ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3

טעמע: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם 823 באזוכער

שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ב' שבט התשפ"ב 2:00 AM #280188

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 64
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל
  • קאָרמא: 7

מיט א קארגע טאג צוריק, ליל ר"ח שבט האט זיך אנגעפאנגען מיין רייזע פיבער מיט נייע ריינע טעג, הגם ס'איז נישט די ערשטע און אויך נישט די הונדערטסטע מאל וואס איך איך הייב אן פונדאסניי, אבער דאס בין איך א כח היחיד, וואס קומט אריין צו א כח הרבים, מיט חיזוק וכדו' אנצוגיין און נישט פאלן, ווייל די שבע יפול צדיק וקם איז שוין געווען כפלי כפלים, (אפשר איז אלפים יפול רשע (אדער בינינו) וקם). און איך דאנק טאקע דעם אייבירשטן אז ש'לוחים ט'ובים ב'עזרינו ש'נהיה ב'מהרה ט'הור ב'שמירה ש'לימות.
און אצינד בעט איך טאקע א תפילה לנורא עלילה דער אייבירשטער זאל מיר טאקע געבן די כוחות ס'זאל זיין ש'מרם ב'רכם ט'הרם, זיך צו היטן בשמירה יתירה צו ווערן געבענטשט מיט א ברכה יתירה אז איך זאל קענען זיין אינגאנצן ריין בטהרה יתירה.
און ס'זאל שוין זיין היי יאר ת'הא ש'נת פ'דות ב'מהרה אדער פ'דוים ב'רנה אדער פ'דה ב'שלום אדער ב'מהרה ת'הא פ'דיון ש'בוים צו ווערן אויסגעלייזט מיט א גאולה כללית, אבער ביז צו די קרעטשמע א גאולה פרטית, אז איך זאל קענען זוכה זיין להנות מזיו השכינה מיט מיינע צוויי דיימאנטן, דאס וועט זיין נאר דורכן עס אפהיטן לשמור ולעשות ולקיים את כל דברי תלמוד תורתך באהבה

לעצט פארראכטן: ב' שבט התשפ"ב 11:02 AM דורך צוויי דיימאנטן.

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ב' שבט התשפ"ב 2:59 AM #280190

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1300 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 1300 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1809
  • האט שוין געלייקט: 3160 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2683 מאל
  • קאָרמא: 25
שלום עליכם!!!

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן אדער דורך וואטס אפפ איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ב' שבט התשפ"ב 11:01 AM #280194

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 64
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל
  • קאָרמא: 7

ב' שבט
יומ"ד הרה"ק ר"ר משולם זושא מהאניפאלי זיעועכי"א, ביזדערווייל ריין ב"ה, שני ימים לטהרה,
שוין ב"ה אויסגעמעקט עטליכע זאכן פון מיין סעלפאון וואס האט נישט געטויגט.
איך שעם מיך אביסל צו זאגן, אבער דער אמת איז אז די בילדער וכדו' זענען געווען פון מיר אליינס, וואס איך האב געכאפט אין א שוואכע מינוט ווען איך בין עוסק רח"ל און רציחה ממש (זוה"ק), און זיך געוואלט אוועקלייגן פאר אנדערעס מאל צו קענען זעטיגן דעם אויג ס'זאל צוברענגען צו נאך (משביעו רעב..), און אויך ליידער צו שיקן פאר אנדערע...
אזוי אויך איז היינט שוין לאאאאאאאאאאאאאנג נישט געווען אזא ריינע מקוה, ריינע אויגן, און ריינע הענט, דאס מאל האט די מקוה עכט געהאט דעם תועלת וואס א מקוה דארף צו מאכן, ניי געבוירן, לאמיר האפן ס'זאל בלייבן די התחדשות.
דער באשעפער זאל העלפן דאס זאל ברענגען א רוח טהרה ממרום זיך צו קענען שטארקן און זיך דערהייבן העכער און העכער...

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ב' שבט התשפ"ב 11:40 AM #280196

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 60 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 114 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • הדר פשטה נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא
  • מעלדונגען: 287
  • האט שוין געלייקט: 177 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 469 מאל
  • קאָרמא: 17

ברוכים הבאים צוויי דיימאנטן שיחי'
קומסט אריין מיט א שטארקע רצון, ה' זאל דיר באגלייטן און ס'זאל דיר גוט גיין!

איך האב מיר אויסגערעדט דאס הארץ פאר מיינע חנוכה ליכט, איך האב זיי אלעס פארציילט. איך האב זיכער געמאכט אז מיינע טרערן זאלן זיי נישט פארלעשן.
זיי האבן מיר נישט גע'ענטפערט.
זיי האבן מיר געקוקט אין די אויגן אריין - און געשיינט.
ליכטיגקייט איז געווען דער ענטפער.

---
נישט יעדע מלחמה ענדיגט זיך מיט א קלינגעדיגן נצחון,
אבער יעדער אנטשלאסענער קעמפער איז א העלד.
---

מען קען נישט ארויפגיין אויף א לייטער מיט צאמגעלייגטע הענט.

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ב' שבט התשפ"ב 12:09 PM #280199

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 186
  • האט שוין געלייקט: 404 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 8

הייליגער צוויי דיאמאנטן, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, השי"ת יעמוד על ימינך והוא יהי' בעוזריך. 
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דיינע געשמאקע ראשי תיבות'ער זאלן טאקע נתמלא ווערן, און דיינע ווארעמע בקשות זאלן ערפילט ווערן.
דו ביזט אריינגעקומען מיט א מורא'דיגע אנטשלאסנקייט, דער אייבערשטער זאל דיר העלפן.

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ב' שבט התשפ"ב 12:19 PM #280203

  • יוסי וויל זיין וואויל
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 42 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 26
  • האט שוין געלייקט: 36 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
  • קאָרמא: 2

הייליגע צוויי דיימאנטען
קודם שלום עליכם הצלחה אויף דיין רייזע  פארגעס נישט צו זאגן תפילת הדרך

האלט קאפ די דעיסטענעשען איז יעדע מינוט  יעדע מחנוט ריין איז א געוואונסט  און אנגעקומען צום ציל  אבער גיי ווייטער צום נעקס ציל 
טוט דיר אן דיין סיט פעלט און האב אסאך הצלחה 
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך
ידידך 
יוסי

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ב' שבט התשפ"ב 1:00 PM #280208

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 82 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 131 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1777
  • האט שוין געלייקט: 1117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2782 מאל
  • קאָרמא: 47

ברוכים הבאים טייערע חבר
דו הערסט זיך ב"ה מיט א פעסטקייט.
די אייבישטער זאל דיר העלפן דיין וועג זאל דיר קומען מיט רואיגקייט און סיפוק הנפש.

וועגן וואס דו שרייבסט, עמך אנכי בצרה, ידעתי את מכאובך. נישט פשוט.
האסט געטוהן א מוראדיגע טריט.
די אייבישטער זאל דיר געבן די כוחות אויף ווייטער.

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ב' שבט התשפ"ב 2:03 PM #280213

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1300 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 1300 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1809
  • האט שוין געלייקט: 3160 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2683 מאל
  • קאָרמא: 25

דו ביסט גוטע נייעס!!!

גיי ווייטער אן מיט א פעסטקייט!

איך גיי נישט אין מקוה…

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן אדער דורך וואטס אפפ איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ב' שבט התשפ"ב 2:44 PM #280216

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 178
  • האט שוין געלייקט: 240 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל
  • קאָרמא: 6

דער קומט אריין גאר שטארק!

ברוכים הבאים!
און מזל טוב צו דיין התחלה!

זעהט מיר אויס אז דא קומט א געוואלדיגע עתיד.

די טיפעניש פון דיין נפש רעדט ארויס פון דיינע ווערטער.

ס'כדאי איבערצוליינען די אונטערשריפט 'נישט שפעט'

הודאה על העבר: ה' העלית מן שאול נפשי !   בקשה על העתיד: וכוף את יצרינו להשתעבד לך !

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ב' שבט התשפ"ב 4:37 PM #280218

  • alefbeisveis
  • איצטיגע שטרעקע: 64 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 64 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 55
  • האט שוין געלייקט: 348 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
  • קאָרמא: 4

ברוך הבא שני יהלומים.

איך פריי זיך צו יעדער חשובער נייער חבר. 
ס'הייסט, נאך א נארמאלע געזונטע מענטש וויל זיך העלפן. דו ביסט נישט קיין אויסנאם. 

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ב' שבט התשפ"ב 7:30 PM #280226

  • משהלע
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 26
  • האט שוין געלייקט: 51 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל
  • קאָרמא: 4
ס'איז כדאי איבערצוליינען די אונטערשריפט 'נישט שפעט'

גא"מ א אינטערשריפט וואס האט מיר שוין געראטעוועט כמה פעמים

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ב' שבט התשפ"ב 11:58 PM #280235

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 64
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל
  • קאָרמא: 7

מיט א הודאה על העבר און א בקשה על העתיד טרעט איך אריין אין א נייע טאג (נאכט), מיטן ציהל צו דינען דעם אייבירשטן, איך בין אין זיינע הענט, און ס'פילט גוט דארט צו זיין, איך זאג ענק, מסתמא ווייסן ענק בעסער דערפון.

איך וויל נאר איין זאך אויסשמועסן דא, מיך אליינס קלאר מאכן, כדי אז אין א שוואכע מינוט זאל איך עס קענען איבערליינען, און יעדער האט די ערלויבעניש זיך עס אונטערצוהערן. איך וויל דא קלאר מאכן וואס מיין ציהל איז מיטן זיך מיטכאפן אויף דעם רייזע פון דעם נאבעלעם און שיינעם קהילה דא. וזהו:
מיין ציהל איז 'ריין', סיי הוז"ל און פארשטייט זיך ראיות המביאות לידי חטא.
איך וויל זיין נאנט צום אייבירשטן, קירבת אלקים לי טוב, און דאס דערווייטערט פונעם אייבירשטן דאס מאכט אז מ'זאל אפילו נישט פילן אז מ'איז דערווייטערט, איך וויל דינען דעם אייבירשטן ווייל איך האב אים ליב, איך וויל זיך מוסר נפש זיין צו טוהן זיין רצון, און ער האט מיך אויך ליב ער וויל איך זאל מיך שטארקן און בייקומען דעם יצר, און פארשטייט זיך אויף אזא אופן וויאזוי מען איז פארכאפט אין נעץ פילט מען אפילו נישט גוט דערפון, מ'פילט נישט צופרידן אז מ'האט עפעס דערגרייכט, ס'איז נישט אן אמתע הנאה, און ס'שלעפט נאר אראפ דעם מענטש צו נאך און נאך, און אלע היניזיכטן, די סדר היום ווערט פארפארן מער און מער צוליב אסאך סיבות, אין איין ווארט מ'האט גארנישט נישט עוה"ז און נישט עוה"ב, און אפילו די אייניגע סקונדען בשעת מעשה אויך נישט ווייל מ'ווייסט טיף טיף אז ס'איז נישט ריכטיג... משא"כ נאנטקייט צום אייבירשטן תורה ומעש"ט ברענגט אן אמתע הנאה און שלות הנפש.
און צו דעם וויל איך סוף כל סוף אנקומען, און פארדעם וויל איך אנטלויפן מיט די נשמה אין האנט (אן עס איבערלאזן דארט) צו א זיכערע פלאץ.
און אט בין איך אריינגעשפרינגען בנשימה אחת אט דא אהער, צו קענען פארווירקליכן מיינע פלענער. א דאנק פון פאראויס חברים פארן שטיין צוהילף, און בעיקר די חברי המערכת דא וואס זענען שוין אנטקעגן געקומען מיט ברייטע שטיצע, יעצט דארף איך זיך נאר לאזן העלפן...
געהערט פונקט א מעשה'לע פון א איד וואס איז אריינגעקומען צום זיין רבי'ן (יעדער קען זיך אויסמשלן וועלכע...) אז ער וויל זייער שטארק לערנען בהתמדה, און ער וויל בעטן דעם רבי'ן זאל אים אנוואונטשן אז ס'זאל עס טאקע קענען מקיים זיין, און טוהן למעשה וואס ער נעמט זיך אונטער.
דער צדיק מאכט זיך צו זיינע אויגן בעת דער חסיד שטייט ביי די זייט און קוקט זיך צו צו דעם פארכטיגן מראה ווי דער רבי שלעפט מסתמא אראפ פון הימל די כלים דערצו אים עס צו קענען שענקן...
ס'איז אדורך עטליכע סקונדען וואס האט זיך געשפירט באלד ווי מאה שערים אזוי לאנג, און דער רבי עפנט זיינע אויגן, און באלד הערט זיך מפה קדשו דעם קול ה' בהדר, "ביים אייבירשטן האסטו שוין גע'פועל'ט!!!" און דער רבי איז באלד ווייטער ממשיך, "יעצט דארפסטו נאר פועלן ביי דיך אליינס"....
והמבין יבין והמשכילים יבינו

לעצט פארראכטן: ג' שבט התשפ"ב 4:31 PM דורך צוויי דיימאנטן.

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ג' שבט התשפ"ב 12:01 AM #280236

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 64
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל
  • קאָרמא: 7

אגב, אז איהר ווילט, קענט איהר זיך אויך אונטערהערן מיינע דרשות פון דא

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ג' שבט התשפ"ב 4:23 PM #280249

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 64
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל
  • קאָרמא: 7

אויש!!

איך בין היינט געפאלן, זיך אויסגעגליטשט און מיר שטארק צוקלאפט.

לעצט פארראכטן: ג' שבט התשפ"ב 4:26 PM דורך צוויי דיימאנטן.

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ג' שבט התשפ"ב 4:26 PM #280250

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 178
  • האט שוין געלייקט: 240 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל
  • קאָרמא: 6

זיך שטארק צוקלאפן איז תלוי אין א מענטשענס בחירה

הודאה על העבר: ה' העלית מן שאול נפשי !   בקשה על העתיד: וכוף את יצרינו להשתעבד לך !

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ג' שבט התשפ"ב 4:28 PM #280251

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 64
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל
  • קאָרמא: 7

אזוי אויך האב איך היינט מיטגעהאלטן ווי מיין קינד ווערט נעבעך פארשמירט
און איך האב אים געוואלט העלפן זיך אפווישן..
און איך בין אויך מיטגעשמירט געווארן.
איי איי איי

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ג' שבט התשפ"ב 4:42 PM #280252

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 755 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 755 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 508
  • האט שוין געלייקט: 716 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 709 מאל
  • קאָרמא: 54
צוויי דיימאנטן געשריבן on ג' שבט התשפ"ב 4:28 PM:

אזוי אויך האב איך היינט מיטגעהאלטן ווי מיין קינד ווערט נעבעך פארשמירט
און איך האב אים געוואלט העלפן זיך אפווישן..
און איך בין אויך מיטגעשמירט געווארן.
איי איי איי


קענסט עס מסביר זיין?

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ג' שבט התשפ"ב 4:47 PM #280253

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 64
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל
  • קאָרמא: 7
יונה מצאה געשריבן on ג' שבט התשפ"ב 4:42 PM:

צוויי דיימאנטן געשריבן on ג' שבט התשפ"ב 4:28 PM:

אזוי אויך האב איך היינט מיטגעהאלטן ווי מיין קינד ווערט נעבעך פארשמירט
און איך האב אים געוואלט העלפן זיך אפווישן..
און איך בין אויך מיטגעשמירט געווארן.
איי איי איי


קענסט עס מסביר זיין?


צום ערשט טראכט דו וואס עס קען מיינען, און אז דו וועסט נישט צוטרעפן ריכטיג כאטש בערך, וועל איך בכבודי ובעצמי דערציילן די מעשה שהיה

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ג' שבט התשפ"ב 4:55 PM #280254

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 755 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 755 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 508
  • האט שוין געלייקט: 716 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 709 מאל
  • קאָרמא: 54
צוויי דיימאנטן געשריבן on ג' שבט התשפ"ב 4:47 PM:

יונה מצאה געשריבן on ג' שבט התשפ"ב 4:42 PM:

צוויי דיימאנטן געשריבן on ג' שבט התשפ"ב 4:28 PM:

אזוי אויך האב איך היינט מיטגעהאלטן ווי מיין קינד ווערט נעבעך פארשמירט
און איך האב אים געוואלט העלפן זיך אפווישן..
און איך בין אויך מיטגעשמירט געווארן.
איי איי איי


קענסט עס מסביר זיין?


צום ערשט טראכט דו וואס עס קען מיינען, און אז דו וועסט נישט צוטרעפן ריכטיג כאטש בערך, וועל איך בכבודי ובעצמי דערציילן די מעשה שהיה


עס קען מיינען פארשידענע זאכן. 
מיין שאלה צו דעם איז: צו דאס רייניגן דיין קינד האט דיר דירעקט געטריגערט? און געברענגט אז דו זאלסט ווערן פארשמירט?
צו מיינט דאס אז דו ביסט עטרעקטעט צו קינדער? 
אדער פשוט א שיינע מליצה?
איך בין פשוט נייגעריג צו פארשטיין.
אויב דו קענסט מסביר זיין. 

יונה'לע

לעצט פארראכטן: ג' שבט התשפ"ב 4:56 PM דורך יונה מצאה.

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ג' שבט התשפ"ב 11:07 PM #280261

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 64
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל
  • קאָרמא: 7

אקעי, נאך אזויפיל מוטשענישן דא און פריוואט, וועל איך ענטפערן וואס די מעשה איז געווען
מיין אינגעלע שיחי"ו איז אהיימגעקומען היינט פון חדר פענטיג זיין הענט פנים וכו', דערציילענדיג מיט פרייד אז מ'האט געפעינט היינט אין חדר מכת חושך מיט שווארצע פעינט...
בקיצור די ערשטע זאך בין איך געגאנגען מיט אים צום סינק און אים אפגעוואשן, פארשטייט זיך איך האב מיט וואסער אפגעריבן די פעינט פון זיין הענט, אים פריילאזנדיג גיב איך א קוק אויף מיין הענט, און איך זעה נישט מער און נישט ווייניגער ווי ס'איז שווארץ... 
פארשטייט זיך איך האב עס גלייך אויך אפגעוואשן, און שלום על ישראל!
פארוואס פארצייל איך דא די עפיזאד?
אריין צו נעמען אין קאפ אריין, יא! מ'ווערט נעבעך אסאך מאל פארשמירט, אסאך מאל קומט עס ווייל מען איז אריינגעשלעפט געווארן אומווילנדיג אין א שמועס מיט איינעם וואס טויג נישט, ווייל מ'האט אנגעפאנגען קוקן זאכן, אדער טוהן זאכן, וואס מיינענדיג אז ס'איז נישט געפערליך, און ס'איז גאנץ גוט, איז מען אבער געווארן דערנאך אריינגעשלעפט געווארן אין ערגער'ס... עד שאומר לך היצר לך ועבוד ש"ז וכו', והולך ועשה מה שעשה, און דאס מאל איז עס שוין אפילו געצווינגענערהייט (!) געווען וועלנדיג (ד"ה מ'האט זייער גוט געוואוסט וואס מ'גייט דא טוהן, אבער מ'איז שוין געווען משוקע בתוכו און זיך נישט געקענט העלפן...)
דארף מען אבער וויסן, יא איך בין טאקע פארשמירט געווארן דורך א קייט וואס האט געשלעפט פון אן אנדערע זאך ביז אהין, אבער וויש דיך שנעל אפ! הער נישט אויס די שטן וואס זאגט, נע, קוק אהער, ביסט דאך סייווי שמוציג געווארן, מאך דיך נאך שמוציג, היינט איז שוין דערנאך, ביסט סייוויי דורכגעפאלן, בלייב שווארץ... נאר שנעל גיב דיך א וואש אפ, און שלום על ישראל.
אויב ווילסטו יא יא בלייבן שווארץ, וויבאלד דו ביסט שוין סייווי שווארץ, דאן קומענדיגע מאל די ווערסט אומוועלנדיג פארשמירט דיין בעקיטשע פון טאמעיטע דיפ, וויש עס נישט אפ, נאר טראכט, איך בין שוין סייווי פארשמירט, לאז מיך שוין ענדיגן די סעודה אזוי, לאז מיך שוין גיין אין שוהל אזוי, לאמיך זיך נאכאמאל פארשמירט ביי של"ש וועלנדיג...

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ג' שבט התשפ"ב 11:28 PM #280262

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 126 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1174
  • האט שוין געלייקט: 5968 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
  • קאָרמא: 22
צוויי דיימאנטן געשריבן on ג' שבט התשפ"ב 11:07 PM:

אקעי, נאך אזויפיל מוטשענישן דא און פריוואט, וועל איך ענטפערן וואס די מעשה איז געווען
מיין אינגעלע שיחי"ו איז אהיימגעקומען היינט פון חדר פענטיג זיין הענט פנים וכו', דערציילענדיג מיט פרייד אז מ'האט געפעינט היינט אין חדר מכת חושך מיט שווארצע פעינט...
בקיצור די ערשטע זאך בין איך געגאנגען מיט אים צום סינק און אים אפגעוואשן, פארשטייט זיך איך האב מיט וואסער אפגעריבן די פעינט פון זיין הענט, אים פריילאזנדיג גיב איך א קוק אויף מיין הענט, און איך זעה נישט מער און נישט ווייניגער ווי ס'איז שווארץ... 
פארשטייט זיך איך האב עס גלייך אויך אפגעוואשן, און שלום על ישראל!
פארוואס פארצייל איך דא די עפיזאד?
אריין צו נעמען אין קאפ אריין, יא! מ'ווערט נעבעך אסאך מאל פארשמירט, אסאך מאל קומט עס ווייל מען איז אריינגעשלעפט געווארן אומווילנדיג אין א שמועס מיט איינעם וואס טויג נישט, ווייל מ'האט אנגעפאנגען קוקן זאכן, אדער טוהן זאכן, וואס מיינענדיג אז ס'איז נישט געפערליך, און ס'איז גאנץ גוט, איז מען אבער געווארן דערנאך אריינגעשלעפט געווארן אין ערגער'ס... עד שאומר לך היצר לך ועבוד ש"ז וכו', והולך ועשה מה שעשה, און דאס מאל איז עס שוין אפילו געצווינגענערהייט (!) געווען וועלנדיג (ד"ה מ'האט זייער גוט געוואוסט וואס מ'גייט דא טוהן, אבער מ'איז שוין געווען משוקע בתוכו און זיך נישט געקענט העלפן...)
דארף מען אבער וויסן, יא איך בין טאקע פארשמירט געווארן דורך א קייט וואס האט געשלעפט פון אן אנדערע זאך ביז אהין, אבער וויש דיך שנעל אפ! הער נישט אויס די שטן וואס זאגט, נע, קוק אהער, ביסט דאך סייווי שמוציג געווארן, מאך דיך נאך שמוציג, היינט איז שוין דערנאך, ביסט סייוויי דורכגעפאלן, בלייב שווארץ... נאר שנעל גיב דיך א וואש אפ, און שלום על ישראל.
אויב ווילסטו יא יא בלייבן שווארץ, וויבאלד דו ביסט שוין סייווי שווארץ, דאן קומענדיגע מאל די ווערסט אומוועלנדיג פארשמירט דיין בעקיטשע פון טאמעיטע דיפ, וויש עס נישט אפ, נאר טראכט, איך בין שוין סייווי פארשמירט, לאז מיך שוין ענדיגן די סעודה אזוי, לאז מיך שוין גיין אין שוהל אזוי, לאמיך זיך נאכאמאל פארשמירט ביי של"ש וועלנדיג...


די ביסט פרישע נייעס

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ג' שבט התשפ"ב 11:29 PM #280263

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 178
  • האט שוין געלייקט: 240 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל
  • קאָרמא: 6

אויב ווילסטו יא יא בלייבן שווארץ, וויבאלד דו ביסט שוין סייווי שווארץ, דאן קומענדיגע מאל די ווערסט אומוועלנדיג פארשמירט דיין בעקיטשע פון טאמעיטע דיפ, וויש עס נישט אפ, נאר טראכט, איך בין שוין סייווי פארשמירט, לאז מיך שוין ענדיגן די סעודה אזוי, לאז מיך שוין גיין אין שוהל אזוי, לאמיך זיך נאכאמאל פארשמירט ביי של"ש וועלנדיג...



שטארק!

הודאה על העבר: ה' העלית מן שאול נפשי !   בקשה על העתיד: וכוף את יצרינו להשתעבד לך !

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ג' שבט התשפ"ב 11:29 PM #280264

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 64
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל
  • קאָרמא: 7
און יעצט וועל איך שרייבן וואס דער "אויש" איז געווען.
ב"ה איך בין נאך ריין פון שז"ל, איך צייל שוין היינט דעם דריטן טאג לטהרה.
ב"ה פאר דעם!!!

די מעשה איז געווען אזוי!
היינט ערגעץ אין די פריע מיטאג שעות גייענדיג אויפן גאס געמיטליך, א שטיקל רעגן איז געגאנגען, די ראוד'ס האבן געהאלטן ביים ענדיגן ארויסקריכן פון א שטיקעלע גליטש וואס האט געהערשט היינט אינדערפרי, און בטעות האב איך נישט געהאט די ריכטיגע שמירת עינים אראפצוקוקן אויף די סיידוואלק בשעת איך גיי, און איך האב ארויפגעטראטן אויף א דינע שיכט אייז, און אין ווייניגער פון א סקונדע בין איך שוין געווען איבערגעדרייט אויף דער ערד...
איך האב מיך גלייך אויפגעהויבן, זיך אפגעפיצט, צו זיך געקומען פונעם קלאפ, און געגאנגען ווייטער מיין וועג!

יא, מסתמא טראכט איהר, אז איך האב געטראפן גוטע מעשיות וואס איך קען פארציילן, און ארויסברענגען מיינע געדאנקן שטערקער, זייט וויסן, אז די מעשה איז אמת, איך האב מיך טאקע אויסגעגליטשט, און בשעת מעשה איז מיר גלייך בייגעפאלן דאס וואס יעדער קען זיך אליינס פארשטעלן אז איך וויל ארויסברענגען, און דאס האט מיר געמאכט אנגעפאנגען אויפפאסן אויף קלייניגקייטן פונעם טאג טעגליכן לעבן וואס פאסירן כסדר, און עס נעמען אלס לימוד אויף למעשה, און פון דארט איז מיר בייגעפאלן די געדאנק וואס איך האב פריער געשריבן וועגן מיין אינגעלע וואס איז שווארץ געווארן...
און בעצם איז עס די זעלבע לימוד אויף למעשה, "בלייב נישט אראפגעפאלן, שטיי אויף און גיי ווייטער ווי דו ווילסט אנקומען", און נאך מער, "יעדער קען זיין שולדיג, די רעגן, די גליטש, די באהערדע פארן נישט לייגן גענוג אייז, מיין קינד, דער מלמד פארן נישט אפוואשן אין חדר, אדער אפילו איך אליינס פאר סיי וואספארא סיבה, אבער איך מאך מיך נישט צו טוהן, איך שטעל מיך אויף, איך וואש מיך אפ, איך גיי ווייטער, און פון יעצט און ווייטער היט איך מיך נישט אראפצופאלן, איך נוץ די עבר פאר הילף אויפן עתיד ס'זאל נישט פאסירן נאכאמאל"
האסט'ס מיר א גוטע נאכט, און זייט'ס מיר געזונט אין שטארק
צום ווידערזעהן

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ג' שבט התשפ"ב 11:38 PM #280266

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 178
  • האט שוין געלייקט: 240 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל
  • קאָרמא: 6


דו ביסט פרישע נייעס !!!



גא"מ

הודאה על העבר: ה' העלית מן שאול נפשי !   בקשה על העתיד: וכוף את יצרינו להשתעבד לך !

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ד' שבט התשפ"ב 4:25 PM #280282

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 64
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל
  • קאָרמא: 7

היום ארבעה ימים לחודש שבט, וארבעה ימים לטהרה,
השי"ת זאל העלפן ווייטער
איך האף זייער אז די נסיונות וואס איך האב וועלן אנקומען צום סוף אויף די רעכטע זייט פונעם וואגשאהל, און נישט ח"ו...
איין זאך וויל איך דיך זאגן "צוויי דיימאנטן", חזק חזק ונתחזק!!!!!!
דאס האב איך צו זאגן, אבער איך מיין אז צוויי דיימאנטן וויל אויך הערן חיזוק פון די הנמנים בין החבריא
נו, זייט'ס אים מחזק און ווערט'ס אליינס מחוזק,
נא, נאך אלס נישט מחזק געווען, אויף וועמען ווארט'ס עט'ס?

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ד' שבט התשפ"ב 4:31 PM #280283

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 82 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 131 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1777
  • האט שוין געלייקט: 1117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2782 מאל
  • קאָרמא: 47

די גמרא אין מגילה [י"ז ע"ב] איז מסביר פארוואס ברכת "גואל ישראל" איז די זיבעטע ברכה, ווייל די גאולה לעת"ל וועט זיין בשנה השביעית. שמיטה.
פרעגט די גמרא, מיר האבן דאך געלערנט אין סנהדרין [צ"ז ע"א] אז נאר די מלחמות פון משיח וועלן זיין בשביעית, אבער משיח אליין וועט קומען במוצאי שביעית?
ענטפערט די גמרא: מלחמה נמי אתחלתא דגאולה היא!


זאלסטו וויסן, די עצם מלחמה וואס דו פירט, ווען דו שלאגסט זיך מיט נסיונות, אפילו דו זעסט נאך נישט ממש די גרויסע ישועה, איז עס שוין "אתחלתא דגאולה".

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ד' שבט התשפ"ב 5:14 PM #280284

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 64
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל
  • קאָרמא: 7
WOW
איך  פון די חיזוק נפלא
דיין חיזוק איז דאפלט, ווייל מ'האפט דאך יעדע מינוט אויף די גאולה שלימה, אבער אז מ'זעהט הסתרות נאכדערצו ביי די הינזיכטן וואס מ'ווערטשאפט זיך אליינס אן נעבעך, פארגעסט מען און מען האט עס נישט פאר די אויגן, ווערט עס אטאמאטישט שווערער זיך צו האלטן, אבער אז מען געדענקט, די גאולה איז נאנט, ס'לוינט זיך נאך אויסצוהאלטן איין ביסל, און זיין פון די וואס משיח וועט ווייזן מיט די פינגער, און ח"ו נישט פארקערט, האט מען שטערקערע כוחות.
און אזוי ווי די יאר איז א שמיטה יאר, איז די אלע נסיונות און מלחמת היצר, זענען די אתחלת דגאולה, און אט אט במוצאי שביעית אדער נאך פריער (ווענד זיך אין מיר אליינס און מיינע פעולות...) וועט משיח ווייזן מיט די פינגער, יא! דו ביסט דער וואס האט מיך מקרב געווען!
א דאנק פאר די געדאנק!

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ז' שבט התשפ"ב 2:17 AM #280298

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 23 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 80 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 1181
  • האט שוין געלייקט: 305 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 952 מאל
  • קאָרמא: 20

שלום עליכם! 
השי"ת זאל דיר באשערן מיט הייליגע ריינע טעג!
איך האף און קוק ארויס אויף דיין הצלחה! 

והעיקר ~  BeVeryStrong 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ז' שבט התשפ"ב 2:23 AM #280299

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 23 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 80 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 1181
  • האט שוין געלייקט: 305 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 952 מאל
  • קאָרמא: 20
צוויי דיימאנטן געשריבן on ד' שבט התשפ"ב 4:25 PM:

היום ארבעה ימים לחודש שבט, וארבעה ימים לטהרה,
השי"ת זאל העלפן ווייטער
איך האף זייער אז די נסיונות וואס איך האב וועלן אנקומען צום סוף אויף די רעכטע זייט פונעם וואגשאהל, און נישט ח"ו...


אויב ח”ו איינער פאלט יא אדורך און ער האט זיך געריסן מיטן יצר פאר אפאר טעג אדער שעה, וואס געשעט מיט דעם? ווייל ער איז צום סוף אדורכגעפאלן קומט ער אן אויף די לינקע זייט פונעם וואגשאהל?

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ז' שבט התשפ"ב 3:18 AM #280304

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 64
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל
  • קאָרמא: 7
WOW
WOW

איך דארף מיך אליינס קלאפן אין רוקן!
מ'רוקט זיך פאראויס, דעם שבת קודש ווען איך האב געזאגט "יום השישי", האב איך אינזין געהאט מיין יום השישי לטהרה,
אין מיינע מחשבות איז אדורכגעלאפן א תפילה קצרה, בשעתן זאגן "ויברך אלקים את יום השביעי" אז השי"ת זאל בענטשן דעם זיבעטן טאג, וואס איך גיי יעצט אריין מוצש"ק, "ויקדש אותו", און ער זאל עס הייליגן, איך זאל קענען אדורך גיין און ענדיגן דעם גאנצן וואך, מיט גאנצע זיבן הייליגע ריינע טעג.
ב"ה יעצט קען מען ציילן ווייטער, היום שבעה ימים שהם שבוע אחד לטהרה.
איך וויל דא דאנקען דעם אייבירשטן בשער בת רבים פארן מיך געבן די כוחות און די גרויסע זכיה זיך צו קענען שטארקן, זיך צו קענען האלטן הייליג, זיך צוברעכן מיין גוף לשמו יתברך, און פילן עפעס א אויסערגעווענליכע טעם אינעם שבת קודש וואס איך געדענק שוין נישט ווען איך האב אזוי געשפירט לעצטע מאל. זיכער אין דעם זכות, נישט קיין ספק נישט.
בכלל זעה איך און איך שפיר א געוואלדיגע שינו לטובה אין אסאך ענינים לעצטנ'ס, וואס אז מען לויפט צום אייבירשטן אין איין ענין, שלעפט ער צו זיך אין אלע ענינים, און ממילא דאס אליינס גיבט מיר חיזוק אז איך זאל נישט ח"ו צוריק פאלן.
השי"ת זאל העלפן ווייטער - אסאך ענינים אין אידשיקייט וואס איך ברויך א ריזיגע תיקון, עטליכע שעם איך מיך אפילו צו זאגן וואס, - זאל איך קענען ארויסקריכן פון דעם, און פון מיינע פראבלעמען.

איין זאך וואס איך האב מיך שטארק דערלערנט, און איך האף אז ס'וועט אנהאלטן אויף ווייטער,
איז די חלק פון מייאש זיין, און טראכטן נעה, איך קען נישט, יא יא, איין טאג וועט עס געלונגען, אפשר צוויי, און אפילו יא מער, אפילו א וואך אדער צוויי, אבער וואס וועל איך האב דערפון, איך וועל נאר בלייבן מיט א גילטי פילינג אז אפילו נאכן ארבעטן אזוי לאנג און זיך מוטשענען צו נישט דורך פאלן, איז עס נאך אלס נישט געלונגען...
יעצט ווייס איך אבער, אז ס'איז נישט מעלה און נישט מוריד וואס ס'גייט געשעהן מארגן, די מאל וואס איך האב אזוי שטארק געוואלט געבן א... האב איך זיך איינגעהאלטן, דעם יעצטיגן שעה, דעם היינטיגן טאג, דעם היינטיגן וואך, איז עס געלונגען, וואס א חילוק וואס ס'וועט זיין מארגן, וואס א חילוק אויף מיינע אנדערע דורכפעלער און נסיונות און תורה ומצות וואס נעבעך ווי איך האלט אויף דער וועלט, דער עיקר איז אז "יעצט" האב איך געטוהן דעם אייבירשטענ'ס רצון, יעצט האב איך זיך כופה געווען און זיך איינגעהאלטן, דאס ווייזט אז באמת איז "רוצה אני", איך וויל זיין ערליך, איך וויל עכט זיין וואויל, ס'איז נישט ווי דער יצר רעדט איין, אז וואס וועסטו האבן דערפון, די ווילסט דאך סייוווי נישט אמת'דיג, והראיה דו פאלסט דורך נאכאמאל און נאכאמאל, די ביסט סייווי מצער דעם אייבירשטן, סוי וואס דארפסטו דיך מוטשענען, האק ווייטער א לעבן, לייג דיינע אויגן ווי די ווילסט, טוה מיט דיינע הענט וואס דו ווילסט, טוה מיט דיין אבר קטן וואס דו ווילסט.

"ניין" זאג איך דיר.
א גוטע וואך, א גוטן חודש, און א גוט יאר
כ"ד זעירי דמן חבריא צוויי דיימאנטן

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ז' שבט התשפ"ב 3:54 AM #280307

  • alefbeisveis
  • איצטיגע שטרעקע: 64 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 64 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 55
  • האט שוין געלייקט: 348 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
  • קאָרמא: 4
Wow!!

חזק חזק ונתחזק! 

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ז' שבט התשפ"ב 1:12 PM #280313

  • moshe11
  • איצטיגע שטרעקע: 265 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 265 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 260
  • האט שוין געלייקט: 88 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 658 מאל
  • קאָרמא: 6

הרב "צוויי בריליאנטען" איך ליין דיינע תגיבות עס רינט מיר טרערן בשעתן ליינען

איך ווייס וואספרא מסירת נפש עס ליגט די ציילן ווען  בשעת מעשה פארטינקעלט די יצה"ר די לעכטיקייט פין זיין אפגעהיטן, אין מען זעט נאר די פאלטשע גיטסקייט וואס די סוף איז בלויז דיפרעסיע 

איך קען דיר נאר געגבן א ברכת הדיוט די אייבישטער זאל זיין אויף דיין זייט ער זאל אריין שיינען זיין ליכטיקייט אין דיר זאלסט דיר קענען האלטן ריין די היינטיגע טאג אין די קימעדיגע טעג 

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ז' שבט התשפ"ב 1:56 PM #280315

  • יוסי
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 105
  • האט שוין געלייקט: 78 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 255 מאל
  • קאָרמא: 9

הרב צוויי דאמאנטן דו שרייבסט מורה'דיג! און אמת'דיג!
מען דארף נאר לעבן מיטן הווה, ווייל נאר און די הווה קען מען עפעס טון.

זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ז' שבט התשפ"ב 4:21 PM #280317

  • יוסף גרינבוים
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 36
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
  • קאָרמא: 4

איך מיין אז דאס אנרופען רייזע פיבער איז נישט ריכטוג 
רייזע פיבער איז א נישט גוטע זאך נאר מען מוז עס האבן וועגן מען מיז ערגעטס אנקומען 
ביי א איד איז אבער נישט אזוי די עצם מלחמה דאס איז דער תכלית און דאס איז א גוטע זאך פאר דעם זעהן מיר באשאפען געווארן צו גיין אויף אזא רייזע 
ממילא לכאורה דארף מען טוישען די אויסדריק און עס אנרופען אז ב''ה מיין גליגליכע רייזע האט זיך שוין אנגעפאנגען

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ז' שבט התשפ"ב 5:28 PM #280319

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 64
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל
  • קאָרמא: 7

שלום עליכם ר' יוסל פאר דיין ערשטע תגובה
ייש"כ פארן נעמען די מיה און מיר שרייבן עטליכע ווערטער,
אז מען ענטפערט מען רעאגירט מען ווענדט אפ מען קריגט זיך א.א.וו. - איז א סימן טובה אז מען ליינט וואס מיינע פינגערס געבן ארויס ממה שבלבי,
און אוודאי ווען דיינע ווערטער זענען דאך אמת'ע דברים של טעם, ביסט דאך הייליג גערעכט, איך האב געמיינט מיט מיינע ווערטער כמו "פיבערהאפטיגע הכנות", נישט דוקא פיבער, אבער איך פאס טאקע אויף אז רייזע פיבער ליינט זיך און דערהעט זיך ווי ווען מען הייבט אן א רייזע, און שוין ליגט מען אין בעט מיט א שטארקע רייזע פיבער, דאס הערט זיך נישט אזוי גוט, און טאקע נישט דאס האט די פסוק געמיינט צו זאגן, נאר טאקע איך וועל עס דא איבער'חזר'ן "מיין גליקליכע רייזע האט זיך שוין ב"ה אנגעפאנגען, און מיר שפאנען פאראויס פאר בעסערע און ריינערע טעג בלתי מחשבות לא טהורות בס"ד אז השי"ת וועט געבן די מעגליכקייט.
קבל את האמת ממי שאמרו!
בהערצה: דיין חבר צוויי דיימאנטן

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ז' שבט התשפ"ב 5:47 PM #280321

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 64
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל
  • קאָרמא: 7

איין צוויי דריי טעג, פיר פינף זעקס טעג, זיבן זיבן גאנצע טעג, ציילן מיר ציילן מיר.
הודו לי-ה-ו-ה כי טוב כי לעולם חסדו

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ז' שבט התשפ"ב 8:47 PM #280327

  • alefbeisveis
  • איצטיגע שטרעקע: 64 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 64 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 55
  • האט שוין געלייקט: 348 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
  • קאָרמא: 4

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ח' שבט התשפ"ב 2:24 AM #280333

  • יוסף גרינבוים
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 36
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
  • קאָרמא: 4

לכבוד צוויי דיימאנטן איך האב זייער הנאה אז די האסט מיר צוריק גענפערט איך האב געליינט אביסעל וואס די שרייבסט און איך האב זייער הנאה פון דיר איך טרעף זיך זייער שטארק און דיינע ווערטער איך בין בערך און די זעלבע מצב 
און אגב זעה איך אז די האלסט אויך ביי 8 טעג ממש די זעלבע ווי מיר ממילא וויל איך ווי אונז וועלן זיך אי''ה קענען מחזק זיין אינאיינעם 
הצלחה רבה אויף דיין גליגליכע רייזע און א גוטע נאכט

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ח' שבט התשפ"ב 11:03 AM #280335

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 64
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל
  • קאָרמא: 7

איך ווייס נישט וויאזוי איך זאל דיר רופן, ר' יוסל, אדער הרב גרינבוים, אדער אפשר הרהגה"צ ר' יוסף גרינבוים שליט"א
חיזוק ברויך יעדער איינער, און יעדער קען אויך געבן חיזוק פאר אנדערע אפילו ער ווייסט נישט עכט ווי אזוי ער קען עס טוהן.

הכלל, די נאכט איז געווען גאנץ א שווערע אנהייב נאכט, פאר עטליכע סיבות, קודם צוליב קאנטאקטן פון אנדערע אין וועמען איך האב זיך אנגעשטויסן לעצטנ'ס דורך זיך שרייבן, און ס'טויג נישט עכט די מצב, זייט איך בין דא האב איך זיך גאנץ פיין קאנטראל'ט ב"ה, אבער נעכטן נאכט איז עס געווארן שווערער אביסל.
צווייטנ'ס, אביסל שפעטער האט זיך צייטווייליג אפגעשטעלט מיין פת בסלו אינמיטן איך האב שוין כמעט געהאלטן אינמיטן וכדו', זייער שווער געווען, איך האב זיך געשטארקט אין גלייך אריין אין מיין בעט שלאפן, און נישט צוריקגעלאפן וכו', אבער ס'איז זייער שווער געווען, ס'האט גענאגט, זייער זייער שטארק, און אויף א וועג נאגט עס נאך אלס, נאר נישט אזוי שטארק ווי ביינאכט, איך האף אז איך וועל האבן די כוחות, השי"ת יהא בעזרינו.
אזוי אויך ווען איך האב זיך אויפגעוועקט היינט צופרי אין א פריע שעה ווי איך האב געהאט געפלאנט, איז עס נישט געגאנגען, געדרוקט סנאז, זיך אויסגעדרייט אויף די אנדערע זייט עטליכע מאל, נישט אזוי ווייט אלס די מידיקייט...
די יצר הרע, זה השטן, זה המלאך המות, ער שלאפט נישט, ער ארבעט פעסט, א רצון א גוטע האב איך, און איך פרוביר מיט אלע כוחות זיך נישט צו לאזן פון אים.
טאטע זיסער העלף מיר.

ענטפער: שב"ט - ש'מרם ב'רכם ט'הרם ח' שבט התשפ"ב 12:18 PM #280345

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 193 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 251 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1160
  • האט שוין געלייקט: 1132 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1160 מאל
  • קאָרמא: 23

WOW WOW WOW !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
איך קען דיך נישט זאגן אויף זיכער אז איך וואלט געקענט ביישטעען אזוי ניסיון !!!

אבער וויסן זאלסטו אז אין הימל ציילט מען נישט פער טאג, נאר א "יעדע סעקונדע" און "יעדע מינוט" ווער געציילט מיט א געוואלדיגע שמחה!!!

הק' העלפמי

  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 2.05 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא