ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! 769 באזוכער

א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ב' תמוז התש"פ 13:17 #267374

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
איך בין גאנץ ניי דא הגם כהאב שוין געהאט געזעהן די סייט א שטיק צייט, אבער כהאב נישט געהאט די כוח זיך אריינצוסיינען און אנפאנגען די ניינציג טעג,ב"ה אז ה' האט מיך געגעבן די כוח צו דורך ליינען די האנט בוך און זיך ארויף סיינען דא און אנפאנגען די 90 טעג, די אייבערשטער זאל ווייטער העלפן אז כזאל קענען דורכשוויצן און דורכברעכן די 90 טעג מלחמה און בלייבן ריין א גאנץ לעבן!א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!!
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ב' תמוז התש"פ 13:20 #267375

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
איך וויל מיטטיילן מיט די עולם מיינע מחשבות און פראבלעמן דורך אויסן ריזיגן מלחמה און כוואלט מיך זייער געפרייט פאר יעדע עצה חיזוק און הדרכה ווער סקען העלפן פון זיין עקספעריענס.איז כהאב אנגעפאנגען די 90 טעג פארגאנגענע פרייטאג (פרשת שלח) און פרייטאג איז געגאנגען גאנץ גוט ב"ה, ביי יעדע נסיון האב איך געטרייט עס צו ריפלעיסן מיט עקסערסייז, אמאל אויך א ציגרעטל אבער בעיסיקלי איז עס דורכגעגאנגען אן קיין דורכפאל, שבת ביינאכט איז אויך געווען גוט ב"ה, די פראבלעם איז געווען שבת צופרי האב איך געזעהן נעבן ביהמ"ד צוויי האלב געגליטשטע בחורים, און סהאט מיך אנגעצינדען אויף א משונהדיגע אופן, און די פראבלעם איז געווען אז כבין געווען אין ביהמ"ד און כהאב נישט געקענט מאכן קיין עקסערסייז און אפילו א ציגרעטל האב איך נישט געקענט נעמען סהאט מיך ממש משוגה געמאכט, למעשה ביי די קידוש האב איך זיך אנגעטרונקען צו פארגעסן און סהאט אביסל געהאלפן אינדערהיים האב איך גלייך געגאנגען מאכן 20 פאוש אופס און (כהאב מיך מתיר געווען צו מאכן עקערסייז אין שבת כהאף כהאב געמעגט) און עס איז מער ווייניגער זיך בארואיגט, איז אויב איינער האט א עצה אויף קומענדיגע מאל וואס כקען טוען וואלט איך זיך זייער געפריידט. הצלחה רבה און שכוח פאר מיך אויסהערן.
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ב' תמוז התש"פ 13:41 #267376

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
זייט כהאב אנגעפאנגן די 90 טעג, פיל איך אגאנצע צייט אזא צומישקייט פון אנגעצוינגענקייט מיט נערוועזקייט אויסגעמישט מיט א כעס און א רצון עס דורכצוברעכן, און אפילו א אויס געמישטקייט פון שמחה אז כהאלט שוין נאך 6 7 ריינע טעג (סשווער צו אראפ שרייבן פילינגס אבער כהאב געטרייט מיין בעסט) דאס קלאפט אויס איבעראל כקען נישט האלטן געהעריג קאפ צו קענען לערנען און מיין אמאונט פון ציגרעטלעך א טאג האט זיך דראסטיש געהויבן (בערך פון 4 א טאג צו 15-20 א טאג) סא כהאב געווילט וואוסן פון סערווייווערס צו סאיז א נערמאלע זאך אדער סמיינט אז איך ארבעט נישט אויפן ריכטיגע אופן.
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ב' תמוז התש"פ 15:16 #267378

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 213
  • האט שוין געלייקט: 463 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 654 מאל
  • קאָרמא: 2

שלום וברכה ידידי זעווי בעת – אדער זאבי ווייס יהא בואך לברכה!

איז ערשטנס דארף באגריסט ווערן דיין שריט פון אריינסיינען און זיך ארויפזעצן אויפן 90'ציגער באן, און אין די זעלבע צייט דיך קאנגרעטולירן פאר די 5 ריינע טאג, וואס איז פון אונזער פראספעקטיוו גאר א שטארקע התחלה און א ווייטע דערגרייכונג, השי"ת זאל דיך ווייטער באגלייטן. אריינקומען גלייך מיט אזא קלארקייט גלייך אנהייבן ציילן און גלייך עפענען א טרעד ווייזט אויף דיין געוואלדיגע אנטשלאסענקייט אויף זיך צו זעהן בעז"ה אויף די אנדערע זייט.

איך בין זייער ווייט פון אן עקספערט, און זיכער נישט ווערד אנגערופן צו ווערן א סורווייווער, אבער איך וועל זיך ערלויבן אריינווארפן מיינע צוויי צענט, כ'האף זייער אז באלד זאלן אריינבוזשעווען דא אין דעם פרישן טרעד די עקספערטס שבינינו און ענטפערן כהוגן.

נישט וויסנדיג פונקטליך פון וואספארא עבר דו קומסט איז שווער צו אנטייטלען וואס ס'איז נארמאל אדער וואס ס'איז נישט ריכטיג, אבער פון דיין קורצע שילדערונג פונעם פראנט איז מובן אז דו ביזט ווי מ'רופט משלנו, און דעריבער קען איך אזויפיל זאגן אז מיט'ן אריינסיינען דא ביסטו שוין אויפן ריכטיגן פלאץ בעזר ד' מיט א גאר ווייטע שפרינג נענטער צו רעקאווערי, אין די ריכטיגע 'טיעם' מיט די ריכטיגע 'געווער' און מיט די צייט וועסטו זיכער קלארער ווערן וואס איז ריכטיג פאר דיר צו טון, כשם שאין פרצפותיהן שוות וכו' גילט ביי דעם מלחמה אויך...

איך קען אביסל רילעטן צו דיינע פילינגס ווי ווייט די זכרון טראגט מיר צוריק צו מיינע ערשטע טריט דא אין קהלת הד"א, דו דארפסט נעמען אין באטראכט אז די 90 טאג איז נישט בלויז א טעקניק, דאס איז א ווירקליכע רייזע און איבערגאנג פון וואס ס'איז נאטורליך צו ווערן שטארק אויפגעשאקעלט לאורך הדרך, מ'קען ווערן ארומגענומען מיט פארשידענע נערווזעקייטן, ספיקות, (נפילות) וכו' וכו', ס'קען אפילו צוקומען צו א מצב פון מה לי ולצרה הזאת... דאס איז א 'שינוי וסת' במלוא מובן המילה! דעריבער איז אלעס צום ערווארטן, איך האב זיך דאן נוהג געווען צו שרייבן אין מיין טרעד און זיך אויסשמועסן שריפטליך מיט מיר זעלבסט, און ס'האט מיר זייער געהאלפן זיך צו האלטן צום ענין. געדענק אבער איין זאך - און דאס קענען לכאורה אלע פון אונז מעיד זיין - אז וויאזוי די רייזע זאל נאר נישט דורכגיין, לוינט זיך עס א ביליאן פראצענט, דורכאויס די צייט קומט מען אן ערגעץ וואו מ'האט נישט גע'חלומ'ט אנצוקומען פאר דעם, קודם פשוט פראקטיש, געווינט מען א געוואלד מיט פלעינע פשוט'ע ישוב הדעת און מ'קען אנהייבן עטוואס 'טראכטן', און פראבירן צו ריכטיג אפשאצן, באטראכטן און זיך 'צוהערן' צו די סטראגל מיט וואס מ'מוטשעט זיך די אלע יארן, און אזוי בעזר ד' צוקומען צו א ריכטיגע סעלושאן. און ועל כולנה איז דאס די בעסטע השתדלות מצידינו דערמיט אויסצושטרעקן אונזער האנט צום טאט'ן אין הימעל וואס בענקט נאך אונז, און אים זאגן הניני; איך מצידי זעה איין די מצב אין וועלכע איך געפין זיך און איך זיך מיט לעכט א וועג ארויס פון דא. וקרוב ד' לכל קוראיו, ובפרט ווען ס'איז לכל אשר יקראוהו 'באמת', א שטייגער ווי אונז חברי הד"א וואס שפירן זיך אזוי אנגעוויזן אויף אים.

העיקר געדענק אז אנשים אחים אנחנו, מיר אלע – אפגעזעהן וויפיל ריינע טעג מיר האבן אונטער זיך - צילן צו די זעלבע פלאץ און זענען אומאויפהערליך מתפלל בלויז אויף איין זאך: איין סעקונדע'לע ריינקייט, און אויב השי"ת ברוב טובו שענקט דאס אונז, דאנקען מיר אים דערויף און מיר זענען מתפלל אויף נאך א סעקונדע'לע, יעדע סעקונדע'לע איז אן אוצר מלא, און מתן שכרה בצדה אז נאך 86,400 פון אט די מתנה'לעך דערגרייכן מיר צו איין טאג ריינקייט! אבער געדענק, אויב ס'פעלט ח"ו 1 פון 86,400 איז דאס נאכאלץ 86,399!

מיר אלע קוקן ארויס אויף דיין הצלחה לאורך הדרך, און טייל אונז ביטע מיט כסדר איבער דיין רייזע.

ידידך אברעמעל

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ב' תמוז התש"פ 17:10 #267379

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 103 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1739
  • האט שוין געלייקט: 1008 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3238 מאל
  • קאָרמא: 62

מיטן רעכטן פיס!

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ב' תמוז התש"פ 17:51 #267387

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
א גרויסן שכוח אברעמל פאר דיין תירוץ און אויך פאר יעדע וואס האט עס דורכגעליינט, עס געבט מיך די געפיהל ווי איך בין נישט אליין, היינט איז געווען זייער שווער מיין איינזאמקייט כהאב געפיהלט ווי כבין אליינס אויפן וואסער, ווען כהאב גערעדט מיט חברים האב איך געפילט כאילו כמאל וואסער אן קיין שום אויפטו ווען זיי זענען אויף א אנדערע פלעניט ווי איך. און די תשובות דא און פריוואט און אויך ווען כ'בין ארויפגעקומען נאכמיטאג דא האב איך געזעהן אז ס'דא פינף מענטשן אויף מיין טרעד האט מיך עס עטוואס ארויסגעהאלפן. און אברעמל לגבי מיין נאמען כהאב געזעהן האסט זיך געמוטשעט איז כהאב געוואלט שרייבן זעווי בע''ת דהיינו בעל תשובה אבער ער האט מיך נישט געלאזט אריינלייגן די '' און לויט ווי כ'פארשטיי קען מען עס שוין נישט טוישן יעצט, אבער רוף מיך וויאזוי די וואלסט די עיקר איז אז מ'זאל אנקומען צום תכלית, יעזור ה'!
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ב' תמוז התש"פ 18:14 #267390

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1649
  • האט שוין געלייקט: 3800 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2978 מאל
  • קאָרמא: 55

שלום עליכם זאבי בעל תשובה!
יהא בואך לברכה!
אין מיין אלטע חתימה פלעגט שטיין "אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש אבער אזוי די זעלבע". נישט אייביג קען מען זיך טרעפן אויף 100 פראצענט מיט די געשיכטע פון אנדערע, אבער מיר האבן אלע שטריכן וואס פארבינדן אונז זיך צו פילן אין די זעלבע מצב.

נאר א הערה וועגן וואס דו האסט געשריבן.
פאר אסאך מענטשן העלפט טאקע צו ריפלעיסן די נסיון מיט עפעס אנדערש (אזויווי עקסערסייז, אלקאהאל וכו'), און ס'קען אפילו זיין א גוטע זאך מפעם לפעם. ס'איז אבער מעגליך אז ווען מ'נוצט כסדר עפעס אנדערש צו ריפלעיסן די תאוה אז יענץ ווערט אן עדיקשן וואס איז פונקט אזוי שעדליך ווי אונזער נסיון.
אבער לאמיר נישט רעדן פענסי, לאמיך רעדן אפן און גראב פון מיך אליין.
מיין לענגסטע ריינע שטרעקע זייט איך בין אויף הדא, איז געווען 217 טעג. בשעת איך בין געווען אויף יענע רייזע איז מיך טאקע סך גרינגער געווארן מיט דעי נסיונות, אבער איך בין אין יענע תקופה געווען ממש אדיקטעד צו עסן! אינדערהיים, אין אפיס, אין קאר, ביי א צאמקום און וואו נישט, איבעראל בין איך געזעצן מיט א מאכל אין די הענט.
(לאך נישט פון מיר, אבער איך געדענק נאך ווען איך האב דעמאלטס איין נאכט גענומען א טעלער סיריעל-און-מילך אין בעט)
פארוואס איז עס אזוי?
ווייל דעיס וואס איך געב מיך נאך מיינע תאוות און איך עקט אוט (וואטש פ**ן, מעסטורבעיט וכו'), האט א סיבה, איך נוץ עס צו אנטלויפן דארט פון שווערע מצבים\געפילן\תקופות, סאו ווען איך באווייז מיך איינצוהאלטן פון דעם האב איך צוויי אפציעס 1) קעיר נעמען פון דעי שווערע מצבים\געפילן\תקופות 2) זוכן א צווייטע דראג אין וועם זיך צו באהאלטן.
נו, פאר וועלכע אפציע קלערסטו האב איך געשטימט? זיכער פאר לענטאל! עה.. איך מיין צו זאגן, די צווייטע!
און וואס האט מיך עס געברענגט?
פרישע 15-20 פונט אין א קורצע תקופה!

סאו אויב קלערסטו (ס'זעהט זיך אביסל אזוי פון דיינע ווערטער) אז יעדעס מאל דו ווילסט זיך איינהאלטן פון דעי תאוה, מוזסטו טוהן עפעס אנשטאט דעם, אפשר לוינט זיך ענדערש צו לייגן געוויכט אויף וואס מ'קען טוהן צו קעיר נעמען פון דעי שוועריגקייטן וואס ברענגען דיך אהינצולויפן און אטאמאטיש נישט דארפן א פלאץ וואו צו אנטלויפן, ווייל ס'איז נישט דא פון וואס.
(בדרך אפשר)

אלנפאלס, אסאך הצלחה אין דיין רייזע, און אסאך אסאך ריינע טעג!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ב' תמוז התש"פ 18:58 #267392

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3

אנגעצוינגענקייט מיט נערוועזקייט אויסגעמישט מיט א כעס און א רצון עס
דורכצוברעכן

איך מיין אז דער געפיל קומט ווען דער יצר ברענט שוין. אוודאי אויב דער יצר ברענט וועט א מענטש טון אלעס אויף דער וועלט זיך איינצוהאלטן. אבער אולי דארפסטו זעהן פארוואס דיין יצר קומט אריין אין דיך אזוי שטארק. וואס ברענגט אים אריין אין דיר.

ווען ער איז שוין אין דיר, איז סך שווערער אים ארויסצוטרייבן. דאן דארפסטו שוין קריכן אויף גראדע ווענט. איך ווייס דיר נישט וואס צו שרייבן אז דיין יצר זאל נישט אריינקומען אין דיר אזוי שטארק. אבער ווארשיינליך איז דאס ענדערש די וועג צו גיין. ווי איידער סתם התגברות. בתחבולות עשה מלחמה.

אויב צוויי האלב געגליטשטע חברה צינדן אן, דארפסטו קוקן פארוואס קענען זיי דאס מאכן, און וויאזוי זיך ארויסצודרייען דערפון אז עס זאל בכלל נישט געשעהן. עפעס צינד אן דיין יצר. און עפעס לעשט אים אויס.

אויף דעם פארלייג דיך, און דארט זאלסטו גרובן. אויב דו דארפסט עצות זאלסטו נישט טראכטן וועלכע עקסערסייז איך קען מאכן אז ס'זאל זיך אפטון דיין אש היצר. ווייל דיין יצר קען זיין מאכטפולער פון עקסערסייז. ברענעדיגער ווי א ציגארעטל. זוך עצות וויאזוי צו פארמיידן אז ער זאל בכלל אריינקומען אין דיך. קריך אריין אין די שורש פון די זאך. וואס צינד אים אן אין די פירסט פלעיס. און דער אייבערשטער זאל דיר העלפן. חזק ואמץ.

לעצט פארראכטן: ב' תמוז התש"פ 19:01 דורך הכנעה.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ג' תמוז התש"פ 00:47 #267394

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
ס'איז אינטערסאנט ווי סיי ''איך וועל זיין ערליך'' און סיי ''הכנעה'' האבן געשריבן די זעלבע ענין לגבי נישט צוקומען צום נסיון.
און בעצם איז פשוט אזוי, מען איז דאך מתפלל יעדן טאג ''אל תביאינו לא לידי נסיון'' מיין פראבלעם איז נאר אז איך געדענק עס נישט טוהן אלץ א אנטלויף מיטל וכדו' כ'וואלט עס מער אראפ געלייגט כאילו א אייס קרים אזא וואס כהאב מיך פשוט נישט געקענט איינהאלטען, אגב ווען איך זעה גוטע עסן איז מיך אויך זייער שווער זיך צו איינהאלטען און קורצן וואלט איך מיך באטיטלט אלץ ''בעל תאווה'' (אויך א ר''ת פון בע''ת) סא אויב איינער האט א עיצה אפילו אויף דעם אופן נישט צו צוקומען בכלל צו א נסיון וואלט איך מיך באמת געפריידט צו הערן. נאך א פראבלעם וואס איך האב אז איך ווער זייער צוגעצויגען צו מענער אפילו נאך מער ווי צו פרויען סא איך קען אפילו נישט מאכן קיין געהעריגע גדר וואו צו קוקן און וואו נישט,
בהצלחה מרובה.
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ג' תמוז התש"פ 10:05 #267400

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • הדר פשטה נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא
  • מעלדונגען: 141
  • האט שוין געלייקט: 94 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל
  • קאָרמא: 13

שלום עליכם טייערע זעווי בעת שליט"א איך האב שוין באמת לאנג געווארט דו זאלסט ארויף קומען דא, און אונז מיט-טיילן וואס דו האסט צו זאגן, איך פריי מיר זייער אז דו ביסט שוין דאהי! איך זעה אז דו ארבעסט פעסט, און דו פראבירסט ציצוקומען צום ריכטיגען תכלית! הער אויס וואס די חבירים די צדיקים זאגן, ליין דורך די 'האנט בוך', און בעט צום טאטן און הימל, און אזוי וועסטו בס"ד אנקומען!
 - מיין הארץ איז מיט דיר, און איך הייב אויף מיין הענט צום הימל זאל דיר העלפן, מיר העלפן, און העלפן אלע אידן!

איין זאך זעווי: צו דערגרייכן דארט ווי מען איז נאכנישט געווען, מיט מען טוהן עפעס וואס מען האט נאך קיינמאל נישט געטוהן.
חנוכה

נישט יעדע מלחמה ענדיגט זיך מיט א קלינגעדיגן נצחון,
אבער יעדער אנטשלאסענער קעמפער איז א העלד.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ג' תמוז התש"פ 10:16 #267402

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
חנוכה געשריבן on ג' תמוז התש"פ 10:05:

איין זאך זעווי: צו דערגרייכן דארט ווי מען איז נאכנישט געווען, מיט מען טוהן עפעס וואס מען האט נאך קיינמאל נישט געטוהן.
חנוכה

זייער שטארק כ'האב באמת הנאה געהאט פון דעם ווארט! א לייק איז נישט געווען גענוג כ'האב געמוזט ארויפקומען זאגן מיט באק ציינער אז איך לייק עס!
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ג' תמוז התש"פ 17:04 #267406

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3
זעווי בעת געשריבן on ג' תמוז התש"פ 00:47:
ס'איז אינטערסאנט ווי סיי ''איך וועל זיין ערליך'' און סיי ''הכנעה'' האבן געשריבן די זעלבע ענין לגבי נישט צוקומען צום נסיון.
און בעצם איז פשוט אזוי, מען איז דאך מתפלל יעדן טאג ''אל תביאינו לא לידי נסיון'' מיין פראבלעם איז נאר אז איך געדענק עס נישט טוהן אלץ א אנטלויף מיטל וכדו' כ'וואלט עס מער אראפ געלייגט כאילו א אייס קרים אזא וואס כהאב מיך פשוט נישט געקענט איינהאלטען, אגב ווען איך זעה גוטע עסן איז מיך אויך זייער שווער זיך צו איינהאלטען און קורצן וואלט איך מיך באטיטלט אלץ ''בעל תאווה'' (אויך א ר''ת פון בע''ת) סא אויב איינער האט א עיצה אפילו אויף דעם אופן נישט צו צוקומען בכלל צו א נסיון וואלט איך מיך באמת געפריידט צו הערן. נאך א פראבלעם וואס איך האב אז איך ווער זייער צוגעצויגען צו מענער אפילו נאך מער ווי צו פרויען סא איך קען אפילו נישט מאכן קיין געהעריגע גדר וואו צו קוקן און וואו נישט,
בהצלחה מרובה.

אפשר דארפסטו ווערן מער א זכר ווי א נקיבה.

נאכן שרייבן דעם תירוץ, האב איך א ספק צו ס'איז טאקע גוט געענטפערט. אבער ווייל איך האב מיך געפלאגט וועל איך עס יא שיקן.

לאמיר דיך פרעגן א קשיא. וויאזוי קען זיין אז אסאך מאל פילט א מענטש אז ער ציהט צו אנדערע, אז ער  איז נישט צופרידן צו זיין מיט זיך אליין, און אסאך מאל פילט ער אז ס'ציהט אים נישט, ער פילט אז ער איז יא צופרידן מיט זיך אליין. צופרידן מיט זיך אליין מיינט אז ער דארף נישט עסן סתם לשם תאווה, און נישט טרינקען סתם לשם תאווה, און נישט טון דער תאווה סתם לשם תאווה, נישט ווען מ'דארף. ער איז דשאסט צופרידן מיט זיך אליין. וואס מאכט אז ס'זאל אים ציען, און וואס מאכט אז ער זאל זיין צופרידן צו זיין מיט זיך אליין.

וואסערע כח אינעם מענטש מאכט וואס?

לאמיר דיך ערקלערן די ענטפער. א מענטש האט אין זיך צוויי כוחות. איין כח איז א בחינה פון א זכר, און די אנדערע כח א בחינה פון א נקיבה. אמאל איז שולט אויפן מערכת פונעם קערפער די בחינה פון א זכר, און אמאל די בחינה פון א נקיבה. ווען א מענטש איז אין די בחינה פון א זכר איז ער פעסט מיט זיך אליין, עס קלעבט זיך אים נישט צו אנדערע, ער דארף נישט אזוי שטארק די תאווה. ער פאלט נישט אזוי שנעל צום יצר הרע בעזרת השי"ת. ער איז צופרידן צו זיין מיט זיך אליין וויאזוי ער איז. אן צולייגן עסן, אן צולייגן טרינקען, און צולייגן יענעם צו זיך אליין.

ווידעראום ווען א מענטש איז אין די בחינה פון א נקיבה, איז ער ווייעכער, ער וויל זיך אנקלעבן אין אנדערע, ער ווערט מער צוגעצויגן צו דעם תאווה. ער וויל האבן יענעם.

ס'דא מענער וואס זיי ווערן צוגעצויגן צו מענער נאר ווייל זייער בחינת זכר איז צעפאלן. זייער הארץ איז געפאלן. זיי קענען נישט טרעפן אין זיך זייער אייגענעם שטארקייט. אדער האבן זיי עס ערגעץ ווען פארלוירן, אדער געמאכט פארלירן.

קוק נישט צי דו ציהסט יא, צי דו ציהסט נישט. טרעף אין דיר דיין בחינת זכר. דיין אייגענעם שטארקייט. זעהט אויס אז ערגעץ ווען האסט עס פארלוירן. אדער געמאכט פארלירן. ווען א מענטש געוואוינט זיך צו צו דעם תאווה, פארלירט ער זיין בחינת זכר. ער פארלירט זיין אייגענעם שטארקייט. און אויך ווען א מענטש איז געפאלן ביי זיך, ער האט לאו סעלף עסטים, פארלירט ער אויך זיין אייגענעם שטארקייט. ער קען נישט זיין מיט זיך אליין. די גאנצע ענין פון טון דער תאווה רח"ל השם ישמרינו מיט זיך אליין, קומט אויך ווייל א מענטש איז נישט צופרידן צו זיין מיט זיך אליין. סאו, דער מענטש צעטיילט זיך אין צוויי. ער מוז זיך בהכרח צעטיילן אין צוויי. כדי צו קענען הנאה האבן פון זיך אליין. אבער ער איז נישט צופרידן צו זיין גאנץ, צו זיין איינס. צו זיין מיט זיך אליין אן זיך צעטיילן.

ס'דא אסאך סיבות פארוואס א מענטש זאל נישט זיין צופרידן צו זיין מיט זיך אליין. אדער ווייל ער האט זיך פיינט, אדער ווייל ער שפירט אז ער איז פארפיינטעט, אדער ווייל ער שפירט זיך ענג מיט זיין לעבן. אדער ווייל עס גייט אים נישט וויאזוי ער וואלט געוואלט. דער מענטש איז נישט מסכים אז מ'קען נישט טון וואס מ'וויל. די שפיץ פון די אלע זאכן קוקט אויס צו זיין ווען דער מענטש ווערט אומצופרידן צו זיין מיט זיך אליין.

פרעג דיך די פאלגנדע פראגע: פארוואס בין איך נישט צופרידן צו זיין מיט מיך אליין די וועג וויאזוי איך בין. וואו און ווען האט זיך דאס אנגעהויבן. פארוואס פעלט עס מיר אויס. און דער אייבערשטער זאל העלפן.
לעצט פארראכטן: ג' תמוז התש"פ 17:08 דורך הכנעה.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ד' תמוז התש"פ 01:24 #267411

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1649
  • האט שוין געלייקט: 3800 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2978 מאל
  • קאָרמא: 55
חנוכה געשריבן on ג' תמוז התש"פ 10:05:

איין זאך זעווי: צו דערגרייכן דארט ווי מען איז נאכנישט געווען, מיט מען טוהן עפעס וואס מען האט נאך קיינמאל נישט געטוהן.
חנוכה

פאוערפול ווארט!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ד' תמוז התש"פ 10:10 #267418

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
@הכנעה שכוח פאר דיין הדרכה (אויב כ'מעג עס אנרופן אזוי) אנפאנג ווען כ'האב עס דורך געליינט האט מיך עס אויסגעזעהן מער ווי אזא חיזוק ארטיקל אבער נאכן עס דורך טראכטען צוויי מאל האביך אנגעהויבן איינצוזעהן אז ס'האט יא צוטוען מיט מיך און די אייבערשטער זאל העלפן אז כ'זאל זיך קענען ארויסגיין פון מיינע פראבלעמן און פון זייער תוצאות.
עכ''פ איין זאך האב איך דזשאסט געווילט זיכער מאכן אז כ'האב עס ארויס, דיין תורה איבער בחנת זכר נקיבה מיינסטו די זעלבע ווי די מוח און לב פון תניא אויבן אויף האביך אזוי פארשטאנען פון דיינע ווערטער אבער די נוצט אויך אנדערע ווערטער וואס כ'געדענק נישט שטיין אין תניא.
אגב בין איך געווען נייגעריג וואו עס שטייט דעי ענין.
בהצלחה זעווי (אדער זאבי וועלכע די האסט בעסער ליב.)
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!
לעצט פארראכטן: ד' תמוז התש"פ 10:11 דורך זעווי בעת.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ד' תמוז התש"פ 17:03 #267419

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3
בס"ד.

זאבי.

איך געדענק נישט פונקטליך פון וואו עס איז אריין אין מיין קאפ. ס'האט נישט מיט מוח און לב. ס'האט מיט בחינת זכר, און בחינת נקיבה. וואס איז א זכר? א זכר איז שטארק מיט זיך. אזוי ווי א אייזן וואס איז שטארק מיט זיך אליין, און נישט אזוי ווי א אויפגעבלאזענע באלאן וואס איז נישט באמת שטארק. א זכר איז אייגנגעבויט. פעסט. איינס. דא. א מענטש במלא תפארתו, מיט'ן גאנצן וועזן, אן דארפן האבן עפעס עדיטיווס. א מענטש איז באשאפן געווארן דארף ער גראד טון דעם תאווה? קודם איז ער דא. שטייט אויף זיינע צוויי פיס. קוקט זיך ארום. א מאן איז נישט קיין פרוי.

זע א יונגערמאן אדער א בחור'ל וואס איז בבחינת נקיבה, ער איז אזוי קלעבעדיג צו אנדערע, ער זוכט איינער זאל זיך צו אים צוטשעפענען, ער איז אזוי שוואך מיט זיך אליין, ער האט נישט קיין אייגענע שטארקייט. א הרהור וועט אים אין די רגע איבערנעמען.

אויך האב איך לעצטענס געטראכט אז א מענטש האט א כח הדוחה וואס זוכט ארויסצושטופן פון זיך אלע שלעכטס, גייסטישע און פיזישע. אפשר איז די רצון צו דער תאווה, אויך א רצון ארויסצושטופן פון זיך נעגעטיוויטעט, כעס, קריטיק אויף זיך אליין. הקפדות, קללות, אפשר נישט ביי יעדעם.

פארוואס העלפט עקסערסייז אז מ'זאל פטור ווערן פון דעם תאווה, כאטש אויף טעמפארערי? ווייל דער מענטש געט ארויס זיינע אינערליכע ענערגיע וואס ער האט נישט ליב צו האבן אין זיך. די כוחות גייט ארויס מיט די כח וואס דער מענטש געט אויס מיט די עקסערסייז.

האסטו באמערקט אז ווען דו ווערסט אין כעס, קען דער תאווה ווערן שטערקער? אויב יא, איז דאס ווייל דער מענטש וויל פטור ווערן פון די כעס? ער וויל עס ארויסשטופן פון זיך?

א מענטש דארף זיך רייניגן פון שלעכטע ענערגיע. ארויסשטופן פון זיך נעגעטיוויטעט, זיך רייניגן און זיין פאזיטיוו. א מענטש דארף זיך אויסלערנען צו רעליסן נעגעטיוויטעט פון זיך. רייניג דיך אפ.

איך האב אמאל געזעהן ווי איינער קלאפט זיך אפ דעם רוקן, און די הענט, און די פיס, ארויסצופאנטשן פון זיך די שלעכטע ענערגיע. איך טראכט אז ס'איז א מיינד באדי זאך. בשעת ער קלאפט זיך אפ זיין רוקן, און זיינע פיס, און זיין בויך, לאזט זיין מיינד נאך די נעגעטיוויטעט וואס האט זיך איינגעזאמלט אין אים. א מענטש קען אנהאלטן אין זיך נעגעטיוו ענערגיע. אין פארום פון געוויסע סענסעשאנס וואס גייט אים אויף די נערווען.

ס'דא טאקע וואס האבן געגעבן צוטרינקן פאר איינעם סם השלשול כדי יענער זאל פטור ווערן פון שלעכטע געדאנקען.

נעם א מענטש וואס איז אנגעווייטאגט אויף זיך, וועט ער ענדערש לויפן צו דעם תאווה. נעם א מענטש וואס קען זיך נישט דערליידן, וועט ער ענדערש לויפן צו דעם תאווה. נעם א מענטש וואס רעגט זיך און קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט זיינע אונטערדרוקער און פייניגער, וועט ער ענדערש לויפן צו דעם תאווה.

באפריי דיך פון שלעכטע ענערגיע.

שטופ עס ארויס פון דיר. טראכט: איך שטופ ארויס פון מיר אלע שלעכטע ענערגיע. דו ווייסט אז ווען א מענטש גייט ארויס אין ביה"כ, קען ער אויך מכוון זיין ארויסצוגעבן פון זיך די שלעכטע ענערגיע. ס'איז א מיינד באדי זאך.

ווען דו טוסט א פעולה מיט דיין קערפער ארויסצוגעבן פון דיר עפעס, שפילט דיין מיינד מיט.

ווען דו זעהסט א מענטש באקומט קריטיק, און פלוצלינג נעמט ער זיך אפשאקלן זיינע קליידער פון שטויב. ער פוצט, קלאפט, פליקט, און בלאזט אראפ, און ווערט רואיג. זיין מיינד שפילט מיט זיך אפצושאקלן פון די נעגעטיווע שפיר.

ווען א מענטש באקומט קריטיק, אדער ער איז אין כעס, שאפט ער אין זיין קערפער א פיזישע אפשפיגלונג פון די כעס. און דאס דארף ווערן באפרייט.

ס'דא מענטשן וואס דארפן זיך שאוערן און לויפן צענדליגע מאל אין מקווה, כדי זיך אפצורייניגן פון שלעכטע ענערגיע. דאס רופט מען OCD.

אבער, א סאך מאל האבן זיי באמת שלעכטע נעגעטיווע ענערגיע. מ'האט זיי קריטיקירט אלץ קינד, אדער מ'האט זיי געטשעפעט, און זייער כח הדוחה שטופט זיי צו טון א פועל דמיוני זיך אפצורייניגן. זייער נפש איז באמת אנגע'חזיר'ט מיט שלעכטע ענערגיע, פון קריטיק, כעס, הקפדות, שנאה, און אזוי ווייטער.

אבער פון מאל צו מאל מעג יא א מענטש מאכן א פועל דמיוני, אז די מיינד זאל אים נאכטון. מ'דארף נישט ווארטן ווילאנג דער תאווה ברענט אריין אזוי אז מ'זאל מוזן צעהאקן צעמענט אז דער תאווה זאל אפיאגן. מ'קען עס גראד טון. די רגע ס'קומט אריין קען מען שוין אנהייבן צו רעליסן די ענערגיע.

ווען דו זעהסט א שיינע ציעדיגע... וואס געשעט? די הייבסט אן איינצוזאמלן אין דיר א געוויסע שפיר וואס גייט דיך שפעטער משוגע מאכן. דו קומסט אויף א פלאץ, דו זעסט וואס דו זעסט, דו כאפסט אפילו נישט אז דיינע געדאנקען ווערן פיל מיט תאווה, און נאכדעם שפירסטו ווי דער תאווה ברענט, און דו ווייסט נישט וואס צו טון.

אבער אויב דו לערנסט דיך אויס זיך אפצורייניגן דערפון ווי שנעלער, וועט עס דיין מיינד טון פון זיך אליין.

פארוואס ווען א מענטש וויל פארשטיין עפעס, וועט ער דרייען מיט די הענט? ווייל די הענט העלפט צו זיין מיינד אויסצופירן א פעולה וואס באלאנגט פאר די מיינד.

פארוואס ווען א מענטש האט א שלעכטע עקלדיגע מחשבה און ער שפייט, גייט עס אוועק? אדער האט עס א פאטענציאל אוועקצוגיין? ווייל די שפיי העלפט זיין מיינד ארויפצוקומען מיט די איידיע אז ס'איז עקלדיג צו טראכטן די מחשבה. און אויך העלפט די שפיי אז די מיינד זאל באפרייען די נעגעטיווע מיאוס'ע מחשבה.

פארוואס ווען א מענטש האט א שלעכטע מחשבה און ער געט אזא רייב אויפן שטערן, קען עס העלפן? ווייל דער מענטש העלפט צו זיין מיינד מיטצוארבעטן זיך אפצודרייען פון די שלעכטע מחשבה.

יעצט אזוי. איז דא ווען א מענטש וויל נישט - אונטערנבאוואוסטזיין - ארויסשטופן פון זיך די שלעכטע ענערגיע. דא דארף מען שוין קריכן פארוואס דער מענטש וויל עס נישט באפרייען. א מענטש האלט נישט סתם אזוי אין זיך שלעכטע ענערגיע. דער מענטש - אונטערנבאוואוסטזיין - האלט בשיטה אז ס'פעלט אים אויס צו געדענקן די אלע נעגעטיוויטעט אין זיך. דא דארף מען שוין קריכן צום שורש.

נ,גוט. שוין זאל דער אייבערשטער העלפן אז מ'זאל שוין באפרייט ווערן פון די אלע חברה
לעצט פארראכטן: ד' תמוז התש"פ 17:28 דורך הכנעה.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ז' תמוז התש"פ 00:45 #267424

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
@הכנעה שכוח פאר די ווערטער, די דערמאנסט מיך פון דעם אימשילדיגע קאפ וואס איז געווען אויפן נעבן די משגיח'ס טישל אין ישיבה וואס איז נעבעך אינגאנצען ציפיצלט געווארן נאך פאר ס'האט אפילו אנגערירט מיין אלע פינגערס ווען כ'האב אוועקגעגאנגען פונעם משגיח נאך א פסק!
ס'איז אויך די זעלבע געדאנק ווי פון וואס די האסט גערעדט.
הצלחה.
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ז' תמוז התש"פ 00:54 #267426

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
ברוך השם! ברוך השם! כ'קען מיך נישט גלייבן אז איך האלט שוין ביי צען גאנצע ריינע טעג!!!! ממש אין מילים!
וויאזוי ס'קען זיין ווייס איך נישט, אבער א פאקט איז שטערקער ווי א סברא!
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ז' תמוז התש"פ 01:18 #267427

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 251 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 709
  • האט שוין געלייקט: 664 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1490 מאל
  • קאָרמא: 53
זעווי בעת געשריבן on ז' תמוז התש"פ 00:54:
ברוך השם! ברוך השם! כ'קען מיך נישט גלייבן אז איך האלט שוין ביי צען גאנצע ריינע טעג!!!! ממש אין מילים!
וויאזוי ס'קען זיין ווייס איך נישט, אבער א פאקט איז שטערקער ווי א סברא!

מזל טוב מזל טוב 10 ריינע טעג
טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ז' תמוז התש"פ 12:00 #267434

  • השם עמנו
  • איצטיגע שטרעקע: 91 טעג
  • יעצט אנליין
  • פרישער חבר
  • ה' עמנו - אינגאנצען, אייביג!
  • מעלדונגען: 6
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל
  • קאָרמא: 0

וויאזוי ס'קען זיין ווייס איך נישט, 

איך ווייס יא! וועגן "השם עמנו"! 
אהן איהם איז גארנישט, מיט איהם איז אלעס!!!

די געווער איז די "ה' איש מלחה", און די טיעם איז >הד"א<.

הוא מלכינו, הוא מושיענו, והוא יושיענו!!!!

ב"ה       כ' האב געזוכט א ניק, און איך טרעף דעם שטיקל חידושי הרי"ם - פ' תשא, ס'האט זיך מיר געלוינט צו אויפסיינען פאר די שטיקל אליינס..

..רְאֵה אַתָּה אֹמֵר אֵלַי הַעַל אֶת הָעָם הַזֶּה וְאַתָּה לֹא הוֹדַעְתַּנִי אֵת אֲשֶׁר תִּשְׁלַח עִמִּי וְאַתָּה אָמַרְתָּ יְדַעְתִּיךָ בְשֵׁם וְגַם מָצָאתָ חֵן בְּעֵינָי. וְְעַתָּה אִם נָא מָצָאתִי חֵן בְּעֵינֶיךָ הוֹדִעֵנִי נָא אֶת דְּרָכֶךָ וְאֵדָעֲךָ לְמַעַן אֶמְצָא חֵן בְּעֵינֶיךָ                                         רש"י: ראה תן עיניך ולבך על דבריך אתה אומר אלי וגו' ואתה לא הודעתני וגו' ואשר אמרת לי(שמות כג) הנה אנכי שולח מלאך, אין זו הודעה שאין אני חפץ בה.                                  רמב"ן: ואיננו נכון..וכי יבקש עתה להרויח בעבור מעשה העגל?                                    וַיֹּאמַר פָּנַי יֵלֵכוּ וַהֲנִחֹתִי לָךְ.וַיֹּאמֶר אֵלָיו אִם אֵין פָּנֶיךָ הֹלְכִים אַל תַּעֲלֵנוּ מִזֶּה. וַיֹּאמֶר ה' אֶל מֹשֶׁה גַּם אֶת הַדָּבָר הַזֶּה אֲשֶׁר דִּבַּרְתָּ אֶעֱשֶׂה כִּי מָצָאתָ חֵן בְּעֵינַי וָאֵדָעֲךָ בְּשֵׁם                                     רש"י: בזו אני חפץ כי ע"י מלאך אל תעלנו מזה                                    רמב"ן: על דעת רש"י, "בזה אני חפץ, כי על ידי מלאך אל תעלנו מזה". וחלילה שיאמר "אם אין פניך הולכים" אחרי שהבטיחו "פני ילכו"!.

.. ובשם הויה ב"ה אין שייכות לשום מלאך, שממנו הכל כי הוא לבדו הוא .. 'וגם מצאת חן' הוא חן אשה על בעלה לפי שאין לה שום דבר רק מבעלה, כן ישראל ע"י שמבטלין כל חיותם וכל שיש להם לרצון הש"י יש להם חן הזה, וביקש 'ועתה הודיעני כו' ואדעך כו' למען כו' חן' כו' שכל שהדעת והדביקות יהי' יותר, יהי' החן יותר וביקש 'וראה כו' עמך' שהש"י יראה אותנו בטובת עין שלו כי עמו אנחנו והוא חן מקח על בעליו כי עם זו קנית. ומ"ש הרמב"ן "וכי רוצה להרויח יותר אחר החטא ?".. לפע"ד אמת שרוצה להרויח! כי אחר החטא צריך יותר עזר השי"ת בכל רגע שלא לחזור וליפול לבאר שחת ח"ו וצריך חסדי ה' ורחמיו, 'פני ילכו כו' אם אין כו' הולכים' כו' רמב"ן תמה מאוד וכ' חלילה שיאמר אם אין כו' אחר שאמר פני ילכו ע"ש.. שהשי"ת אמר לו פני כו' והניחותי לך שילך עמנו לתוספות טובה ולנייחא ומשה רבינו ביקש אם אין פניך הולכים אל תעלנו. שהשי"ת ילך עמנו באופן זה שא"א לנו לילך בלעדו כי אין חפצים בחיים אם לא יהי' עמנו שכן הי' עיקר צערן של ישראל. ויתאבלו על שלא ילך עמם כמ"ש רש"י ויתנצלו קיבלו מיתה עליהם ברצון לתיקון זה. כמ"ש הרמב"ן ז"ל. וזה הי' המבוקש שיהי' השי"ת עמנו בנקודת מעמקי לבנו שיהי' חיינו קשור בזה ונפלינו אני ועמך כו' שבמקום הנ"ל אין שום מגע נכרי. והבטיחו השי"ת 'כי כו' חן ואדעך בשם'. הוא מ"ש ושמי ה' כו' נודעתי. ולמרע"ה נודע בשם ה' שאין דביקות בשם הזה כ"א בני ישראל לבד כמ"ש בזוה"ק..

ה' עמנו!
לעצט פארראכטן: ז' תמוז התש"פ 12:14 דורך השם עמנו.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ז' תמוז התש"פ 17:18 #267436

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3
זעווי בעת געשריבן on ז' תמוז התש"פ 00:54:
ברוך השם! ברוך השם! כ'קען מיך נישט גלייבן אז איך האלט שוין ביי צען גאנצע ריינע טעג!!!! ממש אין מילים!
וויאזוי ס'קען זיין ווייס איך נישט, אבער א פאקט איז שטערקער ווי א סברא!

שטארק דיך. דער אייבערשטער וועט דיך העלפן. היינט האב איך געטראכט אז איך דארף אנהייבן צו ארבעטן אויף שמחה. צו זיין בשמחה. א פשוט'ע זאך. ס'שטייט נישט אין עפעס א פארשטופטע בוך מיט האלב אומפארשטענדליכע ווערטער. ס'איז א פשוט'ע פסוק חומש, און אויך שטייט עס אין ליקוטי מוהר"ן און אין נאך מצווה גדולה ליהיות בשמחה תמיד.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ח' תמוז התש"פ 09:46 #267443

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
איך האב מיך דערמאנט פון די ערשטע מאל וואס איך בין ארויף אויף שלעכטע סייט'ס (בערך אלץ זעכצן יעריגע בחור) איז איך געדענק ווי נאכן זיצן צוגעסקראלט אויף איין פלאץ אין די ערגסטע פון די ערגסטע האב איך משום איזה סבה פארמאכט די פאון (צו די בעטערי איז אויסגעגאנגען צו סתם אזוי איך געדענק שוין נישט פונקטליך) און איך
געדענק ווי א מינוט נאכדעם האב איך ממש נישט געקענט פארשטיין וויאזוי איך האב מיך געלאזט עס טוהן ווען יעדע מאל איך זעה בטעות א פרוי אויפן גאס דריי איך מיך אוועק אינסטיקטיוו און דא בין איך געגאנגען מיט מיינע אייגענע צוויי הענט צו די ערגסטע פלעצער.
מיט די צייט נאכן דורכפאלן מערערע מאל רח''ל האב איך צוגעקומען צום מסקנא אז אויב מען זעצט זיך אראפ מיט א אפענע אינטערנעט זיך צו אינדזשויען באקומט די יצר הרע אינגאנצען שליטה אויפן מענטש רח''ל. כ'ווייס נישט צו כ'בין גערעכט געווען אבער אזוי האב איך געפיהלט.
האב איך נעכט געטראכט לגבי דעם זה לעומת זה עשה אלוקים, אז די זעלבע זאך דא אויפן סייט וואס איך און איך גלייב כמעט יעדער דא האט געזעהן נישט נארמאלע עליות מוז לכאורה אויך זיין די זעלבע זאך אבער אויף פארקערט אז ווען מ'שליסט זיך אן אויף הד''א באקומט מען א עקסטרע סייעתא דשמעיא צו דורך די תהילים וואס מ'איז דא מתפלל צו פשוט אז ווען עס שטייט הבא ליטהר מסייעין אותו דארף עס אבער זיין א ''בא'' און וואו איז שייך א גרעסערע און בעסערע ''בא'' ווי זיך איינשרייבן דא.
זאל די אייבערשטער טאקע העלפן אז אונז זאלמיר בלייבן ריין!
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!
לעצט פארראכטן: ח' תמוז התש"פ 09:49 דורך זעווי בעת.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ח' תמוז התש"פ 21:29 #267450

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3
זאבי, חזק ואמץ. ביסט גערעכט, און אוודאי ביסטו גערעכט. זאל דער אייבערשטער טאקע העלפן.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ח' תמוז התש"פ 23:25 #267452

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
איינער האט מיך געשיקט די קומענדיגע מעסעדזש האב איך געטראכט עס צו שערן דא עס איז זייער גוט געשריבן אבער אויב איינער האט נישט קיין נערוון פאר א חיזוק שמועס קען עס גלייך סקיפען.

Fwd: ער האט גענדיגט אלעס וואס ער האט געהאט צו ערלעדיגן, ער גייט צים טיר קישט די מזוזה און גייט ארויס צו די גאס צו זיין וועג אהיים.ער שפאצירט זיך אזוי אויפן גאס, און זיין קאפ איז נאך פארנומען מיט די פרטים וואס ער האט יעצט עוסק געווען, און פלוצלונג הערט ער א ווינק אין זיין הארץ, געב א קוק דארט, נאר אויף איין מינוט, ער איז אבער א ערליכע יונגערמאן, בלייבט ער ווייטער מיט די אויג אראפ און די קאפ און די הייך, אבער די ווינק ווערט א אפענע רוף, געב נאר א קוק, סאיז ממש ציענד, די הארץ ברענט צו געבן נאר איין קיק צו ברואיגן די תאווה, ער ראנגעלט זיך און ווארפט זיך פון אינווענדיג, יא געבן א קוק נישט געבן א קוק, ער געט אזא האלבע קוק ארויס, און די שולד געפיל פון איין זייט הייבט אן נאגן און פון די אנדערע זייט די תאווה צופלאקערט זיך, ''איינמאל געהעריג קיקן און פערטיג, וויפול איז די שיעור פון זיין אזוי אפגעהיטן??, פון די צווייטע זייט שטייט די גוטע חלק אין אים, וואס ריפט שטילערהייט, צו ווילסטו פארלירן דיין עול הבא פאר די הנאה פון איין רגע?, אתמהה??,ער האלט זיך איין פאר נאך א מינוט, און די ייצר שיקט נאך א נסיון און סהייבט אן ברענען פון פריש, סציט סברענט אין הארץ, לאמיר קיקן געהעריג אזוי זאל איך נישט טראכטן דערפון, קומט ארויס א געפיל זיך צו פארענפערן, ער געבט א פארגנבטער בליק און סרייצט זיך מיט אים האהא איך בין שטערקער פון דיר, איך האב עס געמאכט ער געט א שנעלע קוק אוועק, און ווידער א האלבע בליק, און די תאווה צינדט זיך אן מער און מער, ער וויל שוין אונגאנצען פארלירן, פארפאלן וואס קען מען טוען אז די גאסן קיקן אויס אזוי קען מען זיך נישט היטן די אויגען, און סאיז אפילו ניישט מיין שולד זאגט ער צו זיך, סאיז פשוט אומעגליך צו קענען ביישטיין אזלעכע ניסיונות, און וואס וויל איך דען נאר געבן א קוק. די שטילע ציפ הייבט אן צו ציפן שטערקער, צו ווייסטו נישט אז דו די גאנצע יודשקייט ליגט און די אויגן? צו ווייסטו נישט אז א יעדע בליק וואס מגעט ווערט נישט פארלוירן און דו וועסט שטענדיק בלייבן אין קאפ מיט די ראיה?! דו טראכסט יעצט אויפצוהייבן דיין קאפ צו געבן איין קוק סתם צו ברואיגן דיין משוגענע תאווה,' ביסטו אבער גרייט אז די ראיה זאל בלייבן אין דיר שטענדיג? צו ווילסטו אז די ראיה זאל דיר ארויפקומען באלד אינמיטן שמו''ע ביי מנחה, ביסטו גרייט אז שבת ביי לכה דודי זאל בליצן ביי דיר די אלע ראיות? די ווייסט דאך אז סאיז נישט נאר די יעצטיגע מינוט וואס איז די נסיון, נאר אויב פאלסט דורך האסט א פרישע קאמפ מיט די זעלבע ראיה נאר נישט מיט די עיניי הגוף נאר מיט די עיניי השכל וואס פון דעם איז פיל שווערער צו אנטלויפן צו גייסטו איין אויף דעם??אבער איך וויל קיקן, איך וויל איך קען מיר נישט איינהאלטן, איך ברעך אינטער, ''איך בין זיכער השם וועט מיר פארשטיין, סאיז נישט מעגליך צו זיין אפגעהיטן היינט צוטאגס, די געפיל ברענט און שוידערט צו געבען נאך איין בליק און מיט דעם זיך אפקילן, ''יא ''ניין ''יא ''ניין, אוי טאטע.., אה די אייבערשטער האט געהאלפען, די ניסיון האט זיך איינגעגדרייט צו א אנדערע גאס, אבער יעדע מינוט וואקסט ארויס ניסיונת איינס ערגער פון צווייטען, און די אויגען כמעט פון זיך אליינס הייבן זיך אויף צו געבען א בליק ''סתם צו זעהן וואס טוט זיך אויפן גאס'' סגעט שנעל א פלי אראפ און ווידער א האלבע בליק פון די זייט.. די הייליגע שטומע הייבט ווידער איר קול, צו ווייסטו נישט אז די הייליגקייט פון א יוד איז די גאנצע זאך וואס געבט אים זיין געשמאק אין רוחניות? צו מיינסטו אז מקען קיקן ווי די ווילסט און נאך הנאה האבען פון א גוטע דאעווענען? צו ווייסטו נישט אז די ראיה גייט בפועל אריין אין מוח און פארברענט די מוח? ספארברענט!! אלע יודושע הרגישים ווערן פארטעמפט! אלעס קען געשעהן פין איין ריאה! צו ווילסטן אויפהייבן אויגן וואס דיין טאטע האט דיר געגעבן צו טוען זיין רצון ווילסטן דערמיט טוען די ערגסטע זאך וואס מקען דערמיט? צו ווייסטו נישט אז סאיז נישט מעגליך צו זיין אפגעהיטן נאר אויב מהאלט די אויגן ביי זיך? צו ווילסטו טאקע פאלן אין די עולם התוהי פון תאווה? צו ווילסטו פארלירין דיין שם יוד אלעס פאר איין קוק???''עהה סאיז נישט אזוי הארב ווי דו מאכסט עס, יא סאיז אפשר נישט קיין שיינע זאך, אבער איך וויל נישט טראכטן יעצט פון דיר, לאז מיר אפ יעצט איך וויל קיקן און פארטיג, איך קען מיך שוין נישט איינהאלטן, פערטיג!!, איך האלט מיך שוין איין גענוג לאנג, איך מעג מיך שוין נאכגעבן אביסיל, די זעה קראפט געט זיך נאך א טרייסל צו די זייט און טאנצט שנעל צוריק, אויף אזוי ווייט האט ער אויך נישט געוואלט, ער געט א טשעק אויס די אנדערע זייט און באפרייט די מחיצה אז די ליכט שטראלען פון דארט זאלען קענען אריינקומען, ער געט איין קיק נאך א קיק און ווידער א קוק צוריק, די מוח צשוידערט די הארץ און טוט אויס רעכענען ווען צו קיקן און ווען אוועקצוקיקן ווילאנג די שולד געפיל לאט דאן א קוק צוריק, און קאנטרעלירן די גאנצע שטורעם און גייסט.א מאכטפולע געשריי שרייט די נשמה ''הישתגעתה???, צו ביסטו א נקיבה? צו ביסטו א שוואכלונג? ביסט א קליין קינד? די תאווה האט נישט קיין שום בעיס און שכל! סאיז ממש א נערישע תאווה! צו קענסטו זיך נישט גובר זיין? הייב אויף דיין קאפ און לייג אראפ די אויגען, הער ברעטשענען ווי א קינד, און זיי ערוואקסן, צו האסטו נישט די מינדעסטע זעלבסטקאנטראל? צו ביסטו פון די רשעים וואס זענען שבוים בלבם? וועקט דיך אויף!, גיי ארויס פון די פארפיעטשטער דאכענע פון וואס דו די קעווענקלסט', ''קיקן ''נישט קיקן, גיי ארויס בכלל פון די מקום הנסיון, הייב דיין מוח אויף דיין גוף, געב אים קאנטרעל, דיין הארץ לייג אוועק צום דאווענען, נישט צו פירן דיין לעבן, זיי א איש א תקיף', אבער אויף זיך אליינס, איך ווייס פון ווי דו ביסט קיקט עס אויס אריבער די ים, אבער סאיז ממש נאר אזוי ווייל די ביסט נאך עס נישט אדורך, ווייל סאיז נישט אזוי שווער ווייל ביזט באשאפן פאר דעם', צו זיין א גדול און נישט קיין קטן הצריך לאמו, הער אויך מיט די ''איך קען נישט'' מעשיות, סאיז גוט פאר א קינד נישט פאר דיר, זיי עלטער פון דעם, ולהווי ידועה', סאיז סתם א סוויטש און מוח, פון די וואקלנישען און ניסיון און דורך פאלן יעדע רגע און ברעטשענען אז איך קען נישט, צו , זיך געבן א דערהייב און מיט א פעסטקייט באשלוסן איך קוק נישט און פערטיג, די גדעסטע ווינט וועט מיר נישט אוועקרירן, פשוט דארפסט אנצינדן די פעסטקייט און קוראזש און גדלות, צו זיך דערהייבן אין פראנט, און גיין מיט א רציחה קעגן שונא, ווייל דאס איז די איינצוגסטע וועג, איך מיין נישט אז די ניסיונת וועלן אוועק פאלן, ניין!, ווייל ווי לאנג מלעבט איז דא תאוות און ניסיונות, באט די שוואכקייט די האלבע דורךפאלן די קלער ''יא אדער ''ניין, יענץ ווארף אוועק, יענץ זיי מבטל !...השם יתברך העלפן אין קריג, און אונז פירן צום ענדגילטגען זיג!
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ט' תמוז התש"פ 00:16 #267456

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 251 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 709
  • האט שוין געלייקט: 664 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1490 מאל
  • קאָרמא: 53

זייער שיין געשריבן, זייער לערנבאר, און איך קען עס ניצן אין א גוטע מינוט, אבער ביי מיר ווען עס קומט אינטער א שעת נסיון, וועלן די אלע פארשטענדענישן מיט חשבונות אוועקפאלן, און איך מיט די גרעסטע חכמות וועל איך מיר נישט קענען האלטן.

נאר דער אויבערשטער קען מיר האלטן ריין

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ט' תמוז התש"פ 00:54 #267457

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
יעדע מענטש איז אנדערש און יעדעמ'ס נסיון איז אנדערש, איז איך קען נישט שרייבן אויף קיין אנדערע מענטשן.
אבער איך האב זייער שטארק רילעיטיד צו דעם מעסעדזש, ווייל אה"נ בשעת א נסיון העלפט שוין כמעט נישט בדרך הטבע קיין מחשבות וכדומה, אבער ווי ער פאנגט אן ווי ער רעדט פון ווען מען האלט נאך ביי די קליינע שטילע וואונק אין מוח, איז דעמאלט'ס -עכ"פ ביי מיך- העלפט אסאך ווען מען האט שוין פארדעם אפגעמאכט אויף פען און פעיפער אז "איך קוק נישט" מען דארף ריקן דעם סוויטש אין מוח, דאס האלט אפ דעם תאווה פון וואקסן און עס מאכן פאר א אפענע ריף ווי ער ריפט עס אן דארט.איך רעדט נאר פון מיין יונגע עקספקריענס פון צוועלף טעג קען זיין אז איך גיי נאך אויסגעפונען עפעס אנדערש (כ'האף אז נישט)!
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!
לעצט פארראכטן: ט' תמוז התש"פ 00:56 דורך זעווי בעת.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! י' תמוז התש"פ 12:34 #267483

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0

ערגעצוואו היינט אדער אין די קומענדיגע פאר טעג גיי איך בעז''ה ברעכן מיין רעקארד פון ריינע טעג אין א צי פון די לעצטע עלעף יאר!!!!!
די אייבערשטער זאל העלפן אז עס זאל זיין מיט ערפאלג!
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!
לעצט פארראכטן: י' תמוז התש"פ 12:41 דורך זעווי בעת.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! י' תמוז התש"פ 21:07 #267487

  • חיים גליק
  • איצטיגע שטרעקע: 69 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 172
  • האט שוין געלייקט: 333 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל
  • קאָרמא: 9
זעווי בעת געשריבן on ח' תמוז התש"פ 23:25:
איינער האט מיך געשיקט די קומענדיגע מעסעדזש האב איך געטראכט עס צו שערן דא עס איז זייער גוט געשריבן אבער אויב איינער האט נישט קיין נערוון פאר א חיזוק שמועס קען עס גלייך סקיפען.

Fwd: .א מאכטפולע געשריי שרייט די נשמה ''הישתגעתה???,
צו ביסטו א נקיבה?
צו ביסטו א שוואכלונג?
ביסט א קליין קינד?
די תאווה האט נישט קיין שום בעיס און שכל! סאיז ממש א נערישע תאווה!
צו קענסטו זיך נישט גובר זיין?
הייב אויף דיין קאפ און לייג אראפ די אויגען, הער ברעטשענען ווי א קינד, און זיי ערוואקסן, צו האסטו נישט די מינדעסטע זעלבסטקאנטראל?....
 הייב דיין מוח אויף דיין גוף, געב אים קאנטרעל, דיין הארץ לייג אוועק צום דאווענען, נישט צו פירן דיין לעבן,

זיי א איש א תקיף', אבער אויף זיך אליינס, איך ווייס פון ווי דו ביסט קיקט עס אויס אריבער די ים, אבער סאיז ממש נאר אזוי ווייל די ביסט נאך עס נישט אדורך, ווייל סאיז נישט אזוי שווער ווייל ביזט באשאפן פאר דעם', צו זיין א גדול און נישט קיין קטן הצריך לאמו,

הער אויך מיט די ''איך קען נישט'' מעשיות, סאיז גוט פאר א קינד נישט פאר דיר, זיי עלטער פון דעם, ולהווי ידועה', סאיז סתם א סוויטש און מוח, פון די וואקלנישען און ניסיון און דורך פאלן יעדע רגע און ברעטשענען אז איך קען נישט, צו , זיך געבן א דערהייב און מיט א פעסטקייט באשלוסן איך קוק נישט און פערטיג, די גדעסטע ווינט וועט מיר נישט אוועקרירן

פשוט דארפסט אנצינדן די פעסטקייט און קוראזש און גדלות, צו זיך דערהייבן אין פראנט, און גיין מיט א רציחה קעגן שונא, "ווייל דאס איז די איינצוגסטע וועג",

איך מיין נישט אז די ניסיונת וועלן אוועק פאלן, ניין!, ווייל ווי לאנג מלעבט איז דא תאוות און ניסיונות, באט די שוואכקייט די האלבע דורךפאלן די קלער ''יא אדער ''ניין, יענץ ווארף אוועק, יענץ זיי מבטל !...השם יתברך העלפן אין קריג, און אונז פירן צום ענדגילטגען זיג!

געווען אמאל צייטן ווען עס האט גערעדט צו מיר די שפראך ביז...
ביז איך ווייס שוין היינט אז עס האט נישט ווייל איך בין א קינד אדער נקיבה אדער איינע פון די זאכן וואס ער רעכענט דא אויס
קיין פינטל שייכות מיט דעם
עס איז א קרענק וואס אויב מען טיט נישט גארנישט עס צו האלטן און קאנטראל וועט זיך עס נישט גיט ענדיגן ווייל עס איז אסאך שטערקער ווי דיר מיט דיינע אלע גיטע רצונות און קבלות טובת וואס די ווילסט זיין ערליך
אוי טאטע און הימל העלף מיר און אלע אנדערע חבירים זאלן האבן די שטארקייט און אלעס ארויף ווארפן אויף דיר און טיהן וואס איז ריכטיג פאר זייער ריקאווערי

דער נסיון,
לחן כ"ק מרן אדמר מפיטסברוג שליט"א - מילים ר' יוסף משה כהנא

https://drive.google.com/file/d/1lqbgeKyU__HfiZ6T9nS9-Dr3dS6YPKUL/vie
w

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! י"א תמוז התש"פ 02:18 #267489

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
יאפ חיים איך דארף ליידער עגריען מיט דיך.

ווען איך האב געליינט די ערשטע מאל די מעסעדש ווען איך האב עס באקומען האב איך געטראכט אז עס איז זיכער נישט קיין מהלך זיך ארויס צו דרייען פון די פראבלעם און אפילו נישט ווערט לכאורה צו ווערן אנגערופן א עצה, וואס יא איך האב געטראכט אז אין א שטארקע מינוט ווען די תאווה ברענט נישט און ס'קומט אינטער א קליינע נסיון קען מען עס נאך אוועק שטופן ווילאנג די קאפ איז נאך אויפן פלאץ.
אזוי האב איך געטראכט ביז היינט ביי מנחה ווען אינמיטן שמו''ע האב איך געזעהן עפעס נישט גוט (וואס ווען איך שטעל ווען פאר א שוואכע נסיון וואלט דאס אויך געקענט זיין א משל באמת נישט עפעס מוראדיג,) און גארנישט האט נישט אפגעשטעלט מיינע אויגן פון אהין לויפן יעדע זעקס און א האלב סעקונדעס נישט די גאנצע מעסעדזש און ניטאמאל האט געהאלפן צו טרייען צו קאנצעטעטן ביי שמע קולינו איך האב שנעל געענדיגט שמו''ע און אפגעטראגן פון שטח.!
יאפ נאר די אייבערשטער קען אונז האלטן ריין!
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! י"א תמוז התש"פ 10:19 #267495

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
ב''ה ב''ה אז דערווייל קען איך נאך קוועטשן דעם איך בין געבליבן ריין קנעפל אויף ו' חוקת בלק די אייבערשטער זאל העלפן ווייטער.
ס'איז געווען זייער א שווערע נאכט מיט אסאך כמעט דורכפעלער אבער ב''ה למעשה בין איך געראטעוועט געווארן מער ווייניגער.
ה' זאל העלפן אז מ'זאל קענען מקבל זיין די שבת און יעדע שבת מיט א ריינקייט און א פרייליכקייט!
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! י"א תמוז התש"פ 10:44 #267497

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 522 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1126
  • האט שוין געלייקט: 877 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2128 מאל
  • קאָרמא: 50
זעווי בעת געשריבן on י"א תמוז התש"פ 10:19:
ב''ה ב''ה אז דערווייל קען איך נאך קוועטשן דעם איך בין געבליבן ריין קנעפל אויף ו' חוקת בלק די אייבערשטער זאל העלפן ווייטער.
ס'איז געווען זייער א שווערע נאכט מיט אסאך כמעט דורכפעלער אבער ב''ה למעשה בין איך געראטעוועט געווארן מער ווייניגער.
ה' זאל העלפן אז מ'זאל קענען מקבל זיין די שבת און יעדע שבת מיט א ריינקייט און א פרייליכקייט!

אזאלכע מעסעדזשעס געבט חיזוק, יא יעדער דארף חיזוק, און אויך איינער וואס האלט שוין ביי מערערע ריינע טעג.

איך זעה ווי דו קומסט אריין זייער קלאר, דער באשעפער זאל דיר פירן אויפן ריכטיגן וועג, און האלטן ריין פאר היינט.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! י"א תמוז התש"פ 12:18 #267501

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 251 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 709
  • האט שוין געלייקט: 664 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1490 מאל
  • קאָרמא: 53
זעווי בעת געשריבן on י"א תמוז התש"פ 02:18:
יאפ חיים איך דארף ליידער עגריען מיט דיך.

ווען איך האב געליינט די ערשטע מאל די מעסעדש ווען איך האב עס באקומען האב איך געטראכט אז עס איז זיכער נישט קיין מהלך זיך ארויס צו דרייען פון די פראבלעם און אפילו נישט ווערט לכאורה צו ווערן אנגערופן א עצה, וואס יא איך האב געטראכט אז אין א שטארקע מינוט ווען די תאווה ברענט נישט און ס'קומט אינטער א קליינע נסיון קען מען עס נאך אוועק שטופן ווילאנג די קאפ איז נאך אויפן פלאץ.
אזוי האב איך געטראכט ביז היינט ביי מנחה ווען אינמיטן שמו''ע האב איך געזעהן עפעס נישט גוט (וואס ווען איך שטעל ווען פאר א שוואכע נסיון וואלט דאס אויך געקענט זיין א משל באמת נישט עפעס מוראדיג,) און גארנישט האט נישט אפגעשטעלט מיינע אויגן פון אהין לויפן יעדע זעקס און א האלב סעקונדעס נישט די גאנצע מעסעדזש און ניטאמאל האט געהאלפן צו טרייען צו קאנצעטעטן ביי שמע קולינו איך האב שנעל געענדיגט שמו''ע און אפגעטראגן פון שטח.!
יאפ נאר די אייבערשטער קען אונז האלטן ריין!

גאר שטארק דער אויבערשטער זאל זיין מיט דיר

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! י"א תמוז התש"פ 13:38 #267502

  • טאטע העלף מיר
  • איצטיגע שטרעקע: 108 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 59
  • האט שוין געלייקט: 77 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
  • קאָרמא: 4
זעווי בעת געשריבן on ח' תמוז התש"פ 23:25:
איינער האט מיך געשיקט די קומענדיגע מעסעדזש האב איך געטראכט עס צו שערן דא עס איז זייער גוט געשריבן אבער אויב איינער האט נישט קיין נערוון פאר א חיזוק שמועס קען עס גלייך סקיפען.

Fwd: 

ליינענדיג די מעסטש האב איך געפילט ווי מען האט זיך אריין געגאנבעט אין מיין מוח אין ארויס געפלאדירט מיינע אלע פילינגס וואס איך האב ווען איך גיי אין גאס 

דער טאטע וואס העלפט יעדעם זאל מיר אויך העלפען 

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! י"ג תמוז התש"פ 11:30 #267513

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
כ'פארשטיי נישט און איך קען נישט!!! ווי לאנג? אזוי גייט עס זיין אייביג? יעדע נאכט יעדע 10 מינוט גייט זיין נאך א פייט און כ'גיי מיך אפילו פרייען אה ס'געלונגען, אדער ס'נישט געלונגען. וואס געלונגען ווען געלונגען???? יא פונקט די רגע איז געווען האלב גוט א אנדערע רגע איז געווען אביסל גוט און א אנדערע רגע גייט זיין........... כ'וויל עס ניטאמאל ארויסשרייבן.ס'גייייייט פלאאאאאאאצן!!!!! ווען ווייס איך נישט אבער פונקט ווי כ'פארשטיי אז ווען כ'זעה א משגיח אין ישיבה קוקט ווי א בחור שמועסט אינמיטן סדר און ער קוקט אינדערזייט מיט א שטרעעעענגע בליק און ער האלט זיך נאך איין פון אים עפעס טון און א מינוט שפעטער קוקט ער נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל ווייס איך פאר זיכער אז אט אט קומט א מעכטיגע עקספלאשין!!!איז כ'האף אז כ'האב נישט געשריבן צו ווילד כ'האב פשוט אויפגעשטאנען נאך א שווערע נאכט און געלאזט מיינע פינגערס לויפן אויפן קי באורד ווי זיי האבן געווילט (אויך א מהלך זיך אויסצוגעבן), און נאכאמזל כ'האב עס נישט געשריבן פאר 20 מינוט צירוק ווייל ווען יא וואלט איך זיך מסתם געשעמט צו דריקן די "שיק" קנעפל.
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! י"ג תמוז התש"פ 19:15 #267521

  • עיניו בראשו
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 14
  • האט שוין געלייקט: 10 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
  • קאָרמא: 2
זעווי בעת געשריבן on י"ג תמוז התש"פ 11:30:
כ'פארשטיי נישט און איך קען נישט!!! ווי לאנג? אזוי גייט עס זיין אייביג? יעדע נאכט יעדע 10 מינוט גייט זיין נאך א פייט און כ'גיי מיך אפילו פרייען אה ס'געלונגען, אדער ס'נישט געלונגען. וואס געלונגען ווען געלונגען???? יא פונקט די רגע איז געווען האלב גוט א אנדערע רגע איז געווען אביסל גוט און א אנדערע רגע גייט זיין........... כ'וויל עס ניטאמאל ארויסשרייבן.ס'גייייייט פלאאאאאאאצן!!!!! ווען ווייס איך נישט אבער פונקט ווי כ'פארשטיי אז ווען כ'זעה א משגיח אין ישיבה קוקט ווי א בחור שמועסט אינמיטן סדר און ער קוקט אינדערזייט מיט א שטרעעעענגע בליק און ער האלט זיך נאך איין פון אים עפעס טון און א מינוט שפעטער קוקט ער נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל ווייס איך פאר זיכער אז אט אט קומט א מעכטיגע עקספלאשין!!!איז כ'האף אז כ'האב נישט געשריבן צו ווילד כ'האב פשוט אויפגעשטאנען נאך א שווערע נאכט און געלאזט מיינע פינגערס לויפן אויפן קי באורד ווי זיי האבן געווילט (אויך א מהלך זיך אויסצוגעבן), און נאכאמזל כ'האב עס נישט געשריבן פאר 20 מינוט צירוק ווייל ווען יא וואלט איך זיך מסתם געשעמט צו דריקן די "שיק" קנעפל.

זעווי, כהאב דיר א קליינע עצה, ווען דו האסט די סארט פילינגס און סדוכט זיך דיר אז סגייט אזוי בלייבן אייביג ח"ו, גיי צו די בימת כבוד (https://hitdanoigen.com/90days/wall-of-honour) און קוק וויפיל נעמען האלטן שוין אן אזוי לאנג, און יעדער וואס קומט דא אן האט א מלחמה כבידה, יעדער ע"פ דרכו, אבער די סוף איז אז סהאלט נישט אן אייביג

איך כשלעצמי האב לעצטנס גענומען א מהלך אז איך בין גרייט אויף מסי"נ נישט צו קוקן אויף איין ראיה אסורה (דהיינו איך שטעל מיר פאר בעת נסיון ווי איינער וויל מיר איבערטרעטן מיט א קאר אויב איך קוק נישט און איך בין גערן גרייט דערויף) און דאס קען נאר קומען מיט א אמתע איבערצייגונג איבער די נערישקייט און נידריגקייט פון א ראיה אסורה און די חשיבות פון קדושה, איך האב מיר דעמאנט וואס מהרי"א מקאמארנא זי"ע שרייבט אז ער האט טויזענט מאל געשפירט טעם מיתה ביז סהאט זיך אים געעפענט השגות פון הימל (זעה בייגעלייגט) און איך האלט עס אין איין חזר'ן (נישט אז איך ווארט אז סזאל זיך מיר עפענען עפעס גרויסע השגות, אבער סאיז זיכער אז די מלחמה וועט אסאך גרינגער ווערן). וידעתי אז סאיז דא אסאך סארט מהלכים וויאזוי זיך צו שלאגן מיט די מחשבות (אדער זיך נישט צו שלאגן), אבער לע"ע ארבעט דאס ב"ה
אטעטשמענטס:
לעצט פארראכטן: י"ג תמוז התש"פ 19:16 דורך עיניו בראשו.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! י"ג תמוז התש"פ 19:52 #267522

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 761 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1381
  • האט שוין געלייקט: 2039 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2018 מאל
  • קאָרמא: 14
עיניו בראשו געשריבן on י"ג תמוז התש"פ 19:15:

אז ס׳ארבייט פאר דיר כל הכבוד

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! י"ד תמוז התש"פ 06:45 #267527

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
איז אזוי דער משגיח וואס האלט און איין קוקן אויף די בחורים וואס שמועסן און זיין בליק ווערט בייזער און שטרענגער פון מינוט צו מינוט איז אויב משום איזה סבה פארשטייט די משגיח אז די בחורים טארן נישט באקומען קיין שטראף און ער דארף זיך איינהאלטן זיינע אלע חשבונות און פסקים וואס ער איז שוין געווען גרייט צו געבן איז ווענד זיך ווי א שטארקע כעסן ער איז און אין ווי א גרויסע עוולה די בחור האט געטוהן און אין די וויפלטע מאל די זאך חזר'ט זיך איבער און ער האט זיך איינגעהאלטען.

יעצט לייציור אז אלעס וואס כ'האב יעצט אויסגערעכנט איז די תירוץ די העכסטע שייך, דהיינו ער איז א שרעקליכע כעסן בטבע און די עוולה איז געווען ממש אין לשער ממש איבערגעדרייט די ישיבה און עס איז שוין די דריי אין אכציגסטע מאל וואס די בחור חזר'ט איבער די עוולה בשאט נפש און דאך היות ער פארשטייט אז די בחור טאר נישט באקומען א שטראף, געט ער אים נישט קיין שטראף און ניטאמאל א שטרענגע בליק.
איז די משגיח ווען ער גייט אריין אין די ישיבה אפיס קען ער זיך נישט אראפ זעצן אויף א בענקל און עסן פאפקארן. און אויב יא גייט ער ניטאמאל פילן די טעם דערפון! וואס ער דארף דעמאלטס האבן איז א באל צו קענען געבן א גוטע שטויס צו אראסלאזן אביסל די פרעשור אז ער זאל נישט עקספלאודן!
איז וויפיהל איך קען זעווי (מער ווייניגער פון די נאנט...) איז עפעס אזוי געווען די מעשה נעכטן צופרי מיט אים, נאך א נאכט פון אזויפיהל התגברות'ן און אזויפיהל נסיונות האט ער באקומען אזא סטרעס אז ממש ער האט געהאלטן ביי פלאאאאצן! איז די באל וואס ער האט גענוצט איז געווען הד''א דארט האט ער געקענט שרייען וויינען וכד' וכד' און אזוי זיך בארואיגט מער ווייניגער, כ'האב מיט געהאלטן זיין דאווענען נאכדעם, און ס'געווען כאילו לא היה! סהאט זיך בארואיגט.

וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז די עצם אנגעצויגענקייט און די פילינג אז ס'גייט פלאצן איז נישט מיין פראבלעם, נישט אז ס'גייט מיך נישט אן, נאר כ'האב פשוט געדארפט זיך אויסגעבן (און אויב איך מעג צולייגן חוות דעתי הקלושה והענייה וואלט איך צוגעלייגט אז אין אזא צייט ווען מאיז שוין נערוועז און אנגעצויגן קען אפילו ערגער מאכן ווען מ'פראבירט צו באזייטיגן די פילינגס מיט די וואנט פון כבוד.) עכ''פ וואס איך וואלט יא געווילט וויסן איז צו עס איז א נארמאלע זאך צו זיין אנגצויגן אזוי נאך א נאכט פון מלחמות, אדער ס'מיינט אז איך בין נישט אן די רייט טרעק ווייל מקען דאך נישט בלייבן א גאנץ לעבן אין אזא מצב. אדער קען זיין אז איך בין פריצייטיג געווארן ווילד און ס'קומט נאך בעסערע צייטן נישט אז יעצט איז נישט גוט, ''יעצט איז גוט און מארגן גייט זיין בעסער''.

און שכוח  הרב עיניו פאר די תשובה, אפילו אויב איך גיי קיינמאל נישט דארפן נוצן דיין עצה צו ווייל איך גיי עס נישט דארפן צו ווייל עס וועט נישט ארבעטן אויף מיך נאכאלץ קומט זיך א הכרת הטוב ווייל מען אויסגוסן קיין אנגעצויגנקייט אין א נאטפעד, און די האסט מיך געגעבן די פילינג אז סנישט קיין נאטפעד! 
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! י"ד תמוז התש"פ 07:08 #267528

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
אגב האב איך געווילט מיט טיילן מיין פרעזענליכע ''בא ליטהר מסייעין'' מעשה.
די מעשה איז אז אויף מיין פאון קען מען נישט האבן קיין געהעריגע פילטער מקען נאר אדער יא האבן אינטערנעט דהיינו האבן אפענע, אדער בכלל נישט האבן. איז איך בין געווען צוריסן ווייל פון איין זייט דארף איך האבן זייער וויכטיג די הד''א סייט און פון אנדערע זייט קען מען דאך נישט האבן קיין אפענע אינטערנעט. די עפפ פון האט אויך נישט געהאלטן ביים ארבעטן אויף מיין פאון.
איז איך האב געווארט אויף א ישועה אבער ביזדערווייל האב איך בבחנת שב ואל תעשה עדיף געלאזט די אינטערנעט אפען ביז סקומט אינטער עפעס אנדערש.
למעשה האב איך נעכטן אפגעמאכט יהיה מה שיהיה פון א נישט גוטע זאך פארדינט מען נישט און איך גיי אראפנאמן דעם אינטערנעט און כהאב עס אראפ גענומען. און כהאב געזאגט פארן טאטן אין הימל אז איך האב געטוהן מיין זייט פון ''בא ליטהר'' און כ'האב אים געבעטן אויף די ''מסייעין''.
און כ'האב שוין געהאט געשיקט א אימעיל פאר איינעם זאל מיך העלפן מיט מיין פאון און גארנישט ס'איז שוין אריבער זעקס טעג זייט דעמאלטס און כ'האב נאך גארנישט צירוקגעהערט.
און נעכטן האב איך נאכאמאל געשיקט א אימעיל פון א אנדערע אדרעס און דריי שעה נאכדעם האט ער מיך צירוק געשיקט אז ער האט אנגענומען מיין ריקוועסט און אויב די קענסט ליינען דעי מעסעדזש מיינט אז ס'ארבעט אן אינטערנעט!!
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! י"ד תמוז התש"פ 09:00 #267529

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 761 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1381
  • האט שוין געלייקט: 2039 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2018 מאל
  • קאָרמא: 14
זעווי בעת געשריבן on י"ד תמוז התש"פ 06:45:
איז אזוי דער משגיח וואס האלט און איין קוקן אויף די בחורים וואס שמועסן און זיין בליק ווערט בייזער און שטרענגער פון מינוט צו מינוט איז אויב משום איזה סבה פארשטייט די משגיח אז די בחורים טארן נישט באקומען קיין שטראף און ער דארף זיך איינהאלטן זיינע אלע חשבונות און פסקים וואס ער איז שוין געווען גרייט צו געבן איז ווענד זיך ווי א שטארקע כעסן ער איז און אין ווי א גרויסע עוולה די בחור האט געטוהן און אין די וויפלטע מאל די זאך חזר'ט זיך איבער און ער האט זיך איינגעהאלטען.

יעצט לייציור אז אלעס וואס כ'האב יעצט אויסגערעכנט איז די תירוץ די העכסטע שייך, דהיינו ער איז א שרעקליכע כעסן בטבע און די עוולה איז געווען ממש אין לשער ממש איבערגעדרייט די ישיבה און עס איז שוין די דריי אין אכציגסטע מאל וואס די בחור חזר'ט איבער די עוולה בשאט נפש און דאך היות ער פארשטייט אז די בחור טאר נישט באקומען א שטראף, געט ער אים נישט קיין שטראף און ניטאמאל א שטרענגע בליק.
איז די משגיח ווען ער גייט אריין אין די ישיבה אפיס קען ער זיך נישט אראפ זעצן אויף א בענקל און עסן פאפקארן. און אויב יא גייט ער ניטאמאל פילן די טעם דערפון! וואס ער דארף דעמאלטס האבן איז א באל צו קענען געבן א גוטע שטויס צו אראסלאזן אביסל די פרעשור אז ער זאל נישט עקספלאודן!
איז וויפיהל איך קען זעווי (מער ווייניגער פון די נאנט...) איז עפעס אזוי געווען די מעשה נעכטן צופרי מיט אים, נאך א נאכט פון אזויפיהל התגברות'ן און אזויפיהל נסיונות האט ער באקומען אזא סטרעס אז ממש ער האט געהאלטן ביי פלאאאאצן! איז די באל וואס ער האט גענוצט איז געווען הד''א דארט האט ער געקענט שרייען וויינען וכד' וכד' און אזוי זיך בארואיגט מער ווייניגער, כ'האב מיט געהאלטן זיין דאווענען נאכדעם, און ס'געווען כאילו לא היה! סהאט זיך בארואיגט.

וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז די עצם אנגעצויגענקייט און די פילינג אז ס'גייט פלאצן איז נישט מיין פראבלעם, נישט אז ס'גייט מיך נישט אן, נאר כ'האב פשוט געדארפט זיך אויסגעבן (און אויב איך מעג צולייגן חוות דעתי הקלושה והענייה וואלט איך צוגעלייגט אז אין אזא צייט ווען מאיז שוין נערוועז און אנגעצויגן קען אפילו ערגער מאכן ווען מ'פראבירט צו באזייטיגן די פילינגס מיט די וואנט פון כבוד.) עכ''פ וואס איך וואלט יא געווילט וויסן איז צו עס איז א נארמאלע זאך צו זיין אנגצויגן אזוי נאך א נאכט פון מלחמות, אדער ס'מיינט אז איך בין נישט אן די רייט טרעק ווייל מקען דאך נישט בלייבן א גאנץ לעבן אין אזא מצב. אדער קען זיין אז איך בין פריצייטיג געווארן ווילד און ס'קומט נאך בעסערע צייטן נישט אז יעצט איז נישט גוט, ''יעצט איז גוט און מארגן גייט זיין בעסער''.

און שכוח  הרב עיניו פאר די תשובה, אפילו אויב איך גיי קיינמאל נישט דארפן נוצן דיין עצה צו ווייל איך גיי עס נישט דארפן צו ווייל עס וועט נישט ארבעטן אויף מיך נאכאלץ קומט זיך א הכרת הטוב ווייל מען אויסגוסן קיין אנגעצויגנקייט אין א נאטפעד, און די האסט מיך געגעבן די פילינג אז סנישט קיין נאטפעד! 

Withdrawal. ווען מיין מח איז צוגעוואוינט צו עקטן אוט און צו לאסטן, און פלוצלינג לאסט איך מער נישט און איך עקט נישט אוט, קען ער עס טייל מאל נישט נעמען גרינג.
ס׳איז א פיזיקעל זאך. פון געוויסע אנדערע עדיקשנס ווי דראגס דארף מען פילס צו רענען סורווייווען ווידראול

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! י"ד תמוז התש"פ 11:14 #267535

  • איה הקדשה
  • איצטיגע שטרעקע: 43 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 31 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
  • קאָרמא: 4
עיניו בראשו געשריבן on י"ג תמוז התש"פ 19:15:

זעווי בעת געשריבן on י"ג תמוז התש"פ 11:30:
כ'פארשטיי נישט און איך קען נישט!!! ווי לאנג? אזוי גייט עס זיין אייביג? יעדע נאכט יעדע 10 מינוט גייט זיין נאך א פייט און כ'גיי מיך אפילו פרייען אה ס'געלונגען, אדער ס'נישט געלונגען. וואס געלונגען ווען געלונגען???? יא פונקט די רגע איז געווען האלב גוט א אנדערע רגע איז געווען אביסל גוט און א אנדערע רגע גייט זיין........... כ'וויל עס ניטאמאל ארויסשרייבן.ס'גייייייט פלאאאאאאאצן!!!!! ווען ווייס איך נישט אבער פונקט ווי כ'פארשטיי אז ווען כ'זעה א משגיח אין ישיבה קוקט ווי א בחור שמועסט אינמיטן סדר און ער קוקט אינדערזייט מיט א שטרעעעענגע בליק און ער האלט זיך נאך איין פון אים עפעס טון און א מינוט שפעטער קוקט ער נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל ווייס איך פאר זיכער אז אט אט קומט א מעכטיגע עקספלאשין!!!איז כ'האף אז כ'האב נישט געשריבן צו ווילד כ'האב פשוט אויפגעשטאנען נאך א שווערע נאכט און געלאזט מיינע פינגערס לויפן אויפן קי באורד ווי זיי האבן געווילט (אויך א מהלך זיך אויסצוגעבן), און נאכאמזל כ'האב עס נישט געשריבן פאר 20 מינוט צירוק ווייל ווען יא וואלט איך זיך מסתם געשעמט צו דריקן די "שיק" קנעפל.

זעווי, כהאב דיר א קליינע עצה, ווען דו האסט די סארט פילינגס און סדוכט זיך דיר אז סגייט אזוי בלייבן אייביג ח"ו, גיי צו די בימת כבוד (https://hitdanoigen.com/90days/wall-of-honour) און קוק וויפיל נעמען האלטן שוין אן אזוי לאנג, און יעדער וואס קומט דא אן האט א מלחמה כבידה, יעדער ע"פ דרכו, אבער די סוף איז אז סהאלט נישט אן אייביג

איך כשלעצמי האב לעצטנס גענומען א מהלך אז איך בין גרייט אויף מסי"נ נישט צו קוקן אויף איין ראיה אסורה (דהיינו איך שטעל מיר פאר בעת נסיון ווי איינער וויל מיר איבערטרעטן מיט א קאר אויב איך קוק נישט און איך בין גערן גרייט דערויף) און דאס קען נאר קומען מיט א אמתע איבערצייגונג איבער די נערישקייט און נידריגקייט פון א ראיה אסורה און די חשיבות פון קדושה, איך האב מיר דעמאנט וואס מהרי"א מקאמארנא זי"ע שרייבט אז ער האט טויזענט מאל געשפירט טעם מיתה ביז סהאט זיך אים געעפענט השגות פון הימל (זעה בייגעלייגט) און איך האלט עס אין איין חזר'ן (נישט אז איך ווארט אז סזאל זיך מיר עפענען עפעס גרויסע השגות, אבער סאיז זיכער אז די מלחמה וועט אסאך גרינגער ווערן). וידעתי אז סאיז דא אסאך סארט מהלכים וויאזוי זיך צו שלאגן מיט די מחשבות (אדער זיך נישט צו שלאגן), אבער לע"ע ארבעט דאס ב"ה

טייערע חבר!
איטערעסאנט אז איך האב גענומען די זעלבע אפרוטש ווי דיר אין די ענין פין שמירת עינים  גלייך ווען איך האב אנגעהויבן צו ציילען, איך טוה מיך אויס די גלעזער זייט דעלמאטס א יעדע מאל איך גיי ארויס אין די גאס, אין עס איז מיר א שטארקע חיזוק די ווערטער וואס די האסט געברענגט פונעם הייליגען קאמארנער, וטובים השנים מן האחד, לאמיר זיך צוזאמען אנכאפען אין נישט נתפעל ווערן פין גארנישט, אין זיין צוזאמען א טיעם מיט די געווער,  אין גיין מעלה מעלה נאך א טאג אין נאך א טאג ביז מיר וועלן בעזר השם יתברך דערגרייכען אונזער ציל אין זיין אינגאנצען ריין אמן.

לעצט פארראכטן: י"ד תמוז התש"פ 11:17 דורך איה הקדשה.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! י"ד תמוז התש"פ 11:33 #267536

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
וואו! גאנצע ''טוב'' טעג!!!
אנבעליוועבל!
ברוך השם!
די שמחה ביינאכט ווען מיין זייגער קלינגט אז איך זאל קוועטשן די ניינציג טעג קנעפל איז אין לשער!
בעצם איז מיין זייגער נאך אנגעשטעלט פון די נישט גוטע צייטן וואס דעמאלטס איז עס געווען א רימיינדער אז איך זאל נישט פארגעסן צו זאגן תיקון הכללי פאר די שקיעה.
ב''ה יעצט קען איך ניצן פאר א בעסערע זאך (כ'האף אז כ'מעגעס רופן אזוי)!
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!
  • בלאט:
  • 1
  • 2
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 1.99 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא