ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: טוה וואס דו ווילסט! 5850 באזוכער

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ז אב התשפ"א 15:48 #274832

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 88 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • הדר פשטה נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא
  • מעלדונגען: 222
  • האט שוין געלייקט: 146 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל
  • קאָרמא: 15
איך גלייב וואס חז"ל זאגט אז 'יצרו של אדם מתחדש עליו בכל יום ומבקש המיתו, ואלמלא הקב''ה עוזרו אין יכול לו' די וואך האב איך נישט באקומען קיין שכר פאר גלייבן אין דעם חז"ל נאר איך האב עס געשפירט אויף אלע מיינע גלידער.
היות געוויסע חברים דא שטיפן צו מיטטיילן וואס מען איז אלס אדורך און ווי אזוי עס גייט, אז דאס איז א טובה פאר זיך, און אויך פאר אנדערע, וועל איך בס"ד פראבירן מער צו שרייבן, און אפשר וועט מען אמאל שרייבן אויך וואס איז די מעשה מיט 'חנוכה' ביז ער האט זיך איינגעשריבן אין הד"א ועוד חזון..
וואס איך בין אדורך די וואך איז אזוי:
איך האב באמערקט פאר א שטיק צייט צוריק אז די פילטער וואס איז דא ביי די ארבעט'ס פלאץ איז בכלל נישט אזוי פיין, עס האט געהאט עטליכע שטארקע לעכער. (פאר ווער ס'ליינט וואס איך האב פריערגעשריבן: איך האב א פראווייטע לעפ-טאפ, און אויך אן עקסטערע ביי די ארבעט, איך רעדט איצטער פון די ארבעט) איך האב געוואנדן צום טעקנישן פון די ארבעט, און ער האט נישט געוויסט וואס איך וויל.. מיט'ען טענה אז מען האט דאס שוין פאר א לאנגע צייט, און עס זעהט אויס אלעס מסודר, איך האב געהאט א גרויסע פראבלעם ווייל איך האב מיר זייער געשעמט צו ווייזן וואספארא 'השגות' איך האב, און וואס אלס איך קען סירטשען... קיין ברירה האב איך נישט געהאט (מיט'ן ווינדער אז ס'איז דא נאך אידישע ארבעטער'ס פארוואס זאגן זיי גארנישט?? אדער אפשר בין איך דער איינציגסטע נאר וואס זיכט אויף אזעלעכע שטיסעם??!) עכ"פ איך האב געזאגט א איך בין נישט באקוועם דערמיט ביטע ארויף לייגן אויפ מיין קאמפיוטער א בעסערע פילטער און איך וועל צאלן חודש'ליך דערויף, מען האט ארויף געלייגט אבער אזוי ווי דאס איז נישט געווען זייער אינטער'רעסע די גאנצע מעשה האבן זיי ארויף געפאקט עפעס אבי א שטארקע פילטער, און ס'האט פשוט אפגעבלאקט אפילו וויכטיגע זאכן וואס מען דארף האבן.. איך האב פראבירט אנצוגיין ווי ווייט מעגליך אזוי, אבער מיט די צייט איז עס שווערער געווארן ביז איך האב ממש נישט געקענט אנגיין ווייטער, און איך האב מיר אויך עפעס איינגערעדט אז מען האט בעסער געמאכט די ארגענעלע פילטער, האט מען געבעטן די טעקנישן אראפצונעמען וואס זיי האבן צוגעלייגט.. און למעשה האב איך מיר געטראפן.. איך קען ענק נישט מסביר זיין מיט די גאנצע זאך פארענט פון מיר.. די יסורי הנפש וואס איך בין אריבער די וואך, וועל איך נישט אוועקגעבן פאר קיין געלט! אבער איך וואונטש עס נישט פאר קיינעם.. און נאכמאל צום מיין ווינדער ווי אזוי אנדערע אידן וואס ארבעטן דאהי זאגן גארנישט (איך בין שטארק חושד, און עס מיז לכאו' זיין אז קיינער דארט האט נישט דיע פראבלעם וואס איך האב, אשרי להם)
ב"ה נאר מיט די הילף פון ה' און אויך מיינע באליבטע חברים, האט מען דערווייל דורכגעשוויצט די וואך!
א פאל איז געווען איין נאכט די וואך היות מיין חברותה האט געהאט א שמחה נאנט צו די אפיס, האבן מיר מחליט געווען צו לערנען אין אפיס, מיר האבן זיך געזעצט לערנען און אין מיר האט געברענט!!! שוין געווארט צו ענדיגן דאס לערנען און מען וועט פארבלייבן אין אפיס.. און מען וועט פארברענגען.. אוי איז דאס געווען א שווערע נסיון, מען איז דאך דארט, א אפענע קאמפיוטער, ס'איז ביינאכט.. היות מיר האבן געלערנט מס' תענית דף ז' ע"א האב איך באגעגנט א רש"י וואס ווארפט אריין א מין קללה אויף רשעים, ער האט געברענגט די פסוק פון ישעיה (סו) רשעי עובדי כוכבים אינן חיין כי תולעתם לא תמות ואשם לא תכבה,
די פסוק האט מיר אריינגעשיינט אין די אויגן ווי צו זאגן ר' איד די לעבן פון רשעים זענען 'נישט קיין לעבן'
'זייער ווארים [נו וואס קען שוין מיינען דעם ווארים??] שטארבט נישט' אז דו וועסט דאס נישט אויסראסן פון זיך וועסטו עס האבן לאורך ימים טובות..
ואשם לא תכבה - דו מיינסט אז דו וועסט'זיך נאכגעבן וועסטו זייט ווערן? ניין, די פייער לעשט זיך נישט אויס. אויב ווילסטו נאך א לעבן דעמאלסט דארפסטו עס אפשטעלן אויפן פלאץ.
ב"ה אז איך האב דערהערט דעם מעסידש און ס'האט געהאלפן פאר דעמאלס. די עיקור נייעס איז אז ב"ה היינט האב איך מיר געבראכן די בושה און מען האט אראפגערופן דעם טעקנישן און מען האט מסבור געווען די בעסטע וואס איז שייך אז פשוט פאר מיר, איז סכנה אויב בלייבט עס אפען, און ווי עס זעהט אויס האט ער עס פארבעסערט.
איך וויל דיר א תפלה טוהן טאקע צו דיר גרויסן בורא עולם דעם ליבע טאטן אין הימל: לייז אונז שוין אויס פון דעם שווערע נסיונות, מיר דראפען'זיך כפשוטו אויף גראדע ווענט, איך ווייס דו האסט אסאך נחת ציצוזעהן ווי די קינדערליך דראפען זיך,
אבער איך פיל טאטי ווי עס איז ממש באו מים עד נפש!
נישט יעדע מלחמה ענדיגט זיך מיט א קלינגעדיגן נצחון,
אבער יעדער אנטשלאסענער קעמפער איז א העלד.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ז אב התשפ"א 16:22 #274834

  • chezky
  • איצטיגע שטרעקע: 72 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 104
  • האט שוין געלייקט: 78 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל
  • קאָרמא: 5
wow אזוי שטארק צו זיין, די האסט מיר ממש איבערגענומען.

דאס איז א גרויסע גבורה וואס די האסט געטון, זאל זיך יעדער אפלערנען.

האלט אן דיין שטארקייט, די גיבסט אונז אסאך חיזוק.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ז אב התשפ"א 16:58 #274839

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2160 מאל
  • קאָרמא: 40

הייליגע חנוכה!

ווער קען דען משיג וואס ליגט אין דיינע ווערטער! וויפל מסירות נפש פאר קדושה און פאר השי"ת.  אזא הייליגע ברענעדיגע הארץ!
אזא שטארקייט וואס די אייבישטער האט אריין געשיינט אין דיר! ער האט געוויסט פונקטליך וועלעכע נאכט מסבב זיין דו זאלסט לערנען יענע גמרא אין תענית... הפלא ופלא!

חוץ פון די פעולה פון בעטן שטערקער מאכן די פילטער, ווייסט די אייבישטער פונקט וויפל בושה האסט געהאט מיט דאס פאדערן, ווי שווער ס'איז דיר געווען, די עגמת נפש און די אנגעצויגנקייט וכו'. אלעס ווערט אוועק געלייגט אויבן אויף נאך דיין 120 בעז"ה...

חזק ואמץ, שטארק דיך! די אייביטשער האט דיר ליב.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ז אב התשפ"א 17:13 #274844

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 645
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

חנוכה! פשיהא! דיין סטראגל איז נישט פשוט!
דער אייבערשטער גייט דיר זיכער העלפן. איך ווייס נישט וואס דעם אייבערשטערס חשבונות זענען אבער עס איז זיכער אז דיין ברעכן דיין יצר איז א גרויסע נחת רוח פאר אים.

היינט איז דאך דיין בר מצווה איז מזל טוב!
אגב איך האב זייער הנאה פון דיין שרייבן, עס מאכט מיר פריש יעדע מאל וואס איך ליין פון דיינע ביישרייבונגען!

געדענק ~ BeVeryStrong

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ז אב התשפ"א 17:28 #274847

  • יוסי
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 97
  • האט שוין געלייקט: 69 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל
  • קאָרמא: 9
WOW WOW WOW
דו ביסט באמת זייער שטארק, פארן זיך לאזן פילן די בושה, און צו פילן אומבעקוועם און vulnerable..... כדי צו טון די דיכטיגע זאך.
ביסט א העלד!
זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ז אב התשפ"א 17:36 #274849

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 645
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8
נישט שפעט געשריבן on כ"ז אב התשפ"א 16:58:

הייליגע חנוכה!


חוץ פון די פעולה פון בעטן שטערקער מאכן די פילטער, ווייסט די אייבישטער פונקט וויפל בושה האסט געהאט מיט דאס פאדערן, ווי שווער ס'איז דיר געווען, די עגמת נפש און די אנגעצויגנקייט וכו'. אלעס ווערט אוועק געלייגט אויבן אויף נאך דיין 120 בעז"ה...


שטארק! לאמיר זיך עס גוט חזרן

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ד' אלול התשפ"א 16:41 #275119

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 88 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • הדר פשטה נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא
  • מעלדונגען: 222
  • האט שוין געלייקט: 146 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל
  • קאָרמא: 15

טייערע ברודער: את אחי אנוכי מבקש!
ווער עס קען מיר טוהן א טובה, איך בין זיכער אז עס וועט זיין א זכות פאר ענק אליין, ביטע זאגן יעצט א קאפיטל תהלים פאר מיר, איך זאל זיך שטארקן און נישט לאזן פון דעם יעניגער..

איין קאפיטל תהלים: חנוכה זאל זיך האלטן ריין, בקדושה!

נישט יעדע מלחמה ענדיגט זיך מיט א קלינגעדיגן נצחון,
אבער יעדער אנטשלאסענער קעמפער איז א העלד.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ד' אלול התשפ"א 16:46 #275121

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 645
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

שוין געזאגט. און צוגעלייגט אפאר הארציגע ווערטער פאר דיינעט וועגן

געדענק! והעיקר!  ~ BeVeryStrong 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! י"ב אלול התשפ"א 10:34 #275303

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 88 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • הדר פשטה נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא
  • מעלדונגען: 222
  • האט שוין געלייקט: 146 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל
  • קאָרמא: 15

איך וויל מיר באדאנקען פאר אלע ליבע חברים וואס האבן מיר אינזינען, איך האב ענק אויך!
די לעצטע וואך איז געווען ביי מיר א שטארקע שעת מלחמה, מען האט געהאט עטליכע קליינע גליטשן, אבער יעדע גליטש איז באגלייט געווארן פון פארנט און פון אינטער מיט א שטארקע מלחמות און פעסטע זיגן, ב"ה!
איך זעה, איך פארשטיי, אז איך קען נישט אליין, איך קוק ארויף צום טאטן אין הימל זאל מיר ווייטער פירן אויף די ריכטיגע וועג.
חנוכה וואונטש פאר אלע לעכטיגע חברים דאהי, א גוט שבת, דער שבת זאל אריינשיינען אין אינז א שמחה של מצוה, מיר זאלן ווייטער קענען אנגיין צו ממלא זיין רצון ה' בטוב לב!

נישט יעדע מלחמה ענדיגט זיך מיט א קלינגעדיגן נצחון,
אבער יעדער אנטשלאסענער קעמפער איז א העלד.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! י"ב אלול התשפ"א 11:11 #275304

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2160 מאל
  • קאָרמא: 40

א גוטן ערב שבת טייערע ברודער חנוכה
ב"ה די אייביטשער האט דיר געגעבן כ"ח, ער וועט דיר אי"ה געבן נאך.
זיי דיך מחזק.
די שבת ביים ליינען אויף די יפת תואר קען מען זיך זיכער אויסבעטן ביים אייבישטער זוכה זיין ניצל ווערן פון די אלע ענינים והמסתעף.

זאל קומען א זיסע שבת, כל דברכאן דלעילא ותתא - צו מז'אל זיין אויבן אדער אונטן - ביומא שביעאה תליין

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! י"ב אלול התשפ"א 15:09 #275307

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 88 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • הדר פשטה נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא
  • מעלדונגען: 222
  • האט שוין געלייקט: 146 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל
  • קאָרמא: 15
נישט שפעט געשריבן on י"ב אלול התשפ"א 11:11:

א גוטן ערב שבת טייערע ברודער חנוכה
ב"ה די אייביטשער האט דיר געגעבן כ"ח, ער וועט דיר אי"ה געבן נאך.
זיי דיך מחזק.
די שבת ביים ליינען אויף די יפת תואר קען מען זיך זיכער אויסבעטן ביים אייבישטער זוכה זיין ניצל ווערן פון די אלע ענינים והמסתעף.

זאל קומען א זיסע שבת, כל דברכאן דלעילא ותתא - צו מז'אל זיין אויבן אדער אונטן - ביומא שביעאה תליין


שטארקע ווערטער חבר טייערע!
אמן ואמן ה' זאל טאקע העלפן.

נישט יעדע מלחמה ענדיגט זיך מיט א קלינגעדיגן נצחון,
אבער יעדער אנטשלאסענער קעמפער איז א העלד.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! י"ג אלול התשפ"א 23:58 #275310

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 645
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

טייערער חנוכה! ביזט דאך אזוי הארציג, אזוי פיין!
יא, די מלחמה קען אמאל זיין גאר שווער אבער דער באשעפער האט דיר אויסגעקליבן פאר זיינס א סאלדאט. דו טוסט א גוטן דזשאב! יעדע קליינע התגברות, יעדע דבר טוב אלעס, אלעס ווערט געלייגט אין דיין קאנטע גארנישט גייט נישט לאיבוד.
ס’קומט א פרישער וואך, לאמיר זיך מחזק זיין און זיך האלטן פעסט, ח”ו זיך נישט נאכלאזן, נישט קיין חילוק ווי שווער ס’זאל נאר אנקומען. לאמיר אויסרופן! מי לד’ אלי! 

געדענק ~ BeVeryStrong 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ט"ז אלול התשפ"א 15:50 #275405

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1146
  • האט שוין געלייקט: 5938 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1024 מאל
  • קאָרמא: 21

חנוכה ראקט ב"ה
חזק ואמץ

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ' אלול התשפ"א 23:56 #275557

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 645
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

איינער האט אפשר געזען חנוכה....?

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ה אלול התשפ"א 15:17 #275749

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 645
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

חנוכה ווערט היינט א זייד”י

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ה אלול התשפ"א 15:36 #275751

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 100 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
  • קאָרמא: 3
BeVeryStrong געשריבן on כ"ה אלול התשפ"א 15:17:

חנוכה ווערט היינט א זייד”י


גוט גוט !
אייגנס?

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ח אלול התשפ"א 13:21 #275785

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 88 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • הדר פשטה נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא
  • מעלדונגען: 222
  • האט שוין געלייקט: 146 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל
  • קאָרמא: 15

טייערע זיסע חברים שיחי' איך ווער יעדעס מאל פון פריש מרוגש פון ווי אזוי ענק זענען מיר מחזק, ענק אלע איך וויל נישט אויסרעכענען נעמען ווייל איך וויל נישט אויסלאזן איינס. ממש מי כעמך ישראל!
יא חברים איך האב נישט געהאט קיין גרינגע טעג די לעצטע וואכן (איינגעשלינגען דא אסאך..), איצטער דאנק איך ה' דערפאר אז בזכות זה האב איך עפעס א מצוה פאר דעם נייע יאר!

איך וויל ענק וואונטשן מיינע ליבע ידידים, לעכטיגע חברים, ענק זאלן האבן א כתיבה וחתומה טובה, מען זאל זיך אויסבעטן אלעס גוט'ס, מען וועט דאך ממליך זיין דעם אויבעשטן, ס'קומט 2 לעכטיגע טעג, לאמיר זיך שטארקן, פעילט דען עפעס אין די הויז פון דער קעניג? די אוצרות זענען אפען! און לאמיר זיך אינזין האבן איינע דער אנדערע.

נישט יעדע מלחמה ענדיגט זיך מיט א קלינגעדיגן נצחון,
אבער יעדער אנטשלאסענער קעמפער איז א העלד.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ח אלול התשפ"א 13:45 #275787

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 645
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8
(איינגעשלינגען דא אסאך..) ווער נאך ווי אונז קען פארשטיין וואס ליגט אונטער די ווערטער. 
באשעפער, יא! דו האסט דעם ראש השנה מיט וואס צו גיין צום טיש! 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ט אלול התשפ"א 12:17 #275799

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 88 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • הדר פשטה נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא
  • מעלדונגען: 222
  • האט שוין געלייקט: 146 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל
  • קאָרמא: 15
BeVeryStrong געשריבן on כ"ח אלול התשפ"א 13:45:
(איינגעשלינגען דא אסאך..) ווער נאך ווי אונז קען פארשטיין וואס ליגט אונטער די ווערטער. 
באשעפער, יא! דו האסט דעם ראש השנה מיט וואס צו גיין צום טיש! 

 טענקס פארן מיטפילן און פארשטיין, זאלסט האבן א זיסע יאר BVS!
נישט יעדע מלחמה ענדיגט זיך מיט א קלינגעדיגן נצחון,
אבער יעדער אנטשלאסענער קעמפער איז א העלד.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ח' תשרי התשפ"ב 16:17 #275979

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2160 מאל
  • קאָרמא: 40

מזל טוב טייערע חבר, ג"ן הדסים, איש "החיל", פאר דיינע הייליגע 53 טעג וואס דו זעסט די יד "הגדולה" באגלייט דיר.
חזק ואמץ מיט די גאנצע פרישקייט און זיסקייט.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"א תשרי התשפ"ב 12:27 #276140

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 88 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • הדר פשטה נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא
  • מעלדונגען: 222
  • האט שוין געלייקט: 146 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל
  • קאָרמא: 15

הושע נא למען קהלות הד"א הושע נא
הושע נא, סלח נא, והצליחה נא, והושיענו אל מעזנו.

נישט יעדע מלחמה ענדיגט זיך מיט א קלינגעדיגן נצחון,
אבער יעדער אנטשלאסענער קעמפער איז א העלד.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ד תשרי התשפ"ב 23:15 #276176

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 88 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • הדר פשטה נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא
  • מעלדונגען: 222
  • האט שוין געלייקט: 146 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל
  • קאָרמא: 15
הימל און ערד ווארפען קאלירן, נאס און אדורכגעווייקט, דערשראקן און קאלט,
אבער דעם איד וועסטו נאכאלס נישט בייקומען!

דראמאטישע אנטוויקלען גייען פאָר פאַר מיינע אויגן, צו וועל איך מצליח זיין, צו וועל איך נאכאמאל פאלן, טראסקענען, איך זעה מיר ווידעראמאל מיט'ן מתנה וואס ה' האט מיר פארשריבן צו נייעם לעכטיגן שנת תשפ"ב, א שווערע מלחמה מיט דעם אלטען יצר הרע, מיט זיינע כלי משחותים וואס מען האט אים ניטאמאל געגעבן רשות צו ניצן אין די פריעדיגע דורות מאדם הראשון עד זמן הזה, נאר אין די עטליכע לעצטערע יארן האט מען אים געגעבן די פילע רשות צו טוהן וואס ער וויל..
אוי עס וויינען מיינע אויגן, אויש קלעמט מיין הארץ, איך האב דאך אזוי שטארק מתפלל געווען דעם ימי הרחמים והרצון אז די נסיון זאל שוין אוועק גיין פון מיר, וואדען האב איך אינזין געהאט טאטע ביי שאקלען דעם לולב.. וואס דען האב איך טאטע אינזין געהאט ביין טאנצן שמחת תורה.. טאטי.
עס קען זיך דאכטן אז קיינער פארשטייט מיר נישט, ווייסטו דען וואסארא שמאלציגן נסיון איך האב?! וואסארא פעטע ביינדל איך האב געזעהן?! אבער היינט ווייס איך ווען איך זעה וואס אנדערע שרייבן וואס זיי גייען אדורך, זעה איך איך בין נישט אליין, טייערע חנוכה ביסט נישט אליין, מיר אלע פארשטיין וואס דו מאכסט מיט, אוי ווי מיר פארשטייען! און בזכות דעם וועסטו זיך אוודאי שטארקן און ממליך זיין ה', און אלע דיינע אברים! ווען נאך קענסטו ממליך זיין דעם באשעפער אין אלע אברים:
אויב נישט יעצט ווען אלע דיינע אברים ווארפן זיך..
נישט יעדע מלחמה ענדיגט זיך מיט א קלינגעדיגן נצחון,
אבער יעדער אנטשלאסענער קעמפער איז א העלד.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ה תשרי התשפ"ב 00:40 #276179

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 57 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 81
  • האט שוין געלייקט: 160 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל
  • קאָרמא: 8

יפה כתבת 'טייערע חנוכה ביסט נישט אליין, מיר אלע פארשטייען וואס דו מאכסט מיט, אוי ווי מיר פארשטייען' ע''כ לשונך הטהור

אין מה להוסיף

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ה תשרי התשפ"ב 00:41 #276180

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 645
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

חנוכה ביסט א העלד! ביסט א שטארקער העלד. לאו דווקא ווייל דו געווינסט נאר ווייל דו גיבסט דיך בשום אופן נישט אונטער!

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ה תשרי התשפ"ב 08:05 #276205

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2160 מאל
  • קאָרמא: 40

דער טייערע חנוכה מיט זיינע ליכטיגע הייליגע דיבורים, מיט זיין זאפטיגע שפראך, מיט זיין ברענעדיגע הארץ פאר השי"ת!!
אהה עס גיסט פון דיר חיזוק, חיזוק פאר דיר אליין און פאר אונז אלע און פאר מיר פריוואט.
מוראדיג גוט אראפ געלייגט די גאנצע ענין!
און יא, ביסט טאקע נישט אליין. מיר אלע פארשטייען דיינע שווערעקייטן און דיינע הארציגע תפילות. כולנו עם לב אחד וכוונה אחת לאבינו שבשמים.

רחמנא לבא בעי, ער זעט דיין הייליגע הארץ, ער זעט אלעס און פארשטייט אלעס, נאך אסאך מער פון אונז קענען זיך פארשטעלן.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ה תשרי התשפ"ב 08:13 #276208

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2160 מאל
  • קאָרמא: 40

און מזל טוב פאר דיינע הייליגע 70 טעג!
היט ווייטער דיין עי"ן כשאיפת לבבך הטוב.
און גיס דיר אן גלעזעלע יי"ן טרינקען לחיים.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ה תשרי התשפ"ב 11:04 #276219

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 88 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • הדר פשטה נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא
  • מעלדונגען: 222
  • האט שוין געלייקט: 146 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל
  • קאָרמא: 15

ייש"כ חברים פאר ענקערע חיזוק, זיכער גייט מען ווייטער. אפילו ס'איז זייער זייער שווער!

נישט יעדע מלחמה ענדיגט זיך מיט א קלינגעדיגן נצחון,
אבער יעדער אנטשלאסענער קעמפער איז א העלד.
לעצט פארראכטן: כ"ה תשרי התשפ"ב 11:04 דורך חנוכה.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! כ"ה תשרי התשפ"ב 13:55 #276221

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 370 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 677
  • האט שוין געלייקט: 805 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 757 מאל
  • קאָרמא: 23

מזל טוב פאר דיינע 70 טעג זאל דיר השי"ת געבן ריינקייט ביז די הונדערט און צוואנציג אין טאג אויפאמאל

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! ב' חשון התשפ"ב 01:55 #276648

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2160 מאל
  • קאָרמא: 40

מזל טוב צו דיין ווערן אן עז כנמר
דורך זיין קל כנשר - וואס ווייזט אויף שמירת עינים

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! נעכטן 17:39 #277238

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 118 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 388
  • האט שוין געלייקט: 682 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 795 מאל
  • קאָרמא: 20

נאך איינער האט באמערקט אז חנוכה האלט שוין ביי 88 טעג?

מן הסתם איז דאס די שטילקייט פארן שטורעם...

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: טוה וואס דו ווילסט! היינט 20:06 #277242

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 645
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

מיין נישט אז דעס קומט אזוי צופיס. חנוכה איז זיך מוסר נפש פארן בורא עולם

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 1.50 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא