א גיטן טייערע ליבע יודן וואס הערט זיך איך בין אריבער א שווערע לעבן אזוי ווי אלע פון ענק , די פאוינט איז ליידער זענען אינזערע זיידעס צוריקגעקימען פון לאגער און זייער איינציגע מיטל וויזוי צו סערווייוען איז געווען מיט פארלעשן זייערע געפילן.. און ליידער האבן זייערע קינדער, אינזערע עלטערן אויך נישט געוויזן קיין געפיל און אהבה פאר די קינדערלאך ... און אזוי ווען מען וואקסט אויף קימט די עדיקשאן צו גיין ליידער..
איך בין געגאנגען צו כל המיני טערעפיסטען נישט דוקא פאר דעם מער פאר דעפרעשאן און לוי סעלף עסטיעם, אבער קיינער האט מיך נישט עכט געהאלפן... ביז ביז די אייבערשטער האט מיר געהאלפן איך האב געטראפן א טערעפיסט זייער א גיטע, וואס ער דיעלט מיט די פראבלעמען אביסל אנדערש ווי אנדערע טעריפיסטן און ער האט געטוישט מיין לייף!!!
די נקודה איז רבותי אז די עדיקשאן איז א רפואה צו א קראנקהייט! צו אוועקצונעמען די עדיקשאן דארף מען אוועקנעמען די קריינקהייט, דעמאלטס וועט נישט אויספעלען די רפואה!! ס'איז גלייך צו א מענטש וואס איז קראנק און מען טרעפט נישט קיין רפואה פאר עים און פליצלינג טרעפט ער א מעדעצין, איז בכלל שייך אוועקצונעמען די מעדיצין פון די מענטש?? ער וועט עס אנכאפן בכל כוחו און עס נישט ארויסלאזן פון זיין הענט!! כן הדבר הזה, רוב מענטשן האבן די עדיקשאן כדאי אוועקצולויפן פון די "שרעקעדיגע" ריאליטי!! די מציאות איז אז ווען מען ליגט אין שמיץ פילט זיך עס ווי גלייך די גאנטצע וועלט איז אפגעשטארבן און אלע דאגות זענען פארשווינדן... נו רבותי איז בכלל א ווינדער אז מען לויפט צום שמיץ?? דאס איז ממש א מעדעצין פאר די קראנקייט. וועגן דעם כדאי צו היילן די עדיקשאן דארף מען זיך קאנצטערירן וואס די מחלה איז !! און אויסהיילן די מחלה !! און ווען די מחלה איז שוין אויסגעהיילט גליסט זיך נישט די מעדיצין ווייל ס' פעלט שוין נישט אויס!!