ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: זעהן ג-ט און די ענינים 2962 באזוכער

בעניין: זעהן ג-ט און די ענינים כ"ז אלול התשע"א 18:26 #3992

  • levy yitzchok
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 593
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
  • קאָרמא: -1
levy געשריבן on כ"ו אלול התשע"א 12:36:

RAYNER YEED SHTIEGHECHER ETC ETC

ICH VELL YETZT SHRABBIN A LANGER POST

ICH VELL DUU MIGALLEH ZAYN DVURIM HU-OIMDIM BIRIMMOI SHEL OILAM


HERE GOES




VERR BIN ICH?

VUSS BIN ICH?

FARVUSS LEYB ICH?

VERR ZUGT MEER VUSS TZEE TEEN?

FARVUS IS DO AZOIFEEL HALUCHIS

GEDURIM

MINHUGGIM

CHIMRES

YUH YUH NARRISHKAYTEN

FARVUS??

FARVUSS KEN MEN NISHT NOR ZAYN NORMAL?

YEDDER ZULL LEBBEN FAR ZICH??

KAYNERR ZUL NISHT ZAYN MAYN DAYAN,MAYN RUV,MAYN POSEK,MAYN MASHGIACH,MAYN MAGGIS SHIUR,MAYN ELTERER BREEDER KAYNERRRRRRR

FARVUS KEN ICH NISHT ZAYN A INDEPENTENT MENTCH?

OON PRESSURE

FARVOOS??

IS LIPA NISHT GERECHT??

ALLEH PARTEYEIN MACHEN TZEEFEEL PRESSURE??

FARVOOS??

ICH VILL ZAYN NORMAL!!








VERR VILL HERREN MAYN SHIUR KLULI IN DERR INYAN?


ich hub tzee gezugt a teretz

avvadeh yedder yuchid viyuchid is azoi anderish azoi vee ayn partzifayhen shuvis

kach ayn day-oisayen shuvis

ubber tayere yingerlite

lummir reddin uffin

vuus is dee tachlis

zenen meer duu gekimmen tzee essen bundlich?

avvadeh nisht

dee tachlis is tze mache ah "relationship" mit de BASHEFFER

shekayn choivas kol hayetzeerim

verr bin ich?

ich bin takkeh a shuffil vinivzeh

yuh ich bin 1 in 5billion

ubber dee groisseh basheffer hut ess gezen important az ich zull oich arois shrayin
"kesser yitnee lechu"

des is mayn tachliss in lebben

avaddeh dess is dee ikkar

ess macht nisht ois vee men iz geboirin

vee alt men is

in vellecher krayz men is gevuksin

vee lang udder kurts is dee payis


nee nee levy yitxhak

azz dee zugst ess amcht nisht ois

is farvus takkeh azoi feel krayzin

minhugimm  etc etc??

dus vett men murgin enfrerrin  a gitteh nacht

בעניין: זעהן ג-ט און די ענינים כ"ח אלול התשע"א 03:31 #4011

  • ריינע איד
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 176
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
  • קאָרמא: 0
לוי יצחק איך מיט דיר פארשטיי מיר זיך. ליסטען ד ווערלד איז טשענדשינג , ווי איך האב געזאגט פאר איינעם,  מענטשן הערן מען האט געכאפט דעהם מיטען לאנגען בארד טוהן דאס , דער יענץ , אידישקייט איז און דער ערד, נישטא קיין עכטע רבנים וכו, ענטפער איך פאר יעדען הערטס גוט אויס! איך האב אויך אזוי געמיינט, לעצטנס אבער פארשטיי איך עס טיפער , וואס איז דער אמת? דער אמת איז סאיז דא א גרויסען ג-ט און אסאך אסאך גוטע ערליכע אידען! נאר וואס דען! וועלן מיר אריין טייטשען אזוי! דאס וואס איר האט ביז היינט געמיינט אז דאס איז אידישקייט, ״הודו לשם״ אז דאס הייבט אן צו באנקעטירען!!!!

בעניין: זעהן ג-ט און די ענינים כ"ח אלול התשע"א 08:24 #4016

  • תמיד בשמחה
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 190
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
  • קאָרמא: 0

דער אמת איז סאיז דא א גרויסען ג-ט און אסאך אסאך גוטע ערליכע אידען!


THE SILENT MAJORITY

בעניין: זעהן ג-ט און די ענינים כ"ח אלול התשע"א 08:36 #4017

  • תמיד בשמחה
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 190
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
  • קאָרמא: 0
דור דור ודורשיו. מען וויל זיך פירען ווי זמרי און א רב וויל מען ווי פנחס.
אבער באמת סאיז נישט קיין סוד, פון אר"י ז"ל ביז אראף זאגען אלע אז אונזער דור איז פון די בחנית עקבים די נידריגסטע טון לעצטע דור פאר משיח וועט קומען. (זע נעכטיגע שיעור) וואיל איז פאר דעם וואס וועט זיך האלטען. אויב מיר וואלטען גיזען וואס אונזער עבודה אין די ענינים טוט אויף אין הימעל וואלטען מיר געטאנצט פאר שמחה וכו'
איך האב געהערט היינט פון הרה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א אז דער בעל שם טוב הק' האט אמאל געהאט א מוראדיגע הסתר און קטנות המוחין אבער ער האט זיך געהאלטען פעסט, האט ער שפעטער זוכה גיווען צו גיוואלדיגע מדריגות. האט ער געזאגט פארעון תולדות אז דורכען זיך האלטען אין די נידריגע מדריגה האט ער ארויס געשלעפט אסאך נשמות וואס האבען זיך נישט געקענט ארויס דראפען.
אזוי ווי מען פלעגט זאגען אז א חסיד עפענט די אויבערשטע קנעפעל פון העמעד ווייל סאיז אים הייס שמדט זיך א איד אין פאריז ר"ל

בעניין: זעהן ג-ט און די ענינים כ"ח אלול התשע"א 10:30 #4036

  • levy yitzchok
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 593
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
  • קאָרמא: -1

לוי יצחק איך מיט דיר פארשטיי מיר זיך. ליסטען ד ווערלד איז טשענדשינג , ווי איך האב געזאגט פאר איינעם,  מענטשן הערן מען האט געכאפט דעהם מיטען לאנגען בארד טוהן דאס , דער יענץ , אידישקייט איז און דער ערד, נישטא קיין עכטע רבנים וכו, ענטפער איך פאר יעדען הערטס גוט אויס! איך האב אויך אזוי געמיינט, לעצטנס אבער פארשטיי איך עס טיפער , וואס איז דער אמת? דער אמת איז סאיז דא א גרויסען ג-ט און אסאך אסאך גוטע ערליכע אידען! נאר וואס דען! וועלן מיר אריין טייטשען אזוי! דאס וואס איר האט ביז היינט געמיינט אז דאס איז אידישקייט, ״הודו לשם״ אז דאס הייבט אן צו באנקעטירען!!!!


stay tuned far dee hayntegger shiur

בעניין: זעהן ג-ט און די ענינים כ"ח אלול התשע"א 10:35 #4037


דור דור ודורשיו. מען וויל זיך פירען ווי זמרי און א רב וויל מען ווי פנחס.



אין דאס אויך נאר אויב די רב מאכט זיך זיין עבודה אבער ער לאזט לעיבן......

בעניין: זעהן ג-ט און די ענינים ז' תשרי התשע"ב 17:25 #4312

  • בעל תשובה
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1781
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
  • קאָרמא: 1
שקר שקר שקר
עמד ושותלן בכל דור ודור
עס איז יא דא צדיקים עס איז יא דא מנהיגים עס זענען דא מה צדיקים ניגלים און לו צדיקים נסתרים איך קען דיר נישט זאגן אז דו האסט זיך געטראפן מיט זיי אבער זיי זענען זיכער דא און דו גיי זיי מקיים דעם הדבק בתלמידים ובחכמים ומעלה אני עליכם כאילו נתדבקתם בי. איך זאג נישט אז דיין רבי זכרונו לברכה'ס זין איז דווקא דער צדיק הדור אבער איך זאג זיכער נישט אז ער איז נישט.
דו דארפסט אננעמען די היינטיגע מנהיגים יפתח בדורו כשמואל בדורו און דער וואס זאגט היינטיגע רבנים איז פשוט ווייל ער איז פון די ערב רב וואס וואלטען זיך געקריגט מיט משה און מיט שמואל און מיט יפתח אויכעט נאר זיי לעבן היינט רעדן זיי אויף די היינטיגע רבנים.
איך זאג נישט אז אלע אידען וואס האבן א בית המדרש זענען צדיקים. איך זאג נישט אז אלע מנהיגים זענען צדיקים. אבער צו זאגן היינטיגע... איז נישט קיין נייע זאך.

בייג זיך אראפ און זיי מקבל פון די היינטיגע וועסטו אויך קענען לעבן אין די היינטיגע וועלט.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאהר ליבע ברידער.

טעמע: זעהן ג-ט און די ענינים ו' תמוז התשע"ד 10:47 #26838

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
די טרעד פארמאגט דריי נושאים, און איך האב עס היינט דורכגעליינט, און איך וועל מעיר זיין מיינע געדאנקן

------------

ערשטע געדאנק: אויף וואס די טרעד איז גע'עפענט געווארן, איז צו ארויסברענגען וויאזוי דער אויבערשטער באווייזט זיך צו יעדן איד, אמאל ברמז, אמאל מער אפן, איהם צו ווינקן: ר' איד זינדיג נישט, ר' איד נעם דיך אין די הענט אריין!!!

אויף דעם האט ריינער איד געעפענט דעם טרעד, און געשריבן צוויי שיינע מעשיות, וויאזוי אינמיטן וועלן זינדיגן, האט דער אויבערשטער איהם אונטערגעשיקט אזעלעכע ווינקן,  איהם אפצוהאלטן

----------------

צווייטע געדאנק: אין איינע פון די צוויי מעשיות האט ריינער איד ערווענט אז ער גייט אין א דזשים צוזאמען מענער און פרויען....
אויף דעם האט איהם דער עולם געגעבן קאלט'ס און ווארעמ'ס, אז מ'טאר נישט גיין אויף אזא פלאץ אן א דעת תורה, עס איז א מקום מכשול, און ריינער טענה'עט אז ער היילט זיך אויף דעם וועג, און זיין ספאנסער (נישט א רב) האט איהם מתיר געווען
און ס'ווערט א גאנצע הייסע דעבאטע איבער דעם, צו ער מעג יא אדער נישט אהין גיין
און צו ער מוז פרעגן א רב....

---------------

דריטע געדאנק: פון דעם האט זיך אנטוויקעלט צו די היינטיגע רבנים זענען יא אדער נישט ערליך, און אויב די סך הכל קומט אויס אז זיי זענען נישט, דאן קען מען נישט פרעגן פון רבנים, קיין דעת תורה, ווייל אלעס איז דאך פארפוילט אדורך און אדורך

-------------------
-------------------
-------------------

און יעצט מיינע הערות:

טעמע: זעהן ג-ט און די ענינים ו' תמוז התשע"ד 10:58 #26839

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
אויף די ערשטע געדאנק:

דאס איז א גמרא מפורשת, בכל יום בת קול יוצאת מהר חורב ומכרזת "שובו בנים שובבים"
דער אויבערשטער רופט אונז יעדן טאג
ער רעדט צו אונז

פרעגט די הייליגע בעל שם טוב: וואס טוט מען אויף מיט'ן בת קול, אויב מיר הערן עס נישט??
ענטפערט די הייליגע בעל שם טוב: אז יעדן טאג ערגעץ ווי מאכט זיך א רגע וואס דער מענטש כאפט א שטיקל התעוררות, דאס איז דער בת קול, און ווער ס'האט שכל, כאפט זיך ארויף אויף דעם התעוררות, און ארבעט זיך צו נעמען מיט דעם התעוררות אין די הענט אריין

אסאך מאל קומט סתם א רגש אין הארץ, און צומאל שיקט עס דער אויבערשטער מיט א אפענע ווינק, ווי פלוצלינג באגעגענט מען עפעס וואס האלט צוריק, אדער ברענגט אן התעוורות, אמאל איז עס א ווארעמע ניגון וואס גיבט א שאקל דעם מענטש, אמאל איז עס א חופה, אמאל א רגש בשעת א מצוה
און מ'דארף זיך ארויפכאפן דערויף עס אנצוהאלטן.

אויך שטייט פון הייליגן בעל שם טוב, אז יעדע זאך וואס א מענטש הערט אדער זעהט, איז א מעסעדזש פון אויבערשטן צו איהם, אפילו ווען מען הערט עפעס פון א גוי, איז עס א מעסעדזש פונעם אויבערשטן.

עס איז באקאנט אז דער הייליגער תולדות האט זיך געמוטשעט צו פארשטיין דאס, אז די דיבור פון א טמא'נע גוי, זאל זיין גאר די שליחות פון א דיסור פונעם אויבערשטן צו מיר???
אבער דער הייליגער בעל שם טוב האט עס איהם געזאגט, די קענסט עס אנ'נעמען נאר די ווילסט נישט (קענען קענסטו, די ווילסט נאר נישט)
שפעטער איז א גוי דורכגעפארן, און זיין פערד האט אונטער געבראכן, האט דער גוי געבעטן פונעם תולדות, ער זאל איהם העלפן, די תולדות האט זיך זייער געאיילט, האט ער איהם געזאגט: איך קען נישט
האט איהם דער גוי געזאגט: "קענען קענסטו, דו ווילסט נאר נישט"
די ווערטער האבן איהם געקלינגן אין די אויער, אט פריערט האט ער די ווערטער געהערט פון זיין הייליגן רבי'ן און דא הערט ער עס פונעם גוי, האט ער אנגעהויבן צו גלייבן דערין

טעמע: זעהן ג-ט און די ענינים ו' תמוז התשע"ד 11:33 #26841

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
אויף די צווייטע געדאנק:

הלכה בלייבט הלכה אפילו די רבנים זענען נישט גערעכט אדער ערליך
אין די גמרא שטייט אז אויב א מענטש גייט אויף א פלאץ ווי ער מוז נישט גיין ווייל איכא דרכא אחריתא, און דארט איז דא ראיות אסורות, אפילו אויב ער קוקט נישט, איז ער א "רשע גמור"

"אפילו ער היט זיך די אויגן"!!!!!!

אויב איז פארהאן א דזשים ווי עס גייען נאר מענער, איז נישטא קיין שום היתר בעולם צו גיין מיט פרויען, עס איז קלאר גע'פסק'ענט אזוי אין קיינער קריגט נישט דערויף.
און אפילו אויב עס איז נאר דא ווי מ'דארף גיין מיט פרויען, קען מען זיך נישט אליין פסק'נען ווייל אדם קרוב אצל עצמו, און מ'האט נגיעות צו דברים שבערוה שנפשו של אדם חומדתו
בפרט ווען ער אליין שרייבט אז ער האט דארט נסיונות.....
מ'קען זיך נישט היילן פון א ביס פון א לייב בשעת מ'זיצט מיט איהם אין שטייג
איי די רבנים זענען ........
אויף דעם ליין מיין קומענדיגע פאוסט אויף די דריטע געדאנק

טעמע: זעהן ג-ט און די ענינים ו' תמוז התשע"ד 11:57 #26843

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
אויף די דריטע געדאנק:

יומא ל"ח: ראה הקדוש ברוך הוא שצדיקים מועטין עמד ושתלן בכל דור ודור.
עס איז נישטא אזא זאך אז ס'איז נישטא ערליכע אידן אדער ערליכע רבנים

עס קען זיין אז עטוואס רבנים זענען ליידער פון די נישט ערליכע, פון די ערב רב, אזוי ווי די ספרים ברענגען, אז בעיקבתא דמשיחא, וועלן זיין רבי'ס פון די ערב רב
און פני הדור כפני הכלב
אבער ערליכע אידן איז אייביג דא
ווער זיי זענען?
קיינער ווייסט נישט, מ'דארף בעהטן דעם זיסן טאטן אין הימל אז ער זאל מיך פיהרן צו אן ערליכע איד און נישט צו אן ערב רב

אבער דאס אליין: צו זאגן אז אלע רבנים זענען.... און מ'קען קיינעם נישט פרעגן..... רחמנא ליצלן
די גמ' רופט אן איינעם וואס זאגט "מאי אהני לי' רבנן...." אז ער איז אן "אפיקורוס"
און דאס איז געזאגט געווארן אויך אויף די רבנן פון די שפעטערע דורות, יפתח בדורו כשמואל בדורו
ווייל דאס ברענגט אונטער די גאנצע אידישקייט, אז מ'מאכט אוועק די רבנים, נו... אז די רבנים זענען אזוי מעג איך דאך שוין ח"ו........

אז די ווילסט פרעגן אן ערליכן רב און די ווייסט נישט ווער ס'איז, פראביר
פרעג איינעם
זעה וואס ער ענטפערט דיר
אויב די פיהלסט אז ער טרייבט איבער, (פרומקייט בלע"ז), מעגסטו גיין צו אן אנדערע רב און איבער פרעגן, און איהם זאגן: "איך האב איינעם געפרעגט, אבער עס קוקט מיר אויס אז ער פארשטייט מיך נישט, און איך דארף צוקומען דערצו......"
אז דו וועסט זיכען באמת צו גיין אויפן ריכטיגן זיסן עהרליכן וועג, וועט דיך דער אויבערשטער פיהרן צום גוטן וועג
הבא לטהר מסייעין אותו

טעמע: זעהן ג-ט און די ענינים ט"ז תמוז התשע"ד 18:54 #27001

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1546
  • האט שוין געלייקט: 376 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 147 מאל
  • קאָרמא: 7
נאכנישט געהאט קיין צייט דורכצוליינען דיינע הערות און געדאנקען דא, אבער קודם נאדער א שכח פאר'ן זיך מיען אריינצורעדן און אויפפרישן אלטע נושאים וואס קומען צונוץ פאר אידישע קינדער
פאר סיי וועלכע הילף קענט איר אונז שיקן א PM אדער אן אימעיל צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it און מיר וועלן פרובירן אייך צו העלפן בס"ד
  • בלאט:
  • 1
  • 2
צייט צו מאכן א בלאט: 0.34 סעקונדעס

Are you sure?

יא