמאל געשריבן א דברי חיזיק וועגן דעם 

ענטפער: יא איך קען ! מיט די אייבישטער'ס הילף. א' טבת התש"פ 17:50 #263402

  • יא איך קען!
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 111
  • האט שוין געלייקט: 80 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל
  • קאָרמא: 11

האלטן מיר שוין ב"ה ביי 3 ריינע טעג !

האסט שוין אמאל געזעהן ווי יענע קראנקע איד מיינט אז ער האט שוין כח אראפ צו גיין פון בעט, ער הייבט אן צו גיין אינמיטן פאלט ער צוריק אראפ ? 

אזוי האב איך אויסגעקוקט ביז 3 טעג צוריק אבער יעצט האף איך אז איך האב שוין יא די כח צו גיין ווייטער.

עס איז שווער זיך אויפצושטעלן נאך אזא געזינטע זעץ אבער מיט די אייבערשטער'ס הילף האלטן מיר שוין דא.

איך האב אריין געלייגט אז איך געב $100 אויב איך פאל דורך נאך אמאל, איף האב אז דאס וועט מיר געבן כח צו גיין ווייטער און ווייטער.

איין טאג אויף א מאל !

ענטפער: יא איך קען ! מיט די אייבישטער'ס הילף. א' טבת התש"פ 23:06 #263404

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 312 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 918
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1807 מאל
  • קאָרמא: 36

יא, אז מ'מיינט עס אמת'דיג העלפט דער אויבערשטער.

מזל טוב צו דיין דריטע ריינע טאג, און מזל טוב צו דיין הונדרעטסטע ענטפער!

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: יא איך קען ! מיט די אייבישטער'ס הילף. א' טבת התש"פ 23:56 #263405

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 44 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 176
  • האט שוין געלייקט: 124 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל
  • קאָרמא: 15

מזל טוב צו דיינע 3 ריינע טעג, געדענק מיר האבן נישט קיין כח קיינמאל אראפצוגיין אליין פון בעט, מיר דארפן פארשטיין אז מיר דאפן האבן די שטעקן זיך אנצולאנען אויף דעם בשעת מיר גייען אראפ פון בעט, אזוי ווי רש"י זאגט את האלקים התהלך נח, נח היה צריך סעד לתמכו, אונזער שטעקן איז גאט, וואס אויף אים לאנען מיר זיך אן, און נאר צוזאמען מיט אים קענען מיר אראפגיין פון בעט.
חזק ואמץ ה' עמך גבור החיל

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: יא איך קען ! מיט די אייבישטער'ס הילף. ב' טבת התש"פ 00:54 #263408

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 121 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 266 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
  • קאָרמא: 20

מזל טוב 3 איז שוין חזקה אז מיט הילף פון וועטסטו זיין ריין
און קוירן לאבות אלא לשלשה אז מהאלט ביי דריי זאל זכות פון אונזרע אבות באגלייטן צו האבן ריינע טעג

ענטפער: יא איך קען ! מיט די אייבישטער'ס הילף. ד' טבת התש"פ 16:23 #263500

  • יא איך קען!
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 111
  • האט שוין געלייקט: 80 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל
  • קאָרמא: 11

אקעי די דאקטער זאגט אז מען זעהט שוין עפעס פראגרעס, 6 טעג איז נישט קיין קלייניקייט,

אבער, לייג ער צו מיט א שטרענגע פנים, ווייזענדיג מיט די פינגער, געדענק! איין טאג אויף אמאל, און מיט די אייבערשטערס הילף וועסטו ווערן אינגאנצן אויסגעהיילט.

ענטפער: יא איך קען ! מיט די אייבישטער'ס הילף. ד' טבת התש"פ 21:13 #263511

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 44 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 176
  • האט שוין געלייקט: 124 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל
  • קאָרמא: 15

יא עס איז נישט קיין קלייניגקייט, עס איז גאר א גרויסע זאך
גאט זאל ווייטער זיין מיט דיר און דיר געבן כח

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: יא איך קען ! מיט די אייבישטער'ס הילף. ה' טבת התש"פ 01:07 #263521

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 121 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 266 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
  • קאָרמא: 20
יא איך קען! געשריבן on ד' טבת התש"פ 16:23:

אקעי די דאקטער זאגט אז מען זעהט שוין עפעס פראגרעס, 6 טעג איז נישט קיין קלייניקייט,

אבער, לייג ער צו מיט א שטרענגע פנים, ווייזענדיג מיט די פינגער, געדענק! איין טאג אויף אמאל, און מיט די אייבערשטערס הילף וועסטו ווערן אינגאנצן אויסגעהיילט.


גדענק דאס אפ' נאך די 100 ווייל אויב מפארגעסט טוט עס וויי

צייט צו מאכן א בלאט: 0.67 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא