ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3

טעמע: לחיים! לחיים! 2861 באזוכער

לחיים! לחיים! א' סיון התשע"ד 13:47 #26214

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 334
  • האט שוין געלייקט: 127 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל
לחיים לחיים!

א גרויסע שמחה היינט, וואס? איך בין היינט געשטיגן צו לעוועל 2 אויפן לייטער פון 90 טאג.
נו נישט מער ווי רעכט צו מאכן א לחיים!

נו אז איך מאך שוין א לחיים, פאסט צו זאגן עפעס א דבר תורה אויך.
איך וועל נישט אויפהאלטן דעם עולם צו לאנג, נאר א קליין ווארט, ס'איז דאך היינט ראש חודש, מען האט געזאגט ברכי נפשי ביים דאווענען, ווען איך בין אנגעקומען צו מה רבו מעשיך השם בין איך שטעקן געבליבן, דוד המלך רעכנט אויס אלע מיני נפלאות השם, עוטה אור כשלמה, די הויט פונעם מענטש, נוטה שמים כיריעה, די נפלאות פון די הימל, און אזוי ווייטער פסוק ביי פסוק, ער רעדט פון די וואסער פון די חיות, די עוף השמים, די זוהן וכו' וכו', ער קומט אן צו יצא אדם לפעלו דארטן ווערט ער צושפרונגען און ער שרייט מה רבו מעשיך השם, און ביז אהער איז נישט קיין וואונדער? און וואס איז עפעס די גרויסע וואונדער פון יצא אדם לפעלו?

נאר דוד המלך האט געזעהן אונזער דור, ער האט געזעהן ווי אידן וועלן גיין יעדן טאג אין דער ארבייט און זיצן ביים קאמפיוטער, זיין ביים פתח של זונות ולעבודתו עדי ערב "א גאנצן טאג"  און ער וועט זיך איינהאלטן, ער וועט עומד בנסיון זיין, איז דוד המלך ארויס פון די כלים, און געשפרונגען "מה רבו מעשיך השם" עס קען נאר זיין די מעשים פונעם אייבערשטן, ווייל א מענטש אליין האט דוד המלך פארשטאנען קען נישט עומד בנסיון זיין, נאר אז דער אייבערשטער שטייט מיט מיט אים.

נו זאל דער אייבערשטער העלפן עד הנה עזרונו רחמיך, בעט איך דיר ולא עזבונו חסדיך, און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו ריינע טעג עד ביאת הגואל,

לחיים
משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

טעמע: לחיים! לחיים! א' סיון התשע"ד 16:45 #26215

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
לחיים טובים ולשלום

מורא'דיג ווארט
יישר כח

טעמע: לחיים! לחיים! א' סיון התשע"ד 19:34 #26216

  • עבודת_הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2688
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל
לחיים לחיים ולברכה
זייער שיין
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: לחיים! לחיים! ג' סיון התשע"ד 12:24 #26220

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
גאנץ שבת האט דיין ווארט געקלינגן אין מיינע אויערן.....

א פחד פון א ווארט..
אילו לא באתי לעולם אלא לשמוע חידוש זה.... איז שוין כדאי!
לעצט פארראכטן: ג' סיון התשע"ד 13:37 דורך .

טעמע: לחיים! לחיים! ג' סיון התשע"ד 12:59 #26223

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 334
  • האט שוין געלייקט: 127 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל
ב''ה, מיר א פרייד צו הערן אז אנדערע האבן אויך הנאה.
משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

טעמע: לחיים! לחיים! ג' סיון התשע"ד 15:30 #26230

  • Yida
  • איצטיגע שטרעקע: 446 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
לחיים טובים ולשלום
יישר כח א שיינע ווארט

טעמע: לחיים! לחיים! י"א סיון התשע"ד 11:20 #26283

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1516
  • האט שוין געלייקט: 256 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
זייער א שיין פשט.
ווי וועיטינג פאָר מאָר!

טעמע: לחיים! לחיים! י"א סיון התשע"ד 11:27 #26284

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 334
  • האט שוין געלייקט: 127 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל
א גוט יאר אייך טייערע ברודער.

לחיים לחיים, ארויף היינט אויף לעוועל 4
לחיים  אלע אידן, אי''ה ביי אייך אויף שמחות געזונטערהייט!

איך מוז מיך מתנצל זיין, שוין לאנג נישט געשריבן, ווי נישט ווי איז געווען יו''ט אין שבת, אזוי אז עס איז באמת געווען שווער צו שרייבן, (אחוץ מיין וועג צו ריינקייט וואס איך דארף נאך זעהן וויאזוי איך וועל ממשיך זיין)

אבער אז דער עולם באגערט אזוי שטארק האב איך נישט געטראכט, איז פאר די אלע לעכצענדע אידן, דא האט איר וואס איך האב ביי מיר געטראכט דעם פארלאפענעם שבועות.

נעשה ונשמע

יא מיר האבן געזאגט נעשה ונשמע דאס יאר, אבער דאכטציך פאריאר האב איך אויך געזאגט ניין?, איין מינוט איך דערמאן מיך יעצט טאקע צוויי יאר צוריק אויך, און דריי יאר צוריק אויך, נו וואס דארף מען יעצט נאכאמאל? ס'נישט די זעלבע תורה? יעדע יאר דארף מען עקסטער זאגן נעשה ונשמע?

יענקי א קלוגע בחור אין ישיבה, פון די בעסטע שך שפילער'ס אין ישיבה, קיינער קען אים נישט געווינען כמעט, דער מאכט עס ממש אין אפאר שאט'ס ווי מען רופט עס, אבער דער חצקל געבט נישט אויף, ס'ממש א געשמאק צוצוקוקען, וויאזוי אלע בחורים שטייען ארום מיטן ציגערעטל אין האנט אין פאקט אריין דעם מח וויאזוי דער יענקי מאכט עס, און אזוי רוקט ער אראפ חצקל'ס פערדל, אראפ מיטן לויפער, נא ס'פארט אראפ דער שעכין, אין בראווא שך מאדט!
אלע בחורים ארום אפלאדירן יענקי פארן געווינס, און מען שמועסט דארטן אויס וויאזוי יענקי האט עס געמאכט, וואס חצקל האט זיך באנערישט, נו דא קומט שוין דעם רוטינע קשיא אלעמאל, יענקי פרעגט חצקל, ווילסט נאך א געים?
און אט קומט די ענטפער ווי אלעמאל, יא! לאמיר מאכן נאך א געים!
אן אומפארשטענדליכער חצקל, דו האסט דאך שוין געזעהן מיט דעם יענקי גייט עס נישט, וואס פרובירסטו נאכאמאל? דו האלטסט טאקע דו קענסט אים געוואונען? אזוי פרעגן אים אלע חבירים אלעמאל.
אין אט קומט די תשובה פון אים, הער זאגט חצקל, די פאריגע געים האט ער טאקע געוואונען אבער יעצט שפילט מען א נייע געים ווער זאגט ער גייט יעצט געוואונען? איך האב געזעהן פונקטליך ווי איך בין נישט גוט געגאנגען פאריגע מאל, און יעצט וועל איך שוין וואטשען, מער לייג איך שוין נישט דעם פערדל דארטן.

דער ספר הכוונות להאר''י ז''ל פרעגט פארוואס דארפן מיר דאווענען יעדן טאג, מ'האמיר דאך שוין געדאווענט נעכטן אויך, וואס איז מען מחדש היינט?
נאר ער זאגט יעדע טאג איז די שחרית אן אנדערע שחרית בכלל נישט די זעלבע ווי נעכטן, דעס וואס מען האט נעכטן געדארפט מתקן זיין האט גארנישט מיט די היינטיגע, יעדע תפילה פון יעדן טאג האט זיך זיין תיקון וואס מען ברויך דערמיט מתקן זיין, אדער אויב מען מעג צולייגן, ס'איז א נייע געים!

מיר אלע עדיקט'ס האמיר יעדן טאג א נייע שך געים,  און מיר פלאנען צו געוואונען דעם געים ביי די ענדע פונעם טאג, אויב פאלט מען חלילה דורך מיינט נישט אז מער שפילט נישט חצקל קיין שך געים, ניין  מען טראכט וואס בין איך שלעכט געגאנגען פאריגע מאל, אין ביים יעצטיגען געים טוט מען מער נישט די אומאויסגעטראכטע שריט, מיר לייגן מער נישט דעם פערדל אויף יענע פלאץ!

יעדן טאג א נייע געים
מיר האבן פאריאר אויך געזאגט נעשה ונשמע, און צוויי יאר צוריק אויך און אזוי ווייטער יעדע יאר א נייע געים! אויב האבן מיר געוואונען דעם געים פון פאריאר, נו דארף דאך אונז דעס געבן חשק צו שפילן נאך א געים דעס יאר, אויב האבן מיר ח''ו פארלוירן די געים פאריאר, די יאר האבן מיר א נייע געים, און מיר וועלן אפאכט געבן נישט צו גיין נאכאמאל דארטן ווי מ'איז פאריגע מאל געגאנגען.

נו זאל דער אייבערשטער העלפן, ענדיגט'ס אלע צו נו??????? איך הער נישט!    העכער!!!!!  נו נאך העכער!!!! אה אט אזוי, אמן!!!
משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

טעמע: לחיים! לחיים! י"א סיון התשע"ד 11:40 #26285

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
wow wow

צוקער זיס

זיי ממשיך

כמים קרים על נפש עיפה
דו ביזט מורא'דיג

טעמע: לחיים! לחיים! י"א סיון התשע"ד 12:09 #26287

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1516
  • האט שוין געלייקט: 256 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

wow wow

צוקער זיס

זיי ממשיך

כמים קרים על נפש עיפה
דו ביזט מורא'דיג

טעמע: לחיים! לחיים! י"א סיון התשע"ד 16:18 #26295

  • א צובראכענע איד
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1873
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
זייער זייער זייער א שיינע געדאנק
יישר כח.

טעמע: לחיים! לחיים! י"א סיון התשע"ד 17:00 #26301

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
א שיין געדאנק
גוט ארויס געברענגט
איך האב הנאה געהאט
האב הצלחה

טעמע: לחיים! לחיים! כ"ז סיון התשע"ד 11:47 #26716

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 334
  • האט שוין געלייקט: 127 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל
לחיים לחיים אלע אידן!

ברוך השם מיר זענען היינט געשטיגן צו לעוועל 5, ברויך מען דאך מאכן א לחיים, קיין קוכן האב איך מיר נישט מיטגעברענגט, און ברוינפן אויך נישט, נו וואס וועט דא זיין?
אביסל וואסער האב איך יא, נו וועל מיר מאכן א לחיים אויף וואסער, א מאדנע געדאנק דאס, הא?

נוהג שבעולם אז א איד מאכט א שמחה, זאגט דער בעל שמחה א דבר תורה, וועלמיר מכבד זיין דעם בעל שמחה צו זאגן א ווארט לכבוד די שמחה של מצוה, מען בעט דעם עולם זיך צו האלטן שטיל.

אמר רבי עקיבא אשריכם ישראל לפני מי אתם מטהרים ומי מטהר אתכם, אביכם שבשמים! ואומר מקוה ישראל השם! מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקב''ה מטהר את ישראל.
וואס וויל דא דער רבי עקיבא? דער אייבערשטער איז אונז מטהר, און וועם איז ער נישט מטהר? און וויאזוי איז ער אונז מטהר? וואס איז דער ואומר מקוה ישראל השם דער אייבערשטער איז א מקוה?
און איין מינוט איך בין שוין צומושט, דער מקוה איז מטהר אדער דער אייבערשטער איז מטהר?
וואס איז דער צוגלייך מה מקוה מטהר אף הקב''ה מטהר?

מיר געפונען אין די וואכעדיגע סדרה אז די אלע וואס האבן צוגערירט צו די אפר פרה זענען געווארן טמא, וכבס בגדיו הכהן, והשורף אותה יכבס בגדיו, וכבס האסף את אפר הפרה, ומזה מי הנדה יכבס בגדיו והנגע במי הנדה יטמא עד הערב.
וואס טוט זיך דא, איז די אפר פרה טמא אדער טהור? קומט א טמא'נער מענטש קען ער נאר ווערן טהור אויב גיסט מען אים אן מיט אפר פרה, קומט דער מענטש וואס איז טהור ווערט ער גאר טמא אויב רירט ער עס נאר אן, וויאזוי ארבייט דאס? מאכט ער טהור אדער מאכט ער טמא?

און דער תורה שטייט וכי יותן מים על זרע, דרשנ'ט מען אז נאר נאכדעם וואס א אוכל באקומט וואסער ווערט דאס מוכשר לקבל טומאה, ווידער אויב דער זעלבער אוכל האט נאך קיינמאל נישט צוגערירט צו קיין וואסער, איז עס טהור אפילו א טמא'נע זאך האט דאס צוגערירט, מיר ווייסן אז מים וואסער איז דער מקור פון טהרה, וזרקתי עליכם מים טהורים, מים איז מקור הטהרה, נו ווי קען זיין אז דעס זאל זיין דער גורם פאר טומאה?

שרייבט דער כלי יקר די וואך א מורא'דיגע זיסע געשמאקע פשט, די טבעיות פון יעדע זאך איז, אז עס ווערט נישט קיין רעאקציע נאר פון דבר והפיכו, למשל פייער וועט קריגען א ריאקציע אויב די וועסט לייגן דערויף וואסער, און אזוי ווייטער יעדע זאך קריגט א ריאקציע פון זיין היפך, ווידעראום אויב וועסטו נעמען די זעלבע זאך וועט נישט געשעהן קיין שום רעאקציע, למשל אויב זאל מען לייגן וואסער אין וואסער געשעהט נישט גארנישט, וואסער אבער אין פייער ווערט א גאנצע געשלעג עס מאכט א רעאקציע אין איינער גייט זיגן דעם צווייטן.

דער יצר הרע איז די שטערקסטע ביי אידן און נאך שטערקער ביי א תלמוד חכם, פארוואס? ווייל ס'איז דבר והפיכו! במילא ווערט א רעאקציע וויל דער יצר הרע זיגן, במילא ווערט א געשלעג, אזוי ווי ווען מען לייגט וואסער אין פייער.
פארדעם זאגט דער כלי יקר ווערט א פרי נישט מוכשר לקבל טומאה נאר נאכדעם וואס איז ארויף דערויף וואסער, וואס דעמאלטס אויב קומט דערויף א טומאה ווערט א רעאקציע און דער טומאה וויל גובר זיין די טהרה פון די וואסער, מאכט עס א רושם, אויב אבער דער פרי האט קיינמאל פריער נישט באקומען קיין וואסער איז דער טומאה בכלל נישט ווילד, און ער זוכט נישט גובר צו זיין, און עס מאכט נישט קיין רושם.

זאגט דער כלי יקר די זעלביגע איז מיט די מי נדה, די וואסער וואס ליגט אינעווענדיג איז כולה טהור און איז מקור הטהרה, ווייטער די אפר פרה וואס ליגט אינעווענדיג איז מקור הטומאה און איז כולה טמא, מישט מען אויס ביידע אינאיינעם, איז אויב שפריצט מען עס אויף א טמא'נעם מענטש ווערט דער מענטש נישט איבערגענומען פון די טומאה ווייל ער איז דאך אויך טמא און עס איז דאך זיין מין, ווייטער פון די וואסער וואס ליגט דארט אינעווענדיג דאס איז דאך נישט זיין מין, דאס מאכט שוין א רושם אויף אים, עס מאכט א רעאקציע און די מים איז גובר אויף זיין טומאה.
ווייטער אויב שפריצט מען עס אויף א מענטש וואס איז טהור, געשעהט דאס פארקערטע, פון די וואסער באקומט ער נישט קיין שום רושם ווייל ער איז דאך טהור און די וואסער איז טהור, זענען ביידע פון די זעלבע מין, ווייטער די אפר פרה איז דאך טמא מאכט דאס יא א רושם ווייל דאס איז די פארקערטע פונעם טהור'ן מענטש, פארדעם ווערט דער מענטש טמא.

נו פרעגט זיך די קשיא פארוואס דארף מען דעמאלטס בכלל דעם אפר פרה אין די וואסער, זאל מען נאר האבן וואסער און דעס שפריצן אויף דעם טמא'נעם מענטש וועט דאס מאכן א רושם און קיינער וועט נישט דערפון טמא ווערן?

שרייבט ער מורא'דיגע ווערטער, מען וויל מודיע זיין פארן טמא'נעם מענטש דעם סיבת הגורם פון זיין טומאה, דא האסטו דעם גורם און זעה אז עס זאל אראפגיין, און בעירוב די מים הטהורים דורך די כח המים איז עס מנצח די טומאה, דאס הייסט היכי דמי תשובה? באותו מקום ובאותו מעמד ובאותו אשה, בשעת די האסט די זעלבע טומאה דעמאלטס ווער טהור, דאס הייסט במקום אשר יאמר להם לא עמי אתם, יאמר להם בני קל חי.

שרייבט ער דעס איז די סיבה פארוואס מען זאגט במקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד, ווייל א צדיק גמור טאר זיך נישט ברענגן לידי נסיון במילא מעג ער נישט זיין אויף אזא מקום, משא''כ דער בעל תשובה מוז אהינגיין כדי די תשובה זאל העלפן.

האב איך געקלערט, אויב מען מעג נוצן דעם זעלבן געדאנק אויף די מאמר פון רבי עקיבא, א מענטש וואס איז לא עלינו דורכגעפאלן מיט עבירות חמורות שטייט ער ווערט נדחה פון די קדושה, נו ברויך מען האבן דבר והפיכו אים צו מטהר זיין, דער היפוף פון אזא שטארקע טומאה איז דער אייבערשטער אליין, אז מען איז זיך מדבק אינעם אייבערשטן ווערט א רעאקציע, און דער כח הטומאה שלאגט זיך מיטן כח הקדושה, ס'ווערט א שטארקע רושם און דער סוף איז אז דער כח הקדושה איז גובר, און דער מענטש ווערט גערייניגט.

דאס זאגט רבי עקיבא, אשריכם ישראל אז ווער איז ענק מטהר, נישט קיין אנדערער ווי דער אייבערשטער אליין, און דאס איז פשט ואומר מקוה ישראל השם, דער זעלבער סיבה פארוואס א מקוה איז מטהר דעם טמא'נעם מענטש, פאר די זעלבע סיבה איז דער אייבערשטער אונז מטהר, דהיינו א מקוה איז דאך מים וואס איז מקור הטהרה, און דער טמא'נער גייט צום היפוך ווערט א רושם און די מים איז גובר, פאר די זעלבע סיבה קען העלפן זיך מדבק זיין אינעם אייבערשטן וואס איז מקור הקדושה, און ווען מען איז נעבעך אזוי געפאלן, איז מען זיך מדבק אינעם אייבערשטן און עס מאכט א שטארקע רעאקציע און דער קדושה זיגט צום סוף.
מה מקוה מטהר את הטמאים, אף הקב''ה מטהר את ישראל.

נו לאמיר אלע זינגען לעבעדיג, אוי מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקב''ה מטהר את ישראל.................אוי אביכם שבשמים אביכם שבשמים.........
משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

טעמע: לחיים! לחיים! כ"ז סיון התשע"ד 12:29 #26720

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
אביכם שבשמים ..... אביכם שבשמים
אביכם שבשמים ..... אביכם שבשמים
אביכם אביכם אביכם שבשמים .....
אביכם אביכם אביכם שבשמים .....
אביכם שבשמים אביכם שבשמים אביכם שבשמים אביכם שבשמים
ואומר ואומר מקוה ישראל השם
אוי ואומא ואומר מקוה ישראל השם

נא.... רבותי זינגטס מיט
מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקב"ה מטהר את ישראל
מה מקוה ......





יישר כח עד כאן פאר די הייליגע דיבורים
ואמר כל העם אמן.....

טעמע: לחיים! לחיים! כ"ז סיון התשע"ד 12:38 #26724

  • ערל שפתים
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 257
  • האט שוין געלייקט: 3 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
מ'טאנץ מיר אלע מיט אהן אויפהער מ'זאגט נישט 'עד כאן'
געוואלדיגע ווערטער
איך האב שוין אסך מאל געטראכט, אזוי ווי א מקוה וואס דער מיינטש גייט אריין אינעם וואסער, און ער איז ארום גענומען מיט וואסער פון אלע זייטן, ווערט ער טהור
אזוי אויך ביים באשעפער, וואס ער איז מלא כל הארץ כבודו, ווען א מענטש לעבט דערמיט, אז ער איז ארום גענומען פון אלע זייטן מיטן באשעפער ווערט ער ריין
לעצט פארראכטן: כ"ז סיון התשע"ד 12:55 דורך .

טעמע: לחיים! לחיים! כ"ז סיון התשע"ד 12:51 #26727

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

אזוי אויך ביים באשעפער, וואס ער איז מלא כל הארץ כבודו, ווען א מענטש לעבט דערמיט, אז ער איז ארום גענומען פון אלע זייטן מיטן באשעפער ווערט ער ריין


איך האב נישט קיין ווערטער
איך מיין אז בשעת נסיון דארף מען זיך מעמיק זיין אין דעם געפיהל, אז דער אויבערשטער נעמט מיך ארום.

טעמע: לחיים! לחיים! כ"ז סיון התשע"ד 16:38 #26734

  • א צובראכענע איד
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1873
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
יישר כח עד כאן פארן אראפברענגען די הייליגע דיבורים פונעם כלי יקר און עס אזוי שיין צולייגן, און אויך פאר דיין הערליכן פשט.

און יישר כח ערל שפתים פאר דיין הערה.

טעמע: לחיים! לחיים! י"ז תמוז התשע"ד 18:42 #27022

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 334
  • האט שוין געלייקט: 127 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל
לחיים! לחיים!


איך בין היינט ארויף אויפן 60טן טרעפ, דארף מען דאך מאכן א לחיים, אבער איין מינוט איך פאסט דאך יעצט ווי קען מען מאכן א לחיים?
תורה געבט דאך חיים, כי הם חיינו ואורך ימינו, נו וועל מיר מאכן א לחיים מיט א דבר תורה.

מען האט מיר צוגעגעבן א נאמען דארטן ביי די טשארט בעל תשובה! ס'איז מיר גוט, פונקט נעכטן געהאט דא די דין ודברים וואס דאס איז, און דער יעניגער באקרוינט מיר מיט בעל תשובה.

נו די גמרא זאגט דאך אין יומא היכי דמי בעל תשובה, כגון שבאת לידו דבר עבירה פעם ראשונה ושניה וניצל הימנה. מחוי רב יהודה - באותה אשה באותו פרק באותו מקום.
דארף דאך דאס זיין באת לידו, נו וויאזוי איז אויב איז נישט געווען באת לידו הייסט ער נישט א בעל תשובה?

וועל מיר אראפברענגן דעם רמב''ם און הלכות תשובה.

אֵי זוֹ הִיא תְּשׁוּבָה גְּמוּרָה? זֶה שֶׁבָּא לְיָדוֹ דָּבָר שֶׁעָבַר בּוֹ וְאֶפְשָׁר בְּיָדוֹ לַעֲשׂוֹת, וּפֵרֵשׁ וְלֹא עָשָׂה, מִפְּנֵי הַתְּשׁוּבָה, לֹא מִיִּרְאָה וְלֹא מִכִּשְׁלוֹן כֹּחַ. כֵּיצַד? הֲרֵי שֶׁבָּא עַל אִשָּׁה בַּעֲבֵרָה, וּלְאַחַר זְמַן נִתְיַחֵד עִמָּהּ, וְהוּא עוֹמֵד בְּאַהֲבָתוֹ בָּהּ, וּבְכֹחַ גּוּפוֹ, וּבַמְּדִינָה שֶׁעָבַר בָּהּ, וּפֵרֵשׁ וְלֹא עָבַר - זֶה הוּא בַּעַל תְּשׁוּבָה גְּמוּרָה. הוּא שֶׁשְּׁלֹמֹה אוֹמֵר: "וּזְכֹר אֶת בּוֹרְאֶיךָ בִּימֵי בְּחוּרֹתֶיךָ" (קהלת יב,א).

וְאִם לֹא שָׁב אֶלָּא בִּימֵי זִקְנוּתוֹ וּבְעֵת שֶׁאִי אֶפְשָׁר לוֹ לַעֲשׂוֹת מַה שֶּׁהָיָה עוֹשֶׂה - אַף עַל פִּי שֶׁאֵינָהּ תְּשׁוּבָה מְעֻלָּה, מוֹעֶלֶת הִיא לוֹ, וּבַעַל תְּשׁוּבָה הוּא. אֲפִלּוּ עָבַר כָּל יָמָיו, וְעָשָׂה תְּשׁוּבָה בְּיוֹם מִיתָתוֹ, וּמֵת בִּתְשׁוּבָתוֹ - כָּל עֲווֹנוֹתָיו נִמְחָלִין, שֶׁנֶּאֱמַר: "עַד אֲשֶׁר לֹא תֶחְשַׁךְ הַשֶּׁמֶשׁ" (שם יב,ב), שֶׁהוּא יוֹם הַמִּיתָה; מִכְּלַל שֶׁאִם זָכַר בּוֹרְאוֹ וְשָׁב קֹדֶם שֶׁיָּמוּת - נִסְלַח לוֹ.

איז לכאורה לויטן רמב''ם הייסט מען א בעל תשובה אפילו מען איז נישט געווען נאכאמאל אויפן זעלבן נסיון.

ווייטער די רמב''ם רעדט אבער זייער שטארק ארום אז דער תשובה ברויך זיין בבחינות ויעיד עליו יודע תעלומות דארט ווי ער רעדט ארום בעקרי התשובה.

וועל מיר אראפברענגען דעם רס''ג אין הנבחר באמונות ודעות, מאמר ה.

ואבאר עוד כי האדם כאשר יסכים בעת תשובתו בלב שלם שלא ישנה, תהיה תשובתו מקובלת. ואם תשיאהו התאוה אחר כן לשנות, אין תשובתו נפסדת, אך ימחלו לו העונות שהיו קודם התשובה, ויכתב עליו מה שיהיה לאחריה. וכן אם ינהג המנהג הזה פעמים רבות, שישוב ואחר כן ישנה לחטא, אין כותבין עליו כי אם מה שאחר התשובה, כשתהיה בכל פעם דעתו שלמה ולבו טוב שלא ישנה.

על כל פנים, פונעם רס''ג קען מען זעהן אז אויב מיינט מען עס אמת'דיג מען זוכט נישט און מען וויל נישט זינדיגן ס'איז לבו טוב שלא ישנה, הייסט עס שוין תשובה מקובלת און אויב חלילה ער פאלט דורך, איז ער נישט מפסיד זיין פריערדיגע תשובה דערמיט, נאר עס איז ווי כאילו א נייע מסכת יעצט, אבער ער רופט אים נישט אן א בעל תשובה.

לויטן רבינו יונה אין שערי תשובה איז אויך משמע אז א בעל תשובה איז ווען מען איז נזדמן געווארן לאותו עבירה וכבש יצרו, הגם ער שרייבט אז עס איז דא אסאך מדריגות אין עניני תשובה, אבער בפשטות איז משמע פון זיין לשון אז צו ווערן אנגערופן א בעל תשובה איז ווען מען איז נזדמן געווארן לאותו עבירה וכבש יצרו.

סתם אינטערסאנט צוצוצייכענען דעם יערות דבש חלק א, דרוש א.

תכלית התשובה הנבחרת הוא אמרם ה"ד בעל תשובה, באותו מקום ובאותה אשה, שקשור בה ככלב ומ"מ עזב לעשות הרע. ובזה תבינו, כי במקום שאדם חוטא, שם נברא משחית, והוא שורה באותו מקום וכונן חיציו להשחית ולהתעות בני אדם... ולכך אמרו ה"ד בעל תשובה באותו מקום דייקא, ששם חטאו ועונו פעלו משחית לחבל ולהתעותו והוא ניצל ממנו, זהו לאות כי הוא בעל תשובה גמור, והקב"ה מסייעו ועוזר לו בלי יכשל בם...
ועיקר תשובה כנ"ל, באותו מקום ואותה אשה, כי אם יהיה בעל תשובה סגור מבלי גשת במקום נשים כלל, אין ראיה שנשבר יצרו כ"כ למנוע מן החטא. אם יזדמן לו אשה ההיא שקשור בה ככלב, וכן בשארי עבירות, מי שחטא באכילת טריפות וכדומה ממאכלים אסורים, אם ימנע עצמו ממאכל כלל וכלל אין זה בגדר באותה אשה, אבל אם ימָנע ממאכל איסור אף כי אכל ממאכלים מותרים, הרי זהו באותה אשה. כי המאכל לפניו ומ"מ נמנע מאכילות אסורות.

אונז לעב מיר היינט און אזא פאריקטע וועלט, די גאסן זוממער זעהן אויס פונקט ווי ביים דור המבול, זיצט מען ביים קאמפיוטער איז ווייטער דער דור המבול דארטן, אויב זיצט א מענטש ביי זיך אין אפיס און ער איז מחליט מער גייט ער נישט זינדיגן, גייט אדורך איין טאג און נאך איינס ער זיצט ביים זעלבן קאמפיוטער די זעלבע אינטערנעט, די איינציגסטע זאך אז יעצט האט עס א פילטער, און ער זינדיגט נישט, דאס קען זיין באת לידו וכבש יצרו, איי ער האט א פילטער, אויב וויל ער שטארק זינדיגן וועט ער אפילו מיטן פילטער, און אז ער האט נישט געזינדיגט איז ער לכאורה א בעל תשובה כמדומה לי.

וואס וועט אבער זיין אויב ער וועט אדורכפאלן נאך אפאר טעג, אה דא איז שוין אביסל פראבלאמאטיש, לכאורה לויטן רס''ג וואלט איך פארשטאנען אז יעצט הייבט מען אן א נייע מסכת און עס איז נישט פוגע גארנישט אויפן פריערדיגן תשובה, אבער ס'דא וואס ווילן זאגן אז דער רמב''ם האט נישט אזוי געהאלטן, נאר אויב מען איז ליידער נאכאמאל דורכגעפאלן דעמאלטס איז עס מוברר אויף לכתחילה אז די פריערדיגע תשובה איז נישט גוט געווען.

וויאזוי עס זאל נאר נישט זיין, דאס איז אלעס נאר אויף צו מאכן א לחיים, תשובה כ עיקרים לרבינו יונה וד' עיקרים לרמב''ם וועט מען זיך אריינלאזן נאכדעם וואס איך בין פולקאם דערהיילט, דערווייל דארף איך מיר נאך אויסהיילן פון מיין קראנקהייט.
משה'לע.

goo.gl/qRFlmr
לעצט פארראכטן: י"ז תמוז התשע"ד 18:56 דורך .

טעמע: לחיים! לחיים! י"ז תמוז התשע"ד 19:03 #27024

  • א צובראכענע איד
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1873
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
יישר כח יישר כח עד כאן פאר דיינע טייערע דברי תורה (לחיים בלע"ז)
און אין די זעלבע צייט מוזן מיר דיך גראטולירן פארן זיך ארויפדראפן אויף די לייטער צום 60סטן טרעפל
עס קומט אוודאי נישט אן גרינג, איין באשעפער ווייסט דעם אמת וויפיל שוועריקייטן דו ביסט אדורך ביזן אנקומען דארט.
לעצט פארראכטן: י"ז תמוז התשע"ד 19:22 דורך .

טעמע: לחיים! לחיים! י"ז תמוז התשע"ד 19:42 #27029

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1516
  • האט שוין געלייקט: 256 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

יישר כח יישר כח עד כאן פאר דיינע טייערע דברי תורה (לחיים בלע"ז)
און אין די זעלבע צייט מוזן מיר דיך גראטולירן פארן זיך ארויפדראפן אויף די לייטער צום 60סטן טרעפל
עס קומט אוודאי נישט אן גרינג, איין באשעפער ווייסט דעם אמת וויפיל שוועריקייטן דו ביסט אדורך ביזן אנקומען דארט.

טעמע: לחיים! לחיים! י"ח תמוז התשע"ד 09:29 #27034

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
לחיים!!! לחיים!!! לחיים טובים ולשלום

עס איז א געהויבענע זמן צו דערגרייכן צוויי דריטל פונעם הויכן לייטער
מי יעלה בהר השם
דער אויבערשטער זאל דיר העלפן ארויפצוגיין ווייטער ביז'ן שפיץ
ומי יקום במקום קדשו
און די זאלסט גענצליך געהיילט ווערן פון אונזער ביטערע אדיקשאו, צו בלייבן געצליך געהיילט

איך האלט שוין נאכן עסן, איז די לחיים שוין מיט מער שמחה
און מיט שמחה קען מען אסאך מער פועל'ן

די שמועס איבער תשובה איז א הערליכע
אבער איך קען צולייגן נאך א וויכטיגע נקודה
איך געדענק נישט ווי די מקור איז, אבער איינע פון די מפרשים שרייבן, אז די בחינה פון עד שיעיד עליו יודע תעלומות מיינט:

אז די רגע ווען דער מענטש טוט תשובה, איז ער דאך א א געהויבענע מצב (גדלות המוחין) און אין די מצב וועט ער דאך נישט זינדיגן, און אויף אזא מצב איז מעיד דער אויבערשטער אז ער וועט מער נישט זינדיגן, דאס מיינט די תשובה פון עד שיעיד....
אבער ווען דער מענטש פאלט ווייטער צוריק אין א נידעריגע מצב (קטנות המוחין) קען ער נאך יא דורכפאלן, און עס איז נישט קיין סתירה צו זיין פריערדיגע תשובה

ס'קוקט אויס ענליך צו די רס"ג וואס דו האסט נאכגעברענגט, אבער ס'איז עטוואס אנדערש

טעמע: לחיים! לחיים! י"ח תמוז התשע"ד 16:54 #27063

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

טעמע: לחיים! לחיים! י"ח תמוז התשע"ד 16:56 #27064

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
זייער שיין ווארט בידו

יישר כח

טעמע: לחיים! לחיים! ח' אלול התשע"ד 15:28 #28109

  • עבד השם
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 829
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

לחיים לחיים!

א גרויסע שמחה היינט, וואס? איך בין היינט געשטיגן צו לעוועל 2 אויפן לייטער פון 90 טאג.
נו נישט מער ווי רעכט צו מאכן א לחיים!

נו אז איך מאך שוין א לחיים, פאסט צו זאגן עפעס א דבר תורה אויך.
איך וועל נישט אויפהאלטן דעם עולם צו לאנג, נאר א קליין ווארט, ס'איז דאך היינט ראש חודש, מען האט געזאגט ברכי נפשי ביים דאווענען, ווען איך בין אנגעקומען צו מה רבו מעשיך השם בין איך שטעקן געבליבן, דוד המלך רעכנט אויס אלע מיני נפלאות השם, עוטה אור כשלמה, די הויט פונעם מענטש, נוטה שמים כיריעה, די נפלאות פון די הימל, און אזוי ווייטער פסוק ביי פסוק, ער רעדט פון די וואסער פון די חיות, די עוף השמים, די זוהן וכו' וכו', ער קומט אן צו יצא אדם לפעלו דארטן ווערט ער צושפרונגען און ער שרייט מה רבו מעשיך השם, און ביז אהער איז נישט קיין וואונדער? און וואס איז עפעס די גרויסע וואונדער פון יצא אדם לפעלו?

נאר דוד המלך האט געזעהן אונזער דור, ער האט געזעהן ווי אידן וועלן גיין יעדן טאג אין דער ארבייט און זיצן ביים קאמפיוטער, זיין ביים פתח של זונות ולעבודתו עדי ערב "א גאנצן טאג"  און ער וועט זיך איינהאלטן, ער וועט עומד בנסיון זיין, איז דוד המלך ארויס פון די כלים, און געשפרונגען "מה רבו מעשיך השם" עס קען נאר זיין די מעשים פונעם אייבערשטן, ווייל א מענטש אליין האט דוד המלך פארשטאנען קען נישט עומד בנסיון זיין, נאר אז דער אייבערשטער שטייט מיט מיט אים.

נו זאל דער אייבערשטער העלפן עד הנה עזרונו רחמיך, בעט איך דיר ולא עזבונו חסדיך, און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו ריינע טעג עד ביאת הגואל,

לחיים

איצטער געזעהן מוראדיג איז נישט די ווארט !!

טעמע: לחיים! לחיים! י"ד אלול התשע"ד 09:15 #28354

  • אז תתחזק
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל
עד כאן
עד הנה עזרונו רחמיך ד' ולא עזבונו
עד כאן ועד בכלל
עד דלא ידע בכל השנה
עד ביאת גואל צדק
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

טעמע: לחיים! לחיים! י"ד אלול התשע"ד 11:31 #28384

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

עד כאן
עד הנה עזרונו רחמיך ד' ולא עזבונו
עד כאן ועד בכלל
עד דלא ידע בכל השנה
עד ביאת גואל צדק


עד שישמחו כל השמייכלער'ס....

טעמע: לחיים! לחיים! י"ד אלול התשע"ד 11:33 #28388

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1516
  • האט שוין געלייקט: 256 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

טעמע: לחיים! לחיים! ט"ו אלול התשע"ד 08:47 #28557

  • אז תתחזק
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל
חשובער עד כאן
:איך האב געזעהן ברענגען פין די קדמונים, אז פשט אין רמב"ם איז, עד שיעיד עליו יודע תעלומות, מיינט
אז יעצט טו איך אזא תשובה אז השי"ת איז מעיד אז לויט די יעצטיגע תשובה וועל איך מער קיינמאל נישט זונדיגן
אויב מארגען באקום איך א פרישע נסיון אין איך פאל ח"ו אדורך, איז דאס בכלל נישט קיין סתירה צו די נעכטיגע תשובה
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

טעמע: לחיים! לחיים! י"ט אלול התשע"ד 18:13 #29067

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 334
  • האט שוין געלייקט: 127 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

חשובער עד כאן
:איך האב געזעהן ברענגען פין די קדמונים, אז פשט אין רמב"ם איז, עד שיעיד עליו יודע תעלומות, מיינט
אז יעצט טו איך אזא תשובה אז השי"ת איז מעיד אז לויט די יעצטיגע תשובה וועל איך מער קיינמאל נישט זונדיגן
אויב מארגען באקום איך א פרישע נסיון אין איך פאל ח"ו אדורך, איז דאס בכלל נישט קיין סתירה צו די נעכטיגע תשובה


דו מיינסט ר' סעדיה גאון? אדער אן אנדערע? וואלסט געקענט אפשר זיך דערמאנען א מקור? וואלט מיר געווען אינטערסאנט צו זעהן.
משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

ענטפער: לחיים! לחיים! ט"ז אלול התשע"ח 22:02 #250467

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 334
  • האט שוין געלייקט: 127 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

ב''ה איש בשורה אנכי היום, איך הייב אן היינט ציילן די נקיים!!

וואס עפעס היינט? געהאט א דורכפאל?
גראדע ניין, נאר מעשה שהיה כך היה.
איך בין שוין ריין פאר גאר א לאנגע צייט, אבער איך האב קיינמאל נישט געהאלטן אז איך בין באמת ריין און אז איך קען אפילו באמת ציילן, פארוואס? מיין אידענע איז געווען א מינקת די לעצטע 2 יאר און ב''ה זי איז געווען ריין, במילא האב איך געהאלטן אז דאס איז נאכנישט געהעריג געציילט, הגם איך פלעג דורכפאלן אפילו בימי טהרה, אבער איך האב דאך געוואלט אנהייבן ציילן דוקא בימי לא טהורה.

לעצטע פאר וואכן האט מיין ווייב אנגעהויבן מאכן די צוגרייטונגען צו אפשטעלן די הנקה דאס קינד גייט שוין ווערן כד חדשים ווי מען איז זיך נוהג צו אפשטעלן די הנקה, און היינט איז די בחור אנגעקומען, במילא האבן מיר גענומען די שטעקן אין די האנט, און מיר גייען ציילן אי''ה פון היינט אנגעהויבן, פארשטייט זיך, נאר איין טאג אויפאמאל.

מיר וועלן אי''ה באגריסן יעדן איינעם וואס מיר וועלן טרעפן אויפן וועג, עד כפי שידי מגעת.

הצלחה רבה.
משה'לע

משה'לע.

goo.gl/qRFlmr
  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3
צייט צו מאכן א בלאט: 0.65 סעקונדעס