ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: איך בין ווידערמאל דא 5335 באזוכער

איך בין ווידערמאל דא כ' כסלו התשע"ג 11:14 #14303

  • ווידערמאהל דא
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
  • קאָרמא: 0
א גוטן פאר אלע טיירע חבריא קדישא דק"ק ג.י.ע., איך בין ווידערמאל דא.

ניין, פראביר מיר נישט אפדעקן, ווייל ס'איז נישט קיין נפק"מ, אזוי ווי ס'איז נישט קיין נפק"מ ווי אזוי יעדער אייניער פון אונז היסט אויפן אמת'ע נאמען.

די עיקר איז אז איך בין ווידערמאל דא. אין AA און SA מ'פלעגט אנזאגן "KEEP ON COMING BACK"

וועל, בין איך צוריקגעקומען. ווי אזוי -פונקט דורך דעם וואס איך האב אויפגעהערט צוריקצוקומען.

אין די לעצטע פאר חדשים איין פאל (גארנישט קיין איינפאל) האט געצויגן דעם צווייטן מיט בערך א וואך אדער צוויי אינצווישן, ביז איך בין געקומען צו די החלטה אז איך מיז מיך צוריקאריינווארפן אין רעקאווערי, ווייל איך בין טאקע אן אדיקט און איך האב א קרענק וואס ווערט נאר ערגער און ערגער.

ווען איך רעד פון א קרענק, איך מיין נישט די סימפטאמס פון די קראנק -ד"ה קוקן א וואו מ'טאר נישט און הוז"ל. די זענען נאר א סימפטאמס פון די אמת'ע קרענק. און איך וויל בעז"ה ארויסגעבן וואס איך מיין מיט דעם בהמשך.

אבער די עיקר וואס איך בין געקומען דא זאגן איז די עיקר שבעיקרים, אז מיין פאל האט אנגעהויבן מיט'ן היסך הדעת פון מיין פאווערלאזהייט און מאכטלאזהייט ווען עס קומט צו לאסט.

איינער וואס האט אן אלערגיע צו פיש איז פולזאם געזונד ווילאנג ער געדענקט פון דעם אלערגיע. ער איז אויף געהאקטע צרות נאר אויפ'ן פאל אז ער פארגעסט פון דעם אלערגיע און פארזוכט א שטיקל הערינג. דעמאלטס איז ער א פארלוירענער.

די זעלבע זאך איז מיט אזעלעכע אזוי ווי מיר.

אויב מיר געדענקען אז מיר זענען פאווערלאז, איז מען שוין א געהאלפענעם. אבער אז מ'לאזט זיך אריין אין א מלחמה מיט'ן יצר/לאסט (ווי אזוי איר ווילט) איז מען שוין א פארלוירענעם.

און וועגן דעם בין איך ווידערמאל דא.

איך וועל בעז"ה צולעגן נאך אפטער.

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ' כסלו התשע"ג 11:24 #14304

  • שטייג העכער
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1301
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
  • קאָרמא: 1
שלום עליכם

ישר כח פארן שעירן

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ' כסלו התשע"ג 12:15 #14306

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
גוט מארגן טייערער ברודער
איך זעה אייך שוין זיך דרייען דא עטליכע טעג
כ'האב שטארק הנאה דיר צו זעהן אריינקומען אינעם היכל הביהמ"ד
ברוך אתה בבואך!

בלייב דא מיט אונז! און לאז אונז מיטהאלטן דיינע מצבים און בעז"ה וועט עס זיין א סוקסעס סטארי
דיינע ווערטער "איינער וואס האט אן אלערגיע צו פיש איז פולזאם געזונד ווילאנג ער געדענקט פון דעם אלערגיע. ער איז אויף געהאקטע צרות נאר אויפ'ן פאל אז ער פארגעסט פון דעם אלערגיע און פארזוכט א שטיקל הערינג. דעמאלטס איז ער א פארלוירענער." זענען זייער טייער און אמת! קיט איט אפ בראדער

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ' כסלו התשע"ג 12:50 #14311

  • עבודת הבורא
  • יעצט אנליין
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 9 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
  • קאָרמא: 6
שלום וברכה הרב ר' איך בין ווידערמאל דא שליט"א

איך גלייב אז אויב די ביסט שוין דא געוען מן הסתם ווייסטו שוין ווי אלעס ליגט, אלזא, פיל דיך היימיש, נעם און געב ווי א אלט געזעסענער.

מיר האפן צו הערן פון דיר אפט אזוי ווי די פארשפרעכסט.

יהא בואך לברכה
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ' כסלו התשע"ג 13:15 #14314

  • שטייג העכער
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1301
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
  • קאָרמא: 1
אייער הערה בנוגע די אלערגיע צו פיש איז זייער אקוראט, אבער, די אלקהאליקערס האבן אונז געלאזט וויסן נאך א זאך. חוץ פון דעם וואס "לאסט" איז א אלערגיע פאר אונז, איז נישט גענוג אז מיר ווייסן דאס, ווייל איינער וואס ווייסט אז ווען ער עסט פיש האט ער אן אלערדזשיק ריאקציע, וועט ער נישט עסן קיין פיש (אויב איז ער נארמאל), אבער, ביי אונזער אלערגיע, איז פאר עפעס א אומבאקאנטע סיבה, וועלמיר יא סוכ"ס גיין צורירען צו לאסט (אפילו, אין געווענטליכע לעבן זענען מיר נארמאל), כאטש וואס מיר ווייסן אז מיר זענען אלערזשייק און פאר דעם דארפן מיר די 12 סטע פראגראם אונז צו היילן דערפון.

דו אלקהאליקערס זאגן אז זיי וויסן נישט די סיבה פארוואס מיר טוען אזוי. אסאך איז געזאגט געווארן דערוועגן, טייל זאגן אז אונזער אדיקשאן מאכט אונז פארגעסן די קאנסקעווענצן פון די אלערגיע, מיר געדענקן נאר די גוטע חלק און נישט די שלעכטע חלקים. דהיינו, איינער וואס האט א אלערגיע פון פיש, וועט נישט פארגעסן די שלעכט אפעקט פון זיין לעצטע רעאקציע אבער מיר וועלן יא פאר א אומפארשטענדליכע סיבה פארגעסן. לויט די סברא, זענט איר גערעכט, אז מיר דארפן געדענקן אז מיר זענען אלערזשיק "און" די שלעכטע רעאקציע וואס עס געשעט איינמאל מיר רירן צו צו אונזער אלערגיע.

די חידוש פון אלערגיע, ווערא ארויסגעברענגט אין די אא בוך אין די בריוו פון דר. סילקווארט, די אויפטו איז, אז ווען א אלקהאליק אדער ווי מיר רופן זיך א לוסטעהאליק רירט צו, צו לאסט, פארסירט אין זיין גוף אן רעאקציע אז ער באקומט א אומנארמאלע קרעווינג ציאונג צו נאך בלי שיעור וערך, די גליסטונג קראפט גייט ארויף צו מיליאן און ער פארלירט זיין קאנטראל דערויף. זיי רופן דאס אלערגיע, ווייל פונקט ווי דער וואס ליידט פון א פיש אלערגיע, קען נישט אפשטעלן די רעאקציע איינמאל ער האט צוגערירט צו פיש, די זעלבע זאך געשעט דא, איינמאל מיר האבן צוגערירט לאסט, פארלירען מיר קאנטראל אויף דע ענין.

איך פארשטיי דאס אזוי, די ערטע מאל, האבן מיר נסיונות און שוועריקייטן און מיר האבן באמת קאנטראל דערויף, מיט דעם אלעם וועלן מיר פאר א אומפארשטענדליכע סיבה, איינמאל יא אויסוועלן צו לאסטן, איינמאל דאס פארסירט, איינמאל מיר האבן געלאסטעד, הייבט זיך אן די אלערגיק רעאקציע און מיר זענען ארויס פון קאנטראל.

איך האב דאס מיטגעמאכט א צווי חדשים צוריק בערך און איך קען עדות זאגן פון מיר אז דאס איז זייער אקוראט ביי מיר.

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ' כסלו התשע"ג 13:29 #14316

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
הערליך צולייגט שטייג! א דאנק
לעצט פארראכטן: כ' כסלו התשע"ג 13:34 דורך .

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ' כסלו התשע"ג 13:41 #14319

  • ווידערמאהל דא
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
  • קאָרמא: 0
אין קארצן וועל איך ענטפערן (צולייגן) אויף די פראגע מיט וואס דו האסט געעפנט דיין פאסט.

אזוי ווי טאקע די אלקעהאליסטן זאגן, די אונטערשייד צווישן אונז מיט די אלערגישע מענטש איז אז ווען עס קומט צו לאסט האט מען נישט נאר אן אלערגיע, נאר א שיגעון דערצו.

ALLERGY OF THE BODY & OBSESSION OF THE MIND

די אבסעסיע רעדט אונז איין אז מיר קענען יא אנרירען לאסט.

אן אלערגישע מענטש וועט קיינמאל נישט זאגן, וועל -אפשר א קליין שטיקעל וועט מיר נישט שאדן (וייל אויב ער האט עס שוין איינמאל פראבירט האט ער גלייך געשפירט אז עס קען איהם הרג'ענן.

...ער וועט קיינמאל נישט זאגן, זעסט -דענסטמאל איז געווען הערינג. איך וועל בלייבן נאר מיט סאלאמון פיש און איך וועל זיין OK.

... ער וועט קיינמאל נישט זאגן, ס'איז שוין אריבער 90 טעג זייט די לעצטע מאל וואס איך בין געווארן אנגעבלאזן ווי א באלון און מ'הט מיר געדארפט םירן אין ICU.

אבער אן אדיקט -זיין אבסעסיע פארשאפט טענות שונות ומשונות -די עיקר נישט זיך בייגן און זאגן איך קען טאקע נישט. און דאס איז טאקע די גרעסטע חלק פון אונזערע קרענק! דאס רופען זיי אן INSANITY.

און דעם וואס איר זאגט אז מיר קענען נישט אפשטעלן די אלערגיע נאכן אנהייבן צו לאסטן -אין אמת'ן (קען זיין אז איר מיינט דאס אויך נאר איר רעדט בכללות). ס'איז יא דא איין איינציג וועג וואס אפילו מיר האבן אנגעהייבן צו לאסטן קען מען אפשטעלן די אלערגיע.

מיט סארענדער (SURRENDER). ווען מ'ווענדט זיך צו א צוייטער אין טעלעפאן א.ד.ג., שטעלט מען אפ די נארישקייט (INSANITY), און דאס איז א חלק פון די כח פון געזעלשאפט.

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ' כסלו התשע"ג 13:45 #14320

  • ווידערמאהל דא
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
  • קאָרמא: 0
אה, און איך האב פארגעסן -היינט איז די 9-טע טאג ריין.

(כאטש איך האלט אז פאר מיר שטערט עס צו ציילן טעג, אבער די עולם דא איז זיכער נייגעריג, און איך זעה אז רוב עולם האלט פון דעם זייער שטארק)
לעצט פארראכטן: כ' כסלו התשע"ג 13:52 דורך .

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ' כסלו התשע"ג 13:50 #14321

  • שטייג העכער
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1301
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
  • קאָרמא: 1
ישר כח ר' ווידעראמאל דא

איך בין נתפעל פון דיינע ברייטע באקאנטשאפט אין די נושא.

יא, דו זאגסט זייער גוט.

די מעשה, וויאזוי עס האט זיך טאקע אפגעשטעלט 2 חדשים צוריק ווען איך האב געלאסטעד פאריענע צוויי טעג איז געווען נאכן רעדן מיט א GYE חבר און פארשטייט זיך מיט די הילף פונעם בוכ"ע.

איך קען היינט זאגן, אז לויט די טאטאלע אומקאנטראל וואס איך האב געהאט יענע צוויי טאג איז עס א אפענע נס גלוי פונעם בוכ"ע אז עס האט זיךלמעשה יא  אפגעשטעלט, בדרך הטבע, איז עס געווען אוממעגליך, און איך בין שולדיג א געוואלדיג שבח והודי' לה' על כל החסד אשר גמלוני, די אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ' כסלו התשע"ג 14:11 #14322

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
ווידעראמאל דא ווי זענט איר געווען ביז יעצט?!?

געוואלדיג! יישר כח!
וואלט איר ביטע מסביר געווען אייערע ווערטער "כאטש איך האלט אז פאר מיר שטערט עס צו ציילן טעג"

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ' כסלו התשע"ג 17:57 #14327

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 1
א גוטן הרב ר' ווידעראמאל דא שליט"א שלום עליכם
אייער אריינקומען דא און נאכדערצו מיט אזא פרישקייט און מיט אזא ברייטע באקאנטשאפט אין דעם נושא ברענגט אריין א פרישע חיות אין אונז אלע
און מיר קוקן ארויס קלארער צו ווערן אין די גאנצע נושא, לויט ווי מיר זעען פון די שמועס וועט אי"ה די זאך גוט ארויסגעברענגט ווערן.
ממילא גיי אן און האלט אונז אפדעדיט און מיר וועלן פראבירן מיטצוהאלטן.
יישר כח!

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ"א כסלו התשע"ג 11:16 #14344

  • ווידערמאהל דא
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
  • קאָרמא: 0

ווידעראמאל דא ווי זענט איר געווען ביז יעצט?!?

געוואלדיג! יישר כח!
וואלט איר ביטע מסביר געווען אייערע ווערטער "כאטש איך האלט אז פאר מיר שטערט עס צו ציילן טעג"


זייער פשוט,

1. ווען איך צייל טעג, ס'ווערט אזא מין "סעלף דעסטראקט" קנעפעל וואס ווערט פון דרוק, ווייל איך קען טאקע נישט אויסהאלטן מער פון צו זיין ריין יעצט. די מינוט. לרגעים תבחננו ממש.

2. ווען איך צייל טעג, איך ווער צו פארנומען מיט'ן נישט קאליע מאכן די חשבון און ווייניגער מיט די שאלה וואס טוט זיך מיט מיר באמת.

3. ווען איך צייל טעג, הייבט זיך אן די ישות אריינצוקריכן צוביסליכווייז. כאטש אין AA/SA די שטייגער איז צו ציילן טעג, פון דאגעגן, איך האלט אז ס'איז דא אין דעם  געוויסע חסרון. די שיטה פון די געזעלשאפטן איז אז אלע זענען גראד. פארשטייט זיך אז מיר לערנין בעיקר פון ווי אזוי דער ואס האט מצליח געווען האט דאס טאקע געטוהן. מיר האבן דאך נישט מער פון אונזערע עקפיריענס, און די גרעסטע חיזוק פאר איין אדיקט איז צו זעהן אז ס'איז דא א האפענונג, ווייל אויב דער האט געקענט אזוי, שטעל זיך פאר אז איך קען אויך (נאר בחסדי השם און מיט די הילף פון מיינע חברים). און ממילא די חשבון האט א געוואלדיגע תועלת אויף דעם אופן. אבער ס'דארף זיין שטארק געבויט אויף די הכרה אז מיר זענען בעצם אין די זעלבע געפאר -צו מיר זענען איין טאג ריין אדער 25 יאר ריין.

און ווען די ישות קריכט אריין בין איך פארפאלן. ווייל עס שלעפערט מיר איין.

והא ראיה? אז איך בין וויידערמאל דא
לעצט פארראכטן: כ"א כסלו התשע"ג 11:17 דורך .

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ"א כסלו התשע"ג 11:56 #14350

  • חזקלע_למדן
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 500
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
  • קאָרמא: 0
מורעדיג גוט געזאגט.

איך פיל דער זעלבע וועג און דערפאר צייל איך טאקע נישט.
צדיק, איך האב דיר ליב!

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ"א כסלו התשע"ג 12:27 #14354

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
איך הער וואס איר זאגט. כשאני לעצמי זעה איך עס - ביי מיר - נישט אלס א פראבלעם, איי געס אלו ואלו ובלבד שיכוון

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ"א כסלו התשע"ג 17:10 #14371

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 1
גם אני מצרף לדברי וחלקלקות וכשאני לעצמי זע נישט קיין פראבלעם מיטן ציילן,
אבער יעדער איינער איז אנדערש.

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ"ב כסלו התשע"ג 09:31 #14394

  • ווידערמאהל דא
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
  • קאָרמא: 0
וכבר נאמר בכגון דא אלו ואלו דברי אלוקים חייםף והרבה דרכים למקום.

גראדע, דאס יא, עס שאדט מיר נישט צו געדענקען מיין "זויבערהייט טאג" (SOBRIETY DATE), נאר צו האלטן א שטענדיגע חשבון פון טעג אזוי ווי איז געווען די שטייגער פון הרה"ק רמ"מ מרימנוב זי"ע בספירה. איך מיין צו זאגן אז איך שפיר אז ס'איז א גרייז צו לעגן א דגש אויפן ספירה פון טעג ביז עס ווערט ווי א תכלית פאר זיך. פאר מיר איז עס א גרייז, ווייל נישט די מאז טעג איז די ציל, נאר די איכות פון מיין לעבן.

למשל, איך קען בלייבן ריין נאך א טאג ווען איך גיי נישט ארויס אויף 13'טע עוועניו א.ד.ג., אבער דאס וואס איך קען נישט ארויסגיין אין גאס וועגן די לאסט מיינט אז איך בין זיינעס א געפאנגענעם. אבער אויב איך לעג די דגש אויף די יעצטיגע ארבייט מיט די סטעפס קען איך לעבן פריי פון לאסט און גיין געהעריג אין גאס (כמובן עפ"י כללי שמירת העינים). דאס איז די ציל. צו זיין זויבער. נישט סתם צו בלייבן ריין און אויפגעגעסן פון אינעוייניג.

איך מיין נישט צו זאגן אז דער וואס עס העלפט איהם יא צו ציילן טעג האט נישט קיין איכות פון זויבערהייט. איך זאג נאר אז פאר מיר אונד נאך א פאר חברים, דעם ציילן נעמט אוועק די בליק פון די יעצטיגע מינוט, וואס איז ביי מיר חשוב'ער פון אלעס.

כמאמר החכם: העבר אין, והעתיד עדיין וההווה כהרף עין...
לעצט פארראכטן: כ"ב כסלו התשע"ג 10:22 דורך .

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ"ב כסלו התשע"ג 10:15 #14398

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
אויב ביסטו אזוי קלאָר דערין איז לכאורה נישט קיין ספק אז דאס איז וואס דו דארפסט יעצט טוהן!

און אין פאקט האב איך הנאה צו הערן א פרישע פרט וואס קען זיין אנדערש פון איינעם צום צווייטען.

יישר כח וחילך לאורייתא, חזקו ואמצו!

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ"ב כסלו התשע"ג 18:17 #14417

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 1


דאס איז די ציל. צו זיין זויבער. נישט סתם צו בלייבן ריין און אויפגעגעסן פון אינעוייניג.



דאס איז א שטארקע נקודה, לענ"ד איז דאס די יסוד פארוואס מ'דארף צו גיין אויף די 12 סטעפ פראגראם.
זיך אויסצולערנען די מהלך פון לעבן זאל זיין אינארדענונג.

טעמע: איך בין ווידערמאל דא י"ז טבת התשע"ג 14:11 #14804

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
טייערער ברודער שוין נישט געהערט פון דיר א שטיק צייט? ווי אזוי גייט עס?
כ'קען באשטיין דו זאלסט 'ווידערמאל דא' זיין מיט אונז, און פארקויפן דיינע טייערע סחורה.

טעמע: איך בין ווידערמאל דא י"ט טבת התשע"ג 13:04 #14836

  • ווידערמאהל דא
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
  • קאָרמא: 0
ב"ה איך בין חי וקיים

נאר איך בין אזוי פארנומען אז קוים איך האב צייט צו שרייבן א אידיש ווארט.

ריין בין איך, בחסדי ה'.

די אמת איז אז אין די לעצטע פאר טעג איך שפיר א געפערליכע רייצונג צו לאסטן.

בפרט אז איך בין לעצט'נס אריין אין נאך א דזשאב, און דארט, כאטש מסתמא די אינטערנעט איז נישט אפען ביז פארנאגראפיע -ס'איז גאנץ אפען. איך בין דארטן אזוי פריש, אז ס'איז מיר שווער אויסצופרעגן וואס פאר א פילטער האבן זיי יא, אבער ס'איז נישט די זעלבע סארט "פרומע" אינטערנעט אזוי ווי אין מיין אנדערע ארבייטספלאץ.

דאס מאכט נאר וויכטיגער די נקודה פון "איין טאג אויף א מאל".

אפילו איך שפיר א געפערליכע רייצונג צו זוכן וואס מ'טאר נישט, דערמאן איך זיך אז:
1) איך טאר נישט ווייל איך קען נישט.

2) איך בין מקבל אויף זיך נאר היינט זיך אויסצוהאלטן, און איך בעט אויף דעם די באשעפער'ס הילף אז ער זאל מיר אויסלייזן פון די לאסט נאר אויף היינט.

3) איך דערמאן זיך פון די אלערגיע -אז טאמער ח"ו איך לאז זיך נאך אפילו א ברעקל, וועל איך אריינפאלן טיפער פון וואס איך שטעל זיך פאר.

4) איך דערמאן זיך וואו עס קומט אן אין סוף. ווען איינער הייבט זיך אן צו זוכן א בליק, ער זאגט זיך קיינמאל נישט "איך וויל ווערן טמא און שפירן שמוציג און אומווערד", ער ראציונאלאזירט זיין טריט מיט דעם וואס ער זאגט "איך וועל נאר.... א ביסל וכו'" און מאכט זיך בלינד פון וואו אהער עס קומט אלעמאל אן צום סוף.

5) איך דערמאן זיך אז מיין פראבלעם איז אז די גליסטעניש צו די שמוץ איז ווייל במשך יארן איז דאס פאר מיר געווען די אטאמאטישע "אויסלייז" פון יעדער שלעכטע געפיל, און א "עיר מקלט" פון די ריאליטי פון די אמת'ע טאג טעגליכע לעבן מיט זיין שווערקייטן. ס'איז קיינמאל נישט געווען "עפעס גוטס" זיך צו פארגינען א "געשמאק", נאר א דראג אוועקצונעמען די שווערע געפילען, אדער בעסער געזאגט -מיר אועקצונעמן פון זיי. די פראבלעמען בלייבן און וואקסען ווען מ'שלינגט אריין די לאסט, די פאנטאזיעס מיט די שמוץ... אונז גיין אוועק צו אן אנדערע וועלט אויף א פאר מינוט, שעה'ן, טעג... אבער די אמת'ע לעבן ווארט אונז אין ווינקל, און ווען מיר קומען צוריק פון אזא "טריפ" איז די נארמאלע לעבן נאך שווערער פון וואס ס'איז באמת... 

אזוי ווי פריער געזאגט. נאר איין טאג אויף א מאל.
לעצט פארראכטן: י"ט טבת התשע"ג 14:37 דורך .

טעמע: איך בין ווידערמאל דא י"ט טבת התשע"ג 13:24 #14837

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
ווידערמאל דא, הארציגן דאנק מקרב לבי.
כ'האב עס געקאפיעד און געפעיסט אויף א פלאץ ווי איך וועל עס זעהן טעגליך בעז"ה און עס חזר'ן,
אזוי קורץ און אזוי גוט!

טעמע: איך בין ווידערמאל דא י"ט טבת התשע"ג 13:50 #14838

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 1
מיר זענען זייער פרייליך מיט דיר, אז דו האלסט דיך פעסט 'איין טאג אויפאמאל'
זייער שיין ארויסגעברענגט דאס ענין און צו די זאך

טעמע: איך בין ווידערמאל דא י"ט טבת התשע"ג 18:13 #14845

  • עבודת הבורא
  • יעצט אנליין
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 9 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
  • קאָרמא: 6
שלום עליכם ווידער
איך פריי מיך דיך צו זעהן ווידערמאל דא, אבער דעם תירץ פארוואס די ביסט נישט געווען לעצטנס נעם איך נישט אן, מיר וועלן דיר אלע העלפן זוכן א דשאב וואס די זאלסט דיך קענען ערלויבן אינז צוגעבן כאטשיג איין שעה א טאג.
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ' טבת התשע"ג 12:13 #14863

  • ווידערמאהל דא
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
  • קאָרמא: 0
:-)

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ' טבת התשע"ג 12:23 #14864

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
יישר כח ווידעראמאל
דאס הייסט געפאלגט!

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ' טבת התשע"ג 12:47 #14865

  • עבודת הבורא
  • יעצט אנליין
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 9 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
  • קאָרמא: 6
געדענק ווידעראמאהל טייערער
פינקט ווי די האסט צייט צו פרישטוג יעדן טאג, איך ווייס אז די האסט טאקע נישט אבער די פאסט דאך נישט די כאפסט אריין א שטיקל לעקעך לכל הפחות אזויפיל דארפסטו אריין כאפן פאר דיינעט וועגן עפעס אהער, ווייסט דאך די מלמדים פלעגן זאגן איך מיין דיין טובה איך מיין גארנישט מיך.......
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ"ד טבת התשע"ג 09:48 #14932

  • ווידערמאהל דא
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
  • קאָרמא: 0
:-(

איך עס טאקע נישט קיין פרישטיג...

אפשר דאס איז די פראבלעם!

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ"ד טבת התשע"ג 11:28 #14934

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
א חלק פונעם פראבלעם זיכער, לכאורה...

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ"ד טבת התשע"ג 19:58 #14941

  • עבודת הבורא
  • יעצט אנליין
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 9 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
  • קאָרמא: 6
נישט אפשר דאס איז דאך עכב"ר
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ"ד טבת התשע"ג 20:13 #14945

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
אויש.
כ'געדענק שוין נישט די נוטריקון, א זיך (Search בלע"ז) אויפ'ן פארום האט געברענגט קיינע רעזולטאטן.

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ"ה טבת התשע"ג 13:43 #14958

  • ווידערמאהל דא
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
  • קאָרמא: 0
עייף, כועס, בודד, רעב

אין מאמע לשון:

מיעד, ברויגז, עלנד, הונגעריג

ר"ת מבע"ה וכדעת רב דס"ל מבעה זה אדם המזיק...

אן איינפאל, עה?  :D

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ"ה טבת התשע"ג 13:44 #14960

  • ווידערמאהל דא
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
  • קאָרמא: 0
פון דאסוועגן עס איך א שטיקל מזונות מימט א גלעזל קאווע

הממ... ווי אהין קען מען טרונקען א גוטע קאווע דאהי...

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ"ה טבת התשע"ג 13:51 #14962

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
יישר כח ווידערמאל!

אויפ'ן צווייטן שעלוו האסטו די פרישע ווארע.

באַלד קומט די דעליווערי פון שטערן'ס, אגב אויב פרעפערסטו אן אנדערן'ס סחורה, שעם זיך נישט צו בעטן...
לעצט פארראכטן: כ"ה טבת התשע"ג 19:05 דורך .

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ"ה טבת התשע"ג 18:18 #14978

  • עבודת הבורא
  • יעצט אנליין
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 9 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
  • קאָרמא: 6
שכח פאר אלע
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: איך בין ווידערמאל דא כ"ה שבט התשע"ג 19:45 #15955

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
ווידערמאל, איך וויל דיר זעהן ווידער אמאל

זינט ינואר 07, 2013, נאבן מיר דיך שוין נישט געזעהן

:-\

טעמע: איך בין ווידערמאל דא ז' ניסן התשע"ג 09:24 #17318

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
Missing

ווידערמאל דא

Since Jan. 07 2013

טעמע: איך בין ווידערמאל דא י"ב אייר התשע"ד 18:19 #25922

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1546
  • האט שוין געלייקט: 376 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 147 מאל
  • קאָרמא: 7

Missing "ווידערמאל דא"
Since Jan. 07 2013
פאר סיי וועלכע הילף קענט איר אונז שיקן א PM אדער אן אימעיל צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it און מיר וועלן פרובירן אייך צו העלפן בס"ד
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.65 סעקונדעס

Are you sure?

יא