ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: ששה ימים המקבלים קדושה 79 באזוכער

ששה ימים המקבלים קדושה כ"ח תמוז התש"פ 17:26 #267730

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 55
  • האט שוין געלייקט: 88 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל
  • קאָרמא: 3

נאכן עפענען די טעמע האב איך מיך געכאפט אז איך האלט פונקט ביי ששה ימים, ממש פאסיג צום נאמען פונעם טעמע, נו! זאל טאקע זיין המקבלים קדושה מיד ולדורות,
עכ"פ. נישט וועגן דעם האב איך געעפענט די טעמע, נאר פאר עפעס אנדערש,
והנה! דעם פרייטאג צונאכטס ביים זינגען קה אכסוף מיט א ברען און קאך, איז מיר בייגעפאלן ביים זאגן די ווערטער ששה ימים המקבלים קדושה משבת קדשיך, אזוי..  מ'זעט אין אסאך אלטע זמירות'ער שטייט ששת ימים, אבער היינט זאגן רוב חסידישע אידן ששה ימים, און אין היינטיגע זמירות טרעפט מען שוין יא שטיין ששה אנטשטאט ששת, ס'איז מיר שוין באמת פון לאנג שווער געווען, וואס ליגט אונטער דעם, ס'זעט עפעס אויס ווי ביי געוויסע חסידישע הויפן האט מען דירעקט מקפיד געווען צו זאגן ששה און נישט ששת,
דעם שבת איז מיר בייגעפאלן א תירוץ, וואס ס'קען זיין א מורא'דיגע חיזוק פאר אונז חברים אויף הד"א, אין איך האלט (עכ"פ איך רעד מיך איין) אז דער באשעפער האט מיר עס אריינגשיקט אין מח טאקע פאר דעם.
והנה, לאמיר נאר זען וואס איז טאקע דער חילוק צווישן ששה און ששת. וועלן מיר אויפמישן א רש"י אין פ' בא ביי די מכה פון חושך אויפן פסוק ולא קמו איש מתחתיו שלשת ימים ווי רש"י איז דארט מסביר, אז שלשת ימים מיינט דריי טעג אין א צי, און שלשה ימים מיינט דריי טעג נישט אין איין צי, און דאס איז על הכלל כולו יצא אז איבעראל ווי ס'שטייט א מספר מיט א ת צום סוף אזוי ווי שלשת ששת שבעת וכדו', מיינט דאס אז ס' איז צוזאמען אין איין צי, היוצא לנו מזה איז ששת מיינט זעקס טעג נאכאנאנד אין ששה מיינט זעקס טעג צושפרייט מיט א הפסק אינדערמיט.
עכ"פ האב איך געטראכט אזוי, אז די גרויסע צדיקים וואס האבן א גאנצע וואך נישט מסיח דעת געווען פונעם בורא כל עולמים, זיי האבן געקענט זינגען ששת ימים המקבלים קדושה, ווייל די גאנצע וואך די גאנצע ששת ימים איז געווען איין חתיכה איין שטיק פון דביקות הבורא, איין קומה שלימה פון עבודת השם, משא"כ אונז אנשים כערכינו וואס אונזערע זעקס טעג ווערט אפט איבערגעהאקט מיט נישט אזעלכע בא'טעמ'טע ענינים, קענען מיר נישט זאגן ששת זאגן מיר ששה, אבער מיר האלטן זיך נאך אלץ אן מיטן המקבלים קדושה, אז אפילו ס'איז טאקע נאר ששה ימים נישט ששת ימים אבער מיר ווילן נאך אלץ זוכה זיין צום המקבלים קדושה משבת קדשיך, איז ווען ס'קומט ליל שבת קודש ווען יעדער איז אזוי דערהויבן, בעט מען זיך ביים אויבערשטען הצל מאחרי לפרוש מן השבת לבלתי תהי' סגור מהם ששה ימים המקבלים קדושה אוי אוי אוי משבת קדשיך, וטהר לבם באמת ובאמונה לעבדיך................
לענינינו!
אז מ'רעדט פון ניינציג טעג, איז אמת טאקע אז דער ציל איז טאקע ניינציג טעג אין איין צי. און פארדעם וועלן מיר קעמפן מיט ציין און נעגל, אבער אויב חלילה מ'איז דורכגעפאלן, פארליר נישט וואס דו האסט ביז יעצט עררייכט הייב אן פריש, והימים הראשונים לא יפלו און דאס ווערט אוועקגעלייגט הקב"ה סופרן ומניחן בבית גנזיו און דאס וועט נאך אפיר קומען אין די ריכטיגע מינוט. הצלחה רבה

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: ששה ימים המקבלים קדושה כ"ח תמוז התש"פ 17:35 #267732

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 55
  • האט שוין געלייקט: 88 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל
  • קאָרמא: 3
ואטהר ואתקדש געשריבן on כ"ח תמוז התש"פ 17:26:

נאכן עפענען די טעמע האב איך מיך געכאפט אז איך האלט פונקט ביי ששה ימים, ממש פאסיג צום נאמען פונעם טעמע, נו! זאל טאקע זיין המקבלים קדושה מיד ולדורות,


אנטשילדיגט תיקון טעות, נישט ששה ימים ששת ימים והבן

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: ששה ימים המקבלים קדושה ז' אב התש"פ 16:25 #267862

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 55
  • האט שוין געלייקט: 88 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל
  • קאָרמא: 3

איך האב געטראכט אפשר צו צולייגן, אז וועגן דעם איז מען מתפלל מוצאי שבת "החל עלינו את ששת ימי המעשה הבאים לקראתינו לשלום".
אז מ'שטייט אנפאנג וואך בעט מען זיך צום בורא עולם החל עלינו את ששת ימי המעשה, אז די 6 קומענדיגע טעג פון די וואך זאלן זיין בבחינת ששת אזוי ווי פריער דערמאנט, ס'זאל זיין איין קייט פון ערליכקייט און עבודת השם, אן קיין איבעררייס פון עבירות,
אבער פרייטאג צונאכטס ווען מען האלט שוין סוף וואך, און די וואך איז אריבער וויאזוי ס'איז אריבער, בעט מען ששה ימים כנ"ל...
והשי"ת יעזור.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 0.34 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא