הרב לומד קודם א דאנק פארן מיר אריין פאויסטן אין מיין טרעד סאיז מיר א חיזוק און א זכיה צו זעהן אז אזעלכע פארמינענטע גיא חברה כאפן א בליק אין מיינע ווייטיגליכע געשרייבעכטס,
געהערט האב איך די מעשה אויף אביסעל א אנדער נוסח וזה החלי,
יענקל! ווי גייסטו שוין ווייטער? שרייט 'דעוואשא' ארויס פון קיטשען, כגיי לערנען הערט זיך א ווילדע ענפער, ווי צו זאגן פרעג נישט נאך עפעס, 'דעוואשא' טראכט נא לערנען איז דאך געוואלדיג אבער די שאלה איז וואס מען לערנט פון איהר עקספיריענס לערנט איהר 'יענקל' נאכט איין נאכט אויס פון די ריכטיגע סחורה די וואס עשיו האט געגליכען און אנטזאגט די בכורה צוליב דעם,
א קרעכטץ רייסט זיך ארויס פון איהר הארץ און זי זאגט זיי מצליח אבער PLEASE און ער מיט א תמימות זאגט ביי! און גייט זיך זיין וועג, א געניט אויג פון די זייט וואלט געקענט באמערקן אז די טריט וואס ווערן געשטעלט דורך אונזער ר' יענקל צום בית המדרש איז געצווינגענע טריט און טאקע נאך א צוויי גאסן אין ריכטונג פון בית מדרש דרייט זיך ר' יענקל אויס און נעמט זיך מיט שנעלע טריט לויפן צום שטאטישן שענק ווי ער פלעגט פארברענגן די נעכט און די טעג זיינע,
ביינאכט פלעגט ער פארברענגן דארט ווייל ער פלעגט דארטן זיך פארששקענען יעדע נאכט, און צופרי איז ער דארט געווען אדער ווייל מען האט איהם נאך נישט אהיים געזעקלט אדער ווייל אינדערהיים איז ער געווען פארנומען מיט דעם, ליידענדיג די קאנסעקווענצן פון טועם זיין פון די משקה,
עכ'פ טא מעיק עי לאנג סטארי שארט,
וויינענדיג ביים רב, איז די רב איינגעפאלן א געוואלדיגע איינפאל, 'דעוואשא' געט ער א זאג, "פון היינט מאל אן זאג דיין מאן 'יענקל'ן' אז ווי ער גייט אום אוווענט קומטסטו מיט, און מיטן ה' הילף וועט ער זיך געזעגענן פון די משקה",
באמת טיף אין הארץ האט זי זיך געפרייט ענדליך גייט זי שוין אויך מאכן א לעבן, נאר איהר מאן מעג?, איך מעג אויך שרייעט זי צו זיך,
ויהי...
ר' 'יענקל' שרייט איך גיי ווי? שרייט 'דעוואשא' וואס הייסט ווי אין בית מדרש, שרייעט זי צוריק מיט חוצפה און א סאקאסטישקייט "עס יוזשעל",
ביים טיהר שטייט 'יענקל' און בעט זיך 'דעוואשא' קום נישט מיט, עס איז בושות אבער ניין גענוג איז גענוג שרייט זי מיט א הייזעריגע קול, שוין גענוג געוווען איך וויל אויך טועם זיין פון די טעם פון 'לימוד התורה' אויסציענדיג מיט א צינישקייט די לעצטע צווויי ווערטער,
ר' יענקל האט זיך געבראכן און זיך אוועקגעזעצט אויפן פאטעל, און 'דעוואשא' איז אין א בחינה פון "ויחד" פון איין זייט פרייט איהר זייער אז ער גייט נישט, פון די אנדערע זייט וויל זי אויך מאכן א חיים טובים והנה 10 מינוט דערויף הייבט זיך יענקל אויף ווי א נישט לעבעדיגער די אויערען זיינע שפריצען רויעך און פון זיין מויל רינט שפייעכטץ און זיינע פיס לויפן צום שענק, און צוויי זאכן זענען אנדערש פון געוונדליך, איינס: אז אנשטאט איין פערזאן האט זיך מיטגעשלעפט נאך איינער און די צווייטע: אומגעווענדליכע פאסירונג איז, אז יענקל איז געגאנגען סטרעט אן זיך מאכן ווי ער גייט צום בית מדרש קען זיין צוליב זיין שטארקע פארפלאמטע תאווה וואס האט איהם געברענט דאס האט געמאכט ער זאל משנה זיין פון זיין הרגל און נישט זיך מאכן ווי ער גייט און בית מדרש אדער פשוט צוליב וואס זיין חשובע דעוואשעלע האט זיך מיט געשלעפט נאך איהם ווי א זויערע פיקל,
באמת האט זי שטילערהייט געוויינט פון פרייד, הלמאי איך גיי שוין זוכה זיין אויך צו טרינקען משקה WHY WHY WHY,
יענקל מאכט זיך נישט וויסענדיג פון די אויגן פון זיינע שיכורע פריינד וואס קוקען מיט ווינדער וועם שלעפט ער דא מיט,
"יאנוש" שרייט ער א צעהיצטער, מען זעט א פעטע יגענטליכער קומט א פארשוויצטער צו לויפן מיט נישט מער און נישט ווייניגער א באקס ביר און מיט א פארשוויצטע שטערן שטעלט ער דאס אראפ יענקל שרייט א צעהיצטער, "די זעסט נישט אז איך האב דא נאך איינעם היינט" ברענג שוין נאך איינס,,
אבער צוליב 'מכבדו יותר מגופו' פילט ער אהן פאר איהר א גלעזל קאלטע אוסטעלע און זי גיט א שלונג
ווי נאר זי האט גענדיגט צוזיך צו קומען פון די ברעכן אויסברוך וואס האט איהר אנגעכאפט,
צושרייעט זי זיך כ'האב געוויסט אז די ביזסט משוגע אבער אויף אזוי ווייט????!!!!
יענקל ענפערט מיט א בייזע מינע אויפן געזיכט וואס האסטו געמיינט אז איך בין געקומען לעקן האניג???!!!!!
והנמשל מובן מאליו ווען א מענטש איז און א אויסברוך זאגן שוין חז"ל נכנס בו רוח שטות,