ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: מען הייבט אן מיט א פרישקייט! א יעדן טאג! 266 באזוכער

מען הייבט אן מיט א פרישקייט! א יעדן טאג! ד' תמוז התשפ"א 17:14 #273156

  • יוסי
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 90
  • האט שוין געלייקט: 61 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 233 מאל
  • קאָרמא: 8

מען הייבט אן מיט א פרעשקייט, און א יעדן טאג: מיט א נייע און פרישע התחדשות!

איך האב שוין לאנג נישט געשריבן דא. (הגם איך האב יא געשריבן אבער עס אויסגעמעקט איך ווייס אליין נישט פ''וו) אבער מען דארף זיך נעמען אין די הענט אריין. ''אבער איך האב זיך שוין אזוי פיל מאל גענומען נאכאמאל'' איך האב שוין אזוי פיל מאל געסטאפט...... און אזוי פיל מאל מיר צו געזאגט אז: דאס איז די לעצטע מאל וואס איך גיי אדורך פאלן! אבער עס האט גארנישט געהאלפן.
עס איז שוין צייט איינצוזען אז איך בין דא בכלל נישט קיין מחותן, און ווען 'איך' נעם מיר אין די הענט אריין איז ביטער ווי זית. און עז וועט זיך ענדיגן מיט ביטער ווייטאג און געפילן און אויפרעגענישט אויף מיר אליין.
איז לאמיר זיך איבער געבן אין די הענט פון דער רבש''ע, און איבער געבן מיינע תאוות און רצונות צו דער וואס האט עס מיר געגעבן. און ער זאל טון צחט דעם ווי אזוי ער פארשטייט. הגם איך פארשטיי נישט ממש ווי אזוי עס ארבעט אבער איך האב געזען אז ווען איך געב איבער מיינע תאוות אין די הענט פונעם רבש''ע און איך טו עפעס א מעשה זיך איבער צו געבן אין זיין הענט ווערט מיר אסאך גרינגער.
ע''כ פאר יעצט אין איך האף צו זיין מער אקטיוו. און איך האף אז עס וועט מיר זיין א תועלת. אן קיין פרעשער און אן קיין לחץ קען מען אויך אנקומען.

זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו

ענטפער: מען הייבט אן מיט א פרישקייט! א יעדן טאג! ד' תמוז התשפ"א 17:32 #273157

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 103 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 795 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1548 מאל
  • קאָרמא: 21

טייערע יוסי - יוסף הצדיק
תתחדש אויף די טרעד. ס'איז בגדר "הבא לטהר" וועט זיכער זיין "מסייעין אותו".

נישט קיין חילוק וויפל מאל האסט שוין פרובירט און אנגעהויבן און מחליט געווען און אויפגעגעבן און געווארן מיואש און געווארן ציקלאפט און נאך אמאל אנגעהויבן און נאך אמאל פרובירט און נאך אמאל געווארן ציבראכן און ציקלאפט און ציפראסקעט - אייביג ווערט מען א נייע מענטש, א נייע התחלה, כקטן שנולד דמי.

מדותיו של הקב"ה זענען אן א גבול, אן א קצבה. אייביג קען מען אנהייבן פון ניי.

און אזויווי דו זאגטס, זיך איבער געבן אינגאצן בידיו של הקב"ה. און עצה טובה, טוה עס אין אלע ענינים, נישט נאר בענין נסיונות התאוה, פרוביר לעבן מיט דעם כסדר, וועט דיר עס טוישן אינגאנצן לטובה.

חזק ואמץ, יאוש איז נישט פארהאן!

יוס"ף ה' עליך כהנה וכהנה, זאלסט שפירן אייביג זיין אהבה צו דיר, זיין עינא פקיחא, זאלסט שפירן ווי ער פירט דיר כאומן הנושא את היונק. ער זאל דיר געבן די כח דורך גיין שווערע מינוטן מיט א קלארקייט.

כולנו אתך! אונז באגלייטן דיר מיט תפילה, מיט אמונה און מיט האפאנונג.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: מען הייבט אן מיט א פרישקייט! א יעדן טאג! ד' תמוז התשפ"א 23:27 #273162

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 120 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 438
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 526 מאל
  • קאָרמא: 8

טייערע הייליגע יוסי.
דער בורא עולם האט דיך ליב א אויסטערלישע געוואלדיגע אהבה עד אין שיעור וערך.
א מענטש קען אפילו נישט משיג זיין א מיליאנסטל חלק פון דעם אייבערשטנס אהבה צו יעדער איד.
און מיין נישט אז איך רעד פון די צדיקי הדור, ניין איך רעד פון יעדן איינציגסטן איד.
אפילו דער ערגסטער עדיקט, אפילו נאך פאר ער איז אנגעקומען צום שוועל פון ריקאווערי.
על אחת כמה וכמה ווען א איד רייסט זיך צו זיין אביסעלע ערליך. מ'פלאגט זיך מ'רייסט זיך.
דאס איז אזוי אויסטערליש געוואלדיג חשוב ביים בורא כל עולמים, עד כדי כך אז דער בורא כל עולמים בארימט זיך פאר זיינע מלאכים שרפים וחיות ואופני הקודש, קומטס אלע קוקן ווי מיין טייערע יוסי דראפעט זיך אויף גראדע ווענט נאר פאר איין ציל צו זיין הייליג.
און אלע מלאכים שטייען מיט קעלבערנע אויגן און קענען נישט צו זיך קומען פון אזא התגברות,
זיי זעען דאך קליפ און קלאר וואספארא ריזיגע נחת רוח יעדע פיצעלע התגברות על היצר ברענגט פארן אייבערשטן.
מילא אונז מענטשעלעך, אונז זעה-מיר דאך גארנישט, ממילא זענען מיר נישט מחשיב אמת'דיג אונזער עבודה, און אונז ווער-מיר נאר צובראכן פון אונזערע דורכפעלער.
אבער זיי דארט אויבן זעען דאך באשיינפערלעך וואספארא געוואלדיגע שמחה ס'טוט זיך דארט, ווי דער טאטע אין הימל כביכול שיינט פאר גליק און פארסמאסקעוועט זיך כביכול מיט זיינע צדיקימ'לעך דא אונטן אויפן עולם השפל.
רבותי לאמיר טאנצען, ס'טוט זיך א רקידה אויבן אין הימל, די גאנצע פמליא של מעלה טאנצט און שפרינגט, די אידעלעך שיקן ארויף פעקעלעך איינס נאכן צווייטן. נאך א פעקל נאך פעקל, נאך א התגברות נאך א צוריקהאלט פון א ראי' אסורה.
אה! ווען אונז וואלט מיר נאר איינמאל געקענט זען וואס דארטן טוט זיך אפ, וואלטן מיר געמאכט א סעודה, א יום טוב מיט בגדי שבת נאך יעדע פיצעלע נסיון וואס מ'האט צובראכן.
יא יוסי מ'מיינט דיך, דו האסט נישט קיין אנונג וואספארא ריזיגע מחותן דו ביסט אין הימל. די מלאכים ושרפים קוקן מיט קנאה, ווער איז אט דער יוסי וואס שיקט ארויף אזא אויסטערלישע נחת רוח פאר גאט ברוך הוא, דער בורא עולם רעדט פון אים טאג און נאכט.
רבותי טייערע חברים מ'מיינט אונז אלע. עם ה' חזקו ונתחזקה.
ס'וועט נאך קומען דער גליקליכער טאג וואס מיר וועלן באגעגענען די אלע ריזיגע ריזיגע פעקלעך מיט זכותים עד אין שיעור וערך.
לאמיר זיך שטארקן. ויגבה לבו בדרכי ה'

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

לעצט פארראכטן: ד' תמוז התשפ"א 23:28 דורך ואטהר ואתקדש.

ענטפער: מען הייבט אן מיט א פרישקייט! א יעדן טאג! ה' תמוז התשפ"א 16:46 #273173

  • יוסי
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 90
  • האט שוין געלייקט: 61 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 233 מאל
  • קאָרמא: 8

מען הייבט 'היינט' אן נאכאמאל מיט א פרישקייט! און מען האפט צום רבש''ע, אז מען וועט אדורך מאכן די טאג-אין אלע ענינים- אויף א גוטע און פריילעכע אופן.

און איך ווייס נישט ווי אזוי די עולם ציילט דא, אזוי נייציג טעג אויף איין מאל. איך קען קוים מיט צרות אריבער דיין איין וואך ריין.(און דאס איז נאר ווייל איך בין ב''ה פארנומען אגאנצען טאג)
און דער אמת איז: אז איך קען טאקע נישט, און איך קען מיר טאקע נישט מיר מענידזען. עס איז צו שווער פאר מיר. ווי אזוי זאל 'איך' א בשר ודם קענען מסדר זיין א מענטש מיט אזעלעכע שווערע ניסיונות?! און אויב איך וועל יא קער נעמען פון אום[מיר], וועל איך אנהייבן צו פילן אזוי אויסגעמיטשעט, און איך וועל נאכדעם ממילא אדורך פאלן, אז איך וועל חרטה הייבן אויך די גאנצע ארבעט..........

איז אויב אזוי: וועל איך זיך ארויס לאזן פונעם גאנצע מלחמה, און די אלע תאוות און געפילן וואס איך פיל, וועל איך לאזן א צווייטן מסדר זיין. און איל וועל ציריק עס געבן פאר דער וואס האט עס מיר געגעבן!

זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו

ענטפער: מען הייבט אן מיט א פרישקייט! א יעדן טאג! ה' תמוז התשפ"א 16:50 #273174

  • WillKeepHoping
  • איצטיגע שטרעקע: 79 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 106
  • האט שוין געלייקט: 133 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
  • קאָרמא: 3

מזל טוב יוסי צו דיין נייע טרעד, און צו דיינע 5 טעג ריין. 

דו שרייבסט זייער שיין און ווארעם, דער אייבערשטער זאל דיר - און אונז אלע - ווייטער העלפן מיט אסאך סיעתא דשמיא. 

הצלחה.

לעצט פארראכטן: ה' תמוז התשפ"א 16:51 דורך WillKeepHoping.

ענטפער: מען הייבט אן מיט א פרישקייט! א יעדן טאג! ה' תמוז התשפ"א 18:58 #273175

  • i want
  • איצטיגע שטרעקע: 10 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 231
  • האט שוין געלייקט: 287 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל
  • קאָרמא: 2

אין אמת'ן אריין מי אנכי די בוסט דאך דא (כ'מיין אזוי) א סאך לענגער ווי מיר אין אזוי אויך בין איך (נאך)נישט דער גרויסער צדיק אין דעם ענין אבער ווי זאגט די וועלט "איך רעד טאקע צי דיר אבער איך מיין מיר" . . .

סאו איז אזוי. . .  ווען איך בין אריינגעקומען דא האב איך אויך נישט געוויסט ווי אזוי מ'קען זיך האלטן ריין פאר א לאנגער צייט . . . אבער ב''ה מיט דער צייט נאכן זיין דא א שטיק צייט אין ליינען אין שמועסן אביסל מיט מיינע ליבע פריינד דא האב איך מיר אנגעהויבן לערנען ווי אזוי מ'קען עס באווייזן . . . 

סאו בלייב דא שמועס דיר אויס אביסל, ליין אלטע/נייע טרעד'ס . . . וכ''ו

אין געדענק אז די אליין קענסט גארנישט ממש, די זעסט דאס דאך אליין. . . נאר דער אייבערשטיר קען אינז האלטן ריין!!
זאג אן עקסטרע תפלה יעדן אינדערפרי "טאטע העלף מיר איך זאל קענען זיין ריין היינט"

אזוי אויך נעם די עצה פון איין טאג אויף א מאל דיין ארבייט היינט איז צי זיין ריין היינט!!! נישטא קיין נעכטן/מארגן . . . אלעס איז איבער היינט!!

אין דער אייבערשטער זאל דיר געבן אסאך הצלחה !!

נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!
לעצט פארראכטן: ה' תמוז התשפ"א 18:58 דורך i want.

ענטפער: מען הייבט אן מיט א פרישקייט! א יעדן טאג! ה' תמוז התשפ"א 20:53 #273177

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1115 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1600
  • האט שוין געלייקט: 2872 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2439 מאל
  • קאָרמא: 20
יוסי געשריבן on ה' תמוז התשפ"א 16:46:

מען הייבט 'היינט' אן נאכאמאל מיט א פרישקייט! און מען האפט צום רבש''ע, אז מען וועט אדורך מאכן די טאג-אין אלע ענינים- אויף א גוטע און פריילעכע אופן.

און איך ווייס נישט ווי אזוי די עולם ציילט דא, אזוי נייציג טעג אויף איין מאל. איך קען קוים מיט צרות אריבער דיין איין וואך ריין.(און דאס איז נאר ווייל איך בין ב''ה פארנומען אגאנצען טאג)
און דער אמת איז: אז איך קען טאקע נישט, און איך קען מיר טאקע נישט מיר מענידזען. עס איז צו שווער פאר מיר. ווי אזוי זאל 'איך' א בשר ודם קענען מסדר זיין א מענטש מיט אזעלעכע שווערע ניסיונות?! און אויב איך וועל יא קער נעמען פון אום[מיר], וועל איך אנהייבן צו פילן אזוי אויסגעמיטשעט, און איך וועל נאכדעם ממילא אדורך פאלן, אז איך וועל חרטה הייבן אויך די גאנצע ארבעט..........

איז אויב אזוי: וועל איך זיך ארויס לאזן פונעם גאנצע מלחמה, און די אלע תאוות און געפילן וואס איך פיל, וועל איך לאזן א צווייטן מסדר זיין. און איל וועל ציריק עס געבן פאר דער וואס האט עס מיר געגעבן!


גאט זאל זיין מיט דיר אין אלע דיינע וועגן.

אויב פילסטע אז איך קען מעגליך העלפן, פארבינד דיר מיט מיר. איך וועל מיך פרייען.

הצלחה

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: מען הייבט אן מיט א פרישקייט! א יעדן טאג! ו' תמוז התשפ"א 17:58 #273199

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 103 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 795 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1548 מאל
  • קאָרמא: 21

יוסי וואס הערט זיך?
וויאזוי גייט דיין נייע התחדשות'דיגע וועג?

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: מען הייבט אן מיט א פרישקייט! א יעדן טאג! ז' תמוז התשפ"א 16:53 #273208

  • יוסי
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 90
  • האט שוין געלייקט: 61 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 233 מאל
  • קאָרמא: 8
ב''ה מען הייבט אן מיט א פרישקייט יעדן טאג און יעדע מנוט! אזוי די ערשטע טאגץ

אבער וואס זאל מען טון אז דער טאג הייבט זיל אן מיט די לינקע פיס?! הייבט מען אן די טאג מיט א פרישקייט און א זויערע פנים?! ווי אזוי קען מען זיך צוריק זען אין די פרישקייט מאויד, ווען די טאג גייט מיטן פוטם אראפ?! און ווער רעדט נאך אויב מען כאפט אריין אביסל קריטיג אויך... און אויב עס איז פון די ווייב... איז מה יעשה הבן???? ווי אזוי קען מען זיך צוזאם נעמען די כוחות און אנגיין ווייטער????

נאר וואס איך מיין אז הרב 'נישט שפעט' איז גערעכט. מען דארף זיך איהער געבן: און אלע ענינים אין דער האנט פונעם גוטן בשעפער. אלע מיינע רצונות און געפילן און אלעס וואס געשענט צו מיר....... אלעס געט מיר דער רבש''ע און ער וועט שוין מיט אלעס דעלען.
זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו

ענטפער: מען הייבט אן מיט א פרישקייט! א יעדן טאג! י' תמוז התשפ"א 16:59 #273237

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 103 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 795 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1548 מאל
  • קאָרמא: 21

יוסעלע האסט א צענער ב"ה!
מזל טוב!
ביי 10 זאגט מען "נברך לאלקינו", געדענק בענטשטן און דאנקען דעם הייליגן באשעפער אויף די אלע ריינע טעג און ניכטערע מינוטן.
מיר ווייסן דאך אז אלעס קומט פון אים.
זיי א מודה על העבר און א מבקש על העתיד.

חזק ואמץ

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: מען הייבט אן מיט א פרישקייט! א יעדן טאג! י"ג תמוז התשפ"א 16:16 #273371

  • יוסי
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 90
  • האט שוין געלייקט: 61 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 233 מאל
  • קאָרמא: 8
מען הייב אן נאך אמאל מיט א פרישקייט די ערשטע ריינע טאג! 
מען פילט טאקע נישט די פרישקייט פילט מען קען נישט אזוי שטארק, איך פיל מיר מער ווי שגץ און א עקעלדיגע מענטש, און איך שעם זיך פון מיר אליין ווי איך בין פארקויפט געווארן פאר א נזיד עדשים... און איך קען מיר נישט איינהאלטן 'אפי איך וויל'. יא יא שיינע תורות קען איך זאגן אבער ווען עס קומט למעשה... איז עס שוין אינגאנצן אנדיש.
[ביז דא איז אלעס וואס איך פיל]
אבער מען קען נישט בלייבן שטיין ביי פילינגס. און וואס וועל איך האבן פון זיך לאזן פירן פון די געפילן?! איז לאמיר טון צו די זאך. און שוין פון יעצט אנהייבן מיט א פרישקייט זיך האלטן ריין. און אנגיין מיט מיין סדר היום ווי געהעריג. און האפן און בעטן צום רבש"ע אז ער זאל מיר געבן א ריינע און געשמאקע טאג, און ער זאל מיר אויך מאכן פילן גוט.
זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו

ענטפער: מען הייבט אן מיט א פרישקייט! א יעדן טאג! י"ג תמוז התשפ"א 16:27 #273372

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 103 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 795 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1548 מאל
  • קאָרמא: 21
יוסי געשריבן on י"ג תמוז התשפ"א 16:16:
מען הייב אן נאך אמאל מיט א פרישקייט די ערשטע ריינע טאג! 
מען פילט טאקע נישט די פרישקייט פילט מען קען נישט אזוי שטארק, איך פיל מיר מער ווי שגץ און א עקעלדיגע מענטש, און איך שעם זיך פון מיר אליין ווי איך בין פארקויפט געווארן פאר א נזיד עדשים... און איך קען מיר נישט איינהאלטן 'אפי איך וויל'. יא יא שיינע תורות קען איך זאגן אבער ווען עס קומט למעשה... איז עס שוין אינגאנצן אנדיש.
[ביז דא איז אלעס וואס איך פיל]
אבער מען קען נישט בלייבן שטיין ביי פילינגס. און וואס וועל איך האבן פון זיך לאזן פירן פון די געפילן?! איז לאמיר טון צו די זאך. און שוין פון יעצט אנהייבן מיט א פרישקייט זיך האלטן ריין. און אנגיין מיט מיין סדר היום ווי געהעריג. און האפן און בעטן צום רבש"ע אז ער זאל מיר געבן א ריינע און געשמאקע טאג, און ער זאל מיר אויך מאכן פילן גוט.

טייערע ליבער יוסי
דיין ווייטאג שרייט ארויס פון יעדעס ווארט

אבער פרוביר אנהייבן מתבונן זיין וואס איז דיר גורם די נפילות? וועלכע זאכן טריגערן דיר און זענען גורם צו לאסט? וועלכע מכשולות קומען דיר אונטער? ראיות אויף די גאס? אינטערנעט?
יוסי, בואו חשבון, פרוביר נאך קוקן וויאזוי די נסיון הייבט אן.
צדיקים האבן געזאגט, אז ווען מ'לעבט מיט א חשבון - איז שוין א האלבע חשבון אויסגעצאלט, והבן כי עמוק הוא.
אויב דו וועסט מאכן א חשבון און קענען ווייזן מיט די פינגער וואס די התחלה פון דיינע נסיונות זענען, וואס ברענגט דיר די מכשולות - וועט דיר זיין גרינגער אנהייבן טוהן עפעס בפועל, צי דורך גדרים, שמירת עינים, פילטער, זיך דורך שמועסן מיט חברים און באקומען חיזוק וכו'.

זיסע ברודער, שטיי אויף און טוה למעשה. עס וועט זיך דיר נאר לוינען.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: מען הייבט אן מיט א פרישקייט! א יעדן טאג! י"ד תמוז התשפ"א 18:44 #273390

  • יוסי
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 90
  • האט שוין געלייקט: 61 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 233 מאל
  • קאָרמא: 8

איך ווייס זייער גוט אז ווען איך פיל נישט גוט מיט מיר אליין און איך פיל low וכדו' וועל איך זייער שנעל פאלן. און איך ארבעט אויף דעם.............
אבער ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרינק!

זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו

ענטפער: מען הייבט אן מיט א פרישקייט! א יעדן טאג! ט"ו תמוז התשפ"א 10:10 #273404

  • i want
  • איצטיגע שטרעקע: 10 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 231
  • האט שוין געלייקט: 287 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל
  • קאָרמא: 2

אן ארבייטן גייט נישט גארנישט . . . !!!

חזק ואמץ!!

נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!

ענטפער: מען הייבט אן מיט א פרישקייט! א יעדן טאג! כ' תמוז התשפ"א 09:17 #273534

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 103 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 795 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1548 מאל
  • קאָרמא: 21

טייערע זיסע יוסי
מיין הארץ גייט אויס פאר דיר
קום, דריי זיך דא מער, דא איז זיכער בעסער ווי אינדרויסן!
קום זיי דיך מחזק צווישן חברים וואס פארשטייען דיר!
מ'וועט פרובירן אלעס אין די וועלט דיר העלפן כאטש ביזן קרעטשמע!
מ'ווארט דיר דא אין שטוב בכליון עינים!

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: מען הייבט אן מיט א פרישקייט! א יעדן טאג! כ' תמוז התשפ"א 19:27 #273569

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 131
  • האט שוין געלייקט: 136 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
  • קאָרמא: 3

יוסי טייערע! איך פיל אזוי שטארק דיין ווייטאג און איך קען זייער שטארק רילעיטן צו דיר אז מיטן זיין אין א ’בעד מוד’ פאלט מען נאר און מען קען נישט זען א ווען אויף צוריק. די ליכטיגקייט איז אינגאנצן פארשטעלט.
פון מיין עקפעריענס, נאך פאר איך וויל אפילו טראכטן פון זיך אויפהייבן. די ערשטע זאך איז זיך צו שטארקן און זיך ארויסצוואונגען פון די דעפרעסטע מחשבות. ערשט דאן בין איך גרייט זיך צו אויפהייבן און גיין ווייטער.
איינמאל איך בין צוריק אויפן ’דרך המלך’ איז מיין ארבעט, בשום אופן זיך נישט ברעכן נאר אנגיין אין לעבן מיט א פרישקייט און ליכטיגקייט, חוץ פון זיך היטן די אויגן און געדאנקען.
איך גיב דיר נאר מיינע צוויי צענט וואס עס ארבעט פאר מיר. 
געדענק ~ BeVeryStrong 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מען הייבט אן מיט א פרישקייט! א יעדן טאג! ה' אב התשפ"א 13:54 #274051

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 103 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 795 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1548 מאל
  • קאָרמא: 21

טייערע יוסי וואו ביסטו??
האסט דאך געשריבן אז מ'הייבט אן מיט א פרישקייט א יעדן טאג!!
וואס איז געווען נעכטן - איז געווען. הייב אן פון פריש!
א יעדן טאג!
א יעדן טאג!
א יעדן טעג!


דיינע חברים ווארטן דיר יוסי

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: מען הייבט אן מיט א פרישקייט! א יעדן טאג! י"ג אב התשפ"א 07:57 #274355

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 103 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 795 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1548 מאל
  • קאָרמא: 21

האהא 
מ'זעט טאקע אז יוסי איז פיין אין די כלים ב"ה!
חזק ואמץ ווייטער מיט פוהל סייעתא דשמיא

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 1.05 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא