ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. 790 באזוכער

בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. י"ז חשון התשפ"א 12:15 #269075

  • בעילום שם
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 25
  • האט שוין געלייקט: 31 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 7

שלום עליכם חשובע חברים, 
איך האב נעכטן דארעכגעמאכט מיין ערשטע ריינע טאג אינעם רייזע, 
די איינציגסטע כח וואס האט מיך געהאלטען, איז געווען אז איך האב מיך ציגעזאגט אז אויב איך מאך עס, וועל איך עס מיטטיילען דא פאר מיינע פרישע חשובע חברים.
ענק זענען די איינציגסטע וואס פארשטייען וואסערע שווערע געראנגעל דאס איז, איך האב אזויפיהל מאהל געפיהלט אז איך קען מיך מער נישט אויסהינגערן!!!
איך פיהל מיך יעצט ווי א אויסגעמיטשעטע שטאלצע סאלדאט!!!
וועם גייט אהן אויב טראמפ געווינט? דערווייל בין איך א גרעסערע געווינער!!!

השי"ת זאל אונז אלע געבן די כוחות, איבער די תאוות ומחשבות ליבנו, לעבודתו יתברך שמו!

א גוטע ריינע טאג פאר איעדעם!!!

לעצט פארראכטן: י"ז חשון התשפ"א 12:16 דורך בעילום שם.

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. י"ז חשון התשפ"א 14:32 #269079

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 629 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1165
  • האט שוין געלייקט: 937 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2177 מאל
  • קאָרמא: 51
מזל טוב הרב בעילום שם!!!
מזל טוב צו דיין נייע טרעד!!!
מזל טוב פאר דיינע ערשטע ריינע טאג!!!

דו קומסט אריין געוואלדיג קלאר, איין נפק"מ ווער ס'איז מושל העיר... דער עיקר איז ווער ס'איז מושל אויף דעם עיר קטנה ואנשים בה מעט, וואס דער גמרא דרש'ט אז ס'גייט ארויף אויפן מענטש, לאמיר זיך איבערגעבן פארן אויבערשטן, און ער וועט אונז האלטן ריין פאר היינט, זיין רצון זאלן מיר אלעמאל קענען טון, אמן.

לעצט פארראכטן: י"ז חשון התשפ"א 14:33 דורך אחכה לו.

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. י"ז חשון התשפ"א 14:50 #269080

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 135 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 144
  • האט שוין געלייקט: 205 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
  • קאָרמא: 6

ברוך הבא בשם השם
אזוי פעסט אריינצוקומען? WOW א זעלטנהייט.
אסאך הצלחה אין דיין וועג צו ריינקייט
צוזאמען מיט אונז אלע
אמן

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. י"ז חשון התשפ"א 19:15 #269084

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 35 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 224
  • האט שוין געלייקט: 14 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
  • קאָרמא: 12

שלום עליכם! בעילום שם!
אזוי שנעל? אזוי שטארק?

כ'מיין די ביזט א בעסערע קאנדידאט פון ביידע, ווייל די האסט ישרות פון ביידען און עקשנות פון טראפ.
ביי אונז קענסטו זייער גערן ווערן אויפגענומען אלס ווייס פרעזידענט (נאך די באשעפער וואס איז דא פרעזידענט) איך געב אן מיין וואוט פאר... אוי בעילום שם? מ'וועט דארפן גיין אין סופרים קאורט דערווגן

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. י"ז חשון התשפ"א 20:50 #269086

  • myself
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 48
  • האט שוין געלייקט: 27 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל
  • קאָרמא: 3
WOW
תתחדש פארן אהערקומען,
אבער דו קוקסט שוין אסאך היימישער ווי מיר דא,
יהא בואך לברכה,
און א גרינגע רייזע אן קיין רייזע פיבער,

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. י"ח חשון התשפ"א 11:51 #269093

  • בעילום שם
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 25
  • האט שוין געלייקט: 31 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 7

א גוט מארגען אלע חברים.
א גרויסען ייש"כ פאר יעדער וואס האט געשריבען צו מיך, ענק אלע האבן חלק אין מיין "מסע הקודש". אלס אומ-ערפארענע דרייווער, קען איך ניצען ענקער חיזוק.

איך טראכט צו מיר, וועל איך מצליח זיין מיטן מסע הקודש? איז טאקע מעגליך 90 ריינע טעג?         נאכדערצו אלס גרוש?       ( -ער איז א גרוש? יא! א גרוש קען אויכעט פיהרען א מסע הקודש מיט משתתפים! פונקט ווי די גרויסע רבי'ס!! ער איז גארנישט אזוי אפגעריסן!!)

אבער יא! איך קען בס"ד! אז איך וועל געדענקען אז די תאווה איז נישט דא אין מיין וועלט, נישט קיין חילוק ווי שטארק איך גליסט,  דעמאלטס איז די נסיון נישט דא.
פונקט ווי קיינער פונעם המון עם (חוץ מיך!) גלוסט נישט צו פיהרען א מסע הקודש אדער א מסע המלכות מיט פילע חסידים, ווייל די תאווה איז נישט דא אין זיין וועלט. 

[מיוסד על אבן עזרא עה"פ לא תחמוד, שע"י אמונה שמה שלא בא לי לא אקבל בשו"פ, עי"ז מתבטל החמדה]

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. י"ח חשון התשפ"א 12:23 #269094

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 629 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1165
  • האט שוין געלייקט: 937 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2177 מאל
  • קאָרמא: 51

מזל טוב צו דיין צווייטע ריינע טאג.

איך איך באגריס דיין שטארקייט צו שרייבן איבער דיין מצב אלץ גרוש, ס'איז גאר א שטארקע זאך אז דו ביסט אפן דערמיט, און ביסט מסתמא נישט דער איינציגסטער דא אזוי.

דא אין הדא וועט דיר קיינער נישט אראפקוקן, פארקערט נאר ארויפקוקן, מיר דזשאדזשן נישט קיין מענטשן, מען רעספעקטירט יעדעם, און יעדער איז אנגענומען די זעלבע, דאס איז איינע פון אונזערע טראדיציעס.

צו די וועסט מצליח זיין מיט 90 טעג?
די תירוץ איז בעזרת ה', דער באשעפער קען דיך האלטן ריין, געב דיך נאר איבער אין זיינע הענט. און טראכט נאר פון איין טאג אויפאמאל, (זעה וועגן דער יסוד מער אויפן פארום).

אסאך הצלחה אין דיין מסע הקודש!

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. י"ח חשון התשפ"א 22:23 #269101

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 1444 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 407
  • האט שוין געלייקט: 479 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1066 מאל
  • קאָרמא: 18

טייערע חברים,
איך בין שוין דא קרוב צו פיר יאר ב״ה כהיום איז שוין שווערער צו ווערן אינספייערד און איבערגענימען אבער היינט איז דאס געשעהן נאכן ליינען בעילום שם׳ס פאָסט האב איך מיר געטראפן טראכטן דערפין פאר א האלבע שעה און די קאר אויפן הייוועי, טרערן (נישט קיין אפטע זאך ביי מיר) פליסן פין מיין אויגן.
רבותי א איד א גרוש וואס האט אלע אלע תירוצים זיך נאכצוגיבן בכל מה שליבו חפץ פארוואס נישט די לעבן איז דאך אנגעזעצט מיט די גרוש סטיגמע וכו׳ 
מי ראה בעילום יוצא ואינו יוצא.

און צו דיר בעילום ד׳ עמך גיבור חיל זאלסט זוכה זיין צו האבן א נייע לעבן א ריינע לעבן מיט די ריכטיגע מצא אישה מצא טוב, בקרוב בקרוב ממש.
דיין שטארקייט סיי מיטן זיך מחזק זיין ארויפצוגיין אויפן דרך הטהרה וגם אז די דערציילסט דיין מצב ברבים איז א חידוש.
ווער ס׳וועט זוכה זיין צו זיין דיין עזר כנגדך וועט זיין לאקי צו האבן איינעם ווי דיר.

הצלחה 
הקדוש חיים

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. י"ט חשון התשפ"א 00:35 #269102

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 35 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 224
  • האט שוין געלייקט: 14 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
  • קאָרמא: 12
holychaim געשריבן on י"ח חשון התשפ"א 22:23:

טייערע חברים,
איך בין שוין דא קרוב צו פיר יאר ב״ה כהיום איז שוין שווערער צו ווערן אינספייערד און איבערגענימען אבער היינט איז דאס געשעהן נאכן ליינען בעילום שם׳ס פאָסט האב איך מיר געטראפן טראכטן דערפין פאר א האלבע שעה און די קאר אויפן הייוועי, טרערן (נישט קיין אפטע זאך ביי מיר) פליסן פין מיין אויגן.
רבותי א איד א גרוש וואס האט אלע אלע תירוצים זיך נאכצוגיבן בכל מה שליבו חפץ פארוואס נישט די לעבן איז דאך אנגעזעצט מיט די גרוש סטיגמע וכו׳ 
מי ראה בעילום יוצא ואינו יוצא.

און צו דיר בעילום ד׳ עמך גיבור חיל זאלסט זוכה זיין צו האבן א נייע לעבן א ריינע לעבן מיט די ריכטיגע מצא אישה מצא טוב, בקרוב בקרוב ממש.
דיין שטארקייט סיי מיטן זיך מחזק זיין ארויפצוגיין אויפן דרך הטהרה וגם אז די דערציילסט דיין מצב ברבים איז א חידוש.
ווער ס׳וועט זוכה זיין צו זיין דיין עזר כנגדך וועט זיין לאקי צו האבן איינעם ווי דיר.

הצלחה 
הקדוש חיים


גם אני מסכים
סיי צו די הרגשה (הגם איך בין דא אינגאנצן ווייניגער ווי א יאר) און סיי צו די ברכה, אמן

לעצט פארראכטן: י"ט חשון התשפ"א 00:36 דורך איין קוק ווינציגער.

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. י"ט חשון התשפ"א 12:44 #269106

  • בעילום שם
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 25
  • האט שוין געלייקט: 31 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 7
wow!! שכויעך אז ענק פארשטייען מיך!! ס'מיינט פאר מיך זייער אסאך!! 
דער ערשטער מאהל זייט מיין גט וואס איך פיהל אז איך בין וויכטיג פאר איינעם, כ'האב שוין געפיהלט ווי מענטשן דארפען מיין ארבעט, מיין געלט, מיין גוט ווארט, נעכטן ביינאכט בין איך אהיים מיטן געפיהל אז איך בין אינטרעסאנט און ווערדפאל פאר מענטשן!!

עניוועיס, ברוך ה' כ'האלט שוין נאכן דריטע טאג, יום שלישי ל[שמירת הברית] מילה!! בעזרת השם, און בכח די חיזוק פון די חשובע חברים וואס העלפן זיך איינער דעם צווייטן, שלא ע"מ צו הייסן א גוטער, חנופה וכו'...... דאס איז א חידוש אין די מדריגה פון חסד ווי א בשר ודם קען אנקימען!!!!!!!!!!!     "הדא" הוא דכתיב: מיר מיינען נישט קיין כבוד, מיר מיינען נישט קיין געלט, מיר מיינען דער באשעפער פונעם גאנצן וועלט!!!

דער אייבערשטער זאל אונז אלע געבן די שטארקייט צו איבערקימען די תאוות ומחשבו לבנו!!!
יעדער איינער זאל האבן א גוט שבת!

[-אזוי אפען צו שרייבען? יא! ווילאנג ס'איז [color=#800080]בעילום שם[/color] פארוואס נישט....]
לעצט פארראכטן: י"ט חשון התשפ"א 12:49 דורך בעילום שם.

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. כ"א חשון התשפ"א 02:58 #269109

  • בעילום שם
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 25
  • האט שוין געלייקט: 31 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 7

א גוטע וואך,

ברוך השם כ'ענדיג שוין מיין פופטע ריינע טאג, 

    מיין גוף שרייט: האסט דיך שוין אזויפיהל אויסגעהינגערט, ביזט טאקע א גיבור, אבער ביזט אויכעט א בשר ודם און יעצט איז צייט זיך אפריען און אביסל טועם זיין.....    -איין זאך איז ער גערעכט, אז איך בין אפגעמיטשעט בנפש פון אזויפיהל מאל זאגן ניין.....  אוי באשעפער איך וויל זיין א ריינע יוד.....   כ'קען עס נאך צווינגען פאר א שעה צוויי, אבער וואס וועט זיין.......   באשעפער איך וויל זיין ריין ווי די חברים וואס האבן שוין צענדליגע ריינע טעג......    אוי לי מיוצרי, ואוי לי מיצרי........   איך הייב אהן וויינען, די טרערן ווי וואסער גיסט זיך, ער שרייט און ער בעט......   איך וויל נישט האבן קיין שום משא ומתן מיט דעם, אבער דער תאווה איז אזויפיהל גרעסער פון מיך.....   אבער סייווי וועט עס אמאהל פלאצן.....    אבער איך וועל, און איך קען ווייטער זאגען ניין פונקט ווי דיי אנדערע הייליגע חברים.....         

ס'קומט פאהר א פלאקערדיגע שלאכט, ביידע זייטן רייסען זיך מיט אזא עקשנות, יעדער ווארט אז די צווייטע זאל שוין מיד ווערן, ביידע אזוי אויסגעמיטשעט, אבער שטרענגען זיך אהן, און רייסען שטיקער אהן רחמנות.

טייערע ברודער!! כ'בין זיכער אז ענק ווייסען גוט וויאזוי ס'פיהלט,  ענק אלע האבן עס אויכעט אסאך מאהל מיטגעלעבט!! ס'נישט פשוט ווי אונז קאמפן פנים בפנים מיטן מלאך המשחית!!

אוי באשעפער, אונז קענען זיך נישט אליינס שלאגן מיט אזא powerfull מלאך!! העלף אונז אלע, כאפ אונז אהן און שלעפ אונז ארויס פונעם מסוכן'דיגער גרוב!!!!!

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. כ"א חשון התשפ"א 08:15 #269110

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1042
  • האט שוין געלייקט: 4430 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1581 מאל
  • קאָרמא: 23
שלום וברכה ידידינו הנכבד והנודע לנו בשם 'בעילום שם' שיחי' הע"י

ערשטנס ברוכים הבאים. וועלקאם צו די קלאב. דו ביסט א חלק פון אונז. חזק חזק ונתחזק. היינט נעמסטו חיזוק פון מיר און מארגן נעם איך פון דיר.

צווייטנס, אזויווי אנדערע האבן געשריבן דא, אז דאס אז דו ביסט דא געקומען און אהנגעהויבן שרייבן וועגן דעם איז א מורא'דיגע שריט. עס וייזט דיין ערנסקייט און אנטשלאסנקייט צו ווערן און בלייבן ריין. נאך מעהר איז טייל כדאי אריינצוגיין אביסל אין פרטים (וואס וועלן דיר נישט מגלה זיין דיין פריוואטקייט), בכדאי אז עס זאל זיך אביסל עפענען די נושא ביי דיר און עס וועט אויך העלפן אנדערע. ועל כלם פאר טייל פון אונז ווען מיר זענען אקטיוו אין נפילות פאלט איין אז איך קען נישט אהן דעם. אבער ווען מען זעהט א בחור אדער איינער וואס האט זיך גע'גט (איך האב נישט אזוי ליב די 'טיטל' גרוש, דהיינו יעדער איז מענטש פאר זיך אין גרוש איז נישט קיין תואר נאר א מציאות) ארבעט  צו בלייבן ריין, ווייזט עס אז 'סעקס איז אפשענאל', מען מוז נישט האבן סעקס.

דריטנס, דו שרייבסט ווי שווער עס ווערט נאך עטליכע ריינע טעג. אוי, ווי איך פארשטיי דיר. אלע מיני תירוצים פארוואס יעצט 'מוז' איך זיך אפרוען פון די עבודה און דורך לאזן א נפילה. אבער זיך צו הייבן פון א נפילה איז סאך שווערער.

פיר, דאס וואס דו רעסדסט וועגן א 'פלאקערדיגע שלאכט'. איך קען דיר זאגן אז איך האב זיך געשלאגן די מלחמה א סאך יאהרן. טייל מאהל פאל איך צוריק אריין כהיום אין די מלחמה. אבער דאס האב איך איינגעזעהן אז איך האב מעהר נישט קיין כח פאר די מלחמה. עס איז דא גאהר א קורצע צייט וויפיל איך קען פארברענגן אין דם מלחמה, פאר איך גיי פאלן. כהיום,  איז מיין עיקר תפקיד צו טוהן אלעס אז עס זאל בכלל נישט זיין קיין מלחמה. קען זיין אז די ווערטער וואס איך שרייב זעהן אויס אומפארשטענדליך צו דיר. אבער פאר מיר  איז דאס די יסוד פון מיינע הצלחות אין מיין ריקאווערי. בין איך אין פייטינג מאויד, איז צרות. אויב איך לייג אראפ די געווער און געב אלעס איבער צום באשעפער קען איך כאטש בלייבן ריין פאר די היינטיגע טאג. הדברים ארוכים, קען זיין אז דו וועסט מעהר לייענען אויף די פארום וועסטו אביסל פארשטיין, ועוד חזון למועד.

פינף, פאר מיר איז זייער שווער היינט צו בלייבן ריין פאר ניינציג טעג. איך קען היינט נישט בלייבן ריין פאר אזוי לאנג. אבער פאר איין טאג קען איך בלייבן ריין בס"ד. ועל כן מיין עבודה איז בעיקר צו טראכטן נאר פון די היינטיגע טאג. די נעכטיגע טאג קען איך שוין נישט איבערקערן און משנה זיין. די מארגענדיגע טאג איז מיר צו שווער צו דערהייבן פאר היינט. די היינטיגע טאג בין איך גרייט זיך איבערצוגעבן צו מיין ליבע טאטע און זיך לאזן העלפן פון אים אז איך זאל היינט בלייבן ריין בכל מקרה.

ה' עמך, און איך ווואינטש דיר פאר די היינטיגע טאג א ריינע לעכטיגע געשמאקע טאג פאר דיר און פאר מיר און פאר די גאנצע קלאב דא.

בשורות טובות

ידידך לומד

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. כ"א חשון התשפ"א 14:36 #269114

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 44 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 28
  • האט שוין געלייקט: 12 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
  • קאָרמא: 3

שכח פאר בעילום שמו די קומסט אריין קלאר אין שטארק אין שכח פארלומד פאר ציגעבן עס איז מוירעדעג פאערפיל
ענקער פריינד: שיע

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. כ"א חשון התשפ"א 14:51 #269115

  • ריכטיגע קוק
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 3
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
  • קאָרמא: 1

א דאנק דיר בעילום שם קומסט אריין זייער שטארק מיט חיזוק רייד און הילף צו שטיין שטארק אויפן פראנט און נישט אויפגעבן

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. כ"א חשון התשפ"א 17:20 #269117

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 35 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 224
  • האט שוין געלייקט: 14 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
  • קאָרמא: 12

ברוך הבא 'ריכטיגע קוק'
און מזל טוב פאר דיין ערשטע פאוסט, א שטארקע זיך פון דיר,

זאלסט וויסן ביזט אנגעקומען אויף א גוט פלאץ,
מאכט אייך היימיש , דא זענען אלע ווי ברידערלך היימיש און געשמאקע סביבה
יהא בואכם לברכה

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. כ"א חשון התשפ"א 19:29 #269119

  • ריכטיגע קוק
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 3
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
  • קאָרמא: 1

א דאנק אק"ו פאר די שיינע אויפנאמע

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. כ"א חשון התשפ"א 21:48 #269120

  • בעילום שם
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 25
  • האט שוין געלייקט: 31 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 7

ברוך השם כ'בין נאכאלץ ריין, איך ענדיג שוין מיין זעקסטע ריינע טאג, 

שכויעך פאר אלע וואס האבן געשריבן חיזוק והדרכה, ס'טוט אויף אסאך, סיי במלחמת היצר, און סיי ס'מאכט אין א גוטע mood, ווען מ'באקומט ווארימע דיבורים און קאמפלימענטן.

לומד האט געשריבן געוואלדיג, איך האלט אינמיטן פארשטיין און פארדייען די נקודה וואס ער שרייבט אז ס'נישט כדאי צו פייטן, ס'בעסער צו אראפלייגן די געווער און איבערגעבן די מלחמה פארן באשעפער, איך האב באמערקט אז די חברים ניצן אלץ אזעלכע לשונות ווי ''זיך איבערגעבן צום אייבערשטן'', איך בין נאך אומקלאהר מיט די נקודה, אבער עס sound ווי סאיז אמת און פראקטיש.     (אגב, כ'ווייס נישט ווער ס'איז לומד, אבער דעיס איז זיכער אז ער הייסט נישט אלי......).

אויכעט האט לומד זייער קלאהר מסביר געוועהן אז ס'צו שווער צו טראגן די עול פון זיין ריין במשך 120 יאר, ענדערש טראגן א עול נאר פון די מינוט, ס'האט מיר געמאכט גרינגער, 99.9% פונעם עול פאלט אוועק.

אסאך באווינדערן מיין אפענקייט, באמת בין איך מער א פארמאכטע מענטש (קענסט נישט וויסן, אפשר בין איך די פארמאכטע פארקוועטשטע יונגערמאן פון דיין ביהמ''ד.....), אבער דא אויפן פארום, וויבאלדט ס'איז דאך בעילום השם, ניץ איך אויס די געלעגנהייט צו זיך גוט אויסרעדן, און מיטטיילן מיינע נסיונות און געפיהלן מיט א אפענקייט, און ב''ה ס'צאלט זיך אויס, ווייל אזוי באקום איך גוטע דרייווינג לעסענס פון די עקספיריענסד דרייווערס, אויכעט ווערט לייכטער פאר די געפיהלן ווען מ'רעדט זיך אויס, און מ'באקומט מיטגעפיהל.

הצלחה וברכה טייערע חברים!!!!!

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. כ"א חשון התשפ"א 22:26 #269121

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 135 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 144
  • האט שוין געלייקט: 205 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
  • קאָרמא: 6

בעילום שם בעילום שם. מורא'דיג, איך קען מיך נישט בארוהיגן פון דיר.
איך בין זיכער מיטן באשעפער'ס הילף אין דיין הצלחה, ווייניג דא האבן אנגעהויבן מיט אזא פאוער.

"זיך איבערגעבן פאר'ן אייבערשטן" איז איינע פון די יסודות, אדער בעסער געזאגט "די יסוד מוסד" פון די צוועלעף סטעפ פראגראם, ווי מ'לערענט זיך אויס איבער צו געבן די עדיקשן פארן אייבערשטן ווייל דו קענסט עס נישט אליין באקעמפן (ואכמ"ל) וואס דאס איז באמת די ריכטיגע מהלך ארויס צו קריכן פון דעם ביטערן עדיקשאן.
פאר איך בין געווען באקאנט מיט די 12 סטעפס, האב איך אויך נישט פארשטאנען די שפראך דא.
היינט קען איך נישט גענוג דאנקען דעם אייבערשטען פארן מיך צופירן דערצו.
וואס כאטש איך האלט נאך נענטער צום אנפאנג ווי צום ענדיגן, אבער דאך האבן זיך שוין מיינע אלע מחשבות און שאיפות אין לעבן גענצליך געטוישט.
טעמו וראו כי טוב

נאכאמאל איך קוק שטארק ארויס אויף דיין הצלחה ולהצלחת כל בית הד"א בעזר הוי"ה ברוך הוא.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. כ"ב חשון התשפ"א 14:56 #269133

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 215 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 283
  • האט שוין געלייקט: 76 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 383 מאל
  • קאָרמא: 14

כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך..
א פיינע באקוועמע נסיעה זיך ארויסגעלאזט בשעה טובה ומוצלחת צו די מקומות הקדושים
הרב בעילם שם, און איך זעה גראדע ווי צו די גרויסע נסיעה האט זיך אויך געגעבן א כאפ מיט מיין פרישע חבר ריכטיגע קוק,
אויבן אין הימל קומט פאר א גרויסער באגלייטן ווי די פמלי' של מעלה טוט באגלייטן די צוויי גרויסע קדושים וטהורים אויף א ריינע נסיעה,
זיי קוקן נישט אויפן וועטער, זיי קוקן נישט אויפן מצב החסידים, זיי קוקן נישט צו עס קומן מיט די ריכטיגע פאטאגריפערס, וכו' וכו' 
זי האבן זיך ארויסגעלאזן אויפן וועג צו די ריכטיגע מקומות הקדושים, און יעבור עליו מה, איך גיי, נישט קיין חילוק ווער און נישט קיין חילוק וואס...

איך ווער איבערגענומען פשוט פון זיך פארשטעלן די שמחה גדולה וואס הערש אויבן ביי מיין טאטע אין הימל,
זאל עס זיין מיט א געוואלדיגע הצלחה, יעדן טאג וועט מען פריש פלאנירן ווי די מקום קדוש וועט היינט זיין,
און איך קוק ארויס אויף ענקער הצלחה, און מען זאל פועל'ן אלעס גוטס,

און קוקט זיך יעצט גוט אן, ווייל מען וועט זיך בכלל נישט דערקענען,

ענקער פרישע חבר
גדלי'

גדלי', וואס ארבעט זיך צו האלטן הייליג און ווערן נענטער צום טאטען
גרייט זיך צו העלפן, מיטן דיר ארויסהעלפן, איך ווארט אויף דיר פריוואט, 

ביג בוק קאפיטאל 7

לעבן וועט באקומען א נייע באדייט. מיטצוהאלטן ווי מענטשן ערהוילן זיך, צו זעהן ווי אזוי זיי העלפן  אנדערע, מיטצוהאלטן ווי אזוי איינזאמקייט ווערט פארשווינדן, צו זעהן ווי אזוי א חברותא'שאפט וואקסט  אויף ארום דיר, צו האבן א גרויסע קבוצה פון חברים - דאס איז אן איבערלעבעניש וואס דו טארסט נישט  פארפאסן. מיר ווייסן אז דו וועסט עס נישט ווילן פארפאסן.

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. כ"ב חשון התשפ"א 20:13 #269135

  • בעילום שם
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 25
  • האט שוין געלייקט: 31 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 7
wow!!! ס'טוט זיך א מהפיכה...... החבר החשוב אפהיטן איז צירוק אריינגעשפרינגען ציזאמען מיט זיין באקאנטע געלע סיין, און מיט זיין זיסע העתקה פון ביג בוק....... און ער הייבט אויף די געמיטער..... 
ריכטיגע קוק האט אויכעט געגעבן א דייוו אריין, פיהל דיך היימיש, כ'ווייס נישט ווער פון אונז זענען מער ניי דא, ענדשוי די הייליגע טריפ!!!
(-בעילום שם, ווער ביזטו צו מקרב זיין יענעם? ביזט דאך אליינס א גאסט??, אה, איים סארי, ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד.......)

ברוך השם כ'בין נאכאלץ ריין, כפיהל שוין אביסל מער באקוועם מיטן ריינע לעבן.

א גוטע נאכט פאר איעדעם איינעם!!!!

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. כ"ג חשון התשפ"א 13:35 #269146

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 1444 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 407
  • האט שוין געלייקט: 479 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1066 מאל
  • קאָרמא: 18
בעילום שם דיין געשמאקע attitude און פאזעטיוועטי איז להפליא.
די גאנצע סייט ווערט אויפגעלעבט מיט אזעליכע ווי דיר.
KEEP TRUCKING 

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. כ"ג חשון התשפ"א 15:09 #269147

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 44 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 28
  • האט שוין געלייקט: 12 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
  • קאָרמא: 3

עס קומט זיך א  מזל טוב פאר בעילום שמו פאר זיינע זיבן ריינע טעג 
א גאנצע וואך ריין
מזל טוב !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
פון דיין פריינד: שיע

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. כ"ג חשון התשפ"א 19:17 #269154

  • בעילום שם
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 25
  • האט שוין געלייקט: 31 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 7

היום שבעה ימים שהם ימי מסירת נפש והתעלות בכח החברים!!! 
הרחמן הוא ימשיך לנו עבודת הקודש במהרה בימינו אמן סלה!!!

ס'נאך פארן  זמן רבינו תם, so כ'קען נאך ציילן, דא אויפן מסע הקודש\המלכות מעג מען דאך ציילן ביז ר''ת כמנהג סאטמאר, ברוך השם ס'דא מנין צו ציילן.   
כ'ענדיג שוין כמעט מיין אכטע טאג בס''ד         (-היינט האלט ער זיך אביסל גרויס, שוין, ס'מאכט זיך ביי די שענסטע.......)
שיע האט מיר אויסגעכאפט, ער האט שוין געוויסט אז כ'האלט נאכן זיבעטן, אזא גוטע חבר......

לאמער נישט פארגעסן פון די פולע חברים וואס שטארקן זיך שטילערהייט נאר ווייל די אייבערשטער האט געהייסן!!!! זיי טיילן נישט מיט זייער מלחמה פארן ציבור, צו ווייל זיי זענען אומבאוועם דערמיט, צו ווייל זיי האבן נישט קיין נערווען צו טייפן יודיש, צו ווייל זיי מיינען אז זיי קענען נישט גוט שרייבן, אדער מחמת איזה סבה שהוא.......  מיר אלע זענען נתפעל פון ענקער מסי''נ וואס ענק זענען זיך מקריב ערב ובוקר וצהריים בכל יום תמיד!!!!!!! מ'זעהט אויפן 90 טאג רייזע אביסל פון ענקער הארוואניע!!! ס'נישט פשוט וויפיהל נסיונות ס'קען אריינפיטן און איין טאג!   אזויפיהל ווייסן אונז אז אונז דארפן ענק אסאך שעצן!!!!
  
זאלן אלע חברים האבן הצלה וברכה בגשמיות וברוחניות

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. כ"ד חשון התשפ"א 14:43 #269160

  • בעילום שם
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 25
  • האט שוין געלייקט: 31 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 7

א גוטן אלע חברים!!!
ברוך השם כ'האב נאכנישט געפאלן, אבער ס'איז געוועהן א גליטש, ווען בשעת'ן שלאפן איז עפעס געשעהן.                 זעהט אויס אז די יצה''ר ווייסט שוין אז בהקיץ בין איך נישט עוועילעבל פאר אים.... האפנטלעך וועט ער זיך בקרוב אויסלערנען אז בחלום בין איך אויכעט נישט עוועילעבל פאר אים....                  איך פיהל אביסל ציקלאפט, א שאאד.... כ'שטרענג מיך אהן, כ'וויל דאך זיין אפגעהאקט דערפין.... אוי בעשעפער אל תעזבנו ואל תטשנו......

ביז יעצט האב איך נישט געלייגט קיין דגוש אויף שמיה''ע אויפן גאס, ווייל די מלחמה אליינס וועט מיך מאכן אזוי דיזי, כ'האב נישט די כח צו האבן נאכאנאנד ביידע קולות אין מיר, יעדער שלעפט פון זייער זייט און איך ווער ציריסן...              ווען מ'קען זאג א גרויסע לא מיט א אלף, און געגאנגען ווייטער, דאס קען איך ביישטיין.            אבער ווען די מלחמה שפרינגט אינעם קישקעס במשך די גאנצען צייט אויפן גאס, איז עס פאר מיך too much..... אויב איינער האט עפעס צו צילייגען אינעם ענין וועט עס זיין לתועלת.

By the way, ואטהר ואתקדש איז געוועהן שטיל לעצטנס, אבער היינט איז געקימען די אויפרייס........ ענק וועלן עס נישט גלייבן, אבער קוקט'ס עס נאך ביים מקור, אין זיין טרעד..........                                                                                        120 טעג!!!!!!! 

!!if you believe it or not

מזל טוב

לעצט פארראכטן: כ"ד חשון התשפ"א 22:55 דורך בעילום שם.

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. כ"ד חשון התשפ"א 14:58 #269162

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 135 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 144
  • האט שוין געלייקט: 205 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
  • קאָרמא: 6

טייערער בעילום. בנוגע וואס ס'געשענט ביים שלאפן, קען איך דיר איבערגעבן וואס מ'האט מיך געלערענט:
זאלסט דיך בשום אופן נישט וויסענדיג מאכן פון וואס ס'געשעט ביים שלאפן, צופרי נעם עס ארויס פון קאפ און גיי ווייטער אן מיט'ן סדר היום ווי גארנישט וואלט געווען, עס איז הונדערט פראצענט אן אונס גמור, און ס'האט מיט דיר גארנישט, דער יצר הרע וויל דיך נאר צוברעכן, און דיין עבודה איז זיך נישט צו לאזן.
איין זאך יא: יענעם טאג זאלסטו זאגן דעם תיקון הכללי, וואס איז מיוסד געווארן דורך הצדיק והקדוש רבי נחמן זכיעועכי"א בעיקר פאר אזא פאל ה"י, און דערנאך פארגעס דערפון לגמרי כאילו לא הי', דאס איז די ריכטיגע וועג זיך צו פירן אין דעם מצב וואס אונז זעמער. ווען דו וועסט שוין האלטן במעלת הצדיקים והקדושים אשר ה' קורא, וועסטו דעס אויך מתקן זיין, אבער יעצט איז א גרויסע סכנה דו זאלסט דיך אפגעבן מיט דעם, ווייל ס'וועט דיך נאר אראפשלעפן ח"ו. הישמר והיזהר

btw שכוח פארן מיך אנאנסען ברוכים תהי' אי"ה ביי דיר אויף שמחות בקרוב אין דו הויכע ציפערן.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. כ"ד חשון התשפ"א 18:36 #269165

  • חפץ בטוב
  • איצטיגע שטרעקע: 80 טעג
  • יעצט אנליין
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 8
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 2

איך ליין און איך ליין, ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס איך ליין ארטיקלען אויף הד"א, וואס איז היינט געשעהן פארוואס ווער איך אזוי איבערגענומען, פארוואס טוט דער שרייבער מיך אזוי אינספערירן, פארוואס ווערן די סטרונעס פון מיין הארץ אזוי בארירט? 

אמת אז ער איז האט א געוואלדיגע לשון לימודים וואס מאכט עס גאר געשמאק און ציענד צו ליינען אבער איך מיין אז נישט דאס איז וואס בארירט מיך אזוי.

קאמענטארן זענען איבריג, ס'איז גענצליך איבעריג צו ענטפערן מיינע קשוית, די געפילן ענטפערן שוין אלעס.

מיין הייליגע ברודער דער באשעפער איז מיט דיר און א העכערע ג-טליכע כח האט דיך דא אהער געברענגט לטובתך ולטובתינו, דער ג-טליכע כח זאל דיך ווייטער באגלייטן אויף דעם גרויסן הייליגע רייזע, קיפ איט אפ, וזכותי תלוי בך.

(דרך אגב וואס די שרייבסט אז דו ביסט א גרוש, לעניית דעתי איז נישט דא אזא מין זאך די נאמען "גרוש" איז סתם א שקר, א מאן קען בשום אופן נישט זיין קיין גרוש, עפ"י תורה קען א מאן נאר זיין א "מגרש").

לעצט פארראכטן: כ"ד חשון התשפ"א 18:37 דורך חפץ בטוב.

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. כ"ה חשון התשפ"א 15:38 #269170

  • בעילום שם
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 25
  • האט שוין געלייקט: 31 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 7

א גוטן טאג!!! היינט איז א מחיה'דיגע טאג!!!    -פארוואס?             -אה, היינט איז בעילום און א גוטע mood,  אפי' די רעגנדיגע וועטער שמייכלט צו אים........ קענסט דיך נישט קריגן מיטן פאקט! איך האב אליינס געזעהן ווי היינט איז אלעס א מחיה!!!

עניוועיס, ברוך השם כ'בין ווייטער ריין, כ'פיהל א ריינקייט אין הארץ, כ'בין שוין מער פרעמד פון שלעכטס, מיין אינערליכע טיפע רצון צו ריינקייט שטראהלט פאר שמחה.... ער נעמט מיך ארום און קישט מיך מיט טרערן....... שוין יאהרן וואס אונז האבן זיך נישט געטראפן..... אזוי גוט צו לעבן ציזאמען...... אונז וועלן אייביג געדענקען אונזער הכרת הטוב צו הנהלת וחברי הד''א.... הד''א הוא דכתיב איך בין ענק שילדיג מיין לעבן....

א גוטן טאג פאר איעדעם! כ'האף ענק זענען נישט אויפן גאס אהן א שירעם, ווען פליצלינג קומט אהן די רעגן, כאילו ער איז אזוי וועלקאם.......

(קעסט גארנישט טוהן היינט איז ער אין די גוסטע.......)

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. כ"ו חשון התשפ"א 12:21 #269183

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 44 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 28
  • האט שוין געלייקט: 12 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
  • קאָרמא: 3

מזל טוב צי דיין 10 טעג סאבער זאל דיר ג-ט באגלייטען אין זיין מיט דיר ביסט די 120 יאר ריינערהייט
פין דיין פריינד: שיע

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. כ"ז חשון התשפ"א 21:53 #269184

  • בעילום שם
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 25
  • האט שוין געלייקט: 31 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 7

א גוטע וואך אלע חשובע חברים!!! כ'האף ענק האבן געהאט א פיינעם שבת!!!
ברוך השם בעילום איז נאכאלץ ריין, ער ענדיגט שוין די 12'טע ריינע טאג, בס''ד, מיטן כח פון חבורתינו הקדושה

ס'האט אים זיכער נישט אנגעקימען גרינג, כ'האב היפש אסאך מאהל געדארפט זאגן פאר בעילום'ס יצה''ר: נאכאלץ וועל איך נישט!!!!!.

כ'וועל מהנה זיין דעם עולם מיט אביסל אינסייד אינפארמעישן, וואס ס'טוט זיך אפ אינעם רייכן וועלטל פון דעם גע'גטן בעילום:             ער וואוינט ביי זיין עלטערן, די שבת איז געוועהן צו גאסט זיין ברודער מיט זיין בת זוג, זיי האבן געשלאפן די נעקסטע צימער פון אים.                    שבת ביינאכט איך גיי אריין אין מיין צימער ווי א סינגל, און מיין ברודער גייט אין זיין צימער מיטן בת זוג.              איך קען נישט איינשלאפן, ס'דא א העפטיגע מלחמת היצר, איך דארף מיך שלאגן..... און ער לעבט ווי א מענטש [וד''ל]..... למה נגרע..... צו דען איז מיין נשמה א ראשינקע?........ איך דארף מיך רייסן מיט אלע כוחות.... און ער קען זיך ענדשויען אהן קיין שום שילד  געפיהל?????..... די גליסטעניש ברענט.... ס'קימט זיך דאך פאר מיר אז כ'זאהל מיר טריעטן אביסל......... איך בין דאך אזא רחמנות.... ס'האט זיך געטוהן א מבול פון heavy, שרייעדיגע, געפיהלן..... ברוך השם כ'האב מיר געהאלטן שטארק און געזאגט פארן יצה''ר א גרויסע לא, ס'האט מיר געקאסט אביסל אכזריות, אבער ברוך השם כ'בין נאכאלץ ריין!!!

שכויעך פארן מיטהאלטן מיין נסיעה,
זאל יעדער האבן הצלחה אין אלעם!!!

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. כ"ח חשון התשפ"א 01:58 #269185

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1042
  • האט שוין געלייקט: 4430 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1581 מאל
  • קאָרמא: 23
בעילום שם געשריבן on כ"א חשון התשפ"א 21:48:


לומד האט געשריבן געוואלדיג, איך האלט אינמיטן פארשטיין און פארדייען די נקודה וואס ער שרייבט אז ס'נישט כדאי צו פייטן, ס'בעסער צו אראפלייגן די געווער און איבערגעבן די מלחמה פארן באשעפער, איך האב באמערקט אז די חברים ניצן אלץ אזעלכע לשונות ווי ''זיך איבערגעבן צום אייבערשטן'', איך בין נאך אומקלאהר מיט די נקודה, אבער עס sound ווי סאיז אמת און פראקטיש.


די פונקט אז נושא וואס מען קען מאריך זיין אין דעם. איך בעט דעם באשעפער אז ער זאל מיר געבן די ריכטיגע ווערטער דאס צו ערקלערן.

אויב איך זעה איין אז איך קען נישט פייטן, מיינט דאס אז איך וועל טוהן וואס אימער נישט אהנצוקומען צו די מלחמה. עס קען מיינען אז איך גיי נישט צו קיין פלעצער וואס דארט האב איך מעהר נסיונות. איי איך קען זיך באהיטן. אבער איך קען נישט דערהייבן די נסיון מעהר. 

עס קען מיינען אז פאר מיר ווען איך בין מיעד בין איך מעהר עלול צו פאלן. ממילא וועל איך מאכן זיכער צו שלאפן גוט כדי אז איך זאל נישט האבן קיין שוועריגקייטן צו בלייבן ריין.

עס קען מיינען אז באלד ביים ערשטע שטאפל פון נסיון נעם איך די אקציעס צו בלייבן ריין.

איינער האט מיר אמאהל געפרעגט, וואס טוהסטו ווען דו ביסט אהנגערייצט. האב איך אים געזאגט, אז ווען איך בין אהנגערייצט אז א גוטע שאלה וואס איך טוה. ווייל דעמאלס איז זייער  שווער. אבער איך טוה אלעס אין די וועלט נישט צו ווערן אהנגערייצט.

ממילא ווען אימער איך פיל אז עפעס אין מיר ציהט זיך צו תאוה, וועל איך באלד בעטן ביים באשעפער אז ער קען און זאל מיר העלפן. טייל מאהל טוה איך עס ביני לבין עצמי ולבין קוני. און טייל מאהל טוה איך עס ווען איך טייל מיט מיט א חבר וכדומה

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. כ"ח חשון התשפ"א 16:08 #269195

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 215 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 283
  • האט שוין געלייקט: 76 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 383 מאל
  • קאָרמא: 14

צוועלף שיינע הערליכע דיימאנטן אינעם חושן פון אונזער הייליגער חבר בעילום שם הי"ו שיינט און לייכט,
מען זעהט עס פון דערווייטענס ווי שיינט שטארק ארויס און די אלטע טונקעלקייט און עס לייכט אויף די גאנצע געגענט ארום,
כה לחי 

גדלי', וואס ארבעט זיך צו האלטן הייליג און ווערן נענטער צום טאטען
גרייט זיך צו העלפן, מיטן דיר ארויסהעלפן, איך ווארט אויף דיר פריוואט, 

ביג בוק קאפיטאל 7

לעבן וועט באקומען א נייע באדייט. מיטצוהאלטן ווי מענטשן ערהוילן זיך, צו זעהן ווי אזוי זיי העלפן  אנדערע, מיטצוהאלטן ווי אזוי איינזאמקייט ווערט פארשווינדן, צו זעהן ווי אזוי א חברותא'שאפט וואקסט  אויף ארום דיר, צו האבן א גרויסע קבוצה פון חברים - דאס איז אן איבערלעבעניש וואס דו טארסט נישט  פארפאסן. מיר ווייסן אז דו וועסט עס נישט ווילן פארפאסן.

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. כ"ט חשון התשפ"א 00:53 #269208

  • אשרי זקנותינו
  • איצטיגע שטרעקע: 178 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 225
  • האט שוין געלייקט: 478 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל
  • קאָרמא: 6

בעילום די נעמסט מיר ארויס פון די גלייזן,  נישט משיג צי זיין ווי דער צדיק רייסט שטיקר פון זיך.

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. כ"ט חשון התשפ"א 14:44 #269215

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 135 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 144
  • האט שוין געלייקט: 205 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
  • קאָרמא: 6

מזל טוב בעילום צום דרייצן
י"ג מידות של רחמים
ה' אח"ד בגי' 13
עלה והצלח

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. כ"ט חשון התשפ"א 14:48 #269216

  • בעילום שם
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 25
  • האט שוין געלייקט: 31 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 7
אשרי זקנותינו געשריבן on כ"ט חשון התשפ"א 00:53:

בעילום די נעמסט מיר ארויס פון די גלייזן,  נישט משיג צי זיין ווי דער צדיק רייסט שטיקר פון זיך.


שכויעך, כ'נעם אהן די קאמפלימענט.

כ'מיין אז באמת יעדע חבר פון חבורתינו הקדושה, שלאגט זיך און רייסט שטיקער פון זיך במסי''נ.           איך בין נישט דער איינציגסטער וואס מ'קען נתפעל ווערן פון אים, אלע זענען אזוי, אויף זייער אייגנארטיגע אופן.

מיין שלאכטפעלד איז טאקע אייגנארטיג ווייל כ'בין א גרוש [-וואס? א גרוש?????? ניין! ח''ו!!!!! פשוט כ'האב נישט קיין ווייב, ווייל כ'האב איהר אמאהל געגעבן עפעס א שטיקל פעיפער.......], אבער באמת יעדער איז אייגענארטיג אין זיין שלאכטפעלד,  אסאך פון ענק זענען געוועהן טיפער פארזינקען ווי מיך, רוב פון ענק האבן נישט די שטיצע פון די חברי הד''א אויף די אופן וואס איך האב, ס'דא בחורים וכו'......... הצד השוה שבהם איז אז יעדעמ'ס שלאכט איז ספעציעל אויף זיין אופן.

    נאר פשוט כ'קען בס''ד גוט אראפ-מאלען מיין קאמף, און ס'דא וואס ליינען עס און לעבן עס מיט, און זיי ווערן אינספייערד פון דעם.     אבער באמת יעדער פון אונז רייסט און איז לוחם אוף א אומגלויבליכע אופן, וואס ס'נישט צו משיג זיין.    נאר פשוט זיי האבן נישט די שפראך עס צו מיטטיילן אויף א אופן אז די ליינער זאל עס באמת מיטלעבן, במילא ווערט מען ווייניגער אינספייערד.

זאל איעדער מצליח זיין אין זיייער מלחמה!!! אבער נאך ווי!!!!

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. א' כסלו התשפ"א 03:27 #269224

  • בעילום שם
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 25
  • האט שוין געלייקט: 31 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 7

די לוח טענה'ט אז כ'האב גענדיגט מיין 14'טע ריינע טאג..... ס'איז די ערשטע מאהל וואס מיין לוח זאגט אזעלכע גרויסע חידושים..... זאהל איך אים גלייבן?.... שוין, כ'וועל אים גלייבן דאס מאהל.... 

ס'האט געפעהלט א האר אז כ'זאל נישט פאלן, ממש אפאהר מינוט צירוק, כ'האב פארגעסן וואס מיין אמת'ע רצון איז, און כ'בין געוועהן פאר'שיכור'ט, כ'האב געפיהלט אז איך וויל און איך מעג מיך נאכגעבן...... why not???....... כ'האב מיך שוין איינגעהאלטן 2 וואכן, כ'בין אופן וועג ארויף בס''ד..... און יעצט מעג איך שוין פאלן.... נישט ווייל איך בין א בעל עבירה... נאר יעצט קומט צו האבן א ירידה...... פארשטייט זיך ס'וועט זיין א ירידה לצורך עלייה......... אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא..... מ'דארף דאך האבן אויף וואס צו תשובה טוהן אויף אלול...... מ'דארף דאך אמאהל מקיים זיין די שבע יפול צדיק....... איך האב באמת געפיהלט אז איך בין שטארק מיטן החלטה צו רחמנות האבן אויף מיך די מאהל.

ע''פ דרך הטבע וואלט איך יעצט געהאלטן נאכדעם, כ'ווייס אליינס נישט וואס ס'האט מיך צירוק געהאלטן. יצרו של אדם מתחדש עליו בכל יום ואלמלא הקב''ה עוזרו אינו יכול לו, דעיס איז די איינציגסטע הסבר וויאזוי כ'קען פארשטיין, פארוואס כ'בין נישט דורך-געפאלן.

איך דאנק דיר באשעפער אז דו נעמסט אזוי שיין קעיר פון אלע חלקים פון מיין לעבן!!!!!! 

לעצט פארראכטן: א' כסלו התשפ"א 03:30 דורך בעילום שם.

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. א' כסלו התשפ"א 12:00 #269227

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • הדר פשטה נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא
  • מעלדונגען: 149
  • האט שוין געלייקט: 94 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 238 מאל
  • קאָרמא: 13
בעילום שם געשריבן on א' כסלו התשפ"א 03:27:

די לוח טענה'ט אז כ'האב גענדיגט מיין 14'טע ריינע טאג..... ס'איז די ערשטע מאהל וואס מיין לוח זאגט אזעלכע גרויסע חידושים..... זאהל איך אים גלייבן?.... שוין, כ'וועל אים גלייבן דאס מאהל....


די לוח טענה'ט?!  די לוח זינגט מיט התלהבות! 14 ריינע טעג!!, ווייסט וואס נישט נאר די לוח זינגט, נאר מיר אלע זינגען מיט בשיר ורננים!!

טייערע לעכטיגע חבר בעילום שם:
איך שפיר אז עס מאכט מיר א גוטע טאג, ווען איך עפען הד"א אין איך זעה אז הרב בעילום שם ציילט נאר א ריינע טאג! דיין שטארקייט, דיין עזות ענטקעגן דיין יצר הרע, איז געוואלדיג! דו קענסט און דו וועסט עס פיין באווייזן!

זיי ווייטער פעסט, און לאזט דיך נישט.
- חנוכה

יא יא, מָסַרְתָּ גִבּוֹרִים בְּיַד חַלָּשִׁים, - וְרַבִּים וְרַבִּים בְּיַד מְעַטִּים. - וּטְמֵאִים וּטְמֵאִים בְּיַד טְהוֹרִים, - וּרְשָׁעִים בְּיַד צַדִּיקִים.

נישט יעדע מלחמה ענדיגט זיך מיט א קלינגעדיגן נצחון,
אבער יעדער אנטשלאסענער קעמפער איז א העלד.
לעצט פארראכטן: א' כסלו התשפ"א 13:02 דורך חנוכה.

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. א' כסלו התשפ"א 14:22 #269230

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 282
  • האט שוין געלייקט: 589 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 618 מאל
  • קאָרמא: 19

טיעערע בעילום איך האב נישט קיין ברירה נאר אריינלאגן דיר צו קענען זאגן ווי שטארק איך האב הנאה פון דיר

איך האב נישט געוויסט אז איך וועל קענען אמאל אזוי גוט לאכן פון די יצר... זעכע טענות ממש א דשיניעס... 

קיפ איט אפ
און מזל טוב פאר דיינע 14 ריינע טעג!

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  
לעצט פארראכטן: א' כסלו התשפ"א 14:23 דורך שלום גאנץ.

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. ג' כסלו התשפ"א 01:43 #269246

  • בעילום שם
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 25
  • האט שוין געלייקט: 31 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 7

ברוך השם כ'ענדיג היינט מיין 16'טע טאג, זאל דער אייבערשטער העלפן אונז אלע זאלן זיין אפגעהיטן בשלימות פונעם מאגנעטישן יצר, וואס לעשט אויס אונזער שכל, און שלעפט אונז אריין אונעם בלאטע, אהן דעם וואס אונז זאלן כאפן וואס ס'געשעהט מיט אונז, ער געבט אונז צירוק אונזער שכל ערשט נאכדעם ווען ס'איז נאר געבליבן צו חרטה האבן....

אז ער נעמט אוועק די שכל בשעת עבירה וואס געבט ער עס צירוק נאכדעם??? ווייל ער וויל אונז מאכן דעפרעסט, ביז ער נעמט נאכאמאהל אוועק די שכל, נאכאמאהל און בלאטע, געבט צירוק די שכל, נאכאמאהל דעפרעסט, וחוזר חלילה.......עד אין סוף.............. אזא משלחת וחוזרת..........אנבעליוועבל........ער שפילט אויף אונז! ער היפוניטייזט אונז!

די רשע מרושע!!! ווילסט איך זאל מיך ענדשויען, אדער ווילסט איך זאל זיין דעפרעסט???? דו ביזט דא צו אויפטוהן, אדער צו אפטוהן?? די מאכסט פורים פון אונז, און די רעדטסט מיר נאך איין אז ביזט דא פאר מיין ענדשוימענט???? דו מיינסט אז איך געדענק דיך נישט???? די חרש שוטה וקטן וואס דו ביזט!!!!!! 

מיין טייערע יצר, אנטשולדיגט, כ'האב מיך אביסל צילאזט אויף דיר, אבער באמת קען איך דיך פארשטיין, דו טיסט דיין שמיציגע דשאב פשוט ווייל דעיס איז דיין דשאב.... נאכדערצו אז דיין רייכע עקספיריענס האט דיך געוויזען אז ס'ארבעט דיך א מחיה... און נאך ווי!!...הגם איך בין בכלל נישט מקנא דיין שמיציגע קאריערע.... אבער כ'פארשטיי אז די טרייסט דיין בעסט...

אקעי מ'קען זיך נישט רעגן אויף אים, אויף וועם קען מען יא האבן טענות??? אויף אונז קען מען אויכעט נישט האבן ציפיהל טענות, מחמת 2 סיבות, איינס ווייל דער יצר נעמט דאך אוועק אונזער שכל....אין אדם חוטה אא''כ נכנס בו רוח שטות... צווייטנס, אויף אונז קען מען נישט האבן טענות, ווייל אונז האבן דאך נישט ליעב ווען מ'האט טענות אויף אונז..... אקעי, דעיס איז א ערנסטע דילעמע...... תשבי יתרץ קושיות ואיבעיות........  אבער וואס ס'קימט ארויס פון דעים נידון איז ווי פאלגענד:
  1. אונז קענען אים נישט בייקימען, מ'דארף בעטן ביים באשעפער, אלמלא הקב''ה עוזרו אינו יכול לו.
  2. אפי' אונז זעמיר פיינע מענטשן, קען מען זיך נישט טראסטן, מ'האנדעלט דא מיט א געפערליכע חברה מאן, אל תאמין בעצמך עד יום מותך.
  3. מקען אונז נישט באשגץ'ן אויף אונזערע דורכפעלער, ער האט אזוי גוט געמאכט זיין דשאב, אז אונז האבן נישט געכאפט אז ער שפילט אויף אונז, ומה יעשה הבן שלא יחטא????
  4. אונז קענען קיינעם נישט דן זיין אויף זייערע נפילות, דער יצה''ר האט אים היפניטייזט, אל תדון את חבירך עד שתגיע למקומו.
  5. אונז קענען נישט נעמען קרעדיט אויף אונזער התגברות'ן, צו דען זענען אונז בכח אים בייציקימען? ער האט שוין קרוב צו 5000 יאר עקספיריענס!! מלך זקן וכסיל.

דער אייבערשטער זאל העלפן, אונז אלע זאלן זיך ראטעווען פון אים, סיי ווען ער וויל אונז פיטערן מיט תאוות, און סיי ווען ער וויל אונז ציקלאפן!!!                                    הצלחה!!!

לעצט פארראכטן: ג' כסלו התשפ"א 01:49 דורך בעילום שם.

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. ג' כסלו התשפ"א 14:06 #269251

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 629 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1165
  • האט שוין געלייקט: 937 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2177 מאל
  • קאָרמא: 51

מיין טייערע חבר, דו שרייבסט זייער גוט און ריכטיג.

עטליכע געדאנקן וואס ס'איז מיר אויפגעקומען בשעת'ן ליינען דיין ענטפער.

אמת ס'דא אזא זאך ווי אן עבירה, א יצר הרע, א.א.וו. ווי עס איז אבער קלאר, און עס ווערט דערמאנט אויך אין ספה"ק, איז דא אמאל וואס א מענטש קומט צו א מצב פון ער האט שוין מער נישט קיין בחירה, פינטל. עס ווערט אוועקגענומען אלעס פון אים, וואס דאס איז א קראנקייט וואס הייסט "אדיקשאן".

יעצט, ווילאנג דו וועסט שטיין און מסבירן פארן עדיק ווי שטארק די יצה"ר איז, און ווי גרויס די פייער פון די גיהנום איז, וועט עס ווארשיינליך נישט העלפן קיין סאך, ווייל ער איז שטרעבליך קראנק, און עס איז גענצליך שוין נישט אין זיינע הענט. ער קען נישט גארנישט טון עס אפצושטעלן אפי' מיט זיין בעסטע רצון.

אויך ווען ער ווייסט און זעהט ווי זיין לעבן ווערט אים חרוב און צופאלט פאר זיינע אייגעלעך, וועט ער אויך נאכאלץ נישט קענען זיך באהערשן. ווייל א חלק פון די מחלה פון אדיקשאן איז די "אבסעשאן אף די מיינד" ואכמ"ל.

פאר אזא איינעם איז שטארק ראקאמענדירט די 12 סטעפ פראגראם, עס העלפט אויב מען ארבעט עס ערליך, ומבשרי אחזה.

אז דו, אדער איינער, וויל וויסן מער איבער דעם, בין איך אלעמאל גרייט פריוואט.

ענטפער: בעילום שם אינעם רייזע, אלס פרישע דרייווער. ג' כסלו התשפ"א 14:41 #269252

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 135 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 144
  • האט שוין געלייקט: 205 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
  • קאָרמא: 6

דער בעילום איז ריזיג
WOW

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

  • בלאט:
  • 1
  • 2
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 2.14 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא