יום ליבשה געשריבן on י' טבת התשפ"ב 12:32 AM:
alefbeisveis געשריבן on ט' טבת התשפ"ב 8:12 PM:
נישט שפעט געשריבן on ט' טבת התשפ"ב 6:12 PM:
וויאזוי ס'זאל נאר זיין, זאל דיר די אייבישטער העלפן.
אבער פארוואס ווילסטו? אלס רוחניות אדער גשמיות?
אמן.
באמת? איך האב מחליט געווען פאר גשמיות, הגם די ערשטע התגברות האט געהאט מיט רוחניות.
איך האב ברוך השם נישט געהאט קיין ראק באטעם, אדער עפעס ענליך אפילו ווייט ענליך.
הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו.
אינטרעסאנט, איך האב הנאה פון דיר, דיין שרייבן איז בכלל נישט באורינג, נאר עס מאכט מיר טראכטן (אדער לאכן) צו פארשטיין פונקטליכער וואס דיין ציהל איז. עניוועי א גוי האט נישט די דאגות סאו.... וועסט איינרעדן פאר א צווייטען אז דו מיינסט נאר גשמיות, אפשר ווייל ביי א איד איז גשמיות רוחניות, די הייליגע ריזינער האט געזאגט אז די יסורים וואס א נשמה שפירט איז פילפאכיג שווערער ווי די יסורים וואס דער גוף שפירט, ממילא אפשר ביזטו אביסל נתבלבל געווארן פון די צוויי-פאכיגע הרגשים???
ווייסטו וואס? איך וועל אנהייבן פון די ענדע פון מיין מעשה ביז יעצט.
איך האב א חבר מנוער וואס מוטשעט זיך גאר שטארק אין אן ענין וואס איז עטוואס געבונדען מיט הדא, אבער נאר בעקיפין.
איך בין געווארן זיין כמו ספאנסאר פאר איבער א יאר. איך האב משקיע געווען לייב און לעבן אים צו העלפן בעזרת השם, אבער מען מוטשעט זיך נאך, אפילו עס גייט אין א גוטע ריכטונג.
ער האט זיך אויפגעמאכט פאר מיר אינגאנצן אינגאנצן תסמרנה שערות ראש און איך האב אים געגעבן אסאך שטיצע.
איך בין בטבע זייער א פארמאכטער ווען עס קומט צו געפילן.
נאך בערך א יאר האב איך זיך גאר צוביסליך אויפגעמאכט פאר אים, און נאכאלס נישט אינגאנצן.
דער איד האט אנדערע פראבלעמען, אבער איז שוין אפגעהיטן פאר א פאר יאר מיט די סארט ארויסעקטן.
ער האט מיך זייער גוט פארשטאנען און נישט געדרוקט. נאר אריינגעווארפן א ווארט דא און א ווארט דארטן.
גראדע איז ער מיינעך א חבר דא, אבער ער שרייבט נישט.
איך האב זיך כמה פעמים אויסגערעדט צו אים אז געוויסע זאכן אין די גשמיותדיגע חיי אישות פעלט.
ויהי היום אז איך האב מחליט געווען צו טוהן למעשה און אנהייבן ארבעטן אויף געוויסע זאכן פון מיין זייט. אנגעהוקט מיר און מיין ב"ב שתחיה אויף א געוויסע קורס, וואס קען צו העלפן אין די עניינים וואס האט מיך געשטערט.
למעשה, איז די ערשטע חלק פון די קורס געווען שטארק אויף אלגעמיינע שלום בית און איך האב ערענסט אנגעהויבן ארבייטן אויף מיר און אויף די רילעישנשיפּ.
די תוצאות זענען געקומען גאר שנעל און זאכן אין כמה הינזיכטן האבן זיך געגעבן א דריי צום גוטנס ברוך השם ישתבח שמו לעד.
די שלום בית האט זיך גאר געהויבן בגשמיות, וביותר גשמיות אויך.
ויהי היום אין עס איז געווען א ווייטאג אין מיין הארץ אויף א מאורע איין נאכט וואס איך האב מיך געשפירט באעוולט נאכן טוהן און צוגרייטן זאכן ולא עלתה כלום בידי.
די נעקסטע צופרי ביים ארבעט בין איך געווען זייער טריגערט פון די פריערדיגע נאכט און איך האב פשוט געוואלט רעליעסען און ווייטער גיין מיט מיין טאג.
איך האב מיך געטעקסט מיט מיין חבר און ער האט מיך געגעבן די וויכטיגע שטיצע עס נישט צו טוהן און אז עס וועט נאכלאזן. וכך הוי.
זאכן האבן זיך ממשיך געווען צו פארבעסערן און אפאר טאג דערויף האב איך מחליט געווען אז איך וויל אפשטעלן עקטינג אוט ווייל אזוי וויל איך און איך וויל שטארק פאוקעסן אויף מיין ב"ב שתחיה וועם איך ליב אהבת נפש.
איך וועל זיין אמתדיג. איך האלט יעצט אז איך בין נישט קיין עדיקט און לעת עתה קומט עס מיר באמת אן גרינג תודה לאל. אזוי וויל די אייבערשטער.
איך האב שוין אזויפיל צאמגעזעהן אין מיין לעבן און אויסגעעקט, אז איך פיל נישט יעצט ווי עפעס פעלט מיר.
אויכעט זענען חיי אישות סאך סאך בעסער געווארן ב"ה וההסבר פשוט.
במאמר המוסגר. מיין הצלחה מיט מיין חבר פאר ביידע פון אונז איז געקומען פון מיין שיטה אז איך מיש נישט אריין גאט ב"ה און די פראבלעמען. זיי זענען פראבלעמען מחמת עצמם.
עבר ושנה נעשה לו כהיתר איז כמעט היתר ממש און זאגן וויפיל די אייבערשטער האט עס נישט ליב העלפט נאר פאר אלול תשרי און אויך נאר פאר א חלק טעג. ס'פעלט אין די יראת הבורא.
למעשה, מיין חבר האט מיך אנגעהויבן שיקן לינקס צו דרשות אויף די ענגלישע סייט. זיין ציל איז נישט געווען פאר מיינע עניינים.
איך האב אנגעהויבן הערן אסאך אויף GYE און ליינען אביסל.
למעשה, האב איך דארט אנגעהויבן ציילן, אבער מיין קאונט איז עכט פון פאר איך בין געווען אנגעשריבן אין הדא אדער GYE.
אביסל שפעטער האב איך אויפגעסיינט אויף אן אקאונט אויף די ענגלישע סייט און אפאר טאג דערויף אויף די אידישע סייט.
איך האב שוין אסאך געליינט דא און צוטרייסלט פון וויפיל אידן מאכן מיט ל"ע.איך בין מוראדיג באנומען פון ענק קדושים.
כן יעזרנו השם הלאה.
און די רעסט איז היסטערי, פריערע אדער שפעטערע. מען וועט אי" ה נאך אנקומען.
א גוטע נאכט.
Love you all, אבער איך האב מיין ווייב מער ליב.