ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט 2690 באזוכער

עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט ג' אייר התשע"ב 18:55 #12211

  • abe11205
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 125
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
  • קאָרמא: 0
איך וואלט געקענט באשטיין צי הערען עיצות פין דע חשובה מעמבערס וואס זיי טיען אין שווערע מיניט

טעמע: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט ג' אייר התשע"ב 18:59 #12213

  • abe11205
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 125
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
  • קאָרמא: 0
איך ניץ נאך דעים אלטען מיטעל וואס אינזערע חכמים האבען אינז געזאגט אם פגע לך "מנוול" (פשיטו כמשמעו) זה
דע ערשטע עצה איז לימוד התורה : נישטא אזא זאך ווי לימוד התורה איך קען זאגען אין חכם כבעל נסיון ווען איך לערן אינדעפרי געהעריג איז מיר דע מלחמה פילפאכיג גרינגער. גראדע האב איך א שטיקל מסילת ישרים וואס איינע פין מיינע מלמדים פלעגט עס איבערחזרן מיט אינז אפשר 100 מאל איך ניץ ווען פאל אריין אין יאוש
והנה פשוט הוא, שאם הקדוש ברוך הוא לא ברא למכה זו אלא רפואה זו, אי אפשר בשום פנים שירפא האדם מזאת המכה בלתי זאת הרפואה, ומי שיחשוב לינצל זולתה אינו אלא טועה, ויראה טעותו לבסוף, כשימות בחטאו.
כי הנה היצר הרע באמת חזק הוא באדם מאוד ומבלי ידיעתו של האדם הולך הוא ומתגבר בו ושולט עליו, ואם יעשה כל התחבולות שבעולם, ולא ייקח הרפואה שנבראת לו, שהיא התורה כמו שכתבתי, לא ידע ולא ירגיש בתגבורת חוליו אלא כשימות בחטאו ותאבד נשמתו.

הא למה זה דומה? לחולה שדרש ברופאים והכירו חוליו ואמרו שייקח סם זה, והוא, מבלתי שתקדם לו ידיעה במלאכת הרפואה, יניח הסם ההוא וייקח מה שיעלה במחשבתו מן הסמים - הלא ימות החולה ההוא וודאי!
כן הדבר הזה, כי אין מי שמכיר בחולי היצר רע ובכוחו המוטבע בו אלא בוראו שבראו, והוא הזהירנו שהרפואה לו היא התורה.
מי אפוא יניחה, וייקח מה שייקח זולתה ויחיה? וודאי שחושך החומריות ילך ויגבר עליו מדרגה אחר מדרגה והוא לא יבין, עד שֶׁיִּמָּצֵא שקוע ברעה, ורחוק מן האמת הרחק גדול, שאפילו הרהורי דברים לא יעלו על לבו לבקש האמת.
אך אם הוא עוסק בתורה, בראותו דרכיה, ציווייה ואזהרותיה, הנה סוף סוף מאליו יתחדש בו התעוררות שיביאהו אל הדרך הטוב. והוא מה שאמרו ז"ל:
הלוואי אותי עזבו ותורתי שמרו, שהמאור שבה מחזירן למוטב".


גראדע האב איך אויך דיעם בקאנטען חינוך –מצוה ט"ז- וואס העלפט מיר אין א שווערע מיניט ווען דע יאוש איז זיך מתגבר
ועתה בני, אם בינה - שמעה זאת והטה אוזנך ושמע, אלמדך להועיל בתורה ובמצוות: דע, כי האדם נפעל כפי פעולותיו, ולבו וכל מחשבותיו תמיד אחר מעשיו שהוא עוסק בהם, אם טוב ואם רע.
ואפילו רשע גמור בלבבו וכל יצר מחשבות לבו רק רע כל היום, אם יערה רוחו וישים השתדלותו ועסקו בהתמדה בתורה ובמצוות, ואפילו שלא לשם שמים, מיד ינטה אל הטוב, ומתוך שלא לשמה בא לשמה, ובכוח מעשיו ימית היצר הרע, כי אחרי הפעולות נמשכים הלבבות


אויב דע ערשטע העלפט נישט ניץ איך דע צוויטע עצה וואס איז יקרא קרי"ש
איך זאג איבער 50 מאל דע ערשטע פרשה פין קרי"ש אין די ערשטען אני מאמין אז אז אלעס איז נאר פין אויבען אין ער מסבב כל הסיבות  אין ער -אין טאקע נאר ער- מאכט דע אלע ניסיונות ווי דע פסוק זאגט ולמען נסותך להיטיבך באחריתך דער אייבישטער וויל מיר געבען גיטס שיקט ער מיר א נסיון

אויב דע צוויטע העלפט נישט ניץ איך דע דריטע עצה וואס איז יזכיר יום המיתה
איך לערען דעים ראשית חכמה שער הגיהנום וואס עס טיט זיך אויבען נאכן טויט אין דע ביזיונות וואס גייט מען דארט דורך
איך בין מיך מצייר אז פליצלינג געשעט א עקסידענט ח"ו מיט מיר אין איך וויל נישט זאגען וואס עס פארסירט נאכדעים. איך זעי פליצלינג א נייער וועלט א וועלט וואס נאר וואס מען האט זיך מיט געברענגט נאר דאס האט מען
איך זעי פליצינג פאר וועים איך האב געזינדיגט פארן מלך וואס האט מיליאנען מיליאנען מאלכים וואס שטייען אין ציטערן פאר אים אין איך קליינע מענטשעלע האט געהאט דע חוצפה עובר צי זיין זיינע רייד פאר מיין פארשטינקענע תאוות, איך זעי דע אלע גיטס -תענוגים וואס איז מיליאן מאל מער פין דע גרעסטע תעניג וואס איך האב געהאט אויף דער וועלט-  וואס איז געווען אנגערייט פאר מיר ווען איך שטיי ווען בייי מיינע ניסיונות. אבער יעצט איז שוין צי שפעט יעצט מיז איך אשטאט דיעם יעצט דורך גיין דיע משיגנע יסירים –ווי דען רמב"ן אין שער הגמול שרייבט אז זיבעציג יאר יסורי איוב קימט נישט צי איין שעה גיהנום- אלעס וויל איך האב נישט געהאט קיין געדילד זיך אביסעל איבערשטרענגען
נאכדעים טראכט איך ב"ה איך לעב נאך איך קען נאך דינען דיעם אייבירשטער לאמיר נישט זיין א בטלן לאמיר אריין כאפען....
ווי גייט דע ניגון?
ר' ישראל סלנטער הייבט אויף דיא הענט
נר ה' נשמת אדם
כל זמן דאס לעכטעלע ברענט,
דיא ווערטער זענען ממש פחדים.
מענטש מענטש, גיט אער ציא פארשטיין,
דער טאג וועט א מאהל קומען צוא גייו.
אויף וואס ווארסטי, וועמען נארסטי.
נאר זיך, זיך אליין.
דער יצר הרע זאגט פארין מענטש,
תשובה ציא טוהן איך לאז דיך.
אויף מארגן א צייט ציא באשטעטיגן.
דער מענטש פארגעסט אז דער וועלט איז נאר א פרוזדור,
מארגן קען ער אלעס פאר שפעטיגין.
וויא לאנג א מענטש לעבט אויף דער וועלט,
פארעכטין קען ער ביז דיא לעצטע מינוט.
אבער ווען אער ווערט פארין בית דין גישטעלט,
וואס ער האט זיך ציא געגרייט, דאס נעמט ער מיט.
זאגט ער כל זמן ס' ברענט דיא לעכט,
פארעכטין אלעס איז נאך דער זמן,
יענקיל שוסטער איז דאך גירעכט,
ווער ווייסט וואס וועט מארגין זיין.
"כל זמן שהנשמה"
- וויא לאנג דיא נשמה איז בייא מיר,
"מודה אני לפניך"
– באשעפער טייערער דאנק איך דיר.

טעמע: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט ג' אייר התשע"ב 19:11 #12214

  • עבודת הבורא
  • יעצט אנליין
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 9 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
  • קאָרמא: 6
ר' מוח שכח פארן מיטטיילן דיינע מהלכים וואס ניצן דיר מיר אלע וועלן הנאה האבן דערפון.

מען האט אמאל געשמועסט דא, מען קען מאכן דורך פוטו שאפ א בילד פון א נערוואס צוגעדעקטע קבר אריין געשטעקט די האלץ און דיין נאמען פלוני בן פלוני דערויף.

די מעשה איז אבער אז מען קען זיך שטענדיק צוגעוואוינען צו אלעם איבערדעם דארף מען אלס ניצן עפעס אנדרש.

דא איז דא נאך אביסל עצות פון חברים יקרים דמתא

www.guardyoureyes.org/forumyid/index.php?topic=81.0
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט ג' אייר התשע"ב 21:20 #12217

  • עזות דקדושה
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 250
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
  • קאָרמא: 0
שקויאך מח,

ווי וואנט מאר!!!

ווי וואנט מאר!!!

טעמע: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט ד' אייר התשע"ב 10:14 #12230

  • שטייג העכער
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1301
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
  • קאָרמא: 1
ישר כח ר' שליט דאס איז א געוואלדיגע גוטע ארטיקל, ר' עבודת, דאס וועט זיין א הערליכע ארטיקל םאר די אידישע אימעלס.

געלויבט השי"ת וואס האט אונז מזכה געווען מיט דיר.

טעמע: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט ד' אייר התשע"ב 11:28 #12239

  • שמעלקא טויב
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 408
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
  • קאָרמא: 0
ישר כוח ידידי היקר השליט בכל אשר לו,
ס'איז געוואלדיגע ווערטער צו יעדע צייט!

זעה אין יערות דבש דרוש א' ווי ער איז מסביר די דריי תחבולות, ס'איז גוט צו לערנען!

טעמע: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט ד' אייר התשע"ב 20:00 #12260

  • abe11205
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 125
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
  • קאָרמא: 0
א באקאנטער משל וואס איך ניץ אסאך אין א שווערע מיניט, וויפיל מאל איך האב עס נאך געהערט געט עס מיר נאך אלטס התעורות
א מלך האט אמאל געלאזט מעלדין פאר זיין מדינה אז ער עפענט זיינע אוצרות פאר 3 טעג . יעדער  קען נעמען וואס עס גליסט זיך אים כלום חסר מבית המלך גאלד זילבער דיימאטען וואס זיין הארץ גליסט נאר
שפעטער כאפט זיך דער מלך וואס ער האט דא אפגעטיען מען וועט אים אויסליידיגען זיין גאנצע אוצר אבער ציריק גייט א קאזא וואס טיט ער? האט אים יועץ מייעץ געווען אז ער זאל אראפ שטעלן ביים אריינגאנג זייער שיינע זינגערס מיט הערליכע מיוזוק אז דער עולם זאל פארגאפט ווערן אזוי וועט מען פארגעסען פין דע אוצרות, אומר ועושה דער מלך לאזט ריפען דע בעסטע שפילערס אין זינגערס פין דע מדינה אין שטעלט זיי אראפ ביים אריינגאנג פינעם אוצר המלך
איין טאג פארן גרויסען טאג וואס מען עפענט דער אוצרות שטייען שוין צענדליגע טוזענטער מעטשען מיט זייערע זעק גרייט אריין צי גיין אינעם אוצר המלך מיט גאנצעטע פלענער וואס פארא עשירים זיי גייען יעצט ווערן,ווען דער טאג איז אנגעקימען מען עפענט דע טיר פינעם אוצר אין מענטשען הייבען אן אריינצישטראמען הערען זיי משיגענע שיינע מיוזיק מיט נגינה , דער עולם מאכט זיך א חשבון אז עס עניווועי איז נאך דא  3 טעג צי כאפן אוצרות לאמיר הערען א פאר מיניט  דע זינגען נאכדעים וועל מיר כאפען אוצרות, אבער ווי מער זיי האבען געהערט אלטס מער זענען זיי געווארען משיגע פאר דעים נישט קענענדיג אראפ רייסען פין דעים,
אין מיטן זענען אנגעקימען אפאר קליגע חברה ווי נאר זיי זענען אריינגעקימען האבען זיי געזעין וואס עס גייט דא פאר זיי האבען געמאכט א שנעלען חשבון אז אויב וועלן אריין גיין יעצט וועלן אויך ווערן פארכאפט צווישען דער עולם זענען אהיים געגאנגען אין זיך ארים גענימען דעים קאפ מיט שמאטעס אז זיי זאלען גארנישט הערן אין נישט ווערן פארכאפט מיטן עולם, אזוי זענען זיי אריינגעקימען, פארשטייט זיך דע גאנצער עולם האט זיך געווארפען פאר געלעכטער ווי עס קימען אריין משיגעים מיט ארים געבינדענע קעפ, אבער דע חברה האבען זיך ווייניג ציטיען געמאכט וויסענדיג אז באלד וועלן אינז לאכען פין זיי, זיי האבען אנגעפילט זייער זעק מיט גאלד אין זילבער
עס קימט אן דער סוף פינעם דריטען טאג דע מיוזיק לעשט זיך אויס מע ריפט אויס יעדער זאל פארלאזען דעים אוצר, דער עולם כאפט זיך אויף פינעם שלאף יעדער וויל כאפען  פינעם אוצר דער שומר שרייט "איס  טא ליעט"  דער אוצר איז פארמאכט יעצט קען מען שוין גארנישט נעמען בגפו יבא בגפו יצא יעדער וויינט נאר איין מיניט כאטשיג עפעס קלייניקייט אין דער שומר שרייט ניין ניין , נאר דעי משיגענע חברה זיי גייען ארויס מיט א שמייכעל מיט פילע זעק פינעם אוצר יעדער זיעט שוין אז דאס זענען נישט משיגעים נאר גאר קליגע חברה
דער נמשל איז דאך מובן מאיליו, דער אוצר איז אפען יעצט מען קען כאפען אוצרות נאר דער מלך האט אראפ פארשידנע תאוות וואס זעיט אויס גיט פין דרויסען , לאמיר מיר נישט זיין ווי דער גאנצע עולם אין נאכגיין דעי תאוות ווייל אט אט גייט פארמאכין דעים אוצר אויף אייביג, לאז יעדער לאכען פין אינז, אינז זענען דא פאר א ציעל אין מיר דארפען כאפען וואס מער מיר קענען, ווייל איינמאל מען פארמאכט דעים אוצר קען מען גארנישט נעמען "כיון שמת נעשה חפשי מן המצוות"   
דער הייליגער גר"א פארן שטארבען האט זיך געשפילט מיט דע ציצית אין געוויינט דא אויף דער וועלט פאר א פאר גילדען  קען מען אריין כאפען עולם'עס דארטען איז גארנישט פארהאן, ווער רעדט נאך פין שמירת עינים פאר איינמאל נישט קיקען דער גרעסטער עושר ווי ביל גיעטס ווען האט ווען סכל וואלט ער פארקויפט זיין גאנצע פארמעגען אפציקויפען דע זכות פין איינמאל ציריק האלטען א ראייה 

   

טעמע: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט ה' אייר התשע"ב 00:21 #12265

  • וויל שטייגן
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 29
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
  • קאָרמא: 0
געוואלדיגע חיזווק ווערטער שליט , איך וועל עס אי"ה גוט חזרן

טעמע: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט ה' אייר התשע"ב 09:13 #12272

  • עבודת הבורא
  • יעצט אנליין
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 9 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
  • קאָרמא: 6
הרב ר' שליט

די האסט גוטע אוצרות זיי מהנה דעם עולם ווייטער, די זכות פון זיין מזכה דעם רבים וועט דיר מגין זיין ווי חז"ל זאגן שאין חטא בא על ידו
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט י' אייר התשע"ב 20:15 #12316

  • abe11205
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 125
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
  • קאָרמא: 0
דיעם פארגאנגענעם שבת האב איך געזעין א שיינעם משל פינעם הייליגער חפץ חיים
ער זאגט לגבי לשון הרע אבער מען קען ניצען אויף יעדע זאך
א איד ארימער בעטליר איז איינמאל געקימען אין א פרעמדע שטאט. קימט צי גיין א איד צי אים מיט א ברייטע שלום עליכם אין לאדענט אים איין אין צי עסן מיט אים אין א פראכטפילער רעסטעראנט, געגאנגען דער איד כאפט זיך צי צו דיעם, ווי נאר ער קימט אריין אין געשעפט זאגט אים דער איד פארן בעטליר קלויב זיך אויס וואס די ווילסט אלעס איז אויף מיין חשבון היינט, דער בעטליר נישט טראכטענדיג קיין סאך הייבט אן צי באשטעלען מכל טיב וטוב דע טייערסטע פליישען אין דע בעסטע וויינען אלע מינע צישפייז אין זיפען בקיציר אויף צי בריקען,  דער בעטליר עסט אפ אזאנס וואס ער אין זיין לעבען נאכנישט געשפירט
ער וויל ארויס גיין שטעלט אים אפ דער שומר ביים טיר אין זאגט אים ר' איד איר ווייסט איר דארפט באצאלען, הייבט אויף דער בעטליר א פאר אויגען אויף אים אין וויל אים ווייזען דעים איד וואס האט אים ציגעזאגט ציבאצאלען אויף זיינע באשטעלענוגען. אבער הילד איננו ער האט געמאכט א ויברך ער דריידט זיך פארלוירענער ער בעיט אים א געשוואלנע פרייז,דער שומר שרייט אז  ער ריפט פאליס אין דער בעטליר שרייט אין וויינט איך פארמאג נישט מער ווי א פאר פריטות.  וואס קען איך טיען דער באנדיט האט מיר אריינגענארט אין ער האט אפגעצויגען, דער בעה"ב שרייט האסט געדארפט פארשטיין אז עס נישטא קיין פרי לאנטש קיינער טיילט נישט אימזיסט יעצט מיזטי באצאלען, למעשה איז געבליבען אז דער בעטליר וועט דארפען ארבערטן פארן דעים רעסטאראנט כל ימיו צי באצאלען פאר דעים איינמאליגען נאכטמאל וואס ער האט געגעסן
דער נמשל איז דאך מובן מאיליו
דער יצר זאגט אינז צי אינז זאלן זיך נאכגעבען אינזער תאוות עס וועט שוין גיט זיין ...למעשה ווען מען וועט דארפען באצאלען אויף אינזערע מעשים גייט ער מאכן ויברח אין אינז אליין וועל מיר דארפין באצאלען פאר יעדע ראיה אסירה אד"ג נישט סתם באצאלען נאר גאר א טייערע פרייז
לאמיר זיך כאפען בייצייטענס אין אים זאגען שקילא טיבותך ושדיא אחיזרי לאז אינז געמאכט מיט דיין פאלטשע גיטס     

טעמע: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט י"א אייר התשע"ב 09:18 #12326

  • עבודת הבורא
  • יעצט אנליין
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 9 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
  • קאָרמא: 6
זייער שיין און פאסיג לענינו
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט י"ב אייר התשע"ב 14:10 #12353

  • עבודת הבורא
  • יעצט אנליין
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 9 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
  • קאָרמא: 6
מוח שליט
איך לייג דא אריין דיין מאמר, איך זאהל עס נישט דארפן זוכן פאר די אימעלס


גהערט אמאל פין א גיטן איד, אז עס געווען אמאל א אלטער איד וואס כל ימיו האט ער געמיטשעט צי לייגען ברויט אויפען טיש נישט הבענדיג קיין פריטה צי זיין נשמה. אלעמאל מקנה געווען אצווייטען וואס האט מער פין אים, אזוי האט ער אפגלעבט זיינע זיבעציג יאר. ממש פארן טויט קלאפט אן אין זיין טיר א אלטע גיטע פריינד אין זאגט אים, אז מיט יארן ציריק פאר דיין טאטע איז אווועק פין דע וועלט. האט מיר איבער געלאזט א צעטיל אז איך זאל דיר עס איבער געבען, יעצט האב איך געהערט אז די ביסט שוין זייער שוואך האב איך מיר דערמאנט פין דעים, דער אלטער איד נעמט איבער דעים צעטיל אין זעיט עס שטייט דארט געשריבען "  מיין טייערע זין איך לאז איבער א ירושה פין 100,000,000$ אינען שווייצער באנק דאס אין דאס איז דע נאמבער"  דע איד נעמט זיך וויינען א גאנץ לעבען זיך אפגעמיטשעט אין דע צייט וואס איך האב פארמאגט אזא אוצר
זאגט דער איד אזא פנים וועלן מיר טראגען אויף יענע וועלט. וווען מיר וועלן זיען וואס פארא אוצר מיר האבען דא פארמאגט אין פשוט נישט משים אל הלב געווען
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט ו' תמוז התשע"ב 19:13 #12918

  • Freilach
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 6
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
  • קאָרמא: 0
וואס איך זעה ביי מיר איז אז איך קען נישט ניצן די זעלבע טאטיק א יעדן טאג, די יצה"ר ווערט געוווינט צו מינע חכמות און איך דארף כסדר אויפקומען מיט פרישע גידאנקען.
סאיז דא א ניגון אויף אידיש געזינגען דורך ר' משה גאלדמאן ע"ה, "רבש"ע". איך זינג דאס כסדר - טייל מאל מיט טרערן-, בפרט ביים לעצטן שטיקל "העלף מיר איך זאל קענען היטן מיינע אויגן וכו' ". דאס גיבט א געוויסע צופרידענהייט אז מהאט גערעדט צום טאטן פערזענליך........
דא איז א לינק פאר די ווערטער פונעם ניגון

אויב סאיז דא פאראינטרעסירטע וועל איך פאסטן א לינק צום ניגון.
לעצט פארראכטן: י"ב תשרי התשע"ח 15:27 דורך גבאי.

טעמע: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט ח' תמוז התשע"ב 17:38 #12931

  • Freilach
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 6
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
  • קאָרמא: 0
עס ווערט געברענגט (איך געדענק נישט ווי, אדרבה ווער עס ווייסט זאל זיך ביטע אנרופן) אז אין די צייט וואס איינער איז זיך גובר אויף א ניסיון האט ער די כוחות פון א צדיק זיך אויסצובעטן וואס ער וויל.

איך ניץ דאס אסאך פאר מיר, איך בין זיך מצייר אז איך האב א once in a lifetime opportunity צו טרעפן דעם חת"ס אדער נאך פריערדיגע און זיי וועלן איינרייסן פאר מיר אויף וואס איך דארף........

טעמע: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט ח' תמוז התשע"ב 18:20 #12932

  • עבודת הבורא
  • יעצט אנליין
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 9 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
  • קאָרמא: 6
ספר חסידים ועוד
עיין און די נושא שמירת עינים אימעל און בית מדרש פארום
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

Re: טעמע: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט י"ז כסלו התשע"ה 15:50 #235942

  • tatahelfmich
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
  • קאָרמא: 1
זיין פרייליך און גיין ווייטער און שפעטער ביינאכט תשובה טוהן

Re: טעמע: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט י"ז כסלו התשע"ה 18:35 #235947

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
  • קאָרמא: 18
זייער גוט געזאגט
אויך איז א געדאנק צו דאנקן השי"ת פאר דעם נסיון, און פאר די געלעגענהייט צו קענען שטייגן
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

Re: טעמע: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט י"ח כסלו התשע"ה 12:21 #235960

  • tatahelfmich
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
  • קאָרמא: 1
אויך שטייט אז די אייבישטער פריידט זיך צו זעהן ווי מ'שלאגט זיך און מ'געווינט
למשל צו א קעניג וואס האט ליב צו זעהן ווי חיות שלאגן זיך

אויך דארף מען וויסן אז ווען מ'רעדט זיך אויס צום הייליגן באשעפער איז כביכול דער אייבישטער אליינס איז מנחם און מחזק די מענטש און ווייזט איהם ווען ווי אזוי צוריק צו קומען

מ'דארף נאר אנגיין וועט מען זעהן נפלאות

Re: טעמע: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט י"ח כסלו התשע"ה 15:29 #235967

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 5
א קליין חילוק צווישן די מלחמות פון די חיות און די פון די מענטשן
דער חי' וואס זיגט צום סוף איז דער געווינער, און דער אנדערער איז דער פארלירער

ביי אונז איז אבער אנדערש, יעדע מינוט איז א באזונדערע זאך
למשל א שעה האט זעכציג מינוט,
יעדע מינוט וואס איז אדורך ריין, בלייבט אונזערס לעולם ועד עס ווערט אוועקגעלייגט שמור לנצח
אז עס איז געלונגן פארן יצר צוצוכאפן 10 מינוט פון זעכציג איז די איבריגע 50 נאכאלאץ אונזער,

און וויכטיג צו געדענקן, אויב ח"ו עס איז אים געלונגן צו כאפן 10 מינוט, גיב אים נישט דערפאר קיין באנוס נאך צען מינוט, אדער צוואנציג,
זאג אים; איך הער עס איז דיר געלונגן 10, אבער עד כאן עס האט גארנישט מיט די קומענדיגע 10 מינוט, איך האב אויף די קומענדיגע 10 מינוט גאר אן אנדער חשבון וואס האט גארנישט צוטוען מיט ווער עס האט געהאט די פריערדיגע 10 מינוט
קיעפ אן טראקינג....

Re: טעמע: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט י"ח כסלו התשע"ה 16:34 #235971

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
  • קאָרמא: 18
עס איז דא א ביכל:
The first day of the rest of my life
דער מאטא איז זייער א שטארקע
יעדע שעה איז די ערשטע שעה פון מיין קומענדיגע לעבן
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

Re: טעמע: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט י"ט כסלו התשע"ה 15:29 #235999

  • tatahelfmich
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
  • קאָרמא: 1
אויך איז כדי צוצולייגן אז אלעמאל ווען מ'וועקט זיך אויף און מ'גייט ווייטער אהן איז מען גלייך אויפן ריכטיגן וועג

אזוי ווי די מעשה אז יענער איז געפארן פון נוי יארק קיין קאנאדע אבער בטעות איז ער געפארן אינגאנצן די פארקערטע ריכטונג נאך א פיר שעה פארן כאפט ער זיך וואס גייט דא פאר און ער דריידט זיך אויס זייער צובראכן זאגט איהם זיין חבר דו פארסט פון די מינוט ריכטיג ווייל דאס איז די וועג קיין קאנאדע פון דא

די זעלבע מיט אונז פון די רגע וואס מ'דריידט זיך אויס איז מען אויפן ריכטיגן באן און נישט סתם מען זיצט אין פירסט קלאס מיט אלע באקוועמליכקייטן
און אפילו אויב א שעה שפעטער איז מען נאכאמאל פארפארן דריידט מען זיך גלייך צוריק

נאר נאר פרייליך א געשמאקע הכנה צו די ליכטיגע שיינעדיגע טעג וואס קומען צו גיין

Re: טעמע: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט כ' כסלו התשע"ה 13:58 #236007

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
  • קאָרמא: 18
tatahelfmich געשריבן:

נאר נאר פרייליך א געשמאקע הכנה צו די ליכטיגע שיינעדיגע טעג וואס קומען צו גיין

עס איז דאך פיל געשמאקער צו פארן אין דעם באן וואגאן מיט אזעלעכע טייערע ידידים
(נאך א געשמאק אין יודישקייט)
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

ענטפער: טעמע: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט י"ב תשרי התשע"ח 10:18 #245980

  • friend
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 323 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל
  • קאָרמא: 10
סאיז דא א ניגון אויף אידיש געזינגען דורך ר' משה גאלדמאן ע"ה, "רבש"ע". איך זינג דאס כסדר - טייל מאל מיט טרערן-, בפרט ביים לעצטן שטיקל "העלף מיר איך זאל קענען היטן מיינע אויגן וכו' ". דאס גיבט א געוויסע צופרידענהייט אז מהאט גערעדט צום טאטן פערזענליך........
דא איז א לינק פאר די ווערטער פונעם ניגון

אויב סאיז דא פאראינטרעסירטע וועל איך פאסטן א לינק צום ניגון.

פאסט א לינק צום ניגון.

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

לעצט פארראכטן: י"ב תשרי התשע"ח 15:23 דורך גבאי. אורזאך: נישט ריכטיגע לינק

ענטפער: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט י"ב תשרי התשע"ח 15:25 #245988

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1401 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 882 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 722 מאל
  • קאָרמא: 14
איך האב געמוזט אראפנעמען דעם לינק, ווייל לויט ווי עס קוקט מיר אויס עס איז געווען דער נישט ריכטיגער לינק או עס האט געפירט צו אן אנדערן מקום (א סייט פאר פרויען צו נעמען חלה), נישט דוקא געאייגענט פאר אונזערע חברים.

אדרבא, לייגט דעם ריכטיגן לינק, און אויך א לינק צום ניגון אליינס. איך מיין אז איך האב קיינמאל נישט געהערט דעם ניגון און איך בין זיכער אז עס קען העלפן אסאך חברים.

ענטפער: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט י"ב תשרי התשע"ח 15:51 #245989

  • לבטהור
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 394
  • האט שוין געלייקט: 470 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל
  • קאָרמא: 13
די מיינטס רבונו של עולם העלף דיינע קינדער און אויכט מיר..?

ענטפער: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט י"ב תשרי התשע"ח 18:30 #245990

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1401 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 882 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 722 מאל
  • קאָרמא: 14
איך האב נישט קיין אנונג וואס יענער מיינט. איך זעה נאר אז ער האט געברענגט א פריערדיגע פאוסט, דארט האט געדארפט צו זיין א לינק צו דעם ניגון, פאקטיש אבער איז עס געווען א לינק צו עפעס א סייט פאר חלה נעמען מיט בילדער פון פרויען. האב איך אראפגענומען דעם לינק, סיי פון דא און סיי פון דעם אריגינעלן פאוסט.

אדרבא אויב איינער ווייס ווי עס איז דא א לינק צו דעם ניגון און די ווערטער איז ער מכובד ארויפצושטעלן.

ענטפער: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט י"ג תשרי התשע"ח 13:15 #245996

  • friend
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 323 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל
  • קאָרמא: 10
עס איז דא זייער שיינע מעשיות און משלים דא, עס לוינט זיך צו כאפן א בליק

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט י' אייר התשע"ח 10:48 #248551

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 258 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 449
  • האט שוין געלייקט: 484 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
  • קאָרמא: 1

איך האב נישט געליינט די גאנצע אשקול אבער א סייט מיט אזא קעפל דארפ בלייבן אקטיוו אוודאי אז זומער איז ביים שוועל

ענטפער: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט כ"ב אייר התשע"ט 22:46 #255053

  • friend
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 323 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל
  • קאָרמא: 10

הלאווי די אשכול ווערט די נושא פונעם היינטיגע טאג

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט כ"ב אייר התשע"ט 23:24 #255058

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 142 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 456
  • האט שוין געלייקט: 440 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
  • קאָרמא: 5

עצה א) לעבען מיטן באשעפער יעדע רגע, וויסען, גלייבען, לעבען אין אטעמען דערמיט.

עצה ב) אפילו מען איז געפאלען ציריק צי גיין צי עצה א).

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: עיצות פין דע מעמבערס אין א שווערע מיניט כ"ג אייר התשע"ט 16:57 #255132

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 1447 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
  • קאָרמא: 6
שמע-תפלתי געשריבן on כ"ב אייר התשע"ט 23:24:

עצה א) לעבען מיטן באשעפער יעדע רגע, וויסען, גלייבען, לעבען אין אטעמען דערמיט.

עצה ב) אפילו מען איז געפאלען ציריק צי גיין צי עצה א).


WOW
זייער שטארק ,    שמייכל הק' יחיאל ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.71 סעקונדעס

Are you sure?

יא