ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3

טעמע: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך 2626 באזוכער

לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך כ"ט סיון התשע"ח 15:53 #249209

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 976 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1018
  • האט שוין געלייקט: 4329 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1407 מאל
  • קאָרמא: 11

איך האב געטראכט בס"ד אז מען זאל מאכן א אשכול על דרך א 'בוק סטאדי מיטינג' (Book Study meeting). אזא מיטינג ארבעט אז מען לייענט א שטיקל אדער צוויי, און דערנאך טיילט יעדער מיט זיין וועג ווי ער זעהט זיך אין די ווערטער, אדער וואס ער נעמט ארויס פון די ווערטער פאר זיין ריקאווערי. 

על דרך זה האב איך געטראכט אז איך וועל לייגן יעדער טאג אדער יעדער עטליכע טעג א חלק פון דידי האנטבוך, און דער עולם קען שרייבן און מגיב זיין צו דעם .

געדענק אז נישט יעדעס ווארט דארף שטימען מיט דיר. אפילו נאר איין שורה שטימט מיט דיר , ברענג עס ארויס בכתב און הילף זיך מיט אנדערע. 

ובזה החלי:

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך כ"ט סיון התשע"ח 15:59 #249211

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 976 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1018
  • האט שוין געלייקט: 4329 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1407 מאל
  • קאָרמא: 11

א חסידישע אינגערמאן פארציילט זיין סיפור:

hitdanoigen.com/test-bigcat/item/מאפילה-לאורה


איך גיי יעצט באשרייבן מיין לעבן כדי אז איהר זאלט הערן דברים כהוויתן אין בעזרת השם וועט איהר דורך דעם קלוגער ווערן אין פארשטיין וואס איך און אנדערע גייען אדורך.

אז מען קוקט מיר אהן וואלט נישט מעגליך געווען זיך פארצושטעלן וואס איך בין אלץ אדורך און וואס איך גיי נאך אלץ אדורך. איך בין א חסידישע יונגערמאן פין א חסידישע משפחה, געלערנט אין א חסידישע חדר, ישיבה, און כולל, ערליכע חסידישע עלטערן וואס שטאמען פון רבי'שע און רבני'שע משפחות; א גרויסער יחסן. איך האב אין ישיבה גאנץ פיין געלערנט, זיך פארהערט, זיך געווייקט ביים רבין'ס טיש, זיך דערקוויקט מיט חסידישע ספרים... אויפוואקסנדיג האט מיר גארנישט געפעלט ברוחניות ובגשמיות ב''ה; אבער פארט בין איך אדורך שבעה מדורי גיהינום פין יסורי הנפש וואס בעז''ה האלט איך מיך נאך אינמיטן ערהוילן פון די שרעקליכע פיין און פלאג, איך וועל עס פארציילן בקיצור, דברים כהווייתן.

אנגעהויבן האט זיך עס...

די ווארט וואס מען זאגט נאך אויף ''ביכל'' אז דאס איז ר''ת ''כל באיה לא ישובון'' האב איך מיר ביטער געלערנט עלי ועל צווארי, די ביכלעך וואס מיין מאמע זאל זי זיין געזונט פלעגט אהיים ברענגן פון די גוי'אישע לייברעריס פלעג איך אינמיטן די נאכט ארויס גנב'ענען פון איהר צימער, אדורך ליינען במשך די נאכט אין דערנאך צוריק לייגן. מן הסתם איז פון די דאזיגע ביכלעך געקומען מיין ערשטע ידיעה אין די ענינים ווען איך בין אלט געווען מן הסתם בערך 10-11 יאר, און פון דאן בין איך שוין פארכאפט געווארן.

אין ישיבה קטנה און שפעטער אין ישיבה גדולה פלעג איך שטענדיג זוכען און טרעפן אלע סארט שמוציגע זאכען... דער געפיל און הנאה איז געווארן די עצה צי א יעדער פראבלעם וועס פלעגט נאר אויפקומען, למשל: זיך געשלאגן מיט'ן חבר, נישט געקענט ביים פארהער, פארלוירן די היט, א.א.וו.... די עצה איז אלע מאל גיווען שמוץ.

אזוי זענען מיינע בחורישע יארן פאריבער מיט ירידות ועליות ועוד ירידה ועוד עליה. און וויבאלד די תאווה ברענט טאקע האט זיך עס נישט אפגעשטעלט ביי דעם, עס האט מיר אלץ געצויגן צו נאך א נידריגערע אין נאך א נידריגערע דרגא... און ווי חז''ל זאגן ''משביעו רעב''. אבער א יעדער ירידה האט געבראכן נאך א גדר וואס איך האב מיר אליין נישט געקענט פריער פארשטעלן. נאר בחסדי השם בין איך געבליבן מיט'ן יודישן חסיד'ישע צורה וואס האט מיר אנגעהאלטן די חצוניות אז עס זאל כאטשיג זיין א כלי וואס זאל נאך קענען צוריק פארראכטן ווערן.

האיש מקדש

אלץ חתן איז ב''ה די חומה געווען שטערקער, איך האב זיך אנגעגרייט צום חתונה בקדושה ובטהרה. אבער נאך די חתונה ווען עס איז ערמעגליכט געווארן צו זיין א נבל ברשות התורה, זענען אלע אלטע תאוות, הרהורים, דמיונות, געפילען, פארמישטקייטן, און זכרונות צוריקגעקומען ווי די מים הזידונים, און איך בין געווען צו שטארק נשתרש בחטא צו האבן א מעגליכקייט פון זיך אנטקעגן שטעלן; בין איך טאקע באלד טיף צוריקגעפאלן נאך אסאך ערגער ווי פריער. איך פלעג זיך ארויסלאזן פון שטוב צו גיין אין כולל צו אין ביהמ''ד, און שפעטער צו די ארבעט און פלוצלינג, כאילו רגלי מוליכות אותי, פלעג איך זיך טרעפן אין שמוציגע ערטער, צי אין א ליידיגע פארקינג-לאט מיט א די.ווי.די. מאשין וואס איך האב מיר איינגעהאנדעלט ווען איך האב נאך אפיציעל געלערנט אין כולל, און בשעת מיין ווייב איז געגאנגען ארבעטן פלעג איך פארברענגן שעות איבער שעות, גאנצע פארמיטאג'ס אין שטוב זיך פארשמוצן די אויגן מיט די ערגסטע שמוץ. איך האב עס געניצט צו זעטיגען דעם יצה''ר פאר א פאר חדשים, חרטה געהאט, תשובה געטון, ארויסגעווארפן דעם די.ווי.די. אין דאמפסטער אריין, נאך א צוויי שעה מיט די תאווה פלאקערנדיג, צוריק אריינגעקראכען אינעם פארסרוכעטן דאמפסטער און עס ארויסגעשלעפט, גענוצט פאר אפאר חדשים, חרטה געהאט, תשובה געטוהן, עס צעריסן און צעבראכן, אריינגעווארפן טיף אין דאמפסטער, און א טאג דערנאך געלאפן קויפן א נייע, וחוזר חלילה...

המשך יבוא......

לעצט פארראכטן: כ"ט סיון התשע"ח 16:00 דורך לומד.

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך כ"ט סיון התשע"ח 16:05 #249212

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 976 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1018
  • האט שוין געלייקט: 4329 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1407 מאל
  • קאָרמא: 11
 איך קען רילעיטן צו די פאקט אז איך בין געווען א ערליכע און קום פון א אפגעהיטענע שטוב. מצד מיין שורש איז עס געווען אפגעהיטן מכל וכל. 

אזוי אויך דער כל באיה לא ישובון, איך האב געפילט אז איך קען פון דעם פלאנטע נישטארויס בשום אופן. אזויווי קוויק סענד. דער מעהר איך האב פראבירט ארויס, האב זיך ביז א קורצע צייט דערזעהן סאך טיפער .

גראדע ביי מיר האבן זיך די פראבלעמן אנגעהויבן נאך פרק האיש מקדש. 

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך כ"ט סיון התשע"ח 21:15 #249217

  • אברהם העברי
  • איצטיגע שטרעקע: 92 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 195
  • האט שוין געלייקט: 407 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 604 מאל
  • קאָרמא: 1

צוערשט פותחין בכבוד האכסניא, אני כשלעצמי האלט שוין נאכן דורכליינען דעם ביכל, בשעת מעשה איז דאס געווען זייער אינטערעסאנט, ציענד און דערפירשנד. אבער ווי נאר כ'האב דעם ביכל געענדיגט אויסטרינקן האב איך בלויז א קוש געטאן די צווייטע זייט פונעם ביכל, און עס אוועקגעלייגט אין שופלאד… פון איבערליינען א צווייטע מאל איז קיין קלער געווען, שפירנדיג אז ס'איז א שאד די צייט, כ'קען דאך אין די צייט אריינכאפן אנדערע אינטערעסאנטע ענינים. אבער עכ"ז האט מיר אלעמאל גענאגט אז דער ביכל וואלט יא געמעגט צוריק ארויפגעברענגט ווערן, אבער נישט אלץ ביכל, נאר אלץ ספר, ווייל די געפיל האט מיר געזאגט אז אזא ביכל איז נישט געאייגענט בלויז פאר א מעשה ביכל, דאס דארף מען אדורכלערנען בעיון גמור ווייל טובא גנוז בי'. אבער ווי און ווען נעמט מען די צייט און געדולד דאס צו טאן? דעריבער בואו ונחזיק טובה לידידינו הרב לומד דער פותח האשכול, פאר זיין נאבעלע שריט צו מאכן פון דעם ביכל א סטאד"י בלע"ז, א לימוד, זעהט אויס אז שמא לומד גרים… וואס האפנטליך וועט דאס זיין א געוואלדיגע תועלת פאר די חברים, פארשטייט זיך נאר טאמער דער עולם וועט מיט דעם קאאפורירן און אקטועל אנטייל נעמען אין דעם שיעור, זה מותיב וזה מפרק, זה בונה וזה סותר וזה מפשר, און נישט בלויז זיין פון די זייטיגע צוקוקער ביים שיעור...

אצינד צום עצם סיפור הדברים, איך קען אביסל רילעטן מיט דעם יונגערמאנס התחלה, קומענדיג פון א מושלמ'דיג בעקגראונד, וואו אלעס איז מער ווייניגער געפארן כהוגן. ווי אויך מיטן חלק אז דער ענין איז ביי אונז געווארן דער אפיציעלער מקום מקלט פאר יעדע קליינעקייט וואס איז נישט געפארן פונקטליך ווי געפלאנט. גראדע בין איך צו ביכער אדער אנדערע שמוציגע געצייג נישט צוגעקומען ביז נאנט צו די חתונה, אבער די גאסן זענען – בפרט זומער – אפענע ביכער, יעדן טאג פרישע בלעטער און בילדער…

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך א' תמוז התשע"ח 17:46 #249229

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 976 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1018
  • האט שוין געלייקט: 4329 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1407 מאל
  • קאָרמא: 11

יישר כח אברהם העברי שיחי' פארן מיטטיילן.

בנוגע אז איך האב געשריבן אז די פראבלעמן האב זיך ערשט אהנגעהויבן נאך פרק האיש מקדש, איז נישט אינגאנצן אמת.

ווען איך בין געווען אין טעראפי אויף א קביעות'דיגע אופן, האט מען געגריבלט די שורש פון מיך צוקומען צו עדיקשאן.

עטליכע נקודות צוזאמען האבען געמאכט די רעסעפי פון מיך צוקומען צו די תאוה עדיקשאן.


  • איינס איך בין מאלעסטעג געווארן עטליכע מאהל אלס קינד און אלס בחור.
  • צוויי, איך בין געווען איזילירט עטליכע יאהר פון כתה ט' ביז אינמיטן שיעור ג' פון ישיבה קטנה, ווי איך בין אלס געווען געלעבלט ווי א נעבעך (כאטש עס איז נישט אזוי געווען אין מציאות, אבער די נאטור פון יענע קינדער זענען געווען שטארק אז דעם צוקלאפט מען און דעם הייבט מען, ברצותם אראפ און ברצותם ארויף). ממילא דאס האט געהאט א שטארקע ווירקונג אויף מיר אז עס האט מיר געפעלט סאשעל חברים. איך האב אלץ נאר געקענט לערנען אלץ דריטע חברותא אדער שלאפן מיט איבערגעבליבענע בחורים וואס קיינער האט מיט זיי נישט געוואלט שלאפן.
  • דריי, איך בין אויפגעוואקסן ביי עלטערן וואס האבן נישט געקענט זיין קאנעקטעד מיט די קינדער. זיי האבן א סאך גערעדט מיט די קינדער אבער בפועל איז אלעס געווען ארום זיי. ממילא האט מיר געפעלט די נארמאלע אהבה און קשר און טראסט וואס א קינד ברויך קענען האבן מיט עלטערן. (איך וויל קלאהרשטעלן אז מיינע עלטערן זענען פיינע מענטשן און האבן געטוהן פאר מיר דאס בעסטע וואס זיי האבן געקענט- עם כל זה מבחינה נפשית זענען זיי נישט דא געווען פאר די קינדער)

ממילא דאס איז געווען שטארקע נקודות וואס האבן איבערגעלאזט א חלל אין מיין נפש. די חלל האב איך און קיינער קיינמאהל נישט מטפל געווען. ולכן איז מסתבר אז די רגע וואס די דראג איז געווארן אוועליבעל פאר מיר פון מיין חתונה האב איך זיך בלית ברירה ארויף געכאפט אויף דעם און געווארן עדיקטעד צו דעם.

יישר כח פארן לאזן מיטטיילן

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ב' תמוז התשע"ח 09:54 #249232

  • אויגן גלעזער
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 188
  • האט שוין געלייקט: 389 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל
  • קאָרמא: 1
לומד
 קענסט מסביר זיין וואס מיינט יא דא זיין פאר די קינדער, ביטע?

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ב' תמוז התשע"ח 13:38 #249234

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 1011 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 368
  • האט שוין געלייקט: 418 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 934 מאל
  • קאָרמא: 9

די שאלה איז אדרעסירט צו לומד, און איך קום נישט צו צו לומד. 

אבער איך וועל מיטטיילן לענ״ד וואס מיינט זיין דא פאר די קינדער.
זיין גוטע עלטערן מיט׳ן חלק פון גיבן פאר די קינדער & זעהן ס׳זאל זיי זיין גוט איז זייער א גוטע זאך.

אבער ס׳איז דא אזא זאך צו זיין טאנד אין  tuned in  מיט לעבן מיט׳ן קינד און פארשטיין דעים קינד׳ס אייגענארטיגע סטראקטשער, און ווי אזוי דעים קינד מיט זיין תכונת הנפש קען צוקומען צו זיין פאטענטשל.
מיטן פארשטיין דעים קונד נפשיותדיג קען מען רילעיטן און פארשטיין וואס באדערט אים, און וואס וועט עים/איר מחזק זיין און וואס מ׳קען מוסיף זיין ספעסיפיק פאר דעים קינד׳ס הצלחה.

אסאך מענטשן בפרט די עלטערע דור האט געהאט אזא סארט מאדעל וואס הצלחה מיינט און געשטיפט דעים קינד אהין, און בכלל נישט פארשטאנען אדער געזיכט צו פארשטיין עמאשענעל וואס איז די שטער פארן קינד.

בתקווה להבנה

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ו' תמוז התשע"ח 07:09 #249275

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 976 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1018
  • האט שוין געלייקט: 4329 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1407 מאל
  • קאָרמא: 11
....המשך 


געכאפט ביים גניבה

איין טאג פאר עטליכע יאר צוריק מן הסתם ווינטער תשס''ג, האב איך בטעות געלאזט דעם די.ווי.די. מאשין אינדערהיים אויפ'ן טיש און מיין ווייב האט עס געטראפן, נאך קולות אין וויינערייען האב איך בלית ברירה צוגעשטומט צו גיין פאר ''העלפ'' צו וועם זי וועט הייסן. מיין ווייב האט זיך נאכגעפרעגט, אנגערופן דעם רב אין יענעם עסקן ביז זי איז אנגעקומן צום נאמען פון איינער פון די גרעסטע ''מומחים'' אויף שלום בית. א איד א תלמיד חכם מיט א דעת תורה, א ראש ישיבה פון די איינער פון די בעסטע ישיבות, א בעל דרשן נפלא, וואס טוט שוין אינעם חינוך\שלום בית\חכמת הנפש פעלד לאנגע יארן, מען רופט איהם פון אלע עקן וועלט ונהנים ממנו עצה ותושיה...

איך בין געגאנגן צו איהם מן הסתם 12-15 מאהל, מיר האבן פיין פארברענגט אין געשמועסט, געלערנט דעם מוסר ספר אין יענעם הלכה, א שטיקל נ''ך איך דברי חיזוק פון ספרי חסידות א.א.וו. איך האב איהם דערציילט פון מיינע תאוות אין מכשולות, אין ער האט געגעבן דעם עצה מיט יענער חיזוק ווארט... בקיצור פארברענגט על הא ועל דא אבער וויבאלד נישט איך און נישט ער האבן געכאפט אז מען האנדלט דא פון א מצב פון ''נשתרש בחטא'' (אדיקש'ן בלע''ז), אין אפילו ווען יא וואלט ער אויך דאן נישט געוויסט ווי אזוי מיר צו העלפן, בין איך שנעל נמאס געווארן פון אויסגעבן נאך א הונדערטער און נאך א הונדערטער אויף סתם שמועסן און איך האב גע'טענה'ט צו מיין ווייב אז די פראבלעם איז שוין פאריבער און אויפגעהערט צו גיין.

נעשה לו כהיתר

די אלטע טבע וואס איז שוין געווארן א חלק פון מיין מציאות איז ווידער ארויפגעשווימען און זיך געפאדערט זיינס, און איך האב זיך אריינגעלייגט די קאפ און מח אין כל דבר אסור. פאר שעות אין שעות נאכאנאנד, פארגעסענדיג פון בורא מיט'ן תורה, פון ווייב אין קינדער, פון שאף אין רינדער פון כבוד, פון יחוס, פון פרנסה. ווי שפעטער א יאר אלץ מער פארזונקען און פארכאפט בין איך געווארן, איך פלעג אפמאכן אז: "עד כאן, די דאזיגע ליניע וועל איך זיכער קיינמאל נישט אריבער גיין", און יעדעס מאל וואס איך פלעג אדורך פאלן פלעג איך אריינפאלן אין א פארביטערטע מרה שחורה, א טאג א מלאך- א טאג א גלח, מצד אחד האב איך געהאט אזוינע דערהויבענע רצונות און שאיפות, ווען דער בורא כל עולמים האט מיר חונן געווען א זמן פון גדלות פלעג איך פילען אזוי וואויל, ערליך, דערהויבן און הייליג; אבער גייענדיג אויפ'ן גאס אפאר מינוט דערויף, איז אלעס אוועקגעפלויגן כלא היה.

וויפיל תהילים איך האב געזאגט, וויפיל הגדרות איך האב געמאכט, וויפיל בלעטער גמרא איך האב געלערנט, וויפיל טרערן איך האב פארגאסן, וויפיל קדושה איך האב מיר אנגעשעפט ביים רבין'ס טיש איז אלעס געווארן בטל ומבוטל אנטקעגן די איבערנעמענדיגע כח וואס די תאווה האט געהאט אויף מיר, איך האב געפילט ווי איך בין צוויי אנדערע מענטשן וואס וואוינען אינעם זעלבן גוף. איינער אן ערליכער, איידעלער, חסיד'ישער יונגערמאן וואס שטרעבט צו מחנך זיין זיינע קינדער על במתי התורה והחסידות, און דער צווייטער, א ווילדער צולאזטער גאסען יונג. איך האב פראבירט כל מיני אופנים זיך צו האלטען דעם גלייכגעוויכט, אבער זיך צו שלאגן מיט זיך אליין איז כמעט ווי אוממעגליך...

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ז' תמוז התשע"ח 13:07 #249291

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 976 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1018
  • האט שוין געלייקט: 4329 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1407 מאל
  • קאָרמא: 11

איך רילעט צו דעם וואס ער שרייבן אז זיין ווייב האט אים געכאפט. ווי איך האב שוין כמה פעמים דא געשריבן איז געווען אז איינער פון די וועגען וויאזוי איך עקט אויט איז רעדנדיג אויף די טעלעפון ווי עס ווערט אהנגערופן פאון סעקס. איין מאהל בערך א צוויי יאהר נאך מיין חתונה קען זיין פריערד אביסל, האט מיין ווייב געזעהן א פאון ביל וואס איז געווען איבער זיבן הונדערט דאללאר. זי איז געווען זיכער אז דאס איז א טעות פאר צוויי סיבות. איינס זי האט נישט געוויסט אז עס עקזעסטירט אזא זאך. צווייטנס, זי וואלט אין ווילדסטן חלום מיר נישט חושד געווען מיט אזא זאך.

ווען איך בין אהיים פון כולל זאגט זי מיר אז מען דארף רופן ווערייזאן ווייל אויף די ביל איז דא א ריזיגע טעות. איך בין גלייך געווארן רויט גרין און בלוי, און מיין ווייב האט מיר געפרעגט וואס גייט פאהר? בלית ברירה האב איך געפילט אז איך מוז מודה זיין, ווייל סייווי ווען מען גייט רופן ווערייזאן גייט מען דאך געוואר ווערן סייווי, און סייווי בין איך געווארן רויט. האב איך מודה געווען אז איך מוטשע זיך מיט דעם זייער שטארק אבער איך זאג צו אז איך גיי עס מעהר נישט טוהן. איך האב באמת געמיינט אז יעצט אז מיין ווייב האט מיר געכאפט גיי איך שוין טאקע זיין וואויל. איך האב זיך שוין געפרייט אז יעצט גיי איך שוין זיין ריין און זיך מעהר נישט מוטשען מיט דעם. 

מיין אשה צדקנית, האט מיר מחזק געווען אבער זי האט געוואלט אז איך זאל גיין רעדן צו איינעם וועגן דעם און זעהן וואס איך דארף טוהן בכדי  נישט צו פאלן מעהר אין דעם.

פיין, בין איך געגאנגן צו א חשובע איד א משפיע וואס איך האב שטארק רעספעקטירט און ער איז א מפורסם פאר א עהרליכע קלוגע איד. אזויווי איך האב אהנגעהויבן צו רעדן און ער האט געזעהן במה מדובר, האט ער מיר קודם גלייך אפגעשטעלט. ער האט מיר געזאגט אז היות ער טרעפט מיר אסאך, קען זיין אז נאך איך וועל זיך אויסרעדן צו אים וועל איך זיך נישט פילן באקוועם אים צו קוקן אין פנים אריין. ממילא איך זאל טראכטן אויב איך בין זיכער אז איך בין באקוועם צו רעדן צו אים וועגן דעם. נישט טראכטנדיג קיין סאך האב איך געזאגט אז איך האב נישט קיין פראבלעם מיט דעם. (דרך אגב דאס איז נישט געווען אמת דעמאלס, און עד היום איז עס נישט אמת, און איך פיל זיך נישט אזוי באקוועם ווען איך זעה אים).

שוין נאכן אריינגיין אין די פרטים איז געווען די ערשטע שאלה וואס טוהט זיך מיט עניני אישיות ביי מיר אין שטוב. און ער האט געשמועסט עטליכע עצות וויאזוי צו ארויפארבעטן די איכות פון קשר אישיות צווישן מיר און מיין ווייב. נו, וואס קען זיין בעסער פון דעם פאר אזא מענטש ווי מיר?..... נאך האט ער מיר גע'עצה'ט צו הענגן בילדער פון גדולים ביי מיר אין שטוב, ווייל אזוי וועל איך מורא האבן צו זינדיגן. קען זיין עס איז א גוטע עצה, אבער פאר מיר האט עס נישט געהאלפן.

אזויפיל האט מיר די מעשה געלערנט אז אויב איך פאל צוריק אריין אין די תאוה, זאל איך זיכער מאכן אז איך באהאלט עס בעסער פון מיין ווייב און מיינע שפירן זאלן קיינמאהל נישט ווערן אויפגעדעקט. און ליידער ליידער נישט לאנג דערנאך בין איך ווייטער געפאלן און דאס איז דערנאך אהנגעגאנגן פאר נאך בערך פיפצען יאהר!

דער צווייטע נקודה פון נעשה לו כהיתר איז ביי מיר ליידער אזוי געווארן. איך האב געפילט אז פאר מיר איז עס נישט אסור, ווייל איך קען זיך סייווי נישט איינהאלטן מעהר. דאס איז גראדע א פראבלעם וואס איך האב נאך ביז היינט אין געוויסע אופנים.

דער דריטע נקודה, אז וויפיל תהילים איך האב נאר געזאגט און וויפיל הגדרות איך האב נאר געמאכט איז עס כסדר געווארן ערגער און ערגער.

יישר כח פארן לאזן מיטטיילן

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ז' תמוז התשע"ח 17:56 #249293

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 976 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1018
  • האט שוין געלייקט: 4329 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1407 מאל
  • קאָרמא: 11
אויגן גלעזער געשריבן on ב' תמוז התשע"ח 09:54:
לומד
 קענסט מסביר זיין וואס מיינט יא דא זיין פאר די קינדער, ביטע?

איך האב נישט געהאט קיין געלעגנהייט ביז יעצט. איך האף אז איך וועל זיך קענען מסביר זיין קלאהר.

עס איז דער ציל און די אחריות און די זכות פון יעדער טאטע צו מחנך זיין, זיין קינד לתורה לחופה ולמעשים טובים. אבער נאטירליך ווערן אריינגעמישט פערזענליכע נגיעות וואס דער טאטע וויל פון און פאר די קינד. אזוי אויך ווערן נאטירליך אריינגעמישט מאטיווען פארוואס די טאטע איז אזוי איבערגעגעבן פאר די קינד און פארוואס ער וויל דאס קינד זאל גיין אויף דעם וועג און זיין אזוי און אזוי.

אביסל האסטו שוין עס אהנגערירט.

זיין דא פארן קינד מיינט אז מען איז דא אוועלעבל פארן קינד אהן קיין אינטערעסן, פשוט פאר די קינדס וועגן. נאך מעהר, מען באשאפט אן אטמאספערע אין שטוב ווי וואס אימער די קינד וועט טוהן וועט ער זיין סעיף. למשל אויב א קינד איז נישט אזוי מוצלח אין עפעס א ענין, ווייסט ער אז עס מאכט נישט אויס קיין חילוק כי הוא זה לגבי די אהבה פון טאטע צו די קינד.

למשל אויב א קינד קומט אהיים אז ער האט זיך פארהערט צוואנציג בלאט גמרא, און דער טאטע ווערט מלא שמחה און ער זאגט פאר די קינד ווי שטארק ער האט אים ליב, כאטש פון אויבן אויף הערט זיך עס ווי א געוואלדיגע זאך, איז עס א צייכן אז ער איז נישטא פארן קינד. ווייל ער זאגט אים נאר אז ער האט אים ליב ווייל ער לערנט אזוי פלייסיג.

די מציאות איז, אז די אהבת האב לבן איז נישט תלוי אין עפעס. דאס איז א מתנה פארן קינד וואס דער באשעפער האט אריינגעלייגט אין די בריאה אז א טאטע האט ליב זיין קינד. איינע פון די סיבות דערפאר איז פאר די טובה פון די קינדס ערצואינג. ועיין בכל זה חובת הלבבות שער עבודת האלקים פרק ה' (קען זיין די מראה מקום איז נישט פונקט).

על כל פנים דאס איז נאר א משל און א נקודה קטנה. 

זיין דא פאר די קינדער איז אביסל ווי דו זאגסט זיין tuned in אבער נאך מעהר איז צו זיין דא פאר זיי אהן קיין פערזענליכע אגענדעס און אהן קיין ציל פון מאכן די קינד זאל אזוי טוהן אדער אזוי טוהן.

ווען א מענטש פרעגט זיין קינד ווי איז געווען דיין טאג היינט אין חדר. אין דער קינד ענטפערט אז ער איז נישט געווען וואויל אן דער מאמע און טאטע וועלן גלייך אים 'מחנך' זיין אז עס איז נישט גוט צו זיין א מחוצף וכו' מיינט דאס אז די ערשטע שאלה וואס איז דיין טאג געווען איז נישט געווען ווייל דו אינרעסירטס וואס עס גייט אהן ביי מיר. נאר ווייל דו האסט אן אגענדע. גראדע א גוטע אגענדע. אבער פאר מיר ביסטו נישטא. לעומת זה ווען א קינד קומט פרעגן אן עצה, און ער דארף הילף דעמאלס איז די מקום צו רעדן צום קינד. אזוי אויך קען מען אפיציעל מאכן א צייט צו רעדן צו די קינד. אבער בדרך כלל איז מען דא צו הערן און זיין דא פארן קינד.

איך האב מאריך געווען אביסל אבער איך בין נישט קלאהר ארויס געקומען אין דעם ענין. איך האף אז איך וועל א צווייט מאהל זיך בעסער קענען ארויסברענגן אין דעם ענין.

דאס איז אין א זייטיגע נאטיץ.

לענין גיי מיר אריבער די ביכל באופן פון בוק סטאדי און איך בין אליינס אין דעם, קיינער (כמעט קיינער) וויל נישט נעמען א חלק אין דעם.

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ח' תמוז התשע"ח 15:25 #249295

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 638
  • האט שוין געלייקט: 676 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 688 מאל
  • קאָרמא: 10

בס"ד

לומד ברענגט עס ארויס זייער קלאר. איך וועל צולייגן וואס איך האב געהערט פון א חשוב'ע מחנך.

א קינד טאר קיינמאל נישט באקומען א געפיל אז זיינע עלטערן האבן אים נישט ליעב. פארקערט, א קינד מוז אייביג שפירן באליבט און אנגענומען ביי זיינע עלטערן. 

ווען א קינד טוט א עוולה, דארף ער באקומען דער געפיל אז ער האט געשאפן צער פאר זיינע עלטערן. אבער עס רירט נישט אן אין דעם ליבשאפט צו אים. 

מען קען זאגן פאר א קינד: 'טאטי איז נישט פריילעך ווען דו טיסט אזא זאך'. אבער מען טאר קיינמאל נישט זאגן: 'טאטי האט דיך נישט ליעב ווען דו טיסט אזא זאך'.

יישר כח לומד

.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ט' חשון התשע"ט 14:30 #251227

  • ניכטער
  • איצטיגע שטרעקע: 413 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 63
  • האט שוין געלייקט: 93 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל
  • קאָרמא: 1
לומד היקר והנעלה,

איך האב זיך געפרייט צו טרעפן דעם טרעד, ווייל איך האלט אז אין דעם האנטביכל ליגט אסאך שטארקע נקודות - , וואס ס'איז - נאטירליך - שווער אליין ארויסצונעמען און דורכפירן אויף למעשה. און דורכ'ן אויסשמועסן און צוקומען צו קלארע למעשה'דיגע פרטים פאר די פארשידנארטיגע סארט מצבים וואס איז אנדערש ביי איינעם פונ'ם צווייטן קען מען דאס בעסער 'איינקעשן'.

איך מיין אז איין סיבה פאר די שוואכע באטייליגונג אין אזא סארט פארום איז ווייל עס פארנעמט זיך מיט הארטע, פאקטישע זעלבסט פארבעסערונג ענינים וועלכע זענען היבש שווער, עס 'ציעט' נישט - מילד גערעדט...  מעגליך אז צולייגן אביסל הומאר וועט העלפן. (יא, כ'ווייס, א שווערע מעשה פאר אזא סאבזשעקט),  אפשר איז פארט כדאי נאכאמאל צו פראבירן, און האפנטליך וועט זיך עפעס איינגעבן.

כ'וועל אנהייבן מיט א נקודה וואס כ'האב נישט באמערקט אינ'ם אידישן ביכל,  אבער אינ'ם ענגלישן - וועלכן כ'האב בעיקר געקוקט - איז עס ממש די ערשטע נקודה.

נעמליך: 'עקסעפטענס'.

מסכים זיין מיט'ן מציאות אז 'איך', דער געלונגענער, קנאקעדיגער 'איך' בין נעבעך ביטער געשלאגן מיט די מכה פון עדיקשאן, און נאך אויף אזא בושה'דיגן ענין ווי 'לאסט'. די נידריגסטע תאוה וואס ס'פאראן.

כ'מיין 'איך' בין דאך אן ערליכער, ערנסטער יונגערמאן וואס לאזט זיך נישט אבי אזוי פונ'ם יצה''ר. כ'פיר דאך א ביטערע מלחמה מיט אים יארן לאנג. כ'וויין און בעט דעם רבוש''ע זיך ארויסצוזען פון דעם פלאנטער און כ'בין אפילו בעסער געווארן מיט די צייט. ווילסטו מיר זאגן אז איך בין א 'לאסט עדיקט'. שומו שמים אויף אזא הוה אמינא אפילו! יא טאקע, כ'בין ביטער געשלאגן אין דעם ענין, אבער דאס שרעקעדיגע ווארט 'עדיקט'? דאס איז דאך שוין ממש א טויט קלאפ. חס מלהזכיר.

יא, דאס איז פאר מיר געווען דער ערשטער ביטערער פיל אין מיין קאריערע דא ביי גי''א. איינמאל כ'האב דאס פארדייעט האבן זאכן זיך אנגעהויבן ריקן.

עד כאן פון מיין עקספיריענס, לאמיר הערן וואס איר זאגט און וואס אנדערע זאגן, וכל המוסיף מוסיפין לו בכפל כפלים.
לעצט פארראכטן: ט' חשון התשע"ט 15:04 דורך ניכטער.

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ט' חשון התשע"ט 15:25 #251230

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 338 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1314
  • האט שוין געלייקט: 2021 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1895 מאל
  • קאָרמא: 1

איך ווייס אויך ב״ה אז איך הין אן עדיקט.

איך בין גרייט צו נעמען שריט, וואס וועט מיר מער אריין פירן אין ריקאווערי!

דיטעיטלס טו פאַלאָ...

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ט' חשון התשע"ט 17:12 #251232

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 258 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 449
  • האט שוין געלייקט: 484 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
  • קאָרמא: 1

ישר כח סאוועט זיין זייער העלפל צו אדארך שמיסן די האנט ביך 

די זאך צו עקספטן מיט אן אמתדיגקייט איז זייער שווער מקען זיך נארן 

אין בפרט אויב מען האט ריינקייט פאר א שטיק צייט 

אבער אויב מען נעמט אן אז מען דארף ארבייטן איז מען אסאך מער פאקס

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ט' חשון התשע"ט 20:09 #251245

  • יוסף המלך
  • איצטיגע שטרעקע: 13 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 2386 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל
  • קאָרמא: 2
ניכטער געשריבן on ט' חשון התשע"ט 14:30:
לומד היקר והנעלה,

איך האב זיך געפרייט צו טרעפן דעם טרעד, ווייל איך האלט אז אין דעם האנטביכל ליגט אסאך שטארקע נקודות - , וואס ס'איז - נאטירליך - שווער אליין ארויסצונעמען און דורכפירן אויף למעשה. און דורכ'ן אויסשמועסן און צוקומען צו קלארע למעשה'דיגע פרטים פאר די פארשידנארטיגע סארט מצבים וואס איז אנדערש ביי איינעם פונ'ם צווייטן קען מען דאס בעסער 'איינקעשן'.

איך מיין אז איין סיבה פאר די שוואכע באטייליגונג אין אזא סארט פארום איז ווייל עס פארנעמט זיך מיט הארטע, פאקטישע זעלבסט פארבעסערונג ענינים וועלכע זענען היבש שווער, עס 'ציעט' נישט - מילד גערעדט...  מעגליך אז צולייגן אביסל הומאר וועט העלפן. (יא, כ'ווייס, א שווערע מעשה פאר אזא סאבזשעקט),  אפשר איז פארט כדאי נאכאמאל צו פראבירן, און האפנטליך וועט זיך עפעס איינגעבן.

כ'וועל אנהייבן מיט א נקודה וואס כ'האב נישט באמערקט אינ'ם אידישן ביכל,  אבער אינ'ם ענגלישן - וועלכן כ'האב בעיקר געקוקט - איז עס ממש די ערשטע נקודה.

נעמליך: 'עקסעפטענס'.

מסכים זיין מיט'ן מציאות אז 'איך', דער געלונגענער, קנאקעדיגער 'איך' בין נעבעך ביטער געשלאגן מיט די מכה פון עדיקשאן, און נאך אויף אזא בושה'דיגן ענין ווי 'לאסט'. די נידריגסטע תאוה וואס ס'פאראן.

כ'מיין 'איך' בין דאך אן ערליכער, ערנסטער יונגערמאן וואס לאזט זיך נישט אבי אזוי פונ'ם יצה''ר. כ'פיר דאך א ביטערע מלחמה מיט אים יארן לאנג. כ'וויין און בעט דעם רבוש''ע זיך ארויסצוזען פון דעם פלאנטער און כ'בין אפילו בעסער געווארן מיט די צייט. ווילסטו מיר זאגן אז איך בין א 'לאסט עדיקט'. שומו שמים אויף אזא הוה אמינא אפילו! יא טאקע, כ'בין ביטער געשלאגן אין דעם ענין, אבער דאס שרעקעדיגע ווארט 'עדיקט'? דאס איז דאך שוין ממש א טויט קלאפ. חס מלהזכיר.

יא, דאס איז פאר מיר געווען דער ערשטער ביטערער פיל אין מיין קאריערע דא ביי גי''א. איינמאל כ'האב דאס פארדייעט האבן זאכן זיך אנגעהויבן ריקן.

עד כאן פון מיין עקספיריענס, לאמיר הערן וואס איר זאגט און וואס אנדערע זאגן, וכל המוסיף מוסיפין לו בכפל כפלים.

WOW SAME HERE WITH ME, SORRY FOR MY ENGLISH...TIL HEBREW KEYBORD ARRIVES

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ט' חשון התשע"ט 20:43 #251247

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 338 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1314
  • האט שוין געלייקט: 2021 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1895 מאל
  • קאָרמא: 1

מיר וועלן ווארטן מיט געדילד...!
אבער שעם דיך נישט מיט דיין ענגליש...!!

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך י"ב חשון התשע"ט 00:27 #251252

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 338 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1314
  • האט שוין געלייקט: 2021 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1895 מאל
  • קאָרמא: 1

איך וויל נעמען א חלק אין דעם פראיעקט.

איך רילעט צו דעם יונגערמאן מיטן זיין פארזינקען אין דמיונות חלומות, פאטשקענען פון בערך די 13, אויס געפינען פון ז״ל בערך ביי די 15-16, ארויס געגאנגען מין במינו היבש אפאר מאל זינט דאן.

2-3 יאר נאך די חתונה האבעך אויסגעפינען פון דעם שמוציגען אינטערנעט, געווארן עדיקטעד צו דעם.

איך רילעט צו די אלע הגדרות, קבלות...

איך רילעט צו דעם, אוועק ווארפן כלים, צוריק קויפן...


מיין ווייב האט ב״ה נישט אויסגעפינען.


לומד, הייב אן צו גיין ווייטער מיטן האנט ביכל, איך מיין אז דער עולם וועט יא זיין אין, עס צו לערנען צוזאמען.

שכח.
נטע׳לע

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך י"ב חשון התשע"ט 02:52 #251254

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 338 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1314
  • האט שוין געלייקט: 2021 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1895 מאל
  • קאָרמא: 1
לומד געשריבן on ז' תמוז התשע"ח 17:56:

אויגן גלעזער געשריבן on ב' תמוז התשע"ח 09:54:
לומד
 קענסט מסביר זיין וואס מיינט יא דא זיין פאר די קינדער, ביטע?

איך האב נישט געהאט קיין געלעגנהייט ביז יעצט. איך האף אז איך וועל זיך קענען מסביר זיין קלאהר.

עס איז דער ציל און די אחריות און די זכות פון יעדער טאטע צו מחנך זיין, זיין קינד לתורה לחופה ולמעשים טובים. אבער נאטירליך ווערן אריינגעמישט פערזענליכע נגיעות וואס דער טאטע וויל פון און פאר די קינד. אזוי אויך ווערן נאטירליך אריינגעמישט מאטיווען פארוואס די טאטע איז אזוי איבערגעגעבן פאר די קינד און פארוואס ער וויל דאס קינד זאל גיין אויף דעם וועג און זיין אזוי און אזוי.

אביסל האסטו שוין עס אהנגערירט.

זיין דא פארן קינד מיינט אז מען איז דא אוועלעבל פארן קינד אהן קיין אינטערעסן, פשוט פאר די קינדס וועגן. נאך מעהר, מען באשאפט אן אטמאספערע אין שטוב ווי וואס אימער די קינד וועט טוהן וועט ער זיין סעיף. למשל אויב א קינד איז נישט אזוי מוצלח אין עפעס א ענין, ווייסט ער אז עס מאכט נישט אויס קיין חילוק כי הוא זה לגבי די אהבה פון טאטע צו די קינד.

למשל אויב א קינד קומט אהיים אז ער האט זיך פארהערט צוואנציג בלאט גמרא, און דער טאטע ווערט מלא שמחה און ער זאגט פאר די קינד ווי שטארק ער האט אים ליב, כאטש פון אויבן אויף הערט זיך עס ווי א געוואלדיגע זאך, איז עס א צייכן אז ער איז נישטא פארן קינד. ווייל ער זאגט אים נאר אז ער האט אים ליב ווייל ער לערנט אזוי פלייסיג.

די מציאות איז, אז די אהבת האב לבן איז נישט תלוי אין עפעס. דאס איז א מתנה פארן קינד וואס דער באשעפער האט אריינגעלייגט אין די בריאה אז א טאטע האט ליב זיין קינד. איינע פון די סיבות דערפאר איז פאר די טובה פון די קינדס ערצואינג. ועיין בכל זה חובת הלבבות שער עבודת האלקים פרק ה' (קען זיין די מראה מקום איז נישט פונקט).

על כל פנים דאס איז נאר א משל און א נקודה קטנה. 

זיין דא פאר די קינדער איז אביסל ווי דו זאגסט זיין tuned in אבער נאך מעהר איז צו זיין דא פאר זיי אהן קיין פערזענליכע אגענדעס און אהן קיין ציל פון מאכן די קינד זאל אזוי טוהן אדער אזוי טוהן.

ווען א מענטש פרעגט זיין קינד ווי איז געווען דיין טאג היינט אין חדר. אין דער קינד ענטפערט אז ער איז נישט געווען וואויל אן דער מאמע און טאטע וועלן גלייך אים 'מחנך' זיין אז עס איז נישט גוט צו זיין א מחוצף וכו' מיינט דאס אז די ערשטע שאלה וואס איז דיין טאג געווען איז נישט געווען ווייל דו אינרעסירטס וואס עס גייט אהן ביי מיר. נאר ווייל דו האסט אן אגענדע. גראדע א גוטע אגענדע. אבער פאר מיר ביסטו נישטא. לעומת זה ווען א קינד קומט פרעגן אן עצה, און ער דארף הילף דעמאלס איז די מקום צו רעדן צום קינד. אזוי אויך קען מען אפיציעל מאכן א צייט צו רעדן צו די קינד. אבער בדרך כלל איז מען דא צו הערן און זיין דא פארן קינד.

איך האב מאריך געווען אביסל אבער איך בין נישט קלאהר ארויס געקומען אין דעם ענין. איך האף אז איך וועל א צווייט מאהל זיך בעסער קענען ארויסברענגן אין דעם ענין.

דאס איז אין א זייטיגע נאטיץ.

לענין גיי מיר אריבער די ביכל באופן פון בוק סטאדי און איך בין אליינס אין דעם, קיינער (כמעט קיינער) וויל נישט נעמען א חלק אין דעם.


איך וויל א טראפעלע צולייגן, באמת איז די אהבה וואס מען האט צו די קינדער אינו תלוי בדבר, נאר די קינדער דארפן עס פילן... 
משא״כ צער אדער נחת איז יא תלוי בדבר.

סאו ווען א קינד מאכט נחת, איז נישט די ריעקשן wow איך האב דיך ליב, די ריעקשי איז wow דו מאכסט מיר נחת.
די זעלבע מיט צער.

אבער א קינד דארף הערן איך האב דיך ליב! 
ווי אויכעט פיזיקעל ליבשאפט, ווי א גלעט א קיש, וכו׳ וכו׳.

איך געדענק אלץ קינד פלעגט מיר מיין טאטע מאמע כסדר זאגן, זאלסט וויסן קיינער אין דער וועלט האטעך נישט ליב ווי דיין טאטע מאמע, אזוי אויך אנדערע לשונות של אהבה.
ס׳ליגט מיר נאך אין די ביינער עד היום הזה,

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך י"ב חשון התשע"ט 14:04 #251256

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 258 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 449
  • האט שוין געלייקט: 484 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
  • קאָרמא: 1

ווען מען באשטראפט א קינד זאל עס אויך נישט זיין פרזענליך ווי די ביסט א שלא מזל איך האב דיר נישט ליב אדער אזאלכע זאכען

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך י"ב חשון התשע"ט 18:23 #251267

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 114 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1123
  • האט שוין געלייקט: 2148 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1938 מאל
  • קאָרמא: 23
kosher געשריבן on י"ב חשון התשע"ט 14:04:

ווען מען באשטראפט א קינד זאל עס אויך נישט זיין פרזענליך ווי די ביסט א שלא מזל איך האב דיר נישט ליב אדער אזאלכע זאכען


גוט געזאגט, חוץ פון דעם וואס ס'נעמט אוועק פון די אהבה איז אויך א וויכטיגע זאך צו געדענקען אז מ'טאר נישט אפסטעמפלען א קינד "דו ביסט א ........".
ס'איז דא א אנגענומענע אין Psychology פון 10 cognitive distortions ד.מ. 10 זאכן וואס שטערן שטארק אין אסאך אספעקטן אין לעבן. איינס פון זיי איז Labeling ד.ה. אז מ'סטעמפלט אפ - זיך אדער א צווייטן - אלס א געוויסע זאך, וו.צ.ב. א שלימזל, שלעכטער, רשע א.א.וו.
איך וויל נישט מאריך זיין אין דעם ווייל דא אויף די סייט איז יא דא אזא זאך אז א סטעפ אין די ריקאווערי איז זיך אפצוסטעמפלן אלס "עדיקט" און אויך איז דעם אשכול בכלל נישט די פלאץ עס דורכצוטוהן, אבער איך ווארף עס נאר אריין אין רעאקציע צו "כשר'ס" פאוסט.

עיין כאן iqdoodle.com/cognitive-distortions/
קען זיין ס'זענען דא בעסערע מקורות אבער דעיס האב איך געטראפן די ערשטע אויף גוגל סוירטש.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

לעצט פארראכטן: י"ב חשון התשע"ט 18:24 דורך ich vil zan ehrlich.

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך י"ב חשון התשע"ט 18:25 #251268

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 114 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1123
  • האט שוין געלייקט: 2148 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1938 מאל
  • קאָרמא: 23

ליובאוויטשע רבי ז"ל פלעגט זאגן "אז מ'געט פאר א קינד א איבריגע גלעט וועט עס אים נישט שאטן, א איבריגע פאטש קען יא"

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך כ"ז חשון התשע"ט 16:51 #251503

  • ניכטער
  • איצטיגע שטרעקע: 413 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 63
  • האט שוין געלייקט: 93 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל
  • קאָרמא: 1
לאמיר ממשיך זיין מיט'ן האנטבוך.

נאך א גאר וויכטיגע נקודה ביים אנפאנג איז: גלייבן אז איך קען מצליח זיין!

ס'איז מיר זייער שווער געווען אפילו נאר דורך צו לאזן א מחשבה אז איך גיי אמאל קענען ארויסקריכן פון די בלאטע. הגם איך בין אסאך בעסער געווארן מיט די יארן,  האב איך פארט נישט געקענט אנציען מער ווי אפאר וואכן ביז איך האב אנגעהויבן נוצן תפסיק.  דאס איז געווען מיין 'שפרינג-ברעט' ארויס פון מיין
אייגענער תפיסה. תפסיק האט מיר צום ערשטן מאל ערמעגליכט אנצוציען א שיינע פאר חדשים.

פארשטייט זיך אז איך בין צוריק געפאלן, כ'האב געדארפט זיך ארום שפילן מיט'ן לשון, ס'זאל נישט זיין צו שווער, פון די אנדערע זייט ס'זאל נישט האבן קיין לעכער וכדומה. אבער איינמאל כ'האב איינגעזען אז איך קען! ס'איז מעגליך! בין איך שוין קיינמאל נישט געווען אזוי פארקנעכטעט ווי פריער.

איך רעד כמובן פון מיין עקספיריענס, ס'ארבעט אפשר נישט ביי שווערערע
פעלער בלויז מיט תפסיק. כ'מיין בעיקר די נקודה פון גלייבן אז ס'קען זיך טוישן.

בברכת עלו והצליחו!
לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התשע"ט 16:55 דורך ניכטער.

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ג' כסלו התשע"ט 13:10 #251616

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 338 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1314
  • האט שוין געלייקט: 2021 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1895 מאל
  • קאָרמא: 1

איך זיך נאך מינימום נאך איינעם מיט וועם צו איבער גיין דעם האנט בוך דא אונעם טרעד. און רילעטן צו דעם ווי מיר קענען.
איך פיל אז ס׳קען זיין א גרויסן זכוי הרבים.

ווער ס׳וויל זאל מיך לאזן וויסן.

אליינס קען איך נישט

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ג' כסלו התשע"ט 14:51 #251617

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 258 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 449
  • האט שוין געלייקט: 484 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
  • קאָרמא: 1

נטע איך וויל אין איך בין גרייט

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ג' כסלו התשע"ט 15:17 #251618

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 114 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1123
  • האט שוין געלייקט: 2148 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1938 מאל
  • קאָרמא: 23
נטע געשריבן on ג' כסלו התשע"ט 13:10:

איך זיך נאך מינימום נאך איינעם מיט וועם צו איבער גיין דעם האנט בוך דא אונעם טרעד. און רילעטן צו דעם ווי מיר קענען.
איך פיל אז ס׳קען זיין א גרויסן זכוי הרבים.

ווער ס׳וויל זאל מיך לאזן וויסן.

אליינס קען איך נישט


שכח פארן עס אנטראגן פאר איך האב עס געבעטן.
איך בין אין.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

לעצט פארראכטן: ג' כסלו התשע"ט 15:18 דורך ich vil zan ehrlich.

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ג' כסלו התשע"ט 17:33 #251627

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 338 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1314
  • האט שוין געלייקט: 2021 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1895 מאל
  • קאָרמא: 1

מיר זענען שוין 3!

ווער נאך איז אין?

מ׳הייבט מארגן אן נאכאמאל דעם האנט בוך!

אפשר זאל מען עפענען א נייעם טרעד? וואס זאגט דער עולם?

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ג' כסלו התשע"ט 17:40 #251629

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 258 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 449
  • האט שוין געלייקט: 484 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
  • קאָרמא: 1

הייב אן א נייע אשקול א נניע שיער אין די ביכל

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ג' כסלו התשע"ט 19:00 #251632

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 114 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1123
  • האט שוין געלייקט: 2148 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1938 מאל
  • קאָרמא: 23

לדעתי איז דא גוט

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ג' כסלו התשע"ט 19:44 #251633

  • ניכטער
  • איצטיגע שטרעקע: 413 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 63
  • האט שוין געלייקט: 93 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל
  • קאָרמא: 1
איך בין מיט אייך.

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ג' כסלו התשע"ט 22:22 #251646

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 976 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1018
  • האט שוין געלייקט: 4329 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1407 מאל
  • קאָרמא: 11
 פארוואס מאכן נאך א אשכול אומזינסט? 

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ד' כסלו התשע"ט 21:50 #251675

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 338 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1314
  • האט שוין געלייקט: 2021 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1895 מאל
  • קאָרמא: 1

אזויווי נעכטן אפגעשמועס הייבן מיר אן מיטן שיעור אין די האנט בוך. יעדען טאג (האפענטליך...) וועט איינער ארויפלייגן א שטיקל. און דער עולם וועט טרייען צו רעלעיטן די מערסטע וואס מ׳קען, אז ס׳זאל אריין גיין טיף אין די ביינער, און אפשר וועט דאס צוהעלפן אונזער ריקאווערי.

ובזה החלי.

א חסידישע יונגערמאן באשרייבט זיין סיפור

איך גיי יעצט באשרייבן מיין לעבן כדי אז איהר זאלט הערן דברים כהוויתן אין בעזרת השם וועט איהר דורך דעם קלוגער ווערן אין פארשטיין וואס איך און אנדערע גייען אדורך.

אז מען קוקט מיר אהן וואלט נישט מעגליך געווען זיך פארצושטעלן וואס איך בין אלץ אדורך און וואס איך גיי נאך אלץ אדורך. איך בין א חסידישע יונגערמאן פין א חסידישע משפחה, געלערנט אין א חסידישע חדר, ישיבה, און כולל, ערליכע חסידישע עלטערן וואס שטאמען פון רבי'שע און רבני'שע משפחות; א גרויסער יחסן. איך האב אין ישיבה גאנץ פיין געלערנט, זיך פארהערט, זיך געווייקט ביים רבין'ס טיש, זיך דערקוויקט מיט חסידישע ספרים... אויפוואקסנדיג האט מיר גארנישט געפעלט ברוחניות ובגשמיות ב''ה; אבער פארט בין איך אדורך שבעה מדורי גיהינום פין יסורי הנפש וואס בעז''ה האלט איך מיך נאך אינמיטן ערהוילן פון די שרעקליכע פיין און פלאג, איך וועל עס פארציילן בקיצור, דברים כהווייתן:

אנגעהויבן האט זיך עס...

די ווארט וואס מען זאגט נאך אויף ''ביכל'' אז דאס איז ר''ת ''כל באיה לא ישובון'' האב איך מיר ביטער געלערנט עלי ועל צווארי, די ביכלעך וואס מיין מאמע זאל זי זיין געזונט פלעגט אהיים ברענגן פון די גוי'אישע לייברעריס פלעג איך אינמיטן די נאכט ארויס גנב'ענען פון איהר צימער, אדורך ליינען במשך די נאכט אין דערנאך צוריק לייגן. מן הסתם איז פון די דאזיגע ביכלעך געקומען מיין ערשטע ידיעה אין די ענינים ווען איך בין אלט געווען מן הסתם בערך 10-11 יאר, און פון דאן בין איך שוין פארכאפט געווארן.

אין ישיבה קטנה און שפעטער אין ישיבה גדולה פלעג איך שטענדיג זוכען און טרעפן אלע סארט שמוציגע זאכען... דער געפיל און הנאה איז געווארן די עצה צי א יעדער פראבלעם וועס פלעגט נאר אויפקומען, למשל: זיך געשלאגן מיט'ן חבר, נישט געקענט ביים פארהער, פארלוירן די היט, א.א.וו.... די עצה איז אלע מאל גיווען שמוץ.

אזוי זענען מיינע בחורישע יארן פאריבער מיט ירידות ועליות ועוד ירידה ועוד עליה. און וויבאלד די תאווה ברענט טאקע האט זיך עס נישט אפגעשטעלט ביי דעם, עס האט מיר אלץ געצויגן צו נאך א נידריגערע אין נאך א נידריגערע דרגא... און ווי חז''ל זאגן ''משביעו רעב''. אבער א יעדער ירידה האט געבראכן נאך א גדר וואס איך האב מיר אליין נישט געקענט פריער פארשטעלן. נאר בחסדי השם בין איך געבליבן מיט'ן יודישן חסיד'ישע צורה וואס האט מיר אנגעהאלטן די חצוניות אז עס זאל כאטשיג זיין א כלי וואס זאל נאך קענען צוריק פארראכטן ווערן.

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ד' כסלו התשע"ט 22:02 #251677

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 338 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1314
  • האט שוין געלייקט: 2021 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1895 מאל
  • קאָרמא: 1

וואס איך קען רילעיטן מו דעם איז, ווען מ׳קוקט מיר אן, איז נישט מעגליך זיך צו פארשטעלן אז איך ליידט פון די סארט ענינים. אפגערעדט אז איך בין ממש עדיקטעט דערצו.
איך קום אויך פון גאר א שיינע משפחה. חסידיש, פאפולער אין דעם קאמיוניטי. פעסט אין דעם סעסייעטי ווי מ׳זאגט.
געלערענט גאנץ עוורידש אלץ בחור, און א חסידישע ישיבה, געהאט בעסערע צייטן און ערגערע צייטן, ע״פ רב עוורידש.
געווייקט ביים טיש...

אבער אינעווייניג איז עס בכלל נישט געווען דעם סארט נטע׳לע.

שמיץ האב איך נישט געטראפן אינדערהיים, הגם איך געדענק איינמאל פון טרעפן אן אלטען יודישע בוך מיט שמיץ, אבער נישט פון דארט האצעך עס אנגעהויבן. 
ס׳האצעך אנגעהויבן מיט דמיונות פון דארט צו חזיונות. ביז אין ישיבה קטנה, איז עס געקומען לידי מעשה, מיט ז״ל. 
און דאס האט מיר געגעבן סיפוק מיט חיזוק...
און יא ס׳געפארן מער אראפ און אראפ.

איך דערמאן מיך יעצט ווי ס׳געווען אפי׳ צייטן אלץ יונגער בחור ווא איך האב נישט געדאווענט... נישט געלייגט תפילין.
אבער חסדי ה׳ אז איך בין געבליבן מיט סעסייעטי... ווען נישט וואלט מען עס נישט געקענט צוריק דרייען.



געשריבן אביסל באריכות, אבער כ׳גיי נישט גארנישט אראפ נעמען. פאר היינט וועט זיין אזוי.
וואס זאל איך טון אז ער האט מיר צוריק געטראגן צוריק אהין...

נטע׳לע

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ה' כסלו התשע"ט 00:04 #251684

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 114 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1123
  • האט שוין געלייקט: 2148 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1938 מאל
  • קאָרמא: 23

א שווערע דזשאב געגעבן דער נטע'לע, מ'דארף צוריק עפענען אלטע - הגם נישט פארהיילטע - וואונדן.
איך נעם מיך נישט אונטער אז איך גיי קענען רילעיטן צו יעדע שטיקל פון די בוך, אבער צו וואס יא וועל איך אי"ה ארויסברענגען ויה"ר אז ס'זאל זיין לתועלת.

אין דעם שטיקל קען איך מיך נישט אינגאנצן טרעפן, ביי מיר האט זיך עס אינגאנצן נישט אנגעהויבן ביי קיין ביכער נאר ביי אינטערנעט אויף מיין מאמעס סעלפאן, איך בין נאך דעמאלטס געווען זייער פרימיטיוו און האב נישט געוואוסט וואס צו זוכן און וואו צו זוכן ממילא איז די שאדן נישט געווען אזוי גרויס ווי ס'וואלט געקענט זיין. אויך האב איך זיך דערשראקן יעדע מאל איך האב געזעהן א ווארענונג אז מ'טאר נישט דרוקן נאר אויב מ'איז העכער אכצן, דעמאלטס האב איך נאך געמיינט אז זיי קענען וויסן ווער ס'קוקט עס. אבער אפילו אזוי איז עס געווען גענוג ביטער.
שפעטער האט מיין מאמע אינגאנצן אראפגענומען אינטערנעט פון איר סעלפאן און איך האב פארלוירן דעי קשר מיט שמוץ האב איך אנגעהויבן זוכן אלטערנעטיווס.
(דרך אגב דערמאן איך מיך ווי איינמאל האט זיך מיין טאטע בתוך א שמועס פון טעכנעלאגיע זיך אנגערופן "ביי אונז אין די משפחה איז עס ב"ה נישט נוגע, אבער...." און איך האב געטראכט צו מיר "ווער האט דיך געזאגט?")
אין א תקופה האב איך געטראפן ביכלעך פון מיינע עלטערנס נאכט קעסטל און שפעטער פון מיין טאטעס אפיס וואס האבן מיך שטארק געטריגערט און זענען געווען וואס איך האב גענוצט בשעת מעשה. אויך האב איך אסאך געהאט א דיקשענערי אין וואס איך האב אויסגעזוכט ווערטער פון שמוץ און מיט זיי גע'דמיונ'ט אויך ביכער וואס האבן באשריבן פלעצער פון די וועלט און האבן געהאט פיקטשערס פון מענטשן וכו' וכו'
ווי שוין געשריבן אמאל האב איך שפעטער אנגעהויבן קוקן אויף קאמפיוטער און אין מ'האט מיך געכאפט און ס'איז געווען בושות...

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ה' כסלו התשע"ט 09:48 #251687

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 179 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 361
  • האט שוין געלייקט: 525 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 783 מאל
  • קאָרמא: 6

איך וועל אויך שרייבן מיט צו ארבעטן מיט די פראגרעם,
איך קען נישט רילעיטן אלץ בחור מיט די חלקים פין פאלן אין פאלן,
דוקא געשטיגן אין געשטיגן, אין געווען די בעסטע בחור,
נאר שרץ בידו, אן קענען זיך אפשאקלען, פין מוז''ל,
אבער חוץ דעים איז די בחורישע יארן דורך למעלה למעלה,
גיי ווייס ווי אזוי עס קען גיין זיין א רשע [לפי די חינוך מיינע בין איך געווען א רשע גמור] אין די בעסטע בחור.
כמיין כהאב געטראכט אסאך מאל, אז אי ענד וועל איך תשובה טין, איין טאג.

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ה' כסלו התשע"ט 13:41 #251694

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 338 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1314
  • האט שוין געלייקט: 2021 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1895 מאל
  • קאָרמא: 1

א גרויסן שכח פאר אוז"ע מיט הייליגע, פארן פערטיסיפעיטן.
נישט צו שפעט צו מיטכאפן...

איז לאמיר גיין א שטיקל ווייטער.

---------------------

האיש מקדש

אלץ חתן איז ב''ה די חומה געווען שטערקער, איך האב זיך אנגעגרייט צום חתונה בקדושה ובטהרה. אבער נאך די חתונה ווען עס איז ערמעגליכט געווארן צו זיין א נבל ברשות התורה, זענען אלע אלטע תאוות, הרהורים, דמיונות, געפילען, פארמישטקייטן, און זכרונות צוריקגעקומען ווי די מים הזידונים, און איך בין געווען צו שטארק נשתרש בחטא צו האבן א מעגליכקייט פון זיך אנטקעגן שטעלן; בין איך טאקע באלד טיף צוריקגעפאלן נאך אסאך ערגער ווי פריער. איך פלעג זיך ארויסלאזן פון שטוב צו גיין אין כולל צו אין ביהמ''ד, און שפעטער צו די ארבעט און פלוצלינג, כאילו רגלי מוליכות אותי, פלעג איך זיך טרעפן אין שמוציגע ערטער, צי אין א ליידיגע פארקינג-לאט מיט א די.ווי.די. מאשין וואס איך האב מיר איינגעהאנדעלט ווען איך האב נאך אפיציעל געלערנט אין כולל, און בשעת מיין ווייב איז געגאנגען ארבעטן פלעג איך פארברענגן שעות איבער שעות, גאנצע פארמיטאג'ס אין שטוב זיך פארשמוצן די אויגן מיט די ערגסטע שמוץ. איך האב עס געניצט צו זעטיגען דעם יצה''ר פאר א פאר חדשים, חרטה געהאט, תשובה געטון, ארויסגעווארפן דעם די.ווי.די. אין דאמפסטער אריין, נאך א צוויי שעה מיט די תאווה פלאקערנדיג, צוריק אריינגעקראכען אינעם פארסרוכעטן דאמפסטער און עס ארויסגעשלעפט, גענוצט פאר אפאר חדשים, חרטה געהאט, תשובה געטוהן, עס צעריסן און צעבראכן, אריינגעווארפן טיף אין דאמפסטער, און א טאג דערנאך געלאפן קויפן א נייע, וחוזר חלילה...

געכאפט ביים גניבה

איין טאג פאר עטליכע יאר צוריק מן הסתם ווינטער תשס''ג, האב איך בטעות געלאזט דעם די.ווי.די. מאשין אינדערהיים אויפ'ן טיש און מיין ווייב האט עס געטראפן, נאך קולות אין וויינערייען האב איך בלית ברירה צוגעשטומט צו גיין פאר ''העלפ'' צו וועם זי וועט הייסן. מיין ווייב האט זיך נאכגעפרעגט, אנגערופן דעם רב אין יענעם עסקן ביז זי איז אנגעקומן צום נאמען פון איינער פון די גרעסטע ''מומחים'' אויף שלום בית. א איד א תלמיד חכם מיט א דעת תורה, א ראש ישיבה פון די איינער פון די בעסטע ישיבות, א בעל דרשן נפלא, וואס טוט שוין אינעם חינוך\שלום בית\חכמת הנפש פעלד לאנגע יארן, מען רופט איהם פון אלע עקן וועלט ונהנים ממנו עצה ותושיה...

איך בין געגאנגן צו איהם מן הסתם 12-15 מאהל, מיר האבן פיין פארברענגט אין געשמועסט, געלערנט דעם מוסר ספר אין יענעם הלכה, א שטיקל נ''ך איך דברי חיזוק פון ספרי חסידות א.א.וו. איך האב איהם דערציילט פון מיינע תאוות אין מכשולות, אין ער האט געגעבן דעם עצה מיט יענער חיזוק ווארט... בקיצור פארברענגט על הא ועל דא אבער וויבאלד נישט איך און נישט ער האבן געכאפט אז מען האנדלט דא פון א מצב פון ''נשתרש בחטא'' (אדיקש'ן בלע''ז), אין אפילו ווען יא וואלט ער אויך דאן נישט געוויסט ווי אזוי מיר צו העלפן, בין איך שנעל נמאס געווארן פון אויסגעבן נאך א הונדערטער און נאך א הונדערטער אויף סתם שמועסן און איך האב גע'טענה'ט צו מיין ווייב אז די פראבלעם איז שוין פאריבער און אויפגעהערט צו גיין.

נעשה לו כהיתר

די אלטע טבע וואס איז שוין געווארן א חלק פון מיין מציאות איז ווידער ארויפגעשווימען און זיך געפאדערט זיינס, און איך האב זיך אריינגעלייגט די קאפ און מח אין כל דבר אסור. פאר שעות אין שעות נאכאנאנד, פארגעסענדיג פון בורא מיט'ן תורה, פון ווייב אין קינדער, פון שאף אין רינדער פון כבוד, פון יחוס, פון פרנסה. ווי שפעטער א יאר אלץ מער פארזונקען און פארכאפט בין איך געווארן, איך פלעג אפמאכן אז: "עד כאן, די דאזיגע ליניע וועל איך זיכער קיינמאל נישט אריבער גיין", און יעדעס מאל וואס איך פלעג אדורך פאלן פלעג איך אריינפאלן אין א פארביטערטע מרה שחורה, א טאג א מלאך- א טאג א גלח, מצד אחד האב איך געהאט אזוינע דערהויבענע רצונות און שאיפות, ווען דער בורא כל עולמים האט מיר חונן געווען א זמן פון גדלות פלעג איך פילען אזוי וואויל, ערליך, דערהויבן און הייליג; אבער גייענדיג אויפ'ן גאס אפאר מינוט דערויף, איז אלעס אוועקגעפלויגן כלא היה.

וויפיל תהילים איך האב געזאגט, וויפיל הגדרות איך האב געמאכט, וויפיל בלעטער גמרא איך האב געלערנט, וויפיל טרערן איך האב פארגאסן, וויפיל קדושה איך האב מיר אנגעשעפט ביים רבין'ס טיש איז אלעס געווארן בטל ומבוטל אנטקעגן די איבערנעמענדיגע כח וואס די תאווה האט געהאט אויף מיר, איך האב געפילט ווי איך בין צוויי אנדערע מענטשן וואס וואוינען אינעם זעלבן גוף. איינער אן ערליכער, איידעלער, חסיד'ישער יונגערמאן וואס שטרעבט צו מחנך זיין זיינע קינדער על במתי התורה והחסידות, און דער צווייטער, א ווילדער צולאזטער גאסען יונג. איך האב פראבירט כל מיני אופנים זיך צו האלטען דעם גלייכגעוויכט, אבער זיך צו שלאגן מיט זיך אליין איז כמעט ווי אוממעגליך...

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ה' כסלו התשע"ט 14:09 #251695

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 258 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 449
  • האט שוין געלייקט: 484 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
  • קאָרמא: 1

סאיז זייער שווער צו שרייבן מען דערמאנט זיך די הארץ איז פארצערט 

אלץ חתן איז טאקע אזוי געווען, מען האט זיך אינטערגענימען מען גייט זיך גרייטן צום חתונה אין אנהייבן פין פריש,מען האט שוין ב"ה געטראפן א פיינעם שידך, וואס מען האט באמת געדאנקט די ריבונו של עולם פארדעם 

איין טאג האב איך גענימען מיין טאטעס טעלפוין א פשטע פליפ פאן ווען ער איז געשלאפן אין איך האב די ערשטע מאל דעמעלטס געזען פארן מיט א פשטע פליפ פאן 

מיין אויגן איז פארפלייצט פין טרערן איך האב נאך אסאך וואס צו שרייבן אבער איך קען נישט איך מיז גיין שעפן פרישע ליפט 

איך וועל ווייטער שרייבן 
ישר נטע

לעצט פארראכטן: ה' כסלו התשע"ט 14:11 דורך kosher.

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ה' כסלו התשע"ט 19:08 #251714

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 114 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1123
  • האט שוין געלייקט: 2148 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1938 מאל
  • קאָרמא: 23

נישטא צופיל וואס צוצולייגן, כמעט איז "אוזע מדבר מתוך גרונו של חסידישער יונגערמאן" מיט עטליכע מינדערוויכטיגע פרטים געטוישט. א פוינט וואס מאכט יא אסאך אויס - עכ"פ ביי מיר - איז, אז נאך די חתונה זענען מיינע מעגליכקייטן און Access דראסטיש געשטיגן און ווי פארשטענדליך: ווי העכער די מעגליכקייטן זענען, אלס טיפער פאלט מען.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ה' כסלו התשע"ט 19:30 #251716

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 179 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 361
  • האט שוין געלייקט: 525 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 783 מאל
  • קאָרמא: 6

מהאלט מיט, אין ?

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ה' כסלו התשע"ט 20:08 #251722

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 338 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1314
  • האט שוין געלייקט: 2021 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1895 מאל
  • קאָרמא: 1
Hilega געשריבן on ה' כסלו התשע"ט 19:30:

מהאלט מיט, אין ?


אויף וואס באציסטו זיך?

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: לאמיר שמועסן איבער די האנטבוך ה' כסלו התשע"ט 21:57 #251730

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 338 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1314
  • האט שוין געלייקט: 2021 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1895 מאל
  • קאָרמא: 1

אלץ חתן איז ביי מיר געווען רואיגער דער מצב. חתונה געהאט מתוך תשובה שלימה.
אזוי איז אנגעגאנגען ביז פאר 2-3 יאר נאך די חתונה.
דערנאך בין איך על לא דבר געגאנגען סערטשן אויף די אינטערנעט פאר שמוציגע בילדער, פון דארט איז עס געפארן א באן אראפ.

(וויאזוי כ׳האב געוויסט פון דעם שמוציגען אינטערנעט, א חבר אין ישיבה האט מיר אמאל געזאגט, ווען מ׳האט גערעדט פונעם טריפה׳נעם אינטערנעט; הערסט ווי טריפה, דו לייגסט אריין עני שמוציגע ווארט און אזוי קען מען אנקומען צום שאול תחתית... האב איך שוין געוויסט... איך אלץ גרויסער בחור אויך וואטשן פארן, אבער ס׳האט עפעס נישט גערעדט צו מיר, כ׳האב נישט געכאפט וואס ס׳טוצעך)

ווען כ׳האב נאר געהאט אפענע אינטערנעט, לאו דוקא אין א פארמאכטן באהאלטן פלאץ... בין איך גלייך געווען דארט. נישט ווייל איך האב געוואלט, נאר דער דראנג צו דעם איז געווען שטערקער פון מיין געפיל נאכדעם, וואס איך האב מיר יעדעס מאל געפילט נאכדעם ווי אן אפגעריסענע הושענה.
וויפיל כ׳האב געוויינט, מקבל געווען, מדבק געווען, איז עס נאך אחץ געווען שטערקער פון מיר. 
(כ׳ווייס אז ס׳נאך אלץ שטערקער פון מיר, און איך גיי אי״ה טון פאר מיין ריקאווערי בקרוב, אמן.)

רגלי מוליכות איז געווען א נארמאלע ערשיינונג...
אפגעזיצן אין קיאסקס, און פארקינג לאטס. (איך דערמאן מיך ווי איינמאל האט מיר אן ארבייטער אין קיאסק מיר געזאגט, אז דא קען מען דאס נישט וואטשן... די בישות איז דאך געווען אזוי ביטער, א גויטע דארף מיר זאגן אז מ׳טאר דאס נישט וואטשן...)
און שפעטער אין אפיס.

ווען כ׳האב נישט געהאט קיין כלי אן א פילטער, האבעך געדינגען, און א שיינע פאר מאל געקויפט, און דערנאך צוריק געגעבן...

נעשה לו כהיתר איז קיינמאל נישט געווארן. והא ראיה, מיין געפיל נאכדעם. אבער בעל הבית בין איך נישט. דער עדיקשן איז שטערקער פון מיר!

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!
  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3
צייט צו מאכן א בלאט: 1.40 סעקונדעס

Are you sure?

יא