פותח שער געשריבן on י"ב אייר התשפ"ב 10:47 AM:
לאמיר אנצינדן דעם פייער! היום ל"ג ימים לנקיים!
ס'שווער... ס'איז מיר ביטער שווער היינט... איך ווייס בידיעה ברירה אז ווי די מצב קוקט יעצט אויס וועל איך לכאורה נישט ענדיגן דעם טאג ריין... טאטי פליז האסט מיר גענומען ביז אהער, כ'בעט דיך מיט מיין גאנצן הארץ, פליז פליז איך האלט מער נישט אויס די ביטערע יסורי הנפש והגוף וואס די מחלה ברענגט מיר... אין אנדערע צייטן וואלט איך שוין געווען אויווערדאוזט מיט מיין דראג, צו לינדערן מיינע שמערצן... איך ווייס אז איך וועל מיך אבער קיינמאל נישט מוחל זיין, און די יסורים וועלן נאר ווערן ערגער, פליז האלט מיך ריין פאר נאך איין מינוט! איך קען גארנישט טון דערצו נאר דו האסט די כוחות, העלף מיר.
אויב שוין יא ל"ג בעומר, לאמיר אויסשמועסן מיינע קאשמארן פון א יאר צוריק... ניין איך בין נישט געווען פאריאר אין מירון ביי די טראגעדיע, איך האב אבער ביז לעצטנס געוואוסט קלאר פונקטליך ווער איז אינגאנצן שולדיג דערויף... נישט די ציוניסטישע פאליציי, נישט די יא נישט געיט, ניין, איין מענטש אין די וועלט איז טאטאל געווען שולדיג אויף די - און נאך אומצאליגע טראגעדיעס, לכאורה וואלט ער שוין לאנג געדארפט זיין פארהאלטן אונטער גראטעס, אויף וויפיל מענטשן דער איין מאונסטער האט שוין אוועקגעלייגט, און זיין נאמען איז: פותח שער.
מעשה שהיה, פאריאר ערב ל"ג בעומר איז געווען איינע פון די אומצאליגע מאל וואס איך האב זיך איינגעהאנדלט א פרישע טרייבל, און אפגעזעצן זיבן אכט שעה אויף פארנאגראפיע ביז עס האט זיך געענדיגט אזויווי געווענליך, און נאכ'ן כמעט פארענדיגן א אפמאך ארויסצוגיין... איז עס געווען צוברעקלט..., וואס מיינט עטס? נאך אזויפיל שעה איז שוין דער באשעפער געווען אזוי בכעס אויף וואס איך האב דא אנגעווערטשאפט און אוועקגענומען פינף און פערציג ריינע נשמות אויף מיין קאנטע..., ס'האט נישט גענומען קיין גאנצע פופצן מינוט פון ווען איך האב פארענדיגט, ביז די שוידערליכע נייעס פון מירון האט אנגעהויבן אריינקומען... איך האב נישט געהאט קיין ספק ווער איז דער גורם דא, אין די קומענדיגע שעות בין איך געזיצן און מיט אנגסט מיטגעהאלטן ווי די נומערן האלטן אין איין שטייגן... וויי געוואלד! וואס האב איך געטון??? די אומבאשרייבליכע יסורים באגלייטן מיר נאך עס היום!! וויפיל ס'האט זיך געקאכט מיט מירון אלס מער זענען מיינע עסענישן געוואקסן! א טאג דערויף קריג איך אריין א בילד פון אלע 45 קדושים, קוקנדיג דערויף האבן זיי אלע געטאטלט מיט די פינגער אויף מיר, פארוואס האסטו מיר אוועקגעלייגט?? איי די פיין איז דאך אומבאשרייבליכע, כ'געדענק ווען די געשיכטע פון הצדיק ר' שרגא געשטעטנער זי"ע איז ארויסגעקומען, האב איך זיך געזעצט לערנען עטליכע וואכן גוזמאות שעות רציפות לעילוי נשמתו, כאטש אים אביסל איבערבעטן פאר'ן פארשניידן אזוי אינג.
כ'קען אזוי גיין ווייטער און ווייטער, די ווייטאג איז אבער שוין צו גרויס, און ס'איז נישט נאר געווען מיט מירון, נאר מיט יעדע טראגעדיע פון די לעצטע צען יאר, יעדע צדיק וקדוש וואס איז נסתלק געווארן, יעדע זיידע און באבע אדער באקאנטער וואס איז אוועק, אין אלעם בין איך געווען איבערצייגט אז דאס איז מיין שולד, צוליב מיין אומאויפהערליכע זינד.
אלזא, וויל איך פשוט בעטן דעם אייבערשטען, ער זאל מיר היילן פון די אלע קראנקע מחשבות הארץ עסענישן און אומגעהויערע שולד געפילן, איך זאל פארשטיין אז איך בין נישט די פארפיינסטע באשעפעניש וואס ער פארמאגט אויף די וועלט, פארקערט, איך בין זיין בן יחיד וואס ער האט ליב מיט דאס גרעסטע מאס ליבשאפט, און טוט אלעס לטובתי, און מיט זיין חסד האט ער פארשטאנען אז איך דארף דורכגיין די שוואכקייט פון עדדיקשאן, און ער גארט און קוקט ארויס צו זען איך זאל ארבעטן אויף דעם מיט די ריכטיגע כלים וואס ער שטעלט מיר ברוב טובו צו, אלס מיט'ן תכלית נאר צו ווערן נענטער און בלייבן אנגעהאנגען נאר אין אים.
זייטס געבענטשט און א גוט שבת!
קאפי פעיסט, פון דיינע ווערטער דא צו וואס ס'האט פאסירט צו מיר ביי אן אנדערע פאסירונג ביי די פטירה פון א גרויסן צדיק שבדורינו, וואס ממש ביז פופצן מינוט פאר די פטירה בין איך ליידער געווען עוסק אין הוז"ל, און גלייך דערנאך האב איך געהערט אז די מצב האט זיך פארערגערט און איך האב געזאגט תהלים לרפואתו, אבער ממש עטליכע מינוט שפעטער נצחו אראלים את המצוקים ובעוני הרב נסתלקה ארון הקודש...
איך האב מיך נישט געקענט איבערקומען, א טאג נאכדעם בין איך געווען ביים פרישן קבר, און איך האב פארגאסן טייכן טרערן... אויסגעזאגט גאנץ תהלים, און איבערגעבעטן דעם צדיק טויזנט מאל, אז צוליב מיר האט די וועלט מער נישט געקענט נהנה זיין פון אים, פאר אים איז שוין גוט, אבער פאר אונז נישט....
ווען איך דערמאן מיך פון יענע טאג, קומט מיר ארויף אלע ביטערע פילינג'ס....
אבער ב"ה איך האב געהאט די שכל און ס'האט מיר ב"ה נישט אריינגעלייגט אין אן עצבות, אנשטאט ביטערן און קלאגן האב איך זיך פארגענומען קבלות על להבא.
די זאך איז נאר געווען אז איך האב דעמאלט'ס נאך נישט געוואוסט פון הד"א....