ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: איש את רעהו יעזרו 2165 באזוכער

איש את רעהו יעזרו ז' אלול התשע"ג 20:59 #18838

  • עבד השם
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 829
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
  • קאָרמא: 1
א גוטן מיינע טייערע ידידים  כל אחד בשמו הטוב יבורך!!  קודם כל א געוואלדיגע דאנק פאר די אלע תגובות וואס איר האט מיר געגעבן עס איז ממש יעדע איינס געווען קולע אל השערה כמים קרים על נפש עיפה  איר האט ארויס געהאלפן א פארפלאגטע יודישע נשמה און באמת איז דאס נישט נאר א חיזוק פאר מיר  נאר פאר אלע ליינער (איר קענט דאך זעהן וויפיל הונדערטער מאל דאס איז געליינט געווארן)חזקו ואמצו ידיכם  געדענקט וואס צדיקים האבן געזאגט(כמדומני מהרה''ק ר' שלמה'קע זוועהילער) איין טריט (טייפ) פאר יענעם שפארט מען זיך טויזנט טריט פאר זיך.איך וויל נאך שרייבן באריכות  אביסל פון די צד השני די געפילן די דערהויבנקייט וואס מען שפירט ווען מען איז זיך מתגבר  אההה!! ס'איז נישט דא קיין בעסערס פון דעם אשרי עין ראתה זאת ס'איז נישט אויפן וועלט קיין בעסערע טעם.נאר אנטשולדיגט איך יאג זיך אביסל פארזעצונג קומט בקרוב ואתכם הסליחה   

טעמע: איש את רעהו יעזרו ז' אלול התשע"ג 23:30 #18839

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 1
גוט וועלן מיר ווארטן אויף מארגן 

טעמע: איש את רעהו יעזרו י' אלול התשע"ג 12:42 #18849

  • עבד השם
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 829
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
  • קאָרמא: 1
א גיט מארגן מיינע טייערע חברים וידידים כאו'א בשמו הטוב יבורך את אשר ישנו פה ואת אשר עתידים להיות פה באתרא קדישא הדין עמו''ש
קודם כל אין קץ לשמחתי איך האלט יעצט ביי40!! טעג ריין בעזהשי''ת  ס'איז טאקע ביטער שווער בשעת מעשה אבער טייערע הייליגעי ברודער ס'איז נישטא קיין בעסערס אויפן וועלט
די ניסיון איז טאקע אויפן מינוט/שעה אבער ווען עס וועפט אויס(ליין.באבל פלאצט)איז די שמחה אזוי גרויס און דערהויבן.איך שפיר ווי כביכול נעט מיך ארום אזוי ווארעם און פיל מיט ליבשאפט
איך שפיר זיין body heat און געט מיך אזא קוש וואס איך האב אין מיין לעבן נישט באקומען אאההה!! ישקני מנשיקות פיהו  כי טובים דידיך מיין.                                                                                                                                און ער שרייט אויס די ביסט מיינס דו האסט זיך צוריסן פאר מיר דו האסט אוועק געגעבן א שטיק פון דיר פאר מיר איך האב דיר מטביע געווען מיט א געוואלדיגע מאס אהבה און דו האסט עס מיר אוועק געגעבן . כאטש עס איז דיר געווען ביטער ביטיר שווער יעצט ביסט מיין דו ביסט אנגעקומען אויף א דרגה וואס גאר ווייניג זענען אנגעקומען א דרגה וואס עין לא ראה אלוקים זולתיך
אלזא טייערע אידן איך ווייס אז בשעת א ניסיון רעדט עס נישט קיין סאך צו א מענטש אבער חזקו ואמצו אל תראו ואל תערצו איר ארבעט דורך פארום/מיטינגס/טעלעפאן קאנפרענס/ וכו' און ווען
איר זענט זיך מתגבר און איר ברעכט אדורך דעם ניסיון זייט אייך מתבונן ווי איר זענט אנגעקומען.  טעמו וראו כי טוב ה'(מיטן סקולענע תנועה)
כי עזה כמוות אהבה קשה כשאול קנאה רשפיה רשפי אש שלהבתקה. מים רבים לא יכלו לכבות את האהבה .                          חזקו ואמצו אל תראו  ואל תחפזו!!
                                                                                        הרוצה להיות עבד השם

טעמע: איש את רעהו יעזרו י' אלול התשע"ג 13:00 #18850

  • לטוב
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 67
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
  • קאָרמא: 0
ייש"כ "עבד השם"
שמך נאה לך,
געוואלדיגע חיזוק ווערטער פאר יעדן

טעמע: איש את רעהו יעזרו י' אלול התשע"ג 13:16 #18851

  • עבד השם
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 829
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
  • קאָרמא: 1
יישר כח הרב לטב שרייב אויך אמאל ארויף דיינע געפילן דא צו מחזק זיין דעם עולם .
למעשה געפין מיר זיך דא אין א חבריא קדישא ממש אויפן דרגה פון ר' אלימלך מיטן חוזה נאר מיר זענען נאך אינמיטן בארג סאו לאמיר נאר האבן אביסל געדולד און יעדער זאל אנכאפן דעם צווייטן און אזוי מיטן כח האחדות וועלן מיר אנקומען אויבן און ווען מיר וועלן אלע זיין אויבן וועלן מיר אי''ה ברענגן משיח(כידוע מספרים שעוון זה מעכב הגאולה)  יישר כח און א גוט שבת

טעמע: איש את רעהו יעזרו י' אלול התשע"ג 14:29 #18852

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 1
קודם קומט זיך דיר א קניפ אין בעקל אבער א גוטס, WOW דו האלטסט שוין ביי 40 טעג קע"ה, דער אייבערשטער זאל דיר העלפן ווייטער גרינגערהייט, מתוך שמחה.
עס איז א געוואלדיגע הילף צו שרייבן דא, זע צו קומען דא אפט און מעלד איין ווי דו האלטס און וויאזוי עס גייט דיר,
הצלחה רבה, און א גוט שבת.

טעמע: איש את רעהו יעזרו י"ב אלול התשע"ג 01:53 #18853

  • היימישער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 323
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
  • קאָרמא: 0
מזל טוב עבד השם פאר די 40 הייליגע טעג, א שיכח פאר די פרייליכע נייעס
[size=14pt][color=purple]חזקו ואימצו אל תיראו ואל תערצו מפניהם כי ה' אלוהיך הוא ההולך עמך לא ירפך ולא יעזבך
לעצט פארראכטן: י"ב אלול התשע"ג 01:55 דורך .

טעמע: איש את רעהו יעזרו י"ט אלול התשע"ג 16:55 #18878

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 1
טייערע עבד השם שוין אדורך 7 טעג און מ'האט נישט געהערט פון דיר,
זיי אזוי גוט און לאז אונז וויסן וואו דו האלטסט,
וויאזוי גייט עס דיר?

טעמע: איש את רעהו יעזרו י"ט אלול התשע"ג 22:49 #18879

  • עבד השם
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 829
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
  • קאָרמא: 1
לכבוד אחי ורעי אדברה נא שלום בך                          הרני מוכן ומזומן לקיים מצות של ספירת נקיים
היום יום תשעה וארבעים יום  שהם שבעה שבועות לספירת הנקיים ולהתקרב לשמו יתברך      אשרנו מה טוב חלקנו ומה נעים גורלינו
אבער טייערע יודן איך דארף נאך אסאך חיזוק אויף ווייטער העלפט מיר ארויס זייט מיר מחזק    יישר כח
לעצט פארראכטן: כ' אלול התשע"ג 08:11 דורך .

טעמע: איש את רעהו יעזרו י"ט אלול התשע"ג 23:38 #18880

  • לטוב
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 67
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
  • קאָרמא: 0
טייערע חבר "עבד ה'" עמו"ש

ווער נאך ווי אונז דא ווייסן די כוחות וואס די לייגסט אריין ארויף צו קריכן דעם לייטער,
גראדע אויב די וועסט קוקן וועסטו זען אז איך אני הק' "לטוב" בין גאר דיין שכן,
כ'האב היינט געאפדעיט צו 56 טעג ריין ב"ה,

ס'געווען אסאך שווערע טעג וואס ס'האט אויסגעקוקט אז דאס איז עס, אבער ב"ה דידן נצח און דא שטיי איך, ה' יעזור להלן.

איך פיל א מורא'דיגע שטופ פון דעם וואס די יודעי דבר פון ג. י. ע. זאגן
All it takes is 90 days clean to break the habit
נאך דעם וועט שוין זיין סאך גרינגער. ס'לוינט זיך די כוחות זיך צו אנהאלטן אבי שוין פטור צו ווערן פון די שווער לעבן פון אדיקשן.

מע'מר נאך רעדן

טעמע: איש את רעהו יעזרו י"ט אלול התשע"ג 23:54 #18881

  • עבד השם
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 829
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
  • קאָרמא: 1
לכבוד הרב לטב! אומגלויבליך אבער א פאקט אז מיר האלטן שוין דא אבער לאמיר נישט פארגעסן אפצוגעבן א שבח והודאה פארן הייליגן באשעפער שאלמלא הקב''ה עוזרו לא יכול לו  און לאמיר געדענקן וואס שלמה המלך זאגט יאין קהלת  טובים השנים מן האחד שאם יפול אחד (טייטש.נוטה ליפול) השני יקימנו   יישר כח פאר דיינע ווערטער איך האב דיך באמת ליב אהבת נפש                    הרוצה להיות עבד השם

טעמע: איש את רעהו יעזרו כ' אלול התשע"ג 00:25 #18882

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 1
אהההההה פיינע נייעס, יישר כח פאר אזעלכע גוטע נייעס,
און גיב א קוק פון גוטס קומט ארויס גוטס, דו האסט געמאלדן דיינע דעגרייכונגען און דורכדעם האט הרב לטוב אויך געמאלדן זיינע,
אשריכם גבורי חיל, מי כעמך ישראל וואס פרייען זיך באמת מיט א שמחה של מצוה אז  מ'איז ב"ה ריין שוין אזויפיל טעג,

איין קלייניקייט נאר דערמאנען, פון איין זייט דארף מען זיך טאקע באמת פרייען מיט די דעגרייכונגען און פון די צווייטע זייט דארף מען אבער געדענקן אז מיר זענען נאך אלס קראנק און אין א אומשולדיגע מינוט קען זיך אויפוועקן די רייץ און מ'דארף זיין זייער שטארק נישט חלילה צוריק אריינצופאלן, ממילא דארף מען געדענקן אז דאס איז נישט אין אונזערע כוחות נאר אינעם אייבערשטן'ס, און ער קען און וועט אונז העלפן, און מיר דארפן געדענקן אז דאס וואס מיר זענען אנגעקומען ביז אהער איז אויך נאר דורך אים, און לאמיר אים בעטן און בעטן איינמאל און נאכאמאל ער זאל אונז היטן שטענדיג, נישט חלילה צוריק אריינצופאלן אפילו פאר איין מינוט.

טעמע: איש את רעהו יעזרו כ' אלול התשע"ג 10:17 #18883

  • שטייג העכער
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1301
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
  • קאָרמא: 1
ב"ה פאר די גוטע נייעס. ה' זאל ענק ווייטער העלפן.

טעמע: איש את רעהו יעזרו ט' חשון התשע"ד 20:27 #19414

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
עבד'ל טייערער, ווי גייט עס?

טעמע: איש את רעהו יעזרו ט' חשון התשע"ד 20:52 #19417

  • עבד השם
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 829
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
  • קאָרמא: 1
הרב וחלקלקות ווי אזוי האסטו געוואוסט ווען צו פרעגן עס איז גארנישט אזוי פשוט די מצב מיט מיר איך האב געמיינט אז איך קען עפעס און דערווייל האב איך געזעהן אז איך בין [b]powerless :-[ :-[/b]

טעמע: איש את רעהו יעזרו י' חשון התשע"ד 07:51 #19418

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
איך פארשטיי אלעס חוץ די צויי זויערע פנים'לעך...
אויב איז אמת אז דו האסט שוין זוכה געווען צו אנערקענען אין אזא געוואלדיגער ענין אז א מענטש איז גארנישט מיט גארנישט, מאכטלאז במלוא מובן המילה, און נאר מיט'ן הילף פונעם רופא נאמן קענען מיר זיך עטוואס רירן און ארויסקריכן פון אונזער קרענק איז דאך דאס א געוואלדיגער זאך, פארוואזשע טרויעריג?
אבער ערנסט גערעדט, איך פארשטיי דאס אויך, א מענטש איז פאר נאר א מענטש און ער וויל זעהן פראגרעס, אין זאך וואס איך אבער נישט איז, פארוואס האסטו זיך אפגעשטעלט פון אפדעיטן דעם ציבור מיט דיין מצב, דאס טאר זיכער נישט געשעהן, שרייבן און שרייבן און ווייטער שרייבן און דערנאך נאך שרייבן...

טעמע: איש את רעהו יעזרו י' חשון התשע"ד 10:27 #19427

  • שטייג העכער
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1301
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
  • קאָרמא: 1
צדיק טייערער, עס איז אזוי געשמאק צו אנערקענען אז מאיז פאערלעס. מיר אלע באמת ווייסן עס, אבער, מיר ווילן עס נישט אנערקענען. מיר ציטערען צו מודה זיןן אז מיר זענען כח'לאז, אז מיר זענען גארנישט, מיר האבן מורא וואס וועט זיין מיט אונז אויב מיר קענען נישט, אבער, דאס איז באמת די ערשטע סטעפ פון די רפואה. מיר דארפן עס מודה זיין און אנערקענען. עז איז א פאקט, אבער, מיר דארפן באמת מודה זיין. איך האב נאכנישט געמאכט מיין סטעפ 1, איך האב פאריגע וואך אנגעהויבען צו ליינען דערוועגן, עס איז אסאך צו ליינען, אבער לויט ווי איך האב געזען אין איין בוך, איז א שטארקע כוונה פון סטעפ 1 אונז צו מאכן אמת'דיג, אראפנעמן דאס פאלטשקייט, ווערן אמתדיג, האנעסטי, דאס איז איינע פון די הויפט צילן, און ווי לאנג מיר האלטן נישט ביים מודה זיין אין אונזר פאערלעסנעס, לעבן מיר אין דינייעל און פאלטשקייט. מיר טינקן זיך אין די שקר וואס באגראבט אונז, און מיר ציטערען זיך אפצוטיילן פונעם שקר און גיין צום אמת.

בעט פון ה', זאלסט אייביג געדענקן און פילן אין אלע דיינע ביינער ווי באמת פאערלעסס איך בין.

טעמע: איש את רעהו יעזרו י' חשון התשע"ד 11:43 #19436

  • עבודת הבורא
  • יעצט אנליין
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 9 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
  • קאָרמא: 6
אמת'ע ווערטער
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: איש את רעהו יעזרו י' חשון התשע"ד 12:48 #19439

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
תודה שטייגי, אהבתי.

טעמע: איש את רעהו יעזרו י' חשון התשע"ד 12:59 #19444

  • שמעלקא טויב
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 408
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
  • קאָרמא: 0
זייער אמת'ע ווערטער שטייג העכער!

"איך אנערקען אז איך בין גארנישט" דאס איז פון די יסודות אין אלעם, א מענטש דארף וויסן אז ער אליין קען גארנישט, נאר מיט'ן הילף פון אויבן.

כ'פלעג אלע מאל דא נאכזאגן דעם הייליג ווארט פון הרה"ק רבי יצחק מסקווירא זי"ע

נפלה, א איד איז רח"ל געפאלן טיף טיף, אבער לא תוסיף, ער זאגט צו פארן רבוש"ע אז ער וועט שוין מער נישט טוען דאס, זאגט הקב"ה קום בתולת ישראל, שטיי אויף שטיי אויף, לבשי בגדי תפארתיך, טוה אן דיינע שיינע נייע קליידער, דיין נשמה איז ווי א תינוק בן יומו, ריין אן א חטא!

טעמע: איש את רעהו יעזרו י' חשון התשע"ד 13:16 #19448

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
זייער שיין שמעלקא, און דאס איז געזאגט געווארן פאר א געווענליכער איד בתוך כלל ישראל, כש"כ וכש"כ א איד וואס איז נישט געזונט און ליידט פון די געפערליכע מחלה.

יישר כח.

טעמע: איש את רעהו יעזרו י' חשון התשע"ד 13:17 #19450

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 5
ר' שטייג זאגט שטארקע ווערטער ס'קלעבט זיך אביסל אן און מיין הארץ

טעמע: איש את רעהו יעזרו י' חשון התשע"ד 14:58 #19461

  • היימישער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 323
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
  • קאָרמא: 0
ס'דא א אנדערע ווארט וואס דער ישמח משה ברעגט בשם זיין רבי. וואס איז נוגע פאר אסאך אידן דא.

נפלה, א איד איז רח"ל געפאלן טיף טיף, אבער לא תוסיף, און ס'איז נישט דא מער ווי צו פאלן. דעמאלט: זאגט הקב"ה קום בתולת ישראל איך וועל דיר אויפהייבן!

די חיזוק איז אז דוקא ביי דעם מצב וואס מען מיינט אז ס'איז ח"ו דערנאך, דעמאלטהייבט אונז דער טאטעניא אויף.

טעמע: איש את רעהו יעזרו י' חשון התשע"ד 15:01 #19462

  • עבד השם
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 829
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
  • קאָרמא: 1

איך פארשטיי אלעס חוץ די צויי זויערע פנים'לעך...
אויב איז אמת אז דו האסט שוין זוכה געווען צו אנערקענען אין אזא געוואלדיגער ענין אז א מענטש איז גארנישט מיט גארנישט, מאכטלאז במלוא מובן המילה, און נאר מיט'ן הילף פונעם רופא נאמן קענען מיר זיך עטוואס רירן און ארויסקריכן פון אונזער קרענק איז דאך דאס א געוואלדיגער זאך, פארוואזשע טרויעריג?
אבער ערנסט גערעדט, איך פארשטיי דאס אויך, א מענטש איז פאר נאר א מענטש און ער וויל זעהן פראגרעס, אין זאך וואס איך אבער נישט איז, פארוואס האסטו זיך אפגעשטעלט פון אפדעיטן דעם ציבור מיט דיין מצב, דאס טאר זיכער נישט געשעהן, שרייבן און שרייבן און ווייטער שרייבן און דערנאך נאך שרייבן...
טייערע וחלקלקות די זויערע פנימ'ל איז נישט אויף זיין POWERLESS נאר אויב איך ווייס נאר אז איך בין POWERLESS אבער איך בין נאכנישט געגאנגן ווייטער איך האב נאכנישט (ריכטיג) איינגעזעהן אז יש כח עליון למעלה וואס איז הוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים ממילא איז נאר דא דערוייל די לב נשבר(ליין.עצבות) און עס איז נאך נישט דא די שמחה. איי וועסטו פרעגן פארוואס איז דא צוויי זויערע פנימלעך איינס איז אויך גענוג.פשוט לחזק הענין

טעמע: איש את רעהו יעזרו י' חשון התשע"ד 15:14 #19464

  • sb
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 35
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
  • קאָרמא: 1
טייערער עבד השם

איך בין דיך אזוי מקנה די האסט דיך דערהויבן אזוי הויך עס שרייבט זיך גרינג אזוי פיל ריינע טעג אבער עס איז דאך יעדען טאג אזא מלחמה יעדע מינוט פון טאג עס א מלחמה סא אז מען קען פייערען די זיג איז דאך גליקלעכער פון דיך נישט דא אויף די וועלט

טעמע: איש את רעהו יעזרו י' חשון התשע"ד 15:26 #19468

  • שטייג העכער
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1301
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
  • קאָרמא: 1
איך בין אזוי העפי פאר אזויפיל קאמפלימענטען. איך געדענק נאך ווען איך פלעג אויסגיין פאר קנאה ווען אנדערע פלעגן באקומען קאמפלימענטען, ובפרט ווען איינע פון מיינע ידידים דא אויפן פארום, וואס איז אריינגעקומען סך נאך מיר און איך בעל גאווה האט עם באטראכט ווי א תלמיד און ער פלעגט מיך רופן רבי און נאכער איז ער אריין אין SA און אנגעהויבן צו שרייבען גוטע זאכן דא, ואותנו עזב לאנחות מיט אפאר נארישע פאסטס.

אבער...... איך, אויב איך ווייס וואס איז גוט פאר מיר, און אויב איך וועל פאלגען מיין ספאנסאר, ווייס איך אז איגא, גאווה איז סם המות פאר א פאערלשס סעקסעהאליק ווי מיר. און אויב איך וועל זיך פילן גוט אויף א אופן פון סןפיריער אז איך בין העכער פון ענק, דאן וועט נישט לאנג נעמן און איך וועל מיך טרעפן צוגעקלעט צו פארן און מעסטרויבעטן 4 מאל א טאג. דאס איז שעדליך פאר מיר, פויסען און אויב איך וועל חלילה אנקומען איז טוב מותי מחיי, אדער בעסער געזאגט עס וועט זיין דאס טויט אליין.

ממילא, רבותי הערט מיר צו, איך בין א סעקסאהאליק אדיקטעד צו אינטערנעט פארן, קאמפאלסיוו מעסטרובעשען, פאנטאזיע, לאסט און א רצון אז אנדערע זאלן מיך לאסטען. איך בין ניי אין SA און אביסל מער ווי 60 טאג סאבער וואס הייסט אז מיין קאפ איז נאך אפילו נישט ניכטער פון די קראנקע שיכרות, איך בין לכאורה מער אדיקטעד ווי א גרויס טייל פון אלע דא אויפן פאום, עס איז נישטא וואס איך זאל מיך גרויסן, איך בין גארנישט מער פון ענק, (חוץ מער אדיקטעד אפשר), וואס דען, איך גיי צו מיטינגס, איך זע לעכטיגע פנימער פון מענטשן וואס זענען שוין לאנג סאבער, איך הער גוטע געדאנקען פון מעמבערס, איך גיי צו טעראפי, איך ליין אסאך ביכער און איך שעיר נאר אביסל פון וואס איך האב געהערט און געליינט.

שעירן, איז גוט פאר מיר, עס איז געשונט פאר מיר און טייל פון מיין ריקאווערי, גאווה איז א טריט אוועק פון די וועג צו מיין אקטיווע מחלה.

טעמע: איש את רעהו יעזרו י' חשון התשע"ד 15:32 #19473

  • יאוש איז נישט פארהאן
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 54
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
  • קאָרמא: 0
דבריך מתיקים

טעמע: איש את רעהו יעזרו י' חשון התשע"ד 15:39 #19477

  • עבד השם
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 829
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
  • קאָרמא: 1
זאגסט דאך אזוי גוט מיין טייערע ידיד הרב שטייג איך האב אויך אזוי געפילט ביז לעצטנס ביז פאריגע וואך מיטוואך האב איך באקומען א קלינגעדיגע פראסק און נאכדעם דאנערשטיג נאך איינס און נעכטן זונטאג נאך איינס ב''ה איך בין נישט צאם געפאלן און אפילו נישט אראפ געפאלן איופן ערד נאר איך בין געווארן גוט גוט צושאקלט אבער צושאקלט אזש איך בין נאך אלץ נישט אינגאנצן געקומען צו זיך איך גיי נאך זייער שטאט מיין קאפ דרייט זיך נאך גוט און האף מיט אייער זיסע חיזוק רייד וועל איך קומען אינגאנצן צו זיך

טעמע: איש את רעהו יעזרו י' חשון התשע"ד 15:51 #19482

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
איי איי שטייגי, איך האב דיר זייער ליעב!

(איך וועל זיך אביסל באניצן מיט דיין שרייבן שטיל.)
איך קראנקער  - וואס דארף לכאורה טוהן דאס זעלבע ווי די טוסט שוין - אבער טוה נישט, האב זייער הנאה פון מענטשן וואס טיען צו דער זאך, מענטשן וואס טיען וואס זיי ברויכן ווערן ביי מיר זייער, זייער ארויפגעקוקט, נישט קיין חילוק וואס דאס איז.
כ'ווייס עס וועט דיר קיין סאך נישט העלפן, צו איך קוק דיך ארויף אדער אראפ, אבער דער מציאות איז אז איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו טוסט צו דער זאך, סיי מיט'ן עצם גיין צו די לייוו מיטינגען און סיי דאס זיך אויספויקן דא ברחל בתך הקטנה, ממנו ילמוד וכן יעשו (כ'רעד צו מיר!)

I am so proud to be a friend

טעמע: איש את רעהו יעזרו י' חשון התשע"ד 15:56 #19484

  • שטייג העכער
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1301
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
  • קאָרמא: 1
איינע פון די הויפט צילן ביים שעירן, איז ווי די ביג בוק שרייבט, צו העלפן אנדערע ליידענדע אנערקענען, איך בין פונקט ווי עם, איך וויל אויך האבן דאס וואס ער האט.

טעמע: איש את רעהו יעזרו י' חשון התשע"ד 17:36 #19496

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 5
רב שטייג (שטייגי)
דיין אפנקייט גיבט אריין חיות אינעם עולם צו טוען צו דער זאך
מ'זעט א ריזן חילוק וואס געשעט מיט א מענטש תיכף ווען ער הייבט אן צו ארבעטן אויף זיך

טעמע: איש את רעהו יעזרו י' חשון התשע"ד 17:46 #19498

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 1

טייערער עבד השם

איך בין דיך אזוי מקנה די האסט דיך דערהויבן אזוי הויך עס שרייבט זיך גרינג אזוי פיל ריינע טעג אבער עס איז דאך יעדען טאג אזא מלחמה יעדע מינוט פון טאג עס א מלחמה סא אז מען קען פייערען די זיג איז דאך גליקלעכער פון דיך נישט דא אויף די וועלט


חבר טייערע מיין נישט אז ס'איז אזוי גרינג צו שרייבן אזויפיל ריינע טעג, יעדן טאג איז א זאך פאר זיך, אזוי ווי דו זאגסט טאקע, אוודאי אז מ'קוקט צוריק און מ'זעט אז ס'האט זיך אנגעזאמעלט א שיינע סכום טעג גיסט דאס אריין עמערס חיזוק, אבער פארגעס נישט, כדי אנצוקומען צו למשל 60 טעג דארף מען אדורכגיין 1, 2, 3, 4, 5, ........
נעם יעדן טאג פאר זיך, קוק נישט אויף קיין לאנגע טערמינען, קוק נאר אויף היינט.

טעמע: איש את רעהו יעזרו י"א חשון התשע"ד 11:23 #19528

  • היימישער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 323
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
  • קאָרמא: 0
האט איינער דא שוין געליינט די בוך The First Day Of The Rest of My Life?

איך האב עס נעכטן געליינט אין בעט. און ס'איז מיר ממש געקומען צו וויינען.
איך האב געשפירט ווי איך בין דער בחור וואס רעדט צום ראש ישיבה, איך האב דאס נאכאמאל איבער געלעבט.
די מעשה איז אבער אז איך האב ניקס געהאט אלס בחור צו וועם צו רעדן. אזוי האט דער אייבישטער געפירט......

טעמע: איש את רעהו יעזרו י"א חשון התשע"ד 11:35 #19529

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
גוט מארגן היימישער, יא איך האב עס שוין געליינט און זייער הנאה געהאט.

ליין דא ציטירט פון מיינע פריערדיגע בלעטער



כ'האב לעצטענס אנגעהויבן ליינען דעם אי-בוק The First Day of the Rest of My Life, ס'קען זיין אז עס איז דא אין אידיש אבער איך ליין עס אין ענגליש,
איך האב זייער הנאה דערפון, ס'גיסט אריין א פרישקייט אין מיינע ביינער, שטארקע ידיעות שיינע מהלך, ווער האט דאס שוין געליינט?

טעמע: איש את רעהו יעזרו י"א חשון התשע"ד 11:36 #19530

  • ddmm11219
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 286
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 1
זייער שיין
שטארקע חיזוק
...וְאִם גַּם אֶתְאַמֵּץ בְּעֵצוֹת וְתַחְבֻּלוֹת וְכָל יוֹשְׁבֵי תֵבֵל יַעַמְדוּ לִימִינִי לְהוֹשִׁיעֵנִי וְלִתְמֹךְ נַפְשִׁי, מִבַּלְעֲדֵי עֻזְּךָ וְעֶזְרָתְךָ אֵין עֶזְרָה וִישׁוּעָה...‬

מתוך תפילה נפלאה שחיבר הרה"ק רבי מאיר מאפטא זצוק"ל, בעל מחבר ספר "אור לשמים", ונדפסה בתחילת ספרו.

טעמע: איש את רעהו יעזרו כ"ח ניסן התשע"ד 11:30 #25442

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17

גוט מארגן היימישער, יא איך האב עס שוין געליינט און זייער הנאה געהאט.

ליין דא ציטירט פון מיינע פריערדיגע בלעטער



כ'האב לעצטענס אנגעהויבן ליינען דעם אי-בוק The First Day of the Rest of My Life, ס'קען זיין אז עס איז דא אין אידיש אבער איך ליין עס אין ענגליש,
איך האב זייער הנאה דערפון, ס'גיסט אריין א פרישקייט אין מיינע ביינער, שטארקע ידיעות שיינע מהלך, ווער האט דאס שוין געליינט?



וחלקלקות טייערע
עפעס רעדט מען דא פון אן אינטערסאנטע בוך The First Day of the Rest of My Life

ביטע דערצייל מיר עפעס דיטעיל'ס פון דעם בוך
ס'סאונד גאנץ גוט

טעמע: איש את רעהו יעזרו כ"ח ניסן התשע"ד 16:27 #25483

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
יא, ס'איז זייער גוט געווען, כ'האב שטארק הנאה געהאט עס צו ליינען, אבער עס איז אויך ענגליש.
דאכט זיך, א לייכטערע ענגליש ווי הרב טווערסקי'ס בוך...

טעמע: איש את רעהו יעזרו כ"ח ניסן התשע"ד 16:27 #25484

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 5
אומזינסטע דאנלאוד די ערשטע אויף די רעכטע זייט
guardyoureyes.com/ebooks

טעמע: איש את רעהו יעזרו כ"ח ניסן התשע"ד 17:26 #25492

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
יישר כח ידידים
וחלקלקות און בידו

ענטפער: איש את רעהו יעזרו כ"ז אב התשע"ט 20:20 #258662

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 1447 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
  • קאָרמא: 6

איש את רעהו יעזרו
איך עצה יעדעם צו קויפען די נייע נפשי פון די מאמענט
אס איז זייער שטארק
[דאס איז נישט אן עד]
שמייכל הק' חילי ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

לעצט פארראכטן: כ"ז אב התשע"ט 20:20 דורך יחיאל.
  • בלאט:
  • 1
  • 2
צייט צו מאכן א בלאט: 0.62 סעקונדעס

Are you sure?

יא