ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס ווינקל 548 באזוכער

והאיש משה עניו מאד - משה'לעס ווינקל ז' כסלו התשפ"ב 16:37 #278223

  • משהלע
  • איצטיגע שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 32 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 3

בעזר הבורא יתברך שמו, און מיט גרויסע האפענונג, און מיט א תפילה צו אונזער הייליגע טאטע, האבן מיר היינט אנגעפאנגען צו ציילן בלויז "איין טאג" לעבודת הבורא.

איך זאג איין טאג, ווייל פון מער פון דעם האב איך נישט קיין כח צו טראכטן, און אזוי אויך האב איך שוין געהאט גאר ווייטאגליכע און ציפעדיגע עקספיריענס מיט לאנגע קבלות.

זאל דער בורא כל עולמים געבן סייעתא דשמיא פאר אונז אלע

לעצט פארראכטן: י"א כסלו התשפ"ב 16:04 דורך שיע.

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס וווינקל ז' כסלו התשפ"ב 17:24 #278225

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1250 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1697
  • האט שוין געלייקט: 3027 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2571 מאל
  • קאָרמא: 24

וועלקאם צו די 1 טאג אויפאמאל קלאב!!!

מיר דאווענען פאר דיין הצלחה!

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן אדער דורך וואטס אפפ איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס וווינקל ז' כסלו התשפ"ב 17:32 #278226

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1600
  • האט שוין געלייקט: 1072 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2546 מאל
  • קאָרמא: 43

ברוכים הבאים טייערע משהלע.
משה'לעס ווינקל - דאס גייט זיין אי"ה א פינת יקרת צו שטייגן און וואקסן און בליען.
לאמיר נאר מעיר זיין, אז "איין טאג" איז נישט "בלויז"! איין טאג איז זייער אסאך, ס'איז א געוואלד! ס'איז א "חפצא"! א דבר השלם!
נאך א זאך: נישט נאר היינט זאלסטו אנהייבן ציילן איין טאג, נאר מדי יום ביומו זאלסטו ציילן נאר איין טאג. און בעז"ה פרוטה לפרוטה מצטרפת.

הייב אן דיין וועג מיט שמחה און אמונה שלימה אז די אייבישטער גייט דיר העלפן אין דיין נייע וועג! גלייב אין דעם אז דיין ישועה איז דא! זיי פעזעטיוו און גלייב אין דיר אז בעז"ה וועסטו דאס טוהן!
דאס זאל קומען צוזאמען מיט ענוה דקדושה און הכנעה, וויסן טאקע אז נאר די אייבישטער קען דיר העלפן.

וועסט זוכה זיין צו א נייע לעבן. א אמת'ע לעבן, נישט א דאפלטע און נישט א בהאלטענע, נאר א פרייליכע זיסע געשמאקע לעבן.

בעט דעם הייליגן באשעפער און דאוון צו אים יעדן טאג.
ידוע פון צדיקים, אז לכאורה וואס איז די עונש פון די נחש פון עפר תאכל כל ימי חייך? אדרבה ער האט דאך איבעראל וואס צו עסן. נאר זיין עונש איז טאקע דאס אז ער האט כסדר אלעס און ער דארף שוין נישט בעטן פון אייבישטער! ער איז נישט זוכה צו די "ואני קרבת אלקים לי טוב".

אבער דו משהלע טייערע, דו האסט די געוואלדיגע זכייה און דו קענסט יעדע מינוט שופך שיח זיין צום הייליגן באשעפער, זיך אויסרעדן צו אים ווי א קינד צו זיין טאטע, און אפילו נאך מער. רעד צו אים אליין מיט מאמע לשון, פון אים האסטו נישט וואס זיך שעמען. מ'עגסט זיין א נודניק און א 'פגע'... [ויפג"ע במקום, זיין א "פגע" פארן אייבישטער, כידוע מר' שלומקע זוויהלער זי"ע כמדומני]. ער האט דיר ליב און ער ווארט צו הערן פון דיר.

כדי זייער זאלסט ליינען די האנד בוך, דארט איז דא אסאך חשובע עצות און יסודות אויף די אנהייב וועג.
אויף פרוביר מקבל זיין עפעס א קבלה, אפילו א משהו, בעניני שמירת העינים והמחשבה, אזוי וועסטו וויסן אז דו האסט געטוהן עפעס בפועל, און די ברכה וועט האבן אויף וואס חל זיין.

שטארק דיר ברודער. מיר אלע זענען אין די זעלבע פעקל.
די אייבישטער פארגעסט נישט פון קיינעם.

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס וווינקל ז' כסלו התשפ"ב 18:18 #278230

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 61
  • האט שוין געלייקט: 269 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל
  • קאָרמא: 4

משה משה של נעליך מעל רגליך, כי המקום אשר אתה עומד עליו אדמת קודש הוא.
ברוך הבא משה'לע בלשון חיבה וויאזוי יעדער רופט דיך,
דו האסט געלייגט א געוואלדיגע טריט מיטן אריינקומען דא אין די הייליגע בית מדרש, די אדמת קודש, איך בין אזוי העפי אזו דו ביזט מיט אונז
זאלסט האבן אסאך הצלחה אויף דיין הייליגע וועג, און דיין תפלה זאל נתקבל ווערן ברחמים וברצון,
מיר אלע קוקן ארויס  אויף דיין ווייטגרייכענדע הצלחות

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס וווינקל ז' כסלו התשפ"ב 19:11 #278231

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 714 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 455
  • האט שוין געלייקט: 670 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 637 מאל
  • קאָרמא: 53

ברוך הבא משה'לע

אונז געדענק מיר נאך ווען דא איז געווען א בחור'ל אזא אומשולדיגע נעבעכדיגע בחור'ל וואס איז גווען דא מיט אונז פון די משפחת "עד כאן" ער האט אסאך פארברענגט אין אונזער מקום קדוש און אסאך אידן דא געהאלפן. עס איז אפילו דא אן אינטערוויו פון אים...

איי.. אונז האף מיר אז דער פרישער משה'לע וועט אונז נישט אנטוישן.. שמא דקא גרים... ער וועט אריינארבעטן...

יונה'לע

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס וווינקל ז' כסלו התשפ"ב 23:21 #278240

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 95 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 315
  • האט שוין געלייקט: 827 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
  • קאָרמא: 16

יומא טבא לרבנן מיטן אנקום פון אינזער נייע חבר משה'לע 

מושי מאך דיר באקוועם באקל אפּ אין הייב אן צו פארן שטעל זיך נישט אפ פאר גארנישט 

דא אין הדא שטעלט מען צו די געז,  דירעקשאן'ס, איזי-פּעס, אין אפילו א ראדאר, כדי דו זאלסט זיך נישט דארפן אפשטעלן אפילו איין מאל

פאר צוואנציג יאר איז אמעריקע געווען אין קריג אין אפגאניסטאן טאקע אסאך שוועריקייטן אדורך אבער די מיסיע איז אנגעגאנגען אין אלע טעראריסטן זענען געווען אינטערדרוקט ווי די טשיקנס פאר יום כיפור
פארלוירן האט מען נאר ווען??? ווען מ'האט אויפגעגעבן!!

Think about it

לעצט פארראכטן: י' כסלו התשפ"ב 00:48 דורך טשולענט.

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס וווינקל ז' כסלו התשפ"ב 23:37 #278243

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19

שלום עליכם משה’לע!

הדא (היט דיינע אויגן בלשון קצרה) האט געטוישט מיין לעבן אויף אייביג און ס’וועט אויך טוישן דיינס לטובה בעזרת השם יתברך! 

אונז זעמיר אין א שלאכט זאנע, די געווער טאר מען נישט אראפלייגן אפילו פאר א רגע, מ’דארף מיר אויפקומען מיט פרישע תכסיסי מלחמה יעדן טאג. די שונא שלאפט נישט אפילו פאר א רגע, ווען מ’הערט נישט פון אים פאר א שטיק צייט קען זיין פשט אז ער באהאלט זיך צו מאכן א סורפרייז אטאקע.

גיי אן מיט א שטארקייט און געדענק ~ BeVeryStrong 



תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס וווינקל ח' כסלו התשפ"ב 07:53 #278250

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 631 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 461
  • האט שוין געלייקט: 450 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל
  • קאָרמא: 16

שלום עליך ברודער טייערע, לאמיר דיר באגריסן מיט א ברכה פני משה כפני החמה און עס מקוים ווערן ביי דיר דעם פסוק ואוהביו כצאת השמש בגבורתו, זאלט בגילה ורנה זוכה זיין ארויסצוגיין פון אלע ענגשאפטן מיט א גבורה דקדושה.

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס וווינקל ח' כסלו התשפ"ב 10:37 #278254

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28

זעצט אייך ר' משה'לע מאכט אייך באקוועם 
קוקט דיר ארום אין צימער זעה ווי דער עולם שטייגט אין מען מאכט פארשריט 
לאמער מיט גיין מיט דיין רייזע איין טאג אויפאמאל וואס וועט דיר בס"ד העלפן אנקומען גאר ווייט

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס וווינקל ח' כסלו התשפ"ב 12:21 #278260

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 102 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 193
  • האט שוין געלייקט: 421 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל
  • קאָרמא: 10

ברוך הבא משה'לע!!!

מ'פארציילט אויף אסאך צדיקים בפרט תלמידי בעל שם, אז ווען זיי זענען געקומען צו זייער רבי און אנגעהויבן נתקרב צו ווערן לדרך החסידות, האט די רבי זיי געזאגט, ''שוין א לאנגע צייט וואס איך ווארט אויף דיין נשמה''...
אונז דא אין הד''א האבן שוין א לאנגע צייט פארארבעט מעשים אז משה'לע זאל אהער קומען...., אונז האבן געפילט אז עפעס פעלט... און ב''ה אונז האבן דיך דא לייוו!

נישטא וואס צו זאגן נאר אז די גרויסער טאטע אין הימל זאל זיין מיט דיר אין דיין רייזע
שטייט דאך אין גמרא אז די אייבערשטער זאגט אויף א בעל גאוה אז ער קען מיט אים נישט זיין צוזאמען... אז דו האסטעך געגעבן אזא קעפל ווי ''והאיש משה עניו מאוד'' האסטו דאך שוין די באשעפער מיט דיר
איז געגאנגען....

דיין חבר וואס קוקט ארויס פאר דיין הצלחה
שמחה'לע

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס וווינקל י"א כסלו התשפ"ב 14:22 #278307

  • משהלע
  • איצטיגע שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 32 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 3

א גוטן טייערע חברים, ב"ה היינט האב איך געהאט די זכי' צו ערשיינען נאכאמאל ביי אונז אין ביהמ"ד, נאכן זיין אפוועזנד פאר אפאר טעג, און אפצייכענען מיין פערטע טאג פאר אונזער הייליגע טאטע.

נישט יעדע מינוט פון די פיר טעג איז אנגעקומען לייכט עס איז אויך געווען שווערע מינוט'ן, אבער מיטן הילף פונעם הייליגען באשעפער זייענדיג אונטערן רושם פון די התחדשות איז עס נישט געווען צו שווער.

כן יעזור ה' להלאה פאר יעדעם איינעם מיט פרישע כוחות

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס וווינקל י"א כסלו התשפ"ב 14:33 #278308

  • משהלע
  • איצטיגע שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 32 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 3

א גוט יאר טייערע חבירים, שכינים דא אין ביהמ"ד "דקהל הד"א" כל אחד בשמו הטוב יבורך.

ענקער ווארימע באגריסונגען דערווארימען מען הארץ און גיבט מיר כח אנצוגיין און זיך שטארקן.

נישט איינמאל אין די פארגאנגענע טעג האב איך געטראכט, איך קען דאס נישט טון, איך באלאנג אין די הייליגע קהילה "הד"א", אדער וויאזוי וועל איך פילן ווען איך וועל דארפן אויפילן מיין "90 טעג" טשארט.

זאל ענק דער אויבערשטער באצאלן מיט א רוח טהרה און כל טוב

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס וווינקל י"א כסלו התשפ"ב 14:36 #278309

  • משהלע
  • איצטיגע שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 32 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 3
נאר בשמחה געשריבן on ח' כסלו התשפ"ב 12:21:



מ'פארציילט אויף אסאך צדיקים בפרט תלמידי בעל שם, אז ווען זיי זענען געקומען צו זייער רבי און אנגעהויבן נתקרב צו ווערן לדרך החסידות, האט די רבי זיי געזאגט, ''שוין א לאנגע צייט וואס איך ווארט אויף דיין נשמה''...
אונז דא אין הד''א האבן שוין א לאנגע צייט פארארבעט מעשים אז משה'לע זאל אהער קומען...., אונז האבן געפילט אז עפעס פעלט... און ב''ה אונז האבן דיך דא לייוו!


איך קען נאר צולייגן, אז מיין נשמה ווארט שוין א לאנגע צייט אויף די חיזוק וואס איך באקום דא אין די מקום קדוש.

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס וווינקל י"א כסלו התשפ"ב 15:49 #278316

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19

אה משה’לע האט אויך געטראפן זיין פלאץ! 
הדא איז א קהילה וואס האט א ביהמ”ד אויך, דו זעסט אויס גאנץ באקוועם דא.
גיי ווייטער א טאג נאך א טאג, ס’קומט גוטע צייטן

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס וווינקל י"א כסלו התשפ"ב 16:48 #278320

  • משהלע
  • איצטיגע שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 32 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 3

יאפ'ס ב"ה,
די עיקר לאמיר זיין Very Strong.

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס וווינקל י"א כסלו התשפ"ב 17:28 #278327

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1600
  • האט שוין געלייקט: 1072 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2546 מאל
  • קאָרמא: 43
משהלע געשריבן on י"א כסלו התשפ"ב 14:22:

נישט יעדע מינוט פון די פיר טעג איז אנגעקומען לייכט עס איז אויך געווען שווערע מינוט'ן, אבער מיטן הילף פונעם הייליגען באשעפער זייענדיג אונטערן רושם פון די התחדשות איז עס נישט געווען צו שווער.


ס'איז זייער א נארמאלע זאך, בפרט אנהייב, אבער אויך שפעטער, אז עס מאכן זיך שווערע שעות און מינוטן.
אדרבה, די חידוש איז אז עס זענען דא אויך גרינגע און געשמאקע זמנים... דאס קומט אונז געבן חיזוק אז מיטן אייבישטער הילף וועלן מיר אנקומען גאר הויעך און שטייגן העכער און העכער.
עס זעט אויס אז דו האסט אנגענומען ערסנט די זאך ב"ה.
די עיקר זיין אקטיוו און וויסן אז א געוואוינהייט פון יארן גייט נישט אוועק און אפאר טעג, אבער יעדע לאנגע הייבט אן מיט אן התחלה, און דאס האסטו שוין ב"ה געטוהן.

חזק ואמץ

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס ווינקל י"א כסלו התשפ"ב 19:19 #278341

  • משהלע
  • איצטיגע שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 32 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 3

עס איז נישט גוט.
אוי טאטע אין הימל, איך האב נישט געגלייבט אז ער וועט היינט אנקומען, דער מנוול זה, איך פיל מיך שרעקליך שלעכט.

אויב איינער קען מיר אויסקלארן, וואס עס הייסט א פאל, און וואס עס הייסט א גליטש?
איך האב מיך געלאזט פארשלעפן מיטן פראבירן צו טרעפן לעכער אינעם פילטער, עס איז מיר נישט געלונגען אריין צו גיין אין די שמוציגע וועב זייטלעך נאר צו קוקן אינדרויסן, איך וויל וויסן סיי לגבי די קוקן, און סיי לגבי די פראבירן אריין צו גיין און עס געלונגט נישט?
איך גלוסט נאך אביסל חיזוק, סיי אויב איך דארף נאך אמאל אנהייבן ציילן, און כש"כ אויב דארף איך ממשיך זיין, איז מיר ביטער שווער ממשיך צו זיין און נישט נאכאמאל שנעל דורכפאלן, ווייל עס איז שוין סיי ווי נישט גוט געווען.

לעצט פארראכטן: י"א כסלו התשפ"ב 19:20 דורך משהלע.

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס ווינקל י"א כסלו התשפ"ב 20:00 #278343

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1600
  • האט שוין געלייקט: 1072 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2546 מאל
  • קאָרמא: 43

על פי כללי הטשארט, א גליטש מיינט א נפילה פון הו"ז.

אונז דארפן וויסן אז די עצם זאך וואס אונזער מוח פארט גלייך צו לאסט און צו זיכן שמוץ, איז שוין די התחלה פון די גליטש. די הו"ז איז די סיום. אבער אויב מ'וועט רעכנען א גליטש יעדע התחלה פון זיכן שמוץ, וועט זיין זייער שווער זיך קענען האלטן.

איז השתדלות מוז מען טאקע טוהן נישט צוקומען בכלל צו א מצב פון זיכן שמוץ, אבער א גליטש ביים טשארט מיינט נאר ביים סיום.

עס זענען דא אזעלכע וואס זייער נסיון איז נאר מיט קוקן שמוץ, און ס'ברענגט זיי נישט צו הו"ז. קען זיין אז ביי זיי איז טאקע דא אנדערע כללים.

אזוי אויך, מיט די צייט און ווי מער מ'שטייגט, קען מען מאכן פארשידענע גדרים און כללים לויט ווי מ'האלט.


שטארק דיך ברודער. די נסיונות און שווערעקייטן זענען א חלק פון יעדן יצור נברא, כי לכך נוצרת. אונז דארפן טוהן אונזער השתדלות וויפל ס'איז בידינו, מיט אן אמתע אמתע החלטה, והקב"ה יעזרנו.

און פארגעס נישט אז דיין גאנצע עבודה איז נאר אויף היינט. טראכט נישט יעצט פון מארגן! זיי רואיג.

מיט הצלחה

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס וווינקל י"א כסלו התשפ"ב 22:08 #278346

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19
משהלע געשריבן on י"א כסלו התשפ"ב 16:48:

יאפ'ס ב"ה,
די עיקר לאמיר זיין Very Strong.


האהא, דו ביסט שוין א אונזעריגער!!
אויב איז דיין נסיון אויף אויסעקטן וואלט איך געזאגט רעכן נישט דעם פאל אויף דיין טשארט.
משה’לע, ס’ווארט דיר גאר גוטע צייטן!

און טאקע דער עיקר ~ BeVeryStrong 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס וווינקל י"א כסלו התשפ"ב 22:48 #278352

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 426
  • האט שוין געלייקט: 715 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 878 מאל
  • קאָרמא: 23

איך ווייס נישט וואס דו האסט אלץ געזען, אבער לויט די כללים פון די טשארט דארף מען ריסעטן אפילו נאר פארן קוקן (עכטע) שמוץ, און אפילו נאר פארן ליינען אויפרייצערישע זאכן (געשריבן מתוך זכרון...)

איך פאר מיר רעכן נישט פאר א פאל זוכן שמוץ, ביי מיר הייסט דאס אן אקט פון לאסט, אבער קוקן שמוץ ווענד זיך שוין לפי הענין

יבוא הדיינים וידיינו

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  
לעצט פארראכטן: י"א כסלו התשפ"ב 23:33 דורך שלום גאנץ.

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס וווינקל י"א כסלו התשפ"ב 23:32 #278357

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 426
  • האט שוין געלייקט: 715 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 878 מאל
  • קאָרמא: 23

משהלע איך פארשטיי פונקטליך די פילינג פון האבן האלבוועגס דורכגעפאלן - איך האב שוין געשריבן ערגעץ אז דאס איז איינע פון מיינע גרעסטע נסיונות - אבער די דארפסט וויסן די אמת דאס איז דער יצר אליין, מאך אפ ביי דיר אז יעצט ארבעסטו נאר אויף וואס עס ווערט גערעכענט א פאל אויף הד"א, אמת ס'איז נישט גענוג, און דו גייסט איין טאג ארבעטן אויף א שטערקערע לעוועל פון ריינקייט, אבער פאר יעצט ארבעסטו אויף דעם, מדארף נעמען בעבי סטעפס

אויך האט מען איינמאל געשריבן אז איינער האט געזאגט איך האב שוין היינט געמאכט אן עקסידענט מיט א קאר לאמיר שוין מאכן איינס מיט א טראק אויך...

געדענק אז דער באשעפער איז שטערקער פון אלעס און ער קען אונז האלטן ריין און אלע מצבים, בעט אים מיט אן אמת, און קוק נאר אויף פאראויס...

הצלחה רבה

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס ווינקל י"ב כסלו התשפ"ב 19:30 #278380

  • משהלע
  • איצטיגע שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 32 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 3

ב"ה א דאנק די חיזוק און סופארט האט מען זיך גלייך צוריק געכאפט, און היינט פארט מען שוין כמעט אויף די ריכטיגע רעלסן.
לגבי וואס עס איז פארגעקומען נעכטן, מיין נפש הבהמית האט געצויגן צו נישט ריכטיגע זאכן, און איך האב פראבירט אנצוקומען דערצו, אבער למעשה בין איך נישט אריין אין די לינק'ס, נישט ווייל איך האב מיך צוריק געהאלטן, נאר ווייל די פילטער האט נישט געלאזט, און איך האב פראבירט א צווייטע פלאץ, ווי עס איז אויך נישט געגאנגען, און אזוי ווייטער, אבער די בילד נעבן יעדע לינק האב איך יא געזעהן.

יעצט מיין נסיון האב איך טאקע בעיקר אויף קוקן בילדער סייטס וכו', יעצט מיין שאלה איז וויבאלד דאס וואס איך בין אוועק געגאנגען פון די ערשטע סייט איז עס נישט געווען מתוך התגברות, נאר פונקט פארקערט כדי צו זוכן א צווייטע סייט, וואס למעשה איז מיך דארט אויך נישט געלונגען אריין צו גיין, צו גייט עס אריין אין כלל 2 אדער כלל 4 אדער נישט?


  1. בכוונה מוז"ל זיין
  2. בכוונה קוקן שמוציגע וועב-זייטלעך
  3. בכוונה רופן שמוציגע טעלעפאן נומערן
  4. בכוונה אויפזוכן און ליינען אויפרייצנדע מאטעריאל
  5. ערגערע זאכן פון די אויבנדערמאנטע, וואס דארף נישט ארויסגעברענגט ווערן

בעצם וואלט איך לכשלעצמי יא אנגעהויבן נאכאמאל צו ציילן, נאר אזוי ווי איך קען מיין מדת הגאוה (כנראה משם הטעמע), און איך ווייס אז איך קען נישט דערליידן קיין דורכפאל, און איך וועל נאך יעדע קלייניקייט ווילן נאכאמאל אנהייבן צו ציילן, כדי זיך איינצורעדן אז פון יעצט און ווייטער וועל איך שוין זיין אינגאנצן גוט, און אזוי אויך וועל איך שפרינגן רבי סטעפס אויף אמאל, ממילא וויל איך וויסן ווער עס קען מיר פסק'ענען וואס עס איז די הלכה אין מיין פאל.

לעצט פארראכטן: י"ב כסלו התשפ"ב 19:31 דורך משהלע.

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס ווינקל י"ב כסלו התשפ"ב 20:06 #278381

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 95 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 315
  • האט שוין געלייקט: 827 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
  • קאָרמא: 16
.

פאר צוואנציג יאר איז אמעריקע געווען אין קריג אין אפגאניסטאן טאקע אסאך שוועריקייטן אדורך אבער די מיסיע איז אנגעגאנגען אין אלע טעראריסטן זענען געווען אינטערדרוקט ווי די טשיקנס פאר יום כיפור
פארלוירן האט מען נאר ווען??? ווען מ'האט אויפגעגעבן!!

Think about it

לעצט פארראכטן: י"ב כסלו התשפ"ב 21:44 דורך טשולענט.

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס ווינקל י"ב כסלו התשפ"ב 21:42 #278387

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 95 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 315
  • האט שוין געלייקט: 827 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
  • קאָרמא: 16
משהלע געשריבן on י"ב כסלו התשפ"ב 19:30:
בעצם וואלט איך לכשלעצמי יא אנגעהויבן נאכאמאל צו ציילן, נאר אזוי ווי איך קען מיין מדת הגאוה (כנראה משם הטעמע), און איך ווייס אז איך קען נישט דערליידן קיין דורכפאל, און איך וועל נאך יעדע קלייניקייט ווילן נאכאמאל אנהייבן צו ציילן, כדי זיך איינצורעדן אז פון יעצט און ווייטער וועל איך שוין זיין אינגאנצן גוט, און אזוי אויך וועל איך שפרינגן רבי סטעפס אויף אמאל, ממילא וויל איך וויסן ווער עס קען מיר פסק'ענען וואס עס איז די הלכה אין מיין פאל.


אויב טשולענט'ס מיינונג איז דיר עפעס ווערד העט איך דיר געזאגט אז דו האסט נישט באמת געוואלט אויסעקטן ווייל ווען יא וואלטסו שוין געטראפן דעם וועג... אין אז דו ביסט געבליבן  ריין איז א סימן אז באמת געוואלט בלייבן ריין

פאר צוואנציג יאר איז אמעריקע געווען אין קריג אין אפגאניסטאן טאקע אסאך שוועריקייטן אדורך אבער די מיסיע איז אנגעגאנגען אין אלע טעראריסטן זענען געווען אינטערדרוקט ווי די טשיקנס פאר יום כיפור
פארלוירן האט מען נאר ווען??? ווען מ'האט אויפגעגעבן!!

Think about it

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס ווינקל י"ב כסלו התשפ"ב 21:43 #278388

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 95 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 315
  • האט שוין געלייקט: 827 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
  • קאָרמא: 16
משהלע געשריבן on י"ב כסלו התשפ"ב 19:30:

ב"ה א דאנק די חיזוק און סופארט האט מען זיך גלייך צוריק געכאפט, און היינט פארט מען שוין כמעט אויף די ריכטיגע רעלסן.
לגבי וואס עס איז פארגעקומען נעכטן, מיין נפש הבהמית האט געצויגן צו נישט ריכטיגע זאכן, און איך האב פראבירט אנצוקומען דערצו, אבער למעשה בין איך נישט אריין אין די לינק'ס, נישט ווייל איך האב מיך צוריק געהאלטן, נאר ווייל די פילטער האט נישט געלאזט, און איך האב פראבירט א צווייטע פלאץ, ווי עס איז אויך נישט געגאנגען, און אזוי ווייטער, אבער די בילד נעבן יעדע לינק האב איך יא געזעהן.

יעצט מיין נסיון האב איך טאקע בעיקר אויף קוקן בילדער סייטס וכו', יעצט מיין שאלה איז וויבאלד דאס וואס איך בין אוועק געגאנגען פון די ערשטע סייט איז עס נישט געווען מתוך התגברות, נאר פונקט פארקערט כדי צו זוכן א צווייטע סייט, וואס למעשה איז מיך דארט אויך נישט געלונגען אריין צו גיין, צו גייט עס אריין אין כלל 2 אדער כלל 4 אדער נישט?


  1. בכוונה מוז"ל זיין
  2. בכוונה קוקן שמוציגע וועב-זייטלעך
  3. בכוונה רופן שמוציגע טעלעפאן נומערן
  4. בכוונה אויפזוכן און ליינען אויפרייצנדע מאטעריאל
  5. ערגערע זאכן פון די אויבנדערמאנטע, וואס דארף נישט ארויסגעברענגט ווערן


משה'לע די קומסט אריין מוראדיג גוט אין קלאר ס'גוט צו זעהן צו זעהן ווי דו לאזט זיך נישט אין דו ווילסט גיין אינגאנצען מיטן אמת. אמת'דיגקייט אדער האנעסטי איז זייער וויכטיג פאר אינז

די ניינציג טאג טשארט איז פון די בעסטע טולס דא אויפן סייט אינז דארפען  אכט געבן וויאזוי מען נוצט די טשארט כדאי די טול זאל זיין אפעקטיוו, אמאל איז כדאי צו גיין לחומרא מיט די טשארט אין אמאל פארקערט אין איך גלייב אז יעדער האט זיינע אייגענע רולס וואס עס הייסט א פאל אין וואס נישט 

פאר צוואנציג יאר איז אמעריקע געווען אין קריג אין אפגאניסטאן טאקע אסאך שוועריקייטן אדורך אבער די מיסיע איז אנגעגאנגען אין אלע טעראריסטן זענען געווען אינטערדרוקט ווי די טשיקנס פאר יום כיפור
פארלוירן האט מען נאר ווען??? ווען מ'האט אויפגעגעבן!!

Think about it

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס ווינקל י"ב כסלו התשפ"ב 21:47 #278389

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 95 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 315
  • האט שוין געלייקט: 827 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
  • קאָרמא: 16
משהלע געשריבן on י"ב כסלו התשפ"ב 19:30:

אבער די בילד נעבן יעדע לינק האב איך יא געזעהן.


וועלכע פילטער? איך האב זיך קיינמאל אנגעשטויסן אין דעם פראבלעם איך נוץ משומר (גדר איז די זעלבע)

פאר צוואנציג יאר איז אמעריקע געווען אין קריג אין אפגאניסטאן טאקע אסאך שוועריקייטן אדורך אבער די מיסיע איז אנגעגאנגען אין אלע טעראריסטן זענען געווען אינטערדרוקט ווי די טשיקנס פאר יום כיפור
פארלוירן האט מען נאר ווען??? ווען מ'האט אויפגעגעבן!!

Think about it

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס ווינקל י"ב כסלו התשפ"ב 22:44 #278396

  • משהלע
  • איצטיגע שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 32 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 3

יישר כח פארן מיך ווילן העלפן.
אבער ווער קען מיך ענטפערן אויף דעם?

לעצט פארראכטן: י"ב כסלו התשפ"ב 22:49 דורך משהלע.

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס ווינקל י"ב כסלו התשפ"ב 22:47 #278397

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19

איך מיין אז נאר דו אליין.
איך וואלט נישט ריסעט מיין טשארט, ווייל למעשה האסטו נישט געגליטשט אפילו האסט געוואלט.
דער אייבערשטער האט דיר געהיטן, דער אייבערשטער גייט דיר אייביג קאנטראלירן ממילא

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס ווינקל י"ב כסלו התשפ"ב 22:50 #278399

  • משהלע
  • איצטיגע שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 32 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 3
טשולענט געשריבן on י"ב כסלו התשפ"ב 21:42:

משהלע געשריבן on י"ב כסלו התשפ"ב 19:30:
בעצם וואלט איך לכשלעצמי יא אנגעהויבן נאכאמאל צו ציילן, נאר אזוי ווי איך קען מיין מדת הגאוה (כנראה משם הטעמע), און איך ווייס אז איך קען נישט דערליידן קיין דורכפאל, און איך וועל נאך יעדע קלייניקייט ווילן נאכאמאל אנהייבן צו ציילן, כדי זיך איינצורעדן אז פון יעצט און ווייטער וועל איך שוין זיין אינגאנצן גוט, און אזוי אויך וועל איך שפרינגן רבי סטעפס אויף אמאל, ממילא וויל איך וויסן ווער עס קען מיר פסק'ענען וואס עס איז די הלכה אין מיין פאל.


אויב טשולענט'ס מיינונג איז דיר עפעס ווערד העט איך דיר געזאגט אז דו האסט נישט באמת געוואלט אויסעקטן ווייל ווען יא וואלטסו שוין געטראפן דעם וועג... אין אז דו ביסט געבליבן  ריין איז א סימן אז באמת געוואלט בלייבן ריין

יישר כח פארן מיך ווילן העלפן.
עס איז אמת אז איך האב באמת נישט געוואלט, פשוט ווייל אונטערן באוואוסטזיין האב איך געטראכט פון מיין ווינקל און מיינע חבירים דא אין קהילתינו הק', נאר איך האב מיך געוואלט איין רעדן אז איך גיי נאר קוקן נישט געפערליכע זאכן, אבער למעשה שוין!!
אבער ווער קען מיך ענטפערן אויף דעם?

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס ווינקל י"ב כסלו התשפ"ב 22:55 #278400

  • משהלע
  • איצטיגע שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 32 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 3
BeVeryStrong געשריבן on י"ב כסלו התשפ"ב 22:47:

איך מיין אז נאר דו אליין.
איך וואלט נישט ריסעט מיין טשארט, ווייל למעשה האסטו נישט געגליטשט אפילו האסט געוואלט.
דער אייבערשטער האט דיר געהיטן, דער אייבערשטער גייט דיר אייביג קאנטראלירן ממילא


זייער קלאר באמת א יישר כח , דברי פי חכם חן.
איך מיין אז אונז וועל מיר זיך טאקע אזוי פירן.
וראיה לזה איז אז אויב גיי איך אנהייבן נאכאמאל, גייט עס נישט געשען היינט צוליב א קטנות המוחין, ממילא איז א ראיה אז עס ציט מיר נאכאמאל אנצוהייבן פשוט ווייל איך וויל אייביג זיין אין א הויכע מדריגה.

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס ווינקל י"ב כסלו התשפ"ב 23:07 #278401

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19

א חלק פון וואס איך האב מיר געלערנט זייט איך בין דא, איך האב ענדזשויט צו פאלן ווייל איך האב מיר געקענט פילן ווי א נעבעך, א וויקטים. ס’איז א געשמאקער געפיל אבער אונז ווייס מיר אלע ווי נאריש ס’איז.  
סאו לאז דיך נישט פון דעם קול אין דיין מח וואס זאגט דיר די שטותים, זאג צו דיר ”דער באשעפער גיט מיר די כוחות און איך וועל עס נעמען גאר ווייט און טיף מיטן שטענדיגן הילף פונעם רבוש”ע”.

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

לעצט פארראכטן: י"ב כסלו התשפ"ב 23:08 דורך BeVeryStrong.

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס ווינקל י"ב כסלו התשפ"ב 23:36 #278404

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 252 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 545
  • האט שוין געלייקט: 848 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
  • קאָרמא: 10

א גוט יאר טייערער הייליגער צדיק משה'לע שליט"א
קודם כל א קורצע באגריס, ברוך הבא בבית הד"א, יהא בואך לברכה ולטהרה אמן.

יעצט צו דיין פראגע, קלער איך אזוי.
וויבאלד דו האלטסט נאך גאר ביים אנפאנג, און ס'איז דיר נאך נישט קלאר וואס אן עפעקט עס וועט האבן אויף דיר, סיי דאס יא ריסעטן און סיי דאס נישט ריסעטן. אזוי ווי חברינו טשולענט האט ארויס געברענגט אטא דא אמאל איז בעסער יא צו ריסעטן אמאל נישט. און יעדער דארף אליין זען ביי זיך וואס ס'שטעלט אים מער אין פלאץ. ס'איז דא אזעלעכע וואס אויב גייט ער נישט דארפן ריסעטן גייט ער (נעבעך) זיך לאזן מער וואוילגיין און צוביסלעך ארויף ריקן די רויטע ליניע ביז וואו ס'הייסט א גליטש און נישט קיין פאל. ביי א צווייטן איז פארקערט, אויב ווייסט ער אז ער דארף יא ריסעטן, וועט ער מאכן פאזז פאר אפאר טעג און זיך טינקען אינעם צואה רותחת ביז ס'וועט ווערן תשכרו ותתערו, און נאכדעם נאכאמאל אנהייבן, וואס ווען ער וואלט נישט געדארפט ריסעטן וואלט עס נישט געשען און ער וואלט צוביסלעך זיך געקענט שטארקן אויף די (תאוות) עדיקשן.
און דאס איז א מציאות וואס קיינער קען נישט פסק'נען פאר א צווייטן, (חוץ א ספאנסער מיט וועם מ'ארבעט די 12 סטעפס, וואס ווי איך פארשטיי האסטו דאס נאכנישט) מ'דארף עס אליין שפירן.
אבער אזוי ווי דו האלטסט נאך ביי די ערשטע מאל, און האסט נאך נישט געשפירט ביי דיר אליין וואסערע עפעקט ס'האט אויף דיר.
ע"כ מיין איך לעניית דעתי, אז דו זאלסט דאס מאל טון דאס פארקערטע וואס עס ציעט דיך צו טון, אויב דו ווילסט זייער ריסעטן, ריסעט דוקא נישט, ווייל לכאורה קומט עס פון די השפעה פון די אלקאהל צו קענען טרינקען מער (ווען דו וועסט ליינען די ביג בוק וועסטו פארשטיין פארוואס איך רעד דא פון אלקאהל). וההיפך להיפך.
און נאך א שטיק צייט וועסטו שוין אליינס שפירן ביי דיר וועלכע מהלך עס ארבעט ביי דיר. ענד יא וויל טעיק איט פראם דעיר.
אבער איין מינוט, דאנט געט מי ראנג. איך וואונטש דיר אז דו זאלסט קיינמאל קיינמאל נישט האבן מער דעי פראגע, זאלסט מער קיינמאל נישט וויסן פון קיין דורכפאל און אויך נישט פון קיין גליטש, אפילו נישט קיין פיצי גליטש קיינמאל קיימאל קיינמאל. אמן.
צום שלוס וואונטש איך דיר מעומק לבבי אסאך אסאך הצלחה אין דיין רייזע לטהרה.
ועיקר העיקרים. דערשרעק דיך בכלל נישט פון קיין דורכפעלער. מיר זענען בכלל נישט דא אויף נישט דורכצופאלן, מיר זענען דא אויף צו פייטן פייטן פייטן און נישט אויפגעבן דעם פייט סיי פון אויבן און סיי פון אונטן. ווילאנג דו פייטס מיט אן אמת ביסטו דער געווינער, נישט קיין חילוק ווי אזוי דו זעסט אויס, און נישט קיין חילוק וויפיל טעג דו האסט.
עלה והצלח
ידידך ואטהר ואתקדש

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס ווינקל י"ג כסלו התשפ"ב 22:20 #278448

  • משהלע
  • איצטיגע שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 32 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 3
BeVeryStrong געשריבן on י"ב כסלו התשפ"ב 23:07:

א חלק פון וואס איך האב מיר געלערנט זייט איך בין דא, איך האב ענדזשויט צו פאלן ווייל איך האב מיר געקענט פילן ווי א נעבעך, א וויקטים. ס’איז א געשמאקער געפיל אבער אונז ווייס מיר אלע ווי נאריש ס’איז.  
סאו לאז דיך נישט פון דעם קול אין דיין מח וואס זאגט דיר די שטותים, זאג צו דיר ”דער באשעפער גיט מיר די כוחות און איך וועל עס נעמען גאר ווייט און טיף מיטן שטענדיגן הילף פונעם רבוש”ע”.


ממש אזוי פלעג איך פילן, נאר אויף א צווייטע נקודה, איך פלעג פילן פארוואס זאל איך ממשיך זיין נאכן דורכפאלן, לאמיר ענדערש אנהייבן נאכאמאל, וואס פון יעצט און ווייטער וועל איך שוין אייביג בלייבן הייליג און ערליך, פארשטייט זיך אז עס הייבט זיך נישט גלייך אן, נאר מ'וועט שוין ווארטן אויף א גוטע געלעגנהייט אנפאנג וואך/חודש/יאר, און פארשטייט זיך אז אזוי פאלט מען אויך שנעלער דורך, ווייל מ'פילט נישט קיין סיפוק, ווייל מ'קומט נישט אן אין ערגעץ.

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס ווינקל י"ג כסלו התשפ"ב 22:24 #278449

  • משהלע
  • איצטיגע שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 32 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 3
ואטהר ואתקדש געשריבן on י"ב כסלו התשפ"ב 23:36:

א גוט יאר טייערער הייליגער צדיק משה'לע שליט"א
קודם כל א קורצע באגריס, ברוך הבא בבית הד"א, יהא בואך לברכה ולטהרה אמן.

יעצט צו דיין פראגע, קלער איך אזוי.
וויבאלד דו האלטסט נאך גאר ביים אנפאנג, און ס'איז דיר נאך נישט קלאר וואס אן עפעקט עס וועט האבן אויף דיר, סיי דאס יא ריסעטן און סיי דאס נישט ריסעטן. אזוי ווי חברינו טשולענט האט ארויס געברענגט אטא דא אמאל איז בעסער יא צו ריסעטן אמאל נישט. און יעדער דארף אליין זען ביי זיך וואס ס'שטעלט אים מער אין פלאץ. ס'איז דא אזעלעכע וואס אויב גייט ער נישט דארפן ריסעטן גייט ער (נעבעך) זיך לאזן מער וואוילגיין און צוביסלעך ארויף ריקן די רויטע ליניע ביז וואו ס'הייסט א גליטש און נישט קיין פאל. ביי א צווייטן איז פארקערט, אויב ווייסט ער אז ער דארף יא ריסעטן, וועט ער מאכן פאזז פאר אפאר טעג און זיך טינקען אינעם צואה רותחת ביז ס'וועט ווערן תשכרו ותתערו, און נאכדעם נאכאמאל אנהייבן, וואס ווען ער וואלט נישט געדארפט ריסעטן וואלט עס נישט געשען און ער וואלט צוביסלעך זיך געקענט שטארקן אויף די (תאוות) עדיקשן.
און דאס איז א מציאות וואס קיינער קען נישט פסק'נען פאר א צווייטן, (חוץ א ספאנסער מיט וועם מ'ארבעט די 12 סטעפס, וואס ווי איך פארשטיי האסטו דאס נאכנישט) מ'דארף עס אליין שפירן.
אבער אזוי ווי דו האלטסט נאך ביי די ערשטע מאל, און האסט נאך נישט געשפירט ביי דיר אליין וואסערע עפעקט ס'האט אויף דיר.
ע"כ מיין איך לעניית דעתי, אז דו זאלסט דאס מאל טון דאס פארקערטע וואס עס ציעט דיך צו טון, אויב דו ווילסט זייער ריסעטן, ריסעט דוקא נישט, ווייל לכאורה קומט עס פון די השפעה פון די אלקאהל צו קענען טרינקען מער (ווען דו וועסט ליינען די ביג בוק וועסטו פארשטיין פארוואס איך רעד דא פון אלקאהל). וההיפך להיפך.
און נאך א שטיק צייט וועסטו שוין אליינס שפירן ביי דיר וועלכע מהלך עס ארבעט ביי דיר. ענד יא וויל טעיק איט פראם דעיר.
אבער איין מינוט, דאנט געט מי ראנג. איך וואונטש דיר אז דו זאלסט קיינמאל קיינמאל נישט האבן מער דעי פראגע, זאלסט מער קיינמאל נישט וויסן פון קיין דורכפאל און אויך נישט פון קיין גליטש, אפילו נישט קיין פיצי גליטש קיינמאל קיימאל קיינמאל. אמן.
צום שלוס וואונטש איך דיר מעומק לבבי אסאך אסאך הצלחה אין דיין רייזע לטהרה.
ועיקר העיקרים. דערשרעק דיך בכלל נישט פון קיין דורכפעלער. מיר זענען בכלל נישט דא אויף נישט דורכצופאלן, מיר זענען דא אויף צו פייטן פייטן פייטן און נישט אויפגעבן דעם פייט סיי פון אויבן און סיי פון אונטן. ווילאנג דו פייטס מיט אן אמת ביסטו דער געווינער, נישט קיין חילוק ווי אזוי דו זעסט אויס, און נישט קיין חילוק וויפיל טעג דו האסט.
עלה והצלח
ידידך ואטהר ואתקדש


מורא'דיג שטארק און זייער קלאר באמת א גרויסן יישר כח 
זאל דער אייבערשטער העלפן אז עס זאל שוין "ואטהר ואתקדש" בקדושה של מעלה

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס ווינקל י"ג כסלו התשפ"ב 23:38 #278451

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 61
  • האט שוין געלייקט: 269 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל
  • קאָרמא: 4

איך נעם רשות הדיבור, יישר כח
איך לייג פאר א הצעה,
אויב ביזטו דורכגעפאלן און געזוכט שמוץ, און למעשה איז עס נישט געלונגען, האט דיך דער אייבערשטער אפגעהיטן.
און מיין פארשטאנד זאגט מיר, אז אויב איינער איז נאכגעגאנגען שמוץ, און ער האט טאקע געזען, אבער למעשה ערגעץ וואו אינמיטן האט ער זיך מתגבר געווען, יהי' איך שיהי' באיזה מצב שיהי', אויב האט ער נישט געענדיגט די עבירה עד הסוף, נאר ער האט זיך מתגבר געווען, הייסט עס נישט א דורכפאל, אז מען זאל עס דארפן אפדעיטן,
למשל איינער ח"ו האט צוטירט צו שמוץ, און ער איז שוין דארט, ער זעט שוין, אבער ער געבט זיך א כאפ, און לויפט אוועק, טאקע א הלכה'דיגע דורכפאל, א ראי' אסורה, אבער עס צו רעכענען פאר א דורכפאל אין די וועג ארויס פון סטראגעל הייסט עס נישט, לכאורה.
דעס וואס איך פארשטיי, איך מיין אז איך האב עס שוין געשריבן ערגעץ, אדרבה איינער וואס פארשטייט בעסער זאל ביטע אויסקלארן

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס ווינקל י"ד כסלו התשפ"ב 07:50 #278458

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 631 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 461
  • האט שוין געלייקט: 450 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל
  • קאָרמא: 16

יום ליבשה טייערע, דו זאגסט דאך אזוי זיס, ואביא לך ראי' מן התורה אז דיינע ליכטיגע ווערטער זענען שטאנדהאפטיג.

לאמיר כאפן א בליק אויף די גרעסטע סימבאל פון קדושה: אונזער הייליגע ערשטע מלך יוסף הצדיק, שטייט זיך א אינגער בחור'ל אליין אליין אין מצרים די גרעסטע מקום זוהמה ושטיפת זנות אין די וועלט און זייך בעל הבית'טע איז איהם משדלת בדברים איינמאל און נאכאמאל זי רעדט צו איהם שיין און זאגט איהם צו דאס בעסטע פון די וועלט עפרות זהב וכסף, ווען ער ווייזט איר צוריק איינמאל און נאכאמאל קומט זי מיט די שטעקן מהלך, זי סטראשעט איהם מיטן ערגסטן אבער ער ווערט נישט געבראכן ביי זיך, ער שטארק זיך אויף די ריזיגע אומבאגרייפליכע נסיון און ער איגנארירט איר, ביז די טאג איז אנגעקומען ויהי כהיום הזה ואין איש מאנשי הבית שם בבית, די הויז איז ליידיג און איזאלירט אויסער צוויי אירע, יוסף הצדיק וועם עס האט נישט אינטערעסירט די נארישע חגאות פון די מצריים און אשת אדוניו וואס האט זיך ארויסגעדרייט פון גיין צו די פייערונגען מיט א תירוץ אז זי שפירט נישט גוט, אבער ווילדע און שלעכטע פלענער וועבן זיך ביי איר, זאגט די הייליגע גמרא אין סוטה ויהי כהיום הזה ויבא הביתה לעשות מלאכתו א"ר יוחנן מלמד ששניהם לדבר עבירה נתכוונו, א פחד א שרעק, יוסף האט נאך די ריזיגע אומגעהויערע דרוק זיך געבראכן און ער קלערט לעשות מלאכתו ולדבר עבירה כיון, ס'האט שוין געהאלטן אט אט, אבער יוסף הצדיק כאפט זיך ביים קאפ, געוואלד און געשריגן, וואס גייט איך דא טוען, איך גיי פארלירן מיין חלק אין כלל ישראל און אין עולם הבא, איך האב אפשר אלע תירוצים דורכצופאלן, די נסיון איז אזוי שטארק, ממש נישט מעגליך זיך צו האלטן, אבער ער געדענקט אז דאס איז אלעס נאר תירוצים און פותי היצר, ער שטארקט זיך און ער איז נועץ ידיו בקרקע ויצאה שכבת זרעו מבין ציפורני ידיו וינס החוצה.
וואס עס האט איהם געברענגט דעמאלסט איז ידוע, זיין אדון האט איהם געוואלט הרג'נען למעשה האט ער איהם "נאר" אריינגעשליידערט אין טורמע וואו ער זאל שמאכטן זיין גאנץ לעבן צווישן פאברעכער און אונטערוועלטניקעס, אבער דאס איז נאר געווען פאר דעמאלסט, לעלמי עד איז איהם געבליבן די ריזיגע זכות פון ביישטיין א נסיון און ער באקומט די נאמען "הצדיק", זיין שכר איז אויך גאר גרויס, ער איז דער איינציגסטער שבט וואס זיינע קינדער ווערן געציילט תווישן די שבטי י-ה, מנשה ואפרים כראובן ושמעון יהיו לי, יעקב זאגט פאר יוסף, מנשה און אפרים זענען לי, זיי זענען מיינע פונקט ווי אלע מיינע אנדערע הייליגע קינדער.

יא, יוסף האט שוין געהאלטן ביים דורכפאלן, בעצם איז שוין געווען דערנאך, יצאה שכבת זרעו מבין ציפורני ידיו, אבער ער איז זיך נאכאלס מתגבר און ער לאזט זיך נישט ווערן מער אראפגעשלעפט פונעם יצר הרע, מ'וואלט געקענט קלערן אז למעשה איז ער דורכגעפאלן און די מעשה איז דערנאך, אבער ניין, ער איז די גרעסטע און הייליסטע פון צווישן די שבטי י-ה.

זייט זיכער ברודער, אז סוף הכבוד לבא, ווען אונז וועלן מיטן אויבערשטענס הילף אנקומען צו אונזער ענדגילטיגע ציל, בעת ביאת ינון נאכן תיקון העולם במהרה יכרו וידעו כל יושבי תבל אז דייקא אונז זענען די וועלכע האבן נענטער געברענגט און פארשנעלערט משיח'ס טאג און געברענגט אז עס זאל שוין ענדליך זיין די תיקון העולם במלכות ש-ד-י, במהרה דידן, אמן.

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס ווינקל י"ד כסלו התשפ"ב 09:17 #278464

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1600
  • האט שוין געלייקט: 1072 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2546 מאל
  • קאָרמא: 43

שכח שלום אהליך, זייער שיין און שטארק ארויסגעברעגנט

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

לעצט פארראכטן: י"ד כסלו התשפ"ב 09:18 דורך נישט שפעט.

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס ווינקל י"ד כסלו התשפ"ב 18:26 #278510

  • משהלע
  • איצטיגע שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 32 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 3

זייער שיין ארויס געברענגט שלום.
עס האט מיר ממש בארירט ביז טרערן, זיך אריינלייגנדיג אביסל וויפיל עס איז שייך אין דו מצב פונעם צדיק הדורות יסף הצדיק, עס איז שווער משיג צו זיין ווי אזוי ער האט עס בייגעשטאנען.
עס מוז זיין אז אונזער ליבער טאטע שיקט אונז נישט קיין נסיונות וואס אונז קען מיר נישט ביישטיין.

לעצט פארראכטן: י"ד כסלו התשפ"ב 18:27 דורך משהלע.

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס ווינקל כ' כסלו התשפ"ב 13:09 #278683

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1600
  • האט שוין געלייקט: 1072 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2546 מאל
  • קאָרמא: 43

משהלע משהלע וואו ביסטו?
שוין אפאר טעג וואס מ'זעהט דיר נישט.
באלד וועט בתיה, פרעה'ס טאכטער, קומען און אויסשטרעקן איר לאנגע האנט דיר אהער ברענגען.

קום דערצייל

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: והאיש משה עניו מאד - משה'לעס ווינקל כ' כסלו התשפ"ב 15:20 #278692

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 102 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 193
  • האט שוין געלייקט: 421 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל
  • קאָרמא: 10

גם אני מצטרף

ומכאן הקריאה יוצאה

אז איינער טרעפט משה'לע זאל אים זאגן אז זיינע חברים אין ק''ק הד''א ווארטן פאר אים בכליון ענים!

האסט אנגעהויבן מיט א שטורעם, לאז נישט די שטורעם זאל דיך אוועקפירן!

  • בלאט:
  • 1
  • 2
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 2.00 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא