ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3

טעמע: טוה וואס דו ווילסט! 1250 באזוכער

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ט אדר התש"פ 17:10 #265941

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 158 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1580
  • האט שוין געלייקט: 934 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2876 מאל
  • קאָרמא: 56

מיר אלע האבן דיר אינזינען

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ד' ניסן התש"פ 00:55 #265993

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 83
  • האט שוין געלייקט: 57 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
  • קאָרמא: 9

עס איז אזוי מין שטיל דאהי אז איך האלט עס ממש נישט אויס...
וואס גייט זיין דא?! איינער איז נאך אינטערסירט דא זיך צו מחזק זיין? און צו מחזק זיין אנדערע?!
איינער גייט בכלל ליינען די  פאוסט וואס איך האב איצטער געשריבן?!

איך וואונטש ענק אלע א פרישע געזונטע ריינע פרייליכע וואך מיט אסאך התחזקות, אפילו אין אזא צייט וואס אידן (און די גאנצע וועלט) גייען אדורך שווערע צייטן, לאמיר זיך מחזק זיין, לאמיר טוהן רצון הבורא!

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ד' ניסן התש"פ 01:13 #265994

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 388 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 982
  • האט שוין געלייקט: 681 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1920 מאל
  • קאָרמא: 43
חנוכה געשריבן on ד' ניסן התש"פ 00:55:

עס איז אזוי מין שטיל דאהי אז איך האלט עס ממש נישט אויס...
וואס גייט זיין דא?! איינער איז נאך אינטערסירט דא זיך צו מחזק זיין? און צו מחזק זיין אנדערע?!
איינער גייט בכלל ליינען די  פאוסט וואס איך האב איצטער געשריבן?!

איך וואונטש ענק אלע א פרישע געזונטע ריינע פרייליכע וואך מיט אסאך התחזקות, אפילו אין אזא צייט וואס אידן (און די גאנצע וועלט) גייען אדורך שווערע צייטן, לאמיר זיך מחזק זיין, לאמיר טוהן רצון הבורא!


מיין טייערע חבר, יא! מען ליינט וואס דו שרייבסט, און דער עולם איז דא פאר דיר דיך מחזק צו זיין.

בער פאר יעצט קען איך דיר נאר איבערשרייבן דאס וואס איך האב געשריבן דא דער סיבה פארוואס עס איז מער שטיל אין דער יעצטיגע תקופה, וואס עס איז א פארשטענדליכע זאך. דאס דארף נישט צוברעכן קיינעם, און אוודאי נישט אוועקנעמען די מוט.



מיינע צוויי סענט איבער דער נושא.

קודם איז וויכטיג צו וויסן, אז היפשע חבירים האבן אין די טעג נישט קיין געהעריגע עקסעס צום סייט, זייער אסאך פון דער קהילה דא קומען אריין דאהי פון דער ארבעט, און היות אין די יעצטיגע טעג אין קיין ארבעט דא, ע"כ איז אוטאמאטיש שטילער אויפן סייט

והשנית, אסאך פון וואס איך ווייס, האבן פשוט נישט אזוי דער מוט יעצט צו קומען און שרייבן, ווי נישט ווי, די געמיטער זענען צושטורעמט, צומיטשט, מען לעבט דורך א קריזיס וואס דער באשעפער זאל העלפן אז ס'זאל דורכגיין ווי אמשנעלסטן און אן נאטך פאטאליטעטן

דער עולם איז אזוי אויך פארנומען מיט פינאנציאנאלע דאגות וכדומה, מיט די הכנות פארן יו"ט, און מיט די קינדעלעך

בנוגע אן אפיל, ס'איז זיכער אז ס'איז זייער גוט און חשוב פאר ווער עס קען יא ארויפקומען און שרייבן דא, אבער ווי געשריבן, איז דא דער פולער פארשטענדענישט פארוואס ס'איז שטילער דא אביסל

אבער וואס איך וויל ארויסברענגען בעיקר איז, אז עס איז וויכטיג צו געדענקן, אז אין די שפאלטענעס פון דער סייט וואס גייט שוין אן אריבער אכט יאר כולן שווין לטובה, איז במשך די יארן אזויפיל שיינע און וויכטיגע זאכן געריבן געווארן דא, און ס'איז ממש א שאד נישט צו  נישטערן און דורכליינען אלעס דא אויפן סייט, איז ווען ס'איז אביסל שטילער, איז דאס אפשר א פאסיגער צייט צו איבערקוקן אלטע ארכיוון, און אויב מען באגעגענט זיך מיט עפעס וואס קען נוגע אדער אינטערעסאנט זיין פארן עולם זאל מען עס אפשטויבן און ארויפברענגען ליהנות בהם בני אדם,

די עיקר בלייבט אלע געזונט און ריין!


וואס איז וויל יא מוסיף זיין איז, אז ווי שוין געשריבן אין מערערע פלעצער, אז עס איז באמת וויכטיג און געווינטשן צו האבן א חבר מיט וועם "מ'רעדט" אדער מ'טרעפט זיך, וואס דאס איז עפעס ווען מ'קען אלעמאל רופן, און מען האט אייביג איינעם צו דער האנט.

ווי שוין גערעדט, דארף מען זיין פארזיכטיג פאר מען געט ארויס די אייגענע אידענטעטי פאר איינעם פון די סייט, עס איז אלעמאל געווינטשן צו פרעגן איינעם פון די מנהלים פאר מען וויל זיך באקענען מיט איינעם וואס מען שפירט זיך אינעם זעלבן מצב ווי יענעם, אדער עס מען וועט שעפן חיזוק און עס וועט זיין לתועלת ווען מען וועט זיך באקענען מיט יענעם.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: ד' ניסן התש"פ 01:14 דורך אחכה לו.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ד' ניסן התש"פ 07:33 #265996

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 444
  • האט שוין געלייקט: 407 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל
  • קאָרמא: 28

טייערע ברודער
אונז זענען מיר אלע דא
מיר ווייסן נאר נישט פונקטליך ווי מיר זענען
צו אינמיטן אויסרוימען דעם חמץ, אדער אינמיטן אנגרייטן דעם פסח, צו אינמיטן שפילן מיט די קינדער, אדער אינמיטן מסדר זיין די וויכטיגע זאכן אין שטוב, צו אינמיטן זיך שלאגן מיט די מגפה וואס בוזשעוועט אין די גאסן, און צורייסט אונזערע הערצער יעדע מינוט מיט א פרישע צרה א פרישע טראגעדיע א פרישע קרבן וכו' וכו', אוי עס רייסט  ביים הארץ.

אבער מיר זענען דא צוזאמען מיט אונזערע לעבעדיגע ברידער, להתחזק ולחזק בכל עת ובכל שעה, דו קענסט מיר קאנטעקטן ווען דו ווילסט, און איך וועל פרובירן דא צו זיין ביי דיר, דו קענסט פרובירן זיך צו מאכן אנדערע חברים פון דא, עס קען זיר זייער העלפן, די זאך פון רופן א חבר האט ביי מיר אויפגעטוהן זייער אסאך, אין די לעצטע 2 וואכן רעד איך יעדן טאג מיט עטליכע חברים, און עס האט מיר גאר אסאך צוגעגעבן.

און ווי אחכה האט שוין ארויסגעברענגט מען דארף זיין זיכער פאר מען רופט א חבר אז עס איז נישט יצא שכרו בהפסדו, זאלסט דיך פארבינדן מיט איינע פון די מנהלים, פאר דו פארבינסט זיך מיט איינעם צו מאכן זיכער אז יענער איז סעיף פאר דיר, נישט יעדער איינער וואס איז אין ריקאווערי מיינט עס אז ער איז סעיף פאר מיר. 

און געדענק דער אויבערשטער איז אייביג דא, ער איז קיינמאל נישט פארנומען, ער האט אייביג צייט, ער הייבט אייביג אויף דעם טעלעפון, קענסט אים אייביג רופן, און ער ענטפערט אייביג, אזוי ווי ער שרייבן אין זיין טרעד (תורה) ה' יעננו בכל קראינו, קרוב ה' לכל קוראיו, ווען אימער דו פילסט א שווערע מינוט, קענסטו רופן צו אים און ער וועט דיר ענטפערן

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ד' ניסן התש"פ 11:26 #265997

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 444
  • האט שוין געלייקט: 407 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל
  • קאָרמא: 28

טייערע חנוכה איך וויל צולייגן א חנוכה מעשה צו וואס איך האב פריער געשריבן.
דער הייליגער ר' דוד'ל טאלנער זי"ע איז אמאל געשטאנען פאר חנוכה לעכט, מיטן אנגעצינדענען שמש אין די הענט, אבער ער מאכט נישט די ברכות, אינמיטן געבט ער זיך א רוף אן ווי איז ישעי' דער הויכער, מען איז גלייך געגאנגען רופן דעם ישעי' געווען איז ער א גרויסער עם הארץ, און ער פרעגט פארוואס דארף די רבי מיר האבן, אבער דער רבי זאגט זאגט'ס אים אז מיין לעבן איז אנגעוואנדן אין אים, בלית ברירה איז ער געקומען צום רבי'ן.

ציטערנדיג פון פחד שטייט ער אזוי פארן רבי'ן, און ר' דוד'ל זאגט אים ישעי' איך וויל דיר פרעגן א שאלה, ישעי' זאגט רבי אפילו א פסוק חומש קען איך נישט ליינען, אבער ר' דוד'ל זאגט אים דו ווייסט די ענטפער אויף מיין שאלה, זאגט ער מסכים די רבי קען פרעגן, און ר' דוד'ל פרעגט אים, ישעי' זאג מיר דו האסט ליב דיין ווייב ?
ישעי' וואונדערט זיך אבער ער ענטפערט יא!!!
און ר' דוד'ל פרעגט אים, אויב דו האסט ליב דיין ווייב, מסתמא ווילסטו אסאך מאל אויסדריקן פאר איר ווי שטארק דו האסט איר ליב, איז וויאזוי זאגסטו איר עס דו ביסט זייער הויעך און זי איז זייער נידריג, איז וויאזוי זאגסטו עס איר שטילערהייט אז קיינער זאל נישט הערן ?
ישעי' ענטפערט אז ער בייגט זיך אראפ צו איר.
זאגט ר' דוד'ל ווייז מיר וויאזוי דו טוסט עס, און ישעי' האט זיך אראפגעבויגן, און ר' דוד'ל זאגט אים איין זאך האסטו פארגעסן, דערמאן דיר.
ישעי' רופט זיך אן יא, כדי איך זאל איר קענען זאגן דארף זי שטיין אויף איר שפיץ פינגער'ס, און אזוי קען איך איר זאגט שטילערהייט וואס איך האב איר צו זאגן.
ר' דוד'ל שטעלט זיך אויף זיינע שפיץ פינגער'ס און ער געבט אים א קוש אין פנים, און ער איז געגאנגען צינדן די חנוכה לעכט.

שפעטער האבן אין די חסידים געפרעגט וואס איז דא פארגעגאנגען, האט ר' דוד'ל מסביר געווען, איך בין געשטאנען גרייט צו צינדן די חנוכה לעכט, און איך האב געטראכט אז דער אויבערשטער איז אזוי הויעך, און איך איד בין אזוי נידריג, און וואס גייט בכלל אן פאר דעם אויבערשטן אויב איך צינד חנוכה לעכט, און אזוי איז ביי מיר געווארן אפגעפרעגט מיין גאנצע עבודת ה'.

ביז איך האב מיר דערמאהט אין ישעי' דעם הויכער, און ער האט מיר מסביר געווען אז דער אויבערשטער בייגט זיך אראפ צו מיר אין ער זאגט מיר אז ער האט מיר ליב, און איך דארף מיר נאר אביסל אויפשטעלן אויף מיינע שפיץ פינגער'ס צו אים, און ער וועט זיך אראפבייגן אין מיר געבן דעם קוש, און מיר ווייזן ווי שטארק ער האט מיר ליב.

חזק ואמץ זיי שטארק און פרייליך

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ד' ניסן התש"פ 23:24 #266006

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1016
  • האט שוין געלייקט: 5545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 892 מאל
  • קאָרמא: 17
חנוכה געשריבן on ד' ניסן התש"פ 00:55:

עס איז אזוי מין שטיל דאהי אז איך האלט עס ממש נישט אויס...
וואס גייט זיין דא?! איינער איז נאך אינטערסירט דא זיך צו מחזק זיין? און צו מחזק זיין אנדערע?!
איינער גייט בכלל ליינען די  פאוסט וואס איך האב איצטער געשריבן?!

איך וואונטש ענק אלע א פרישע געזונטע ריינע פרייליכע וואך מיט אסאך התחזקות, אפילו אין אזא צייט וואס אידן (און די גאנצע וועלט) גייען אדורך שווערע צייטן, לאמיר זיך מחזק זיין, לאמיר טוהן רצון הבורא!


איך בין נישט דא געוועיזן
איך בין געוועיזן איינגעשפארט

איך גיי בכלל יעצט קענען ווייניגער קומען אבער מיך אינטעריסט עס

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ה' ניסן התש"פ 00:53 #266007

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 444
  • האט שוין געלייקט: 407 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל
  • קאָרמא: 28

חנוכה וואס איז געשעהן מיט דיינע 2 פוסטס היינט, איך קען נישט גיין שלאפן איך ווארט אויף זיי

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ה' ניסן התש"פ 13:48 #266010

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 83
  • האט שוין געלייקט: 57 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
  • קאָרמא: 9
Heiligertzadik געשריבן on ה' ניסן התש"פ 00:53:

חנוכה וואס איז געשעהן מיט דיינע 2 פוסטס היינט, איך קען נישט גיין שלאפן איך ווארט אויף זיי


איך האב געשריבן ב"ה, און אגב דאס איז מיין ערשטע (פאוסט) היינט!

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ה' ניסן התש"פ 15:36 #266012

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 99 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 184
  • האט שוין געלייקט: 262 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל
  • קאָרמא: 20

מורא׳דיגע מעשה הרב הייליגער צדיק. איך האב שוין לאנג נישט געהערט אזאלכע גוטע חיזוק ווערטער. ישר כח פאר די ווארט און פאר דיינע אלע ווערטער. 
עס האט מיר דערמאנט פון די ״פתחו לי פתח כחדו של מחט ואני אפתח לך פתח כפתחו של אולם.

יונה׳לע

לעצט פארראכטן: ה' ניסן התש"פ 15:37 דורך יונה מצאה.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! נעכטן 16:37 #266051

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1016
  • האט שוין געלייקט: 5545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 892 מאל
  • קאָרמא: 17

א גרויסען שכח פאר חנוכה פארן האלטן אקטיוו די סייט

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! היינט 21:23 #266056

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 83
  • האט שוין געלייקט: 57 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
  • קאָרמא: 9
חנוכה געשריבן on ג' אדר התש"פ 10:35:

טאטי איך דאנק דיר פאר די 32 לעכטיגע ריינע טעג!
תודה לך טאטי!

אבער טאטי וואס בעט איך פון דיר:

"לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי"

סך הכל זאלסט מיר באשאפן א נייע ריינע הארץ, איך זאל מיר שטארקן אויף אלע ניסיונות,

טאטי איך וויל נישט זינדיגן, טאטי איך וויל מיר נישט לאזן פינעם יצר הרע.

טאטי איך האב דיר ליב!


האלט איך צוריק דא --- אבער מיט א פרישע ברען:

טאטי איך דאנק דיר פאר די 32 לעכטיגע ריינע טעג!
תודה לך טאטי!

אבער טאטי וואס בעט איך פון דיר:

"לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי"

סך הכל זאלסט מיר באשאפן א נייע ריינע הארץ, איך זאל מיר שטארקן אויף אלע ניסיונות,

טאטי איך וויל נישט זינדיגן, טאטי איך וויל מיר נישט לאזן פינעם יצר הרע.

טאטי איך האב דיר ליב!

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! היינט 23:04 #266059

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 444
  • האט שוין געלייקט: 407 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל
  • קאָרמא: 28
חנוכה געשריבן on היינט 21:23:



טאטי איך דאנק דיר פאר די 32 לעכטיגע ריינע טעג!
תודה לך טאטי!

אבער טאטי וואס בעט איך פון דיר:

"לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי"

סך הכל זאלסט מיר באשאפן א נייע ריינע הארץ, איך זאל מיר שטארקן אויף אלע ניסיונות,

טאטי איך וויל נישט זינדיגן, טאטי איך וויל מיר נישט לאזן פינעם יצר הרע.

טאטי איך האב דיר ליב!


חנוכה אין די זעלבע צייט וואס דו האסט געשריבן דיינע הארציגע ווערטער, האט טאטי געשריבן אויבן אין הימל אויף זיין נוסח.
"הרואה נר של חנוכה צריך לברך" (שבת כג) איינער וואס זעהט די לעכטיגקייט פון חנוכה, דארף ער מאכן א ברכה, "נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא" די לעכטיגקייט פון חנוכה איז זייער חשוב, ווייל ער איז מפרסם דעם נס אז דער אויבערשטער האלט אים ריין, און איך וויל דיקא חנוכה אויף דעם אופן ווייל ער איז מגלה מיין כבוד אויף די וועלט, און חנוכה איז א יום טוב וואס ווייזט אז אפילו ווען מען איז אונטער די מלכות פון די יוונים וואס ווילן אויסרייסן די תורה פון די אידן, קען מען זיך האלטן ערליך און ריין מיטן הילף פון אויבערשטן.
און דער אויבערשטער ענדיגט צו מיט די גמרא "מודה רבי יהודה בנר חנוכה שהוא פטור" אז ר' יהודה האט איינערקענט אז מיט די לעכטיגקייט פון חנוכה'ס ריינע טעג וועט מען ווערן פטור פון אלע צרות וואס בוזשעווען אין די גאס.
חנוכה איך האב דיר ליב

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)
  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3
צייט צו מאכן א בלאט: 0.54 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא