ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: געטראסקעט און צופראסקעט 334 באזוכער

געטראסקעט און צופראסקעט כ"ב תמוז התש"פ 22:21 #267657

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 66 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 103
  • האט שוין געלייקט: 130 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל
  • קאָרמא: 3

אוי אוי אוי................ אוי ואבוי
ואני אנה אני בא מצערו של אבא
געטראסקעט און צופראסקעט, צושמעטערט און צובראכן, צובאלט און צובליטיגט
מי יתן ראשי מים ועיני מקור דמעה ואבכה יומם ולילה על שבר בבת עיני
אויב כ'האב נאכנישט גענוג געוויינט פארן אנקומען צו הד"א.
טייערע הייליגע חברים (אויב איך בין ראוי ענק צו רופן חברים) איך בעט ענק ברחמים אז (נאכן געבן א שפיי אויף דעם אומפארשעמטן יונגאטש) ביטע לאזט א הייסע טרער אויף א צובראכענע אינגערמאן וואס וויל אזוי שטארק זיין וואויל און ערליך, און פלאגט זיך ביטערלעך מיט זיין ביטערער צר הצורר, יצר הרע אדיקשן תאוות רוף עס וויאזוי דו ווילסט, בושתי וגם נכלמתי להרים פני......... אוי טאטע האב שוין רחמנות...איך וואלט געוואלט נאך שרייבן אויסרעדן איבער שמעוסן אבער איך האב שוין נישט קיין כח היינט, איך וועל נאך צוריק קומען אי"ה

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: געטראסקעט און צופראסקעט כ"ג תמוז התש"פ 00:08 #267664

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 252 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 709
  • האט שוין געלייקט: 664 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1491 מאל
  • קאָרמא: 54

טייערע ואטהר ואתקדש
קיין איין טרער גייט נישט לאיבוד, חז"ל זאגן אונז "המורד דמעות על אדם כשר הקב"ה סופרן ומיחן בבית גנזיו" טייטשן די ספה"ק יעדע טרער וואס א איד וויינט אז ער וויל זיין א ערליכער איד, לייגט דער אויבערשטער אוועק, און דאס וועט ער שפעטער ארויסנעמען אים צו העלפן מיט דעם, ווי דער שפת אמת זאגט דארטן אויף די גמרא, אז די פסוק רעדט זיך פון איינער וואס וויינט פארן אויבערשטן "בבחינת ונפשי שפכי כמים ליבך" אז דער מענטש גיסט זיך אויס דאס הארץ פארן אויבערשטן.

און ווי דער תבואות שור איז מסביר דארט אויף די גמרא, אז דורך א יעדע טרער וואס א מענטש וויינט צום אויבערשטן, איז ער מתקן א נאך א טיפת קרי, וואס ער האט מוציא געווען זרע לבטלה.

אבער טייערע ברודער שלמה המלך זאגט אין קהלת "עת לבכות", עס איז דא א צייט צו וויינען, דאס טוט מען ווען מען קלאפט סלח לנו ביי שמו"ע, אדער ווען מען קלאפט אשמנו ביי תחנון, יעצט איז נישט קיין צייט פאר דעם, יעצט איז "עת לבנות" עס איז די צייט זיך צו בויען פון דעם דורכפאל, גוט איבער טראכטן וואס האב איך שוין געטוהן צו ארויסקריכן פון דעם, און עס האט נישט געהאלפן, און פרובירן צו טוהן עפעס מער, אויפבויען א בעסערע און שטארקערע וועג זיך צו האלטן ריין, ביז דו וועסט צוקומען צו די ריכטיגע וועג וואס וועט דיר האלטן ריין אינגאנצן.

געדענק ביסט א גוטער מענטש, א ערליכע איד, וואס מוטשעט זיך מיט א פראבלעם, און דער אויבערשטער וועט דיר העלפן אז דו זאלסט קענען ארויסקריכן דערפון.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: געטראסקעט און צופראסקעט כ"ג תמוז התש"פ 09:30 #267668

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 803
  • האט שוין געלייקט: 1874 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל
  • קאָרמא: 26

שבע יפול צדיק וקם 
Just because you fell before doesn't mean he won
you gotta get up and  go on let the past be done 
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: געטראסקעט און צופראסקעט כ"ג תמוז התש"פ 10:46 #267670

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 165
  • האט שוין געלייקט: 972 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 368 מאל
  • קאָרמא: 16

יא סאיז אמת סטוט זייער וויי, זייער זייער וויי, אזוי ווי דו זאגסט צוטראסקעט און צעפראסקעט

אבער, וואס איז יעצט? וואס איז די פלאן אויף ווייטער? נאר וויינען און בלייבן מיט דעם וועט נישט צוסאך העלפן. (קרעדיט משהלע)

שבע יפול צדיק, אבער די עיקר איז "וקם" מבלייבט נישט ביי די יפול משטעלט זיך אויף און געגאנגען, סאיז נישט דא קיין צייט צו וויינען.

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

ענטפער: געטראסקעט און צופראסקעט כ"ג תמוז התש"פ 11:52 #267675

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 560 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1143
  • האט שוין געלייקט: 898 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2142 מאל
  • קאָרמא: 50

נישט קיין שפיי, און נישט קיין טרערן. אז דו וועסט עס מיינען גענוג אמת'דיג, און זיין גרייט צו טון "אלעס" פאר דיין ריקאווערי, וועסטו מצליח זיין און אנקומען מיטן אויבערשטענס הילף.

אויב שפירסטו ווי דו ווילסט געבן נאך א שאנס צו ארבעטן נאך דורכ'ן זיין אויפן טשארט, דאן פרוביר, און מעגליך דאסמאל וועט עס יא ארבעטן בעז"ה.

אבער אויב דו שפירסט אז דו ווילסט נעמען דיין ריקאווערי צו א קומענדיגן שטאפל, קענסטו זיך פארבינדן מיט מיר אין PM און איך וועל דיר גערן פארלייגן וואס די אפציעס זענען.

ענטפער: געטראסקעט און צופראסקעט כ"ג תמוז התש"פ 13:29 #267676

  • טאטע העלף מיר
  • איצטיגע שטרעקע: 141 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 62
  • האט שוין געלייקט: 80 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל
  • קאָרמא: 4

אוי די האסט געטראסקעט און די פילסט זיך צופראסקעט איך פיל מיט מיט דיר עס איז זייער ווייטאנגלעך דער אייבעשטער זאל דיר העלפן זיך צוריק אויפהייבן 

אז מען פילט מיט יענעמס צער האפענטליך אז אויב איז אפגעשריבן אז מען דארף עס אליין דורך גיין זאל מען שוין האבן אפגעקומען מיט דעם.

ברידערל טייערע שטארק דיר.

ענטפער: געטראסקעט און צופראסקעט כ"ג תמוז התש"פ 17:24 #267686

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 66 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 103
  • האט שוין געלייקט: 130 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל
  • קאָרמא: 3

הודו לה' כי טוב, ברוך שמסר עולמו לשומרים שומרי עיניהם.
מעומקא דליבא וויל איך זיך באדאנקען פאר אלע וואס האבן געענטפערט, ווי גוט איז צו האבן אזוי פיל אונטער לענערס וואס פארשטייען באמת דעם ווייטאג, און זענען דא צו העלפן, און דאס אליין איז שוין א געוואלדיגע חיזוק נאך פארן העלפן בפועל, ווען איך שפיר אזויפיל מיטגעפיל און אזויפיל גרייטקייט, בעת ווען מיר קענען זיך ניטאמאל (ווער ווייסט? אפשר יא) דער אייבערשטער זאל אייך אלע באצאלן, און מיר אויך העלפן אויף ווייטער.
יישר כח הייליגער צדיק פאר דיינע טרעפליכע ווערטער, נאר א קליינע הוספה, דו האסט דערמאנט צוויי פלעצער וואו מען דארף וויינען, לדעתי איז דא א דריטע פלאץ, און דאס איז דא אויף די שפאלטענעס פון אונזערע פארומ'ס אויף הד"א, פארשטייט זיך נישט מער ווי איינמאל, אבער דעי איינמאל טאקע ביי די ערשטע געלעגנהייט נאכן דורכפאל איז דא דער פלאץ צו וויינען. וואו דען זאל איך מיך אויסוויינען אויב נישט אויף די אקסלען פון מיינע טייערע הייליגע אחים לצרה, ווער דען זאל מיך פארשטיין, ווער דען זאל פארשטיין דעם ווייטאג דעם צער, איך האב אזוי געהאפט אריינצומארשירן אינעם אלול אריין מיט מיינע ניינציג טעג און דא אזא בראך ניטאמאל אויף הושענא רבה,
שוין דאס איז טאקע די ערשטע געוויין, אבער יעצט איז מנעי קולך מבכי ועיניך מדמעה, וועל מיר זיך טאקע האלטן מיט פעסטקייט צום עת לבנות, און זאל זיך דער יצר הרע דערשטיקן מיטן דורכפאל, איך לאך פון דיר, שלעפ דיך מיט א גאנצע זאק מיט דורכפעלער פון אידישע קינדער, העי! שעפעלע דיין זאק האט א גרויסע לאך אלעס פאלט ארויס און צוגייט ווי א זייפן בלאז.און צום שלוס לאמיר זיך מחזק זיין מיט פרובירט'ס ניגונ'דל דער ניגון איז שטארק און זאגט אסאך, יישר כח פאר אלע אנדערע ענטפערס והיו כולם למשיב נפשי...

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: געטראסקעט און צופראסקעט כ"ג תמוז התש"פ 18:18 #267688

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 66 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 103
  • האט שוין געלייקט: 130 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל
  • קאָרמא: 3

טייערע ברודער נאך איין ווארט.
איך וויל אייך מיטטיילן אביסל פון מיין איבערלעבניש די וואך, מיין (דער יצר הרע'ס) דורכפאל איז געווען זונטאג און איך בין ארויפגעקומען ריפארטן הערשט דינסטאג נאכט, וואס האט געדויערט אזוי לאנג? און וואס האט מיך אריינגעשטופט דינסטאג נאכט? איך מיין אז ס'קען זיין אינטערעסאנט און באלערנד.
והנה זונטאג איז געווען א שווארצע טאג לאמיר נישט רעדן פון דעם, (ווען מ'העמיר זוכה זיין צו תשובה מאהבה וועלמיר אים צוריק ברענגן, ביז דערווייל זאל ער שטיין און די זייט),
מאנטאג און דינסטאג בין איך געווען פארשטייפט - עפעס אזוי סטאק, איך ווייס נישט וואס דאס מיינט אבער עפעס אזוי האט עס אויסגעזען, איך בין אויפגעשטאנען צופרי, און געפרעגט זיך זעלבסט פארוואס ביסטו אויפגעשטאנען??? פארוואס?? איך האב געקלאפט KNOCK KNOCK אויפן שטערן העלאו מח'ל ביסט דא?? סאמבאדי האום?? אפשר ווייסטו פארוואס דיין באלבאס איז היינט אויפגעשטאנען? צו נאך א טאג פון נסיונות?.....  עניוועי טא מעיק די לאנג סטארי שארט, איך בין געוואן סטאק פאר צוויי טעג, איך האב טאקע נישט געזינדיגט די צוויי טעג, אבער i dont know how to call it עפעס אזוי קאלאמוטנע (איך האף אז איך ניץ דו ריכטיגע ווארט און איך ספעל עס גוט) בקיצור דינסטאג נאכט נאך מעריב האב איך געהערט א מורא'דיג ווארט פון א איד נאכגעזאגט פון הרה"ג רבי יצחק אייזיק קרישעווסקי שליט"א, וואס דעי ווארט האט מיך אזוי אויפגעשאקלט, אז איך בין געלאפן אויף אלע פיר און אריינגשפרינגען אין הד"א'ס אויסגעשטעקטע ארעמעס, און געשריגן העעעעלף.
און די ווארט איז אזוי.
איך געדענק שוין נישט פינקטלעך די קשיא אבער עפעס אזוי! אז דער באשעפער האט באשאפן די וועלט זאל זיך פירן בדרך הטבע, אבער ווען משיח וועט קומען וואס דעמאלס דארף זיין דער עולם התיקון וועט דער אייבערשטער שחט'ן דעם יצר הרע, וועט שוין נישט זיין קיין עולם הטבע, נו אויב איז דער רצון ה' אז ס'זאל א עולם הטבע פ"וו וועט דעמאלס נישט זיין? עפעס אזוי גייט די קשיא קען זיין איך זאג עס נישט גוט נאך, אויב איינער ווייסט קען ער ארויסהעלפן, עכ"פ דער תירוץ איז דער עיקר וזהו:
דו מיינסט אז די וועלט פירט זיך יעצט ע"פ טבע, שקר וכזב, נישט דא קיין גרעסערע שלא ע"פ דרך הטבע ווי די היינטיגע עולם השקר, ויתבאר ע"פ משל, א איד אן עושר האט זיך געלאזט אויפבויען א הערליכע דירה (לייען: פאלאץ) די טייערסטע פורניטשער טישן בענקלעך ממש גאלד און זילבער דיימאנטן בריליאנטן און וואס נישט, א פראכט דער קעניג קען זיך כמעט פארשטעקן, שוין ענדליך נאך יארן פון האראוואניע און דמים תרתי משמע, מאכט מען דעם גרויסארטיגן חנוכת הבית און מ'ציעט זיך אריין אינעם נייעם הויז.
ויהי היום דער איד קומט אהיים און שטעלט זיך ביים טיר הנאה צו האבן פון זיין שיינעם פאלאץ. פלוצלינג זעט נישט מער און נישט ווייניגער זיינע דריי קינדער קומען איין און דיינונגרום מיט העק אין די הענט און נעמען זיך האקן שטיקער רעכטס און לינקס, צושמעטערן די פורניטשער טיש בענקלעך וכו' וכו', וואס מיינט איר וועט ער טון?? ער וועט שטיין ביים טיר מיט א שמייכל און זיך צוקוקן ווי מ'צומזיק'ט אים דאס גאנצע האראוואניע, און די גאנצע געלט און פארמעגן גייט לטמיון?? און אויב דאס איז נישט גענוג וועט ער נאך צוגעבן נאך העק און שטיינער פאר די קינדער זיינע צו קענען מאכן א גרעסערן חורבן????????
רבותי דער טאטע אין הימל טוט ממש דעס פאר די לעצטע זעקס טויזענט יאר, ער האט באשאפן א וועלט, די וועלט איז זיינס - כולו שלו, ער איז באלעבאס איבער אלעם, ער לאזט אונז דא אריין אלס געסט זייער גערן, און מ'צוברעכט אים מ'צומזיק'ט אים דאס גאנצע האראוואניע כביכול, די מענטשהייט פירט זיך אויף רח"ל, און דער באשעפער קוקט זיך צו מיט צער כביכול און ער טוט גארנישט און זאגט גארנישט, און אויב דאס איז נישט גענוג געט ער נאך צו כח געזונט און לעבן פארן מענטש צו קענען אנגיין (מיט די השחתה), הישמע כזאת?? איז דאס א דרך הטבע??? 
אלא מאי פירט זיך די וועלט יעצט שלא כדרך הטבע, און ווען משיח וועט קומען ווען ס'וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ה', והי' ה' למלך על כל הארץ דעמאלס וועט זיין דער דרך הטבע.
די ווארט האט מיך אזוי אויפגשאקלט ממש צום פינטל, וויל איך עס מיטטיילן מיטן עולם, הצלחה רבה אויף צום ווידער זען...

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: געטראסקעט און צופראסקעט כ"ד תמוז התש"פ 09:58 #267698

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 803
  • האט שוין געלייקט: 1874 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל
  • קאָרמא: 26

שכח פארן מיט טיילן
און שכח פארן ווארט

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: געטראסקעט און צופראסקעט כ"ד תמוז התש"פ 10:10 #267699

  • חיים גליק
  • איצטיגע שטרעקע: 94 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 203
  • האט שוין געלייקט: 369 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
  • קאָרמא: 10

אנהייב ווען איך בין דא אנגעקימען איז א טאג וואס איז דאריך ריין געווען ביי מיר א געווינס און איך האב געהאלטן אז איך בין מסדר און איך שטייג

למעשה היינט האלט איך נישט אזוי נאר אלעס ווענט זיך אויב איך האב געטיהן עפעס פאר ריקרווערי זיך צו האלטן ריין די נקודה איז נישט די בלייבן ריין נאר וואס מען טוט זיך צו האלטן
און אויב איז דא עפעס וואס איך האלט אז איך דארף ווען טיהן פאר ריקאווערי און איך טו עס נישט וועט עס מיר ציברעכן אפילו אויב איך בין ריין ווייל איך קען מיך שוין אביסעלע מער און איך ווייס וואס עס וועט ארויס קימען

אויף יעצט אז די האסט געפאלן גיי איבער ביי דיר און זעה וואס די האסט געטיהן ביז יעצט און וואס די גייסט מוסף זיין פאר דיין ריקאווערי

יש תקוה נשיר כולנו יחד, יש אמונה חזקה מכל הפחדלא נפול, לא נרעד, כי אנחנו לא לבדיש לנו ה' אחד


דיין חבר וואס פילט מיט מיט דיין ווייטאג און קיקט ארויס אויף דיין הצלחה

חיים

דער נסיון,
לחן כ"ק מרן אדמר מפיטסברוג שליט"א - מילים ר' יוסף משה כהנא

https://drive.google.com/file/d/1lqbgeKyU__HfiZ6T9nS9-Dr3dS6YPKUL/vie
w

ענטפער: געטראסקעט און צופראסקעט כ"ה תמוז התש"פ 12:50 #267715

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 159 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 240
  • האט שוין געלייקט: 66 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
  • קאָרמא: 11

ירודה לצורך עלי'
איז שווער פארוואס דארף זיין א ירודה? מען קען דאס מאכן די עלי' גלייך?
נאר טאקע מיר אלע זענען עדות ווען מיר האבן אנגעהויבן אונזער ריינע טעג האבן מיר מיט א גרייטקייט אריינגעשפרינגן יא מיר וועלן אויך קענען זיין פון די וואס ציילן טויזענטער ריינע טעג, מיר וועלן אויך זיין בקרוב פון די בעלי חיזוק און ארפאלייגן אז יא מיר געדענקן נאך בימים ההם, וכו'
דער אמת איז אבער, וויפל איז געווען אונזער גרייטקייט צו ארבעטן, זיך צו קריגן, צו זיך האלטן אפילו ווען די החלטה איז נישט אזוי שטארק, און אזוי ווייטער יעדער אויף זיין דרך,
קומט דעם פליק וואס עס איז זייער נישט בא'טעם'ט, וואס הייסט הייליגע באשעפער? פארוואס? זעסט נישט אז איך האב מיר פארגענומען מער נישט צו דורכפאלן? 
נאר טאקע דאס איז די תירוץ, וויפל ביסטו גרייט צו טון זיך צו האלטן ריין? וויפל ביסטו גרייט צו ארבעטן און אריינארבעטן אז עס זאל זיין מיט הצלחה?!
נאכן טראסקע, איינער נאך איינמאל, איינער נאך עטליכע מאל,
איינער נענטער און איינער נאך עטליכע שעה, טעג אדער וואכן,
אבער דאן נאכן פרישן זאפטיגן פראסק,
גיבט מען זיך א וועק אויף! 
יא! יא! אלעס! אלעס בין איך גרייט צו טון! איך בין גרייט פאר אלעם! אבי איך זאל זיין ריין,
יעצט טייערע ואטהר טייערע, ברוך הבא!
מיר נעמען דיר דא אויף מיט ביידע הענט!
און זאלסט וויסן עס איז א אייביגער ארבעט,
אבער אז מען איז גרייט קומט מען און מען וועט אנקומען,
און נאר אזוי וויסענדיג אז עס איז נישט קיין פארגאנגענהייט, נאר מען דארף טון און טון, ארבעטן און ארבעטן, 
אזוי וועט מען אנקומען, און אזוי וועט מען אויספירן,
הצלחה רבה
מיר קוקן ארויס אויף דיין הצלחה,
דיין חבר 
גדלי'

גדלי', וואס ארבעט זיך צו האלטן הייליג און ווערן נענטער צום טאטען
This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it


ביג בוק קאפיטאל 7

לעבן וועט באקומען א נייע באדייט. מיטצוהאלטן ווי מענטשן ערהוילן זיך, צו זעהן ווי אזוי זיי העלפן אנדערע, מיטצוהאלטן ווי אזוי איינזאמקייט ווערט פארשווינדן, צו זעהן ווי אזוי א חברותא'שאפט וואקסט אויף ארום דיר, צו האבן א גרויסע קבוצה פון חברים - דאס איז אן איבערלעבעניש וואס דו טארסט נישט פארפאסן. מיר ווייסן אז דו וועסט עס נישט ווילן פארפאסן. א שטענדיגע פארבינדונג מיט נייע-צוקומער און מיט אנדערע איז די ליכטיגע ווינקל פון אונזער לעבן.

ענטפער: געטראסקעט און צופראסקעט כ"ח תמוז התש"פ 16:35 #267728

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 66 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 103
  • האט שוין געלייקט: 130 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל
  • קאָרמא: 3
אפהיטן געשריבן on כ"ה תמוז התש"פ 12:50:

ירודה לצורך עלי'
איז שווער פארוואס דארף זיין א ירודה? מען קען דאס מאכן די עלי' גלייך?
נאר טאקע מיר אלע זענען עדות ווען מיר האבן אנגעהויבן אונזער ריינע טעג האבן מיר מיט א גרייטקייט אריינגעשפרינגן יא מיר וועלן אויך קענען זיין פון די וואס ציילן טויזענטער ריינע טעג, מיר וועלן אויך זיין בקרוב פון די בעלי חיזוק און ארפאלייגן אז יא מיר געדענקן נאך בימים ההם, וכו'
דער אמת איז אבער, וויפל איז געווען אונזער גרייטקייט צו ארבעטן, זיך צו קריגן, צו זיך האלטן אפילו ווען די החלטה איז נישט אזוי שטארק, און אזוי ווייטער יעדער אויף זיין דרך,
קומט דעם פליק וואס עס איז זייער נישט בא'טעם'ט, וואס הייסט הייליגע באשעפער? פארוואס? זעסט נישט אז איך האב מיר פארגענומען מער נישט צו דורכפאלן? 
נאר טאקע דאס איז די תירוץ, וויפל ביסטו גרייט צו טון זיך צו האלטן ריין? וויפל ביסטו גרייט צו ארבעטן און אריינארבעטן אז עס זאל זיין מיט הצלחה?!
נאכן טראסקע, איינער נאך איינמאל, איינער נאך עטליכע מאל,
איינער נענטער און איינער נאך עטליכע שעה, טעג אדער וואכן,
אבער דאן נאכן פרישן זאפטיגן פראסק,
גיבט מען זיך א וועק אויף! 
יא! יא! אלעס! אלעס בין איך גרייט צו טון! איך בין גרייט פאר אלעם! אבי איך זאל זיין ריין,
יעצט טייערע ואטהר טייערע, ברוך הבא!
מיר נעמען דיר דא אויף מיט ביידע הענט!
און זאלסט וויסן עס איז א אייביגער ארבעט,
אבער אז מען איז גרייט קומט מען און מען וועט אנקומען,
און נאר אזוי וויסענדיג אז עס איז נישט קיין פארגאנגענהייט, נאר מען דארף טון און טון, ארבעטן און ארבעטן, 
אזוי וועט מען אנקומען, און אזוי וועט מען אויספירן,
הצלחה רבה
מיר קוקן ארויס אויף דיין הצלחה,
דיין חבר 
גדלי'


יישר כח גדלי' גאר שטארקע און אמת'ע דיבורים, להלכה ולמעשה

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: געטראסקעט און צופראסקעט י"ט אלול התש"פ 08:07 #268477

  • צוטראסקעט
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 20
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
  • קאָרמא: 2

הייליגע "ואטהר ואתקדש"
איז מיין נאמען אפשר פאר אייך באקאנט??
פרעג ניטאמאל אווי איך הייס אויפן לעצטן נאמען !!!
איר זענט גיוואלדיג!!
u r inspirational 

ענטפער: געטראסקעט און צופראסקעט כ"ה אלול התש"פ 17:29 #268545

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 66 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 103
  • האט שוין געלייקט: 130 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל
  • קאָרמא: 3

ניין נישט באקאנט.
אבער פון דאס ביסל וואס כ'האב געבליקט אין דיינע געלונגענע תגובות, פארשטיי איך אז מ'רעדט פון א מעכטיגע קאנאן במלחמת היצר, חזק ואמץ.
און בנוגע דיין נאמען.
צוטראסקעט זעמיר אלע געווען אמאל..
אבער יעצט איז עס דער יצר..

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 0.86 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא