א גוטן טייערער חברים ב"ה נאך א ריינעם שבת!
די וואך פרייטאג האב איך געזען שטארק דעם הבא לטהר מסעיין אותו.
איך בין געווען אין א סטאר קעגן איבער א פארק און געזען ליידער זייער אן עקלדיגע מראה אינעם פארק. איך האב גלייך אוועק געדרייט מיין קאפ. ב"ה געהאט די כוחות. אבער סהאט מיר גערייצט צוריק צו קיקן אגאנצן צייט. אזוי זיך שלאגענדיג מיט מיינע מחשבות יא קוקן נישט קוקן... שטעלט זיך אפ א גרויסן באס פארנט פונעם סטאר.... שוין יעצט אז איך וויל קוקן דארף איך שוין ארויסגיין פונעם סטאר. דאס גיי איך שוין נישט טוהן (איך פלעג עס ליידער טוהן ביז היינט צוטאגס ווען כהאב געהאט ענליכע מעשיות)
ב"ה איך בין ריין!!!