שלום עליכם אלע חבירים
איך דריי זיך שוין דא א 76 טעג כולן שוין לטובה "ריין" ב"ה! איך האב אין מיין לעבן נישט געהאט אזאנס,
איך רייב זיך די אויגן נישט גלייבנדיג "איז עס מיר?"
נאכן זיך מוטשענען פאר י-א-ר-ן,
אנגעהויבן פון ישיבה נאך, און סיי נאך די חתונה, אנהייב איז עס געווען ווען כ'האב געהאט א שווערע מינוט בין איך שוין געווען ביים קוקען... און אויס עקטן... ביז עס געווארן נעשה לו כהיתר ר"ל, און נאך אזוי פיל גילט און שעים פילינגס איז עס מיר שוין נישט אנגעגאגען,
געהאט שוין אלע מינע תקופות. תקופות פון זיין איינגעזינקען, און תקופות פון זיך שטארקן מיטן אנהייבן יעדע פאר מינוט פון פריש.....
געלויבט דעם אויבערשטען בין איך אנגעקומען צו א טערעפיסט (אפילו איך בין נישט עדיקט), און זיך אויסגעלערנט וויאזוי צו באהאנדלן גילט און שעים און אלע שווערע געפילן, און וויאזוי צו גיין ווייטער, און נאך אסאך מער, (איך שרייב עס דא ווייל איך זעה אז דא רעדט מען נאר פון SA, אבער אפילו די אנדערע חבירים דא, מ'מוז האבן איינעם וואס פארשטייט דיר, און אלע שווערעקייטן וואס דו ביסט אריבער און וויאזוי צו עקסעפטן פעין, און וויאזוי אנקוקן פילינגס)
עכ"פ איך קען און איך וועל אי"ה שרייבן נאך פון מיין היסטערי, אבער הנוגע לעניינו, ווען איך בין ארויף דא האב אפגעמאכט אז איך וועל זיין שטיל, ציילן מיינע טעג, טראכנדיג לאמיר זעהן וויפיל איך וועל שוין אנקומען און הכל ריוח... און מיטאמאל באקום איך פריוואטע מעסעזשעס פון א שיינע פאר חבירים, די עולם זארגט זיך פאר מיר, און גייען מיר נישט לאזן פאלן!, כ'האב באקומען אזא שטופ דערצו! איך באדאנק זיך אמתדיג פאר ענק אלע, און נאכדערצו פאר אונזער געטרייער חבר שיע!
אבער כ'האב נאך אלץ נישט געוואלט שרייבן, איך האב באקומען חיזוק פון דורך ליינען אלע פארום'ס אויפן סייט,
אבער נאכן האלטן ווי איך האלט יעצט, האב איך זיך פשוט נישט געקענט מער איינהיילטן און געעפענט מיין פארום צו דאנקן דעם אייבערשטן, און בעטן אויף ווייטער, און פארשטייט זיך די עולם זאלמיר קענען מחזק זיין און איך דעם עולם!!!
צום ווידער זעהן