ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: מחובר'ס התחברות 2157 באזוכער

מחובר'ס התחברות ט"ז אייר התשפ"ב 8:14 PM #286521

  • מחובר
  • איצטיגע שטרעקע: 68 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 68 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 100
  • האט שוין געלייקט: 87 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל
  • קאָרמא: 9
האב איך געקלערט אז כ'וועל עפענען א נייע טרעד דא צו טרעקן מיין פראגרעס, עליות וירידות, געפילן און מחשבות.
איך האף דא אריינצוטשעקן אפט.

21 טעג.

ס'הערט זיך פאר מיר ווי מ'רעדט פון א צווייטן. די לעצטע מאל וואס כ'האב זיך איינגעשפארט בהתבודדות און געזוכט פארנאגרעפי און מוציא געווען ז"ל כדי צו פארגרינגערן מיין לחץ, אדער סתם פאר שוואוילטאג, איז געווען דריי וואכן צוריק.

צוריק קוקענדיג, פרעג איך זיך, זענען די דריי וואכן געווען שווערער צוליב וואס כ'האב נישט געניצט מיין דראג?

לאמיר זען וויזוי מיין לעבן איז געווען אין די פארגאנגענהייט.
ערב שבת פלעג איך אוועקלייגן בערך א שעה פאר די שויער (איך פראביר צו שטיין ווייט פון א מקווה, וד"ל), צוואנציג מינוט פארן שויער און די רעשט זיך צו ענדזשויען... נאכן ענדליך ארויסקומען, פילן'דיג ווי א פריש-געניצטע שמאטע, האב איך געדארפט צוגרייטן די קיטשען פאר שבת - בשעת מיינע לעכטיגע קינדערלעך פליען ארום ווי סאפער באל'ס אויסגעגאסן פון די באקס. מ'קען זיך שוין פארשטעלן וויזוי איך האב זיי געהענדלט. ענדליך גייט מען אין שול, איך טריי זיך צו שטופן און זיין אויפגעלייגט, אבער עפעס שלעפט מיך אראפ. כ'זעץ מיך אוועק אויסגעדראשן, כ'קען נישט עכט קאנעקטן מיט די ווערטער, כ'דריי מיך ארום ביי בואו בשלום און כ'שעם זיך פון די מתנה טובה. ביים סעודה בין איך שוין אביסל רויגער, אבער נאכאלץ אויסגעמוטשעט. ווען ס'איז צייט צו גיין שלאפן, טראכט איך, ס'וואלט געווען שיין (עקטשאלי, הלכה'דיג) צו פארברענגען מיט מיין ווייב אינטימעטלי אבער כ'האניש קיין כוח. איך לייג מיך אראפ מיט מיינע קליידער און זאפארט זינק איך איין אין א טיפער שלאף.

מוצאי שבת איז געווען מיין צייט. כ'האב געוויסט אז די נאכט איז מיינס און קיינער גייט מיר נישט שטערן. האבן'דיג געשלאפן שבת נאכמיטאג, בין איך נישט געווען מיד, און כ'פלעג זיך זעצן פאר א לענגליכע סעסיע. אויב האט זיך פונקט געמאכט אז מיין טייערע ווייב איז געווען אויף, און באמערקט ווי לאנג כ'האב געוויילט אנגעשפארט, האב איך איר אלץ געקענט זאגן אז די מאכלי שבת מאכן מיר עפעס קונסן... ווען די סעסיע האט זיך ג'ענדיגט, בין איך אריין אין בעט און געוואטשט כל מיני שטות אויף יאו-טוב פאר שעות ביז מיינע אויגן זענען פארשלאסן געווארן. 

נו, אז מ'לייגט זיך נידריגער ווי א פערד, וואספארא צורה קען שוין זונטאג האבן...? אפטמאל האב איך שוין געדארפט א סעסיע גלייך ביים אויפשטיין, און אפילו ווען נישט, האב איך ערגעצווי אינמיטן טאג קעגראכט און אלעס האט מיט מיטגעקראכט. ביים גיין שאפינג, האב איך געזיכט אסאך מער ווי די אייטמס אויף מיין שאפינג ליסט. צוריק אינדערהיים האב איך נישט געהאט געדולד פאר מיין ווייב און קינדער, און די טאג האט פשוט נישט געהאט קיין עק...

כ'זיץ אויפן קאוטש
"טאטי?"
"יא..."
"ווילסט שפילן מיט מיך א געים?"
"שעפעלע, נישט יעצט, טאטי איז אביסל ביזי..."

שטותים מיט לאנגע לאקשן!

דעס איז בעסיקלי וויזוי מיין וויקענד פלעגט אויסזען. איין וואך מער, איין וואך ווייניגער, אבער כ'מיין אז איך האב נישט מגזם געווען.

ס'איז שוין אפאר חדשים וואס איך ארבעט באמת דעס צו טוישן (בתוך שאר פראבלעמען...).

שוין 21 טעג וואס איך קען קוקן אין שפיגל, און רויגערהייט זאגן "איך דארף נישט מיין דראג".

מיין שויער ערב שבת נעמט בערך 10 מינוט (קאלטע וואסער העלפט אסאך) הכל בכל.
מוצאי שבת שרייב איך מיינע מחשבות און געדאנקן און איך ליין (אויב שלאף איך נאכמיטאג, בין איך נאכאלץ נישט מיד...)
זונטאג איז נאכאלץ אביסל שווער. די טאג אוז נאכאלץ לאנג, און אנגעפילט מיט אסאך מער טריגער'ס ווי אנדערע טעג, אבער ס'קומט שוין מער נישט נאך אזא צוקלאפטע פרייטאג און שבת.

אלזא, צוריק צום שאלה פון פריער, זענען די דריי וואכן געווען שווערער ווייל כ'האב נישט געניצט מיין דראג?

אדרבה; פונקט פארקערט!

ס'איז מיר נישט קיין חידוש אז מיין לעבן, און די לעבן פון מיינע באליבטע, איז בעסער. אונזער גרויסע רבי האט אונז אנגעזאגט "הוי מחשב הפסד מצוה כנגד שכרה, ושכר עבירה כנגד הפסדה.", ס'איז א פשוטע חשבון וואס מ'דארף מאכן. ס'איז נישט מעגליך צו האבן ביידע, וואס וועל איך אויפגעבען פאר וואס?
נאר וואס דען?
דער בעל דבר קומט נישט סתם זאגן "טו עס, ס'גייט טאקע צומזק'ן דיין לעבן אבער ס'פילט גוט". ניין, ער רעדט נאר וועגן די שכר עבירה. ס'איז אונזער אויפגאבע צו טרעפן, אדער אפשר גאר באשאפן, אפאר שטילע מינוט, מיט ישוב הדעת, און אריינרעכענען די הפסד וואס ער רעדט נישט פון.

שוין, גיימיר זיך אפשטעלן דא פאר היינט. העמיר זיך זען בקרוב אין פריידן.
כי בתחבלות תעשה לך מלחמה ותשועה ברב יועץ. (משלי כ״ד ו')

מיט כוח אליינס קען מען נישט אנקומען.

ענטפער: מחובר'ס התחברות ט"ז אייר התשפ"ב 9:06 PM #286525

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1462 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 1462 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1961
  • האט שוין געלייקט: 3388 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2932 מאל
  • קאָרמא: 40
Wow!!!

אזוי שיין געשריבן!

שכח פארן מיר דערמאנען וויאזוי איך האב אויסגעזען בימים ההם.

אויב פילסטו אז דו דארפסט מער הילף שעם דיך נישט מיך צו קאנטאקטן איך וועל זיין העפי צו העלפן!

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן אדער דורך וואטס אפפ איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: מחובר'ס התחברות ט"ז אייר התשפ"ב 10:34 PM #286529

  • חפץ בטוב
  • איצטיגע שטרעקע: 430 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 430 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 126
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל
WOW

דער איז טאקע מחובר מיט זיין מחשבה דיבור ומעשה 
מחובר צו די אמת און צו די תכלית

הערליך שיין אראפ געלייגט 

ה' עמך גבור החיל 
לך בכחך זה והושיע את עצמך ומשפחתיך

לעצט פארראכטן: ט"ז אייר התשפ"ב 10:35 PM דורך חפץ בטוב.

ענטפער: מחובר'ס התחברות ט"ז אייר התשפ"ב 11:50 PM #286539

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 209 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 699 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1584
  • האט שוין געלייקט: 1330 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל
  • קאָרמא: 72

מחובר ווייסט גוט וויאזויצו נוצן דעם פעדער.

ס'איז באמת נישט צום גלייבן ווי ווייט מ'קען אנקומען.

ייש"כ פארן מיטיילן, מיר קוקן אלע ארויס פאר דיין ווייטער'דיגע הצלחה!

איך דאנק דעם אויבערשטן פארן מיך צו שיקן צו די היימישע SAAPP  צוועלף סטעפ גרופע וואס האט געראטעוועט מיין לעבן מאפילה לאורה. פאר מער אינפאו וועגן די גרופ קענט איר קאנטאקטן גענצליך אנאנימוס:
This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

ענטפער: מחובר'ס התחברות י"ז אייר התשפ"ב 12:00 AM #286541

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 80 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 1740
  • האט שוין געלייקט: 327 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1497 מאל
  • קאָרמא: 38
קנאקעדיג! הלואי ווען וועל איך שוין קענען זאגן מיט אזא פשטות איך דארף נישט דעם דראג!

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מחובר'ס התחברות י"ז אייר התשפ"ב 1:31 AM #286556

  • alefbeisveis
  • איצטיגע שטרעקע: 228 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 228 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 274
  • האט שוין געלייקט: 1334 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
  • קאָרמא: 7

מחובר לטהור, Wow!!

ענטפער: מחובר'ס התחברות י"ז אייר התשפ"ב 6:47 AM #286557

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 844 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 844 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 882
  • האט שוין געלייקט: 840 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1302 מאל
  • קאָרמא: 66

מ'קען נישט אבער ווען מ'וואלט געקענט וואלט איך געגעבן לייקס אהן א שיעור, אדער איז בעסער אזוי ווייל גדול מרבן שמך. . .!

דיינע ווערטער זענען בבחינת יהללוך פיך ולא זר, עס דיסט זיך רואיגקייט, מנוחת הנפש און א קלארע דעת, אזא זיסקייט און געשמאק.

איך גלייך זייער די ענדע פון דיין תגובה איבער די מאמר פון רבי, מ'רעדט נישט פון גרויסע מדריגות און הימל פליענדע פארלאנגן, מ'בעט אונז ס"ה, מאך א בעל הבית'ישע חשבון מיט ישוב הדעת און דו וועסט זיך אליין איבערצייגן וואס לוינט איבער וואס.
און עס לוינט זיך דא אויף די וועלט אפילו בגשמיות ווער רעדט נאך ברוחניות, פרותיך בעולם הזה והקרן קיימת לעולם הבא.

לעצט פארראכטן: י"ז אייר התשפ"ב 6:47 AM דורך שלום אהליך.

ענטפער: מחובר'ס התחברות י"ז אייר התשפ"ב 9:15 AM #286567

  • יוסי
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 66 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 223
  • האט שוין געלייקט: 220 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל
  • קאָרמא: 12

זייער גוט און אפען הארציג געשריבן!

ווען מען לעבט אמת'דיג.

זעט מען וויפיל 'אינטערעסאנטע זאכן' מען האט פארפאסט!
לעצט פארראכטן: י"ז אייר התשפ"ב 9:15 AM דורך יוסי.

ענטפער: מחובר'ס התחברות י"ז אייר התשפ"ב 9:39 AM #286569

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 210 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2384
  • האט שוין געלייקט: 1220 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3751 מאל
  • קאָרמא: 72

מחובר!
זייער זייער נישט שיין וואס דו האסט געטוהן!! 

זייער נישט מענטשליך!!
מ'פירט זיך נישט אזוי אויף!! 

אָן מיר פרעגן רשות שרייבסטו ארויס "מיין לעבן היסטערי" אזוי אויף פאבליק???? ווער האט דיר געלאזט??
און בכלל, וויאזוי ווייסטו אזוי פונקטליך וואס איך פלעג טוהן?? דו קוקסט מיר נאך??



מחובר טייערע, איך קען דיר נישט זאגן ווי איך טרעף מיר אין דיינע ווערטער!! אבער ממש אין אלעס!! אויך די לאנגע שויער'ס [אוי טאטע, איך קוק מיך היינט ווי טאטעל-משוגע איך האב געקענט זייין, נישט געווען ביי זיך פשוטו כמשמעו], אויך די שרעקליכע פילינג נאך דעם ווי א שמאטע און די גאנצע התנהגות אין שטוב מיט די ווייב און קינדער, אויך מיט די סארט דורך פירן די לאנגע שבתים און מוצאי שבת און זונטיג וכו' וכו'.
אוי טאטע, עס איז ביטער ווען מ'דערמאנט זיך.

ב"ה אז אסאך זאכן האבן זיך שוין מער געטוישט לטובה, בפרט די חלק המקוה ווי איך האב שוין געשריבן, אבער אויך אין די אנדערע ענינים, הגם אז ס'נאך דא א לאנגע וועג צו גיין.


מחובר טייערע:
וועלכע פעולות האסטו אנגעהויבן טוהן לעצטע פאר חודשים?
און וואס האט דיר יעצט אהער געברענגט?

אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל אֲדֹנָ"י אֶתְחַנָּן.
מַה בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל שָׁחַת הֲיוֹדְךָ עָפָר הֲיַגִּיד אֲמִתֶּךָ.
שְׁמַע ה' וְחָנֵּנִי ה' הֶיֵה עֹזֵר לִי.

ענטפער: מחובר'ס התחברות י"ז אייר התשפ"ב 10:59 PM #286624

  • מחובר
  • איצטיגע שטרעקע: 68 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 68 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 100
  • האט שוין געלייקט: 87 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל
  • קאָרמא: 9

ישר כח טייערע חברים פאר די ווארימע דברי חיזוק און פארן צולייגן הערליכע קאלירן צו דעם טרעד!
און א שכוח "נישט שפעט", פארן מיר ציווייזן די טרעד פון מין במינו, איך האף איין טאג בעזרת השם אויכט צו קענען גיין און מקווה - זיך מטהר צו זיין.

כ'וועל אביסל אראפשרייבן וואס איך פראביר צו טון אין די לעצטע שטיק צייט.
(דיסקלעמיר: איך פארשטיי אז ס'איז שטארק מעגליך אז וואס איך שרייב איז נישט קיין גרויסע חידושים פאר אסאך חברים, איך גיי דא דורך מיין פראצעס און וואס ארבעט פאר מיר.)

פאר מיר איז די שווערסטע חלק פון פראבירן צו ווערן ריין געווען דער געדאנק אז איך וועל מער קיינמאל נישט קענען טון וואס איך האב ליב צו טון. בלויז טראכטנדיג פון אויפהערן, נאך פאר'ן למעשה אויפהערן, האב איך שוין געפילט אז עס פעלט מיך, און איך בענק זיך צו עס. אויף אזוי ווייט אז איך האב נישט אפילו געוואלט פראבירן. איך האב א קנאפע פאר מאל יא פראבירט אויפצוהערן דארך ניצן כוח המעצר, און יעדע'ס מאל ווען כ'האב דורכגעפאלן בין איך פשוט שטערקער איבערצייגט גאווארן אז איך קען נישט לעבן אן דעם.

דאס מורא האבן זיך אונטערצונעמען מיט א פעסטקייט, איז געבויעט אויף א מיינדסעט. א מיינדסעט אז פארנאגרעפי/מעסטארבעשן איז גוט און ענדזשויעבל, און אז ס'העלפט מיר רילעקסן און רעליעבן סטרעס.

דער מיינדסעט איז אבער שקר וכזב.

1) קוים א רגע נאך א סעסיע איז עס שוין נישט ענדזשויעבל - איך פיל גאר עקלדיק.
2) ‏ס'ציברעכט און דערנידערט מיין קאנפידענץ.
3) עס העלפט נישט רעליעבן סטרעס אין די לאנג טערמין - פארקערט גאר, ס'מאכט מיך מער אנגעצויגן.
4) ס'רילעקסט מיר נישט, ס'מאכט מיר פשוט אפגעשוואכט. א גרויסע חילוק.

איינמאל איך האב גוט אריינגענימען אין קאפ אז איך באקום נישט קיין שום בענעפיט פון דעם, נאר גאר פארקערט, עס לייגט צו מער סטרעס צו מיין לעבן, האב איך עס אויפגעהערט צו זעהן אין א פאזיטיווע ליכט, ווי כאילו ס'איז א זאך וואס איך דארף נעבעך "אויפגעבן", און עס אנגעהויבן זען ווי א זאך וואס איך זוך צו "ווערן באפרייט פון".

איך בין מודה אז ס'איז נישט גרינג צו טוישן א מיינדסעט, אבער ס'איז זיכער גרינגער ווי זיך צו שלאגן מיט זיך אליינס.

דעס איז וואס כ'האב געמיינט ווען איך האב געשריבן, "איך קען קוקן אין שפיגל, און רויגערהייט זאגן 'איך דארף נישט מיין דראג'".

דאנט געט מי ראנג, איך ווער נאך שטארק געטריגערד ווען איך זע פראוואקאטיווע מראות, אבער דאס איז טייל פון זיין א מענטש אויף דער וועלט. איך פראביר נישט אויסצורייסן די גאנצע תוואה. איך פראביר נאר צו היילן מיין מוח פון די ברעינוואשינג, אז פארנאגרעפי/ מעסטארבעשן העלפט מיך און אז איך קען נישט לעבן אן דעם.

איך בין שטארק איבערצייגט אז איך באקום גארנישט פאזעטיוו פון דעם.
איך פארשטיי אז די איינסיגסטער זאך וואס ס'גיט מיר איז אן אילוזיע פון ​​ענדזשוימעט און סטרעס רעליעף - וואס די אמת, ווי אויבנדערמאנט, איז פונקט פארקערט. איינמאל די אילוזיע איז אויפגעדעקט און צעבראכן, איז פיל גרינגער צו זאגן "איך דארף דעס נישט."

אזויווי ר' שלמה אלקבץ האט געשריבן "סוף מעשה, במחשבה תחילה" קודם דארף מען זיך גוט מתבונן זיין און פארשטיין וואס ס'גייט פאר און דערנאך, צום סוף, קען מען טון למעשה (כ'פארשטיי אז דעס איז נישט פשוט פשט אין די ווערטער...אבער פארט)

יעצט צוריק צום משנה, יא, ס'איז א בעלבטישע חשבון וואס מען דארף מאכן מיט א ישוב הדעת, אזויווי א ביזנעסמאן אדער אן אינוועסטער מאכט א חשבון וועלעכע דיעל ס'ברענגט איהם מער הפסד ווי שכר.

אסאך פון דעם איז געבויעט אויף דעם מהלך וואס כ'האב דערמאנט אין מיין אנדערע טרעד (https://easypeasymethod.org).

כי בתחבלות תעשה לך מלחמה ותשועה ברב יועץ. (משלי כ״ד ו')

מיט כוח אליינס קען מען נישט אנקומען.
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 0.76 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא