ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: נאטורליכע מענטשליכע מיינדפולנעס עקסערסייז 941 באזוכער

נאטורליכע מענטשליכע מיינדפולנעס עקסערסייז ג' ניסן התשע"ו 19:19 #244441

  • געשמאקער
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 6
  • האט שוין געלייקט: 3 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
  • קאָרמא: 2

דער עולם האט שוין ארויסגעברענגט אסאך וויכטיגע עצות זה בכה וזה בכה

איך וויל נאר צילייגען נאטורליכע עצות וואס איך האב געניצט אויף מיין אייגענע הויט (פאר כל מיני מענטל אישוס) דורך א טעראפיסט (און איך ניץ עס נאך אלטץ).

געוויסע עצות קען אויסקוקען אז ס'איז נישט קיין ענטפער צו די פראבלעם אבער פונדעסוועגען פראביר עס.

אבער טי נאר וואס די קענסט, וויאזוי די קענסט, וויפיל די קענסט אן קיין איבעריגע פרעשער, און ס'מוז נישט זיין פערפעקט, ווייל קיין איין נברא איז נישט פערפעקט.

ווי אויך קען זיין אז פון אנפאנג וועסטי זיין נערוועז און אומגעדולדיג, האב נישט מורא, ס'איז זייער נערמאל אזוי צי פילען פון אנהייב, ציביסלעך ציביסלעך וועט עס האבען א פאזיטיווע רושם אויף דיר מער און מער.

געדענק יעדע זאך נעמט צייט פון אנהייב, גארנישט נעמט נישט איינס צווי, אבער מיט די ריכטיגע אמת'ע עקשנות און נישט אויפגעבן וועסטו זעהן אז די וועסט נאך אי"ה האבן גאר אן הערליכע פרייליכע געשמאקע לעבן.


אבער קודם עטליכע וויכטיגע נקודות

א)      פאר אלעם דארפסטו וויסען אז די ביזט נאר א מענטש

פארשטייט זיך אז איך מיין נישט צי זאגען אז די קענסט דיך מיקל זיין אין דברים לא טובים, נאר מיין כוונה איז, אז אויב פאסירט א מכשול זאלסטו נישט ווערן מיואש.

ב)      קלאפ דיך נישט אראפ, נישט דורך א ניק נאמען אדער דורך אנדערע וועגען, אדרבה ברענג אריין א ריכטיגע נאטורליכע ליבשאפט אין דיר, נאר אזוי קענסטו זיך אויסהיילען פון די נפשות'דיגע פראבלעמען

ג)       די דארפסט אריינברענגען און דיר געזונטע מענטשליכע עקסערסייז וואס דאס וועט ציביסלעך באלאנסען די גאנצע מענטשליכע סיסטעם

ד)      ס'איז א גרויסע טעות זיך אריינציברענגען איבערגעטריבענע קבלות טובות אין אזעלכע מצבים, ווי למשל זיך נעמען זאגען גאנצעטע יום תהליםס וכו', דאס ברענגט אריין אינקזייעטי און דעפרעשאן וכו', און ס'מאכט נאר ערגער די מצב,

ה)     שלמה המלך זאגט "א-ל תהי' צדיק הרבה וכו' 
די רבש'ע פארלאנגט פון דיר זאכען וואס א פשוטע מענטשליכע גוף קען טיען, לא נתנה תורה למלאכי השרת,

למשל ריף דיך נישט אן מיט צי אן הייליגע ניק און אויך נישט מיט א ניק וואס מ'קלאפט זיך אראפ (ווי אויבן דערמאנט), די אלע עקסטרעמע מיטלען קען האבן א נעגעטיווע עפעקט, און אסאך מאל נאך מער קאליע מאכען.

ו)        ווען די קוקסט אויף די גאנצע זאך אז די היילסט א פשוט'ע מענטשליכע גוף, וועסטו די אסאך בעסער און גרינגער זיך קענען היילען, ווי ווען די האלטס און אייין זאגען און טראכטען אז די ווילסט זיין הייליג,

ז)       ארבעט בעיקר אויף עשה טוב,
קוק אויף ראיות טובות, ווי למשל די נאטור,וואטערפאלס, שיינע בנינים וכדו', (ווי מיר שרייבען שפעטער) און די סור מרע וועט ציביסלעך זיין גרינגער און גרינגער.

ח)     ווער נישט מיואש אויב די פאלסט אדורך, פראביר זיך צו רילעקסן דורך גיין אויף א שפאציר וכדו',

געדענק ! אלעס גייט ציביסלעך,
 


יעצט לאמיר ציגיין צום ענין

פראביר צו סקעדזשלן פאר יעדע אינדערפרי און אין אווענט א גיטע 15 - 20 מינוט אדער אפי' לענגער, גיי צו א רואיגע פלאץ ווי מ'קען הערן סאונדס פון ארום און ארום, אויב מעגליך זאל זיין ווי מ'קען זיך אראפזעצן, און אויך ווי ווייניגער (אדער בכלל נישט קיין) מענטשען דרייען זיך דארט (פארשטייט זיך נישט אין קיין מקום סכנה),

אבער מאך נישט קיין איבעריגע פרעשער אויב די טרעפסט נישט פינקטלעך די פלאץ וואס די זיכסט.

ווי אויך קענסטו איבערן טאג ווען ס'מאכט זיך א שווערע מינוט אדער סתם אזוי ביי ברעיק אדער אפי' אינמיטען די ארבעט טיען א חלק אדער עטליכע פון די עצות וואס איך געב דיר.

א - ניצען די 5 חושים

1 - זעהן 
2 - הערן
3 - שמעקן
4 - פילען 
5 - טעם


לאמיר בעסער מסביר זיין

זעהן - פראביר צו באטראכטען אלעס וואס די זעסט דארט, למשל די ביימער, שעיפס, דיזיינס און קאלערס פון אלע מיני בלעטער, אדער באטראכט די וואלקענעס, אדער סיי וואס די זעסט דארט באטראכט מיט וואס מער דיטעלס די קענסט נאר, און ס'איז אפי' גיט ארויסציזאגען מיטן מויל אללע דיטעלס וואס די זעסט.

הערן - הער צי די אלע נאנטע און ווייטע סאונדס, שטילע און הויכע, שטארקערע און שוואכערע, וכו' און ס'איז אפי' גיט ארויסציזאגען מיטן מויל וואס די הערסט

די 2 ערשטע איז די עיקר אויף וואס צו לייגען דגוש.

שמעקן - פשוט פשט פרוביר צו שמעקן די גיטע ריחות ארום דיר, (צווינג דיך נישט צו שמעקן אויב די שמעקסט גארנישט, נאר אויב די שמעקסט עפעס פראביר אריינציטראכטען וואס די שמעקסט, און ס'איז אפי' גיט ארויסציזאגען מיטן מויל וואס די שמעקסט.
און פארשטייט זיך, לייג די דגוש אויף גיטע און געזונטע ריחות.

טאפן / פילען - למשל כאפ אן די זאכען וואס זענען אין פאראנט פון דיר, און טראכט אריין וואס ס'איז, און זאג ארויס מיטען מויל וואס דאס איז.

טעם / טעיסט - פיל די טעם פון די עסן וואס די נעמסט און דיין מויל, ציקיי עס שטייטלעך, און זיי מעיין וואס פאר א טעם די שפירסט.

אסאך מאל קענסטו שפירען עטליכע חושים אויף איינמאל.

ווי געזאגט פריער, ס'מוז נישט זיין פערפעקט, און מאך דיך נישט קיין פרעשער אויב ס'גייט נישט אזוי פונקטלעך.


ב - סקען דיין גוף פון קאפ ביז פיס

פינקטליכע אינסטראקשענס וועל איך אפשר מסביר זיין אין א צווייטע געלעגענהייט, 

אבער אויף בקיצור,

אטעם אריין א פאר מאל שטייט און טיף, פראביר צו פילען ווי דיין אטעם פליסט אריין אין דיר, גייט דורך דיין טשעסט ביז דיין בויך, און די זעלבע ביים ארויס אטעמען, (מיז נישט זיין פערפעקט און אויך נישט אנגעשטרענגט, ס'ווערט מיט די צייט גרינגער און גרינגער)

נעם אינאכט יעדע פילינג וואס די שפירסט אויף יעדע אבר באזונדער פון קאפ ביז פיס, גיט צו שלעכט, באקוועם צו אומבאקוועם, 

למשל שפיר קודם אויבן פין דיין קאפ צו ס'פילט אנגעשטרענגט אדער עני אנדערע פילינג, נאכדעם דיין שטערן, אויגען אא"וו
קענסט זוכען פאר meditation body scan


ג - פאזיטיווע קוואוטס און סטעטמענטס
זאג כסדר פאר דיר פאזיטיווע אין גיטע סטעטמענטס דאס האט א געוואלדיגע פאזיטיווע עפעקט

ד - נאטורליכע היפנאזעס

איך האב א געוואלדיגע Mp3 פון בערך 18 מינוט, ס'האט מיך ארויסגענומען פון ממש טיפע שווערע מענטל מצבים.
ס'איז טאקע אין ענגליש און פין א גוי, אבער ס'איז זייער איידעל

Natural Mind Relaxation


ו - רב / גיטער איד

איך וואלט דיך געראטן זיך צו האלטען בקשר מיט א רב אדער אן אנדערע ערליכע איד וואס די וואלסט געפילט גיט צו רעדן מיט אים איבער דיינע ענינים.

אויב איז דיר שווער זיך צו עפענען פאר אים, קענסטו פשוט אים עס שיקען אויף פאסט און צולייגען דיין פרייוועט סעלפאון נומער, 

אויב פילסט דיך נישט באקוועם נאך צו רעדן מיט א רב וועגן דיין ענין, קענסטו ציווארטן אפאר וואכען ווילאנג די פילסט דיך אביסל מער סעטלט, און ס'וועט דיר אפשר זיין גרינגער.

ז - טעראפיסט

ס'איז זייער וויכטיג צו גיין צו א טעראפיסט ספעציעל ווען מ'קען נישט אנגיין אין די געהעריגע געווענליכע לעבן,

כ'האב געשריבען ממש נאר די עיקר נקודות, האלט דיר נישט צירוק פון מיר קאנטאקטען אויב די ווילסט האבען מער אינפארמאציע, כ'וועל פראבירען צו ענטפערן ווי שנעלער, אבער זיי געראכטען אז ס'קען נעמען אמאל עטליכע טעג, 

דער אייבערשטער זאל העלפן אז די זאלסט קענען גרינגערהייט אדורכגיין אלע דיינע שוועריגקייטן, און די זאלסט זוכה זיין צו אריכת ימים ושנים טובים.

לעצט פארראכטן: ד' ניסן התשע"ו 07:36 דורך געשמאקער.

ענטפער: נאטורליכע מענטשליכע מיינדפולנעס עקסערסייז ד' ניסן התשע"ו 07:49 #244443

  • tatahelfmich
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
  • קאָרמא: 1
געשמאקער טייערער

געוואלדיגע סחורה האסטו געשיקט 

יישר כח מעומק הלב

אסאך הצלחה

ענטפער: נאטורליכע מענטשליכע מיינדפולנעס עקסערסייז ה' ניסן התשע"ו 16:16 #244460

  • געשמאקער
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 6
  • האט שוין געלייקט: 3 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
  • קאָרמא: 2
דרך אגב איך וואלט אפשר געדארפט קודם שרייבן וועגן א טעראפיסט און א מורה דרך נאך פאר די עצות, נאר וויבאלד מענטשן אין נעגאטיווע מצבים זיכען עס מער צו האלטן ביי זיך, האב איך געפילט אז קודם זאל מען ווייניגסטנס קענען מיט עפעס אנגיין אין לעבן.

אבער ס'איז זיכער אז א מענטש אין שווערע מצבים דארף האבן איינעם פאר הילף ספעציעל אין אנפאנג, און נישט פראבירן גיין אליין.
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.25 סעקונדעס

Are you sure?

יא