ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3

טעמע: טוה וואס דו ווילסט! 1252 באזוכער

טוה וואס דו ווילסט! כ"ו טבת התש"פ 23:40 #264252

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 83
  • האט שוין געלייקט: 57 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
  • קאָרמא: 9

יא דער הייליגער באשעפער האט מיר אהער געשוקט.
פון אנהויב האב איך געטראכט אז איך וועל נאר זיך איינשרייבן דא, אויף צו קענען מאכן אזא טשארט פון 90 טעג, און אוודאי אסאך מער, און נישט ארים צוליינען און שרייבן דא.
פון מציאות האב איך געזעהן אז די טשארט העלפט מיר זייער ב"ה אפילו איך בין שוין איינמאל דורך געפאלן זייט דעמאלס, אבער עס האט מיר קלאר געהאלפן סך מער!

למעשה אז מען גייט אריין אפדעטן די נאמבער ווי מען האלט, און פון צייט צו צייט ליין איך יא דא ארים ווי אזוי געוואלדיגע אידן טייערע נשמות זענען זיך מחזק איינע די אנדערן, און בפרט ווען איך זעה ווי אידן 'ציילן מיט' מיט אנדערע האט עס מיר זייער איבערגענומען,
מי כעמך ישראל! טאטע! דו האסט לעכטיגע הייליגע קינדער דא אויף דיין וועלטל,
אידן ווילן זיין ריין! אידן זענען מחזק אידן ווען זיי זענען נאך א טאג ריין!
טאטי דאס איז ווען מיר זענען שוין אין גלות יארן לאנג!


נאכן זעהן די געוואלדיגע חיזוק וואס אנדערע באקומען דא, קען איך אויך באשטיין צו עפענען אן בלאט ווי איך וועל פראבירן צו שטייגן מער און מער, אויפן וועג נענטער צו אונזער טאטען אין הימל!

איך וויל זיין ריין! פינטל.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ז טבת התש"פ 00:24 #264257

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 202 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 823 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1818 מאל
  • קאָרמא: 47

מזל טוב צו דיין נייע טרעד!
און מזל טוב צו דיינע 90 טעג!!

מיר שטייען מיט אויסגעשפיצטע אויער'ן צו הערן און מיטפילן מיט דיינע שמחות!

קיפ אן טראקינג!!

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ז טבת התש"פ 00:29 #264258

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 444
  • האט שוין געלייקט: 407 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל
  • קאָרמא: 28

מזל טוב צו דיין עפענען דיין אייגענע טרעד.
מזל טוב צו דיין ערשטע ריינע טאג.
מזל טוב צו דיין ערשטע ריינע וואך.
מזל טוב צו דיין ערשטע ריינע חודש.
מזל טוב צו דיין ערשטע 90 טעג.
מזל טוב צו דיינע 106 טעג.
גאט זאל זיין מיט דיר, זאלסט טאקע שטייגן ריינערהייט ביז די 120 יאר

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ז טבת התש"פ 09:42 #264266

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 158 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1580
  • האט שוין געלייקט: 934 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2876 מאל
  • קאָרמא: 56
חנוכה געשריבן on כ"ו טבת התש"פ 23:40:



איך וויל זיין ריין! פינטל.


טייערע הייליגער חבר מאך זיכער שטארק צו האלטן דעם פינטל!!! אן א פארוואס אן א פארווען!!! גיב נישט קיין געלעגנהייט פאר קשיות!!!

שכח פארן שרייבן

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ז טבת התש"פ 11:56 #264273

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1516
  • האט שוין געלייקט: 3414 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל
  • קאָרמא: 45

וועלקאם!
גוט דיר צו האבן דא.
מזל טוב פאר דיינע 106 ריינע טעג.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ח טבת התש"פ 23:25 #264286

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 196 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 279
  • האט שוין געלייקט: 315 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 705 מאל
  • קאָרמא: 22
מזל טוב פאר דיינע 106 ריינע טעג.

זאל גאט דיר געבען אסאך ריינע טעג

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! א' שבט התש"פ 13:19 #264347

  • 6417
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 6
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
  • קאָרמא: 1
האסט ממש צוגעטראפן מיינע ווערטער!

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ב' שבט התש"פ 00:34 #264366

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 83
  • האט שוין געלייקט: 57 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
  • קאָרמא: 9

טאטע איך דאנק דיר טאטע איך לויב דיר ווייל איך בין א איד!

טאטי איך וויין טאטי איך בין אבער פרייליך אז דו ווייסט אז איך וויל זיין ריין!
הייליגער באשעפער, איך וויל זיין ריין, און איך וועל זיין ריין! וועסט זעהן.
דו האסט געשעפט נחת פון מיר 'די ביסל' וואס איך האב מיך איינגעהאלטן, אזוי האט מען מיר אויסגעלערנט, און אזוי וועל איך אויסלערנען פאר מיינע קינדערלעך!
טאטי אן דיר איך גארנישט,
אבער איך נעם מיך פָאר פון יעצט:
זיך האלטן דאס אויגעלע ווי עס דארפצוזיין!
נישט נאכזוכן וואס דו לאזט נישט, נישט עפענען קיין אימעלס וואס כ'ווייס אז עס האט נישט צניעות'דיגע בילדער, און אוודאי נישט 'סירטשען' אויף אימאיידעלע בילדער!

טאטי איך דארף א ברכה פון דיר...
איך בעט: העלף מיר, העלף מיר איך זאל ווייטער אנגיין פריש און געשמאק,
העלף מיר טוהן וואס איך וויל!!!


איך זאג דיר צו = דאס וויל איך!
רבותי איך הויב טאקע אן ביי איינס, אבער מיר וועלן אנקומען ארויף הויעך הויעך, בעזרת השי"ת.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ב' שבט התש"פ 03:22 #264372

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 444
  • האט שוין געלייקט: 407 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל
  • קאָרמא: 28

א גוטן טייערע חנוכה
דיין נאמען איז טייטש זיך באנייען, און איך שטוין פון דיין שטארקייט גלייך אנהייבן פון דאסניי, זיך נעמען פון פריש, די וואונד איז נאך נישט פארהיילט, און דו האסט זיך שוין אויפגעהויבן און אנגעהויבן פון דאסניי, זעהט אויס אז דו ווייסט דעם אמת אז די איינצוגסטע היילונג וויאזוי מען קען פארהיילן אזא שטארקע און טיפע קלאפ, איז נאר דורך נישט צוריק קיקן, נאר גלייך קיקן אויף ווייטער, און אנהייבן פון פריש.

הייבסט אן דיי נייע ציילונג מיט א תפילה צו אונזער ליבער טאטע, וועט ער דיר זיכער העלפן און באגלייטן אנצוקומען צו דעם ריכטיגן וועג זיך צו קענען האלטן ריין.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ב' שבט התש"פ 15:19 #264382

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 83
  • האט שוין געלייקט: 57 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
  • קאָרמא: 9

הייליגער באשעפער: דו ווייסט אז איך האב מיך געוואלגערט אין בעט נעכטן, ביז 3:00 אזייגער, ווייל איך האב געטוהן וואס כ'האב געמיינט אז איך וויל טוהן,
און נישט געטוהן וואס איך וויל באמת!
אבער טאטי דאס מאל וועל איך עס באווייזן בס"ד,
צו טוהן וואס איך וויל!

חנוכה זיי קלאר מיט דיר:
דו ווילסט זיין ריין.
און טוה וואס דו ווילסט.
עס קען דיר אנכאפן א גליסטעניש פון צייט צו צייט, אויף זאכן וואס דו ווילסט נישט, טוה עס נישט.


אבער מיט א פרישקייט!
קוק נישט ווי דו ווילסט נישט,
נישט קיין סייטס, נישט קיין אימעלס וואס דו זעהסט אז עס טויג נישט, נישט פארן אויף א גאס, וואס דו ווייסט אז מען קען דארט גרינג נכשל ווערן,
טאטע, איך דארף דיין הילף, חוס ורחם עלינו!
קבל ברחמים וברצון את תפילתינו!

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ב' שבט התש"פ 18:46 #264385

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 31
  • האט שוין געלייקט: 14 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

חנוכה טייערער!
קודם חנוכה איז די ריכטיגע צייט און פלאץ וואס שיינט אריין אורות פון קדושה וטהרה צו יודישע הערצער, און פון דיינע ריכטיגע רצון קען עס העלפן פאר דיר און פאר אונז אלע!
לאמיר זיך שטענדיג האלטן און שטיין פעסט סיי פאר אונזער חלק און סיי די חלק וואס דאס קען העלפן אנדערע אויך צו אנגעפילט ווערן מיט קדושה וטהרה!
שטארק דיך טייערע חנוכה דיינע קומענדיגע שטארקע טעג גייט העלפן אונז אלע בעז"ה

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!

This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ג' שבט התש"פ 00:03 #264394

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 202 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 823 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1818 מאל
  • קאָרמא: 47

אוי חנוכה אוי חנוכה א יו''ט א שיינע...............
אלע טעג מיט דריידלעך שפילן מיר
הייסע פרישע כרעמזלעך אן א שיעור.

קומט קינדער, געשווינדער...... 
מען זאגט על הניסים, מען דאנקט אים פאר די נסים, און לאמיר אלע טאנצן צוזאמען.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ג' שבט התש"פ 10:12 #264400

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 83
  • האט שוין געלייקט: 57 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
  • קאָרמא: 9

טייערע חנוכה:
עס איז קלאר אז נישט אלעמאל איז עס אזוי גרינג זיך צוריקצוהאלטן..
אבער די געשמאק פון זיין דיצפלינט, און טוהן וואס דו ווילסט באמת איז אסאך מער געשמאק!
טוה עס פאר דיר,
טוה עס פאר דיין משפחה,
טוה עס פארן טאטען אין הימל,
טוה עס כדי מחזק צו זיין אנדערע אידן דא וואס מיטשענען זיך ווי מיר,

טוה וואס דו ווילסט!

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ג' שבט התש"פ 16:01 #264418

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 158 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1580
  • האט שוין געלייקט: 934 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2876 מאל
  • קאָרמא: 56

דער טראקט אריין!!!!

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ד' שבט התש"פ 21:17 #264442

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 83
  • האט שוין געלייקט: 57 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
  • קאָרמא: 9

טאטע איך דאנק דיר באמת פאר די לעכטיגע דריי טעג וואס איך האב געהאט ביז יעצט.
טאטי איך וויל נישט פאלן, איך וויל מארשירן וואטער ווי א לעכטיגע איד,
טאטי איך וויל זיין קלאר אז דאס וויל איך טאקע,
טאטי העלף מיר אזוי ווי ביז היינט, צו זיין ערליך,
- אזוי ווי איך וויל באמת!

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ד' שבט התש"פ 23:24 #264443

  • מצפה לישועה
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 32
  • האט שוין געלייקט: 9 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל
  • קאָרמא: 4

מיר פרייען זיך אלע מיט מיט דיין שמחה, האלט ווייטער אן, און ערלויב זיך צו שפירן א גוטע העלדישע געפיל מיט באק ציין!!! כ'זאג דיר מ'מעג!!!! (זיך צו שפירן צושאסן נאך א דורכפאל קומט אן זייער גרינג... מען דארף נישט קיין ערלויבעניש אמת? הגם עס באגראבט נאר, נו מדה טובה מרובה עס וועט אוודאי נישט שאטן)

לעצט פארראכטן: ד' שבט התש"פ 23:25 דורך מצפה לישועה.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ה' שבט התש"פ 13:45 #264449

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 83
  • האט שוין געלייקט: 57 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
  • קאָרמא: 9
לְכָה דוֹדִי לִקְרַאת כַּלָּה, פְּנֵי שַׁבָּת נְקַבְּלָה

עס כאפט מיר א טרייסל אז איך גיי מקבל זיין דעם שבת המלכה, און עטליכע שעה, מיט וואסארע פנים...
באמת איך שעם מיך זייער, איין זאך באראיגט מיר, אז דו ווייסט אז איך שעם מיך באמת, און אז דאס מיינט אז בעצם וויל איך זיין געטריי צו דיר...

זייט איך האב דיר פאריגע מאל געזעהן, מיט האבן זיך געזעגענט מיט א געפיל אז מיר וועלן זיך טרעפן אין א וואך, און ווייטער זיין אינאיינעם געטריי איינעם צום אנדערן...
איך גיי דיר זעהן אין עטליכע שעה, און דו גייסט זעהן און וויסן וואס איך האב געטוהן... זיך אנגעזעהן מיט אנדערע... איך בין נישט געווען געטריי צו דיר...

אבער איך זאג דיר טייערע באליבטע כלה:
דו גייסט מיר העלפן,
דו גייסט משפיע זיין כל טוב בגשמיות און ברוחניות,


כלה טייערע:
דו קענסט מיר, אמת?!
קענסט אריינקוקן אין מיין הארץ וועסטו זעהן,
איך האב דיר ליב!
איך בין געטריי צו דיר!

איך האב אפילו גע'עפענט א 'טרעד' לעצענס מיטן נאמען 'טוה וואס דו ווילסט!'
ווייל דאס וויל איך טאקע!
איך זאג דיר איך וועל דיר קיינמאל נישט איבערלאזן:
"בֹּאִי בְשָׁלוֹם עֲטֶרֶת בַּעְלָהּ, גַּם בְּרִנָּה וּבְצָהֳלָה, תּוֹךְ אֱמוּנֵי עַם סְגֻלָּה:
בֹּאִי כַלָּה, בֹּאִי כַלָּה, בֹּאִי כַלָּה, שַׁבָּת מַלְכְּתָא"
לעצט פארראכטן: ה' שבט התש"פ 13:55 דורך חנוכה. אורזאך: אביסל פארבעסערט..

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ה' שבט התש"פ 14:13 #264452

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1016
  • האט שוין געלייקט: 5545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 892 מאל
  • קאָרמא: 17

דער חנוכה איז דא מיט א פרישקייט
איך פיעל זייער גוט צו שפאנען צוזאמען ציט אים אויף די 90 טעג טשארט

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ז' שבט התש"פ 13:33 #264462

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1516
  • האט שוין געלייקט: 3414 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל
  • קאָרמא: 45

דער חנוכה האט א ווארים הארץ, און ס'גיסט זיך ארויס פון זיין פעדער אין מיין הארץ אריין.
מזל טוב פאר דיינע 6 ריינע טעג! קיפ איט אפ!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ז' שבט התש"פ 15:23 #264464

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 83
  • האט שוין געלייקט: 57 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
  • קאָרמא: 9

א גוטע וואך אלע מיינע טייערע חבירים דא:
עס איז געווען א לעכטיגע שבת,  איך וועל שוין שרייבן א incident וואס האט פאסירט מיט מיר די וואך שבת פארן דאווענען –

אבער קודם וויל איך מיר באציען צו אינזער טייערע בעסטע חבר יחיא-ל..

ווי עצט זעהט'ס האב איך מיר דא איינגעשריבן ממש 24 שעה פאר יום הקדוש דאס יאר, דעם סייט האב איך שין באמערקט עטליכע חדשים פארדעם, פון צייט צו צייט אריינגעבליגט, אבער איך האב נישט געטראכט אז דאס איז געמאכט פאר מיר.

אבער נאכן האבן א דורך-פאל אין זיך אנזעהן מיט וואס מען טאר נישט אין אזעלעכע הויכע טעג.

איך האב עס נישט אויסגעהאלטן, אין מחליט געווען:

עד כן! און איך האב געטוהן די שריט, און זיך איינגעשריבן אין הד"א אינטערן ניק = חנוכה.

שוין אז מען מיז, מיז מען.

בעסער געזאגט: אז איך וויל מיר העלפן, איז געגאנגען!

למעשה האב איך איינגעסיינט און געגאנגען ווייטער.

גייט נישט דורך קיין לאנגע צייט און איך באקום אן אימעל פון איינער יחיאל...

"שלום עליכם 'חנוכה'
מיין ניק איז יחיאל
איך בין שוין דא אויף די סייט מער פון אן האלבע יאר ב''ה איך האב אסאך געשטיגן
אויב די דאפסט עפעס הילף .בעט מיר אין אויב איך קען דיר העלפן .גיי איך בס''ד
עניוועי אסאך הצלחה א גמר חתומה טובה מיט א שמייכל
שמייכל הק' יחיאל ביי ביי..."

איך וויל אייך זאגן רבותי, איך האב געפילט ווי מיין נשמה איז ארויסגעפלויגן... וואסארע ווינט האט אהער געבלאזן דעם מאדנע יחיאל צו מיר?! האב איך געטראכט צו מיר מיט מורא.

איך האב גארנישט געטוהן, סך הכל זיך איינגעשריבן אין לכאו' א נארמאלע סייט, ווי מען גייט זיך מחזק זיין צו זיין ערליך, און אויפהערן מיט שלעכטע געוואונהייטן, נישט אין א קרעטשמע ווי עס דרייען זיך מענטשן וואס זענען גרייט צו גיין סעלבסט מארד...

ווער האט אים אויסגעזאגט מיין אימעל אדרעסס?!

און פארוואס איז ער משוגה?

פארשטייט'זיך איך האב אים ניטאמאל גע'ענטפערט.

גייט דורך א טאג צוויי, און אודך:

"או חנוכה ..או חנוכה ... א יום טוב א שייינע.... א ליסטיגע......... א פרייליכע....................... נישט דא נאך אזיינע.......................... וואס טוט זוך?"

שוין דער יחיאל לאזט נישט נאך, האב איך אים אפגע'ענטפערט:

"ב"ה ר' יחיאל אלעס איז פיין! איך וואונטש דיר פון טיפן הארצן אלעס גוטס! מאך א לעבן!"

די רעסט איז היסטארי, איך האב מיר אביסל דא באקענט, און אביסל געליינט פון דעם "הק' יחיאל ביי ביי..."

און איך מיז דיר זאגן – יחיאל דו ביסט גוט! דו ביסט טאקע א קדוש! דו ביסט אן עקשן! ביסט אויפן ריכטיגן וועג, די וועג איז טאקע אביסל געדרייט, אבער דאס איז די וועג!

יחיאל מיר שפאנען אינאיינעם!

איין שאלה: פארוועם זאגסטו 'ביי ביי' ?

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ז' שבט התש"פ 17:33 #264465

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1016
  • האט שוין געלייקט: 5545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 892 מאל
  • קאָרמא: 17

איך בלאש יעצט נאכן ליינען די פואסט  
יא איך האב זוך דערמאנט איבער די צוויי מעסעטשעס
אין איך בעט דיר איבער אויב עס האט דיר אנפאנג געשטערט.
עס כאפט מיך פון צייט צו צייט 
צו שיקען מעסעטשעס פאר פרישע חברים
וויבאלט איך געדענק אז ביי מיר ווען איך בין אנפאנג געוועיזן אויף הד"א
האב איך זייער שטארק געווארט אויף קירוב
ממילה פון צייט צו צייט טוה איך דאס

שמייכל הק' יחיאל ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ז' שבט התש"פ 18:02 #264474

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1516
  • האט שוין געלייקט: 3414 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל
  • קאָרמא: 45
חנוכה געשריבן on ז' שבט התש"פ 15:23:

א גוטע וואך אלע מיינע טייערע חבירים דא:
עס איז געווען א לעכטיגע שבת,  איך וועל שוין שרייבן א incident וואס האט פאסירט מיט מיר די וואך שבת פארן דאווענען –

אבער קודם וויל איך מיר באציען צו אינזער טייערע בעסטע חבר יחיא-ל..


און איך מיז דיר זאגן – יחיאל דו ביסט גוט! דו ביסט טאקע א קדוש! דו ביסט אן עקשן! ביסט אויפן ריכטיגן וועג, די וועג איז טאקע אביסל געדרייט, אבער דאס איז די וועג!


איך בין מסכים צו יעדע ווארט וואס דו זאגסט וועגן יחיאל, ער איז א חיות פאר די קהילה.
זיין ארבעט איז צו באוואונדערן!
נ.ב. איך ווארט נאך צו הערן די אינצידענט פון שבת

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ח' שבט התש"פ 00:05 #264481

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 83
  • האט שוין געלייקט: 57 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
  • קאָרמא: 9

א קוויטל ביים של"ה הקדוש!

שבת קודש 8:15 אינדערפרי פארן דאווענען, שוין געגעבן פאר די קינדער'לעך פיינע Cereal מיט מילך און מיט ראגעלעך, אויך שוין געווען אין מקוה, זיץ איך מיר אזוי ביים דייניג רום, מיט א של"ה הקדוש דאס מאל האב איך ארויסגענומען א צווייטע באנד פונעם של"ה 'תולדות אדם' און אנגעהויבן צו לערנען ווי ער איז מסביר פשט פונעם פסוק וואס שלמה המלך זאגט אין משלי: כִּי נֵר מִצְוָה וְתוֹרָה אוֹר וְדֶרֶךְ חַיִּים תּוֹכְחוֹת מוּסָר... מען טרינקט צו א פיינע הייסע קאווע און מען בייסט צו א שטיקל ווייסע טשאקלעט... (שא איך האלט נאכנישט ביים תשובה טוהן פאר די טשאקלעט פארן דאווענען – בצפרא דשבתא...)

און... איך פיל ווי אין די פריעדיגע Pages איז דא עפעס, וואס איז דאס, מיש איך צוריק זעה איך אן אנגעקניישטע צעטיל... נו עס איז דאך מיין של"ה ווער לייגט דארט צעטליך?!

איך עפען עס, און איך ליין מיין שריפט:

בס"ד

ערש"ק מטות – מסעי תשע"ה

לעכטיגע של"ה הקדוש,

אני  _____ בן _____ , האב ביטער דורך געפאלן

איך האב מיר נישט געקענט באהערשן

איך האב אזוי חרטה!

תן בי כח לתשובה

הייליגע של"ה איך וועל לערנען אין דיין ספר, באלייכט מיר די אויגן, איך זאל זעין ווי אזוי צו תשובה טוהן און ווי אזוי זיך צו פירן בעבודת השם, בשמחה, ובטהרה, בקדושה, ובאמת,

איך וויל בס"ד מאכן שטארקע קבלות על להבא,

ובישב הדעת,

העלף ס'זאל זיין א ירידה לצורך עליה!

החותם בלב שבר ובחרטה

__________

אוי אוי רבונו של עולם טראכט איך צו מיר

דאס איז שוין א מעשה פון איבער 4 יאר צוריק...

וואו האלט איך יעצט?!

ס'איז אדורך געלאפן די לעצטע 4-5 יאר אין זיכרון, און ניין, איך וואלט עס בשום אופן נישט געווארפן אין גארביטש, בשום אופן.

יא די יארן זענען געווען אסאך up and downs אבער איך האב פיל פיל אויפגעטוהן, די גוטע זאכן וועגן אסאך מאל איבער...

איך וויל נישט אויסרעכענען וואס די זאכן זענען, ווייל איך וויל נישט מען זאל וויסן וועלעכע נשמה איז באהאלטן אינטער חנוכה...

אבער יא, ס'איז קלאר אז ווען איך האב געשריבן די קוויטל האב איך נישט געגלייבט אז עס וועט מיר נעמען אזוי לאנג.

אבער וויין נישט, וויין נישט,

עס וועט זיין גוט! וועסט נאך שיינען און לייכטן – אזוי ווי דו ווילסט!

אה וואס פרעגסטו, צו ס'וועט זיין גרינג?!

ניין קלאר אז נישט! ווייס עס פון פאראויס,

איך האב שוין היינט געהאט א שווערע ניסיון, אמת ס'איז געווען שווער?!

גאר שווער!

אבער האסט עס בייגעשטאנען!

א קלאפ אין פלייצע חנוכה!

יישר כח באשעפער!

לעצט פארראכטן: ח' שבט התש"פ 00:35 דורך חנוכה.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ח' שבט התש"פ 11:54 #264489

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1516
  • האט שוין געלייקט: 3414 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל
  • קאָרמא: 45

מורא'דיג!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ט' שבט התש"פ 01:35 #264504

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 21 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 49
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל
  • קאָרמא: 6
ריכטיג 'חנוכה' די האלסט ביי אכט טאג, יעדן טאג עקסטערע נס מוסיף והולך בקדושה ופוחת והולך בטומאה

אה ריינע איד אין א ריינע טאג דורך איין קוק ווינציגער



הודו להשם

ויהיה רצון שיהא ש'מרם ב'רכם ט'הרם (ר"ת שבט)

ריינע טעג פאר יעדן איינעם דא
לעצט פארראכטן: ט' שבט התש"פ 01:36 דורך איין קוק ווינציגער.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ט' שבט התש"פ 15:07 #264510

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 83
  • האט שוין געלייקט: 57 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
  • קאָרמא: 9

איין מינוט... כ'גיי זיך וואשן די הענט...

לשם יחוד קודשא בריך הוא...

געלויבט ביסטו טאטע (היה הוה ויהיה) אינזער הער, דער קעניג פון די וועלט.

וואס ער האט אונז געהייליגט מיט זיינע מצות, און האט באפוילן צו ציילן ריינע טעג:

הַיּוֹם שְׁמוֹנָה יָמִים, שֶׁהֵם שָׁבוּעַ אֶחָד וְיוֹם אֶחָד לָעֹמֶר: (חסד שבגבורה)

שרייט'ס אלע הויעך אמן!!

טייערע וואוילע חנוכה דו האסט אין דיר 8 גאלדענע טעג!

8 טעג פארן הייליגן באשעפער,

8 טעג וואס דו פראסקעסט דעם יצר אין פנים – בס"ד,

8 טעג וואס ביסט מקרב די גאולה,

8 טעג וואס דו האסט געטוהן וואס דו ווילסט!
שטארק דיר און גיי ווייטער!

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ט' שבט התש"פ 16:10 #264512

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 413 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 462
  • האט שוין געלייקט: 489 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 741 מאל
  • קאָרמא: 1

חנוכה 
איך ווייס אז סאיז א שיין געשריבן אבער טיף אינטער די ווערטער זע איך א איד א צדיק וואס איבער א וואך 8 טעג 
גאנצע אכט טעג שרייבט זיך גרינג אבער סאיז 8 גאנצע טעג

קיינער וועט עס פין דיר קיינמאל נישט קענען אוועקנעמען 

חזק מיר קיקען ארויס אויף דיין הצלחה 

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! י"ב שבט התש"פ 01:55 #264564

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 83
  • האט שוין געלייקט: 57 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
  • קאָרמא: 9

טאטע זיסע, עס קומט דאך 'שבת שירה'

עס איז מיר א גרויסע שמחה אז איך וועל קענען מקבל זיין דעם שבת המלכה בשירה ובשמחה, אז יא טייערע כלה, איך האב זיך געזעגענט פון דיר 7 טעג צוריק, האסט מיר געבעטן איך זאל זיך האלטן ריין, הייליג, און ערליך.

טייערע כלה נאה: איך בין דא פאר דיר!

קוק! זעה!

אלעס נאר פאר דיר!

אין ניין טייערע כלה, עס איז בכלל נישט געווען אזוי גרינג.

די וואך איז 2 מאל געווען ווען איך האב ארים געזיכט א געוויסע בילד, איז ארויפגעקומען ציווישן זיי אויך אים איידעלע בילדער, וואס אין נארמאלע (?!) אימשטענדן וואלט איך געגעבן א 'קליק' אויף יענע בילד, אין ס'וואלט ארויפגעקומען נאך, און בעסער'ס...

אבער נישט נאר איך האב נישט געקליקט אויף די בילד, נאר איך האב אפילו נישט נאכאמאל געבליקט, "וואס האב איך נאר געזעהן..."

אבער דו קענסט מיין 'געפילישע הערצל' עס איז געגאנגען בליט, אביסל פון מיר און מער פונעם יצר הרע.

כלה טייערע: "איך וויל דיר מקדש זיין מיט די דאזיגע בליט!"

"לְךָ אֶזְבַּח זֶבַח תּוֹדָה וּבְשֵׁם ה' אֶקְרָא"

נו פייגעלעך זינגסט מיט... איר האט דאך מיט געזינגען מיט די אידן ביים ים סוף...

א גוט שבת!

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! י"ב שבט התש"פ 02:23 #264565

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 31
  • האט שוין געלייקט: 14 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

יאפ יעצט וועט מען קענען מיט א העכערן קול אויסשרייען
"זה קלי ואנוהו אלקי אבי וארוממנו"
אים די הייליגע באשעפער האט איך געטראפן ביים זיך רייסן מיט מיין ייצר הרע,

קיפ אן די גאוד ווארק..

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!

This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

לעצט פארראכטן: י"ב שבט התש"פ 02:23 דורך אפהיטן.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! י"ד שבט התש"פ 20:54 #264587

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 83
  • האט שוין געלייקט: 57 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
  • קאָרמא: 9

טאטי גיב מיר א שיינע אתרוג!

ווי עס שטייט אין ספרים אז ט"ו בשבט איז א גרויסע סגולה אויסצובעטן פאר א שיינע ריינע אתרוג.

וואסזשע דארף מען א 'שיינע ריינע' אתרוג?! ווייסען מיר אלע אז דער אתרוג איז רומז אויפן הארץ, און מיר אלע ווילן האבן א ריינע הארץ!

וויל איך אויסניצן דעם גרויסן טאג, און בעטן גראד צום פינטל.

"טאטע זיסער, איך וויל א שיינע ריינע הארץ"

א הארץ וואס ציט נישט צו 'טוהן' וואס דו לאזט נישט!

א הארץ וואס ציט נישט צו 'טראכטן' וואס דו לאזט נישט!

א הארץ וואס ציט נישט צו 'קוקן' וואס דו לאזט נישט!

א הארץ וואס וויל טוהן דיין ווילן מיט א שמחה!

א הארץ אנגעפילט מיט אהבה פאר אידישע קינדער!

א הארץ וואס גיסט'זיך אויס פאר דיר ביים דאווענען!

א הארץ אנגעפילט מיט תורה און יראת שמים!

און איין ווארט: וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ

"לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹהִים וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי”

טאטע זיסע העלף איך זאל קענען מגלה זיין וואס איך וויל באמת!

טאטי איך האב אסאך צו שרייבן צו דיר, אבער נישט יעצט, איין זאך בעט איך דיר, געניג געווען אלע יארן ביז יעצט, איך וויל א שיינע אתרוג!

געשריבן: מיט א הארץ אנגעפילט מיט 'חרטה על העבר'.

מיט א הארץ אנגעפילט מיט 'דאנק געפיל אויף דעם הוה'.

מיט א הארץ אנגעפילט מיט 'האפענונג אויפן עתיד'!

טאטי איך האב דיר ליב

דיין קינד: חנוכה 

לעצט פארראכטן: י"ד שבט התש"פ 22:05 דורך חנוכה.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ט"ו שבט התש"פ 09:49 #264590

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 158 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1580
  • האט שוין געלייקט: 934 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2876 מאל
  • קאָרמא: 56
WOW WOW WOW

א אמתע זכי צו זיין מיט דיר דא!

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ט"ו שבט התש"פ 17:19 #264610

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1016
  • האט שוין געלייקט: 5545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 892 מאל
  • קאָרמא: 17
כרעמזל געשריבן on ט"ו שבט התש"פ 09:49:
WOW WOW WOW

א אמתע זכי צו זיין מיט דיר דא!

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ד שבט התש"פ 00:25 #265020

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 83
  • האט שוין געלייקט: 57 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
  • קאָרמא: 9

טאטע איך דאנק דיר, טאטע איך לויב דיר, ווייל איך האב דיר ליב. 
טאטע איך דאנק דיר, טאטע איך לויב דיר, ווייל איך בין א איד. 
טאטע איך דאנק דיר, טאטע איך לויב דיר, ווייל איך בין נאך ריין. 
טאטע איך דאנק דיר, טאטע איך לויב דיר, ווייל איך קען טוהן וואס איך האב ליב! 

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ד שבט התש"פ 01:32 #265022

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 444
  • האט שוין געלייקט: 407 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל
  • קאָרמא: 28
חנוכה געשריבן on כ"ד שבט התש"פ 00:25:

טאטע איך דאנק דיר, טאטע איך לויב דיר, ווייל איך האב דיר ליב. 
טאטע איך דאנק דיר, טאטע איך לויב דיר, ווייל איך בין א איד. 
טאטע איך דאנק דיר, טאטע איך לויב דיר, ווייל איך בין נאך ריין. 
טאטע איך דאנק דיר, טאטע איך לויב דיר, ווייל איך קען טוהן וואס איך האב ליב! 


טאטע איך דאנק דיר, טאטע איך לויב דיר, ווייל די האסט אונז געברענגט חנוכה
טאטע איך דאנק דיר, טאטע איך לויב דיר, ווייל חנוכה האלט ביי 23 טעג

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ד שבט התש"פ 11:32 #265034

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1516
  • האט שוין געלייקט: 3414 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל
  • קאָרמא: 45

געוואלדיג!
חנוכה האט שוין געצינדן 23 ליכטעלעך!
כן יעזור ה' להלאה.
זיי געזונט און ריין.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ה שבט התש"פ 15:23 #265071

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 83
  • האט שוין געלייקט: 57 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
  • קאָרמא: 9

אוֹר פָּנֶיךָ עָלֵינוּ אָדוֹן נְשָׂא

טאטי אין הימל, עס איז מיר א פארגענוגען צו טוהן וואס איך וויל, און זיך נישט לאזן פון מיין יצר הרע וואס דו האסט איינגעפלאנצן אין מיר, אפילו אסאך מאל פראבירט ער מיר צו מאכן פילן כאילו איך וויל זיך נאכגעבן אביסל, און זיין אפען צו די וועלט... קוקן און הנאה האבן... כאילו שעפן תענוג...

אסאך מאל קען ער איינרעדן אז דו וועסט נישט זעהן וועסטו דערלייגן.. עס איז א גוטץ...

ניין טאטי איך ווייס וואס איך וויל!

אבער טאטע, העלף מיר און מיינע בעסטע חבירים, וואס איך האב זיי אונזינען, (אפילו איך ווייס נישט זייער ניק נאמען מיט וואס זיי רופן זיך אויף דיע עולם, נאר זייער ניק וואס זיי רופן זיך אויף הד"א) אונז זאלן טאקע אייביג וויסן וואס אונז ווילמער באמת! זיך שטארקן און נישט פאלן צום יצר!

טאטע אוֹר פָּנֶיךָ די שיין פון דיין פנים, עָלֵינוּ אויף אונז חברי הד"א, אָדוֹן נְשָׂא קוק אויף אונז! באגלייט אונז! הייב אויף אונזער שכל! - בָּרְכֵנוּ בַשָּׁלוֹם אֵל רָם וְנִשָּׂא!

לעצט פארראכטן: כ"ה שבט התש"פ 16:59 דורך חנוכה.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ה שבט התש"פ 19:19 #265097

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 158 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1580
  • האט שוין געלייקט: 934 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2876 מאל
  • קאָרמא: 56

שיין!

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ב' אדר התש"פ 17:13 #265283

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 83
  • האט שוין געלייקט: 57 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
  • קאָרמא: 9

טאאאאטי!!!
איך בעט דיך, איך בעט דיך!!
איך וויל זיין וואויל, איך וויל זיין ערליך!
איך וויל נישט קוקן ווי מען טאר נישט!
איך בעט דיך!!
העלף מיר!
טאטי!!!

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ב' אדר התש"פ 17:30 #265287

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 444
  • האט שוין געלייקט: 407 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל
  • קאָרמא: 28
חנוכה געשריבן on ב' אדר התש"פ 17:13:

טאאאאטי!!!
איך בעט דיך, איך בעט דיך!!
איך וויל זיין וואויל, איך וויל זיין ערליך!
איך וויל נישט קוקן ווי מען טאר נישט!
איך בעט דיך!!
העלף מיר!
טאטי!!!


איך קען אביסל טוישן די נוסח פון דיין תפילה ?
טאטי
איך בעהט דיר
איך בין וואויל און איך בין ערליך
נאר דו האסט מיר באשאפן מיט מיינע שוועריגקייטן
בעהט איך דיר העלף מיר אז איך נישט קיקן ווי מען טאהר נישט
און נישט טוהן וואס מען טאהר נישט

פארשטיי א מענטש דארף וויסן וואויל און ערליך מיינט נישט אז מען פירט אלעס אויס למעשה, ווייל צו מען זאל עס קענען אויספירן אדער נישט ווענד זיך נישט אין אונז, עס ווענד זיך אין אויבערשטן, נאר אונז דארף מיר אויפארבעטן אונזער רצון צו אמת'דיג וועלן בלייבן ריין, און זיין גרייט צו טוהן וואס אימער צו בלייבן ריין, און דעמולט'ס וועט דער אויבערשטער אונז העלפן אז מיר זאלן עס קענען אויספירן אויף למעשה

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ג' אדר התש"פ 10:20 #265317

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 83
  • האט שוין געלייקט: 57 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
  • קאָרמא: 9
Heiligertzadik געשריבן on ב' אדר התש"פ 17:30:

חנוכה געשריבן on ב' אדר התש"פ 17:13:

טאאאאטי!!!
איך בעט דיך, איך בעט דיך!!
איך וויל זיין וואויל, איך וויל זיין ערליך!
איך וויל נישט קוקן ווי מען טאר נישט!
איך בעט דיך!!
העלף מיר!
טאטי!!!


איך קען אביסל טוישן די נוסח פון דיין תפילה ?
טאטי
איך בעהט דיר
איך בין וואויל און איך בין ערליך
נאר דו האסט מיר באשאפן מיט מיינע שוועריגקייטן
בעהט איך דיר העלף מיר אז איך נישט קיקן ווי מען טאהר נישט
און נישט טוהן וואס מען טאהר נישט

פארשטיי א מענטש דארף וויסן וואויל און ערליך מיינט נישט אז מען פירט אלעס אויס למעשה, ווייל צו מען זאל עס קענען אויספירן אדער נישט ווענד זיך נישט אין אונז, עס ווענד זיך אין אויבערשטן, נאר אונז דארף מיר אויפארבעטן אונזער רצון צו אמת'דיג וועלן בלייבן ריין, און זיין גרייט צו טוהן וואס אימער צו בלייבן ריין, און דעמולט'ס וועט דער אויבערשטער אונז העלפן אז מיר זאלן עס קענען אויספירן אויף למעשה


זייער ריכטיג, און גוט ארויסגעברענגט!
ייש"כ הייליגער צדיק 

  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3
צייט צו מאכן א בלאט: 1.29 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא