ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! 809 באזוכער

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! י"ד תמוז התש"פ 16:22 #267540

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 560 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1143
  • האט שוין געלייקט: 898 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2142 מאל
  • קאָרמא: 50
זעווי בעת געשריבן on י"ד תמוז התש"פ 11:33:
וואו! גאנצע ''טוב'' טעג!!!
אנבעליוועבל!
ברוך השם!
די שמחה ביינאכט ווען מיין זייגער קלינגט אז איך זאל קוועטשן די ניינציג טעג קנעפל איז אין לשער!
בעצם איז מיין זייגער נאך אנגעשטעלט פון די נישט גוטע צייטן וואס דעמאלטס איז עס געווען א רימיינדער אז איך זאל נישט פארגעסן צו זאגן תיקון הכללי פאר די שקיעה.
ב''ה יעצט קען איך ניצן פאר א בעסערע זאך (כ'האף אז כ'מעגעס רופן אזוי)!

האסט מיר געמאכט שמייכלען... איך האב מיר געטראפן אין דיין פאוסט.

מזל "טוב" פאר דיינע 17 הייליגע טעג, בכלל נישט קיין קלייניקייט.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ט"ו תמוז התש"פ 15:50 #267551

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3
זעווי בעת געשריבן on י"ד תמוז התש"פ 11:33:
וואו! גאנצע ''טוב'' טעג!!!
אנבעליוועבל!
ברוך השם!
די שמחה ביינאכט ווען מיין זייגער קלינגט אז איך זאל קוועטשן די ניינציג טעג קנעפל איז אין לשער!
בעצם איז מיין זייגער נאך אנגעשטעלט פון די נישט גוטע צייטן וואס דעמאלטס איז עס געווען א רימיינדער אז איך זאל נישט פארגעסן צו זאגן תיקון הכללי פאר די שקיעה.
ב''ה יעצט קען איך ניצן פאר א בעסערע זאך (כ'האף אז כ'מעגעס רופן אזוי)!

חזק זאבי.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ט"ז תמוז התש"פ 17:03 #267562

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
ב''ה האלט מיר ביי ''חי'' טעג!און יאפ כ'קען מעיד זיין אז כ'האב באמת באקומען א נייע ''לעבן'' דורך'ן אייבערשטן פארשטייטזיך, און בשליחות פון די הייליגע הד''א חבורהדי אייבערשטער זאל העלפן ווייטער.אויך מיין ניינציג טעג גייט זיך האפענטליך (מיט'ן אייבערשטנס הילף) ענדיגן אנפילן ממש פאר ר''ה דאס געט מיך א שטופ אז איך זאל נישט אויפגעבן אינמיטן.אסאך מאל קומט אריין אזעלכע חשבונות אז מגייט דראפען די קעיס און מ'גייט אנפאנגען נאכאמאל שפעטער ס'דאך נאר אכצן טעג וואס קען שוין געשעהן אז מ'פאנגט נאכאמאל אבער ווען כ'טראכט פון דעם ראש השנה הבעל''ט וויאזוי איך גיי צוגיין צו אייבערשטן מיט אזא שלעכטע היסטערי געט א שטופ אזא, אויף ווייטער צו קומען כאטש מיט עפעס די אייבערשטער זאל טאקע העלפן אז כ'זאל אנקומען צו ר''ה דעם יאר מיט אריבער ניינציג טעג און ר''ה קומענדיגע יאר זאל זיין מיט אריבער פיר הונדערט טעג.
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ט"ז תמוז התש"פ 17:56 #267563

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! י"ז תמוז התש"פ 11:48 #267570

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
נאר מיט ארבעט און ארבעט און נאכאמאל ארבעט קען מען צוקומען צום סייעתא דשמיא צו קענען בלייבן ריין.
איך האלט אין קאפ די צוויי שורות וואס איינשטיין האט געשריבן אמאל פון זיין גוי'אישע בליק (נעבעך):
א) אז ס'דא א ווילן איז דא א וועג!
ב) באשיידנקייט ברענגט צופרידענהייט!
נישט אז עס העלפט בעת נסיון אבער עס געט די בליק אויף די נושא גאנץ קלאר.
און אגב העלעך שוין מקיים זיין דא דעם בתוך רבים אהללנו אז ב''ה כ'האלט שוין ביי גאנצע צוואנציג מער ווייניגער ריינע טעג! יעצט איז שוין בלי שום ספק אז ס'איז די רעקארד ריינע טעג פון מיין לעצטע אכט צו ניין יאר!
#תודה_לך_ה'!
און מ'איז מתפלל יעדען טאג אז ס'זאל זיין אלמלא הקב''ה עוזרו זאל זיין א אלמלי מיט א יו''ד (וואס טייטשט ווען יא) און ס'זאל טאקע זיין ''יכול לו''!
און בזכות קדושת ישראל זאל מען זוכה זיין אז הימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה!
און שכ'ח פאר ליינען מיינע אויסרעדענישן.
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!
לעצט פארראכטן: י"ז תמוז התש"פ 16:01 דורך זעווי בעת.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! י"ח תמוז התש"פ 16:48 #267587

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3
זעווי בעת געשריבן on י"ז תמוז התש"פ 11:48:
נאר מיט ארבעט און ארבעט און נאכאמאל ארבעט קען מען צוקומען צום סייעתא דשמיא צו קענען בלייבן ריין.
איך האלט אין קאפ די צוויי שורות וואס איינשטיין האט געשריבן אמאל פון זיין גוי'אישע בליק (נעבעך):
א) אז ס'דא א ווילן איז דא א וועג!
ב) באשיידנקייט ברענגט צופרידענהייט!
נישט אז עס העלפט בעת נסיון אבער עס געט די בליק אויף די נושא גאנץ קלאר.
און אגב העלעך שוין מקיים זיין דא דעם בתוך רבים אהללנו אז ב''ה כ'האלט שוין ביי גאנצע צוואנציג מער ווייניגער ריינע טעג! יעצט איז שוין בלי שום ספק אז ס'איז די רעקארד ריינע טעג פון מיין לעצטע אכט צו ניין יאר!
#תודה_לך_ה'!
און מ'איז מתפלל יעדען טאג אז ס'זאל זיין אלמלא הקב''ה עוזרו זאל זיין א אלמלי מיט א יו''ד (וואס טייטשט ווען יא) און ס'זאל טאקע זיין ''יכול לו''!
און בזכות קדושת ישראל זאל מען זוכה זיין אז הימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה!
און שכ'ח פאר ליינען מיינע אויסרעדענישן.

שרייב, שרייב, חזק ואמץ. ס'זעהט אויס אז די קדושה פון אזא יוד איז זייער חשוב. חזק והשם יהא בעזרך

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! כ' תמוז התש"פ 00:40 #267589

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
כ'האף אז כ'מעג שרייבן די קומענדיגע שורות וה' הטוב יכפר. כ'מיין ח''ו נישט צו שאצן אדער רעדן אויף צדיקים, כ'וויל נאר שרייבן מיין תורה וואס די אייבערשטער האט מיך אריינגעשיקט די וואך שבת. איז אזוי איך האב אלע יארן געהאט אזא שטיקל ווייטאג אויף פנחס אז ער איז איד וואס האט אלע יארן געזיצן אין ביהמ''ד נישט געוואוסט פון קיין שלעכטס נישט געהאט קיין גרויסע נסיונות דא קומט א איד וואס האט נעבעך געהאט א שוואכע מינוט און זיך נישט מתגבר געווען וואס ווילסטו יעצט??
איך האב געהאט צוגעקומען צום מסקנא אז אלא מאי דאס איז יא די אמת'ע וועג אויב איינער טוט אזא זאך מאכט מען נישט קיין חשבונות און מ'הרג'עט אים. אבער דאך האט מיך עס אייביג געשטאכן.
למעשה דעי שבת נאכמיטאג האב איך זיך אראפגעזעצט מיט א מקראות גדולות אין די אייבערשטער האט מיך אריינגעשיקט צו א אבן עזרא גלייב מיך נישט און קוק עס נאך ס'איז סוף פרשת בלק קאפיטל כ''ה פסוק ז' זאגט ער וז''ל וירא פנחס. כאשר ראה כן קם מתוך העדה שהיתה בחצר אהל מועד, ''ויש בכאן שאלה, ויתכן להשיב שכבר נצמד זמרי בעדים'' עכ''ל.
פון דא און ווייטער קען יעדער אליינס אפמאכן צו עס האט א שייכות צו איך דמיון סתם אין יודיש זאגט מען ''טעיק איט אר ליוו איט''!
הצלחה און א גוטע וואך!
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!
לעצט פארראכטן: כ' תמוז התש"פ 00:43 דורך זעווי בעת.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! כ"א תמוז התש"פ 02:50 #267609

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
:-(  :-(  :-(  :-(
כ'האב נישט וואס צו שרייבן כ'זעה נאר שווארץ און טונקעלקייט.
:-(  :-(  :-(  :-(
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!
לעצט פארראכטן: כ"א תמוז התש"פ 02:59 דורך זעווי בעת.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! כ"א תמוז התש"פ 04:10 #267610

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
גארנישט און נישט :-(
וואס כ'האב אויפגעטוהן איז אז אנשטאטס פערצן טעג איז געווען פיר אין צוואנציג טעג :-(
אויס מלחמה אויס טיעם און די געווער ארבעט אויך נישט :-(
כ'זעה נישט א אופן פון ליכטיגקייט :-(
ליידיג און פארלוירן :-(
צירוק די זעלבע אלטע זעווי כ'קען שוין אראפנעמן די טיטל בעל תשובה. ס'געענדיגט. כ'האב איין זאך טרערן.
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! כ"א תמוז התש"פ 08:42 #267612

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 189 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 155
  • האט שוין געלייקט: 229 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל
  • קאָרמא: 12
זעווי בעת געשריבן on כ"א תמוז התש"פ 04:10:
גארנישט און נישט :-(
וואס כ'האב אויפגעטוהן איז אז אנשטאטס פערצן טעג איז געווען פיר אין צוואנציג טעג :-(
אויס מלחמה אויס טיעם און די געווער ארבעט אויך נישט :-(
כ'זעה נישט א אופן פון ליכטיגקייט :-(
ליידיג און פארלוירן :-(
צירוק די זעלבע אלטע זעווי כ'קען שוין אראפנעמן די טיטל בעל תשובה. ס'געענדיגט. כ'האב איין זאך טרערן.

טייערע הייליגע ברודער, כ'וויין מיט דיר כ'שפיר מיט און כ'בעט אונזער טאטע אין הימל וואס איז מיט אונז אייביג און רוצה בנו ובתשובתינו אליו אז ער זאל דיר העלפן און דיר אויפהויבן הויעך ברו"ג.

לעצט פארראכטן: כ"א תמוז התש"פ 08:42 דורך שלום אהליך.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! כ"א תמוז התש"פ 09:23 #267614

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 252 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 709
  • האט שוין געלייקט: 664 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1491 מאל
  • קאָרמא: 54
זעווי בעת געשריבן on כ"א תמוז התש"פ 04:10:
גארנישט און נישט :-(
וואס כ'האב אויפגעטוהן איז אז אנשטאטס פערצן טעג איז געווען פיר אין צוואנציג טעג :-(
אויס מלחמה אויס טיעם און די געווער ארבעט אויך נישט :-(
כ'זעה נישט א אופן פון ליכטיגקייט :-(
ליידיג און פארלוירן :-(
צירוק די זעלבע אלטע זעווי כ'קען שוין אראפנעמן די טיטל בעל תשובה. ס'געענדיגט. כ'האב איין זאך טרערן.

טייערע ברודער
וועלן מיר אנהייבן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.
גארנישט און נישט ? 
איך פארשטיי נישט פארוואס דו זאגסט אזוי, יעדע מינוט וואס א מענטש געבט אוועק פון זיך פארן אויבערשטן, איז א אוצר מלא, א געווינס וואס קיינער קען נישט צונעמען, אפילו א מחשבה טובה וואס א מענטש האט ווערט קיינמאל נישט פארלוירן, און ממילא יא! 24 טעג איז א געוואלדיגע זאך, א געוואלדיגע דערגרייכונג,  דאס 34,560 מינוטן וואס דו האסט זיך געשלאגן פארן אויבערשטנס וועגן, דאס איז נצח נצחים, וואס וועט קיינמאל נישט פארלוירן ווערן.

יעצט די טיעם איז נאך אלץ דא, מיר זענען אלע ווייטער דא מיט דיר, סיי ווען עס גייט דיר און סיי ווען דו פאלסט אדורך, די געווער וואס דאס זענען די וועגן אין די מיטלען וואס מען נעמט צו ארבעטן, זענען ווייטער דא, און דו קענסט עס ווייטער ניצן.

ווילאנג דו ביסט דא, און דו ארבעטסט וועסטו צום סוף אנקומען.

נאר קען זיין אז דו האסט זיך נישט ריכטיג באנוצט מיט די געווער, אפשר דארף מען עס בעסער ניצן, אדער מער ניצן, אדער אויף א אנדערע וועג, איז קוק עס גוט איבער און זעה וואס דו קענסט בעסער מאכן

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! כ"א תמוז התש"פ 09:28 #267615

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
מיין פראבלעם איז נישט די פאל מיין פראבלעם איז אז כ'האב גארנישט אויפגעטוען סה'כ געריקט פון פערצן טעג צו פיר אין צוואנציג און גארנישט!!!
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! כ"א תמוז התש"פ 09:41 #267616

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 252 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 709
  • האט שוין געלייקט: 664 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1491 מאל
  • קאָרמא: 54
זעווי בעת געשריבן on כ"א תמוז התש"פ 09:28:
מיין פראבלעם איז נישט די פאל מיין פראבלעם איז אז כ'האב גארנישט אויפגעטוען סה'כ געריקט פון פערצן טעג צו פיר אין צוואנציג און גארנישט!!!

קודם מיר זענען נישט דא אויף צו טוהן, נאר צו טוהן, מיר קענען נישט גארנישט אויפטוהן, דער באשעפער איז דער וואס קען אויפטוהן, און ווען ער זעהט אז מיר טוען דאס ריכטיגע, טוט ער דאס זייניגע.

צווייטנס אויב דו וואלסט נישט פרובירט וואס דו האסט געטוהן ביז יעצט, וואלסטו קיינמאל נישט געקענט גיין א שטאפל העכער, דאס אז דאס פון בעז יעצט האט נישט געארבעט, געבט דיר די קלארקייט, איך דארף טוהן עפעס מער, און ממילא איז דאס נישט געגאנגען לאיבוד, נאר דאס איז א חלק פון דיין וועג.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ח' אב התש"פ 18:24 #267878

  • עיניו בראשו
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 14
  • האט שוין געלייקט: 10 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
  • קאָרמא: 2
​טייערע זעבי

עס טוט מיר זייער לייד דיין פאל, און נאכמער דיין יאוש...

אונזער עבודה איז: "עבודה", צו ארבעטן. און די אויבישטער נעמט אן אונזער עבודה און סוף דבר העלפט ער אז מאיז מצליח, די פראבלעם איז אז מוויל זעהן רעזולטאטן אין די ערשטע טאג, אבער עס גייט נישט אייביג ​אזוי

כהאב אמאל געזעהן דא פון איינעם (כגעדענק נישט פון וועם) אז מדארף זיך לערען פונעם מוריטשקע, וויפיל מאל דו וועסט אים איבערדרייען וועט ער זיך מיט א רואיגע פלינקייט זיך צוריקדרייען און ווייטער צוריקגיין צו זיין ארבעט, און אזוי וועט זיין אן א אויפהער

האסט זיכער אסאך דערגרייכט מיטן ציילן 24 ריינע טעג, אבער יעצט גייסטו דערגרייכן אסאך מער, דהיינו אז דו גייסט אנהויבן פונדאסניי, און א פאל וועט דיר מער נישט אזוי אראפשלעפן

חזק ואמץ! אונז קוק מיר ארויס אויף דיין עבודה און עווענטועל אויף דיין הצלחה בעז"ה
לעצט פארראכטן: ח' אב התש"פ 18:25 דורך עיניו בראשו.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! י' אב התש"פ 12:10 #267887

  • געב אכט
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 17
  • האט שוין געלייקט: 6 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
  • קאָרמא: 0

עס קען זיין איך קום אריין אינדערמיט וויל איך זיך אנטשלדיגן הרה"ג ר' זעווי שליט"א זאגט ער האט גארנישט נאר טרערן...
די ווייסט וואס טרערן איז? עס זענען דא אזוי פיל וואס וואלטן געוואונטשן עס צו האבן נאר פאר סאם ריזען באדערט עס נישט אזוי אז עס האלט שוין ביי טרערן. צו ווייל זיי זענען נישט אויפגעסיינט ביי הד"א אדער ווייל זיי כאפן נאכנישט ווי זיי שטייען, אדער סתם אזוי קעיר לעס, דאס טייטש אז די האסט אסאך ... טויש די ליין און זאג פארקערט איך גארנישט אבער נאך איין זאך וואס דא איז טרערן דא איז מיין געווער און איך וועל געווינען בעזהשי"ת... טרערן איז א שטארקע זאך... (איך בין נישט קיין שרייבער אויב איינער קען בעסער מסביר זיין וואס טרערן איז זאל זיי מוחל מיין מיינונג איז עס איז וויכטיג אויפצובויען אבער נאר אויף א שמחה'דיגע אויפן פארשטייט זיך)

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! י' אב התש"פ 14:36 #267888

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 560 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1143
  • האט שוין געלייקט: 898 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2142 מאל
  • קאָרמא: 50
געב אכט געשריבן on י' אב התש"פ 12:10:

עס קען זיין איך קום אריין אינדערמיט וויל איך זיך אנטשלדיגן הרה"ג ר' זעווי שליט"א זאגט ער האט גארנישט נאר טרערן...
די ווייסט וואס טרערן איז? עס זענען דא אזוי פיל וואס וואלטן געוואונטשן עס צו האבן נאר פאר סאם ריזען באדערט עס נישט אזוי אז עס האלט שוין ביי טרערן. צו ווייל זיי זענען נישט אויפגעסיינט ביי הד"א אדער ווייל זיי כאפן נאכנישט ווי זיי שטייען, אדער סתם אזוי קעיר לעס, דאס טייטש אז די האסט אסאך ... טויש די ליין און זאג פארקערט איך גארנישט אבער נאך איין זאך וואס דא איז טרערן דא איז מיין געווער און איך וועל געווינען בעזהשי"ת... טרערן איז א שטארקע זאך... (איך בין נישט קיין שרייבער אויב איינער קען בעסער מסביר זיין וואס טרערן איז זאל זיי מוחל מיין מיינונג איז עס איז וויכטיג אויפצובויען אבער נאר אויף א שמחה'דיגע אויפן פארשטייט זיך)

קודם שלום עליכם הרב געב אכט!
מאך דיר באקוועם דו ביסט אין א גוטע פלאץ בעז"ה.

זייער שיין ארויסגעברענגט די נקודה, וויאזוי איך האב עס פארשטאנען אז עס איז א גוטע זאך און א טובה אז עס באדערט נאך פאר א מענטש, ווייל געוויסע האלטן שוין ביי א דרגה אז ס'באדערט זיי שוין נישט.

מיר וואלטן אלע הנאה געהאט צו הערן אביסל מער איבער דיין עבר, און וואס האט דיך געברענגט זיך אויפצוסיינען אויף הד"א. מיר זענען אלע ווי איין גרויסע משפחה, דא וועט דיך קיינער נישט אראפקוקן אדער דזשאדזשן, דא ביסטו עקסעפטעט ריגארדלעס וואס דיין עבר איז.

די עיקר איז אז דו זאלסט מצליח זיין אין דיין נייע רייזע צו ריינקייט!

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! י"ב אב התש"פ 18:42 #267889

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 159 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 240
  • האט שוין געלייקט: 66 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
  • קאָרמא: 11

קיינמאל איז נישט צו שפעט!
שלום עליכם זעווי בעל תשובה!
איך האב פאר דיר נייעס זעווי, 
די ביסט א בעל תשובה!
פון ארבעטן און אנקומען, קען מען זיך נישט אזוי גוט לערנען צו ארבעטן!

איך דערמאן מיר ווען איך האב אנגעהויבן צו ארבעטן און זיך האלטן ריין דעם פארגאנגענעם ווינטער העעל"ט, בין איך זיכער געווען אז ווי נאר איך וועל זאגן פארן אייבערשטען אז איך וויל דערגרייכן די 90 ריינע טעג וועט מיר השי"ת זאגן הנני, הבא לטהר מסייען אותו, די קענסט ווייטער אנגיין מיט דיין לעבן, און די ביסט שוין אויסגעארבעט לדורות, ווייל די ניינציג וועסטו דערגרייכן אי"ה אין 3 חדשים און ווי נאר די האסט די טעג וועט שוין זיין אי"ה אן אנדערע גדלי' נישט צום דערקענעם!
די צווייטע העלפט מעשה איז, אז איך האב יא געדארפט ארבעטן און יא מלחמה האלטן יעדן טאג און נאכט זיך צו האלטן בערך צען טעג, 
און קראך!! איך האב אזוי געקראכט אז עס איז געגאנגן א רויעך.... איך האב געפילט ווי איך דארף משלים זיין אלע צעהן ריינע טעג...... איך האב געפילט ווי די ייצר הרע נעמט באמת נקמה אין מיר.... און איך האב שוין שיעור נישט חרטה געהאט פארוואס איך האב מיר לכתחילה באקענט מיט הד"א,
אבער דערנאך, וועט איך האב מיר צוריק צוזאם גענומען, און איבערגעטראכט אז וואס הייסט גדלי' איז א פאדעם וואס פליעט פון יעדע ווינט? איך בין א נפש אנדערש געבורן ווי די אלע וואס האבן גרויסע ציילערס און אסאך ריינע טעג? די מצוה און עבירה איז נישט געמאכט געווארן פאר מיר? וכו',
האב איך איינגעזעהן אז עס גייט נישט אזוי, עס פירט זיך נישט אליין, מען דארף ארבעטן אויפדעם און מען דארף טוהן ריכטיגע פעולות אז עס זאל נישט צוקומען דערצו,
איך טאר אפשר נישט זאגן, אבער עס איז אמת, איך פריי מיך היינט צו טאגס אז איך בין דאן דורכגעפאלן יענץ מאל, 
ווייל אזוי האב איך מיר באמת אויסגעלערנט צו ארבעטן און צו טון אלעס צו קענען בלייבן ריין, און ברוך השם היינט האב איך די זכי' צו ציילן 117 ריינע טעג, מיט די הילף פונעם אייבערשטען,
און טאקע דאס און נאר זיך פארלאזן אויף השי"ת האט מיר געהאלטן און האלט מיר יעדע רגע ריין, ווייל איך ווייס שוין יעצט זייער גוט, אז אפילו מיט מיינע 117 טעג, קען איך זיך "נישט" אליין האלטן ריין ניטאמאל קיין מינוט,
זעווי בעל תשובה!
מיר קוקן ארויס אויף דיין פרישע התחלה,
זעווי מיר קוקן ארויס אויף די פרישע תענוג וואס די גייסט בעז"ה ברענגן פארן אייבערשטען וואס קוקט אזוי שטארק ארויס אויף דיין ארבעט,

גדלי', וואס ארבעט זיך צו האלטן הייליג און ווערן נענטער צום טאטען
This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

ביג בוק קאפיטאל 7

לעבן וועט באקומען א נייע באדייט. מיטצוהאלטן ווי מענטשן ערהוילן זיך, צו זעהן ווי אזוי זיי העלפן אנדערע, מיטצוהאלטן ווי אזוי איינזאמקייט ווערט פארשווינדן, צו זעהן ווי אזוי א חברותא'שאפט וואקסט אויף ארום דיר, צו האבן א גרויסע קבוצה פון חברים - דאס איז אן איבערלעבעניש וואס דו טארסט נישט פארפאסן. מיר ווייסן אז דו וועסט עס נישט ווילן פארפאסן. א שטענדיגע פארבינדונג מיט נייע-צוקומער און מיט אנדערע איז די ליכטיגע ווינקל פון אונזער לעבן.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! י"ב אב התש"פ 18:54 #267890

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 159 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 240
  • האט שוין געלייקט: 66 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
  • קאָרמא: 11

זעווי בעל תשובה,
נאך איין זאך וואס איך וויל צולייגן, וואס עס גיבט זייער א שטארקע כח צו ארבעטן בכלל, און נאכן ערשטען מאל אדורכפאלן בפרט,
נעם אריין ביי דיר,
יעדן אייצינגן ריינע טאג איז א טאג פאר זיך!
די קונץ איז נישט צו ציילן גרויסע טעג,
די קונץ איז צו זיך האלטן טאג ביי טאג פאר זיך ריין, און ארבעטן טאג ביי טאג צו זיך האלטן ריין,
יעדן ריינע טאג איז א עקסטערע דיימאנט פארן אייבערשטען,
יעדע נאכט פאר זיך וואס דיין נשמה ברענגט ארויף א ריינע טאג צום כסא הכבוד, פריידט זיך און עס דרייט זיך איבער די פמלי' של מעלה,
א קליינעקייט! זעווי בעל תשובה האט געברענגט נאך א פרישע ריינע טאג צום אייבערשטען,
ווען מען שטייט אויף צופרי דארף מען נישט טראכטן, וויפלטע טאג האלט איך היינט, ניין,
היינט שטיי איך אויף צו האבן היינט א ריינע טאג,
און א גאנצן טאג ארבעט מען, לאמיר זיך האלטן ריין היינט, ווען עפעס קומט אונטער, שטופ עס אפ, ווייל היינט קען איך נישט ווייל היינט איז מיר א ריינע טאג,
און ווען מען גייט שלאפן דאנק מען השי"ת פארן העלפן האבן א ריינע טאג,
די אויפטו איז ווייל ווי די האסט דערמאנט זעהן אויס זייער שרעקעדיג צו טראכן אז אייביג גיי איך לעבן אזוי מיט די מלחמה, וויאזוי די האסט דיך אויסגעדריקט: איך גייייייי פלאאאאאצצצצצעעעען,
ווען מען טראכט פון נאר היינט זעהן עס נישט אויס שרעקעדיג און מען קען רואיג שטופן דעם ייצר הרע און שטופן דעם תאווה,
און טאקע אזוי קען מען אנקומען,
און אפילו ח"ו מען פאלט דורך, קען מען אנהייבן פון פריש, און מען דארף נישט ווערן רח"ל מיואש,

זעווי בעל תשובה!
דער אייבערשטער ווארט, און קוקט ארויס אויף איין פרישע ריינע טאג פון דיר!
די פמלי' של מעלה, שטייט מיט אויסגעשטרעקטע ארעמעס אנצונעמען איין ריינע טאג פון זעווי בעל תשובה!

ו
וי עס שרייבט צו דיר דיין חבר
וואס קוקט ארויס אויף דיין הצלחה
און פריידט זיך פארן אייבערשטען אויף די פרישע מתנה וואס קומט אים פון זעווי,
און איז גרייט די שטענדיג צו העלפן 
גדלי'

גדלי', וואס ארבעט זיך צו האלטן הייליג און ווערן נענטער צום טאטען
This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

ביג בוק קאפיטאל 7

לעבן וועט באקומען א נייע באדייט. מיטצוהאלטן ווי מענטשן ערהוילן זיך, צו זעהן ווי אזוי זיי העלפן אנדערע, מיטצוהאלטן ווי אזוי איינזאמקייט ווערט פארשווינדן, צו זעהן ווי אזוי א חברותא'שאפט וואקסט אויף ארום דיר, צו האבן א גרויסע קבוצה פון חברים - דאס איז אן איבערלעבעניש וואס דו טארסט נישט פארפאסן. מיר ווייסן אז דו וועסט עס נישט ווילן פארפאסן. א שטענדיגע פארבינדונג מיט נייע-צוקומער און מיט אנדערע איז די ליכטיגע ווינקל פון אונזער לעבן.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! י"ד אב התש"פ 03:18 #267920

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
גדליה איך קען דיך זאגן אזויפיהל ''נחמתני ונצחתני''!
כ'האב געהאט זייער ווייניג סבות צירוקצוקומען בעסער געזאגט זייער אסאך סבות נישט צירוק צו קומען אבער די אימעיל'ס זעווי בעת You have a new post..... האט מיך נישט צירוה געלאזט און עס האט מיך געבראכן!
האף איך צו אנפאנגען א נייע פעידזש!
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! י"ד אב התש"פ 11:31 #267923

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 159 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 240
  • האט שוין געלייקט: 66 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
  • קאָרמא: 11
זעווי בעת געשריבן on י"ד אב התש"פ 03:18:
גדליה איך קען דיך זאגן אזויפיהל ''נחמתני ונצחתני''!
כ'האב געהאט זייער ווייניג סבות צירוקצוקומען בעסער געזאגט זייער אסאך סבות נישט צירוק צו קומען אבער די אימעיל'ס זעווי בעת You have a new post..... האט מיך נישט צירוה געלאזט און עס האט מיך געבראכן!
האף איך צו אנפאנגען א נייע פעידזש!

זעווי בעל תשובה!
זאלסט וויסן די האסט א חלק אין מיין היינטיגע טאג זיך צו פארלאזן נאר אויפן הייליגע באשעפער, און ארבעטן און בעטן צו האבן היינט בעז"ה א ריינע טאג,
צוויי טרערן האבן אראפגעפלאסן פון מיר ווען איך האב געזעהן ווי די ביסט דא צוריקגעקומען,
זאלסט וויסן אז אויבן אין הימל האט זיך גע'רעש'ט און געטומעלט ווען די האסט זיך דא אריינגעסיינט, און נאך מער ווען די האסט מחליט געווען אז וואס איז געווען איז געווען און די הייבסט פון פריש אן,

די ספרים הקדושים זאגן שטענדיג, אז א מענטש זאל וויסן ווען ער שטארק זיך אויף סיי וועלעכע נסיון, אפילו ביי זיך זעהן ער גארנישט קיין גוטע זאך זאל קומען צו אים, קען עס אסאך מאל העלפן אדער דאר ראטעווען אן אנדערע מענטש'ס לעבןף עס טוט צו רייסן שלעכטע גזירות אויף יודישע קינדער,
זעווי! א יוד איז דיר היינט שילדיג זיין לעבן! האסט היינט מיט דיין פרישע קבלה צוריסן א גזירה אויף כלל ישראל,
אשרינו שזכינו!
שטיי גרייט, ווייל די קענסט!!

גדלי', וואס ארבעט זיך צו האלטן הייליג און ווערן נענטער צום טאטען
This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

ביג בוק קאפיטאל 7

לעבן וועט באקומען א נייע באדייט. מיטצוהאלטן ווי מענטשן ערהוילן זיך, צו זעהן ווי אזוי זיי העלפן אנדערע, מיטצוהאלטן ווי אזוי איינזאמקייט ווערט פארשווינדן, צו זעהן ווי אזוי א חברותא'שאפט וואקסט אויף ארום דיר, צו האבן א גרויסע קבוצה פון חברים - דאס איז אן איבערלעבעניש וואס דו טארסט נישט פארפאסן. מיר ווייסן אז דו וועסט עס נישט ווילן פארפאסן. א שטענדיגע פארבינדונג מיט נייע-צוקומער און מיט אנדערע איז די ליכטיגע ווינקל פון אונזער לעבן.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ט"ו אב התש"פ 02:05 #267930

  • זעווי בעת
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 0
איך האלט יעצט די אכטע מאל שרייבן און אויסמעקן איך טריי ארויסצובענגען מיינע געפילן אבער אן ערפאלג ביזדערווייל עכ''פ יעצט געקענט דריקן די איך בין געבליבן ריין קנעפל נאך אסאך אסאך שווערע לאנגע טעג און נעכט וואס איך האב נישט געקענט אדער נישט געווילט דריקן דעם קנעפל.
איך בין מתפלל אז אין ניינציג טעג פון יעצט זאל איך געדענקען דעם חמשה עשר באב אלץ די ערשטע טאג!
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ט"ו אב התש"פ 12:43 #267932

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 159 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 240
  • האט שוין געלייקט: 66 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
  • קאָרמא: 11

כה לחי זעווי בעל תשובה!
השי"ת זאל העלפן אז די זאלסט זיך נאר פארלאזן אויף אים, און וויסן אז נאר ער קען דיר האלטן דיינע ריינע טעג, שעות און מינוטן ריין, און מיטן זיך פארלאזן אויף אים וועסטו בעז"ה אנקומען גאר הויעך,

גדלי', וואס ארבעט זיך צו האלטן הייליג און ווערן נענטער צום טאטען
This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

ביג בוק קאפיטאל 7

לעבן וועט באקומען א נייע באדייט. מיטצוהאלטן ווי מענטשן ערהוילן זיך, צו זעהן ווי אזוי זיי העלפן אנדערע, מיטצוהאלטן ווי אזוי איינזאמקייט ווערט פארשווינדן, צו זעהן ווי אזוי א חברותא'שאפט וואקסט אויף ארום דיר, צו האבן א גרויסע קבוצה פון חברים - דאס איז אן איבערלעבעניש וואס דו טארסט נישט פארפאסן. מיר ווייסן אז דו וועסט עס נישט ווילן פארפאסן. א שטענדיגע פארבינדונג מיט נייע-צוקומער און מיט אנדערע איז די ליכטיגע ווינקל פון אונזער לעבן.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ט"ו אב התש"פ 21:15 #267943

  • געב אכט
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 17
  • האט שוין געלייקט: 6 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
  • קאָרמא: 0

Wow wow

איך שטיי און די זייט דא שעמעדיגערהייט ווער בין איך דא אפילו אריינצורעדן איך האלט דא אויך נישט און ערגעץ... אבער אזוי טראכטענדיג טיף און מיין סטואציע וויל איך מודיע זיין פאר הרה"ג ר' זעווי שליט"א און פאר עולם די פאלגענדע געווער. נישט וואס מען קען קויפן ערגעץ ווייס איך ווי... נאר פשוט א עצה וואס מיר פשוטע מענטשן כאפן זיך נישט.

עס איז ליידער נישט קיין סוד די וועלט איז ווי מען זאגט...Full of it יעדער מיט זיינע ניסיונות קען און וועט בייקומען (פארשטייט זיך וועם עס באדערט).

עס קען אפשר זיין אזוי פשט אינעם געווער חלק וואס מיר כאפן נישט אזוי...

יעדער איד וויל זיין ערליך נאר וואס דען דער יצר הרע ארבעט פיבערהאפטיג ער שלאפט נישט פון אלע זייטן קומט ער ווען מען פייפט אים אן פון איין זייט קומט ער פון די צווייטע זייט מיט פולע אנדערע אופנים און תירוצים. אמאל געלונגט אים נעבעך צו פארנערן זייןק מיט שטותים. אבער איין קליינע האטעלע פון מיינע אויגן פיזיש קאנטראליר איך פארשטייט זיך מיטן הילף פונעם אייבירשטן וואס אים קען דער יצר הרע זיכער נישט פארנערן... דער יצר הרע מעג קומען פון אלע זייטן דאס קליינע טירעלע פון מיינע אויגן דער האט די לעצטע ווארט און ווען איך בין געבלאקט פון אלע זייטן געב איך א מאך צו דעם טירל און עס ווערט נאך א ריינע טאג (אמאל טוט מען עס עטליכע מאל א טאג).

יעצט איז אזוי... ווען ח"ו עס מאכט זיך א דורכפאל וואס געשעהט די געווער האט נישט געארבעט צו ווייל מען האט זיך נישט געכאפט אדער אדער אויב איך מעג זאגן בשוגג און דאס טירעלע געבט זיך א פארמאך מיט א שטארקע שלאס מיט ווי מען זאגט מיט Full Power קען אפשר זיין אז דאס רעכענט זיך נישט ווי א דורכפאל.... מיין פאוינט איז נוץ נישט די ווארט דורכפאל פאר אזא זאך ווייל רוף עס א גליטש אינעם סיסטעם ווייל ווי נישט ווי כהאב גענוצט מיין לעצטע וואפן וואס איך נאר געהאט עס איז נאר געווען א דילעי.

אוודאי מיינט 90 ריינע טעג אן אזא סינעריאוי אבער קוק עס אן אויף אזא וועג וויבאלד עס איז געווען א דילעי אויף מיינע וואפן און איך האב זיך ערשט געכאפט א סעקונדע צוויי צו שפעט מיינט עס נישט גיי ווייטער און זעה זיך אן מיט כל דבורים אסורים. ניין עס איז געווען א דילעי.

וועט איר דאך אוודאי פרעגן וואס איז די שיעור פון ווען רעכענט זיך עס ווי א דורכפאל אום ווען ווערט עס אנגערופן א דילעי?

די ענטפער איז זייער פשוט. לאמיר אייך פרעגן וויאזוי מאכט מען א Picture וואס געשעהט ווען איק קוועטש דעם קנעפל ? ווער עס קען זיך אויס ווייסט עס עפענט זיך א טירעלע עס לאזט אריין ליכטיגקייט די ליכטיגקייט ווערט אזוי ווי אפגעליינט פונעם סענסאר אויך איז דא נאך א עפענונג וואס דאס איז אפען א גאנצן צייט מען עס עפענט זיך לויט ווי עס פעלט אויס די מאשין רעכענט עס שוין אויס (כ'האף די פארשטייסט) בקיצור די ווי לענגער די טירעלע איז אפען אלץ מער ליכטיקייט ליינט אפ די סענסאר.

דאס זעלבע זאך איז דא ווי לאנג דיינע הייליגע אויגן איז אפען אלץ מער שמוץ זאפט עס איין ביי דיר און מח (סענסאר). און ח"ו ווען עס ווערט גוט איינגעזאפט דעמאלס קענסטו עס אפשר מיט א צובראכן הארץ רופן דורכפאל.

די עיקר נישט פארגעסן דעם ציל פון 90 ריינע טעג אבער ח"ו אויב איז יא דא א גליטש און מיין סיסטעם (ווי מיר האבן גערעדט) אדער בשוגג. געדענקען שטענדיג די ווערטער..

איך האב די שטערקטע וואפן... מיין טירעלע פון מיינע הייליגע אויגן וואס דאס איז לעצטע וואפן אפצושטעלן די שלעכטע ניסיונות.

ווי לענגער עס איז אפען אלץ א גרעסער און לענגער קען מען עס אנרופן א דורכפאל...

זייטס אלע מצליח און אייערע וועג פון 90 עכט ריינע טעג....

לעצט פארראכטן: ט"ז אב התש"פ 10:12 דורך געב אכט.

ענטפער: א מלחמה דארף א טיעם און געווער!!! ט"ז אב התש"פ 00:58 #267947

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 252 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 709
  • האט שוין געלייקט: 664 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1491 מאל
  • קאָרמא: 54
זעווי בעת געשריבן on ט"ו אב התש"פ 02:05:
איך האלט יעצט די אכטע מאל שרייבן און אויסמעקן איך טריי ארויסצובענגען מיינע געפילן אבער אן ערפאלג ביזדערווייל עכ''פ יעצט געקענט דריקן די איך בין געבליבן ריין קנעפל נאך אסאך אסאך שווערע לאנגע טעג און נעכט וואס איך האב נישט געקענט אדער נישט געווילט דריקן דעם קנעפל.
איך בין מתפלל אז אין ניינציג טעג פון יעצט זאל איך געדענקען דעם חמשה עשר באב אלץ די ערשטע טאג!

מזל טוב זעווי צוו דיין ריינע טאג
דער אויבערשטער איז געשטאנען און געווארט מיט געדולד אז זעווי זאל זיך אויפוועקן פון שלאף און צוריק קומען, און ב״ה מען האלט שוין דא
גאט זאל זיין מיט דיר און דיר באגלייטן אויף דיין וועג

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)
  • בלאט:
  • 1
  • 2
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 1.27 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא