ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: עק וועלט... 777 באזוכער

עק וועלט... ט"ז אלול התשפ"א 18:42 #275413

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 57 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 81
  • האט שוין געלייקט: 160 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל
  • קאָרמא: 8

איך קען נישט קיינעם דא... איך שעם זיך נאך, אבער...
ס'איז שוין באמת עק וועלט, ס'האט נישט קיין שום פשט זיך צו נעמען נאכאמאל אן טון עפעס מער
מיין מעשה איז זייער טיפיקעל, ס'האט זיך אנגעהויבן ווען איך בין געווען 16 יאר אלט און ס'צוט זיך ביז היינט שוין אפאר יאר נאך מיין חתונה.
אין מיין סביבה בין איך פון די גאר געלונגענע יונגעלייט אבער מיין הארץ איז צוריסן נאר פון ליינען מיין שורה פריער אז שוין אזויפיל יאר וואס איך דריי מיך אזוי ארום... אזעלכע הארץ עסעניש, עליות און ירידות, אזויפיל מאל זיך פארגענומען אז איך גיי נישט צורירן קיין כלים און איך האב יא, איך גיי נישט אויפהייבן די טעלעפאן ווען יענע חבר רופט מיך, האב איך פלוצלינג באקומען נייע חברים, בקיצור יענס געשעפט.
ווען איך האב געטראפן דעי סייט האב איך ממש ווי אנגעהויבן צו וויינען אז ענדליך זענען דא אידן, הייליגע אידן, הארציגע אידן, וואס פארשטייען מיין געפיל.
אבער די שטן האט נישט גערוט און אריינגעלייגט אזא שטארקע בושה זיך צו קומען עפענען. האט זיך עס געצויגען פאר נאך אפאר חדשים און אינצווישן מיך נאך אסאך מער צובראכן.
איך האב יא אסאך שוין דא געליינט און גענומען הויפנס חיזוק, אבער נאך אלץ נישט געהאט די שטופ צו עפענען מיין טשארט פאר 90 טעג, ווייל איך האב געוויסט ווי עס גייט זיך ענדיגן, מיט בערך 2 אדער 3 טעג. אבער נעכטן האב איך בעזהשי''ת זוכה געווען צו האבן די ריכטיגע שטופ ארויפצוגיין אויפ'ן געיעג פאר 90 טעג.
איך בין נאכאלץ זייער דערשראקן ווען איך טראכט אז איך וועל האלטן אין איין דורכפאלן, נאך א מזל מ'שרייבט נישט דא די עכטע נעמען.....
איך האף און איך קוק צום באשעפער זאל מיך האלטן ריין, און איך קוק ארויס פאר חיזוק און הילף פון אזעלכע וואס האלטן שוין ווייטער פון מיר.
א איד וואס פראבירט צו זיין בשמחה מיט דעיס וואס ער טוט יא......   

ענטפער: עק וועלט... ט"ז אלול התשפ"א 19:01 #275414

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 208 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 507
  • האט שוין געלייקט: 783 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 591 מאל
  • קאָרמא: 9

ברוך הבא הייליגער טייערער חבר הרב "נאר בשמחה" שליט"א.
אמאליגע צייטן האט מען געמיינט אז ווען מ'שטייט ביים עק וועלט, פאלט מען אראפ און מ'ווערט פארשווינדן ערגץ וואו צווישן דריי טוירטלס און א ריזיגע עלעפאנט.
היינט אבער ווייסט מען שוין דעם אמת, אז ווען מ'האלט שוין ביים עק וועלט, גייט מען ווייטער און ווייטער און מ'קען זיך נאר דרייען ארויף ארויף למעלה למעלה.
טייערער חבר מיר אלע קומען פון יענעם עק וועלט פון וואס דו רעדטסט, אונז אלע האמיר זיך ביטער געשעמט און געציטערט פון אונזער אייגענעם שאטן.
אבער אהובי ידידי דו ביסט דא צווישן אחים לצרה, יעדער דא דראפעט זיך און קריכט צוביסלעך העכער און העכער, אמאל פאלט מען, אבער מ'הייבט זיך גלייך אויף מיט די הילף פונעם חבריא קדושה,
האב נישט מורא, קיינער איז נישט דא דיך אונטער צוברענגן. פארקערט אונז פארשטיי מיר דיין מצב אזוי גוט נאך מער ווי דו מיינסט, אונז זעמער אלע אין איין שיף, און מ'ארבעט מיר אינאיינעם.
שרעק זיך נישט ס'איז נאר מעשה יצר. צייל טעג אין גרויסן, וועסטו זען אז דו וועסט מצליח זיין , און געדענק מצליח זיין מיינט נישט קיינמאל נישט פאלן, מצליח זיין מיינט האלטן דעם געווער קעגן שונא מיט אלע כוחות, נישט קיין חילוק צו מ'שטייט פעסט אדער מ'ליגט אויף דער ערד.
חזק ואמץ כי ה' אלקים הוא ההולך לפניך, להצילך ולתת אויביך בידיך
ידידך ואטהר ואתקדש

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: עק וועלט... ט"ז אלול התשפ"א 19:07 #275415

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 208 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 507
  • האט שוין געלייקט: 783 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 591 מאל
  • קאָרמא: 9
נאר בשמחה געשריבן on ט"ז אלול התשפ"א 18:42:


איך בין נאכאלץ זייער דערשראקן ווען איך טראכט אז איך וועל האלטן אין איין דורכפאלן, נאך א מזל מ'שרייבט נישט דא די עכטע נעמען.....


ווער האט דיך געהייסן טראכטן פון מארגן,
דא טראכט מען נאר פון איין טאג אויף א מאל.
ביסט היינט געווען ריין, WOW א געוואלדיגע אוצר. נישט קיין חילוק וואס ס'וועט זיין מארגן.
ביסט מארגן נאכאמאל ריין אה א דאפעלטע אוצר. אויב חלילה נישט הייבט מען זיך שנעל אויף, און מ'געדענקט אז די נעכטיגע אוצר איז נישט פארלוירן געווארן, דאס בלייבט קאי וקיים לעלמי עד.
והעיקר טראכט נישט פונעם עתיד נאר פונעם הווה. וואס ס'וועט זיין איז אינעם באשעפער'ס הענט, אבער ער פארלאנגט פון דיר נאר דעם הווה. חזק חזק ונתחזק

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: עק וועלט... ט"ז אלול התשפ"א 21:48 #275416

  • WillKeepHoping
  • איצטיגע שטרעקע: 165 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 149
  • האט שוין געלייקט: 188 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 263 מאל
  • קאָרמא: 6

שלום עליכם הרב נאר בשמחה, האסט א גרויסע זכיה ביסט ארויפגעקומען און אויפגעעפנט א טרעד, דאס איז א גרויסע טובה פאר דיר, און מיטן אייבישטענס הילף וועסטו מצליח זיין. 

די ערשטע זאך איז וויכטיג צו דורכלערנען דעם האנד בוך, דארט איז דא זייער וויכטיגע אינפארמאציע, ס'איז זייער וויכטיג צו וויסן וואו מ'שטייט אויף דער וועלט, צו האט מען פשוט'ע נסיונות אין קדושה אזוי ווי יעדער בשר ודם, אדער איז דא עפעס מער פון דעם (ליין די פערטע כלי מיט יישוב הדעת). 

אזוי צו אזוי, זאלסטו וויסן אז דא דרייען זיך טייערע אידן מיט גוטע הערצער, אייביג וועסטו טרעפן א אוזן קשבת מיט א אפענע הארץ,  א טייל פון זיי זענען שוין געשטאנען ביי די ערגסטע מצבים, און זיי זענען געהאלפן געווארן, פאר יעדעם איז דא הילף! פאר קיינעם איז די טויער פון האפענונג נישט פארשפארט!

דער אייבערשטער זאל דיר געבן אסאך הצלחה און סיעתא דשמיא.

לעצט פארראכטן: ט"ז אלול התשפ"א 22:23 דורך WillKeepHoping.

ענטפער: עק וועלט... ט"ז אלול התשפ"א 22:04 #275418

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 644
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

עס איז מיר א שמחה אז אזא חשובער יונגערמאן ווי הרב ר’ ’נאר בשמחה’ האט מחליט געווען זיך צו נעמען אין די הענט אריין, גענוג געווען מיט די אלטע, שווערע און צרות’דיגע צייטן, ס’איז נייע צייטן, צייטן פון ישועה, צייטן פון התעלות און שפע משמי מעל.
מיין טייערע חבר, יעצט ביסטו טאקע נאך פרעמד דא אבער אין געציילטע טעג וועסטו דיך באקענען מיטן עולם דא אין שטעטל, דער עולם דא איז אזוי ווארעם. קענסט ערווארטן הויפענעס חיזוק, אין דעם שטעטל האסטו דיך נישט וואס צו שעמען, יעדער איינער דא פארשטייט פונקטליך וואס דו גייסט אדורך, אונז אלע גיימיר אדורך די זעלבע שטרויכלונגען. די וועג קען זיין גאר לאנג אבער מיט אזעלעכע חברים אינעם זעלבן וואגן איז עס גאר געשמאק, דערהויבן און בע’טעם’ט.
אלזא! גארטל דיך אן אונז פאר מיר ארויס אויפן וועג צום ליכטיגקייט אויף יענעם עק וועלט!

אבער געדענק! והעיקר! ~ BeVeryStrong

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: עק וועלט... ט"ז אלול התשפ"א 23:30 #275419

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 249
  • האט שוין געלייקט: 697 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל
  • קאָרמא: 12
Hi נאר בשמחה, ס'זעהר שיין זיך צו טרעפן דא אין א געוואלדיגער חיזוק פאר אלע מעמבער'ס, הייב אן פארציילן דיין לאנגע מעשה ווייל ס'וועט אי"ה האבן א גיטע ענדע
אסאך הצלחה 

פאר צוואנציג יאר איז אמעריקע געווען אין קריג אין אפגאניסטאן טאקע אסאך שוועריקייטן אדורך אבער די מיסיע איז אנגעגאנגען אין אלע טעראריסטן זענען געווען אינטערדרוקט ווי די טשיקנס פאר יום כיפור
פארלוירן האט מען נאר ווען??? ווען מ'האט אויפגעגעבן!!

Think about it

ענטפער: עק וועלט... י"ז אלול התשפ"א 08:26 #275425

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2160 מאל
  • קאָרמא: 40

שלום עליכם טייערע הייליגע חבר "נאר בשמחה"

ברוכים הבאים צו דיין היים. צו דיין ריכטיגע פלאץ.

ווען איך האב געליינט דיין ערטשע פאוסט דא ביים טרעד, האב איך - און מן הסתם נאך אפאר חברים דא - געשפירט ווי זיי אליין שרייבן עס, זה בכה וזה בכה... רובא דרובא דא האבן אנגעהויבן בערך אויף אזא מין וועג. דאס מיינט אז ביסט א ריכטיגע אחד מבני החבורה היקרים...

דו האסט זיכער א וועג ארויס. וויאזוי ווייס איך? קודם כל, ווייל יעדער האט, די אייבישטער פארגעסט נישט פון קיינעם. און נאך, ווייל איינער וואס וועלט זיך אויס א נאמען "נאר בשמחה", דאס ווייזט אז ער האט א עתיד בעז"ה. ווען מ'איז ציקראכן און ציבראכן איז זייער שווער אנגיין, אבער ווען מ'איז זיך מתחזק מיט שמחה קען מען אסאך גרינגער דערהערן און מקבל זיין, און מ'האט אסאך מער די כח און די יכולת, די מוד און די גיסטע, טוהן וואס מ'דארף צוטוהן.

איך האב נישט אסאך וואס מוסיף זיין על דברי חבריי היקרים.

זיי דיר נאר מקבל מיט א פעסטע החלטה אז דו ווילסט זיך טוישן! אז די לעבן קען נישט ווייטער אזוי אנגיין! ווי ביטער ס'איז, דארף איך דיר נישט זאגן, ווייל דו אליין האסט עס זייער שטארק ארויס געשריבן. איי האסט שוין אזויפיל מאל מקבל געווען א "פעסטע החלטה" און ס'האט געהאלטן א שעה / א טאג / דריי טעג? אבער יעצט האסטו א חבורה וואס העלפט דיר, יעצטו האסטו געמאכט א כלי, א כלי קיבול, א כלי מחזיק ברכה. דו וועסט דא באקומען בעז"ה א ים הגדול פון חיזוק, הדרכה, עצות, געפיל און תפילות.

אזויווי מיין טייערע הייליגער חבר WillKeepHoping האט געשריבן, ס'איז זייער וויכטיג ביים אנהייב דורך ליינען די "האנד בוך", דארט שטייט זייער חשובע ערשטע כללים און יסודות וואס איז נייטיג צו וויסן גלייך אנהייב וועג.

לגבי די 90 טעג טשארט, איז אזוי. זאג מיר חבר, האסט שוין געזעהן אמאל איינעם וואס וויל ציילן פון 1 ביז 90 און ער זאגט אלע נומבער'ס מיט איין מאל, אין איין אטעם? ממש נישט, ער זאגט "איינס", נאך דעם "צוויי", נאך דעם "דריי", און אזוי ווייטער ביז ניינציג. אזוי אויך דא. אונז האבן א רצון אנקומען קודם צו 90 טעג [און ווייטער אי"ה], אבער דאס מיינט נישט אז גלייך ביים ערשטן טאג דארפסטו טראכטן אן אטעמען די 90'סטע טאג, ממש נישט! מ'ציילט איין טאג, מ'ציילט א צווייטע טאג, מ'ציילט א דריטע טאג, און אזוי ווייטער. אגב, די ענין פון איין טאג אויף אמאל איז איינע פון די חשובע יסודות וואס מ'ארף וויסן כדי מצליח זיין בעז"ה. דאס נעמט שטארק אראפ די פרעשור פון קאפ.

יעדע טאג איז א מתנה פאר זיך. יעדע טאג איז א אוצר.

מ'קען גליטשן און מ'הייבט זיך. מ'פרובירט נאך אמאל. און מיט די צייט טרעפט בעז"ה מהלכים און וועגן וואס וועלן דיר היפש גרינגער מאכן.

די עיקר רווח דא איז די עצם זאך אז דו הייבסט אן בכלל טוהן עפעס, הייבסט אן לעבן מיט א חשבון, נישט הפקר, נישט מ'טוהט וואס מ'וויל, ס'שוין מער אין קאנטראל... ס'איז אן אנדערע לעבן.

חזק ואמץ

מיר אלע זענען גרייט צו דיר העלפן מיט וואס ס'איז נאר שייך.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: עק וועלט... י"ז אלול התשפ"א 08:32 #275426

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2160 מאל
  • קאָרמא: 40

יעצט זעה איך דא אז ביסט א פיינע חיזוק שרייבער ב"ה.
א שיינע געדאנק און א זיסע שפראך.
זייער פיין און שטארק, ברענג נאך. ס'איז א חיזוק פאר יעדעם דא.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: עק וועלט... י"ז אלול התשפ"א 09:18 #275429

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 209 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1381
  • האט שוין געלייקט: 1176 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2471 מאל
  • קאָרמא: 57

שלום עליכם און מזל טוב צו דיין ערשטע ריינע טאג!

שרעק פון דורכפאלן האט פאר מיר נישט געארבעט, מען דארף גלייבן אז דער אויבערשטער קען און וועט דיר אי"ה העלפן ריין.

אויב האלט מען שוין אין א מצב פון אדיקשאן, דאן איז דא די 12 סטעפס וואס ארבעט ארויף די מענטשעס לעבן אויף גאר א הויכע דרגה אז די אדיקשאן פאלט אוועק ווי פון זיך אליינס.

פאר סיי וואספארע הילף קענסטו מיר קאנטאקטן פריוואט.

ענטפער: עק וועלט... י"ז אלול התשפ"א 09:25 #275430

  • i want
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 260
  • האט שוין געלייקט: 304 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל
  • קאָרמא: 3
ואטהר ואתקדש געשריבן on ט"ז אלול התשפ"א 19:01:

אמאליגע צייטן האט מען געמיינט אז ווען מ'שטייט ביים עק וועלט, פאלט מען אראפ און מ'ווערט פארשווינדן ערגץ וואו צווישן דריי טוירטלס און א ריזיגע עלעפאנט.
היינט אבער ווייסט מען שוין דעם אמת, אז ווען מ'האלט שוין ביים עק וועלט, גייט מען ווייטער און ווייטער און מ'קען זיך נאר דרייען ארויף ארויף למעלה למעלה.


נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!

ענטפער: עק וועלט... י"ז אלול התשפ"א 11:32 #275437

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1206 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1653
  • האט שוין געלייקט: 2981 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2522 מאל
  • קאָרמא: 23
נאר בשמחה געשריבן on ט"ז אלול התשפ"א 18:42:

איך קען נישט קיינעם דא... איך שעם זיך נאך, אבער...
ס'איז שוין באמת עק וועלט, ס'האט נישט קיין שום פשט זיך צו נעמען נאכאמאל אן טון עפעס מער
מיין מעשה איז זייער טיפיקעל, ס'האט זיך אנגעהויבן ווען איך בין געווען 16 יאר אלט און ס'צוט זיך ביז היינט שוין אפאר יאר נאך מיין חתונה.
אין מיין סביבה בין איך פון די גאר געלונגענע יונגעלייט אבער מיין הארץ איז צוריסן נאר פון ליינען מיין שורה פריער אז שוין אזויפיל יאר וואס איך דריי מיך אזוי ארום... אזעלכע הארץ עסעניש, עליות און ירידות, אזויפיל מאל זיך פארגענומען אז איך גיי נישט צורירן קיין כלים און איך האב יא, איך גיי נישט אויפהייבן די טעלעפאן ווען יענע חבר רופט מיך, האב איך פלוצלינג באקומען נייע חברים, בקיצור יענס געשעפט.
ווען איך האב געטראפן דעי סייט האב איך ממש ווי אנגעהויבן צו וויינען אז ענדליך זענען דא אידן, הייליגע אידן, הארציגע אידן, וואס פארשטייען מיין געפיל.
אבער די שטן האט נישט גערוט און אריינגעלייגט אזא שטארקע בושה זיך צו קומען עפענען. האט זיך עס געצויגען פאר נאך אפאר חדשים און אינצווישן מיך נאך אסאך מער צובראכן.
איך האב יא אסאך שוין דא געליינט און גענומען הויפנס חיזוק, אבער נאך אלץ נישט געהאט די שטופ צו עפענען מיין טשארט פאר 90 טעג, ווייל איך האב געוויסט ווי עס גייט זיך ענדיגן, מיט בערך 2 אדער 3 טעג. אבער נעכטן האב איך בעזהשי''ת זוכה געווען צו האבן די ריכטיגע שטופ ארויפצוגיין אויפ'ן געיעג פאר 90 טעג.
איך בין נאכאלץ זייער דערשראקן ווען איך טראכט אז איך וועל האלטן אין איין דורכפאלן, נאך א מזל מ'שרייבט נישט דא די עכטע נעמען.....
איך האף און איך קוק צום באשעפער זאל מיך האלטן ריין, און איך קוק ארויס פאר חיזוק און הילף פון אזעלכע וואס האלטן שוין ווייטער פון מיר.
א איד וואס פראבירט צו זיין בשמחה מיט דעיס וואס ער טוט יא......  


עק וועלט!!!! אבער ביים צווייטען עק ווארט מיר אפ אסאך א בעסערע לעבן!!!

איך האב עס געטרייט און אזוי איז עס! סאיז דא האופ!! אז איך קען זיין סאבער קענסטו אויך!

איי לאוו יו און איך קוק ארויס פאר דיין הצלחה!
שעם דיך נישט מיך צו קאנטאקטן זע אין מיין סיגניטשור

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: עק וועלט... י"ז אלול התשפ"א 16:37 #275450

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2160 מאל
  • קאָרמא: 40

מזל טוב פאר דיינע צוויי הייליגע ריינע טעג!
ס'איז א חידוש אנהייבן מיט אזא פעסטקייט.

"צוויי טעג" בגימטריא "צדיק"...

שטארק דיר ברודער... ביסט פיין און וואויל...

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: עק וועלט... י"ח אלול התשפ"א 15:20 #275495

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2160 מאל
  • קאָרמא: 40

מזל טוב פאר דיינע דריי טעג
ס'איז מיר א זכייה גיין מיט דיר אין איינעם

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: עק וועלט... י"ח אלול התשפ"א 23:36 #275512

  • חיים שיש בהם
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 60
  • האט שוין געלייקט: 461 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל
  • קאָרמא: 3

כ'האב נישט מער וואס צוצולייגען צום אויפנאמע פאר אינזער 'פרישער' חבר נאר >

לעצט פארראכטן: י"ח אלול התשפ"א 23:37 דורך חיים שיש בהם.

ענטפער: עק וועלט... י"ט אלול התשפ"א 00:22 #275523

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 644
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8
נאר בשמחה! 
איך שטיי אין קןק ארויס אויף דיין הצלחה. 
פארוואס זאג איך עס ווייל איך האלט דו דארפסט עס באמת וויכטיג וויסן!

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: עק וועלט... י"ט אלול התשפ"א 16:13 #275550

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 57 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 81
  • האט שוין געלייקט: 160 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל
  • קאָרמא: 8

א גרויסן דאנק פאר אלע הארציגע חברים

ב''ה, געלויבט גאט קען איך צוגיין צו שבת מיט 4 טעג ריין!!

יעדע איינציגע ווארט חיזוק טוט אויף.

א לעכטיגע און פרייליכע שבת  פאר אלע דא!

ענטפער: עק וועלט... י"ט אלול התשפ"א 19:38 #275553

  • געטרייע יוד
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 166
  • האט שוין געלייקט: 50 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל
  • קאָרמא: 2

האב א זיסן לעכטיגן פריילכן געשמאקן ריינעם מחוזקדיגן שבת

ענטפער: עק וועלט... כ"א אלול התשפ"א 09:04 #275568

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 57 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 81
  • האט שוין געלייקט: 160 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל
  • קאָרמא: 8

ביים זאגן תהילים היינט צופרי נאך סליחות זאגנדיג די הייליגע ווערטער פון קאפיטל טז' 'ה' מנת חלקי וכוסי אתה תומיך גורלי' האב איך פשוט געוואלט אנהייבן וויינען... בין איך דאך געווען צווישן מענטשען, וועל איך דא זאגן מיינע מחשבות,

''ליבער טאטע, איך קען גארנישט, איך האב שוין אזוי פיל מאל פראבירט און זיך איבערצייגט אז מיין כח איז גארנישט, איך האב שוין נישט געוויסט וואס וועט זיין מיט מיך, וואס וועט זיין מיט מיין ווייב און קינדער, איך האב שוין געמיינט איך בין א פארלוירענער, אבער 'אתה תומיך גורלי' דו האסט נישט אויפגעגעבן אויף מיך, דו האסט מיך געמאכט וואס עס זאל זיין מיין גורל...''

איך ווייס איך האלט נאך נישט אין ערגעץ, בין קוים דא א וואך, אבער די עצם מציאות פון, אז מ'קען טון אויב נאר 'מ'וויל' האט מיך ממש ארויסגענומען פון מיין ענגשאפט..

די עצם זאך אז איך האב געהאט 2 נסיונות וואס אין אנדערע צייטן וואלט איך 1 פון דעי לכאו' נישט בייגעשטאנען נאכדערצו ווען ס'איז געווען באשערט פאר מיר נאך אביסל סטרעס אויך צו די זייט, איז דאך אזא זכי'! דעיס איז א פארמעגן וואס מ'פארלירט קיינמאל נישט.. אפי' אויב מ'פאלט ח''ו צוריק.

ממילא בעט איך פון דיר מיין טאטע וואס האט מיך ליב, העלף מיר איך זאל קענען זיין ריין היינט א' סליחות, וועט דעיס זיין א טאג וואס וועט קיינמאל נישט פארלוירן גיין, וועט דעיס זיין א טאג וואס וועט העלפן אונז זאל מיר זיך צוריק טרעפן מיט אונזער ליבן טאטן אין בית המקדש השלישי וואס ווערט אויפגעבויט מיט אונזערע טעג ''ובנה אותה בקרוב'' דורך ''בימינו''.

ענטפער: עק וועלט... כ"א אלול התשפ"א 11:28 #275570

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2160 מאל
  • קאָרמא: 40

א הארציגע תפילה! ווען מ'איז מכיר אין דעם און מ'ווייסט אז נאר איינער פירט אונז, איז אלעס אנדערש.

און די סיום פון "ובנה אותה בקרוב בימינו", איז גאר שטארק!! יא אונזערע אויסגעמוטשעטע טעג בויען דעם בית המקדש!


נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: עק וועלט... כ"ב אלול התשפ"א 20:46 #275617

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 644
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

אוקעי דער עולם איז זדשעלוס אין ס’איז מיין שולד....
סאו... דא איז עס...


שטארק דיך! איך וועל אויך מתפלל זיין פאר דיין הצלחה.
לאמיר טאקע שוין מקיים פסק זיין.

רבונו של עולם, דיין טייער און זיס קינד נאר בשמחה מוטשעט זיך געפערליך ער וויל באמת זיין גוט. טאטע איך בעט דיר, העלף מיין טייער חבר צו שטייגן און זיין ריין ברציפות למען כבוד שמיך.

האלט דיר שטארק ~ BeVeryStrong

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: עק וועלט... כ"ג אלול התשפ"א 14:36 #275637

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2160 מאל
  • קאָרמא: 40

רבינו נאר בשמחה, מ'האט שוין לאנג נישט געהערט עפעס פון דיינע פנינים יקרים

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: עק וועלט... כ"ג אלול התשפ"א 16:29 #275643

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 57 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 81
  • האט שוין געלייקט: 160 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל
  • קאָרמא: 8
א גוט יאר חברים!

אין ספרים וויסט מען אז ביז 7 איז דרך הטבע, 8 איז שוין למעלה מדרך הטבע. ב''ה אז כ'האב זוכה געווען צו ציילן 8 טעג ריין, קלאר אז ווען נישט די חיזוק וואס מ'באקומט דא וואלטן זאכן אנדערש אויסגעזען. איך ווייס עס פון עקספעריענס.... כ'דאנק
[כ'דארף...] די באשעפער יעדן טאג פאר דעי הייליגע סייט. כ'דאנק דיך אייבערשטער און שכ'ח פאר ענק חברים. די באשעפער זאל ווייטער האלטן זיין רעכטע האנט אויף זיין שמחה'לע.

כ'מוז מיטטיילן א ברעי''ן סטאר''ם פון א ווארט פון איינער פון די ברסלאווער צדיקים. יעדער ווייסט אז ס'דא א וויכוח צווישן אידן מיט הקב''ה, די אייבערשטער זאגט ''שובו אילי ואשובה אליכם'' ענק דארפן אנהייבן תשובה צו טון, און איך וועל ממשיך זיין, און די אידן זאגן ''השיבנו ה' אליך ונשובה'' ד''ה דו הייב אן, אונז קענען נישט. נו, וואס גייט פאר ווער דארף למעשה אנהייבן? און אויב אונז קענען נישט אליין אנהייבן וואס וויל די אייבערשטער פון אונז?

נאר די אייבערשטער וויל דעיס!! ער ווייסט אז אונז קענען אפי' נישט אנהייבן, ער ווייסט ווי גארנישט אונז זענען, ווען ער זאגט, איך וויל ענק זאלן אנהייבן, וויל ער נישט מער ווי דאס, אז אונז זאלן זיך בעטן ביי אים, אונז קענען נישט אליינס! דו מוזט אונז העלפן און אט דעיס מיינט אנגעהויבן. נישט אז אונז קענען עפעס למעשה, נאר טאקע דעיס זיך בעטן און וויינען ביים טאטע'ן אין הימל, ''דו'' העלף אונז!

פאר מיר איז עס ממש געווען ווי מים קרים על נפש עייפה

כ'געדענק אלע יארן ראש השנה ביז יעצט, איז געווען ביי מיר די עיקר אויפצוווייזן פאר די אייבערשטער, אז דאס יאר וועל איך עס מער נישט טון. נאכ'ן זיין דא פאר אפאר טעג האב איך מיך אויסגעלערנט, אז ''איך'' טו עס יא... די אייבערשטער מאכט איך זאל עס נישט טון, אז איך וועל אים נאר בעטן!    

ענטפער: עק וועלט... כ"ה אלול התשפ"א 14:26 #275745

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2160 מאל
  • קאָרמא: 40

זייער א שטארק ווארט
די אייביטשער וויל הערן פון אונז דאס אז אונז קענען נישט נאר ער זאל טוהן די פתיחה!

אויב מ'מעג צולייגן: אני לדודי - אונז זאגן פארן הייליגן באשעפער, אז ודודי לי - ער זאל אונז מקרב זיין, ווייל אונז אליין קענען נישט.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: עק וועלט... כ"ה אלול התשפ"א 15:31 #275750

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 100 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
  • קאָרמא: 3

והעשירי יהי' קודש !
מזל טוב !

זיין 'נאר בשמחה'

ענטפער: עק וועלט... כ"ח אלול התשפ"א 16:01 #275792

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 57 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 81
  • האט שוין געלייקט: 160 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל
  • קאָרמא: 8
מיינע געפילן רוישן ווי רוישיגע הויכע כוואליעס

כ'געדענק נישט אז כ'זאל האבן עפעס עקסטער געדאווענט פאריאר ראש השנה אז כ'זאל שוין טרעפן מיין פערזענליכע גאולה מער ווי יעדע יאר אבער די אייבערשטער האט מיך נישט פארלאזט

כ'האב מיך געפילט ווי איין גרויסע שטיק דורכפאל, איינער וואס קען זיך נישט מתגבר זיין אויף קליינע נסיונות
קיינער וואלט מיך נישט פארשטאנען
אבער דא פארשטייט מען מיך

כ'האב געפילט אזוי אליין מיט מיין פראבלעם, צובראכן און צוזעצט, אבער עס נישט געקענט ארויסווייזן, ווייל
קיינער וואלט מיך נישט פארשטאנען
אבער דא פארשטייט מען מיך

כ'האב צו קיינעם נישט געוואלט רעדן דערפון ווייל מ'גייט מיך נישט פארשטיין, ניין
קיינער וואלט מיך נישט פארשטאנען
אבער דא פארשטייט מען מיך

כ'האב מיך אליין נישט פארשטאנען, כ'האב געהאלטן אז איך בין דערנאך, א שאד צו פראבירן נאכאמאל, און,
קיינער וואלט מיך נישט פארשטאנען
אבער דא פארשטייט מען מיך

כ'האב געפילט ווי איך בין א גרויסע ליגנער באמת בין איך א שגץ, נאר כ'שטעל זיך אהער ווי א בר הכי, און ניין,
קיינער וואלט מיך נישט פארשטאנען
אבער דא פארשטייט מען מיך

כ'קען נישט גענוג וויינען פאר שמחה אז איך בין דא, אבער כ'קען עס נישט פארציילן פאר קיינעם ווייל,

קיינער וואלט מיך נישט פארשטאנען
אבער דא פארשטייט מען מיך

און נאך ווי.....

''יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן''
לעצט פארראכטן: כ"ח אלול התשפ"א 17:30 דורך נאר בשמחה.

ענטפער: עק וועלט... ג' תשרי התשפ"ב 17:11 #275826

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 100 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
  • קאָרמא: 3
wow !

איך האב א ראי' אז דא פארשטייט מען איינער דעם צווייטן,
ווייל איך האב מיך געפילט אין יעדעס ווארט !

ענטפער: עק וועלט... ה' תשרי התשפ"ב 15:14 #275863

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2160 מאל
  • קאָרמא: 40

טייערע חבר "נאר בשמחה"
זייער הארציג און אמתדיג געשריבן!

געדענקסט נישט אז האסט געדאוונט עפעס עקסטער ראש השנה פאריאר? אמאל קען עס זיין איין קרעכץ אדער איין טרער'ל וואס זאל שאקעלן אלע עולמות און דיר עפענען א פתח צום ישועה!
חז"ל זאגן פתחו לי פתח כחודו של מחט, א קליינטשיג לעכל, ממש פיצי, אבער דאס ברעכט אלע מויערן און עפענט גרויסע טויערן.

חזק ואמץ, שטארק דיך קעגן אלע שווערעקייטן.
דיין נשמה און דיינע הייליגע שאיפות זענען שטערקער און גרעסער פון אלע מניעות.
ה' עמך גבור החיל

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: עק וועלט... ח' תשרי התשפ"ב 21:37 #275986

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 57 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 81
  • האט שוין געלייקט: 160 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל
  • קאָרמא: 8

א גוט יאר אלע טייערע און ליבע חברים

אזויפיל בין איך מחויב צו טון ארויפצוקומען בשער בת רבים און דאנקען די גרויסער טאטע אין הימל וואס האט מיך ליב, פאר מיך האלטן ריין 23 טעג! די אייבערשטער זאל ווייטער האלטן זיין רעכטע האנט אויף מיר.

שוין זיכער אפאר יאר וואס כ'האב חזקה צו פאלן אין עשרת ימי תשובה... דעי יאר האט מיך די אייבערשטער געהאלפן אז כ'בין געבליבן ריין, כאטש ס'געווען ווי דורכצופאלן...

איך בעט די אייבערשטער פאר א ריינע טאג, א ריינע יום כיפור, א ריינע יאר, און א ריינע לעבן, פאר מיר און פאר אלע ליבע אידן דא

כ'מיין אז ס'איז א געדאנק אז יו''כ וואס יעדער איינער בעט אז די נשמות זאלן אנהייבן לייכטן, זאל מען זיך 'באמת' אינזין האבן איינער די אנדערע, חז''ל זאגן ''כל המתפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר, הוא נענה תחילה''

א גמר חתימה טובה, און א לעכטיגע יאר, פאר אלע אידן דא

ענטפער: עק וועלט... י"ד תשרי התשפ"ב 15:23 #276078

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 57 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 81
  • האט שוין געלייקט: 160 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל
  • קאָרמא: 8

איך דאנק דיר טאטע פאר די 28 ריינע טעג

כי הוא הנותן לך ''כח'' לעשות חיל אליינס קען מען גארנישט, אפאר מאל גארנישט...

איך בעט דיך אויף ווייטער א ריינע טאג, ריינע יו''ט, ריינע לעבן,

איך ווייס, ס'דא א וועג פאר מיר אויך, העלף איך זאל עס שנעל טרעפן, 
אן זיך פאפן.

ענטפער: עק וועלט... כ"ה תשרי התשפ"ב 08:22 #276211

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2160 מאל
  • קאָרמא: 40

מיין הארץ איז עולה על גדותיו פון אמתע שמחה זעהן די ט"ל של תחיה פון מיין הייליגע ליכטיגע חבר "נאר בשמחה".
ס'איז זיכער נישט גרינג אנגעקומען. זיכער מיט אסאך שווערעקייטן. איז עס דאך אזוי הייליג און חשוב!
חזק ואמץ, הבא לטהר מסייעין אותו.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: עק וועלט... כ"ח תשרי התשפ"ב 11:36 #276299

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 57 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 81
  • האט שוין געלייקט: 160 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל
  • קאָרמא: 8

ברוך השם פאר די מ''ב מסעות...
און פאר די ריינע טאג צו וואס כ'האב זוכה געווען
די אייבערשטער האט אזעלכע געטרייע שלוחים וואס העלפן אנדערע אידן, ממש משוגע צו ווערן

ענטפער: עק וועלט... כ"ח תשרי התשפ"ב 13:19 #276312

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 644
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

קומט זיך שמחה’לה אזוי שטילערהייט אריין און פארט אפ מ”ב מסעות אזוי סאליד און סמוט ממש א נחת צו קוקן. דער אייבערשטער האט דיר ליב שמחה’לע!
גיי ווייטער מיט א פעסטקייט! לאז דיר נישט פון גארנישט!
חזק ואמץ און ~ BeVeryStrong 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: עק וועלט... כ"ח תשרי התשפ"ב 20:25 #276361

  • חיים שיש בהם
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 60
  • האט שוין געלייקט: 461 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל
  • קאָרמא: 3
נאר בשמחה געשריבן on כ"ח תשרי התשפ"ב 11:36:

...ממש משוגע צו ווערן


שמחה'לע ווער מיר נאר נישט משוגע!

לעצט פארראכטן: כ"ח תשרי התשפ"ב 20:25 דורך חיים שיש בהם.

ענטפער: עק וועלט... כ"ח תשרי התשפ"ב 22:09 #276384

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 57 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 81
  • האט שוין געלייקט: 160 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל
  • קאָרמא: 8
חיים שיש בהם געשריבן on כ"ח תשרי התשפ"ב 20:25:

נאר בשמחה געשריבן on כ"ח תשרי התשפ"ב 11:36:

...ממש משוגע צו ווערן


שמחה'לע ווער מיר נאר נישט משוגע!


גראדע האב איך באמערקט אז נארמאלע מענטשען זענען נאך אין ערגעץ נישט אנגעקומען, מ'דארף זיין משוגע, כאטש אביסל...

קוק אהער, דיינים, רבנים וכו' געווענליך, זענען דעי וואס האבן געלערנט 'משוגע פלייסיג' און די זעלבע מיט אנדערע זאכן
אלע דא וואס זענען מיט'ן באשעפער'ס הילף ריין, זענען אויך גוט משוגע, גייען אריין אין א גרופ ווי יעדער גייט וויסן ווער זיי זענען, טוען אסאך ארבעט יעדען טאג, פארוואס, ווייל זיי ווילן זיין ריין, איז דעיס נישט משוגע???
אידן דא פאלן, אבער געבן נישט אויף, פון וואס דען קומט עס אויב נישט פון שיגעון...
איך מוז אנערקענען, משוגעים קומען אן!

ענטפער: עק וועלט... כ"ח תשרי התשפ"ב 22:49 #276386

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 644
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

זאלמיר טאקע זוכה זיין צו זיין משוגע ריין

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: עק וועלט... כ"ט תשרי התשפ"ב 01:32 #276395

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2160 מאל
  • קאָרמא: 40

ס'דאך א מצוה אין תורה והיית משוגע...
יעדע זאך האט א חלק הטוב...

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: עק וועלט... כ"ט תשרי התשפ"ב 13:49 #276414

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 57 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 81
  • האט שוין געלייקט: 160 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל
  • קאָרמא: 8

נעכטן נאכט, ב''ה זוכה געווען צו א געלעגנהייט צו פאלן, כ'האב שטארק געבעטן ה', ער זאל מיך נישט אפלאזן, ווייל איך בין קראנק, כ'האב פראבירט צו טראכטן, אז אפי' איך פארשטיי נישט פארוואס, איז אבער זיכער א טובה פאר מיין נשמה, אז איך האב יעצט דעי קרענק וואס מיין שוואכע צוקלאפטע נפש האט נישט קיין אנונג וויאזוי צו הענדלען, כ'האב אויך געשריבן צו איינער דא, א צדיק, וואס איך גיי דורך, און די אייבערשטער האט מיט מיר געמאכט א נס, אז איך בין דא ריין

איך דאנק אים פון טיפן הארצן

זיין זון שמחה'לע

ענטפער: עק וועלט... כ"ט תשרי התשפ"ב 14:09 #276417

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2160 מאל
  • קאָרמא: 40

שטארקע דיבורים פון אמונה און קירבת אלקים!

אונז פארשטייען טאקע נישט די אייבישטערס דרכים, כי גבהו דרכי מדרכיכם ומחשבותי ממחשבותיכם. איין זאך איז זיכער, ער פירט אונז, אלעס גייט לויט א פלאן פון פאראויס.
אונז דארפן משתדל זיין און טוהן וואס איז בידינו.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: עק וועלט... כ"ט תשרי התשפ"ב 15:39 #276428

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 644
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8
נאר בשמחה געשריבן on כ"ט תשרי התשפ"ב 13:49:

נעכטן נאכט, ב''ה זוכה געווען צו א געלעגנהייט צו פאלן, כ'האב שטארק געבעטן ה', ער זאל מיך נישט אפלאזן, ווייל איך בין קראנק, כ'האב פראבירט צו טראכטן, אז אפי' איך פארשטיי נישט פארוואס, איז אבער זיכער א טובה פאר מיין נשמה, אז איך האב יעצט דעי קרענק וואס מיין שוואכע צוקלאפטע נפש האט נישט קיין אנונג וויאזוי צו הענדלען, כ'האב אויך געשריבן צו איינער דא, א צדיק, וואס איך גיי דורך, און די אייבערשטער האט מיט מיר געמאכט א נס, אז איך בין דא ריין

איך דאנק אים פון טיפן הארצן

זיין זון שמחה'לע


שטעלטס ענק פאר, דער צדיק דא פרייט זיך פאר א געלעגנהייט צו פאלן! שטארק און גאר ווארעם געשריבן!
איך באגריס טאקע דיינע ריינע טעג ביז יעצט,  און זאל השי”ת ווייטער באשערן פאר דיר איינס נאכן אנדערען!
יעצט איז טאקע די צייט צו לויבן ה’ פאר די אלע גוטס וואס ער האט געטון מיט דיר, גרייט פאר א טאנץ?
יודו לד’ חסדו..., יודו לד’ חסדו..., יודו לד’ חאהאסדו..., ונפלאותיו לבני אהאדאם....!
נו קום אריין אינעם רינג, לעבעדיג...!
נו ווי זענט עטץ...

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

לעצט פארראכטן: כ"ט תשרי התשפ"ב 15:40 דורך BeVeryStrong.

ענטפער: עק וועלט... כ"ט תשרי התשפ"ב 15:43 #276429

  • WillKeepHoping
  • איצטיגע שטרעקע: 165 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 149
  • האט שוין געלייקט: 188 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 263 מאל
  • קאָרמא: 6
BeVeryStrong געשריבן on כ"ט תשרי התשפ"ב 15:39:

נאר בשמחה געשריבן on כ"ט תשרי התשפ"ב 13:49:

נעכטן נאכט, ב''ה זוכה געווען צו א געלעגנהייט צו פאלן, כ'האב שטארק געבעטן ה', ער זאל מיך נישט אפלאזן, ווייל איך בין קראנק, כ'האב פראבירט צו טראכטן, אז אפי' איך פארשטיי נישט פארוואס, איז אבער זיכער א טובה פאר מיין נשמה, אז איך האב יעצט דעי קרענק וואס מיין שוואכע צוקלאפטע נפש האט נישט קיין אנונג וויאזוי צו הענדלען, כ'האב אויך געשריבן צו איינער דא, א צדיק, וואס איך גיי דורך, און די אייבערשטער האט מיט מיר געמאכט א נס, אז איך בין דא ריין

איך דאנק אים פון טיפן הארצן

זיין זון שמחה'לע


שטעלטס ענק פאר, דער צדיק דא פרייט זיך פאר א געלעגנהייט צו פאלן! שטארק און גאר ווארעם געשריבן!
איך באגריס טאקע דיינע ריינע טעג ביז יעצט,  און זאל השי”ת ווייטער באשערן פאר דיר איינס נאכן אנדערען!
יעצט איז טאקע די צייט צו לויבן ה’ פאר די אלע גוטס וואס ער האט געטון מיט דיר, גרייט פאר א טאנץ?
יודו לד’ חסדו..., יודו לד’ חסדו..., יודו לד’ חאהאסדו..., ונפלאותיו לבני אהאדאם....!
נו קום אריין אינעם רינג, לעבעדיג...!
נו ווי זענט עטץ...


ביוועלע טאנץ נישט אזוי שנעל, כ'האב צוגענומען היבש אפאר פונט דעם יו'ט, איך קען נישט אזוי שנעל טאנצן.

  • בלאט:
  • 1
  • 2
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 2.02 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא