ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: דאנבארקייט 2921 באזוכער

דאנבארקייט ג' אייר התשע"ו 20:14 #244610

  • דרך ממוצע
  • איצטיגע שטרעקע: 1385 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 119
  • האט שוין געלייקט: 50 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 216 מאל
  • קאָרמא: 0
דאנקבארקייט - Gratitude 
פילע מאל פילען מיר ארופ געקלאפט, ליידיג, דיפרעסט אדער נישט אין דע גיסטע, מען וויל זיך ארויס זעהן דערפין, ווייל ווען מיר בלייבען זיצען דארט פאר א שטיק צייט וועט נישט לאנג געדויערען ביז דע דראג גייט אנהייבן מאנען, איז איינע פון דע עצות (tools) איז צי מאכען א דאנקבארקייט ליסטע, לויט דע לענג פון דע ליסטע אלץ בעסער זענען די רעזולטאטען. 
וואס פאסירט צי דע מח איז, א אינערליכע פרייד (excitement), דערנאך ווען מען קיקט איבער דע ליסטע גליסט זיך שוין נישט אזוי שנעל דאס אוועק צי שענקען פאר איין מינוט הנאה.

דאנבארקייט ג' אייר התשע"ו 21:34 #244611

  • דרך ממוצע
  • איצטיגע שטרעקע: 1385 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 119
  • האט שוין געלייקט: 50 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 216 מאל
  • קאָרמא: 0
גלייך נאך דע תגיבה האב איך געהאט ארויף געלייגט א 30 ליסטע פון דאנקבארקייט צום אייבירשטען און דע קאנעקשאן האט זיך פארלוירען. דאס איז געווען דע רצון השם
איך וויל מעודד זיין אז דע חברים זאלן ארויף שרייבען זייער דאנקבארקייט, עס וועט געבן א שטארקע חיזוק זיך צי האלטען זויבער

דאנבארקייט ה' אייר התשע"ו 00:00 #244619

  • מיט א פרישקייט
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 185
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
  • קאָרמא: 4
געוואלדיגע געדאנק!!

דאנבארקייט י"ד אייר התשע"ו 11:37 #244667

  • מגסבמס
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 265
  • האט שוין געלייקט: 98 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל
  • קאָרמא: 5
די עצה האט מיר געצהט א לאנג יאריגער סאבער אדיקט, עס העלפט מוראידיג. אזוי ווי הרב דרך האט שוין ערקלערט א גרויס חלק פין אדיקשאן קימט פין א ליידיגקייט עפעס א העדר, ווען א מענטש זאל נאר אריינטראכטען וויפיל גיטס ער באמערקט נישט וואלט ער נבהל ונשתומם געווארען. די סיבה פאר דעם איז ווייל מען לעבט כסדר אינעם עתיד אדער אין דער עבר מען לעבט נישט בכלל אין דער הווה.

נאך א ענדליכע זאך וואס העלפט מיר איז אויך אראפשרייבען הצלחות אין פעולות וואס מען האט געטוהן. איינער וואס לעבט אין מח אין זיין נפש רויעשט כסדר מיט וואס ער האט נאכנישט אויגעטוהן ווערט כסדר אראפגעקלאפט, ער ווארט אויף "עפעס" וואס זאל אים שוין זאגען אז אה איך האב עפעס אויפגעטוהן, אין ער פארזעהט די אומצאליגע זאכן וואס ער איז פועל א גאנצע טאג, הצלחה מעסט זיך נישט מיט געפילען אדער א גרויסע סוקסעס. והא ראי ווען ער וועט שוין יא אהנקימען צי עפעס וועט עס אים אויך נישט דערהאלטען נאר פאר א קליין ביסעלע.

דאנבארקייט ט"ז אייר התשע"ו 13:50 #244679

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 638
  • האט שוין געלייקט: 676 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 688 מאל
  • קאָרמא: 10
א נקודה. עס איז שייך צו האבן דאנקבארקייט אויך פאר די שוועריקייטן.

ווען מ'קוקט אריין, וואס ליגט אונטער די אלע שוועריקייטן וואס איך האב? פארוואס גייט עס מיר אזוי שווער? פארוואס האב איך אזעלכע שווערע נסיונות, אזא שווערע זשאב?

די שפת אמת זאגט אז ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים און זיי האבן געזעהן קלאר וואס זיי האבן פארדינט פון די גלות, האבן זיי געוואלט צוריקגיין צו מצרים! זיי האבן געזעהן וואסערע טובה זיי האבן געהאט דערפון. 

אונז זעהמיר נישט אזוי קלאר. דאס איז די נסיון, אבער ווען מ'קוקט אריין אין חז"ל וואס מיינען די שוועריקייטן, קען מען דאנקן דעם אייבערשטן אויף די שוועריקייטן. זיך פרייען מיט די שוועריקייטן.

די גמ' זאגט אז יעדער איינער - פאר ער ווערט געבוירן - האט זיך אליין אויסגעוועלט זיין מצב, זיינע נאטורן, זיין משפחה, זיינע מעלות און חסרונות, און אויך זיינע שוועריקייטן, דעמאלסט זעהט ער אלעס קלאר אז ס'איז פאר זיין טובה. מיר גלייבן אפי' מיר זעעהן עס נישט אזוי אפן.

עפענען די אויגן אביסעלע...
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

דאנבארקייט ט"ז אייר התשע"ו 16:23 #244680

  • דרך ממוצע
  • איצטיגע שטרעקע: 1385 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 119
  • האט שוין געלייקט: 50 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 216 מאל
  • קאָרמא: 0
פאר מיר איז יעצט אביסעל שווער צי קענען זיין דאנקבאר פאר דע שוועריקייטען, עס שלעפט מיך ארופ
איין זאך יא, איך בין זייער דאנקבאר פארן אייבירשטען פאר מיין עדיקשאן, ער האט מיך געגעבן א פראגראם צו זיין א בעסערע מענטש, איך קען קער נעמען פון אלע מיינע טראמא און פראבלעמען.

דאנבארקייט י"ח אייר התשע"ו 11:48 #244683

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 1326 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 127
  • האט שוין געלייקט: 23 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
  • קאָרמא: 1
פון הרב שלום ארוש שליט"א איז ערשינען א נייע ספר "אמרתי תודה ונושעתי", מיט הונדערטע אומגלויבליכע ערשטהאנטיגע עובדות ווי אידן האבן געדאנקט אויף זייער שווערע מצב אדער דורכגאנג, און געזעהן באלדיגע ישועות למעלה מדרך הטבע.
ס'איז דא אויך קלענערע קונטרסים וואו ער איז מסביר בקיצור דעם מהלך פון הודאה על הרעה, ער ברענגט ארויס די געוואלדיגע כח דערפון.
בדוק ומנוסה!!!

דאנבארקייט כ"א אייר התשע"ו 16:10 #244692

  • לבי ובשרי
  • איצטיגע שטרעקע: 578 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 53
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל
  • קאָרמא: 0
ווען איך טראכט אריין קען איך נישט גענוג דאנקען השי"ת וואס ער האט געטוען מיט מיר, ארויסגענומען ממש מעמקי שאול, איך לעב היינט ממש א נייע לעבן, מארגן ווערט שוין 40 טעג, וואס איך האב נישט געטוען קיין שום זאך, וואס האט א שייכות צו שמוץ, השי"ת זאל מיר העלפן ווייטער.

דאנבארקייט כ"א אייר התשע"ו 16:44 #244694

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 382
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 266 מאל
  • קאָרמא: 18
ביטע שרייבן וואס עס האט דיר געהאלפן

דאנבארקייט כ"ב אייר התשע"ו 08:20 #244697

  • nevergiveup
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 105
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל
טייערע חבר לבי ובשרי מזל טוב פאר דע גאר גרויסע דערגרייכונג פון זיין ריין גאנצע 40 טעג מוראדיג מוראדיג 
ה׳ עמך גבור החיל!! טייל אונז מיט אביסעלע ווי אזוי די ביסט אנגעקומען צו אזא גרויסע דערגרייכונג עס וועט זיין א גרויסע הילף פאר דיינע ברידערליך וואס מוטשענען זיך נאך ארום אין זענען נאך נישט אנגעקומען צו 40 טעג רצופים הייליג אין ריין.

דאנבארקייט כ"ב אייר התשע"ו 16:18 #244706

  • לבי ובשרי
  • איצטיגע שטרעקע: 578 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 53
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל
  • קאָרמא: 0
א גרויסן יישר כח פאר אייער באגריסונג, עס גיט מיר אויך אסאך חיזוק, דער עיקר ישועה איז געווען טאקע אן ענין וואס איז געווארן אויסגעשמועסט אסאך מאל דא אויפן פארום, דהיינו ביז לעצטענס בין איך געווען פארמאכט אין מיר און צו קיינעם נישט גערעדט פון דעם נושא, אלע נסיונות זענען פארגעקומען ביי מיר אליין, ממילא איז געווען זייער שווער און עס איז נישט געווען מעגליך זיך צו שטארקן, די רגע וואס איך האב געעפנט די זאך אביסל דא אויפן פארום, איז מיר שוין שפעטער געווארן גרינגער צו עפענען פאר א געוויסע מורה הוראה וואס פארשטייט צו תורת הנפש, און איך בין מקושר צו דעם מורה הוראה אפאר מאל א וואך, און איך האב אים צו פארדאנקען מיין לעבן, וואס איז געווארן איבערגעדרייט מאפילה לאור גדול, משעבוד לגאולה.

מיין לעבן איז געווארן רוהיג, איך ציטער נישט יעדע רגע אז איך וועל דורכפאלן, וואס באמת וועגן דעם בין איך טאקע דורכגעפאלן ווייל א גאנצן טאג האב איך מורא געהאט אז איך וועל דורכפאלן, און ווי באקאנט זאגט די פסוק "את אשר יגורתי בא", מיין מורה הוראה האט מיר אריינגעלייגט א געוואלדיגע שטארקייט אין אמונה אין בטחון אז השי"ת קען מיר העלפן און ער וועט מיר העלפן, און איך דארף מיך פארלאזן אויף אים, און דאס האט טאקע געהאלפן אז איך האב זוכה געווען צו 40 ריינע טעג השי"ת זאל העלפן ווייטער.

ממילא לסיום הדברים, אויב איינער האט נאכנישט פראבירט די עצה פון זיך עפענען פאר א קליגן ערפארענע מענטש, וואלט איך אים געראטן דאס צו טוען, ווייל ביי מיר איז דאס געווען די ישועה.

איך מוז דא באטאנען, אז עס האט גענומען אפאר חדשים פון איך בין אנגעקומע צו דעם מענטש ביז עס האט זיך אויפגעהערט אויף אזא לאנגע שטרעקע, אנהייב האב איך געמיינט אז עס העלפט נישט איך פלעג דורכפאלן קודם יעדע צווייטע טאג, און דערנאך יעדע צווייטע וואך, איך האב געמיינט אז עס וועט נעמען יארן, און ער פלעגט מיר טאקע זאגן איך זאל אים פאלגן און זיך האלטן רוהיג, און סוף כל סוף וועל איך ארויסקריכן, זיין עיקר ארבעט מיט מיר איז געווען אז נאך יעדע דורכפאל זאל איך זיין פרייליך, און זיכן וואס איך בין געשטיגן ביי דעם דורכפאל, צו די מלחמה האט געדויערט לענגער, אדער צו די עצם דורכפאל איז געווען אויף א שוואכערע אופן, און ווערן מלא שמחה אז איך שטייג.

וכן הוה, איך קען ממש נישט גלייבן אז איך האלט שוין ביי 40 ריינע טעג, און נאר ווייל איך האב אים געפאלגט מיט הכנעה בין איך אנגעקומען ווי איך האלט יעצט.

און איך בין מוסר מודעה, אז כאטש איך האף צו השי"ת אז איך וועל מער קיינמאל אין מיין לעבן נישט דורכפאלן, בין איך אבער גרייט אז אויב ח"ו עס וועט יא פאסירן ר"ל, וועל איך וויסן אז די ערגסטע זאך וואס איך קען טוען פאר מיר איז זיין צובראכן, נאר איך וועל זיך בעז"ה תיכף מחזק זיין און נאכאמאל אנפאנגען.

צום שליס וויל איך מיך זייער באדאנקען פאר די מורא'דיגע מתנה פון הימל פון אט די חשובע סייט "GYE" וואס נאר א דאנק זיי האב איך מיך געעפנט מיין פארמאכטע פעקל, און איינער דורך א פריוואטע מעסעדש האט מיך צוגעברענגט צו אט די מורה הוראה וואס איך האב פריער דערמאנט, השי"ת זאל העלפן אז נאך אסאך אידן זאלן זוכה זיין דא צו ווערן געהאלפן.
לעצט פארראכטן: כ"ב אייר התשע"ו 16:22 דורך לבי ובשרי.

דאנבארקייט כ"ב אייר התשע"ו 17:45 #244707

  • כי טוב
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל
  • קאָרמא: 10
  צמאה נפשי לאלקים לאל חי '' לבי ובשרי'' ירננו לאל חי




טאטע איך בענק נאך דיר, טאטע איך גליסט צו זיין הערליך, ווי ווייט ווי טיף איך בין געפאלן איך געם נישט אויף ווייל די האסטו מיך ליב, אין איך האב דיר ליב.




טאטע זוסער איך בענק צו דיר ווייל.




נכספה וגם כלתה נפשי לחצרות ד' ''לבי ובשרי'' ירננו אל אל חי.





 
לעצט פארראכטן: כ"ב אייר התשע"ו 17:48 דורך כי טוב.

דאנבארקייט כ"ג אייר התשע"ו 16:39 #244713

  • מנוחת חיים
  • איצטיגע שטרעקע: 844 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 34
  • האט שוין געלייקט: 18 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
  • קאָרמא: 4
א גוטן טייערע חבירים, אזוי ווי איך האב דערגרייכט צו 300 ריינע טעג, וואס דאס איז א זאך וואס איך האב מיך אין מיין לעבן נישט געקענט פארשטעלן, אז איך וועל נאך אמאל צו דעם זוכה זיין, האב איך געפילט אז איך וויל ארויף קומען מיטטיילן מיינע דאנקן צום אייבערשטן אין דעם ספעציעלן טרעד וואס איז באשטימט געווארן פאר דאנקן און לויבן השי"ת פאר אלע גיטע זאכן. און ענק טייערע חבירים וואס האבן מיטגעהאלטן מיינע שוועריקייטן, זאלן יעצט הנאה האבן פון מיין ישועה.

אודה ה' מאוד בפי ובתוך רבים אהללנו, פון א לעבן פיל מיט מלחמות נסיונות פארביטערנישן שוועריקייטן בין איך צוגעקומען צו מנוחה ושמחה אור ליהודים, און איך פיל פאר פאסיג זיך צו רופן מיט מיין נאמען "מנוחת חיים" וואס כשמו כן הוא א לעבן מיט ישוב הדעת מנוחה און רוהיגקייט.

איך וואונשט פאר ענק אלע טייערע חבירים, יעדער איינער זאל זוכה זיין צו א גליקליכע און ריינע לעבן.
לעצט פארראכטן: כ"ה אייר התשע"ו 20:55 דורך GYE YIDDISH.

דאנבארקייט כ"ד אייר התשע"ו 15:12 #244716

  • כי טוב
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל
  • קאָרמא: 10
מזל טוב מזל טוב מזל טוב
אשריך ואשרי חלקך שזכית להתקרב אל בוראנו.
עלה והצלח.
דיין געוואלדיגע הצלחה איז א זכיה א כבוד פאר די גאנצע קהילה קדושה הד''א.

איך בין דיר מקנה. (קנאת סופרים תרבה חכמה)

דאנבארקייט כ"ד אייר התשע"ו 15:47 #244717

  • לבי ובשרי
  • איצטיגע שטרעקע: 578 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 53
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל
  • קאָרמא: 0
מזל טוב מזל טוב! עס איז א מורא'דיגע חיזוק פאר אונז אלע, אויב מען זעהט איינער וואס האט זיך געמוטשעט אזויפיל יארן קען זיך ארויסזעהן פונעם פראבלעם, איז דאס מחייב יעדן איינעם, אז איך קען אויך, און איך האף אויך צו קענען אנקומען צו דיין מצב בעז"ה.

אבער איין הערה האב איך, כאטש ווער בין איך דיר צו זאגן, אבער מען שמועסט זיך פשוט אויס, אז איך האף די רעדסט דיך נישט איין אז דיינע מלחמות זענען פערטיג, דער יצר הרע לאזט נישט אפ ביזן קבר, מנוחה ושמחה וועט מען האבן אי"ה אין קבר, אויב מען האט זיך געשלאגן ביז די לעצטע מינוטן.

און פאר דיר "כי טוב" א גרויסן יישר כח פארן באגריסן מיך, אויף 40 ריינע טעג, עס האט מיר געשמעקט, און געגעבן גרויס חיזוק.
לעצט פארראכטן: כ"ד אייר התשע"ו 15:52 דורך לבי ובשרי.

דאנבארקייט כ"ד אייר התשע"ו 16:41 #244722

  • nevergiveup
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 105
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל
:pinch: ווארנונג: ספוילער!
wooooooooooooooow unbeliveble no words ur doing amazing amzing hashem should help u u sould allways go higher and higher

דאנבארקייט כ"ה אייר התשע"ו 16:04 #244735

  • מנוחת חיים
  • איצטיגע שטרעקע: 844 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 34
  • האט שוין געלייקט: 18 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
  • קאָרמא: 4
לכבוד "לבי ובשרי", ביזט הייליג גערעכט, א מענטש האט מלחמות אייביג, און ווער עס רעדט זיך איין אז נישט דער איז אויף גרויסע צרות ווייל דער יצר הרע וועט אים כאפן ביי א סופרייז און דעמאלט וועט ער שוין איינמאל זעהן צו ער האט מנוחה,

אבער וואס יא.

איך געדענק ווי אזוי איך האב אויסגעקוקט ווען איך בין ארויף געקומען די ערשטע מאל, עס האט געברענט, עס האט געפלאקערט, איך האב מיך נישט געקענט קיין עצה געבן, יעדע מאל ווען עס איז אונטערגעקומען א נסיון בין איך געווארן אויס מענטש, איך בין געווארן ווילד, איך האב נישט געקענט אנגיין, איך האב אויסגעקוקט ממש ווי א משוגענער.

היינט צוטאגס ב"ה, אוודא איז דא נסיונות מלחמות, אבער איך ווער נישט אויס מענטש פון יעדע נסיון, איך ווער נישט משוגע, איך כאפ גראד וואס עס קומט פאר, און איך נוץ די ריכטיגע טאל'ס וואס השי"ת האט אונז געגעבן און געשריבן אין די הייליגע תורה.

השי"ת זאל העלפן ווייטער.

דאנבארקייט כ"ה אייר התשע"ו 16:09 #244736

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 382
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 266 מאל
  • קאָרמא: 18
העלא מנוחת חיים איך האב ליעב דעם נאמען אם בחיקותי תליכו... ונתתי שלום בארץ

דאנבארקייט כ"ה אייר התשע"ו 16:49 #244737

  • כי טוב
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל
  • קאָרמא: 10
מנוחת וואס זענען די ריכטיגע טאל''ס, בארג אונז ארויס דערפון ביטע.

ענטפער: דאנבארקייט י"ח סיון התשע"ו 00:28 #244874

  • דרך ממוצע
  • איצטיגע שטרעקע: 1385 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 119
  • האט שוין געלייקט: 50 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 216 מאל
  • קאָרמא: 0
איך בין היינט דאנקבאר פארן אייבירשטען פאר די דאזיגע זאכן:
1 איך בין זויבער
2 איך בין זויבער פון כעס 24 שעה
3 איך בין פארהייראט
4 קינדער
5 איך בין געזונט
6 משפחה איז געזונט
7 איך האב א זשאב
8 איך האב א דירה
9 12 סטעפ פראגראם 
10 מיין ספאנסער 
11 מיין חבריא אין SA
12 מיין טערעפיסט
13 גרופ טערעפי
14 משפחה מיטגליד באצאלט עס
15 מעמבערס האבן מיך זייער ליעב
16 מיין כעס פראגראם 
17 מיין באנק אקאונט איז געדעקט
18 GYE וועב זייטל
19 איך האב געקענט העלפן אינדערהיים 
20 קאמפלימענטס אז מען זעהט אויף מיר א שטארקע ריקאווערי
21 איך האב געמאכט גיטע עקסערסייז
22 בעלי חובות לויפן מיך נישט נאך
23 פיינע ערקאנדישען סיסטעם אינדערהיים
24 א מעמבער טראגט מיך אין ארבייט כמעט איעדן טאג
25 דע קשר מיט מיינע קינדער ווערט שטערקער
26 איך קען לעבן מיט דע אמת - איך ברויך מער נישט פאפען
27 איך פיל שוין אסאך מער באקוועם צי רעדן צום אייבירשטען 
28 דע שבת איז שוין אפגעקאכט
29 דע הויז איז שיין צאמגענימען
30 איך האב דערגרייכט צי מאכן דע ליסטע

אהההההה איך פיל אמחיה....... לוינט זיך נישט אוועק ציווארפען די אלע גיטע זאכן פאר אביסעל כעס אדער לאסט.

ענטפער: דאנבארקייט י"ח סיון התשע"ו 11:38 #244875

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 382
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 266 מאל
  • קאָרמא: 18
דער שבת שוין אפגעקאכט???

ענטפער: דאנבארקייט י"ח סיון התשע"ו 12:51 #244879

  • עבודת הבורא
  • יעצט אנליין
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 9 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
  • קאָרמא: 6
שכח דרך די ביסט א מוסטער 
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

ענטפער: דאנבארקייט י"ח סיון התשע"ו 12:53 #244880

  • דרך ממוצע
  • איצטיגע שטרעקע: 1385 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 119
  • האט שוין געלייקט: 50 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 216 מאל
  • קאָרמא: 0
חלקאלוקי געשריבן on י"ח סיון התשע"ו 11:38:
דער שבת שוין אפגעקאכט???

זיי מסביר דיין קשיא?
דע פיש, זופ און פלייש און טשולענט איז שוין אפגעקאכט.

ענטפער: דאנבארקייט ז' טבת התשע"ז 13:48 #245296

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 976 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1018
  • האט שוין געלייקט: 4329 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1407 מאל
  • קאָרמא: 11

איך וויל ארויסברענגן מיין דאנקבערקייט צום בורא עולם על רוב חסדו וטובו עמי:


  1. פאר מיך האלטן געזונט.
  2. מיין פרנסה
  3. מיין איבער 670 טעג פון ריינקייט
  4. אז איך בין היינט אויפגעשטאנען באצייטנס
  5. אז איך האב היינט געלערנט
  6. אז איך האב געדאוונט
  7. אז מיינע אלע קינדער האבן מוסדות
  8. אז מיינע בחורים זענען ב"ה שטארק מצליח אין ישיבה
  9. אז איך בין צפרידן
  10. אז איך האב א סאך גוטע פריינט וואס פארשטייען מיר
לעצט פארראכטן: ז' טבת התשע"ז 14:22 דורך לומד.
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.54 סעקונדעס

Are you sure?

יא