ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: זאכן וואס איך האב אנדעקט. 909 באזוכער

זאכן וואס איך האב אנדעקט. ד' אלול התשע"ח 19:14 #250159

  • גוטער
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 4
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
  • קאָרמא: 0
ב"ה

איך בין דא געווען פאר א שטיק צייט צוריק, און איך האב דיסקאווערד אפאר זאכן, וואלט איך געקענט באשטיין דאס מיטצוטיילן מיט'ן ציבור, פאר ווער עס וויל עס ליינען.

איך ווייס נישט צופיל בנוגע ארויסקריכן פון הוצאת זרע לבטלה. נאר אפאר קלייניגקייטן וואלט איך געקענט באשטיין מיטצוטיילן. נישט אז ס'גייט העלפן. נאר ווי מ'זאגט טראכט אריין דערין.

קודם דאס ענין פון זיך האלטן פעסט. און פון טרעפן אגאנצן צייט א נקודה טובה אין זיך. מיט אלע כוחות. ס'איז נישט אז איך האב ערפארונג וויאזוי מ'קריכט ארויס פון דורכפאלן מיט הוצאת זרע לבטלה, ווייל איך בין נישט געליגן דערין ב"ה, און נאר ווער ס'איז אין דעם אריינגעפאלן, ווייסט די שוועריגקייטן וויאזוי ארויסצוקריכן.

איך ווייס אבער אז ס'איז ביטער שווער זיך ארויסצוזעהן דערפון. ממש ביטער שווער.

דאס ציהט ממש ווי א מאגנעט, און מ'ווערט ממש משוגע. איך האב אבער יא אסאך אינפארמאציע וואס עס קומט פאר מיט די מח פון א מענטש וואס ער וויל פון דעם ארויסקריכן.

מענטשן וואס פאלן נישט דערין, קענען ממש נישט פארשטיין וויאזוי ס'קען זיין אזא זאך. פשוט מ'קען דאס נישט פארשטיין. ווייל די ערליכע יודן וואס פאלן דורך דערין קענען זיך אויך אליין נישט גלייבן. מ'קען זיך אליין נישט פארשטיין.

ס'קען זיין אז אסאך אינפארמאציע שטייט שוין דא. אבער איך וויל סתם ארויסגעבן וואס איך ווייס בנוגע דעם ענין. איך וועל שרייבן וואס איך פארשטיי בנוגע דעם ענין.

מיין הארץ בלוטיגט אויף די אלע וואס פאלן דערין. און איך ווייס אז אסאך זענען נישט שולדיג. נאר זיי זענען פשוט אריינגעפאלן פון א צווייטן וואס האט זיי צוגערעדט אלץ בחור'ל אדער אפילו אלץ יונגעל. און מ'קען זיך דערפון נישט ארויסזעהן.

איך קען שרייבן אפאר עצות וואס איך טראכט אז ס'קען העלפן. און איך ווייס אז דו טראכסט ביי דיר אז דו האסט שוין פרובירט אלע עצות און גארנישט ארבעט סייווי נישט, אבער דאך, ליינען מעגסטו דאך.

איין זאך וואס איך האב אנטדעקט אין די אלע יארן וואס איך בין נישט דא געווען, אז ס'איז נישט אזוי פשוט ווי דרויסנדיגע מענטשן מיינען. איינמאל מ'פאלט אריין דערין, איז כמעט נישט מעגליך ארויסצוקריכן. נאר מ'דארף זיך ארויסרייסן דערפון.

ס'איז געווען א שטיק צייט וואס איך האב אנגעהויבן צו באקומען א רייץ דערצו. און פארשטייט זיך אז איך האב מיך געשלאגן מיט מיין יצר הרע, איך האב מיך נישט געלאזט פון אים בשום פנים ואופן. איך בין ממש געקראכן אויף גראדע ווענט, און איך האב נישט געוואוסט די סיבה דערצו. איך בין ב"ה נישט דורכגעפאלן. אבער דאך האב איך מיטגעוואוינט וואס דאס מיינט דער נסיון. קען זיין השי"ת האט מיך געוואלט ווייזן ווי שווער דאס איז, און אז דאס ענין איז גארנישט אזוי פשוט ווי מ'מיינט.

מיר קוקט אויס, אז דא איז דא א געוויסע מצב אין וואס דער מענטש פאלט אריין. א געוויסע emotional state. וואס דער מצב פילט מען זיך אזוי פארקלעבט. ס'איז א מין עצבות.

איך האב זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן מיט זידיגע טרערן אז ער זאל מיך דערפון ארויסנעמען. עפעס א סארט געפיל, איך קען עס נישט געהעריג מסביר זיין. כאילו מיין אטענשאן בלייבט סטאק דארט. אלעס הייבט זיך אן צו דרייען ארום דעם.

איך שרייב עס, ווייל איך וויל מ'זאל וויסן. אז א מענטש דארף זיין געהויבן. און זיך נישט לאזן צעברעכן. ווען א מענטש איז צעבראכן פאלט ער. מ'טאר נישט זיין צעבראכן, און צעקלאפט. נישט קיין חילוק, גארנישט איז נישט קיין חילוק. מ'טאר זיך נישט לאזן זיין צעבראכן בשום פנים ואופן. און מ'דארף זיך האלטן שטארק.

איך וויל אביסל אריינגיין אין די האקעלע נושא פון אטרעקשן. און לויט ווי איך שטעל מיך פאר איז דאס יא שייך. למשל אן אטרעקשן צו בחורים. אדער אזאנע סארט שטותים. אדער צו קינדער און אזאנע סארט זאכן. נישט אז מ'פאלט אדורך מיט זיי. נאר דאס רייצט אן דעם תאווה, אויף א געוויסע פארנעם. און די מחשבה ווערט פארנומען דערמיט.

די מח לויפט אהער און אהין, און מ'טרעפט אינטערעסאנטע זאכן צו טראכטן וד"ל, און מ'טראכט עס און מ'פאלט דורך. קודם כל, ביזדערווייל האט ביי מיר גארנישט געארבעט. נאר טרעפן ביי זיך א נקודה טובה. דאס האט געארבעט. איך האב אנגעהויבן צוריקצופייטן. איך האב אנגעהויבן זיך נישט צו לאזן צעברעכן בשום פנים ואופן פון מיין אינערליכער קריטיקירער. נישט קיין חילוק, גארנישט איז נישט קיין חילוק. דו צעברעך מיך נישט.

יודן מיר מוזן טרעפן ביי זיך א נקודה טובה, יעדע מאל. ווייל אויב מ'פאלט אריין אין די  מין עצבות mode, דאן וויל מען ארויסגיין דערפון. און דער יצר זאגט: טו דעס וועסטו ארויסגיין דערפון.

זייער אסאך עצות זענען שוין געשריבן געווארן בנוגע דעם ענין. אבער די ענין פון טרעפן ביי זיך א נקודה טובה, דאס האב איך נישט געוואוסט.

איך וויל זאגן איין זאך, און איך מיין אז ס'איז אמת. איינמאל מ'טרעפט זיך אין אזא מצב, און מ'וויל עס טוהן. דאן איז שוין סך שווערער צוריקצוציען. מ'קען. ס'איז מעגליך. אבער מ'דארף קריכן אויף גראדע ווענט. און מ'דארף טאקע. ווייל דער אייבערשטער לאט עס נישט טון.

א מענטש דארף טרעפן סיפוק. און איך האב דאס געזעהן ווען איך בין יעצט אריינגעקומען אין דעם סייד. סיפוק. איך וויל נאכאמאל דרוקן. "מענטשן וואס זענען דעס נישט דורך קענען דאס נישט פארשטיין". פריי דיך אז דו האסט נישט געהאט א חבר וואס האט גערעדט צו דיר זאכן וואס מ'טאר נישט. אבער ליידער אז איינער האט יא געהאט א חבר איז אים זייער שווער ארויסצוקריכן דערפון.

ס'איז אבער נישט אוממעגליך. ס'איז מעגליך ארויסצוקריכן דערפון.

איינע פון די אינטערעסאנטע זאכן וואס איך האב לעצטענס אנטדעקט איז לעבן אינעם יעצט. לויט ווי איך פארשטיי די מח פון א מענטש, און איך פארשטיי זייער ווייניג. האט עס א וועג וויאזוי עס ארבעט. און מ'קען דאס פראגרימירן.

יעצט, ס'דא מענטשן וואס פאלן דערין אדורך ווייל זיי פילן Board. לאנגווייליג. און ס'פילט זיך זייער שווער. און דערפאר פאלט מען דורך. איך וויל דא זאגן אז די לאנגווייליגקייט איז א זאך וואס מ'קען פייטן. נאכאמאל איך האב נישט געזאגט, אז מ'זאל זיך לאזן זיין לאנגווייליג. איך האב געזאגט אז ווען מ'שפירט לאנגווייליג, וואס דערפאר וויל זיך עס טון, אבער מ'האלט זיך צוריק דערפון, און מ'בעהט דעם אייבערשטן אז דער אייבערשטער זאל שיקן סיפוק, קען עס העלפן.

מ'מוז פארשטיין. אז לאנגווייליגקייט, Boredom, קען אוועקגיין. און ניין, נישט ווייל מ'טוט עפעס מיט די צייט, נאר ווייל מ'בעהט דעם אייבערשטן זאל שיקן סיפוק. אזוי ארבעט עס. אזוי מיין איך. און אדרבה פרוביר. ווי מער דו וועסט אויסהאלטן די לאנגווייליגקייט אלץ מער וועסטו טרעפן נארמאלע סיפוק.

איך וויל זאגן אז די רייץ דאס צו טון נאכאמאל, און נאכאמאל און נאכאמאל, קומט פון נישט לעבן אינעם יעצט. מ'זעהט קלאר. מ'טראכט פון א תאווה. (איך האב נישט ליב צו רעדן גראב, אבער איך מיין צוזאגן א שיינע בחור'ל, קינד, וכו' וד"ל.) און ס'צינד אן.

יעצט, לאמיר טראכטן. די תאווה איז דאך נאר דמיון. דיין מח איז מדמה אז יענער איז פאר דיר. אין די צייט וואס עס איז נישט אמת. די גאנצע זאך איז נאר דמיון.

לאמיר זיך פארשטעלן. דו קומסט אריין אין ביהמ"ד און דו זעהסט דארט עפעס וד"ל. און דו טראכסט פון יענעם. יענער האט דאך נישט קיין אהנונג אז דו טראכסט פון אים. און אז דו ציהסט צו אים. אדער א יונגעלע וכו'. דאס איז דאך אלעס נאר דמיון. דו קענסט נישט אוועקנעמען דיין קאפ פון עס, און די צייט וואס עס איז נאר דמיון.

איך בין נישט זיכער אז מיינע ווערטער גייען דיך ארויסשלעפן פון דורכפאלן דערין. איך קען דיר איין זאך זאגן. לעבן אינעם הווה קען דיר העלפן. ס'קען דיר העלפן זיך ארויסרייסן פון דמיון. די גאנצע זאך איז נאר דמיון.

איז די צוויי נקודות וואס איך ווייס אויף ביז היינט. די ערשטע איז: לאדיך נישט צעברעכן פון גארנישט! זיי נישט פארקלעבט אין עצבות. זיי אויפגעלייגט. לעבעדיג. פריש. מונטער. ריין. אן דמיון.

און די צווייטע איז: רייס דיך ארויס פון לעבן אין דמיון. ווען דו טראכסט פון יענע יונגעלע איז עס דמיון. קודם כל, יענער איז בכלל נישט אזוי שיין ווי דיין דמיון מאכט עס. די דמיון פוצט עס צו. זעה צו לעבן אינעם יעצט.
לעצט פארראכטן: ד' אלול התשע"ח 19:18 דורך גוטער.

ענטפער: זאכן וואס איך האב אנדעקט. ד' אלול התשע"ח 19:35 #250160

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 1011 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 368
  • האט שוין געלייקט: 418 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 934 מאל
  • קאָרמא: 9

שכח
איך האב הנאה געהאט פון די גאנצע מאמר אבער די שטיקל האט מיר שטארק געפאלן
מיר קוקט אויס, אז דא איז דא א געוויסע מצב אין וואס דער מענטש פאלט אריין. א געוויסע emotional state. וואס דער מצב פילט מען זיך אזוי פארקלעבט. ס'איז א מין עצבות.

ענטפער: זאכן וואס איך האב אנדעקט. ד' אלול התשע"ח 19:43 #250161

  • 5050
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 243
  • האט שוין געלייקט: 461 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 492 מאל
  • קאָרמא: 3
 דער גוטער, איז גיטע נייעס צי געשעלט א שיין שטיקעל שיין געשריבען

ענטפער: זאכן וואס איך האב אנדעקט. ה' אלול התשע"ח 20:15 #250197

  • גוטער
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 4
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
  • קאָרמא: 0
holychaim געשריבן on ד' אלול התשע"ח 19:35:

שכח
איך האב הנאה געהאט פון די גאנצע מאמר אבער די שטיקל האט מיר שטארק געפאלן
מיר קוקט אויס, אז דא איז דא א געוויסע מצב אין וואס דער מענטש פאלט אריין. א געוויסע emotional state. וואס דער מצב פילט מען זיך אזוי פארקלעבט. ס'איז א מין עצבות.
די גאנצע סייט איז הערליך איבערגעבויט, ממש א געשמאק.

ענטפער: זאכן וואס איך האב אנדעקט. ה' אלול התשע"ח 21:23 #250199

  • גוטער
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 4
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
  • קאָרמא: 0
איך שפאקוליר צו ס'וועט העלפן אויב מ'געוואוינט זיך איין צו לעבן אינעם יעצט. משום אהבת ישראל מוז איך קומען שרייבן דא. אבער איך בין נייגעריג צו איינער פון אייך האט שוין פרובירט צו לעבן אינעם יעצט. און צו מ'ווייסט וואס ס'מיינט.

עפעס פיל איך ביי מיר אז נישט לעבן אינעם יעצט ברענגט דמיון. איך וויל שרייבן וואס איך האלט אז עס מיינט לעבן אינעם יעצט. מיר איז אויך זייער שווער זיך איינגעוואוינען צו לעבן אינעם יעצט.

קודם וואס איך פארשטיי וואס עס מיינט לעבן אינעם יעצט, און פארוואס איך האלט אז דאס קען העלפן. אבער איך מוז האבן Input פון די אלע וואס שלאגן זיך, און צו ס'העלפט.

איך פיל ביי מיר אז די אלע וואס שלאגן זיך דערמיט, מוזן אגאנצן טאג האלטן קאפ, און אכטונג געבן אז זיי זאלן חלילה נישט אריינפאלן. לויט ווי איך מיין וואלט אפשר געווען א גוטע עצה זיך איינגעוואוינען צו לעבן אינעם הווה.

איך פיל ביי מיר אז ס'איז זייער נישט גרינג דאס צו טון. און מ'דארף האבן אסאך חיזוק דאס צו עררייכן. איך פארשטיי אז לעבן אינעם יעצט איז א Art. ס'פאדערט אסאך אינערליכע כוחות דאס צו עררייכן.

איך פארשטיי אז די סיבה פארוואס מ'פאלט אדורך האט עפעס צו טון ווען די מח ווערט סטאק מיט א זאך וואס מ'האט געזעהן. און געזעהן מיינט נישט דוקא מיט די אויגן, געזעהן קען אויך מיינען מיט די מחשבה, מ'דערמאנט זיך עפעס. דער מענטש רעגירט צו א זאך וואס ער האט געזעהן, אבער ס'איז אים נישט שייך אויף די מינוט.

מער ווייניגער לויט ווי איך פארשטיי געשעהט עס, אדער אין ליידיגע צייט, אדער ווען די יצר הרע ברענט. יעצט דער ברענעריי פארשטיי איך אז דאס קומט ווען די מח ווערט סטאק מיט א זאך וואס עס איז שוין געווען.

איך פארשטיי אז אנשטאט צו פארלייגן כוחות אגאנצן טאג און אכטונג געבן, און זיך שלאגן און שלאגן און שלאגן, טראכט איך אפשר וואלט גוט געווען זיך אנהייבן צוגעוואוינען צו לעבן אינעם הווה. זיך צובינדן צום הווה.

יעצט, לעבן אינעם הווה, מיינט עפעס. סך מער ווי וואס דו טראכסט אז ס'מיינט. דאס פאדערט עבודה פונקט אזוי ווי זיך ארויסרייסן פון די הענט פון די יצר הרע וואס וויל אז מ'זאל דורכפאלן. אזוי פארשטיי איך. איך האב ראיות פון ספרים אז פגם הברית קודש מיט דאס ענין פון נישט לעבן אינעם יעצט איז ענק פארבינדן. און פארקערט אויך, איך האב ראיות אז זיין צאמגענומען אין די מחשבה איז זייער ענליך צו שמירת הברית קודש.

איך פארשטיי אז ווען למשל מ'קומט צווישן אסאך מענטשן, און מ'זעהט זייער אסאך זאכן וואס קענען צוציען וד"ל, הייבט אן די מח צו ארבעטן ממש ביז מ'קען זיך טרעפן אז ממש מ'מוז דורכפאלן. און איך פארשטיי אז אויב מ'ארבעט אויף זיך צו לעבן אינעם יעצט, קען עס העלפן ארויסקריכן.

איך זעה אסאך מאל ווי בחורים רייסן זיך, און איך טראכט ביי מיר, הלוואי וואלטן זיי געוואוסט וויאזוי מ'שלאגט זיך דערמיט.

לעבן נישט אינעם הווה מיינט אז די מחשבה איז צעשפליטערט, איך קען מיך נישט אויס מיט אלע סארט וועגן וויאזוי די מענטש ארבעט, און וויאזוי מ'פאלט. אבער איך קען שרייבן פון מיין עקספיריענס. און איך שפיר פאר א חוב גדול צו מיטטיילן די מערסטע וואס איך ווייס און פארשטיי.

איך פארשטיי אז לעבן נישט אינעם הווה און דורכפאלן איז ענק פארבינדן. אויב דו פילסט אז ס'איז נישט פארבינדן און ס'האט נישט צו טון איינס מיט'ן צווייטן, דאן זאג מיר. אבער איך גלייב אז נאך דא אזאנע מוחות ווי מיר, וואס אפילו מ'איז עכט, עכט ערליך און אפגעהיטן, דאך דארף מען כוחות, און עצות זיך קענען העלפן. צו זיין ריין וויאזוי מ'רופט עס דא.

איך ווייס אדער איך פארשטיי אז אפגעהיטנקייט האט נישט צו טון צו שטארק צו מ'איז ערליך צו נישט. עפעס לויט וויאזוי די מח איז פראגרימירט, דאס איז וואס מאכט דורכפאלן.

איך ווייס אויך אז ס'קען האבן צו טון צו מ'האט באקומען ליבשאפט אינדערהיים אלץ קינד צו נישט. און נאך אסאך זאכן. איך בין נישט דא צו געבן אן עצה וואס זאל העלפן "טו עס און דו וועסט ארויסקריכן דערפון". ניין! ווייל איך כשלעצמי האב מיך נאכנישט איבערצייגט אז ס'דא אזאנס. אפשר איז יא דא, איך בין פשוט נישט איבערצייגט. לויט ווי איך פארשטיי פאדערט דאס אינערליכע כוחות ארויסצוקריכן, און לויט ווי איך פארשטיי אפעלירן די וואס ווילן דערפון ארויסקריכן אוממענטשליכע כוחות, זיך צו ראטעווען דערפון.

איך קען שפירן אז זיי שלאגן זיך  מיט זיך אליין. מיט עפעס אן אינערליכע כח וואס ציהט שרעקליך, און ממש שרעקליך. איך קען זעהן ווי מ'פרייט זיך אזוי "שוין זיבן טאג אפגעהיטן"! דאס מיינט אז דאס פאדערט אוממנארמאלע כוחות הנפש זיך ארויסצוזעהן דערפון.

א מענטש איז א מאשין. און זייט מיר מוחל אז איך שרייב נישט מסודר, איך שפיר ביי מיר אז איך זאל יא שרייבן וואס איך פארשטיי אלץ בנוגע דעם ענין. די מח פון א מענטש איז א מאשין. דאס ארבעט מיט א געוואלדיגן קראפט. און איינמאל ס'איז אנגעצינדן די נישט ריכטיגע קנעפלעך, איז זייער שווער דאס צוריקצוהאלטן. מיר דארפן נאר זעהן אז יענע קנעפלעך זאלן זיך נישט אנצינדן.

יעצט. איך ווייס אויך אז ס'דא טיפע טערעפי וואס קען אולי העלפן זיך ארויסצוזעהן דערפון. אבער איך וויל מיטטיילן וואס איך גלייב, און וואס איך פארשטיי, וויאזוי דאס ארבעט.

איך קום נישט דא גארנישט זאגן, איך קום דא זאגן איין זאך און דאס איז אז איך גלייב בעסער געזאגט איך בין נייגעריג צו לעבן אין די הווה קען העלפן. איינע פון די זאכן וואס קען העלפן. וואס איך וויל זאגן דערמיט איז, אויב דו פלאגסט דיך און דו מוטשעסטעך ארויסצוקריכן פון דער זאך, פארוואס זאלסטו דיך נישט פלאגן צו לעבן אינעם הווה? אפשר גייט עס דיר העלפן?

איך קען שפירן אז די מענטשן וואס שלאגן זיך דערמיט, שפירן ווי זיי שטופן זיך צו וואקן אקעגן די שטראם פון מאראסט וואס קומט אין זייער וועג. איך טראכט זייער שטארק, און איך שפאקוליר "צו קען לעבן אינעם הווה העלפן אדער נישט?".

מיין וואונדער איז אזוי: אויב אנשטאט זיך צו פלאגן און צו האלטן קאפ נישט אדורך צו פאלן, אפשר פלאגסטו דיך צו לעבן אינעם יעצט? אבער וואס מיינט לעבן אינעם יעצט? און פארוואס בין איך אזוי משוגע פאר די איידיע דערפון?

איך גיי ענק געבן א ביישפיהל וואס ס'מיינט לעבן אינעם יעצט! געטס א קוק, ווען איך גיי יעצט ענדיגן שרייבן דעם ארטיקל דא אויף הד"א האב איך צוויי ברירות. איין ברירה, די ערשטע, האב איך צו טראכטן אין מיין קאפ וואס איך האב דא געשריבן, און צו ס'איז גוט געשריבן, און צו ס'נעמט אויס ביי די לייענער... און די צווייטע ברירה איז: איך קען אוועקטראכטן פון די גאנצע זאך אז איך האב דא געשריבן עפעס און אנגיין מיט מיין טאג און שוין.

איך האלט, און איך שפיר, (איך האף איך בין גערעכט) אז די ציאונגס קראפט צו טון ענדערש די ערשטע, איז די זעלבע צואינגס קראפט ווען מ'זעהט א ... און מ'ציהט דערצו. און מ'טראכט דערפון.

איך גלייב אז די קאפ פון די וואס פאלן דערין אדורך איז אזוי צעמישט. מ'זעהט א שיינע ... און מ'ווערט ממש אזוי איבערגענומען און מ'קען זיך נישט רירן און מ'מוז טראכטן דערפון, און חלומ'ן דערפון, וכו'.

אויב איך גיי מיר מתגבר זיין און נישט טראכטן גארנישט, אז איך האב דא געשריבן, נאר איך גיי גיין ווייטער, גייט איינער וויסן דערפון??? ניין! קיינער, אבער קיינער גייט נישט וויסן אז איך האב מיך מתגבר געווען און אוועקגעטראכט דערפון.

און זיך מתגבר זיין דערויף גייט מיר קאסטן אויסטערלישע כוחות. ווייל איך בין זייער צוגעוואוינט צו טראכטן דארט ווי מיין מח פירט מיך. איך קען שפירן אז די וואס פאלן דורך, האבן דעם זעלבן דילעמא. ווער גייט וויסן אויב איך גיי מיך יעצט מתגבר זיין?

איך שפיר אז די מחשבות פון דער וואס פאלט איז: "איך בין אליין, קיינער ווייסט נישט אויב איך בין מיך יא מתגבר אדער נישט מתגבר"!!! איך בין אליין.

דערפאר, אויב מ'קומט דא אויף הד"א, און מ'טיילט מיט די סוקסעס, אפילו נאר איין טאג, העלפט עס, ווייל מ'פילט אז איינער איז מיט מיר.

איך שפיר אז לעבן אינעם יעצט מיינט זיך איינגעוואוינען צו לעבן אליין! זיך איינגעוואוינען צו לעבן מיט זיך.

איך ווער משוגע פאר די סייט, און פאר די באטענס. יו, איך מוז נוצן א באטן. וועכע קען איך נוצן?

עניוועי.

וואו האב איך געהאלטן? יא. מ'דארף לעבן אינעם הווה. און איך מיין זייער שטארק אז דאס קען העלפן.
לעצט פארראכטן: ה' אלול התשע"ח 21:24 דורך גוטער.

ענטפער: זאכן וואס איך האב אנדעקט. ה' אלול התשע"ח 22:01 #250201

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 1011 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 368
  • האט שוין געלייקט: 418 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 934 מאל
  • קאָרמא: 9

יישר כח גוטער.

במחילת כבודך עס זעהט אויס אז די ליינסט נישט די פארמס דא, יא די לייגסט אראפ דעים לעבן און יעצט, אבער ווי די לייגסט עס אראפ אז די קומסט מחדש זיין חדש תחת השמש, אנדעקט אמעריקע. פאר אונז דא איז דאס ממש פון די יסודות קוק זיך אים וועסטו דאס זעהן לכאורה און כמעט יעדע פארם וכו׳ 
נאכאמאל דיין אראפלייגן כשלחן ערוך איז להפליא און קען זיכער העלפן אנדערע יודן.
(הגם איך וועל דיר זאגען דעים אמת אז מיין ADHD האט מיר נאר געלאזט איבערלויפן ראשי פרקים, אבער ס׳זעהט אויס לענין און גוט אויסגעשמיסט).
אזוי אויך וואס די שרייבסט ״משום אהבת ישראל מיזטו קומען דא״ יא מיר אלע וואס שרייבן חיזוק וכדו׳ איז בלויז פאר אהבת ישראל, נאר וואס פאר זיך? ווייסט מען דאך שוין דעים געדאנק. איך האף אז די מיינסט נישט צו זאגן אז די ביזט ריין פון אונזער סטראגעל, הגם און דיין ערשטע פאסט האסטו געשריבן אז די האסט קיין פראבלעים מיט הוז״ל דאנק השי״ת פאר דעים, אבער מתוך דבריך ניכר אז די דראפעסט זיך (כלשונך) מיט מחשבת וכו׳ 
טייערע ברודער גוטער,
סטראגעלס האט ביי יעדעם א צווייטע קאליר אנגעהויבן מיט אשת איש און ענדיגט זיך מיט מחשבות וואס נעמט איבער דעים מענטש אז ניאוף ווערט בעל הבית, און ווערט שטערקער ווי די מענטש׳ס בחירה.
איך האף אז איך בין נישט גערעכט און די אנערקענט אז יא אויך די פלאגסט זיך מיט די זעלבע מלחמה ווי אנדערע דא נאר אויף א נישט למעשה׳דיגע אופן, און די מיינסט נאר אז די ווילסט שערן וואס ס׳ארבייט פאר דיר. אבער אויב בין איך גערעכט וויל איך דיר עצה׳נען אז די זאלסט נישט אוועק מאכן דיין סטראגעל ווייל די זעהסט אנדערע מיט גרעסערע סטראגעלס, פארגעס נישט אז מחשבה איז די אנפאנג פון יעדע  למעשה.
נאכאמאל ח״ו איך מאך דיר נישט אוועק און יישר כח פאר דיין אוועק גיבן זיך למען הזולת שלא ע״מ לקבל פרס.
דיין מחשבה׳דיגע מאמרים זענען געוואלדיג 

חברך 
חיים

נאכן שרייבן טראכט זיך חיים, די שרייבסט א גאנצע דרשה צו גוטער און די פארסט אים אריין, אפשר נעמסטו זיך צוזאם צו ליינען וואס ער שרייבט אפשר איז דיין קריטיק נישט ריכטיג? 
שוין האב איך אזוי געטוהן און איך האב הנאה ווייל איך האב זיך טאקע טועה געווען, גוטער שליט״א איז פיין קלאר מיט זיין מצב, סליחה! זיי מיר מוחל! 

און יעצט נאכן ליינען וועל איך צו לייגען מיין מחשבות.
יא לעבן אונם יעצט איז א יסוד און אונזער רפואה, אבער דאס אליין איז נאך ווייט פון די רפואה (אמאל קען דאס אליין טוהן דאס פארקערטע, זאגענדיג עס איז נאר יעצט לאמיר הנאה האבן, און פאר באלד וועל איך זיך שוין זארגן דענמאלס) די עיקר רפואה איז אנערקענען אז מיר אליין זענען נישט בכח צו איבערקומען די נסיון וואס איז אזוי שטארק שטערקער ווי אונזער כוחות, איז די איינצוגסטע עצה זיך צו ווענדען צו דער וואס איז יא שטערקער ווי די תאווה, דאס איז דאך אוודאי נישט א צווייטער ווי השי״ת, נאר ער קען אונז מציל זיין דערפון.

לעצט פארראכטן: ה' אלול התשע"ח 22:20 דורך holychaim.

ענטפער: זאכן וואס איך האב אנדעקט. ה' אלול התשע"ח 22:01 #250202

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 338 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1314
  • האט שוין געלייקט: 2021 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1895 מאל
  • קאָרמא: 1

זייער לאנג פאר יעצט צו ליינען. די נעכטיגע בין איך נאך אויך נישט געהעריג אנגעקומען צו אנעליזירען.

כ׳האף באלד צי האבן צייט.

אבער א גרויסן כח!

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: זאכן וואס איך האב אנדעקט. ו' אלול התשע"ח 14:43 #250227

  • גוטער
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 4
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
  • קאָרמא: 0
ש'כח חיים.

עפעס קוקט מיר אויס אז דייקא ביינאכט ווערט דער מענטש געטוישט. חיים טייערער, איך בעהט דיך ממש בכל לשון של בקשה. אז דו זאלסט מיך אננעמען וויאזוי איך בין. איך וויל סתם שרייבן דא וואס איך האב אנדעקט. צו מיין איך דען צו שרייבן חלילה וחלילה אפילו די קלענסטע גרויסהאלטעריי חלילה וחלילה. און בעהט מיך נישט איבער. איך בעהט דיך הייליגער באשעפער. איך בעהט דיך: נאר דו קענסט מיר העלפן איך זאל זיין אן ערליכער יוד, נאר דו קענסט מיר העלפן.

א מענטש איז א שטיק באשעפער. ווען א מענטש געטרויט זיך אז ער גייט זיך קענען שטארקן, געטרויעט ער דעם הייליגן באשעפער. טייערער חיים.

איך האב באשלאסן אז די וועג זיך צו שטארקן איז "נישט קיין חילוק, אפילו איך גיי בלייבן אין דעם אומאנגענעמען מצב, גיי איך מיך שטארקן". און זיך נישט לאזן אראפקלאפן בשום פנים ואופן. איך שפיר ביי מיך זייער שטארק אז דאס איז עפעס אזא סארט עצבות. פעך עצבות. מ'דארף זיין בשמחה.

איך בין אן ערליכער יוד, און איך גיי זיין ערליך און וואויל. אויב ס'קומט מיך יא אריין קריטיק אז איך טו נישט גוט, וועל איך ענטפערן "מסכים, וועל איך בעהטן השי"ת זאל מיך ארויסנעמען דערפון, דו קלאפ מיך נישט אראפ". מ'קען זעהן קלאר, אויב וואלט די קריטיק געווען מצד הקדושה, וואלט דאס נישט געברענגט עצבות און נסיונות. אלא מאי דאס קומט גארנישט פון צד הקדושה. אבער מיט דעם אלעם, איך זאג נישט אז איך טו וואס איך וויל. איך זאג "איך וועל שוין בעהטן השי"ת זאל מיר העלפן".

לאמיר זיך שטארקן צוזאמען.

נאך אזאך וואס איך האב אנטדעקט איז: די גאנצע זאך איז נאר אין קאפ! ס'עקזיסטירט נישט אין קערפער. ס'איז נאר אין קאפ. א מענטש דארף נישט טראכטן דערפון כדי זיך צו היטן, נאר פארקערט, דאס עיקר איז היסח הדעת. נישט אלעס וואס איך שרייב איז ווייל איך בין מחדש. סתם איך שרייב. חזקו.
לעצט פארראכטן: ו' אלול התשע"ח 14:44 דורך גוטער.

ענטפער: זאכן וואס איך האב אנדעקט. ו' אלול התשע"ח 15:00 #250230

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 1011 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 368
  • האט שוין געלייקט: 418 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 934 מאל
  • קאָרמא: 9

טייערער גוטער שליט״א 
כ׳וועל דיר זאגן דעים אמת איך האב נישט פארשטאנען דיין תגובה, עס זעהט מיר אויס אז די פילסט אז איך האב דיר אראפגעריסן און די באקומסט עצבות דערפון וואס איז א ראיה אז עס קומט פון היפך צד הקדושה.
אויך בעהטסטו אז איך זאל נישט דיר איבערבעטן, אבער מיין גוטער ברודער עס קען זיין אז ס׳איז טאקע געקומען פון די פילינג אז די שרייבסט אונז פון א העכערע מדרגה ווי מיר זענען און מיין איגו האט מיר געמאכט שרייבן.
די ביזט נישט קיין ראשון וועל איך מחלק זיין אויף דיר און דיר נישט פאלגען און ״יא איך בעהט דיר איבער״ איך האב נישט ריכטיג געטוהן.

ענטפער: זאכן וואס איך האב אנדעקט. ט' אלול התשע"ח 09:28 #250254

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 432 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 591
  • האט שוין געלייקט: 1279 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 753 מאל
  • קאָרמא: 7

די באשעפער איז א גוטער 
די באשעפער איז א גוטער 

שקויעך גוטער זייער שיין 
ס'דארף נישט זיין קיין חידישים מען דארף עס כסדר איבער חזר'ן
קום אפטער אריין שרייבן 
שקויעך נאכאמאל 

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.48 סעקונדעס

Are you sure?

יא