ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף 375 באזוכער

טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף ב' ניסן התשפ"א 12:54 #271326

  • טוב לי
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 26
  • האט שוין געלייקט: 174 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

א גוטן טייערע חברים, חברי קהלה קדישא הדין.

איך עפען דא אויף מיין טרעיד נאכן זיך דרייען דא די לעצטע פאר חדשים און ליינען אין שעפן הויפענעס חיזוק און זעהן אז איך בין נישט אליינס אויפן וואסער, סאיז דא נאך הינדערטער אידן וואס דא מיט מיר און זענען גרייט צו טון אלעס צו זיין ריין און צו העלפן אנדערע זיין ריין.

טוב לי אז איך בין אנגעקומען דא צו דעם הייליגן פלאץ.

טוב לי אז איך בין דא אויף דעם פלאץ ווי מלעבט אלע אינאיינעם און יעדער איז דא צו העלפן איינער דעם צווייטן ממש כאיש אחד בלב אחד

טוב לי אז איך בין נאך אנגעקומען דא אלס בחור, נאך פאר מיין חתונה, און ב"ה מגרייט זיך צו די חתונה מיט די ריכטיגע הכנה.

איך האב געדארפט אנהייבן נאכאמאל ציילן, געלויבט השי"ת פאר מיין נעכטיגע ריינע טאג, איך האף אז מיטן עפענען די טרעיד וועט עס מיר אריינבלאזן די ריכטיגע חיזוק אז סזאל זיי נפלה לא תוסיף

ענטפער: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף ב' ניסן התשפ"א 13:37 #271327

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 179 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 134
  • האט שוין געלייקט: 338 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל
  • קאָרמא: 9

מזל טוב צי דיין נייע טרעד!!! אין מזל טוב צי דיין טאג סאבער און ריין!!!
יא עס איז א  מוירידיגע זאך אז די ביסט שוין אנגעקומען דא פאר דיין חתונה, דארפסט דאנקען ג-ט  פאר דעם יעדע מינוט, עס איז זיכער אז יעדע מינוט פריער אין לעבן וואס מען כאפט אז מען האט א פראלעם, און נאכדערצו אז אז עס איז דא הילף, שפארט עס איין גאר גאר אסאך.
זאל ג-ט זיין מיט דיר יעדע רגע אין זאלסט דיר ריכטיג קענען צי גרייטען ריינערהייט מיט א קלארע אין סאבער דעת..

ענטפער: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף ב' ניסן התשפ"א 18:54 #271334

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 335 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 784 מאל
  • קאָרמא: 9

טוב להודות לה', דאס הארץ ווערט פון רגש און שמחה צונומען

ווען מ'זעט א יונגע נשמה'לע האט זיך שוין אין די הענט גענומען

בעודו נער רייניגט ער זיך, לעתיד זאל ער זיך נישט דארפן שעמען

לבו ברשותו, אזא זכייה, זר לא יבין, דאס הארץ טוהט קלעמען

יהי רצון דיין התחזקות זאל זיך אייביג אויף דיר דערקענען

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף ג' ניסן התשפ"א 08:30 #271335

  • טוב לי
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 26
  • האט שוין געלייקט: 174 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

א גרויסע ישר כח אלע חברים פאר די שטארקע חיזוק, ובפרט דארף איך זיך באדאנקען פאר הרב איין קוק ווינציגער וואס פון די ערשטע טאג וואס איך בין דא אנגעקומען איז ער דא פאר מיר מיט עיצות, הדרכה, חיזוק,

ווי אויך פאר מיין חשובער ידיד נישט שפעט וואס ער שטייט אייביג גרייט פאר מיר מיט אזא ווארימקייט

איך קען זיי נישט באצאלן, אבער דעיס איז זיכער אז מטוט פאר אנדערע העלפט דער אייבישטער ביי זיך אליינס

ענטפער: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף ג' ניסן התשפ"א 08:34 #271336

  • טוב לי
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 26
  • האט שוין געלייקט: 174 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

איך האב געזען א מעשה נורא איך האלט אז דער עולם קען הנאה האבן דערפון 

הערטס און שטוינטס..

געווען א יונג וואויל מיידל, וואס איז נעבעך געווען בלינד אויף ביידע אויגן רח"ל, פארשטייט זיך א שידוך איז נישט געגאנגען, אפילו זי איז איז געווען שלימות'דיג אין אלעם אנדערש.

אינעם אנדערען עק שטאט האט געוואוינט א בחור'ל, א בא בשנים, פערצופאל א וואויל קינד, אבער משום סיבות שאינם סיבות איז איהם נישט געגאנגן א שידוך, און אזוי עלטערט ער זיך נעבעך..

ויהי היום, איז געקומען א געלונגענע שדכן, און צוזאמענגעשטעלט די צוויי. און בעליוו איט אר נאט די שידוך האט ב"ה פיין אויסגעמאכט, און די פארפאלק האט געלעבט בשלום ושלוה, די טייערע איבערגעגעבענע יונגערמאן האט זיך אפגעגעבען מיט זיין בלינדע פרוי, מיט א בלינדע געטריישאפט. און אזוי איז אלעס געגאנגען על מי מנוחות, טראץ איהר שווערע בלינדקייט מחלה.

איין שיינעם טאג האט די יונגערמאן געהערט אז עס קומט א גאר גרויסע אויגן ספעציאליסט, וואס מאכט אויגן טרענספלענטס, און מען זעהט ביי איהם ווינדער... די יונגערמאן האט געמאכט די נויטיגע ריסעירטש, און האט ערלעדיגט אז זיין טייערע ווייב חנה'לע זאל ארויפצוגיין אויפן וועיטינג ליסט פאר אן אויגן טרענספלענט. אבל דא עקא, די וועיטינג ליסט זאגט פאר, אז עס קען נעמען ביז 20! יאר צו שאפן א נדבן, והבית ההוא נבוכה.. מען האט ווייטער געטרויערט אויף די מצב.

א חודש שפעטער... די מאן קומט אהיים מיט א בשורה טובה: חנה'לע, עס איז א נס! די ביסט נעקסט אויפן ליין, פאר א אויג. חנה האט נישט געפרעגט ווי אזוי ער האט עס ערלעדיגט, זי איז געווען מלא שמחה זי גייט באקומען נייע אויגן!!!

א טאג בעפאר די סורגערי, די פארפאלק זיצט אין שפיטאל, די יונגערמאן דרייט זיך אויס צום ווייב און זאגט: חנה, איך מוז דיך עפעס זאגן... נישט נאר די ביסט בלינד, איך בין אויך, איך האב די קיינמאל נישט געוואלט זאלסט וויסן, איך האב נישט געוואלט זאלסט רחמנות האבן אויף מיר. אבער איצטער וואס די גייסט שוין קענען זעהן האב איך געטראכט עס איז וויכטיג זאלסט וויסן, זאל נישט זיין דערשראקן. חנה האט אנגעהויבן צו וויינען..

דעם נעקסטן טאג האט חנה באקומן איר נייע אויגן, און די טרענספלענט איז ב"ה דורך פיין, עס האט געארבעט, די אויגן האבן צוביסלעך אנהגעהויבן זעהן און זי האט געקענט זעהן מער און מעהר. צום ערשטן מאל אין לעבן וואס זי האט געזעהן ליכטיגקייט, קאלירן, און מענטשען.

איינמאל זי האט געזעהן אז איר מאן איז טאקע בלינד, האט זי אין אנפאנג געטראכט, נאך אלע יארן וואס ער האט אזוי שיין מיך באהאנדעלט, איז געקומען די צייט איך זאל פון איהם יעצט קעיר נעמען.. אדער אזוי האט זי געמיינט עס וועט גיין... למעשה מיט איר גאנצע חשק און גליסט צו זעהן די וועלט, און מיטהאלטן מטוב העולם וואס זי האב בעפאר קיינמאל געקענט, האט זיך אריינגעכאפט געדאנקן אין איר מח קעגן איר בלינדן מאן, וואס קען נישט טוהן אלעס וואס זי וויל יעצט טוהן...

צוביסלעך האט די שידוך אנגעהויבן צו גיין כאדאראם, איר אומצופרידנקייט איז געווארן מעהר און מעהר, ביז איין נישט אזא שיינעם טאג, האט זי אויפגעהויבן דעם טעלעפאן און איהם געזאגט: חיים, עס ארבייט זיך פשוט נישט אויס, איך קען מער נישט זיין מיט דיר... איך וויל א גט. חיים איז געווען שאקירט! איימסארי חיים, איך וויל זעהן די וועלט און איך קען נישט מיט דיר...

חיים האט טרויעריגערהייט געזעהן אז עולם חשוך בעדו.. תרתי משמע... און געזאגט מיט א טיעפן קרעכץ: איך וועל בעזר השם זיך צוזאמפאקן און זיין אינדרויסן היינט נאכט...

חנה קומט אהיים ביינאכט צו א ליידיגן שטוב, און זעהט א בריוועלע וואס איהר טייערע מאן האט איהר איבערגעלאזט, זי האט פארזיכטיג גע'עפנעט די בריוועלע און שטיל שעפשענדיג געליינט: "טייערע חנה לעבן, איך האב דיך אייביג געגליכן און געשעצט, און איך טוה ווייטער שעצן דיין החלטה מיך צו איבעלאזן, אבער איין גרויסע בקשה האב איך צו דיך.. די אויגעלעך וואס די האסט באקומן, גיב גאר שטארק אכט אויף זיי, ווייל ביז נישט לאנג צוריק זענען זיי געווען מיינע...!!!

--

וייצר ה' אלוקים את האדם עפר מן האדמה ויפח באפיו נשמת רוח חיים.. די רבונו של עולם האט טרענספלענטעד אין אונז און אריינגעבלאזן א נשמה.. זייער אפט פארגעסן מיר דערפון, מיר זאגן פארן רבוש"ע די אויגן איז טאקע א גוטע זאך, אבער מיר ווילן זעהן די וועלט... אכטונג! קיינמאל פארגעסן השי"ת האט אונז געגעבן די אויגן צו נוצן פאר גוטע זאכן, והאר עינינו בתורתיך, צו זעהן ווי מען קען העלפן א צווייטן יוד, צו זעהן מעלת חברינו ולא חסרונם, און נישט ח"ו אויף ולא תתורו אחרי עיניכם..

(קרעדיט אייוועלט)

לעצט פארראכטן: ג' ניסן התשפ"א 08:37 דורך טוב לי.

ענטפער: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף ג' ניסן התשפ"א 11:14 #271339

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 335 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 784 מאל
  • קאָרמא: 9

גאר א שטארקע מעשה!
גאר שטארקע לימוד!


אויך א חיזוק, וויסן וויפל אונז דארפן זיך ארויף ווארפן אויפן הייליגער באשעפער אפילו לגבי יעדע ראיה, יעדע בליק. וויסן אז די אויגן זענען זיינע און אונז דארפן אים בעטן ער זאל פירן אונזערע אויגן נאר צו גוטע ריינע פלעצער. העבר עיני מראות שוא.


שכח טוב לי פארן עס אהער ברענגען

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף ג' ניסן התשפ"א 11:36 #271340

  • חפץ בטוב
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 49
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
  • קאָרמא: 4

יישר כח ידידינו וידיד כל חברי קהלתינו הרב "טוב לי" 
יישר כח פאר די מעשה, 
עס האט מיך ממש אויף געציטערט 

זאל דער באשעפער דיך העלפן זאלסט זוכה זיין צו אן ערליך לעכטיג זיסע געזונטע ריינע לאנגע לעבן. 

ענטפער: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף ו' ניסן התשפ"א 00:11 #271363

  • טוב לי
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 26
  • האט שוין געלייקט: 174 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

געלויבט השי"ת פאר מיין 5טע ריינע טאג.


היינט אינמיטן טאג געהאט פאר אפאר מינוט א שטארקע רייץ אבער ב"ה כבין שנעל אוועקגעלאפן דערפון, געזאגט צו מיר שטילערהייט איך גיי מיך נישט שלאגן מיט דעם תעווה ווייל סאיז אסאך שטארקע פון מיר, נאר איך גיי עס נאכגעבן, איך דארף עס נישט
און ב"ה סאיז אריבער גאנץ שנעל.

געלויבט השי"ת פארן מיך האלטן ריין

ענטפער: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף ו' ניסן התשפ"א 05:31 #271364

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 335 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 784 מאל
  • קאָרמא: 9

טאקע א גרויסע שמחה די הייליגע 5 טעג. אונז ווייסן דאך וואס יעדע טאג איז כולל אין זיך. יעדע התגברות, יעדע השתדלות, יעדע גדר, יעדע רצון, יעדע קרעכץ, יעדע ווייטאג, יעדע מורא האבן פון א נפילה - אלעס טוהט אויף גאר גאר אסאך און עס לייגט צו צו דיינע זכיות, און נאך מער פון אלעס, דאס גרייט דיר צו די דיין וועג פון דיין לעבן מכאן ואילך זאל זיין זיס און ליכטיג מיט פוהל שמחה און הנאה בעז"ה. תכין לך הדרך.
גיי אן ווייטער, ביסט אונז א שטארקע וועג ווייזער און שטארקע חיזוק.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף ו' ניסן התשפ"א 10:54 #271367

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 46 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1234
  • האט שוין געלייקט: 1014 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2261 מאל
  • קאָרמא: 54
טוב לי געשריבן on ו' ניסן התשפ"א 00:11:

געלויבט השי"ת פאר מיין 5טע ריינע טאג.


היינט אינמיטן טאג געהאט פאר אפאר מינוט א שטארקע רייץ אבער ב"ה כבין שנעל אוועקגעלאפן דערפון, געזאגט צו מיר שטילערהייט איך גיי מיך נישט שלאגן מיט דעם תעווה ווייל סאיז אסאך שטארקע פון מיר, נאר איך גיי עס נאכגעבן, איך דארף עס נישט
און ב"ה סאיז אריבער גאנץ שנעל.

געלויבט השי"ת פארן מיך האלטן ריין


ייש"כ פארן מיטיילן, ס'געבט אסאך חיזוק, און דאס איז ממש דער געדאנק שבו, אז מען דארף שטיין ווייט פונעם ערשטן טרונק און עס נישט צורירן פאר קיין געלט אין די וועלט.

מיר דארפן געדענקן אז מיר זענען קראנק (יא, א געהעריגע קרענק, אפי' ס'איז שווער צו אדמיטן) און מיר קענען זיך נישט ערלויבן צו געבן "נאר איין קוק" וכו' וכו'...

ענטפער: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף ז' ניסן התשפ"א 22:10 #271368

  • טוב לי
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 26
  • האט שוין געלייקט: 174 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

געלויבט השי"ת פאר מיין ריינע וואך

ב"ה, מפילט אסאך אסאך בעסער נאך א גאנצע ריינע וואך 
לאמיר נאר מתפלל זיין אז לשבת הבא יהיה כן, ומלאך רע בע"כ יענה אמן!

ענטפער: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף ח' ניסן התשפ"א 12:06 #271371

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 825 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 496
  • האט שוין געלייקט: 575 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל
  • קאָרמא: 3
טוב לי געשריבן on ז' ניסן התשפ"א 22:10:

געלויבט השי"ת פאר מיין ריינע וואך

ב"ה, מפילט אסאך אסאך בעסער נאך א גאנצע ריינע וואך 
לאמיר נאר מתפלל זיין אז לשבת הבא יהיה כן, ומלאך רע בע"כ יענה אמן!


טןב לי די גיבסט א שרייב א גאנצע וואך אין די ווערטער ליגט בלוט פשוט כמשמעו וואס נאר די אין די באשעפער ווייסן 

אין סאיז געוואלדיגע דערגרייכונג פאר די יום טוב פין חריות פרייהייט אין דאס איז אמתער פרייהיט 
קים ארויף אין צייל יעדן טאג מיר ווילן ציללן מיט דיר 

דיין חבר וואס האפט אין בעט פאר דיין גיטס 
כשר 

ענטפער: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף ט' ניסן התשפ"א 14:07 #271400

  • טוב לי
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 26
  • האט שוין געלייקט: 174 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
כהאב היינט באקומען א מעסידזש פון עפעס א פרעמדע נאמבער זעהט אויס סאיז איינער פון די חברה מיט וועם איך פלעג זיך אמאל שרייבן, ער האט מיך אנגעהויבן פרעגן צו איך וויל מיט אים..... וכו',
אמאל אין אזא צייט פלעג איך ממש זיך נישט קענען ארויסדרייען דערפון און גלייך זיך גענימען שרייבן אהין און צירוק אין נישט געווען אויף דער וועלט פאר אפאר שעה,

אבער ב"ה איך בין דא אויפן סייט און איך בין היינט אויפגעשטאנען מיט א שטארקע קבלה אויף היינט אז "היינט מוז איך זיין ריין" און "היינט וועל איך אי"ה זיין ריין" האב איך אים גארנישט צירוקגעשריבן.
שפעטער האב איך געטראכט צו מיר, איין מינוט, דער איד איז דאך אין די זעלבע מצב וואס איך בין געווען נישט לאנג צירוק, אפשר זיכט ער הילף נאר ער ווייסט נישט אז סאיז דא הילף און ער קען זיך נישט ארויסזעהן דערפון, האב איך אים געשיקט די לינק פון "היט דיינע אויגן" און א געשריבן א שיינע בריוו און מודיע געווען אז סאיז דא הילף פאר יעדן איינעם, 

דא לייג איך ארויף דער בריוו:

מיין טייערע פריינד, איך פארשטיי דיין מצב זייער גוט ווייל נישט לאנג צירוק בין איך אויך דארט געווען, 
ב"ה דער אייבישטער האט מיך ליעב און ער האט צוגעפירט אז איך זאל אנקומען צו דעם סייט "היט דיינע אויגן" וואס סאיז א פלאץ פון מענטשן אינג און אלט וואס מיטשענען זיך מיט דעי פראבלעמען און מהעלפט זיך ארויס איינע דעם צווייטן מיט א אמת'ע ליבשאפט און אחדות, יעדער פארשטייט דעם צווייטן, מפרייט זיך מיט ווען איינער שטייגט און מפילט מיט יענעם'ס צער ווען ער פאלט דורך, מאיז זיך מחזק איינע דעם צווייטן אויף א אויסטערלישן פארנעםב"ה איך בין שוין פאר א שטיק צייט ריין פון קוקן שמוץ, ריין פון הוצאת זרע לבטלה, איך בין ב"ה געווארן א מענטש, מיין טאג איז מיר אסאך אנדערש, מיין לעבן איז בעסער זאל דער אייבישטער העלפן ווייטער.
איך גיי דיר נישט זאגן וואס צו טון אבער אויב די ווילסט קענסטו ארויפקומען דארט און זיך איינשרייבן, קיינער גייט נישט וויסן ווער די ביסט און מיטן אייברשטנס הילף וועסטו מצליח זיין.
לעצט פארראכטן: ט' ניסן התשפ"א 14:09 דורך טוב לי.

ענטפער: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף ט' ניסן התשפ"א 14:34 #271401

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 33 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 260
  • האט שוין געלייקט: 1437 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 505 מאל
  • קאָרמא: 16
wow 

געוואלדיג!

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

ענטפער: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף ט' ניסן התשפ"א 14:37 #271402

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 45 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 329
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 447 מאל
  • קאָרמא: 15
טוב לי געשריבן on ט' ניסן התשפ"א 14:07:
כהאב היינט באקומען א מעסידזש פון עפעס א פרעמדע נאמבער זעהט אויס סאיז איינער פון די חברה מיט וועם איך פלעג זיך אמאל שרייבן, ער האט מיך אנגעהויבן פרעגן צו איך וויל מיט אים..... וכו',
אמאל אין אזא צייט פלעג איך ממש זיך נישט קענען ארויסדרייען דערפון און גלייך זיך גענימען שרייבן אהין און צירוק אין נישט געווען אויף דער וועלט פאר אפאר שעה,

אבער ב"ה איך בין דא אויפן סייט און איך בין היינט אויפגעשטאנען מיט א שטארקע קבלה אויף היינט אז "היינט מוז איך זיין ריין" און "היינט וועל איך אי"ה זיין ריין" האב איך אים גארנישט צירוקגעשריבן.
שפעטער האב איך געטראכט צו מיר, איין מינוט, דער איד איז דאך אין די זעלבע מצב וואס איך בין געווען נישט לאנג צירוק, אפשר זיכט ער הילף נאר ער ווייסט נישט אז סאיז דא הילף און ער קען זיך נישט ארויסזעהן דערפון, האב איך אים געשיקט די לינק פון "היט דיינע אויגן" און א געשריבן א שיינע בריוו און מודיע געווען אז סאיז דא הילף פאר יעדן איינעם, 

דא לייג איך ארויף דער בריוו:

מיין טייערע פריינד, איך פארשטיי דיין מצב זייער גוט ווייל נישט לאנג צירוק בין איך אויך דארט געווען, 
ב"ה דער אייבישטער האט מיך ליעב און ער האט צוגעפירט אז איך זאל אנקומען צו דעם סייט "היט דיינע אויגן" וואס סאיז א פלאץ פון מענטשן אינג און אלט וואס מיטשענען זיך מיט דעי פראבלעמען און מהעלפט זיך ארויס איינע דעם צווייטן מיט א אמת'ע ליבשאפט און אחדות, יעדער פארשטייט דעם צווייטן, מפרייט זיך מיט ווען איינער שטייגט און מפילט מיט יענעם'ס צער ווען ער פאלט דורך, מאיז זיך מחזק איינע דעם צווייטן אויף א אויסטערלישן פארנעםב"ה איך בין שוין פאר א שטיק צייט ריין פון קוקן שמוץ, ריין פון הוצאת זרע לבטלה, איך בין ב"ה געווארן א מענטש, מיין טאג איז מיר אסאך אנדערש, מיין לעבן איז בעסער זאל דער אייבישטער העלפן ווייטער.
איך גיי דיר נישט זאגן וואס צו טון אבער אויב די ווילסט קענסטו ארויפקומען דארט און זיך איינשרייבן, קיינער גייט נישט וויסן ווער די ביסט און מיטן אייברשטנס הילף וועסטו מצליח זיין.

גדול המעשה יותר מן העושה
קענסט נאך האבן א חלק אין יענעם דורי דורות פון טון מצות ומעשים טובים

ענטפער: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף ט' ניסן התשפ"א 14:47 #271404

  • טוב לי
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 26
  • האט שוין געלייקט: 174 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

מדארף נאר מתפלל זיין ער זאל טון די ריכטיגע שריט און זיך קומען היילן, 

סאיז די גרעסטע ביעור חמץ וואס מקען טון יעצט פאר פסח

ענטפער: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף ט' ניסן התשפ"א 15:19 #271405

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 764 מאל
  • קאָרמא: 4

שלום עליכם הרב טוב לי, טוב לך וטוב לנו דיך צו האבן מיט אונז.

צו שרייבן אזעלכע שורות פאר א 'שותף לדבר מצוה' קאסט אביסל גאטס... כה לחי.

ס'איז דאך פארהאן א דין קדימה פאר המתפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר, איז צום האפן אז די זעלבע איז גילטיג ווען מ'איז מקרב יענעם בעת ווען מ'איז צריך לאותו דבר, זאל די זכות דיר באגלייטן.

ענטפער: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף ט' ניסן התשפ"א 15:41 #271409

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 825 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 496
  • האט שוין געלייקט: 575 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל
  • קאָרמא: 3

טוב לי 
דאס איז תשובות המשקל עס איז ווי א קרבן 

ביי א תענית זאגט מען אז די בליט וואס איך היינט פארגאסן פין מיר דארך פאסטן זאל זיין גערעכנט ווי א קרבן 

דאס וואס די האסט געטיען איז נישט קיין שאלה א קרבן 
אין סאיז תשובה באותה מקום באותה זמן אם אדם זה 

סאיז א געוואלדיגער זכיה 
חזק חזק 
דיין חבר וואס האפט אין בעט פאר דיין גיטס 
כשר 

ענטפער: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף ט' ניסן התשפ"א 16:01 #271412

  • i want
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 37
  • האט שוין געלייקט: 40 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל
WOW WOW צוויי מאל 

איין מאל פאר דיין גבורה נישט אריינצופאל נאכאמאל!!

אין די צווייטע מאל פאר די בריוו וואס די האסט צריגעשריבן!!

טוב לי צי זיין מיט טוב לי אין איין קהילה!!

ענטפער: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף ט' ניסן התשפ"א 16:24 #271413

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 335 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 784 מאל
  • קאָרמא: 9

דער "טוב לי" איז גוט. גאר שטארק. שוין משפיע אויף אנדערע ב"ה. בחינה פון מוציא יקר מזולל.
איך טראכט ביי מיר וויפל כוחות דאס קאסט. ווי שווער דאס איז. אזא זאך קען אמאל אין איין מינוט אלעס אוועק לייגן, אלע קבלות און אלע גוטע רצונות. און ב"ה אז די אייבישטער האט די געגעבן די כח זיך שטארקן און אים אפזאגן, און נאך מער ווי דעם, אים מציע זיין הילף.

און אגב, די בריוו איז גאר שטארק און הארציג געשריבן! דברים היוצאים מן הלב זענען נכנסים אל הלב, און לאמיר האפן יענער זאל טאקע ווערן מושפע לטובה.

חזק ואמץ כי טוב, ס'איז א גרויסע זאך און א גרויסע זכות פאר דיר.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף ט' ניסן התשפ"א 17:22 #271417

  • טויש
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 12
  • האט שוין געלייקט: 119 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

מיין טייערע חבר "טוב לי"
זייער שטארק !!! מצוה גוררת מצוה !!!
(כוויל נאר וויסן וועלעכע מצוה די האסט געטון פארדעם)
רבי טוב לי מחייב אותנו 
אזעלעכע הארציגע דיבורים וועט זיכער אויפטון !

ענטפער: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף ט' ניסן התשפ"א 18:10 #271418

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1019 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1509
  • האט שוין געלייקט: 2657 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2303 מאל
  • קאָרמא: 16

אנבעליוועביל די שטארקייט!!! קיפ איט אפ

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף כ' ניסן התשפ"א 10:08 #271498

  • טוב לי
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 26
  • האט שוין געלייקט: 174 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

געווען אפאר גאר שווערע טעג פאר מיר אבער ב"ה נעכטן האט מיר די אייבישטער נאכאמאל געשאנקן א ריינע טאג, 

ישר כח הרב "נישט שפעט" וואס האט מיך ממש אריינגעבלאזן א גייסט פון חיזוק און געשטאנען לימיני און די שווערע מינוטן

ענטפער: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף כ' ניסן התשפ"א 13:49 #271499

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 479 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 290
  • האט שוין געלייקט: 383 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל
  • קאָרמא: 36
טוב לי געשריבן on כ' ניסן התשפ"א 10:08:

געווען אפאר גאר שווערע טעג פאר מיר אבער ב"ה נעכטן האט מיר די אייבישטער נאכאמאל געשאנקן א ריינע טאג, 

ישר כח הרב "נישט שפעט" וואס האט מיך ממש אריינגעבלאזן א גייסט פון חיזוק און געשטאנען לימיני און די שווערע מינוטן


עס איז געוואלדיג צו זעהן ווי אזוי חבירים זענען זיך מחזק איינער דעם צווייטן מיט אזא אהבת ישראל אן קיין נגיעות.

דאס גיט אונז אסאך חיזוק. 

ענטפער: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף כ"ו ניסן התשפ"א 01:37 #271590

  • טוב לי
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 26
  • האט שוין געלייקט: 174 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
שלשה מי יודע? שלשה אני יודע!

מיט לויב און דאנק צו הקב"ה וואס ער האט מיר געגעבן א מתנת חינם און מיר געשאנקן די היינטיגע טאג,

ב"ה שוין די דריטע טאג ברציפות וואס דער אייבישטער שענקט מיר "א טאג" 

מיט א תפילה צו השי"ת, הראנו ה' חסדך, שענק מיר נאך איין טאג, בלויז דעם "איין טאג" איך זאל מיך קענען האלטן בקדושה ובטהרה, מיט ריינע מחשבות, ריינע מעשים.

ענטפער: טוב לי... להיות בטהרה מאלפי זהב וכסף כ"ו ניסן התשפ"א 07:11 #271591

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 335 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 784 מאל
  • קאָרמא: 9
WOW
בריך רחמנא דיהיב לך יומא תליתאי.
ס'איז מיר אויך א פריוואטע שמחה זעהן ווי מיין טייערע נאנטע חבר שטייגט ב"ה.

ווען די טעג קומען נאך א נפילה, איז די שמחה און סיפוק הנפש, אסאך אסאך אסאך מער.

ווייל חוץ פון זיך לערנען דא וויאזוי זיך היטן בעז"ה פון נפילות, לערנען אונז זיך דא אויך וויאזוי זיך בייהאנדלען נאך א נפילה!וואס דאס איז נישט ווייניגער חשוב!
אונז ווייסן דאך ווי ווייט א נפילה קען אראפקלאפן דעם מענטשט עד עפר, און מ'מוז האבן אסאך אסאך סייעתא דשמיא מיט כוחות הגוף והנפש זיך קענען באלד צוריק אויפשטעלן, זיך אפשאקלען און גיין ווייטער.

ממילא, זענען די דריי טעג א גרויסע שמחה כשלעצמו. אבער בעיקר ווייל דו האסט געוואויזן אז דו ווייסט ב"ה וויאזוי זיך אויפירן נאך א נפילה. פשוט, מ'שטייט אויף און מ'איז ממשיך.

די ענין א שטארקע יסוד אויף אלע ענינים במהלך החיים בכלליות.
ה' עמך גבור החיל.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 1.23 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא