ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: א גאנץ יאר דיימאנטן 5468 באזוכער

א גאנץ יאר דיימאנטן ב' שבט התשפ"ב 2:00 AM #280188

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 219 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 219 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 1495
  • האט שוין געלייקט: 486 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1196 מאל

מיט א קארגע טאג צוריק, ליל ר"ח שבט האט זיך אנגעפאנגען מיין רייזע פיבער מיט נייע ריינע טעג, הגם ס'איז נישט די ערשטע און אויך נישט די הונדערטסטע מאל וואס איך איך הייב אן פונדאסניי, אבער דאס בין איך א כח היחיד, וואס קומט אריין צו א כח הרבים, מיט חיזוק וכדו' אנצוגיין און נישט פאלן, ווייל די שבע יפול צדיק וקם איז שוין געווען כפלי כפלים, (אפשר איז אלפים יפול רשע (אדער בינינו) וקם). און איך דאנק טאקע דעם אייבירשטן אז ש'לוחים ט'ובים ב'עזרינו ש'נהיה ב'מהרה ט'הור ב'שמירה ש'לימות.
און אצינד בעט איך טאקע א תפילה לנורא עלילה דער אייבירשטער זאל מיר טאקע געבן די כוחות ס'זאל זיין ש'מרם ב'רכם ט'הרם, זיך צו היטן בשמירה יתירה צו ווערן געבענטשט מיט א ברכה יתירה אז איך זאל קענען זיין אינגאנצן ריין בטהרה יתירה.
און ס'זאל שוין זיין היי יאר ת'הא ש'נת פ'דות ב'מהרה אדער פ'דוים ב'רנה אדער פ'דה ב'שלום אדער ב'מהרה ת'הא פ'דיון ש'בוים צו ווערן אויסגעלייזט מיט א גאולה כללית, אבער ביז צו די קרעטשמע א גאולה פרטית, אז איך זאל קענען זוכה זיין להנות מזיו השכינה מיט מיינע צוויי דיימאנטן, דאס וועט זיין נאר דורכן עס אפהיטן לשמור ולעשות ולקיים את כל דברי תלמוד תורתך באהבה

די תהלים ווינקל איז אפדעיטעד

האסט שוין געזאגט די טעגליכע קאפיטל?

איך נעם די פילסטע אחריות אויף אלע מיינע מעשים וואס איך טוה, איך באשולדיג נישט דערויף אנדערע. - איך טוה מיך אבער לאזן העלפן פון אנדערע...
לעצט פארראכטן: י"ג תמוז התשפ"ב 9:17 AM דורך שיע.

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ב' שבט התשפ"ב 2:59 AM #280190

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1503 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 1503 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2009
  • האט שוין געלייקט: 3499 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3050 מאל
שלום עליכם!!!

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן אדער דורך וואטס אפפ איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ב' שבט התשפ"ב 11:01 AM #280194

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 219 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 219 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 1495
  • האט שוין געלייקט: 486 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1196 מאל

ב' שבט
יומ"ד הרה"ק ר"ר משולם זושא מהאניפאלי זיעועכי"א, ביזדערווייל ריין ב"ה, שני ימים לטהרה,
שוין ב"ה אויסגעמעקט עטליכע זאכן פון מיין סעלפאון וואס האט נישט געטויגט.
איך שעם מיך אביסל צו זאגן, אבער דער אמת איז אז די בילדער וכדו' זענען געווען פון מיר אליינס, וואס איך האב געכאפט אין א שוואכע מינוט ווען איך בין עוסק רח"ל און רציחה ממש (זוה"ק), און זיך געוואלט אוועקלייגן פאר אנדערעס מאל צו קענען זעטיגן דעם אויג ס'זאל צוברענגען צו נאך (משביעו רעב..), און אויך ליידער צו שיקן פאר אנדערע...
אזוי אויך איז היינט שוין לאאאאאאאאאאאאאנג נישט געווען אזא ריינע מקוה, ריינע אויגן, און ריינע הענט, דאס מאל האט די מקוה עכט געהאט דעם תועלת וואס א מקוה דארף צו מאכן, ניי געבוירן, לאמיר האפן ס'זאל בלייבן די התחדשות.
דער באשעפער זאל העלפן דאס זאל ברענגען א רוח טהרה ממרום זיך צו קענען שטארקן און זיך דערהייבן העכער און העכער...

די תהלים ווינקל איז אפדעיטעד

האסט שוין געזאגט די טעגליכע קאפיטל?

איך נעם די פילסטע אחריות אויף אלע מיינע מעשים וואס איך טוה, איך באשולדיג נישט דערויף אנדערע. - איך טוה מיך אבער לאזן העלפן פון אנדערע...

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ב' שבט התשפ"ב 11:40 AM #280196

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 162 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 162 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • הדר פשטה נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא
  • מעלדונגען: 328
  • האט שוין געלייקט: 185 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 535 מאל

ברוכים הבאים צוויי דיימאנטן שיחי'
קומסט אריין מיט א שטארקע רצון, ה' זאל דיר באגלייטן און ס'זאל דיר גוט גיין!

איך האב מיר אויסגערעדט דאס הארץ פאר מיינע חנוכה ליכט, איך האב זיי אלעס פארציילט. איך האב זיכער געמאכט אז מיינע טרערן זאלן זיי נישט פארלעשן.
זיי האבן מיר נישט גע'ענטפערט.
זיי האבן מיר געקוקט אין די אויגן אריין - און געשיינט.
ליכטיגקייט איז געווען דער ענטפער.

---
נישט יעדע מלחמה ענדיגט זיך מיט א קלינגעדיגן נצחון,
אבער יעדער אנטשלאסענער קעמפער איז א העלד.

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ב' שבט התשפ"ב 12:09 PM #280199

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 496
  • האט שוין געלייקט: 663 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 611 מאל

הייליגער צוויי דיאמאנטן, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, השי"ת יעמוד על ימינך והוא יהי' בעוזריך. 
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דיינע געשמאקע ראשי תיבות'ער זאלן טאקע נתמלא ווערן, און דיינע ווארעמע בקשות זאלן ערפילט ווערן.
דו ביזט אריינגעקומען מיט א מורא'דיגע אנטשלאסנקייט, דער אייבערשטער זאל דיר העלפן.

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ב' שבט התשפ"ב 12:19 PM #280203

  • יוסי וויל זיין וואויל
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 231 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 525
  • האט שוין געלייקט: 962 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

הייליגע צוויי דיימאנטען
קודם שלום עליכם הצלחה אויף דיין רייזע  פארגעס נישט צו זאגן תפילת הדרך

האלט קאפ די דעיסטענעשען איז יעדע מינוט  יעדע מחנוט ריין איז א געוואונסט  און אנגעקומען צום ציל  אבער גיי ווייטער צום נעקס ציל 
טוט דיר אן דיין סיט פעלט און האב אסאך הצלחה 
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך
ידידך 
יוסי

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ב' שבט התשפ"ב 1:00 PM #280208

  • נישט שפעט
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2553
  • האט שוין געלייקט: 1255 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 4063 מאל

ברוכים הבאים טייערע חבר
דו הערסט זיך ב"ה מיט א פעסטקייט.
די אייבישטער זאל דיר העלפן דיין וועג זאל דיר קומען מיט רואיגקייט און סיפוק הנפש.

וועגן וואס דו שרייבסט, עמך אנכי בצרה, ידעתי את מכאובך. נישט פשוט.
האסט געטוהן א מוראדיגע טריט.
די אייבישטער זאל דיר געבן די כוחות אויף ווייטער.

אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל אֲדֹנָ"י אֶתְחַנָּן.
מַה בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל שָׁחַת הֲיוֹדְךָ עָפָר הֲיַגִּיד אֲמִתֶּךָ.
שְׁמַע ה' וְחָנֵּנִי ה' הֶיֵה עֹזֵר לִי.

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ב' שבט התשפ"ב 2:03 PM #280213

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1503 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 1503 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2009
  • האט שוין געלייקט: 3499 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3050 מאל

דו ביסט גוטע נייעס!!!

גיי ווייטער אן מיט א פעסטקייט!

איך גיי נישט אין מקוה…

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן אדער דורך וואטס אפפ איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ב' שבט התשפ"ב 2:44 PM #280216

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 628
  • האט שוין געלייקט: 961 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל

דער קומט אריין גאר שטארק!

ברוכים הבאים!
און מזל טוב צו דיין התחלה!

זעהט מיר אויס אז דא קומט א געוואלדיגע עתיד.

די טיפעניש פון דיין נפש רעדט ארויס פון דיינע ווערטער.

ס'כדאי איבערצוליינען די אונטערשריפט 'נישט שפעט'

דאס איז עס, מיין לעבן איז געטוישט אויף אייביג. איך לייד פון א טויטליכע דיזיז. איך מוז מיך אויסלערנען א נייע מהלך החיים.

א. גרין'ס אשכול

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ב' שבט התשפ"ב 4:37 PM #280218

  • alefbeisveis
  • איצטיגע שטרעקע: 267 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 267 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 376
  • האט שוין געלייקט: 1725 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 351 מאל

ברוך הבא שני יהלומים.

איך פריי זיך צו יעדער חשובער נייער חבר. 
ס'הייסט, נאך א נארמאלע געזונטע מענטש וויל זיך העלפן. דו ביסט נישט קיין אויסנאם. 

אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 0.68 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא