ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: א הייליגע יונגערמאן 5741 באזוכער

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן י"ח כסלו התש"פ 17:45 #263019

  • יונגערמאן
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 511 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 627 מאל
  • קאָרמא: 17

מיין טייערע חבר! איך פארשטיי זייער גוט דיין איצטיגע געפיל, איך געדענק מיר אין יענע טעג ווען איך האב נישט געדארפט ווערן צובראכן נאר פון זען דעם יונגערמאן איז זיך אטאמאטיש צובראכן געווארן, אבער היינט ווען האלט ביי הונדרעט און פופצען טעג (מיין נישט אז איך האב נישט קיין ניסיונות) זע איך קלאר אז די מחשבות האבן מיר קיינמאל געברענט אפילו נישט צו איין ריינע שעה, בשעת ווען טראכטענדיג אז עס איז אן עיצת היצר צו ווערן צובראכן, און די חשיבות פון יעדע ריינע מינוט האט מיר געברענגט צו ריינע טעג און וואכן!

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן י"ט כסלו התש"פ 03:37 #263031

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל
  • קאָרמא: 15
יונגערמאן געשריבן on י"ח כסלו התש"פ 17:45:

מיין טייערע חבר! איך פארשטיי זייער גוט דיין איצטיגע געפיל, איך געדענק מיר אין יענע טעג ווען איך האב נישט געדארפט ווערן צובראכן נאר פון זען דעם יונגערמאן איז זיך אטאמאטיש צובראכן געווארן, אבער היינט ווען האלט ביי הונדרעט און פופצען טעג (מיין נישט אז איך האב נישט קיין ניסיונות) זע איך קלאר אז די מחשבות האבן מיר קיינמאל געברענט אפילו נישט צו איין ריינע שעה, בשעת ווען טראכטענדיג אז עס איז אן עיצת היצר צו ווערן צובראכן, און די חשיבות פון יעדע ריינע מינוט האט מיר געברענגט צו ריינע טעג און וואכן!


גערעכט
וויאזוי קומט אן צו שפירן די חשיבות פון איין ריינע מינוט באמת, אפילו אויב די מענטש פארשטייט אז ער איז נאר דא צו טוהן רצון הבורא, וויל ער אויך טוהן רצון הבורא די גאנצע צייט, וויאזוי קומט מען אן צו פארשטיין אז טוהן רצון הבורא איין מינוט איז מער ווערד פון אלעס.
איך רעד נישט פון תורות און חסידישע מעשיות, פון דעם האב איך גענוג אין סטאק, איך רעד פון באמת לעבן דערמיט

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן י"ט כסלו התש"פ 13:40 #263044

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 858
  • האט שוין געלייקט: 4393 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
  • קאָרמא: 15

א יעדער מינוט איז א באזינדרע דיימאנט [קרעדיט שלום גאנץ]

עס האט נישט מיטן דיימאנט פון א קומענדיגע נסיון 

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן י"ט כסלו התש"פ 18:42 #263064

  • יונגערמאן
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 511 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 627 מאל
  • קאָרמא: 17
Heiligertzadik געשריבן on י"ט כסלו התש"פ 03:37:

יונגערמאן געשריבן on י"ח כסלו התש"פ 17:45:

מיין טייערע חבר! איך פארשטיי זייער גוט דיין איצטיגע געפיל, איך געדענק מיר אין יענע טעג ווען איך האב נישט געדארפט ווערן צובראכן נאר פון זען דעם יונגערמאן איז זיך אטאמאטיש צובראכן געווארן, אבער היינט ווען האלט ביי הונדרעט און פופצען טעג (מיין נישט אז איך האב נישט קיין ניסיונות) זע איך קלאר אז די מחשבות האבן מיר קיינמאל געברענט אפילו נישט צו איין ריינע שעה, בשעת ווען טראכטענדיג אז עס איז אן עיצת היצר צו ווערן צובראכן, און די חשיבות פון יעדע ריינע מינוט האט מיר געברענגט צו ריינע טעג און וואכן!


גערעכט
וויאזוי קומט אן צו שפירן די חשיבות פון איין ריינע מינוט באמת, אפילו אויב די מענטש פארשטייט אז ער איז נאר דא צו טוהן רצון הבורא, וויל ער אויך טוהן רצון הבורא די גאנצע צייט, וויאזוי קומט מען אן צו פארשטיין אז טוהן רצון הבורא איין מינוט איז מער ווערד פון אלעס.
איך רעד נישט פון תורות און חסידישע מעשיות, פון דעם האב איך גענוג אין סטאק, איך רעד פון באמת לעבן דערמיט


חבר יקר! כדי צו לעבן מיט דעם דארף מען זיך חזר'ן אט די חסידישע תורות און מעשיות און עס זאגן מיטן מויל מיין ציל איז נישט צו זיין דער ריינער איד, מיין ציל איז צו טוען וואס דער אייבערשטער וויל, און גראדע יעצט וויל ער איך זאל זיין ריין.

עס איז דא א אינטעסאנטער בריוו פון רבי יענקעלע פון פשעווראסק שרייבט ער אז ער קען איינער וואס וויל זייער שטארק קענען ש"ס ופוסקים אויסעווייניג אבער ערהכאט קיינמאל מתפלל געווען דעראויף ווייל ער פארשטייט אזס אויב איז זיין ציל צו ברענגען א נחת רוח פארן אייבערשטען מוז עס נישט זיין ער. עס קעןם אויך זיין די חכמי צרפת שליט"א

יא! עס איז נישט גריינג אבער פון עס חזר'ן און זאגן מיטן מויל און ליתראש את אויפן קויל וועלן מיר עס קענען צום סוף שפירן

האב הצלחה מרובה

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן כ"ד כסלו התש"פ 15:46 #263266

  • יונגערמאן
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 511 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 627 מאל
  • קאָרמא: 17

היום יום מאה ועשרים ושנים יום לטהרה! (122)

איך האב נישט בעצם געטראכט היינט צו שרייבן אבער נאך וואס עס איז אריבער מוז איך עפעס שרייבן צו מיינע חבירים 

היינט האב איך געהאט א שווערע טאג ווען איך האב געהאט א קנאקעדיגע גליטש עס איז געווען אזוןי וווייט אז איך האב עס גמוזט איבעררעדן מיט אש"י זיכער מאכן אז עס איז א גליטש און נישט קיין דורכפאל.

איך האב גראדע געהאט א מחשבה עס צו לאזן לויפן אבער דאן האב איך מיר דערמאנט אז דא אין אונזער קהילה איז אויפריכטיקייט א יסוד און אלס א מעמבער איז מיין התחיבות צו זיין אויפריכטיג

האטס הצלחה מרובה און זייטס מתפלל פאר מיר ווייל אין בין אין א גרויסער חשכות היינט

ויה"ר אז די נירות חנוכה זאלן אין אונז אלע אריינשיינען אזא אור פון קדושה וטהרה אז מיר זאלן זיין ריין מיטן גאנצען הארץ און מח

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן כ"ד כסלו התש"פ 17:00 #263273

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 150
  • האט שוין געלייקט: 205 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל
  • קאָרמא: 19
יונגערמאן געשריבן on כ"ד כסלו התש"פ 15:46:

היום יום מאה ועשרים ושנים יום לטהרה! (122)

איך האב נישט בעצם געטראכט היינט צו שרייבן אבער נאך וואס עס איז אריבער מוז איך עפעס שרייבן צו מיינע חבירים 

היינט האב איך געהאט א שווערע טאג ווען איך האב געהאט א קנאקעדיגע גליטש עס איז געווען אזוןי וווייט אז איך האב עס גמוזט איבעררעדן מיט אש"י זיכער מאכן אז עס איז א גליטש און נישט קיין דורכפאל.

איך האב גראדע געהאט א מחשבה עס צו לאזן לויפן אבער דאן האב איך מיר דערמאנט אז דא אין אונזער קהילה איז אויפריכטיקייט א יסוד און אלס א מעמבער איז מיין התחיבות צו זיין אויפריכטיג

האטס הצלחה מרובה און זייטס מתפלל פאר מיר ווייל אין בין אין א גרויסער חשכות היינט

ויה"ר אז די נירות חנוכה זאלן אין אונז אלע אריינשיינען אזא אור פון קדושה וטהרה אז מיר זאלן זיין ריין מיטן גאנצען הארץ און מח


גא"מ להרב "יונגערמאנטשיג"

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן כ"ו כסלו התש"פ 17:11 #263326

  • יונגערמאן
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 511 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 627 מאל
  • קאָרמא: 17

חבירים יקרים וחביבים שליט"א

מיר שטייען אינעם יו"ט חנוכה א צייט וואס אידן אין אונזער מצב שעפן אסאך חיזוק און אודה ולא בוש איך האב געהאלטן אז דאס יאר וועט די חנוכה עפעס ספעציעל נאך 120 רייינע טעג. אבער ווי זאגט דער פסוק רבות מחשבות בלב איש ועצת השם היא תקום!

עס האט זיך אנגעהויבן מיט א שווערע מינוט אינדערהיים ביים ערשטען לעכטעל באגלייט מיט נאך פארשידענע מצבים וואס ברענגען סטרעסס און נאך עד כדי כך אז איך האב פראבירט צו זוכן שמוץ אבער הודו לה' דער וואס האט מיר געהאלטן ריין ביז היינט האט מיר נאכאלץ געווואלט אינגאנצען ריין אין מיין פילטער האט גארנישט דורך געלאזט אפילו זאכן וואס זענען אויסגעהאלטן

היינט בין איך מיד און אנגעצויגן (אינעווייניג) און נאך איך בין ביים עק ממש פארן פאלן איך ווייס נישט ווי לאנג איך וועל זיין ריין. אויב איינער האט אויף מיר רחמנות געדענק 124 טעג העלפט נישט אין א שווערע מינוט און איך ברויך חיזוק אדער עפעס אנדערש!

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן כ"ו כסלו התש"פ 17:15 #263327

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 858
  • האט שוין געלייקט: 4393 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
  • קאָרמא: 15

קענסט גיין אין א שטילער צימער צו מתפלל זיין יודיש
אדער אפאר קאפיטלעך תהלים מיט אן אמת'דיג קייט

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

לעצט פארראכטן: כ"ו כסלו התש"פ 17:15 דורך יחיאל.

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן כ"ו כסלו התש"פ 20:54 #263333

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל
  • קאָרמא: 15

גאט זאל זיין מיט דיר, און ער זאל דיר אפהיטן.
זאג אים זייער קלאר, איך קען נישט אליין, איך קען זיך נישט באהערשן אויף גארנישט, איך בעהט דיר, היט מיך אפ איך זאל קענען טוהן דיין רצון

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן כ"ז כסלו התש"פ 16:41 #263350

  • יונגערמאן
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 511 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 627 מאל
  • קאָרמא: 17

ב"ה למעשה איז נאך א טאג אריבער ריין!

איך  וויל זיך באדאנקען פאר אלע וואס האבן זיך וויסענדיג געמאכט פון מיר ברבים אדער ביחיד. עס האט מיר אאסאך געהאלפן און ווער עס וויל א חלק קען אויך נעמען שכח למפרע!

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)
לעצט פארראכטן: כ"ז כסלו התש"פ 16:42 דורך יונגערמאן.

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן כ"ז כסלו התש"פ 20:39 #263355

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל
  • קאָרמא: 15
יונגערמאן געשריבן on כ"ז כסלו התש"פ 16:41:

ב"ה למעשה איז נאך א טאג אריבער ריין!


איך פריי מיר צו הערן אז נאך א טאג איז אריבער ריין, און ווען עס איז א שווערע טאג און עס גייט אריבער ריין דארף מען עקסטער דאנקען און לויבן דעם אויבערשטן, די היינטיגע צייט איז געגעבן געווארן להודות ולהלל, איז ניץ אויס דו צייט און דאנק דעם אויבערשטן אז ער האט דיר געגעבן נאך א טאג ריין, און דער אויבערשטער זאל דיר העלפן, זאלסט האבן גאר אסאך ריינע טעג, ביז די 120 יאר.
טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן ב' טבת התש"פ 18:47 #263436

  • יונגערמאן
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 511 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 627 מאל
  • קאָרמא: 17

שוין לאנג נישט עפעס געשריבן דא

היינט צייל איך הונדרעט דרייסיג טעג ריין, (אויב דאס הייסט ריין) ךיידער האב איך היבש אסאך געגאנגען נאך לאט אין די לעצטערע טעג איך האב אפילו געטראכט צו ריסעטן מיין ריינקייט אבער אזויווי עטס זעטס האב איך עס נישט גטוען

שוין, האב איך נישט קיין סאך צייט נאר 130 איז דאך ק"ל בעט איך א תפילה צום בורא עולם ער זאל אונז פארגרינגערן די מחלה הנוראה און האלטן ריין אויך פון לאסט מיר אוןו אלע חבירים

הצלחה רבה
יונגערמאן

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן ב' טבת התש"פ 19:08 #263437

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 858
  • האט שוין געלייקט: 4393 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
  • קאָרמא: 15

וואאוו 
עס איז זייער שטארק צו זיין אמתדיג מיט זוך.

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן ה' טבת התש"פ 19:34 #263543

  • יונגערמאן
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 511 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 627 מאל
  • קאָרמא: 17

שוין האלט איך ביי.............. 133 טעג ריין. ריין פון? נאר דאס וואס וערט דא באטראכט ווי נישט ריין די לעצטע פאר טאג ברענט מיר די תאווה זייער שטארק און ליידער האב איך שוין געטוען דאכן וואס ווערן פאררעכנט ווי א גליטש אבער ביזדערווייל האלט איך מיך צו די גדר. 

איך פארצייל עס ווייל עס דריקט מיר

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן ה' טבת התש"פ 21:51 #263546

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20
יונגערמאן געשריבן on ה' טבת התש"פ 19:34:

שוין האלט איך ביי.............. 133 טעג ריין. ריין פון? נאר דאס וואס וערט דא באטראכט ווי נישט ריין די לעצטע פאר טאג ברענט מיר די תאווה זייער שטארק און ליידער האב איך שוין געטוען דאכן וואס ווערן פאררעכנט ווי א גליטש אבער ביזדערווייל האלט איך מיך צו די גדר. 

איך פארצייל עס ווייל עס דריקט מיר


יונגערמאן דאס איז נישט קיין שפיל דאס איז סם א משהו פון דעם אויב מנעמט נישט תיכף קער שטארבט מען און עס טוט ביטער וויי און מקען נישט זיך אויפהייבן

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן ה' טבת התש"פ 22:48 #263547

  • איין טאג אויף א מאל
  • איצטיגע שטרעקע: 349 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 26
  • האט שוין געלייקט: 12 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל
  • קאָרמא: 6
מיין ספאנסער פלעגט זאגען אז מברויך שערן ווייל אז מען נעמט עס נישט ארויס פון אויווען וועט עס ארויסקימען פון אינטען

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן ח' טבת התש"פ 16:24 #263570

  • יונגערמאן
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 511 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 627 מאל
  • קאָרמא: 17

און געלויבט דער פון אויבן אז היינט צייכן איך אפ 136 ריינע טעג!

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן י"ב טבת התש"פ 13:55 #263713

  • יונגערמאן
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 511 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 627 מאל
  • קאָרמא: 17
the other day
i 'lust' my way
אוי...... האב איך פארבלאנדזשעט!
i didn't know
,right, left, straight ahead, or turn around






suddenly
a voice spoke to me
it was music to my ears
it opened my eyes
and calmed me down
it was the sweetest word i've heared
!!!!!!recalculate 
(אברהם פריעד, bring the house down)
ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)
לעצט פארראכטן: י"ב טבת התש"פ 15:55 דורך יונגערמאן.

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן י"ב טבת התש"פ 18:15 #263722

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 858
  • האט שוין געלייקט: 4393 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
  • קאָרמא: 15
איך גלייב אז די דארפסט נישט מיין חיזוק



די ביסט דאך פיל מיט חיזוק



אבער איך דארף טוין הכרות הטוב



קיפ אפ טראקינג 

אינז קוקן ארויס אויף דיי הצלחה



שמייכל הק' יחיאל ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

לעצט פארראכטן: י"ב טבת התש"פ 18:17 דורך יחיאל.

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן י"ב טבת התש"פ 19:04 #263725

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39

אוטש! א פאל טוט וויי, יאפ!
ה' זאל דיך פירן אויפן ריכטיגן וועג.
איך בין זיכער אז דו וועסט צום סוף אנקומען......

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן י"ב טבת התש"פ 20:16 #263728

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • יעצט אנליין
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 11
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 4

טייערע יונגערמאן!!!
איך בין נאך ניי און פריש דא צו הד"א (נישט געפלאנט אזוי שנעל צו שרייבן דא אין די עפענטליכקייט), אבער א בליק דא אריין היינט אינעם פארום, ווי איך האב פריער געטראפן דיין לעצטע תגובה, האט מיר אנגעהויבן צו שוויצן 

אבער אלס פערזענליכע הכרת הטוב (פאר דיין פריוואטע חיזוק און עצה בריוו היינט) מוז איך דיר שרייבן, און אז מ'שרייבט, זאל שוין אנדערע אויך הערן.

לאמיר דיר איין זאך זאגן, איך האב שוין אויך געהאט א תקופה א שיינע פאר יאר צוריק וואס איך האב געהאט א לאנגע תקופה ריין (הודו לה' פאר דעם), כ'ווייס נישט וואו לאנג (נאכנישט געוויסט פון הד"א און אוודאי נישט פון קיין 90-טאג לוח), אבער בערך אזוי לאנג ווי די האסט געציילט נעכטען (136 טאג , כ'דענק גוט?)

אבער... אבער.... (שוין לאמיר נישט מאריך זיין... ס'געווען איז געווען...)

אזויפיל קען איך דיר זאגן: די בום, זעץ, קראך.... וואס איך האב דעמאלס געפילט נאכ'ן דורכפאל.....  ....  .... איי באשעפער.... איך האב פשוט נישט געגלייבט די וועלט גייט נאך אָן...? וואו קען דאס זיין....? ביי מיר איז די וועלט פארטיג, ניין?
און היות די זעץ איז געווען אזוי שטארק האט דאס ליידער נאכגעברענג א קייט פון דורכפעלער איינס ערגער פון צווייטן, איך האב געמיינט אז דאס איז עס, הערענדיג דעמאלס פון א מעשה וואס האט פאסירט אין שטאט מיט איינעם וואס ליידער געווען מאבד עצ... לדעת ח"ו וד"ל, איך האב דאס -אין מיין דעמאלס'דיגע מצב- נעבעך נישט אנגעקוקט אזוי געפערליך.... ליידער....
עכ"ז האט מיר די אויבערשטער געגעבן כוחות זיך ווייטער צו פרובירן אנגיין אויף קערצערע און אפי' אויף לענגערע תקופות און אָופ'ס א גליטש, און אוֹדּךָ א דורכפאל, און נאך א קייט פון דורכפעלער בקיצור שבע יפול .... וקם .... יפול....

אבער קומענדיגע אהער אפאר טאג צוריק האבן זיך זאכן געטוישט ב"ה (איך האפ עכ"פ אזוי) איך קוק שוין די גאנצע זאך גאנץ אנדערש, איך פיל אז ס'איז באמת דא א וועג ארויסצוקריכן, און האבן באמת ריינע טאג (נישט וואס האט דעמאלס געמיינט ביי מיר ריין.... וד"ל)

אגב: כ'וויל דיר נאר זאגן אז איך האב שטארק מתפלל געווען פריער ביי מנחה פאר דיר (לאנג געדאנווענט אזש כ'האב גענדיגט שמו"ע הערשט צוזאמן מיטן בעל תפלה'ס ענדע - אנגעהויבן האב איך שטילע שמו"ע געהעריג מיט יעדן) כ'האב שטארק געבעטן ביי ראה נא בענינו וריבה ריבנו, כאטש ס'איז עכט "ריבנו" אונזער עבודה צו מלחמה האלטן מיטן עצת יצר, דאך בעט מען 'וריבה' די אונזער באליבטע הייליגע און לעכטיגע טאטע העלף אונז וריבה רבינו דו זאלסט מלחמה האלטן פאר אונז.... איך זאג דיר כ'האב ממש געלייגט טרערן פאר דיר - אינאיינוועג'ס שוין פאר יעדן פון אונז דא און מיר אויך, די זכות זאל דיר טאקע באשטיין (אין דיין נסיון...)

עכ"פ זייט אייך מחזק, איר זענט דאך נאך א אינגערמאן(!), איר האט נאך א לאנגע לעבן צו גיין בע"ה ביז די 120 יאר, המקום יחזק אותך שח"ו בל תפול עוד רק מעתה ירוב הוא את ריבנו,
ונזכה ונחיה ונראה אצל כולנו יחד ימים ושנים(!) טהורים.

הק' אק"וו

לעצט פארראכטן: י"ב טבת התש"פ 20:21 דורך איין קוק ווינציגער.

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן י"ג טבת התש"פ 00:53 #263732

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל
  • קאָרמא: 15
טייערע ברודער
מה אומר מה אדבר, איך האב נישט קיין ווערטער, אבער פטור בלי כלום אי אפשר, אזא טייערע אינגערמאן, אזוי שווער געארבעט, און שוין געזעהן די שיין פון די לעכטיגקייט, און טראך אזא שטארקע קלאפ, די ווייטאג איז גאר גרויס אונז אלע וויינען מיט צוזאמען מיט דיר, עס איז פונקט פרשת ויחי וואס רש"י זאגט אז נסתמו עיניהם וליבם של ישראל, עס איז די וואך וואס האט זיך אנגעהויבן די צרות אין מצרים.
אבער חז"ל דערציילן אונז אז די אידן פלעגן זיך צוזאמען נעמען יעדן שבת און זיך מחזק זיין איינער דעם אנדערן, מיט מגילות וואס זיי האבן געהאט ווי עס איז געשטאנען אז דער אויבערשטער האט צוגעזאגט זיי ארויס צו נעמען פון מצרים. לענינינו אין אונזער גלות מצרים, ווען מיר ליגן אין ערות מצרים, די שווערסטע נסיונות וואס קען נאר זיין, קומען מיר זיך אויך צוזאמען דא אויף הד"א, און מיר נעמען ארויס אונזערע מגילות, און מיר ליינען עס צוזאמען, אז דער אויבערשטער און נאר דער אויבערשטער וועט אונז ארויסנעמען פון אונזערע שווערע פראבלעמען.
אבער לאמיר דיר צו לייגן נאך א געדאנק וואס וועט דיר אפשר אביסל מחזק זיין, דער בת עין אין פרשת שמות זאגט אז ווען א מענטש פאלט אראפ אין עבודת השי"ת, זאל ער וויסן אז דאס איז געווען א ירידה לצורך עליה, וואס דאס מיינט אז דורך דעם וועט ער צו קומען צו ווערן נאך בעסער און נאך נענטער צום אויבערשטן פון פריער, און די תענוג וואס ער וועט האבן פון די נאנטקייט צום אויבערשטן וועט זיין גאר אסאך שטערקער פון פריער.
און ווי די ספה"ק זענען מסביר אז אלע נסיונות זענען נאר צו גרעסער מאכן די השתוקקות וואס מיר האבן צום אויבערשטן, ממלילא האפן מיר אז דאס וועט דיר ברענגען נענטער צו דיין פולע ריקאווערי
טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן י"ג טבת התש"פ 11:13 #263734

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 125 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 862
  • האט שוין געלייקט: 757 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1608 מאל
  • קאָרמא: 41
..........................................................
איך האב נישט קיין ווערטער.

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן י"ג טבת התש"פ 15:47 #263738

  • אשרי זקנותינו
  • איצטיגע שטרעקע: 46 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 116
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל
  • קאָרמא: 5

וואס זאל איך דיר זאגן.... מיר זענען אלע מיט דיר. האלט דיך פעסט אן אין די שטריק.

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן י"ד טבת התש"פ 22:34 #263739

  • סובל בתקוה
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • הפנטזיה משקרת, עוד אחת ואני נגמרת...
  • מעלדונגען: 4
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
  • קאָרמא: 1

טייערע חבר, 
א ריינע יוד האט מיר געזאגט אמאל אז ער איז גרעיטפול פאר א יעדע דורוכפאל וואס ער האט געהאט צוליב וואס יעדע דורוכפאל האט אים געברענגט נייע גדרים און נייע מחשבות פון רצונות צו ריינקייט דעמאלטס איז דאס א ירידה לצורך עלי' וואס איז באמת נאר א עלי 'keep coming back!!!!

I"m only speaking for my self, what works for me, . you may have a different experience, it's okay
לעצט פארראכטן: ט"ו טבת התש"פ 00:34 דורך סובל בתקוה.

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן ט"ו טבת התש"פ 00:31 #263745

  • friend
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1139
  • האט שוין געלייקט: 356 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1153 מאל
  • קאָרמא: 12
אשרי זקנותינו געשריבן on י"ג טבת התש"פ 15:47:

וואס זאל איך דיר זאגן.... מיר זענען אלע מיט דיר. האלט דיך פעסט אן אין די שטריק.


גם אני מצטרף

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן ט"ו טבת התש"פ 17:36 #263783

  • יונגערמאן
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 511 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 627 מאל
  • קאָרמא: 17

א גוטן אלע טייערע חבירים וואס האבן מיר מחזק געווען ברבים אדער פריוואט איך האב אסאך נקודות וואס איך וואלט ווען געוואלט שרייבן אבער הזמן קצר קודם וויל איך זיך מקבל זיין פון פריש צו ציילן הויך ווי אפטער און שוין יעצט אזוןי טוען

היום יום אחד. יאפ! היינט בין איך א ריכטיגע הד"א איד ווען איך צייל איין ריינעם טאג און פריי זיך דערמיט.

נאך א פאל איז די עבודה צו קוקן וואס האט געברענגט די פאל און פון דעם זיך לערנען וויאזוי צו שטארקען זיך אויף שפעטער וויל איך מיטטיילן מיטן עולם די ריכטיגע סיבה פונעם איצטיגן דורכפאל אבער איך בעט יעדעם (דיר אויך!!!) כעת בין איך נישט גרייט עס צו אויסשמועסן ביטע פרעג מיר נישט איבער פריוואט

די ריכטיגע סיבה איז אז אערעגץ טיף אין מיין מח האב איך מיר אפגעטיילט פון הד"א משום סיבות שונות. באקומענדיג מחשבות צו עס איז יא ריכטיג צו ניישט און וויטיל איך האב פארלוירן די קשר צו הד"א האב איך געטראסקעט

וה' הטוב יכפר בעדי ובעד כל ישראל

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן ט"ו טבת התש"פ 20:57 #263787

  • סובל בתקוה
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • הפנטזיה משקרת, עוד אחת ואני נגמרת...
  • מעלדונגען: 4
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
  • קאָרמא: 1
טייערע יונגערמאן עס איז באמת זייער שטארק פון דיין זייט ארויס צוקומען פונעם אייסעלעשן און צוריק אנהייבן ארויף צו קריכן אויף דעם לייטער, אמזל מיר האבן  הד"א ווייל מיט הילף פון אנדערע וואס העלפן ארויפגיין גייט עס אסאך אסאך שנעלער. איך רילעיט זייער צו דיין מצב נאכן דורוך גיין אזוינע מצבים כמה וכמה פעמים עס איז א באסט פאר מיר און פאר אנדערע,  
I"m only speaking for my self, what works for me, . you may have a different experience, it's okay
לעצט פארראכטן: ט"ו טבת התש"פ 20:58 דורך סובל בתקוה.

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן ט"ז טבת התש"פ 01:01 #263790

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל
  • קאָרמא: 15
יונגערמאן געשריבן on ט"ו טבת התש"פ 17:36:

די ריכטיגע סיבה איז אז אערעגץ טיף אין מיין מח האב איך מיר אפגעטיילט פון הד"א משום סיבות שונות. באקומענדיג מחשבות צו עס איז יא ריכטיג צו ניישט און וויטיל איך האב פארלוירן די קשר צו הד"א האב איך געטראסקעט

וה' הטוב יכפר בעדי ובעד כל ישראל


איך רילעיט זייער שטארק צו דעי נקודה, און איך באוואונדער דיין שטארקייט צו ארויף קומען קלאר, און עס זאגן אפענערהייט, איך האב עס נישט געקענט טוהן, אבער דיין שטארקייט וועט דיר געבן די כח צו אנגיין ווייטער, און צוריק קומען מיט נאך מער שטארקייט, און זיך האלטן ריין.
גאט זאל זיין מיט דיר און דיר באגלייטן אין דיין וועג, מיט א שמירה עליונה א קעגן די אלע שטרויכלינגען וואס שטייען אין וועג און שטערן דעם מענטש פון צוקומען צו זיין ריכטיגע וועג

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן ט"ז טבת התש"פ 11:10 #263803

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 146 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 145
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 574 מאל
  • קאָרמא: 27

יונגערמאן, מיין הארץ איז פארקלעמט, צובראכן, פארווייטאגט פאר דיר.

נישט אויף דיין פאל, נישט דאס איז וואס צוברעכט מיר, בכלל נישט.

מיר צוברעכט די לעצטע פאר טאג פאר דיין פאל, ווען איך האב געזען אז דו ביזט ריין מיט די נשמה אין די הענט, דאס האט מיך צובראכן, די לעצטע שטיק צייט טראכט איך פון דיר, א ריינקייט מיט די נשמה אין די הענט טויג נישט, דיין פאל איז א תוצאה פון די נישט אנגעפילטע סיפוק, האסט נישט ריפלעיסט דיין סיפוק, מיט עפעס.

דו ביזט אבער א טייערער איד, 136 טעג ריין איז א שטארקע בנין, דו ביזט ווייטער מיין באגלייטער, מיר ציילן ווייטער פאראלעל צוזאמען, איין טאג ריין אויף אמאל.

מאך אבער זיכער דאס מאל נייע גדרים, און בעיקר פראביר זיך צו הייבן, פול זיך אן מיט סיפוק, שיעורים, וכדו', מער רוחניות.

און כאטש איך בין נישט דער וואס איז ראוי צו רעדן, איך בין סה"כ א עדיקט/סעמי עדיקט אויפן וועג ארויף מיטן אויבערשטנס הילף, אבער כבין דיר א גוטע חבר, איך פראביר צו טראכטן פאר דיר.

יונגערמאן, שטעל זיך אויף, שאקל זיך אפ, און זאג מיך נאך ווארט ביי ווארט:

היום יום שלם לטהרה, היינט איז א גאנצע ריינע טאג.

דער אויבעשטער ברויך נישט מער פון דיר, נאר דעם היינטיגן טאג.

דער אויבישטער זאל דיר העלפן, סזאל דיר אנקומען גרינג, און מיט אסאך הרחבת הדעת.

דיין פריינט

דראפעטע רבי שליט"א

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

לעצט פארראכטן: ט"ז טבת התש"פ 11:15 דורך דראפעט.

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן ט"ז טבת התש"פ 18:57 #263828

  • יונגערמאן
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 511 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 627 מאל
  • קאָרמא: 17
0!!!!!!
ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן ט"ז טבת התש"פ 19:05 #263829

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 125 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 862
  • האט שוין געלייקט: 757 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1608 מאל
  • קאָרמא: 41
יונגערמאן געשריבן on ט"ז טבת התש"פ 18:57:
0!!!!!!

עס הייבט שוין אן אויסזעהן ווי א שיכרות סייקל, מיין ליבער פריינד, איצטערט איז נאך דער מח מן הסתם גוט אנגעשיכור'ט, עס נעמט צייט ביז די אלקאהאל וועפט אויס, ווען די אלקאהאל וועט זיין אינגאנצן אויסגעניכטערט, רוף מיר אן אויף מיין טעלעפאן, איך וואלט געקענט באשטיין צו כאפן א שמועס מיט דיר, אפשר קען דיר זיין אינטערסאנט געוויסע זאכן וואס קען דיר אפשר העלפן.

דערווייל בין איך שפראכלאז.....! איך געדענק ווען איך בין געווען אין די מצב..... 

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן ט"ז טבת התש"פ 22:04 #263834

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל
  • קאָרמא: 15
יונגערמאן געשריבן on ט"ז טבת התש"פ 18:57:
0!!!!!!

blob:https://hitdanoigen.com/496b28ce-84c4-4322-8630-4fa6cf288229
טייערע ברודער איך וויין מיט צוזאמען מיט דיר, אבער שטארק זיך און טרעף די ריכטיגע שריט צו טוהן, אז עס זאל ווערן א ירידה תכלית העלייה, און דעמולטס וועל איך זיך פרייען צוזאמען מיט דיר
איך קען קוים ווארטן אויף יענע טעג
טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן ט"ז טבת התש"פ 23:55 #263840

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39
יונגערמאן געשריבן on ט"ז טבת התש"פ 18:57:
0!!!!!!

אין אומר אין דברים בלי נשמע קולם, בכל הארץ יצא קום ובקצה תבל מליהם..........
חבר, אונז פארשטייען אלע די צער, ווייטאג, בושה, און שווערע געפילן וואס ליגן אונטער די איין גרויסע רויטע זערא.
ה' זאל זיין מיט דיר אויף אייביג און דיך העלפן.
דערווייל וועל איך דאווענען פאר דיר.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן י"ז טבת התש"פ 18:16 #263890

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 858
  • האט שוין געלייקט: 4393 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
  • קאָרמא: 15
יונגערמאן געשריבן on ט"ז טבת התש"פ 18:57:
0!!!!!!

איך וויל דיר געבן חיזוק
אבער איך דארף הילף פון דער וואס איז מחזיק יעדעם
מיטן ניק נאמען. יונגערמאן

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן י"ח טבת התש"פ 15:05 #263938

  • יונגערמאן
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 511 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 627 מאל
  • קאָרמא: 17

שוין איין טאג!

איך וויל און איך וויל נישט מיטטיילן מיטן עולם וואס גייט פאר אשר על כן וועט עס זיין אין א בחינה פון מגלה טפח און מכסה טפחיים.
ווי אויבן דערמאנט האט זיך דער גאנצער זאך אנגעהויבן  מיט א ריס טיך ערגעץ אין הארץ אדער מח ווען יונגערמאן האט משום איזה סיבה געפילט אפגעטיילט פון הד"א און דאס איז געווען די טיפע נקודה וואס האט גורם געווען דער ערשטער פאל אבער! נאך פאר איך האב מיר געקענט שטארקען איז אויף מיר געפאלן א שווערע באמבע איך בין אריינמגעפאלן אין א ענין וואס האט מיר ממש ארויסגענומען פון די כלים איך דריי מיר ארום די לעצטע פא רטאג ממש אויס מענטש איך קען קוים טראכטן גראד און אוודאי נישט זיך האלטן ריין.

איז טייערע חבירים זייטס מתפללפאר מיר מיט הייסע טרערן ווייל איך בין צובראכן אויף טויזענטער שטיקלעך

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן י"ח טבת התש"פ 16:35 #263944

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 125 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 862
  • האט שוין געלייקט: 757 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1608 מאל
  • קאָרמא: 41
18559-j-k-rowling-quote-rock-bottom-became-the-solid-foundation-on-which_2020-01-15.jpg

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן י"ח טבת התש"פ 18:49 #263948

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל
  • קאָרמא: 15
יונגערמאן געשריבן on י"ח טבת התש"פ 15:05:

שוין איין טאג!

איך וויל און איך וויל נישט מיטטיילן מיטן עולם וואס גייט פאר אשר על כן וועט עס זיין אין א בחינה פון מגלה טפח און מכסה טפחיים.
ווי אויבן דערמאנט האט זיך דער גאנצער זאך אנגעהויבן  מיט א ריס טיך ערגעץ אין הארץ אדער מח ווען יונגערמאן האט משום איזה סיבה געפילט אפגעטיילט פון הד"א און דאס איז געווען די טיפע נקודה וואס האט גורם געווען דער ערשטער פאל אבער! נאך פאר איך האב מיר געקענט שטארקען איז אויף מיר געפאלן א שווערע באמבע איך בין אריינמגעפאלן אין א ענין וואס האט מיר ממש ארויסגענומען פון די כלים איך דריי מיר ארום די לעצטע פא רטאג ממש אויס מענטש איך קען קוים טראכטן גראד און אוודאי נישט זיך האלטן ריין.

איז טייערע חבירים זייטס מתפללפאר מיר מיט הייסע טרערן ווייל איך בין צובראכן אויף טויזענטער שטיקלעך


טייערע ברודער מיין הארץ צוגייט פאר דיר, און איך בין מתפלל פאר דיר, און דער אב הרחמן וועט דיר זיכער ארויס נעמען פון דיין פלאנטער, האב נישט קיין מורא, זיי שטארק, כי קרובה ישועתך לבוא, דיין ישועה איז זייער נאנט, חבי כמעט רגע עד יעבור זעם איז נישט געזאגט געווארן נאר ביי א צרה בגשמיות, עס איז אויך געזאגט ווען א מענטש געפונט זיך אין א פלאנטער ברוחניות, און אוודאי ביי אונזער נסיון וואס לייגט אונז אוועק סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, וועט דיר דער אויבערשטער זיכער העלפן.
צו ארויף א שמייכל אויף דיין פנים, נעם זיך צוזאם און קוק גוט אריין וואס זאל זיין דיין קומענדיגע שריט פאר ריקאווערי, דער הייליגער ר״ר ברוכל פון מעזביז פרעגט, רש״י זאגט אז בתיה האט אויסגעשטרעקט איר האנט צו נעמען משה רבינו, און חז״ל זאגן אז עס איז געווארן 60 אמות, פרעגט ער וואס האט זי געטראכט ווען זי האט אויסגעשטרעקט די האנט, האט זי דען געמיינט אז זי וועט קענען אנקומען דערצו, עס איז דאך געווען 60 אמות ווייט ?
ענטפערט ער זי האט געוויסט אז זי קען נישט גארנישט טוהן אליין, נאר אלעס טוט דער אויבערשטער, ער פארלאנגט נאר פון אונז צו טוהן וואס מיר קענען, ממילא האט זי אויסגעשטרעקט איר הענט און געזאגט רבוש״ע וואס איך קען טוהן האב איך געטוהן, יעצט קום אריין און העלף מיר אז איך זאל קענען אנקומען דערצו, און דעמולטס האט דער אויבערשטער אויסגעצויגן איר הענט.
לענינינו מיר ווייסן זייער גוט אז מיר קענען גארנישט אליין, מיר דארפן אריינטראכטן וואס קען איך טוהן פון מיין זייט, נעמען די ריכטיגע שריט, און אויפהייבן די הענט צום אויבערשטן בעהטן טאטי העלף מיר און ער וועט דיר העלפן.
אחי חזק קלעב צוריק צוזאמען אלע צובראכענע שטיקלעך, זארג זיך נישט עס וועט נאך אויסזעהן שענער פון פריער, עס ווארט דיר נאך אפ א זיסע לעכטיגע לעבן מיטן אויבערשטנס הילף

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)
לעצט פארראכטן: י"ח טבת התש"פ 18:50 דורך Heiligertzadik.

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן נעכטן 17:42 #264007

  • יונגערמאן
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 511 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 627 מאל
  • קאָרמא: 17

הודו לה' איך האב געהאט די זכיה צו רעדן מיט מיין הייליגע רבי און איך קום צו די כוחות.

היינט ציילן מיר נומער צוויי

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: א הייליגע יונגערמאן נעכטן 17:46 #264008

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל
  • קאָרמא: 15
יונגערמאן געשריבן on נעכטן 17:42:

הודו לה' איך האב געהאט די זכיה צו רעדן מיט מיין הייליגע רבי און איך קום צו די כוחות.


טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)
צייט צו מאכן א בלאט: 1.22 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא