ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: דזשעי נעט, משומר, גדר וכו', און שניי רעדער! 887 באזוכער

דזשעי נעט, משומר, גדר וכו', און שניי רעדער! כ"ב שבט התשע"ה 00:05 #236954

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 58 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 651
  • האט שוין געלייקט: 558 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 954 מאל
  • קאָרמא: 29
בעזר השם יתברך

פאסירט האט דאס עטליכע וואכן צוריק איין שיינעם טאג, די זון האט איינגעמאלדן אז עס איז שוין צופרי, איך כאפ א בליק אויף די גאס, איך זעה ווי עס פאלט אזוי פון אויבן אזוינע ווייסע מלאכים פון הימל, און זיי באדעקן די ערד מיט זייער שיינעם ווייסן געשטאלט, א ווייסע דעק געפונט זיך איבעראל, אבער וואס מאכט דאס אויס פאר מיר, וועגן די שניי וועל איך נישט לאזן מיין אויטא אינדערהיים.
און ווי אלע טאג איך שפאציר ארויס צו מיין פערד און וועגעלע, מען שפאנט זיי איין (איך האב נאך די אלטע ווערסיע וואס מען מוז נאך ארויסגיין איינשפאנען, די מער פארגעשריטענע קען מען שוין איינשפאנען פון אינדערהיים), פארשטייט זיך מען ווארט אפאר מינוט די פערדעלע זאל געהעריג קומען צו זיך פונעם לאנגן שלאף, דערנאך פארציהט מען די לייצעס אין מען לאזט זיך ארויס צום ביהמ''ד, מען רעכט אפ א מקוה, דערנאך א קאווע, און איך שטעל מיר אזוי דאווענען מיטן ערשטן מנין, ווארום איך ברויך נאך זיין אין די בראנקס פאר ניין אזייגער איבערנעמען איינעם וואס איז געווען אין שפיטאל די נאכט ביי מיינס א נאנטן, און מען רעכט אפ א דאווענען, און דערנאך ויסעו....

מיר נעמען אזוי דעם בי קיו אי, עס נעמט נישט צו לאנג, און די שניי ווערט שטארקער און מער געדעכט, אבער ווי געזאגט וואס האט דאס מיט מיר, איך בין נאך אזא מחותן ווי אים דא אויפן ראוד, און אפשר קען מען אויך אריינווארפן אביסל לומדות אויך תדיר ושאינו תדיר תדיר קודם... כל שיאמר לך בעל הבית עשה חוץ מצא, איך רור מיר נישט אוועק פונעם רעדל, און אזוי פארענדיג אויפן בראנקס ריווער פארקוועי, אט דארטן הארט פארן ארויסשפאציר 9 האט דאס פאסירט, איך האב געמוזט האלטן דאס פערדעלע אביסעלע שטייטער, ווייל א אויטא פאר מיר איז געפארן זייער שטאט, און ביים דרוקן די לייצעס עס זאל גיין מער פאמעליך, האט די פערדעלע געכאפט א גליטש, און דאס פערדעלע גייט ארויס פון מיין קאנטראל, איך קוק אין שפיגל דערזעה איך א טרעילער קומען פון דעראונטן, וויי געוואלד! וואס טוט מען?!
פון דער זייט איז דא א קליינע שטיינערנע מויער וואס האלט מיר אפ פון זיך טרעפן אונטן אין טאל, אבער מיט א אויטא וואס איז נישט אין קאנטראל וועט די מויער זיין נישט מער ווי א עדות'שאפט אז איך בין אים אדורכגעפארן, איז וואס טוט מען?! איך שריי שמע ישראל! איך געזעגן מיך פון די וועלט, יא יא אזא שיינע לעבן געווען, א שאד אז עס ענדיגט זיך אזוי שנעל, קינדערלעך מיינע טאטי וועט ענק נישט פארגעסן, ווען איך זאל קענען וואלט איך געשריגן צו ענק וואס עס פאסירט יעצט מיט מיר, טאטי מאמי איך וועל זיין פאר ענק א מליץ יושר, אוי באשעפער, אפשר איז נאך דא א וועג ארויס,

למעשה צו מיין מזל האט זיך מיין פערדל אפגעשטעלט אין דער טרעילער איז מיר אריבערגעפארן דורך די אנדערע ליניע, פרעג מיר נישט וויאזוי ווייל איך האב נישט קיין תירוץ, איך גראד מיר אויס אלע מיינע גלידערן, אלע מיינע ביינער ווארפן זיך פאר שרעק, זיי האבן זיך ארויסגעלאזט אין א גאר ווילדן ריקוד, עס דאכט זיך מיר ווי זיי רעדן איינער מיטן אנדערן, זיי וואלטן זיך יעצט צושפרייט על ארבע כנפות הארץ, מיין גאנצע גוף איז פארוואנדלט געווארן אין א ארקעסטרא וואס שפילט אויפן ווילדסטן אופן וואס נאר מעגליך, מיין הארץ האט געגעבן די ריטעם פארן ניגון, און אלע מיינע אברים האבן מיטגעזונגען, איך ווייס נאך יעצט נישט וואס ס'געווען די ניגון.

נאך עטליכע מינוט איך קום צו זיך, איך נעם דעם ארויסוועג און איך פארקיר דעם קאר, און פארשטייט זיך מען רופט אפ דעם אשת חיל איבערגעבן וואס איך בין נארוואס פאריבער, נו וואס מיינט איר איז געווען איר ערשטע רעאקציע?
איך האב דיר געבעטן פאר נישט אין אזא וועטער, דו האסט נישט קיין שניי רעדער, דיין קאר איז נישט פאר קיין שניי, פארוואס קויפסטו דיך נישט קיין שניי רעדער? אלט'ץ מוזן די אלע וואס האבן נישט קיין שניי רעדער זיין אויבער חכמים און פארן אין די שניי.
און אט איז מיין תירוץ, עס קאסט אסאך געלט, און איך האב עס נישט צו באצאלן, איך האלט אז די חברים ארגענעזאציע וואלט שוין געמעגט איינמאל פאר אלעמאל ספאנסערן שניי רעדער פאר יעדן, איז עס דען נישט אזוי וויכטיג ווי סיי וועלעכע אנדערע זאך וואס זיי טוהן? ווען חברים זאל עס ווען ספאנסערן וואלט עס פארמיטן אן א שיעור עקסידענט'ס און עס וואלט געראטעוועט הונדערטער מענטשן ממש הצלת נפשות.
אבער בכלל ווייס איך נישט צו שניי רעדער איז גוט ווען ס'שנייט נישט, עס פארט מן הסתם נישט די בעסטע אויפן ראוד, עס קען אפשר אפשוואכן די מאטאר פון די קאר, איך ווייס נישט, איך האב מורא דערפון.
מיט אלע תירוצים וואס איך האב, און וואס איך האב געהאט פאר איך האב מיטגעלעבט א קאטאסטראפע וואס וואלט זיך געקענט ענדיגען פאטאל, וועל איך שוין מער נישט ארויספארן אין א שניי אן קיין שניי רעדער, מיין לעבן איז מיר דערווייל וויכטיגער!

מיר לעבן היינט אין א וועלט פון טעכנעלאגיע, א גרויסע טייל פון אונזער אנשי שלומינו דארפן פאר מסחר פארברענגען אויפן געוועב, ועמם אנכי בצרה, עס איז גארנישט מער ווי א שרעקליכע שניי שטורעם וואס בושעוועט אויפן גאס, איין קליינעם דריי אויפן געוועב, און מען כאפט אזא גליטש, אזש מען דארף זיין גאר א געניטע דרייווער צו קענען צוריקנעמען קאנטראל פונעם פערדעלע, גאר אסאך האבן זיך שוין געטראפן אינטן אין טאל, מהם וואס ליגן נאך נעבעך דארטן, ומהם וואס דראפן זיך נאך צוריק ארויפצוקריכן, א גליטש אויפן געוועב קען זיך ענדיגן גאר פאטאל, לא תמות כדרך שמת פלוני, וואלט איר ארויסגעפארן מיט אייער קאר אין א צוויי פיסיגן שניי וועטער לצורך פרנסה? און אויב יא, וואלט איר געפארן אן שניי רעדער? זיכער אז נישט!

עכ''פ אויב וואלט איר געהאט אזא סיטואציע יעדן טאג, דאמאלטס וואלט איר זיכער איינגעהאנדלט די בעסטע שניי רעדער וואס עס איז פארהאנען, מיטן לעבן וויל זיך קיינער נישט שפילן, נו וואס טוט זיך מיט אייער אינטערנעט? עס האט א פילטער? אויב יא איז דאס די בעסטע וואס עס איז פארהאנען? און אויב נישט, איז אייער לעבן נישט ווערט די פאר דאללער וואס עס קאסט? איין שלעכטן דריי און מען איז נישט דא מער! אז מען האט נישט קיין שניי רעדער פארט מען נישט! אפילו ס'איז לצורך פרנסה! און אפילו ווען איינער האט יא שניי רעדער, דארף מען נאך אלץ זיין זייער פארזיכטיג, מען פארט נאר אויף די געפוצטע שאסייען, און זייער פאמעליך.

די תורה זאגט אונז די וואך אז ווען איינער הרגעט א מענטש בשוגג דארף ער גיין אין גלות, שטעלט זיך די פראגע פארוואס דארף ער ליידן, ער איז דאך א שוגג, ער האט אים נישט געוואלט הרגענען, אבער מיר איז שווער געווען נאך מער, רש''י זאגט והאלקים אנה לידו, הוא שאמר דוד מרשעים יצא רשע, איר הערט א רש''י, גייט א מענטש אויף א לייטער, די לייטער צוברעכט זיך און הרגעט א מענטש וואס זיצט אונטער דעם, און רש''י רופט דעם מענטש א רשע, פארוואס? האט דאס א הסבר? ער האט אים דען געוואלט הרגענען? פארוואס איז ער א רשע? שטעקט נישט אין דעם אנטיסעמיטיזם?

נאר דא רעדט מען פון א שוואכן לייטער, וואס ער וואלט געדארפט וויסן אז דאס קען זיך איבערברעכן און קען איינעם הרגענען חלילה, און עכ''ז איז ער ארויף דערויף, דערפאר איז ער א רשע! פאר מען גייט ארויף אויף א לייטער דארף מען זיכער מאכן, איז עס גענוג שטארק?!, קען עס זיך אפשר איבערברעכן?!, אויב יא גייט מען נישט ארויף דערויף, מען בראכט א צווייטע לייטער, אזוינס וואס איז פיל שטארקער.

מיר מוזן האבן א שטארקן לייטער אויפן געוועב, שטעלט זיך די פראגע איז מיין פילטער גענוג שטארק? קען זיך עס אפשר איבערברעכן? אויב יא, דארף מען אפירזוכן א שטערקערן לייטער, אז נישט איז מען בבחינת מרשעים יצא רשע ח''ו.

אבער... אבער.... אבער.......
זאל עס יענער און יענער באצאלן, און מן הסתם ארבעט עס נישט גענוג שטארק, עס קען אפשר צוברעכן מיין קאמפיוטער... וכו' וכו' וכו'

הער זיך גוט איין, תירוצים איז דא איבער גענוג, וואלסט נישט געהאט קיין שום תירוצים ווען דו זאלסט וויסן אז דאס מיינט דיין לעבן, וואלסט אלעס געטוהן אין די וועלט, נו דאס איז אויך אונזער לעבן, כי הם חיינו ואורך ימינו, דאס איז חיי העולם הבא.

פארוואס שרייב איך דאס? איך ווייס אויך נישט!
אה יא, ווייל איך האב געזעהן אויף א געוויסן אשכול געוויסע זיך אפרעדן דערויף, איז ויצא העגל הזה.

דזשעי נעט, משומר, גדר וכו', און שניי רעדער! כ"ב שבט התשע"ה 08:16 #236959

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
פארוואס די שרייבטס עס...? פאר מיר....
אז איך זאל קויפן שטערקערע שניי רעדער ..... (פילטע"ר בלע"ז)

דזשעי נעט, משומר, גדר וכו', און שניי רעדער! כ"ח שבט התשע"ה 11:27 #237008

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
  • קאָרמא: 18
יא ריכטיג
מיטן לעבן שפילט מען זיך נישט
אויב גליטשט מען איז דער לעבן איינגעשטעלט
ווער רעדט נאך נאך ווען א מאנסטער טראק לאקערט נאך אונז
השם ישמרינו
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

דזשעי נעט, משומר, גדר וכו', און שניי רעדער! ל' שבט התשע"ה 13:09 #237024

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
שרעקעדיג.....

דזשעי נעט, משומר, גדר וכו', און שניי רעדער! ה' אדר התשע"ה 13:49 #237249

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
  • קאָרמא: 18
נאך א גלעזעלע וויין שרעקט מען זיך שוין נישט פון גארנישט
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

דזשעי נעט, משומר, גדר וכו', און שניי רעדער! ה' אדר התשע"ה 13:56 #237252

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
אהער מיט'ן גלעזעלע...

דזשעי נעט, משומר, גדר וכו', און שניי רעדער! ו' אדר התשע"ה 12:27 #237325

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
  • קאָרמא: 18
איינס איז דאך נישט גענוג
צוויי זענען דאך זוגות
דריי האב איך דאך מורא אז לא במהרה ינתק
פיר איז דאך ווייטער זוגות
פינעף הייבט זיך עטוואס אהן צו רירען
זעקס זיבען אכט דאן הייבט אהן די צינג אביסעלע צו ווערן לויז....
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

דזשעי נעט, משומר, גדר וכו', און שניי רעדער! י' אדר התשע"ה 10:44 #237524

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
איך האב אן עצה....
טרינק ניין אדער צעהן וועט די צינג ווערן צוריק נאם .....(פארטויבט)

דזשעי נעט, משומר, גדר וכו', און שניי רעדער! י' אדר התשע"ה 12:33 #237529

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 58 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 651
  • האט שוין געלייקט: 558 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 954 מאל
  • קאָרמא: 29
א גוט יאר מיינע טייערע פריינט.

בין איך געווען נעכטן ביי אזא שטיקעלע מסיבה, האב איך מיר דערמאנט פון מיינע פריינט וואס איך האב דא איבערגעלאזט פרעג מיר נישט פארוואס ווייל איך גיי נישט ענטפערן, עכ"פ, ברויך מיר דאך שיקן דא פארן עולם משלוח מנות, נו וועל מיר שיקן דא א פלעשל וויין, און צוצייכענען אפאר ווערטער, כנהוג מקדמת דנא.


איז איך טראכט צו איך זאל רעדן פון אחשורוש, נע ער איז א געזונטער טיפוש וואס האב איך צו רעדן פון אים, ענדערש רעדן פון נארמאלערע מענטשן, אפשר המן'ן? נע אויך נישט, דער באלאנגט דאך צו די אייסיס, ער האט דאך געוואלט אומברענגען אנשים נשים וטף, איך וועל אים איבערלאזן אויף די תליה, נו פון וועם קען מען יא רעדן?
אפשר פון ושתי, ניין זי האט דאך קרעטץ מיט א גרויסן לאנגן וויידל, איך קען שוין פאר דעםגעלט רעדן פון מאנקיס ענדערש, נו דעמאלטס פון וועם יא? לאמיר זעהן, בגתן ותרש לעבן דאך שוין נישט, סתם רעדן פון טויטע מענטשן איז דאך נישט אינטערסאנט.
המממ, אפשר זרש, אפשר זרש דאס זעהט שוין יא אויס עפעס אינטערסאנט, המממ.. ניין מיר קענען פון זרש אויך נישט רעדן, איך בין דארט א שטיקל נוגע בדבר, פארוואס? מיין שווער האט מיט איר חתונה געהאט, במילא בין איך א נוגע בדבר, קען מען פון איר אויך נישט רעדן, נו וואס יא?

וועלמיר רעדן פון מרדכי.

מיר ווייסן אז דער מרדכי איז געגאנגען צופרי, און בגתן מיט ויזאתא האבן געגעסן, ווען חרבונה האט געשריגן און אחשורוש איז ארויס, מיט ממוכן ביי די זייט, עס האט געגאסן ויזתא'ס אויף אלע זייטן, און די פלעשער ויין האבן אנגעהויבן ווערן ליידיג, און פונקט איז ושתי אריין, תרש טרו קט נאך, בזתא אין אויווען, פרעה מיט פאדזשאמעס, בתיה ביים וואסער, די ןןיין איז שוין ליידיג, נעהטד, ייעדי מחכחכגלג מהכחחכל כהחירגם חחגחח, מחגחבהל חכחכח, חחגחח, חגחחגכח כחכחאם כחמכיחרגם חכחא.

דער איז גוט משוגע, ער איז חרוב, זאג נאר בוזט ביים פולן דעת משה'לע?
אמממ, אה כהאב נאר געוואלט ווייזן וויאזוי איך זעה אויס פאר א דורכפאל, גוט משוגע.


לענינינו, סקומט יעצט א יוט פורים, ווען פון איין זייט איז דא שטארקע נסיונות אין אזא טאג וד"ל,אבער מיר גייען נישט קוקן, מען מעג טאנצן, מען מעג טרונקן, מען מעג זיין משוגע, אבער נישט לאותו דבר!
דיסקלעימער!
מיר קוקן נישט אויף קיין שום פרעמדע פרוי אגאנץ פורים, קיין חילוק די יארגאנג, מיר וועלן זיך האלטן נארמאל אין דעם געביט, ווייל דער יצר הרע איז אויך נארמאל אין דעם געביט אפילו פורים, ער טרינקט זיך נישט אן, ער גייט אן מיטן פולן שוואונג, אוודאי וועלמיר ברויכן דעם אייבערשטן וואס זאל אונז צוהעלפן דערפאר, וועגן דעם וועלמיר זיך גוט אויסבעטן ביי די מגילה אם מצאתי חן בעיניך המלך, תנתן לי נפשי בשאלתי ועמי גארד יור אייס מעמבערס בבקשתי.


מכאן הקריאה יוצאת לכל חברי וידידי הנמצאים כאן, דא האט איר מיין משלוח מנות, איר קענט דא איבערלאזן ביים טיר אייערס, ביטע נישט ברענגן חמץ ווייל איך האב שוין פסחדיג געמאכט ביי מיר אין שטוב וד"ל

דזשעי נעט, משומר, גדר וכו', און שניי רעדער! י' אדר התשע"ה 23:30 #237550

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
יישר כח משה'לע פאר די געשמאקע משלוח מנות

גלייב מיר שוין לאנג נישט געהאט אזא געשמאקע משלוח מנות גארד צום עסן, אן קיין שוועריגקייטן
פריש הייס און בא'טעמ'ט
קען מען האבן אפשר די רעסעפי... אזוי פיין קריספי.. מיט ראפאגאטש און קאטשעניו ביי די זייט!! אה מחחחחחייייייייייייייייי''''''''''''''''!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

נו וואס טוט זיך מיט אויסלייז געלט?
געלט?
ווען מ'רעדט פון געלט בין איך שוין נישטא.......
לעצט פארראכטן: י' אדר התשע"ה 23:31 דורך בשמחה תמיד.

דזשעי נעט, משומר, גדר וכו', און שניי רעדער! י"ז אדר התשע"ה 19:45 #237714

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
  • קאָרמא: 18
אזוי?
גיב עס מיר!
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

דזשעי נעט, משומר, גדר וכו', און שניי רעדער! י"ז אדר התשע"ה 22:22 #237736

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
ס'ליגט דארט אונטן אויף די רעכטע זייט אונטער די גרינע סחורה....

דזשעי נעט, משומר, גדר וכו', און שניי רעדער! י"ח אדר התשע"ה 08:33 #237758

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
  • קאָרמא: 18
דא אין לאנדאן וויל מען די רויטע
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

ענטפער: דזשעי נעט, משומר, גדר וכו', און שניי רעדער! י"ג חשון התש"פ 19:18 #261324

  • יוסף המלך
  • איצטיגע שטרעקע: 13 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 131
  • האט שוין געלייקט: 2435 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 198 מאל
  • קאָרמא: 2
and i will put a better filter bezH on your credit!! thanks moshe
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.47 סעקונדעס

Are you sure?

יא