ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3

טעמע: עק וועלט... 1424 באזוכער

ענטפער: עק וועלט... כ"ט תשרי התשפ"ב 15:59 #276431

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19

ווילקי, אונז דארף מיר מאכן גוטע עקסערסייז אלץ איינס פון די סטעפס עניוועי, נו פארוואס נישט דורך א טאנץ פאר אונזער טייערער שמחהלע

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: עק וועלט... כ"ט תשרי התשפ"ב 16:31 #276433

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 426
  • האט שוין געלייקט: 715 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 878 מאל
  • קאָרמא: 23

בשמחה'לע איך בין זייער פרייליך פאר דיין נס!

ס'איז זייער א גוטע געפיל צו בלייבן ריין ווען מהאט שוין געמיינטס'איז דערנאך

און דאס איז נאך א דערמאנוג ווי שטארק דער באשעפער איז און ער קען העלפען און "אלע" מצבים אפילו סזעט נישט אויס מעגליך, נאר רוב מאל ווען מהאט אזא שטארקע נסיון קען מען זיך נישט אליינס איבערגעבן צום אייבערשטען רעדט מען מיט א חבר - אזויווי דו האסט געטון - און צוזאמען איז גרינגער 

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: עק וועלט... א' חשון התשפ"ב 15:25 #276604

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 102 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 193
  • האט שוין געלייקט: 421 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל
  • קאָרמא: 10

מ''ה אשיב לה' כל תגמלוהו עלי
איך דאנק דיר ליבע גאט פאר די 45 טעג ריין וואס דו האסט מיר געשענקט
שמחה'לע

ענטפער: עק וועלט... א' חשון התשפ"ב 16:31 #276609

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1600
  • האט שוין געלייקט: 1072 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2546 מאל
  • קאָרמא: 43

הגידה לי מ"ה משכורתך
די 45 ריינע טעג - דאס אליין איז די גרעסטע שכר וואס איז נאר שייך.
אבער מ'וועט זיכער מוסיף זיין אויבן כהנה וכהנה.
חזק ואמץ, און נאר בשמחה!

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: עק וועלט... ו' חשון התשפ"ב 06:10 #276841

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1600
  • האט שוין געלייקט: 1072 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2546 מאל
  • קאָרמא: 43

מזל טוב טייערע חבר "שר החמישים"


"נאר בשמחה - 50" עולה כמנין "קוה אל ה' חזק ויאמץ לבך וקוה אל ה'".

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: עק וועלט... ו' חשון התשפ"ב 10:25 #276847

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 102 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 193
  • האט שוין געלייקט: 421 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל
  • קאָרמא: 10

אונזער חבר האלט חשבון...
כ'האב נישט קיין כח אויסרעכענען אזא לאנגע גמטרי', אבער איך גלייב דיר אויפ'ן ווארט...
און יא, איך דאנק גאט פאר דעי 50 ריינע טעג, יעדן טאג, א עכטע מתנה, ה' זאל ווייטער מיך האלטן ריין, ווייל איך קען באמת נישט אליין

ענטפער: עק וועלט... ו' חשון התשפ"ב 10:46 #276851

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1600
  • האט שוין געלייקט: 1072 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2546 מאל
  • קאָרמא: 43
נאר בשמחה געשריבן on ו' חשון התשפ"ב 10:25:

אונזער חבר האלט חשבון...
כ'האב נישט קיין כח אויסרעכענען אזא לאנגע גמטרי', אבער איך גלייב דיר אויפ'ן ווארט...
און יא, איך דאנק גאט פאר דעי 50 ריינע טעג, יעדן טאג, א עכטע מתנה, ה' זאל ווייטער מיך האלטן ריין, ווייל איך קען באמת נישט אליין


אזא שאד
ווען איך ווייס אז דו גייסט נישט רעכנען, ריק איך אריין נאך אפאר ווערטער... 

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: עק וועלט... ו' חשון התשפ"ב 16:30 #276876

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19

שמחה’לע אונז קען מיר ווייטער טאנצן לכבוד דיין חמישים
ביזט גרייט?

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: עק וועלט... ז' חשון התשפ"ב 20:44 #276978

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 102 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 193
  • האט שוין געלייקט: 421 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל
  • קאָרמא: 10

קודם, איך דאנק דיר טאטע פאר'ן מיך האלטן ריין היינט, און אלע טעג ביז היינט
איך בעט אויף ווייטער אל תעזבנו ואל תטשנו לנצח

ה' אנה לידי, דעי וואך שבת, א שטיקל חי' הרי''ם, לעצטע שטיקל פר' בראשית, קען זיין אנדערע אידן וועלן הנאה האבן שרייב איך עס אראפ
אויפ'ן פסוק ''ונח מצא חן בעיני ה' '' זאגט ער אז די מושג פון נושא חן זיין קען מען זיך לערנען פון אנדערע פלעצער ווי מ'געפינט אין די תורה חן, למשל ''חן אשה על בעלה'' , וואס די סבה דערצו איז ווייל די פרוי האט נישט גארנישט אויסער איר מאן, זי איז זיך אינגאנצן מבטל פאר איר מאן, און דעיס איז די עיקר מציאות החן. און אזוי ארבעט עס אויך ביים אייבערשט'ן זאגט ער, אז א מענטש איז זיך אינגאנצן מבטל פאר אים און ער פארשטייט און זאגט פאר'ן באשעפער אז ער האט נישט קיין אייגענע כוחות נאר ער פארלאזט זיך לגמרי אויף אים אז ער וועט אים פירן אויפ'ן ריכטיגע וועג, אזוי ווי א פרוי וואס פארלאזט זיך אויף איר מאן, טרעפט ער חן בעיני ה' און אפי' אויב ער איז נישט ראוי, וועט אים די אייבערשטער מאכן ער זאל קענען זיין א אמת'ע צדיק עכ''ד. 

זאל די ברכה מקיום ווערן, אמן

ענטפער: עק וועלט... ז' חשון התשפ"ב 21:20 #276979

  • חיים שיש בהם
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 75
  • האט שוין געלייקט: 582 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
  • קאָרמא: 4

אמן!!!
שטארק ווארט!

ענטפער: עק וועלט... ז' חשון התשפ"ב 23:36 #276983

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 95 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 315
  • האט שוין געלייקט: 827 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
  • קאָרמא: 16

ישר כח זייער א גיט ווארט

פאר צוואנציג יאר איז אמעריקע געווען אין קריג אין אפגאניסטאן טאקע אסאך שוועריקייטן אדורך אבער די מיסיע איז אנגעגאנגען אין אלע טעראריסטן זענען געווען אינטערדרוקט ווי די טשיקנס פאר יום כיפור
פארלוירן האט מען נאר ווען??? ווען מ'האט אויפגעגעבן!!

Think about it

ענטפער: עק וועלט... ח' חשון התשפ"ב 02:06 #276987

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1600
  • האט שוין געלייקט: 1072 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2546 מאל
  • קאָרמא: 43

זייער א שטארק הייליג ווארט!
יישר כח פארן ברעגנען

און מזל טוב פאר דיינע נאר בשמחה ימים

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: עק וועלט... ח' חשון התשפ"ב 03:00 #276991

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19

פשיהא! שמחה'לע האט טאלאנט און א ווארעם הארץ!

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: עק וועלט... ט"ז חשון התשפ"ב 07:55 #277446

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1600
  • האט שוין געלייקט: 1072 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2546 מאל
  • קאָרמא: 43

מזל טוב חבר פאר דיינע 60 טעג!
ס' ימים. צדיקים האבן געזאגט אז א ס' איז א עיגול, אן קיין אנהייב און אן קיין סוף.
זאל דיין 'נאר בשמחה' און דיין ריינקייט קענען ווייטער אנגיין בלי גבול וקצה, בשמחה וטוב לבב.

השמח באמת בשמחתך
הק' נ"ש

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: עק וועלט... י"ח חשון התשפ"ב 17:21 #277478

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 102 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 193
  • האט שוין געלייקט: 421 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל
  • קאָרמא: 10

פאר אלעם, ש'כח הייליגע באשעפער, מיין טאטע וואס האט מיך ליב, פאר דעי ריינע 62 טעג, וואס איך ווייס בידיעה ברורה אז ס'קומט פון דיר, און איך דאנק דיר און בעט אויף ווייטער, איך זאל היינט אויך זיין ריין.

איך וויל מיך עפעס ארויסרעדן....

את חטאי אני רוצה להזכיר...

נעכטן נאכט האב איך געליינט פון איינעם'ס אלטע טרעד, ווי ער שרייבט זיינע נסיונות וואס ער האט געהאט פון אלס יונגל-בחור. און איך בין געווארן עקסיידעד צו ליינען וועגן שמוץ....
און מיין נישט אז ס'געשטאנען דארט ווער ווייסט וואס, ס'איז לכאו' אויסגעהאלטן לויט די כללים פון הד''א, אבער מיך האט עס געכאפט. איך האב געוואלט אויפהערן צו ליינען אבער נישט געקענט ווייל ס'איז בעצם מותר, איך ליין דאך הד''א, נישט אזוי?
ניין, נישט אזוי..... בכלל נישט...... איך דארף וויסן אז ס'נישט אויסגעהאלטן פאר מיר בשום אופן אפי' אויב ס'איז אויף הד''א..... איך טאר נישט טון דעי זאכן, פינטל.
צו איך גיי מיך נעקסטע מאל קענען צוריקהאלטן פון ליינען עפעס וואס איך פיל אז ס'פיטערט מיין קרענק? איך ווייס נישט, בעסער געזאגט איך ווייס אז נישט. אבער קודם שמועס איך עס אויס, און מ'וועט דאווענען אויף דעם צום ליבען פאטער, וואס ער קען זיכער, ער האט מיך געפראווט....

באשעפער איך בעט דיך באמת פון די טיפענישן פון מיין הארץ, העלף מיך זיין ריין, אבער אמת'דיג ריין, איך זאל נישט טון וואס דו  ''איך''  וויל נישט, אין נישט ליינען וואס איך וויל נישט, און נישט טראכטן וואס איך וויל נישט, אזוי וועל איך קענען זיין א געזונטערע מענטש, מיט ריינערע מידות, א בעסערע מאן, א ערליכערע איד, און א ריינערע קינד.

אבער נאכאמאל ש'כח אייבערשטער פאר דיינע גוטע ריינע טעג וואס דו שענקסט מיר.

לעצט פארראכטן: כ"ו חשון התשפ"ב 20:06 דורך נאר בשמחה.

ענטפער: עק וועלט... י"ח חשון התשפ"ב 17:28 #277479

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19

שמחהלע דיין אנעסטי, דיין אמתדיגקייט מיט זיך אליינס איז צום באוואונדערן!
זאל השי”ת דיר טאקע געבן די כוחות אדורך צוברעכן די אייזערנע נסיונות 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: עק וועלט... י"ח חשון התשפ"ב 17:34 #277482

  • WillKeepHoping
  • איצטיגע שטרעקע: 207 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 194
  • האט שוין געלייקט: 261 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל
  • קאָרמא: 9
נאר בשמחה געשריבן on י"ח חשון התשפ"ב 17:21:

פאר אלעם, ש'כח הייליגע באשעפער, מיין טאטע וואס האט מיך ליב, פאר דעי ריינע 62 טעג, וואס איך ווייס בידיעה ברורה אז ס'קומט פון דיר, און איך דאנק דיר און בעט אויף ווייטער, איך זאל היינט אויך זיין ריין.

איך וויל מיך עפעס ארויסרעדן....

את חטאי אני רוצה להזכיר...

נעכטן נאכט האב איך געליינט פון איינעם'ס אלטע טרעד, ווי ער שרייבט זיינע נסיונות וואס ער האט געהאט פון אלס יונגל-בחור. און איך בין געווארן עקסיידעד צו ליינען וועגן שמוץ....
און מיין נישט אז ס'געשטאנען דארט ווער ווייסט וואס, ס'איז לכאו' אויסגעהאלטן לויט די כללים פון הד''א, אבער מיך האט עס געכאפט. איך האב געוואלט אויפהערן צו ליינען אבער נישט געקענט ווייל ס'איז בעצם מותר, איך ליין דאך הד''א, נישט אזוי?
ניין, נישט אזוי..... בכלל נישט...... איך דארף וויסן אז ס'נישט אויסגעהאלטן פאר מיר בשום אופן אפי' אויב ס'איז אויף הד''א..... איך טאר נישט טון דעי זאכן, פינטל.
צו איך גיי מיך נעקסטע מאל קענען צוריקהאלטן פון ליינען עפעס וואס איך פיל אז ס'פיטערט מיין קרענק? איך ווייס נישט, בעסער געזאגט איך ווייס אז נישט. אבער קודם שמועס איך עס אויס, און מ'וועט דאווענען אויף דעם צום ליבען פאטער, וואס ער קען זיכער, ער האט מיך געפראווט....

באשעפער איך בעט דיך באמת פון די טיפענישן פון מיין הארץ, העלף מיך זיין ריין, אבער אמת'דיג ריין, איך זאל נישט טון וואס דו  ''איך''  וויל נישט, אין נישט ליינען וואס איך וויל נישט, און נישט טראכטן וואס איך וויל נישט, אזוי וועל איך קענען זיין א גענטערע מענטש, מיט ריינערע מידות, א בעסערע מאן, א ערליכערע איד, און א ריינערע קינד.

אבער נאכאמאל ש'כח אייבערשטער פאר דיינע גוטע ריינע טעג וואס דו שענקסט מיר.


מוראדיג מוראדיג. 

איך רילעיט זייער, איך האב געבעטן מיין פילטער קאמפעני צו פארמאכן די ענגלישע סייט פון הד'א, וועגן איך האב געפילט אז איך קען ווערן געטריגערט, אזוי אויך האב איך געבעטן דא אונזער מנהל צו פארשפארן די יונגעלייט ווינקעל. 

אזוי ווי ביווערל האט באטאנט, דיין אנעסטי איז זייער שטארק, און דאס איז לדעתי פון די ערשטע און וויכטיגסטע יסודות צו אנהייבן דעם וועג פון רעקאווערי. 

זאל דער אייבישטער דיר ווייטער שענקן פיל הצלחה און סיעתא דשמיא.

לעצט פארראכטן: י"ח חשון התשפ"ב 17:35 דורך WillKeepHoping.

ענטפער: עק וועלט... י"ח חשון התשפ"ב 17:42 #277483

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19

שמחה’לע איך האף אז די נעקסטע זאך גייט נישט זיין אז
”רבותי, איך בין געקומען צו די החלטה אז הדא איז נישט פאר מיר... וכו’... ..... .....”
ווייל אויב יא.....

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: עק וועלט... י"ח חשון התשפ"ב 17:47 #277484

  • טויש
  • איצטיגע שטרעקע: 275 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 137
  • האט שוין געלייקט: 594 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 222 מאל

סאיז מוראדיג ! דיין אנעסטי
און אויך דיין שטארקייט עס צו קומען דערציילן ברבים
איך האב אויך לעצטענס געהאט אז כבין געווארן געטריגעט פון ליינען איינעמס  היסטערי
און ב"ה געהאט די שטארקייט נאכן ליינען אביסל (יענע אביסל ...... היבש אביסל ,..................) אויפצוהערן
און אויך האב עס פארציילט פאר א חבר דא אויף הד"א וואס דאס אליין נעמט אוועק אביסל די ניסיון 
 און ב"ה כווייס שוין היינט אז אפילו אויף הד"א ....אויב פיל איך אז עס פירט מין מוח אויף נישט גוטע  פלעצער סטאפ איך 
עס מיז נישט זיין אז עס וועט טריגערן א צווייטן אבער אויב פאר מיר איז עס נישט גוט "סטאפ איך"

און צו דיר טייערע "נאר בשמחה"
זייער שטארק פון דיר עס צו קומען פארציילן ברבים 
KEEP ON YOUR GOOD WORK 

לעצט פארראכטן: י"ח חשון התשפ"ב 17:48 דורך טויש.

ענטפער: עק וועלט... י"ט חשון התשפ"ב 10:43 #277540

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 102 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 193
  • האט שוין געלייקט: 421 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל
  • קאָרמא: 10

ש'כח ליבע אידן פאר די חיזוק

היינט געזען פון איינע פון די סלונימ'ע רבי'ס

''לא בגבורת הסוס יחפץ לא בשוקי האיש ירצה''
די אייבערשטער וויל נישט דעי וואס פארזיכערן זיך אין זיך, אז זיי וועלן בייקומען זייערע תאוות (בכל שם וחנוכא דאית ליה....)
נאר ''רוצה ה' וכו' את המיחלים לחסדו''
דעי וואס פארשטייען אז אליין קען מען גארנישט, אלעס איז נאר די אייבערשטער!

ענטפער: עק וועלט... י"ט חשון התשפ"ב 14:34 #277565

  • יוסף המלך
  • איצטיגע שטרעקע: 158 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 269
  • האט שוין געלייקט: 3758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
  • קאָרמא: 8
נאר בשמחה געשריבן on י"ט חשון התשפ"ב 10:43:

ש'כח ליבע אידן פאר די חיזוק

היינט געזען פון איינע פון די סלונימ'ע רבי'ס

''לא בגבורת הסוס יחפץ לא בשוקי האיש ירצה''
די אייבערשטער וויל נישט דעי וואס פארזיכערן זיך אין זיך, אז זיי וועלן בייקומען זייערע תאוות (בכל שם וחנוכא דאית ליה....)
נאר ''רוצה ה' וכו' את המיחלים לחסדו''
דעי וואס פארשטייען אז אליין קען מען גארנישט, אלעס איז נאר די אייבערשטער!


דעיס קענסטו אריינלינקן אין מיין שטיבל… אזעלכע ווערטער זענען גאר גוט פאר מיין גאווה אביסל אראפקלאפן…

יוסף השם עליכם, עליכם ועל בניכם, ברוכים אתם להשם, עושה שמים וארץ!
ווען דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט האט ער געוויסט אלע שלעכטע מעשים פון יעדן איינעם און דאך האט ער עס באשאפן, ווייל ער האט אזויפיל מער הנאה פון די (נצחונות!) נאופ מער הנאה פון די מלחמה! אפילו מ׳פאלט דערנאך! דער עיקר מ׳שלאגט זיך…

ענטפער: עק וועלט... כ"ה חשון התשפ"ב 11:15 #277805

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19

אויף וועלכע עק וועלט ביסטו, שמחה’לע?

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: עק וועלט... כ"ז חשון התשפ"ב 09:29 #277874

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 102 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 193
  • האט שוין געלייקט: 421 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל
  • קאָרמא: 10

געלויבט דער פון אויבן פארן מיך שענקען 71 טעג ריין, ממש א מתנה פון הימל

וואס זאל איך זאגן, יעדע מענטש איז באשערט זיינע שוועריקייטן דורכצוגיין, זה בכה וזה בכה, אבער שטעל דיך פאר א שוועריקייט צוזאמען מיט נישט זיין ריין..... איך דארף מיך עס נישט פארשטעלן איך האב עס שוין טועם געווען.... געלויבט איז גאט ב''ה אז יעצט האב איך יא די זכי' צו זיין ריין, און די גרויסער ליבע טאטע זאל מיך ווייטער העלפן

ענטפער: עק וועלט... כ"ז חשון התשפ"ב 11:08 #277877

  • טויש
  • איצטיגע שטרעקע: 275 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 137
  • האט שוין געלייקט: 594 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 222 מאל

"נאר בשמחה" האסט מיר דערמאנט א ווארט וואס כהאב געהערט אמאל  פון אן עושר וואס איז אדורך שווערע צייטן און איינער האט זיך אנגערופן : וואס האסטו פון דיין געלט ? האט ער גענטפערט 
עס איז נישט די זעלבע איינער וואס גייט אדורך די שוועריגקייט און האט געלט
ווי איינער וואס גייט אדורך די שוועריגקייט און האט נישט קיין געלט 

ענטפער: עק וועלט... כ"ז חשון התשפ"ב 19:26 #277888

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19

יא די וואלוטע ביי אונז אין שמש שטיבל איז ריינע טעג!
וויפיל קאסט די וויין.... 60 ריינע טעג..!

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: עק וועלט... כ"ח חשון התשפ"ב 07:16 #277896

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 631 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 461
  • האט שוין געלייקט: 450 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל
  • קאָרמא: 16

ביווי איך האף וועסט נישט ברוגז זיין טאמער איך וועל מחולק זיין מיט דיר, צו ווייסטו וואס די שאץ פון א טאג ריין איז? צו באגרייפסטו צו חשיבות פון א מינוטקעלע ריינקייט האט? צו ביזטו משיג וואס א נחת רוח א רגע התגברות מאכט פארן בורא כל עולמים?
כל חפצי' לא ישוו בה!!!
און ווי זאגט אונזער טייערע ברודער הרב שלום גאנץ שליט"א, יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!

א פלאש וויין פאר א פעקל דיאמאנטן? סאונד נישט פראפאורשענאל

ענטפער: עק וועלט... כ"ח חשון התשפ"ב 08:26 #277898

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28
טויש געשריבן on כ"ז חשון התשפ"ב 11:08:

"נאר בשמחה" האסט מיר דערמאנט א ווארט וואס כהאב געהערט אמאל  פון אן עושר וואס איז אדורך שווערע צייטן און איינער האט זיך אנגערופן : וואס האסטו פון דיין געלט ? האט ער גענטפערט 
עס איז נישט די זעלבע איינער וואס גייט אדורך די שוועריגקייט און האט געלט
ווי איינער וואס גייט אדורך די שוועריגקייט און האט נישט קיין געלט 


שטארק ווארט

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: עק וועלט... כ"ט חשון התשפ"ב 17:24 #277970

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 252 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 545
  • האט שוין געלייקט: 848 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
  • קאָרמא: 10

יא גערעכט. די טייערסטע באטל וויין איז 
5 רגעים ריינקייט.
עה צו סאך.
א האלבע רגע ריינקייט

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: עק וועלט... כ"ט חשון התשפ"ב 21:48 #277989

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19

איך האב נישט געזאגט אז מ’גיט אוועק די טעג פארן באטל.
פשוט אויב מ’האט 60 טעג ריין קען מען נעמען דעם פלאש וויין.
האסט שוין אמאל געהערט פון דעם שטאט שמייכלסוויל ווי מען פלעגט באצאלן מיט שמייכלעך?
דאס איז אזא מין בחינה.

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: עק וועלט... כ"ט חשון התשפ"ב 21:52 #277990

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19
טויש געשריבן on כ"ז חשון התשפ"ב 11:08:

"נאר בשמחה" האסט מיר דערמאנט א ווארט וואס כהאב געהערט אמאל  פון אן עושר וואס איז אדורך שווערע צייטן און איינער האט זיך אנגערופן : וואס האסטו פון דיין געלט ? האט ער גענטפערט 
עס איז נישט די זעלבע איינער וואס גייט אדורך די שוועריגקייט און האט געלט
ווי איינער וואס גייט אדורך די שוועריגקייט און האט נישט קיין געלט 


מיט דעם ווארט האב איך מיך מחזק געווען די לעצטע פאר טעג!
ווייל איך האב א פראבלעם, א דאגה זאל איך ריינקייט אויך נישט האבן?
ס’איז זיכער אז מ’שטופט סאך גרינגער אדורך פראבלעמען ריינערהייט, חוץ וואס מ’שפירט א אפענע קאמיוניקאציע ליין צו טאטי.

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: עק וועלט... ה' כסלו התשפ"ב 09:42 #278131

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19

שמחה’לע שטייגט!

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: עק וועלט... ו' כסלו התשפ"ב 23:11 #278205

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 102 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 193
  • האט שוין געלייקט: 421 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל
  • קאָרמא: 10

אין מיין פריוואטע לעבן האב איך גאנץ שווערע טעג יעצט...
אז כ'האב שוין געהאט א קלער צו טוישן מיין נאמען צו 'נאר בעצבות'...
פאר 80 טעג צוריק בין איך שוין לאנג געווען פארזינקן אין פארשטינקענע פיש אין אזעלכע מצבים
געלאפן צו די שווארצע רוחות, אבי אוועק אביסל פון ריעל לייף
איך דאנק דיר טאטע אז האסט מיך געהאלטן ריין פאר 80 טעג
זייער א גרויסע  דערגרייכונג פאר מיין ארימע נפש
איך בעט דיך אויף ווייטער, העלף מיך ענדיגן דעי טאג ריין
אזוי אויך זאלסטו לינדערן מיינע ווייטאגן, איך זאל זען דיינע חסדים אויף יעדע טריט
און שיין אריין אין מיך און אין אלע אידן א רוח החיים, רוח פון שמחה, אמונה, און אלעס וואס אידן דארפן
און העלף איך זאל נישט פארגעסן פון דעי גרויסע מתנה וואס דו געסט מיך דורך מיך האלטן ריין
איך דאנק דיר טאטע!

לעצט פארראכטן: ו' כסלו התשפ"ב 23:12 דורך נאר בשמחה.

ענטפער: עק וועלט... ו' כסלו התשפ"ב 23:16 #278207

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19

איך קען דיר וואונטשן א ברכה דער אייבערשטער זאל דיר באשערן אלעס גוטס און זאכן זאלן ווערן מסודר על צד היותר טוב!
געדענק אבער, אלעס וואס געשעט צו דיר איז לטובה, ס’איז נאר חסדים.
זאכן זענען פארדעקט, ס’גייט קומען גוטע צייטן וואס מ’גייט אלעס פארשטיין. דעמאלטס גייט מען זאגן אההההה...!

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: עק וועלט... ז' כסלו התשפ"ב 00:08 #278208

  • WillKeepHoping
  • איצטיגע שטרעקע: 207 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 194
  • האט שוין געלייקט: 261 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל
  • קאָרמא: 9

שמחהלע ביסט א העלד!!!

איך וועל ווייטער מתפלל זיין פאר דיר ברודער.

און מזל טוב צו דיינע 80 טעג!!

לעצט פארראכטן: ז' כסלו התשפ"ב 00:11 דורך WillKeepHoping.

ענטפער: עק וועלט... ז' כסלו התשפ"ב 14:47 #278220

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 252 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 545
  • האט שוין געלייקט: 848 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
  • קאָרמא: 10

נאר בעצבות איז זייער ריכטיג









אבער נאר מיט א פתח נ'

נַאר בעצבות  

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: עק וועלט... ז' כסלו התשפ"ב 18:14 #278229

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1600
  • האט שוין געלייקט: 1072 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2546 מאל
  • קאָרמא: 43
נאר בשמחה געשריבן on ו' כסלו התשפ"ב 23:11:

אין מיין פריוואטע לעבן האב איך גאנץ שווערע טעג יעצט...
אז כ'האב שוין געהאט א קלער צו טוישן מיין נאמען צו 'נאר בעצבות'...
פאר 80 טעג צוריק בין איך שוין לאנג געווען פארזינקן אין פארשטינקענע פיש אין אזעלכע מצבים
געלאפן צו די שווארצע רוחות, אבי אוועק אביסל פון ריעל לייף
איך דאנק דיר טאטע אז האסט מיך געהאלטן ריין פאר 80 טעג
זייער א גרויסע  דערגרייכונג פאר מיין ארימע נפש
איך בעט דיך אויף ווייטער, העלף מיך ענדיגן דעי טאג ריין
אזוי אויך זאלסטו לינדערן מיינע ווייטאגן, איך זאל זען דיינע חסדים אויף יעדע טריט
און שיין אריין אין מיך און אין אלע אידן א רוח החיים, רוח פון שמחה, אמונה, און אלעס וואס אידן דארפן
און העלף איך זאל נישט פארגעסן פון דעי גרויסע מתנה וואס דו געסט מיך דורך מיך האלטן ריין
איך דאנק דיר טאטע!


זיסע חבר
מ'מאכט נישט אזעלכע עקסטרעמע טריט, פון "נאר בשמחה" ביז "נאר בעצבות", ס'איז ממש מהיפוך להיפוך... עכסטנס וואלסטו זיך געקענט רופן "כמעט נאך בשמחה", אדער "נישט ממש נאר בשמחה", אדער "אמאל געווען נאר בשמחה", אדער אפשר "שוין נישט נאר בשמחה", אדער "שמחה מיט אביסעלע עצבות", וכן הלאה.
כמובן אז דאס איז נאר אזוי בדרך צחות, נישט חלילה אז מ'לאכט פון יענעם'ס צרות.

ס'זייער שווער ליינען ווען אזא הייליגער חבר מאכט מיט שווערעקייטן, מיר ווייסן ווי בנוסף צו די עצם שווערעקייט קלאפט עס זייער אראפ זי געפיל און מ'קען חלילה שנעלעער צוקומען צו אונזער סטראגל.
דארף מען טאקע געבן שבח והודיה פארן הייליגער באשעפער וואס האט דיר געהאלפן און געהאלטן ריין שוין 80 טעג!!
און מה לנו יותר מזה אז ביסט טאקע דורך שווערע טעג און מיט דעם אלעס ביסטו נישט צוריק צו די "פארשטינקענע פיש" [ליב געהאט די הגדרה], דאס ווייזט אז זאכן הייבן אן ארבעטן ב"ה.

זאל די אייבישטער העלפן מיט א ישועה כללית, אין איין רגע קען ער אויסלייזן פון אלע שווערעקייטן.

שמחה'לע ביסט א צדיק! - און קריג זיך נישט מיט מיר אויף דעם...

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: עק וועלט... ז' כסלו התשפ"ב 22:35 #278238

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 252 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 545
  • האט שוין געלייקט: 848 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
  • קאָרמא: 10

קוק אהער.
ווען דו רופסט דיך נאר בשמחה.
רופט דיך יעדער שמחה'לע.

אויב דו וועסט דיך רופן נאר בעצבות.
ווי אזוי וועט דיך יעדער רופן??
עצבה'לע???????????????????

נע! ס'מאכט נישט קיין סענס.
טו דאס נישט.
 דער עיקר "נאר בשמחה" 

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: עק וועלט... ז' כסלו התשפ"ב 23:30 #278241

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19

לאמיר זאגן אז יעצט ביסטו אביסל בעצבות ווייל דו גייסט דורך א שווערע צייט, אבער ס’גייט נישט אייביג בלייבן אזוי, ס’גייט קומען גאר גוטע צייטן וואס דו גייסט זיין נאר בשמחה, איז ממילא זאלסטו יעצט אויפגעבן?
חוץ מזה וואס א נאמען איז משפיע, זאלסטו טאקע זיין נאר בשמחה אלעמאל! 

אבער די עיקר ~ נאר בשמחה

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

לעצט פארראכטן: ז' כסלו התשפ"ב 23:30 דורך BeVeryStrong.

ענטפער: עק וועלט... י' כסלו התשפ"ב 23:24 #278290

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19

רבותי רופטס אריין די עסקנים מ’קען שוין אויפשעלן די שאטער לכבוד שמחה’לעס יום התשעים!

!!הכונו!! !!הכונו!!

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

לעצט פארראכטן: י' כסלו התשפ"ב 23:25 דורך BeVeryStrong.

ענטפער: עק וועלט... י"ב כסלו התשפ"ב 10:48 #278371

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 102 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 193
  • האט שוין געלייקט: 421 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל
  • קאָרמא: 10

ש'כח באשעפער פאר מיך האלטן ריין פאר 85 טעג....
איך ווייס נישט וויאזוי, און איך ווייס נישט פארוואס 
איך האב עס נישט געגלייבט. באמת.
אבער איך דאנק דיר פאר דעם

א קליינע בקשה נאר,
האלט מיך ריין היינט אויך

געזען א ווארט
אסאך זאכן שטייט אויף די אייבערשטער, וואס ער האט ליב כביכול. 'אוהב משפט' וכו' וכו'.
אבער צווישן אלע זאכן וואס ער האט ליב איז ער בוחר אין איין אהבה,
''הבוחר בעמו ישראל באהבה''
צווישן אלע אהבות איז ער בוחר אין די אהבה וואס ער האט צו אונז, אידישע קינדער
זאל מיר נאר גלייבן אין דעם מיט א אמת

  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 2.03 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא