ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3

טעמע: לחיים! לחיים! 2862 באזוכער

ענטפער: לחיים! לחיים! ט"ז אלול התשע"ח 22:19 #250468

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 334
  • האט שוין געלייקט: 127 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל
אפאר וויכטיגע נקודות פאר מיינע אויגן ביים ציילן.



איך ברויך נישט מוציא זיין ז''ל, מיין גוף קען לעבן אנדעם אויך.

אויב טריגערט מיר עפעס, שרייב אראפ וואס באדערט מיר באמת, נאכן אפשרייבן אלע פראבלעמען וואס באדערט מיר, לאמיר זעהן וויאזוי זיי צו מסדר זיין.

ווען מיין מחשבה וויל מיר פירן צו לאסט, טראכטן פון מיינע זאכן וואס באדערן מיר.

איך פלאן נישט זיך צו שלאגן מיין גאנץ לעבן מיט די פראבלעם, נאר היינט וויל איך עס נישט טוהן.

 
משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

ענטפער: לחיים! לחיים! י"ז אלול התשע"ח 09:32 #250469

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל
דער אייבישטער זאל זיין מיט דיר!

איך בין אויך נארוואס דורך געגאנגען - צום ערשטן מאל זייטן אנהייבן ציילן - נישט ריינע טעג. 
ס׳איז שווערער געווען, אבער ב״ה מ׳האט עס דורך געשוויצט, נאר מיטן אייבירשטען בעזרי.

אבער בערך זייטן אנהייבן ציילן, האב איך אנגעהויבן צו טוישן מיין מהלך המחשבה אויפן בעצם קיום המצוה, איך בין נישט דא פאר מיר, נאר פאר איר.
בעצם פאר מיר דארף איך מיר גובר זיין.

איך מיין אז מיט אזא מחשבה, דארף בכלל נישט שווערער זיין און די נישט ריינע טעג.

אבער אלנפאלס, מיר פארן אלע אינעם זעלבן וואגאן פון איין טאג.
אונזער ארבייט, איז אויכעט צו אנהאלטן א יעדעם פון די מיט רייזענדע, זאלן אויך אנקומען ביז אהין!

לאמיר זיך ארויס פאר נאך איין טאג ריין!

​נטע׳לע
וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: לחיים! לחיים! י"ז אלול התשע"ח 12:57 #250477

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 439
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 699 מאל

עד כאן מיר זענען מיט דיר מיר שפאנאן צוזאמען 

די האסט ארויס די גאנצע נושא זייער גיט די קענסט האלפן אנדערע מיט חזיק 

חזק

ענטפער: לחיים! לחיים! י"ז אלול התשע"ח 23:20 #250514

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 334
  • האט שוין געלייקט: 127 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

איין טאג ריין ב''ה!
איך דאנק דיר השי''ת פאר מיין היינטיגע טאג! אן דיר וואלט איך עס קיינמאל נישט געקענט באווייזן, וכשם שעזרתני עד עתה, כן חמול ורחם עלי ועל כל עמך בית ישראל להציל אותי ואת כל עמך בית ישראל מכל ראיות אסורות והסתכלות בנשים היום ובכל יום עד עולם אמן.

א גוטע נאכט.
ישר כח טאטע נאכאמאל.
משה'לע

משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

ענטפער: לחיים! לחיים! י"ח אלול התשע"ח 10:10 #250519

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 180 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 264
  • האט שוין געלייקט: 657 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 390 מאל

אמן

די האלסט ס'איז א אמן יתומה?

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: לחיים! לחיים! י"ח אלול התשע"ח 10:45 #250521

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 439
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 699 מאל

מזל טוב עד כאן 

חזק חזק גיי ווייטער אין ווייטער 

ענטפער: לחיים! לחיים! כ"ד אלול התשע"ח 21:47 #250674

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 334
  • האט שוין געלייקט: 127 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

געשריבן דאס אויף אייוועלט, געקלערט עס דא אויך מיטטיילן
www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=37928

יא, ווער האט געגלייבט שוין פאראיבער א יאר זינט יענע שפיל!!

מיינע קרישקעלעך פון יענעם שפיל ליגט מיר נאך גוט אין די מילצן, איי איז דאס געווען א שפיל, דער יאנאש איז לכאורה געווען פון די בעסטע עקטאר'ס אויפן שפיל, דער האט אראפגעלייגט אן ארבייט איינס אין די וועלט, איך זאג נישט ער האט געמאכט פון מאל צו מאל אפאר גוטע פלאפ'ס, איך גלייב אז דער פראדוסער פונעם שפיל האט זיך עטליכע מאל געוואלט באגראבן פאר בושה פון די דורכגעפאלענע דזשאוקס, איך הער אז באמת איז עס געווען גוט אראפגעשריבן, נאר יאנאש האט פשוט גערעדט "אוט אויף סקריפט" 

איך האב גראדע געטראפן יאנאש לעצטנס, און ער האט מיר אראפגעלייגט פונקטליך וואס האט פאסירט ביים שפיל, אט הערט.

אינמיטן דעם שפיל, איך האב געזעהן ווי אלעס פארט געשמאק, איך האב געהאלטן איך האב די גאנצע זאל אין מיין האנט, האב איך מיר ערלויבט צו גיין ווי מען רופט עס אויט אויף ליין, אבער עס האט אזוי געפלאפט, דער עולם האט נישט געלאכט, און איך האב פשוט נישט געוויסט וויאזוי גייט מען יעצט צוריק צום סקריפט פונעם שפיל, למעשה די סצענע האט זיך גענדיגט, איך האב עכט נישט געוואוסט וויאזוי גיי איך מיר באווייזן מיין פנים פאר די פראדוסער? מיין פנים איז רויט ווי א פעסטראמי, מיין גאנצע שטימונג איז איינגעזויערט ווי א פיקל, מיינע בזיונות ציפען אין מיר ווי איך זאל יעצט טרינקן מוסטערד, נאך א ראל פעלט מיר אויס און איך בין א פארטיגע סענדוויטש טו גאו, מיין פראדוסער וועט זיכער יעצט מאכן פון מיר אויווערנייט מאשרום'ס, איך מיין וואס טוט מען?

הכלל, איך בין צוגעגאנגען צו אים, איך האב אים געזאגט איך האב געמאכט א מאסיווע דורכפאל, גלייב מיר איך בין ממש צוזעצט פון דעם דורכפאל, איך ווייס נישט וואס צו טוהן פאר ווייטאג!

זאגט אים די פראדוסער, הער איך פארשטיי אז די האסט דיך בא'נער'ישט, אבער איך בעט דיר, דו מוזט יעצט זיך האלטן צום סקריפט, און פארגעס וואס איז געווען, דו מוזט קענען שפילן די אנדערע סצענעס אויך, אז דו וועסט זיין אנגעזעצט וועט אונזער גאנצע שפיל ווערן א קאטאסטראפע, מען קען נישט שפילן מיט א אנגעזויערטן פנים!


----------------------------------------------

מיר זענען אראפגעקומען אויף די וועלט צו שפילן די סצענעס וואס מען האט אונז פארגעשריבן אין די תורה, יעדע יאר איז א סצענע פאר זיך, מיר גייען זיך יעצט באגעגענען מיט אונזער פראדוסער דער גרויסער און הייליגער באשעפער, וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון, מיר האבן געמאכט עטליכע אדער מערערע פלאפ'ס דורכאויס די יאר, מיר האבן געמיינט די וועלט באלאנגט צו אונז, מיר זענען געווארן פארלוירן פונעם גאנצן עולם הזה'דיגן רייץ אזש מיר האבן געמיינט אז מען קען ארויסגיין אביסל פונעם סקריפט, אוי איז דאס געווען א מיאוסע דורכפאל, אונזער פנים גריל'ט פאר בושה ווען מיר גייען זיך באגעגענען מיט'ן רבוש''ע דעם ראש השנה הבא עלינו לטובה, אבער מיר וועלן זיך באמת איבערבעטן, זאגן אונז האב מיר געטוהן נישט ריכטיג, אבער איין זאך האלטן פאר די אויגן, די אנדערע סצענע עפנט זיך אויף גראד נאכדעם, מען קען נישט זיצן ווי א איינגעזויערטע אוגערקע, מען ווישט אפ, און געגאנגען ווייטער, אויב איז מען אנגעזויערט די איבעריגע סצענעס דאמאלטס ווערט מען איין שטיק דורכפאל! 

תשובה מיינט נישט יאוש, דעפרעסט, אדער אנגעזויערט.
תשובה מיינט חרטה על העבר, און גלייך קבלה על העתיד, מען גייט ווייטער, דריי נישט די בלאטע אזוי סאך, יא מען דארף האבן אן אימת הדין מיר גייען גיין צום באשעפער זיך באווייזן די בושת הפנים ווען אויפן רוקן שלעפן מיר אונזערע דורכפעלער, אבער אימת הדין מיינט נישט אנגעזעצט, מיואש, אדער דעפרעסט.

געדענק מיר מוזן נאך שפילן נאך סצענעס! מיר גייען אי''ה ארויסגיין זכאי בדין, און מיט די ריכטיגע אמונה ובטחון וועלן מיר שפילן די קומענדיגע סצענעס לויט די פארשריפטן פון די הייליגע תורה, מיט א שמחה, גוטמוטיג, פרייליכערהייט, אונזער שפיל וועט געדענקט ווערן אלס א סוקסעס!!!!
משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

ענטפער: לחיים! לחיים! כ"ה אלול התשע"ח 00:42 #250676

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

דיס איס סאמטינג ספעשל!
שכח פארן מיט טיילן!

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: לחיים! לחיים! כ"ה אלול התשע"ח 10:01 #250684

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 180 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 264
  • האט שוין געלייקט: 657 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 390 מאל

גוט געזאגט
שכח פארן מיט טיילן

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: לחיים! לחיים! כ"ו אלול התשע"ח 16:27 #250705

  • כי בשמחה תצאו
  • איצטיגע שטרעקע: 149 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 256
  • האט שוין געלייקט: 600 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 600 מאל

משונה'דיג שטארק!!

ענטפער: לחיים! לחיים! י"ב טבת התשע"ט 11:46 #252609

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 334
  • האט שוין געלייקט: 127 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל
איך בין אדורכגעפאלן!

ניין איך מאך נישט יעצט קיין משלים, איך נעם נישט קיינעם אויף קיין ראולער קאוסטער, איך בין נעכטן געפאלן! 

איז וואס האט אייגענארטליך פאסירט?
קודם כל, מיין ליבליכע טאטע אין הימל האט מיר געוואלט דערמאנען איך בין נאכאלץ אן עדיקט!
שוין צוויי יאר ב''ה וואס איך בין געווען ריין, יא גוט געהערט, 2 יאר סאברייעטי, מיין לעבן האט זיך באמת געטוישט גאר אסאך, איך בין נאכאלץ נישט אן אדם השלם, אבער בכלל נישט דאס וואס איך בין געווען, און איך האב נאך אסאך צו ארבייטן, און פארדעם בין איך דא אויף די וועלט, צו ארבייטן אויף מיר.

איך האב אנגעהויבן ציילן עטליכע חדשים צוריק ווי געשריבן דא אויף דעם טרעד ווייל איך האב געוואלט דוקא אנהייבן ציילן ווען מיין ווייב איז אין די אומריינע טעג, וואס דאמאלטס פלעג איך די מערסטע אויסעקטן, על אף איך בין טאקע געווען ריין פאר 2 יאר, איז עס בעיקר באשטאנען פון א מצב ווי מיין ווייב איז געווען ריין, אבער די גוטע נייעס איז אז איך האב ב''ה באוויזן צו זיין ריין די לעצטע פאר חדשים אפילו ווען זי איז געווען אומריין.

יעצט צוריק צו מיין דורכפאל וואס האט פאסירט.

די וואך מאנטאג האט מיר געקאנטעקט א עדיקט און געבעטן הילף, ער האט געטשעט מיט מיר אויף גוגל הענגאויטס, אבער דורכאויס די שמועס האב איך געזעהן אפאר מאדנע זאכן, איינס ער איז געווען זייער עקספליסיט א זאך וואס איך האב נישט עקספיריענסד ביי אנדערע, איך ווען איך שפיר אז איך ברויך מיר ממש אינגאנצן ארויסרעדן וואס איז גראדע א גוטע זאך פאר מיר עס העלפט מיר גאר שטארק, טוה איך עס "נאר" פאר מיין טערעפיסט, איך רעד קיינמאל נישט אפילו צו מיין ספאנסער אויף א עקספליסיט וועג, אבער וואס האט מיר מער געבאדערט איז געווען, ווען עס האט אנגעהויבן צו גיין אויף א דירעקשאן ווי איך האב אנגעהויבן טראכטן צו ער וויל בכלל ריקאווערי אדער ער זוכט פשוט איינער זאל אים העלפן פאלן טיפער אין זיין עדיקשאן, איך האב געמאכט קאנטעקט מיט עקספיריענס מענטשן אין די פעלד, אויסגעשמועסט אויף אן איידלן אופן וויאזוי ער שרייבט, און מען האט מיר באשטעטיגט אז ער איז ערנסט קראנק, און ער קען זיין א סכנה פאר אנדערע, איך האב אים נאכדעם געשריבן אז איך האלט ער ברויך גיין נעמען ערנסטע שריט און גיין צו א טערעפיסט, און איך האב אים געפרעגט צו ער איז גרייט דערצו, ער האט מיר נישט גענטפערט.

איך ברויך דא שטארק אונטערשטרייכן, איך בין ב''ה נישט געשלאגן מיט די פראבלעם פון SSA, איך האב קיינמאל נישט געהאט די פראבלעם, איך פארשטיי נישט דערצו, און איך האף איך וועל עס קיינמאל נישט פארשטיין, אבער יענע עדיקט איז זייער שטארק געשלאגן דערמיט, במילא האב איך געטראכט אז מיין רעדן מיט אים וועט מיר נישט אפעקטירן.

איין טאג נאכדעם שרייבט איך אים צופרי גוט מארגן, וועלענדיג באקומען פון אים אן ענטפער צו ער וויל גיין צו א טערעפיסט, ער האט מיר גארנישט גענטפערט, איך האב געטראכט אקעי, ער האט מן הסתם געכאפט די מעסעדש אז איך בין נישט דא אים צו העלפן זינדיגן, און איך וועל דא זיין אויב ער האלט באמת ביים זיך גיין העלפן.

מיטוואך דאס איז נעכטן, האב איך געהאט גאר א שווערע טאג, ווי איך האב שוין געשריבן ביי אן אנדערע טרעד (איך בין אזוי צופלויגן מיט מיינע טרעד'ס איך ווייס שוין אליינס נישט ווי איך שרייב וואס) הכלל, מיינע שווערסטע מצבים פלעגן זיין ווען איך בין נישט געווען געהעריג אויסגערוהט, און איך פלעג טאקע שטארק מקפיד זיין צו שלאפן געהעריג ביינאכט די לעצטע פאר יאר, און עס האט מיר שטארק געהאלפן, אבער דינסטאג נאכט האט זיך מיר געמאכט א סיבה וואס איך האב גארנישט געקענט טוהן דערצו, און איך בין געגאנגען שלאפן 4 אזייגער פארטאגס, געשלאפן קארגע דריי שעה, און דערנאך געגאנגען צו דאווענען און אריין אין די ארבייט, מיין קאפ איז מיר נישט געווען אויפן פלאץ, איך האב נישט געקענט ארבייטן, איך בין סתם געקראכן אויף די גראדע ווענט, געזוכט דער טאג זאל אדורכגיין, איך האב גראדע געהאט אן אפוינטמענט מיט מיין טערעפיסט אויף נעכטן, אבער איך בין געווען אזוי שטארק מיד אז איך האב געהאלטן סאיז א שאד די געלט אויסצונוצן ווען איך בין אזוי מיד, ענדערש ריסקעדשולען אויף אן אנדערע טאג, און אזוי האב איך געטוהן, איך האב געקענסלט די אפוינטמענט, שפעטער האב איך דא געשריבן אויפן פארום איבער מיין מצב אז איך האף איך וועל מיר האלטן ריין, און נישט מער ווי האלבע שעה שפעטער ווי איך האב עס דא געשריבן, און ממש וואונדער יענע עדיקט איז דא צוריק מיט מיר אויף הענגאויטס, און גראד די ערשטע מעסעדש הייבט זיך אן מיט אן עקספליסיט, ער האט ניטאמאל געווארט אויף די 2טע אדער די דריטע פראזע, נאר שוין די ערשטע איז ער געווען עקספליסיט, איך האב אים צוריקגעשריבן, פארוואס מוזטו רעדן אזוי שטארק עקספליסיט, דו ווילסט דען באמת אויפהערן צו זינדיגן?

האט ער מיר צוריקגענטפערט, זיכער וויל ער.
האב איך אים צוריקגעשריבן מיט א ווארט וואס דוב האט יארן צוריק גענוצט פאר מיר ווען איך בין נאך געווען טיף טיף אין די אדמה, פארוואס ווילסטו אויפהערן? עס איז דאך אזוי גוט צו זינדיגן, פארוואס ווילסטו סטאפן?

די געדאנק פון די פראגע איז זייער פשוט, צו געבן א טשאנס פאר די עדיקט צו נוצן זיין מחשבה, און זיך אנהייבן אויסדרוקן פארוואס וויל ער באמת אויפהערן, געווענליך וועט די תירוץ זיין, מיין לעבן איז מיר דעסטרויט אזוי, איך קען נישט ווייטער אנגיין, עס שאדט פאר מיין ווייב, פאר מיינע קינדער, פאר מיין פרנסה, און אזוי ווייטער, דאס ברענגט דערצו אז מען זאל קענען פרעגן די נעקסטע פראגע וואס דוב האט מיר געפרעגט נאכדעם, און וואס בוזטו גרייט צו טוהן דערצו?
ביי מיר האט דאס געמאכט א מורא'דיגע שטארקע רושם, פארדעם נוץ איך עס אויך פאר אנדערע וואס רעדן מיט מיר.
אבער דער עדיקט האט דאס אנגעהויבן צו נוצן כאילו איך וויל יעצט אים אנצונדן צו די עבירה, און דער האט אנגעהויבן צו רעדן אזוי מיאוס, אז איך האב נישט געקענט גלייבן אז איינער זאל אזוי רעדן, פשוט איך האב עס נאך קיינמאל נישט בייגעוואוינט, און וואס זאל איך זאגן, ער האט מיר צוגראדשעט, און עס האט נישט צו לאנג גענומען, און איך בין געווען אויפן לאסט רייד, איך ארבייט אין אזא פלאץ ווי איך קען לאסטן אויב וויל איך יעדן איינציגן טאג, אבער איך טוה דאס שוין נישט פאר 2 יאר, איך האב געהאלטן איך בין שוין מסודר, איך וועל שוין קיינמאל נישט מער לאסטן, דערווייל האב איך געכאפט א קנאקעדיגן זעץ נעכטן, איך האב גראדע געשריבן צו מיין ספאנסער דערוועגן, אבער ער האט ריספאנדעט צו שפעט, מיין לאסט איז שוין געווען אויפן הויכ'ן גראד ווען ער האט מיר געקאנטעקט, מיר זענען איבערגעגאנגן אסאך, איך האב געטוהן אינווענטארי מיט אים, ער האלט אז איך האב נאר געהאט א גליטש און נישט קיין רילעפס, אבער איך וויל דאך אנהייבן ציילן נאכאמאל, איך מעג מיר אויסלערנען אז אפילו איך מיין אז איך בין שוין באמת א נייע מענטש קען איך נאכאלץ דורכפאלן.

איך וויל קלארשטעלן דא, איך בלעים נישט יענע עדיקט פאר מיין דורכפאל, ער איז בכלל נישט שולדיג אין מיין דורכפאל, אויב זאל איך מיר יעצט נעמען באשולדיגן אנדערע פאר מיין דורכפאל דאמאלטס האלט איך נאך ביי אלף, און דאס איז סם פאר מיין ריקאווערי, איך בין דורכגעפאלן ווייל איך בין אן עדיקט, און נישט ווייל יענער איז, און איך וויל חלילה קיינעם נישט וויי טוהן, און אודאי נישט יענע עדיקט, אויב ליינסטו יעצט מיינע שורות וויל איך דו זאלסט וויסן, איך האב דיר באמת ליעב אהבת נפש, אבער נאר דיין נשמה, נישט דיין גוף און איך בעט דיר איבער ברבים אויב האב איך דיר וויי געטוהן חלילה מיט סיי וואס


און יעצט, נאדיר דעם ריסעט קנעפל, און מען הייבט אן פריש.

איך מעג דורכפאלן, אבער איך ברויך צולייגן נאך עפעס פאר ריקאווערי יעדעס מאל וואס איך פאל אדורך, איך האב גערעדט מיט איינעם וואס איך טוה דערווייל פעלוישיפ, און ער האט מיר פארגעשלאגן איך זאל מער נישט טשעטן מיט קיינעם, איז אזוי, די לעצטע יאר האב איך מיט יעדן איינעם וואס האט מיר געטשעט געשריבן אויב מיר קענען רעדן אויפן טעלעפאן, רוב מענטשן האבן נישט געהאט קיין פראבלעם, מיר האבן אויסגעטוישט נומבער'ס, און גערעדט אויפן טעלעפאן, געוויסע האבן גראדע נישט געוואלט רעדן, און איך רעספעקטיר זייער די מצב, אבער איך וויל נישט צוריקווייזן הילף אויב קען איך געבן פאר סיי ווער, איך האב באקומען ווען איך האב געדארפט, אין א יעדע מצב וואס איך בין געווען, און איך וויל געבן פאר אנדערע, פארשטייט זיך נאר אויב יענער וויל באמת הילף פאר ריקאווערי, און נישט חלילה פארקערט.

איך האב ביי מיר עטליכע געדאנקן וואס צוצולייגן צו ריקאווערי, איינע דערפון איז אפשר צו מאכן דא א מיטינג אין א בחינה פון פובליק טשעט פון די 12 סטעפס יעדן טאג, מיין עקספיריענס איז געווען, די ערשטע מאל איך האב בכלל געטוהן אין די 12 סטעפס איז געווען אויף טשעט, איך בין געווען ביי SLA נאר זיי האבן א טשעט רום פאר די סטעפס, דעס איז געווען בערך 5 יאר צוריק, איך האב דאמאלטס געטראפן דארטן א ספאנסער מיטן נאמען דעוויד, ער איז געווען זויבער פאר 12 יאר, איך האב ממש נישט געגלייבט אז א גוי זאל קענען זיין אזוי לאנג זויבער, הקיצור, עס איז געווען א גוטע סטעפ אין ריקאווערי פאר מיר, דערנאך בין איך שוין שפעטער אריבער צו טעלעפאון מיטינגס פון אנדערע פראגראמ'ס, הכלל, די סיבה וויאזוי איך בין אריין דארטן איז געווען, קיינער קען מיר נישט דארטן, איך האב א ניק, איך דארף נישט באווייזן מיין פנים, און איך דארף נישט רעדן צו קיינעם חוץ וואס איך רעדט צו מיין ספאנסער וואס ער איז געווען א גוי האב איך מיר געשפירט באקוועמער.

יעצט עס זענען דא נאך אזאלעכע משה'לעך דא וואס האבן די זעלבע פראבלעם, זיי קענען זיך נאכנישט דערזעהן רעדן אויף א קאנפרענס, און ווער רעדט פון גיין צו לייוו מיטינגס (דיסקלעימער: איך בין נאך אויך קיינמאל נישט געגאנגען "דערווייל" צו קיין לייוו מיטינגס) טראכט איך אפשר קען עס זיין א געוואלדיגע געדאנק פאר אזאלעכע משה'לעך ווי מיר, צו האבן דא א אידישע 12 סטעפ מיטינג אויף פאבליק טשעט, אין א בחינה ווי הייליגע האט אמאל געמאכט א טאטע בלייבט א טאטע, און איך בין גרייט צו וואלינטירן איינצופעדעמען די זאך, און דערנאך איבערגעבן פאר אנדערע אזוי ווי עס ווערט געטוהן ביי יעדע פראגראם, און פארשטייט זיך איך גיי אונטערשטרייכן אז מיר זענען נישט א חלק פון עס אי אדער עס אי אי, אדער עס עי עי פי, אבער מיר וועלן מאכן אזא געדאנק, בעיקר וואלט איך געוואלט גיין אזוי ווי עס אי אי פי, וואס דארטן דארף מען בכלל נישט גיין צו לייוו מיטינגס, און עס האט אסאך אנדערע מעלות וואס איז שוין ברייט געדעקט דא דורך אנדערע, איז אויב די הנהלה וועט מסכים זיין דערצו, און פארשטייט זיך אויב כאטשיג נאך איינער דא איז מסכים צו מיטארבייטן, וועט עס מיר זיין א הילף פאר ריקאווערי, און איך גלייב אנדערע משה'לעך וועלן אויך קענען הנאה האבן דערפון.

א גוטן טאג אייך אלע, ישר כח הדא פארן מיר לאזן שערן דא, און ישר כח באשעפער פארן מיר איינמעלדן אז איינמאל אן עדיקט, אלעמאל אן עדיקט!

משה'לע
#בריוועלע
משה'לע.

goo.gl/qRFlmr
לעצט פארראכטן: י"ב טבת התשע"ט 12:09 דורך עד כאן.

ענטפער: לחיים! לחיים! י"ב טבת התשע"ט 13:28 #252612

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 439
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 699 מאל

עד כאן געוואלדיג אין די ווייסט וויפעל משה לעך סדרייען זיך נעבעך ארים

איך בעט דיר אויב מעגלך צו טאקע אנהייבן א 12 טעפס אין א טשעט רום 

סוועט זיין א געוואלדיגער זיכו את הרבים

ישר 
כשר

ענטפער: לחיים! לחיים! י"ב טבת התשע"ט 14:55 #252615

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל

עד כאן איך וויין מיט מיט דיר. עס קען זיין אז איך ווייס וואס דו פילסט ווייל איך האב אויך געהאט א נפילה ביי קרוב צו צוויי יאהר.

איך בין מחזק דיין שטארקייט פון אהערקומען בתוך המעת לעת. גיי ווייטער און טוה אין דיין ריקאווערי.

ענטפער: לחיים! לחיים! י"ב טבת התשע"ט 14:58 #252616

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל

בנוגע די 12 סטעפ טשעט. עס איז א שיינע פלאן. אבער פאר מיר ווייס איך אז בכדי אז איך זאל קענען טוהן די 12 סטעפס דארף איך האבן מענטשן וואס האבן שוין ריקאווערד פון לאסט דורך די סטעפס און זיי נאכגיין. אויב האב איך א מיטינג וואס קיינער דארט איז נישט סויבער אדער אפילו מען איז יא סויבער אבער עס איז נישט פון די 12 סטעפס, האט דער מיטינג נישט קיין מעסעדזש פון ריקאווערי פאר מיר.

ענטפער: לחיים! לחיים! י"ב טבת התשע"ט 15:56 #252619

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 505
  • האט שוין געלייקט: 1025 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

אוטש! ס'טוט וויי, פאר דיר און פאר אלע וואס פילן מיט.
אבער... די מיטלען וואס דו נעמסט אונטער צו פארזיכערן אז דו גייסט נישט דורכפאלן נאכאמאל לינדערן אביסל די שמערצן.
זאל זיין מיט הצלחה.
השנה

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: לחיים! לחיים! י"ב טבת התשע"ט 16:09 #252621

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 374 טעג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 571
  • האט שוין געלייקט: 562 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 735 מאל

שוין לאנג נישט געווישט אזויפיל טרערן אין פאבליק...

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
רבונו של עולם בראת גן עדן, בראת גהינום, בראת צדיקים, בראת רשעים, יהי רצון מלפניך שיהא מורא שמים עלי כמורא בשר ודם ולא יכשלו בי בני אדם ויפסידו חלקם בגן עדן וירשו גיהנום ואפסיד אני שלא אזכה חס ושלום להיכנס במחיצתו של הקדוש ברוך הוא. יהי רצון שתתקן ברחמיך כל דבר שאינו כשורה שנעשה ונתקלקל על ידִי או שנגרם בסיבתי, הפוֹך רצונך לטובה ותמחול ותסלח ותכפר לאמתך. הצילני מעזי פנים ומעזות פנים וסייע בידי להיות כרצונך צנועה בכל דרכי, ותגדור פרצות כל עמך בית ישראל ברחמים אנא אלוקי.

 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: לחיים! לחיים! י"ב טבת התשע"ט 17:41 #252626

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 760 טעג
  • יעצט אנליין
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 276
  • האט שוין געלייקט: 286 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
משה (עד כאן) טייערער.



איך בין אין wow פון דיר ווי אנדערע האבן שוין דערמאנט דא אז קומען ובפרט גלייך נאכן פאל שוין נאכן זיין 2 יאר ריין איז א מסירת נפש ממש.

איך קוק געוואלדיג ארויף אויף דיר. איך וואלט מן הסתם נעלם געווארען אין מיין לאסט.



אזוי אויך דיין טשעט 12 סטעפ פלאן, ווי די האסט די קאפ אויפען פלאץ ווי אזוי אויך צי העלפען אנדערע איז א יוצא מן הכלל.



איך בין דיר מקנה....



אגב ווער ס׳האט נאכנישט געהאט א שמיס מיט משה פון עד כאן דערלייגט, איך האב געדארפט רעדן מיט אים פאר 10 מינוט און ווען אונז מיזען נישט אוועק גיין וואלטען מיר פארברענגט לענגער ווי די שעה אהאלב. (מיין שמיס איז נישט געווען נעכטען)

אזא געשמאקע איבערגעטראכטע יוד איז א זעלטענהייט.

 

ענטפער: לחיים! לחיים! י"ב טבת התשע"ט 17:53 #252628

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל

משה'לע משה'לע
מיר פילען דיין פעין, מאהדאך (גיט געספעלט) ווען איך פאל נאך 15-30 טעג, בין איך זייער ציקלאפט, כל שכן די נאך 2 יאר, its realy painful
מיר פילען דיין פעין, האסט געטרייט צי העלפען איינעם, אין ביזט גאר געפאלען, (נאר די רבוש"ע ווייסט דעם חשבון)

די איידיע פין א 12 סטעפ טשעט מיטינג קען זיין א גיטע איידיע, אבער נאר איינער וואס עס איז עס שוין אדורך געגאנגען קען דאס ענטפערען, איך וועל אי"ה דזשוינען....

א יישר כח פאר פאסטען, דאס גיט אינז אויכעט כח צי פאסטען עס זאל זיך נישט מאכען ביי א נפילה...

אין יא, מיר בלייבען א עדיקט אייביג, אין ווען מען ווייסט דאס, איז עס אביסעל גרינגער זיך ציריק אויפציהייבען

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: לחיים! לחיים! י"ב טבת התשע"ט 17:54 #252629

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל
holychaim געשריבן on י"ב טבת התשע"ט 17:41:
משה (עד כאן) טייערער.



איך בין אין wow פון דיר ווי אנדערע האבן שוין דערמאנט דא אז קומען ובפרט גלייך נאכן פאל שוין נאכן זיין 2 יאר ריין איז א מסירת נפש ממש.

איך קוק געוואלדיג ארויף אויף דיר. איך וואלט מן הסתם נעלם געווארען אין מיין לאסט.



אזוי אויך דיין טשעט 12 סטעפ פלאן, ווי די האסט די קאפ אויפען פלאץ ווי אזוי אויך צי העלפען אנדערע איז א יוצא מן הכלל.



איך בין דיר מקנה....



אגב ווער ס׳האט נאכנישט געהאט א שמיס מיט משה פון עד כאן דערלייגט, איך האב געדארפט רעדן מיט אים פאר 10 מינוט און ווען אונז מיזען נישט אוועק גיין וואלטען מיר פארברענגט לענגער ווי די שעה אהאלב. (מיין שמיס איז נישט געווען נעכטען)

אזא געשמאקע איבערגעטראכטע יוד איז א זעלטענהייט.



גיט גזאגט....

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: לחיים! לחיים! י"ב טבת התשע"ט 23:24 #252632

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 70 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 349
  • האט שוין געלייקט: 516 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

עד כאן, איך בין אינווייניג, פאר אזא שטיבעל,
בנוגע רעדן מיט עד כאן, וואלט איך אויך זייער שטארק געוואלט רעדן מיט אים, ער האט אסאך נאלידש לפי זיינע שרייבן, אבער מיין בושה איז גובר,
אבער פאר א שטיבל זענען מיר אלע אין

ענטפער: לחיים! לחיים! י"ג טבת התשע"ט 01:55 #252633

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל

דער הייליגע האט מ"ג יום נישט פשוט. אמעיזינג! 

אבער דער בושה איז נישט אוועקצומאכן. ...

ענטפער: לחיים! לחיים! י"ג טבת התשע"ט 04:22 #252637

  • אברהם העברי
  • איצטיגע שטרעקע: 95 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 188
  • האט שוין געלייקט: 380 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 544 מאל

אין מילים, משה'לע, צו דיין ווייטאגליכע געשיכטע, שטארקייט, און קלארקייט.

איך בין איבערגענומען ביז גאר... כ'קום צום זעלבן אויספיר מעין הפתיחה: אין מילים!

ענטפער: לחיים! לחיים! ט"ו טבת התשע"ט 16:28 #252671

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 334
  • האט שוין געלייקט: 127 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל
איך וויל מיר באדאנקן פאר אלע חברים פאר אייערע ווארימע ווערטער אין צייט פון נויט, איך בין אדורך זייער שווערע טעג זינט דאנערשטאג, די טיפע טיפע שמערצן וואס איז אומעגליך צו אראפשרייבן אויף פאפיר, אבער ברוך השם איך הייב שוין אן ארויסצוקריכן פון די שמערצן, און איך האף צו טוהן מער פאר ריקאווערי מיט'ן הילף פונעם בורא עולם.

צו איך וועל זיין ריין היינט? איך ווייס נישט, איך האב ניטאמאל געוואוסט אז איך וועל נישט זיין ריין פאריגע וואך, איך געב מיר איבער פאר'ן אייבערשטן, ער איז מיין דירעקטאר, און איך פרוביר אויסצופאלגן זיינע ארדערס, ער איז מיין פרינציפל, און איך בין זיין אגענט, ער איז מיין טאטע און איך בין זיין קינד, ער איז מיין ארבעט'ס געבער, און איך בין זיין ארבייטער.

כלפי א מיטינג אויף טשעט יעדן טאג אויפן שטייגער פון  SAAPP האב איך גערעדט מיט לומד, ער האט מצד די הנהלה איז נישט קיין פראבלעם עס צו מאכן, אבער ער וואלט רעקאמאנדירט צו ווארטן עטליכע וואכן קודם, איז דערווייל וועל איך צוגרייטן די פארמאט איבערזעצן אויף אידיש, און איך האף עס וועט זיין פאר מיר א תועלת.

משה'לע
#בריוועלע
משה'לע.

goo.gl/qRFlmr
לעצט פארראכטן: ט"ו טבת התשע"ט 16:48 דורך עד כאן.

ענטפער: לחיים! לחיים! ט"ו טבת התשע"ט 17:02 #252672

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל
עד כאן געשריבן on ט"ו טבת התשע"ט 16:28:
איך וויל מיר באדאנקן פאר אלע חברים פאר אייערע ווארימע ווערטער אין צייט פון נויט, איך בין אדורך זייער שווערע טעג זינט דאנערשטאג, די טיפע טיפע שמערצן וואס איז אומעגליך צו אראפשרייבן אויף פאפיר, אבער ברוך השם איך הייב שוין אן ארויסצוקריכן פון די שמערצן, און איך האף צו טוהן מער פאר ריקאווערי מיט'ן הילף פונעם בורא עולם.

צו איך וועל זיין ריין היינט? איך ווייס נישט, איך האב ניטאמאל געוואוסט אז איך וועל נישט זיין ריין פאריגע וואך, איך געב מיר איבער פאר'ן אייבערשטן, ער איז מיין דירעקטאר, און איך פרוביר אויסצופאלגן זיינע ארדערס, ער איז מיין פרינציפל, און איך בין זיין אגענט, ער איז מיין טאטע און איך בין זיין קינד, ער איז מיין ארבעט'ס געבער, און איך בין זיין ארבייטער.

כלפי א מיטינג אויף טשעט יעדן טאג אויפן שטייגער פון  SAAPP האב איך גערעדט מיט לומד, ער האט מצד די הנהלה איז נישט קיין פראבלעם עס צו מאכן, אבער ער וואלט רעקאמאנדירט צו ווארטן עטליכע וואכן קודם, איז דערווייל וועל איך צוגרייטן די פארמאט איבערזעצן אויף אידיש, און איך האף עס וועט זיין פאר מיר א תועלת.

משה'לע
#בריוועלע

יישר כח
we cant wait!! Im in

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: לחיים! לחיים! כ"ג טבת התשע"ט 11:51 #252833

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 334
  • האט שוין געלייקט: 127 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

דו אונזער ליבער גרויסער גאט, דו האסט געשאפן אלע זאכן
און וואס זיי טוהן וואס זיי מאכן
אלעס טוהסטו דאך אליין

די אלע זאכן קומט פון דיר
מיין יעדע תנועה און מיין יעדע ריר
אוי אלעס וואס איך טראכט און וואס איך שפיר
די געפילן וואס אין הארצן עס ליגט ביי מיר
אלעס עס נעמט זיך נאר פון דיר

דו גרויסער גאט, דו האסט געגעבן די בחירה מיר
און אויך אויף דעם דארף מען אן א שיעור
בעטן שכל און מוט
אלס וואס מען טוט
זאל זיין ריכטיג און גוט


איין זאך באלאנגט צו מיר, דאס איז מיין רצון מיין וועלן זיין
גוט און ערליך און פרום און פיין
און אפילו אויף דעם
דארף מען בעטן ביי השם
ווייל דאס אויך קומט פון אים.

(קרעדיט ר' יום טוב עהרליך ז''ל, יציאת מצרים חלק ב')

משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

ענטפער: לחיים! לחיים! כ"ג טבת התשע"ט 12:39 #252835

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל

יישר כח משה'לע פאר די העתקה, ס'איז עמוק עמוק מאד

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: לחיים! לחיים! כ"ד טבת התשע"ט 10:41 #252847

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 334
  • האט שוין געלייקט: 127 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

איך בין היינט אויפגעשטאנען שרעקליך עמאציאנאל, איך האב לעצטענס גענישטערט דא אלטע טרעד'ס פון חברים וואס האבן זיך דא געדרייט א שיינע צייט צוריק, ווי אויך אלע אלטע זאכן וואס איך האב אמאל געשריבן, מיינע געפילן זענען ממש צורידערט, איך דערמאן זיך אלטע צייטן, מיינע אייגענע יסורים, מיין באקאנטשאפט מיט חברים וואס האבן זיך דא געדרייט, גערעדט צו אזויפיל חולי נפש, מיטגעהאלטן אזויפיל צער ומכאובים פון אנדערע, איך האב דא געטראפן חברים, קרובים, נאנטע פריינד, ס'איז דא איינער מיט וועם איך האב געלערנט בחברותא עטליכע יאר, איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז ער שרייבט דא, ער ווייסט נישט ביז היינט ווער איך בין (עכ''פ אזוי רעד איך מיר איין) אבער איך האב יא געוואוסט ווער ער איז מפני טעמים כמוסים, און איך האב לעצטנס געטראפן ווי אין איינע פון זיינע געשרייבעכטס דערמאנט ער מיר אין איינע פון זיינע שורות, ער האט לכאורה קיינמאל נישט געחלומ'ט אז יארן שפעטער וועט זיין חברותא טרעפן דא וואס ער האט געשריבן, ווען איך זאל האבן היינט די התגברות הנפש וואלט איך צוגעלאפן צו אים אין ביהמ''ד און אים געזאגט איך בין משה'לע (עד כאן) פון גארד יור אייס וואס מאכסטו?
בקיצור איך בין שרעקליך עמאציענאל פון אלטע ארכיוון וואס איך האב אויפגעגראבן.

משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

ענטפער: לחיים! לחיים! כ"ד טבת התשע"ט 11:27 #252848

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל
 גוט מארגן עד כאן.

יישר כוח פאר מיטטיילן דיין פערזענליכע געפילן. 

די סיסטעם שרייבט אז דו ביסט דא פון מאי אין יאהר 2014. איך בין געווען קודם אויף די ענגלישע סייט בערך א חודש שפעטער. דערנאך בערך א יאהר שפעטער בין איך געקומען צו די אידישע סייט.

איך קען פון במשך השנים זייער אסאך חברים  מיט אזעלעכע וואס האבן ברוך השם אהנגעקומען צו א גוטע ריקאווערי. אנדערע קומען און גייען ווי א שלום זכר .

הקיצור עס איז א גאנצע פרשה. 

ענטפער: לחיים! לחיים! כ"ד טבת התשע"ט 11:49 #252850

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 334
  • האט שוין געלייקט: 127 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל
לומד געשריבן on כ"ד טבת התשע"ט 11:27:
 גוט מארגן עד כאן.

יישר כוח פאר מיטטיילן דיין פערזענליכע געפילן. 

די סיסטעם שרייבט אז דו ביסט דא פון מאי אין יאהר 2014. איך בין געווען קודם אויף די ענגלישע סייט בערך א חודש שפעטער. דערנאך בערך א יאהר שפעטער בין איך געקומען צו די אידישע סייט.

איך קען פון במשך השנים זייער אסאך חברים  מיט אזעלעכע וואס האבן ברוך השם אהנגעקומען צו א גוטע ריקאווערי. אנדערע קומען און גייען ווי א שלום זכר .

הקיצור עס איז א גאנצע פרשה.


איינגעשריבן מיט א ניק האב איך דאמאלטס, ליידער האב איך מיר געדרייט דא און אויף די ענגלישע סייט מיט לכל הפחות 2-4 יאר פארדעם אן קיין ניק, איך האב מורא געהאט פון יעדע שאטן, נישט געוואלט זיך איינשרייבן ווייל ווער ווייסט וואס קען נאך געשעהן.......................... הקיצור מיין איינזאמקייט האט זיך געבראכן מן הסתם א יאר אדער צוויי פאר איך האב זיך דא איינגעשריבן, איך האב זיך דאמאלטס איינגעשריבן אין די ענגלישע סייט אונטער אן אנדערע ניק שאאאאאאא, זאג קיינעם נישט אויס......................

משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

ענטפער: לחיים! לחיים! כ"ד טבת התשע"ט 12:11 #252851

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 334
  • האט שוין געלייקט: 127 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

זינט איך האב געהערט די ערשטע מאל די בריוועלע ניגון, איז עס מיר אלעמאל געווען אויף מיין פלעיליסט, איך האב עפעס געשפירט אינעווענדיג אין די ניגון, איז איך האב גענומען די ווערטער און עס אביסל פארדרייט אפצושפילן מיין יעצטיגע מצב, מיט מיינע שטורמישע געפילן, איך לייג אויך צו די ארגינעלע ניגון אלץ אן עטעשמענט.

אינגאנצן צובראכן פארביטער'ט און פארקלעמ'ט
ער קען זיך נישט בארואיג'ן, קיין נחמה פון קיינעם נעמט
געגאנגען אויפזוכן די טרעד'ס מיינע פערזענליכע
משה'לע בענקט נאך זיי, און נאך זיינע פריינד די אויסערגעווענליכע

אוי ווי שיין זענען געווען זייערע בריוו
יעדע נאכט האט מען געשריבן, ארויס פון הארצ'ן טיעף
די בריוו'ן אין זכרונות וועלן מיר אייביג פארבלייבן
די וועג ווי יעדער האט עס געשריבן, די געפילן וואס איז געליגן ביים שרייבן

משה'לע נישט לאנג צוריק, אן איינפאל עס פאלט אים
ער ווייסט די אלע בריוו'ן וואו זיי זענען באהאלטן
ער נעמט פון די ארכיוו'ן, די אלע אלטע בריוו'ן
און זאגט הייליגער באשעפער הער צו
קוק וואס איך האב געפונען, הט אזנך לי

ער שטעלט זיך אראפ און נעמט זיך די בריוועלעך אויפלייענען
איך דערמאן זיך צוריק די צייטן, און איך נעם מיר וויינען
די בריוו'ן און זכרונות, שווערע נסיונות, וואס איך בין פארביי
די הארץ די נשמה, וואס נאר איך פארשטיי

אוי אוי לייען מיר די הארציגע בריוועלעך לייען
עס דערמאנט מיר צוריק די שטימע פונעם שרייבער'ל אליין
די שורה'לעך, די זמירה'לעך, עס נעמט מיר ארום
יעדע מאל וואס איך לייען די בריוועלעך ווער איך מלא רחמים

אוי לייען מיר די הארציגע בריוועלעך לייען
דיין הארץ דיין געבעט דורכדעם וועל איך פארשטיין
אזויפיל צעטעלעך, נאסע בלעטעלעך, עס עפענט יעדע טיר
ווייל יעדעס מאל וואס איך לייען די בריוועלעך וויין איך מיט מיט דיר

אוי אוי בריוועלע, אוי אוי בריוועלע
ס'איז ביי מיר קלאר אז דאס ווערט געליינט ביים מלך קל חי
אוי אוי בריוועלע, יעדע מצב און סביבה'לע
אלעס זעהט דער אייבערשטער, גענוי אזוי

פיל שרייבער'ס האבן זיך געדרייט דא אמאל
מסלתה ומשמנה, מאחינו כל בית ישראל
יעדער האט געשריבן, וויפיל זיי האבן געקענט
מיט געגועין מיט אהבה, מיט'ן פעדער'ל אין די הענט

אין די שווערסטע מצבים געשריגן צום קל חי
השם מה רבו צרי, רבים קמים עלי
איך לויב און דאנק פאר השם אלוקי
מה אשיב לה', כל תגמולוהי עלי

די שרייבער'ס דרייען זיך מער נישט דא, אבער כאטש איז אונז פארבליבן
די הארציגע בריוו'ן וואס זיי האבן דא כסדר געשריבן
אונז נעמיר די כתבים, אין אונזערע מצבים און מיר לייענען איבער
די אלע צרות וואס יעדער איז אריבער

כאטש ס'איז פריוואטע ענינים וואס זיי זענען משורר
די בריוועלעך זענען אבער דעם אייבערשטן מעורר
די בורא הערט אונז לעכטצן, מיט אונזערע קרעכטצן, בכל צער שיש להם
זאגט די באשעפער אני עמהם

אוי לייען מיר די הארציגע בריוועלעך לייען
עס דערמאנט מיר צוריק די שטימע פון שרייבערל אליין
די שירה'לעך די זמירה'לעך, עס נעמט מיר ארום
און יעדע מאל איך לייען די בריוועלעך ווער איך מלא רחמים

לייען מיר די הייליגע בריוועלעך לייען
די הארץ די געבעט דורכדעם וועל איך פארשטיין
די צעטעלעך, נאסע בלעטעלעך, עס עפענט יעדע טיר
און יעדע מאל איך לייען די בריוועלעך וויין איך מיט מיט דיר

אוי אוי בריוועלע, אוי אוי בריוועלע
ס'איז ביי מיר קלאר אז דאס ווערט געליינט ביים מלך קל חי

אוי אוי בריוועלע, יעדע מצב און סביבה'לע
אלעס זעהט דער אייבערשטער, גענוי אזוי

אטעטשמענטס:
משה'לע.

goo.gl/qRFlmr
לעצט פארראכטן: כ"ד טבת התשע"ט 12:29 דורך עד כאן.
  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3
צייט צו מאכן א בלאט: 1.00 סעקונדעס