איך וויל אויסשמועסן א נקודה וואס ליגט מיר אויפן הארץ, איך געדענק ווען איך האב אנגעהויבן צו נישטערן אין די בלעטער פון הד״א, און איך האב געשריגן אין מיר אליין איך ווייס נישט וויאזוי איך געב מיר א עצה, איך קען זיך נישט העלפן, איך זעה נישט די וועג ארויס פון מיין פראבלעם, הלואי ווען איינער זאל קומען מיר זאגן וואס איך האב צו טוהן, איך וואלט געלאפן ביז די אנדערע עק וועל זיך צו העלפן, אבער גארנישט האט מיר נישט געהאלפן.
פלוצלונג פון איין טאג אויפן צווייטן, האבן זאכן זיך געטוישט, איך האב זיך געטראפן מיט א גוטע טערעפיסט, און נאכדעם ארויף אויף א פאסיגע פראגרעם, וואס שטומט מיט מיר, מיט מיין השקפה, מיט מיינע געפילן, צוביסלעך האט מיין בני בית אנגעהויבן צו זעהן טוישונגען אין מיר, און זי האט אויך מסכים געווען צו די נייע וועגן וואס איך האב גענומען.
און דא שטעלט זיל די שאלה וואס האט זיך יעצט געטוישט ? און איך ווייס אז אלעס איז פון אויבערשטן, און אז א מענטש דאווענט העלפט דער אויבערשטער, און מען דארף ווארטן מיט געדולד ביז די ריכטיגע מינוט קומט אן. אבער די שאלה איז צו האט זיך נישט עפעס געטוישט ביי מיר, וואס ביז דאס איז געווען האב איך נישט געקענט געהאלפן ווערן, און ווען דאס איז געשעהן האב איך יא געקענט געהאלפן ווערן ?
און היינט פארשטיי איך אז יא עס קען זיין אז עפעס האט זיך געטוישט, און דאס איז וואס בין ״איך״ גרייט צו טוהן צו בלייבן ריין, איך האב אייביג געוואלט זיין ריין, און איך האב באמת געקענט באשטיין צו בלייבן ריין, און איך האב אפילו מסכים געווען צו טוהן געוויסע זאכן כדי צו בלייבן ריין, אבער איך בין נישט געווען גרייט ארויס צו גיין פון מיין וועג כדי צו בלייבן ריין. איך האב מיר אייביג ארויסגעדרייט ווען עס איז געקומען ארויס צו גיין פון מיין וועג, אלע עצות וואס איך האב געהערט איז געווען נאר אויב עס שטומט מיט וואס איך פיל און מיט וואס איך וויל, און ממילא האב איך טאקע נישט געקענט ווערן געהאלפן.
אבער די מינוט וואס איך האב ביי מיר אפגעמאכט, איך בין גרייט צו טוהן וואס אימער געהאלפן צו ווערן, נישט קיין חילוק וואספארא שוועריגקייטן עס וועט פארלאנגען, וועל איך מיר אנשטרענגען, און איך וועל עס טוהן, נאר נאכדעם האב איך געקענט געהאלפן ווערן.
מיר טרעפן אין פסוק ביי בריאת העולם וכל שיח השדה טרם יהיה בארץ וכל עשב השדה טרם יצמח כי לא המטיר ה' אלקים על הארץ ואדם אין לעבד את האדמה, איז רש"י מסביר דער אויבערשטער האט אלעס אנגעגרייט אין די ערד צו קענען ארויסוואקסן נאר ומה טעם לא המטיר לפי שאדם אין לעבוד את האדמה ואין מכיר בטובתן של גשמים וכשבא אדם וידע שהם צורך לעולם התפלל עליהם וירדו וצמחו האילנות והדשאים, פארוואס האט דער אויבערשטער נישט געברענגט קיין רעגן, ווייל עס איז נישט געווען א מענטש וואס זאל ארבעטן אין פעלד, און איינערקענען אין די טובה פון רעגן, אבער ווען אדם הראשון איז געקומען, און איינערקענט אין די טובה פון רעגן פאר די וועלט, און ער האט געדאווענט אויף דעם, איז געקומען רעגן.
די רש"י ברענגט ארויס גאר א שטארקע נקודה, ווען מען דארף עפעס א ישועה, דארף מען פריער איינערקענען אז דער אויבערשטער איז דער וואס קען מיר העלפן, און ווי גוט עס וועט זיין ווען דער אויבערשטער וועט מיר העלפן, און דאווענען אויף דעם, אבער אויב אזוי פארוואס שטייט אין פסוק ואדם אין לעבוד האדמה, עס איז שוין נישט דא קיין ארבעט צו טוהן, דער אויבערשטער האט שוין געמאכט די אלע ארבעט אין ששת ימי בראשית ?
נאר רש"י לערנט אונז דא אויס די וויכטיגע יסוד, זייער אסאך מאל שטייט די מענטש און ער דאווענט אויף עפעס, און דער אויבערשטער זאגט מיין קינד דו בעהטסט טאקע אויף דעם, אבער דו ווילסט עס נישט באמת, ווייל איך האב דיר געגעבן געוויסע זאכן צו טוהן כדי דאס צו באקומען, און דו ווילסט עס נישט טוהן. יעדע מאהל מיט אנדערע תירוצים, ממילא קום צוריק צו מיר ווען די ווילסט עס באמת און דעמולט'ס וועל איך דיר העלפן.
אזוי ווי מיר טרעפן אין פסוק כי תראה חמור שנאך רבץ תחת משאו וחדלת מעזב לו עזב תעזב עמו, מען איז מחויב צו העלפן א מענטש, ווען ער איז דא צו מיטארבעטן מיט דיר, אבער אויב ער זאגן וויבאלד די מצוה ליגט אויף דיר וועל איך עס דיר לאזן טוהן אליין, איז נישט דא קיין שום חיוב אים צו העלפן, זאגט אויף דעם די כלי יקר, ומכאן תשובה על מקצת עניים בני עמינו המטילים את עצמם על הצבור ואינן רוצים לעשות בשום מלאכה אף אם בידם לעשות באיזו מלאכה או איזו דבר אחר אשר בו יכולין להביא שבר רעבון ביתם, וקוראים תגר אם אין נותנים להם די מחסורם כי דבר זה לא צוה ה' כי אם עזוב תעזוב עמו הקם תקים עמו כי העני יעשה כל אשר ימצא בכחו לעשות ואם בכל זה לא תשיג ידו, אז חייב כל איש מישראל לסעדו ולחזקו וליתן לו די מחסורו אשר יחסר לו ועזוב תעזוב אפילו עד מאה פעמים, א מענטש איז מחויב צו טוהן וואס ער קען אליין, און דעמולט'ס איז דא א חיוב אים צו העלפן ביי יעדע זאך.
און די זעלבע זאך איז ביי רוחניות, ווי די חסידישע ספרים זענען מסביר, חמור מיינט מען דעם גוף, וואס דער חומר איז אינטער געווארפן אונטער די משא פון זיינע עבירות וואס ער האט געטוהן, און ער קען זיך נישט זעהן ארויס פון דעם, אויב איז ער באמת דא זיך צו העלפן, און ער איז גרייט צו טוהן פון זיין זייט אלעס וואס איז מעגליך, דעמולט'ס איז דא א חיוב אים צו העלפן, און דער אויבערשטער וועט אים שטיין צו די האנט און אים העלפן.
אבער אויב דער מענטש וועט זאגן, איך שעהם זיך, אדער עס איז צו שווער, און ער וועט זיך אריינלייגן אין א מצב פון יאוש, ווייל ער וויל זיך נישט צוזאמען נעמען צו טוהן וואס ער דארף, וועט אים דער אויבערשטער נישט העלפן, נאר ער וועט אים זאגן קום צוריק צו מיר ווען דו ביסט גרייט.
ממילא טייערע חברים עס איז א שאד אויף ענקער צייט און אויף ענקער כח, מאכטס נישט דעם טעות וואס איך האב געמאכט פאר יארן לאנג, נאר זייטס באמת גרייט צו טוהן וואס עס פעלט נאר אויס, וועט עטס זעהן ווי דיר אויבערשטער איז מיט ענק און ער העלפט בלייבן ריין.