ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: שמחה און עצבות - אן אנאליז 193 באזוכער

שמחה און עצבות - אן אנאליז כ"ה סיון התש"פ 15:14 #267278

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3
בס"ד

דאס קען יעדער איינער וויסן, אז ווען מ'איז פרייליך, אויפגעלייגט, גוטמוטיג, ברייט, צופרידן, אפטימיסטיש, מיט אפענע ארעמס צום לעבן, אויפגעהויבן, איז עס נישט די זעלבע ווי א מענטש וואס ער איז בעצבות, צעקלאפט, פאר'דאגה'ט, אין א "לאָך", דעפרעסט, אונטערדרוקט, צעקוועטשט, שמאָל, שפירט ווי ער האט נישט קיין פלאץ זיך צו רירן, אינעם אייגענעם תפיסה, פארכאפט פון חברה וואס האבן שליטה. אין א דעדענד.

שמחה איז וואס דערברייטערט די אדערן אז עס זאל קענען דורכלויפן און ארויסלויפן די אלע שלעכטע טאקסיק מחשבות, דער מענטש געפינט אין זיך גענוג אפלויף פלאץ צו לאזן לופטערן די אלע שלעכטע געדאנקען וואס קומען אריין אין אים. בעת דער מענטש איז בשמחה איז ער ווי א ספרינג וואס קומט אלץ צוריק צום ברייטקייט, צום לעכטיגקייט, צום גן עדנ'דיגער פלאץ.

עצבות איז וואס פארשמעלערט די "אדערן" פון לאזן אראפשווענקען פון זיך די אלע נישט גוטע מחשבות. דער מענטש ווערט איינס מיט זיינע שלעכטע געדאנקען. עצבות וכל כת דיליה, דאגה, יאוש, צעבראכנקייט, פאר'תמ'טקייט, די אלע זאכן צעדרוקן דעם מענטש אזוי שטארק אז ער טרעפט זיך איינס מיט זיינע שלעכטע געדאנקען, און ער קען זיך פון זיי נישט אפשאקלן. געדאנקען מיט וועלכע ער וואלט גרינג געקענט זיך אן עצה געבן דערמיט, ווי א שמייס מיט'ן ציצית אויפן חבר, ווי א בלאז אראפ פון טיש אן אויסגעבלאזענעם טישו, ווי א קראץ אראפ פון שיך דאס ביסל בלאטע ביים עק סטעפ, ווי א וויש אפ די האנט פון א נאסן טראפ, ווי א פליק ארויס א הארל פונעם בארד, אזוי גרינג וואלט אים געגאנגען ווען ער איז ווען אין פרייליכער גיסטע.

אבער אהה, אהה, אהה.

יעצט איז דער מענטש פאר'דאגה'ט, ער איז אשמנו קלאפעדיג, ער איז אין תשובה מאוד, דאס ווייב האט אים אנגעשריגן און ער איז פארטרויערט פון איר צער, דאס אלעס בויעט ארום דעם מענטש א גרעניץ, און ווי מער דער מענטש זעהט אז טאקע דאס איז דער אמת מיט אים, אז דער פאקט מיט אים איז שלעפעדיג, און ער שפיגלט אפ מיט זיך דאס אלעס וואס ער ווייסט וועגן זיך, אלץ מער ווערט אט דער גרעניץ איינגעצויגן, און איינגעצויגענער, און נאך און נאך, ביז דער מענטש טרעפט זיך איינס מיט זיינע שלעכטע עקלדיגע געדאנקען, און די תאווה האט נישט פון וואו צו באפרייט ווערן אפילו אויב ס'וויל, ווייל דער מענטש איז אין באקס, א שמאלע, שמאלע באקס. וואס ווערט נאר שטייפער און שטייפער, עקלדיגער און מער פאר'מיאוס'ט.

דער מענטש פאלט אריין אין זיינע נידעריגערע אינסטינקטן און תאוות, ער ווערט באקוועם מיט'ן זיך טרעפן מיט די בהמישקייטן וואס ליגן אין אים, און ער ווייסט נאר יענץ פאר א וועג וואו צו גיין ווייטער.

דער מענטש שרייט: טאטע העלף מיר, נעם מיר ארויס פון מיין קלעם, דער יצר איז דא אין מיר, ער בוזשעוועט אין מיר, ער וויל אז איך זאל אים נאכגעבן. טאטע איך פיל ווי ער וויל מיך דערטרענקען, אבער די פראבלעם איז אז דער מענטש שרייט מתוך עצבות, מתוך מרה, מתוך קטנות. מתוך קלעבאכץ.

דער מצב איז נישט גוט.

די עצה פאר דעם איז 'מצווה גדולה ליהיות בשמחה תמיד'. זיך נישט לאזן ווערן בעצבות בשום פנים ואופן. שמחה, שמחה, שמחה. א מענטש דארף זיך עפענען, טומאה קען נאר רוען ווען ס'איז דא עצבות, און טומאה ברענגט עצבות. און עצבות ברענגט טומאה. שמחה! דאס איז די זאך וואס מיר דארפן שטרעבן. אן אינערליכער אויפגעלייגטקייט. זיך פארלאזן אויף השי"ת ברענגט שמחה.

און דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן טרעפן וועגן וויאזוי צו זיין בשמחה, און ווי האט ר' נחמן זצ"ל געשריבן? תמיד. מצוה גדולה ליהיות בשמחה תמיד.

Thanks For Listening
לעצט פארראכטן: כ"ה סיון התש"פ 15:31 דורך הכנעה.

ענטפער: שמחה און עצבות - אן אנאליז כ"ה סיון התש"פ 17:22 #267281

  • טאטע העלף מיר
  • איצטיגע שטרעקע: 176 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 62
  • האט שוין געלייקט: 90 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל
  • קאָרמא: 4

דער מענטש שרייט: טאטע העלף מיר, נעם מיר ארויס פון מיין קלעם, דער יצר איז דא אין מיר, ער בוזשעוועט אין מיר, ער וויל אז איך זאל אים נאכגעבן. טאטע איך פיל ווי ער וויל מיך דערטרענקען, אבער די פראבלעם איז אז דער מענטש שרייט מתוך עצבות, מתוך מרה, מתוך קטנות. מתוך קלעבאכץ.

זייער שיין גרויס הנאה געהאט

איך האב מיר גראדע געטראפן אין מיטן דיין דרשה 

האסט מיר פערזענדליך געמיינט ?

לעצט פארראכטן: כ"ה סיון התש"פ 17:26 דורך טאטע העלף מיר.

ענטפער: שמחה און עצבות - אן אנאליז כ"ה סיון התש"פ 20:50 #267282

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3
טאטע העלף מיר געשריבן on כ"ה סיון התש"פ 17:22:



דער מענטש שרייט: טאטע העלף מיר, נעם מיר ארויס פון מיין קלעם, דער יצר איז דא אין מיר, ער בוזשעוועט אין מיר, ער וויל אז איך זאל אים נאכגעבן. טאטע איך פיל ווי ער וויל מיך דערטרענקען, אבער די פראבלעם איז אז דער מענטש שרייט מתוך עצבות, מתוך מרה, מתוך קטנות. מתוך קלעבאכץ.

זייער שיין גרויס הנאה געהאט

איך האב מיר גראדע געטראפן אין מיטן דיין דרשה 

האסט מיר פערזענדליך געמיינט ?


ניין. איך רעד צו מיר אויך. לאמיר געדענקן: עצבות איז אונזער שונא. שמחה איז קיין וואו מיר דארפן שטרעבן און זיך דערנענטערן.

ענטפער: שמחה און עצבות - אן אנאליז כ"ה סיון התש"פ 22:18 #267284

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 629 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1165
  • האט שוין געלייקט: 937 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2177 מאל
  • קאָרמא: 51
הכנעה געשריבן on כ"ה סיון התש"פ 15:14:
די עצה פאר דעם איז 'מצווה גדולה ליהיות בשמחה תמיד'. זיך נישט לאזן ווערן בעצבות בשום פנים ואופן. שמחה, שמחה, שמחה. א מענטש דארף זיך עפענען, טומאה קען נאר רוען ווען ס'איז דא עצבות, און טומאה ברענגט עצבות. און עצבות ברענגט טומאה. שמחה! דאס איז די זאך וואס מיר דארפן שטרעבן. אן אינערליכער אויפגעלייגטקייט. זיך פארלאזן אויף השי"ת ברענגט שמחה.


זייער שיין ארויסגעברענגט, דאס וואס מיר לערנען ביי די 12 סטעפס, אז דער עדיקשאן קומט פון דעם וואס דער מענטש וויל עסקעפן פון זאכן וואס גייען אים נישט גוט אין לעבן. דהיינו, אז ווילאנג דער מענטש לעבט מיט זיין סעלפישקייט, און אלעס דארף גיין זיין וועג, ווען ער זיך אנשטויסן אין זייער אסאך פראבלעמען, און דאס וועט אים ענטווענטואל ברענגן צו עסקעפן צו זיין אדיקשאן.

יא, דער עצה איז שמחה, און זיך ארויפווארפן אויפן באשעפער אינגאנצן, וואס דאס איז סטעפ 3 ווי מען געבט זיך אינגאנצן איבער פארן אויבערשטן, און דערנאך גייט מען צו סטעפ 4 ווי מען ארבעט אוועקצונען אלע קערעקטער דיפעקס און זאכן וואס שטערן פון צו זיין נאנט צום אויבערשטן און זיך אינגאנצן ארויפווארפן אויף אים, נאכפאלגענדיג מיט די ווייטערדיגע סטעפס.

הרב הכנעה קומט אריין זייער קלאר, מיט אסאך ידיעות און א גוטן שריפט. אויב מען מעג פרעגן ווי כבוד הרב שטייט אויף דער וועלט? זענען די עצות וואס דו שרייבסט פון אייגענע ערפארונג? האט בלויז דאס געהאלפן איינעם בלייבן ריין? ס'וואלט געווען א גרויס חיזוק צו הערן אביסל קלארער אויב שייך, בעסער ארויסצוהאבן דעם בילד.

ענטפער: שמחה און עצבות - אן אנאליז כ"ו סיון התש"פ 01:24 #267287

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 713
  • האט שוין געלייקט: 668 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1507 מאל
  • קאָרמא: 54
הכנעה געשריבן on כ"ה סיון התש"פ 15:14:
די עצה פאר דעם איז 'מצווה גדולה ליהיות בשמחה תמיד'. זיך נישט לאזן ווערן בעצבות בשום פנים ואופן. שמחה, שמחה, שמחה. א מענטש דארף זיך עפענען, טומאה קען נאר רוען ווען ס'איז דא עצבות, און טומאה ברענגט עצבות. און עצבות ברענגט טומאה. שמחה! דאס איז די זאך וואס מיר דארפן שטרעבן. אן אינערליכער אויפגעלייגטקייט. זיך פארלאזן אויף השי"ת ברענגט שמחה.


איך וויל דיר צוברענגען א לשון פון ליקוטי מוהר"ן תורה קס"ט 
עוֹד מָצָאתִי, שֶׁזֶּהוּ בְּחִינַת וְשָׁמַר ה' לְךָ אֶת הַבְּרִית. כִּי כְּשֶׁתִּזְכֶּה לְשִֹמְחָה אֲזַי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּעַצְמוֹ יִשְׁמֹר לְךָ אֶת הַבְּרִית דְּהַיְנוּ שֶׁיִּהְיֶה בְּעֶזְרְךָ לִשְׁמֹר אֶת הַבְּרִית קֹדֶשׁ, כִּי עִקַּר פְּגַם הַבְּרִית הוּא עַל יְדֵי עַצְבוּת כַּיָּדוּעַ, כִּי פְּגַם הַבְּרִית בָּא עַל יְדֵי הַקְּלִפָּה הַיְדוּעָה שֶׁנִּקְרֵאת לִילִית, עַל שֵׁם, שֶׁמְּיַלֶּלֶת תָּמִיד שֶׁזֶּהוּ בְּחִינַת עַצְבוּת, וְעַל כֵּן עִקַּר שְׁמִירַת הַבְּרִית זוֹכִין עַל יְדֵי שִֹמְחָה, כִּי עַל יְדֵי שִֹמְחָה זוֹכִין שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּעַצְמוֹ יַעֲזֹר לוֹ לִשְׁמֹר אֶת הַבְּרִית קֹדֶשׁ כַּנַּ"ל:‏

ענטפער: שמחה און עצבות - אן אנאליז כ"ו סיון התש"פ 15:38 #267296

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3
אחכה לו געשריבן on כ"ה סיון התש"פ 22:18:

הכנעה געשריבן on כ"ה סיון התש"פ 15:14:
די עצה פאר דעם איז 'מצווה גדולה ליהיות בשמחה תמיד'. זיך נישט לאזן ווערן בעצבות בשום פנים ואופן. שמחה, שמחה, שמחה. א מענטש דארף זיך עפענען, טומאה קען נאר רוען ווען ס'איז דא עצבות, און טומאה ברענגט עצבות. און עצבות ברענגט טומאה. שמחה! דאס איז די זאך וואס מיר דארפן שטרעבן. אן אינערליכער אויפגעלייגטקייט. זיך פארלאזן אויף השי"ת ברענגט שמחה.






זייער שיין ארויסגעברענגט, דאס וואס מיר לערנען ביי די 12 סטעפס, אז דער עדיקשאן קומט פון דעם וואס דער מענטש וויל עסקעפן פון זאכן וואס גייען אים נישט גוט אין לעבן. דהיינו, אז ווילאנג דער מענטש לעבט מיט זיין סעלפישקייט, און אלעס דארף גיין זיין וועג, ווען ער זיך אנשטויסן אין זייער אסאך פראבלעמען, און דאס וועט אים ענטווענטואל ברענגן צו עסקעפן צו זיין אדיקשאן.

יא, דער עצה איז שמחה, און זיך ארויפווארפן אויפן באשעפער אינגאנצן, וואס דאס איז סטעפ 3 ווי מען געבט זיך אינגאנצן איבער פארן אויבערשטן, און דערנאך גייט מען צו סטעפ 4 ווי מען ארבעט אוועקצונען אלע קערעקטער דיפעקס און זאכן וואס שטערן פון צו זיין נאנט צום אויבערשטן און זיך אינגאנצן ארויפווארפן אויף אים, נאכפאלגענדיג מיט די ווייטערדיגע סטעפס.

הרב הכנעה קומט אריין זייער קלאר, מיט אסאך ידיעות און א גוטן שריפט. אויב מען מעג פרעגן ווי כבוד הרב שטייט אויף דער וועלט? זענען די עצות וואס דו שרייבסט פון אייגענע ערפארונג? האט בלויז דאס געהאלפן איינעם בלייבן ריין? ס'וואלט געווען א גרויס חיזוק צו הערן אביסל קלארער אויב שייך, בעסער ארויסצוהאבן דעם בילד.


פון אייגענעם ערפארונג ווייס איך אז דער מענטש קען זיך געפינען אין א מצב ווען דער יצר איז שטערקער אין אים, און ס'דא ווען מ'האט נישט אזא אינערליכער מלחמה. וועלכע מצב מאכט אז דער יצר זאל זיין שטערקער, און וועלכע מצב מאכט אז דער יצר זאל זיין שוואכער?

יעצט לאמיר דיך זאגן וועגן העלפן אנדערע בלייבן ריין. איך האב יא פרובירט צו העלפן, אבער אין פאקט קען איך נישט זאגן אז איך האב אפילו איינעם געהאלפן. (אפשר איינעם, אבער אויך נישט זיכער) איך קען דיר זאגן וואס איך האב נאכנישט פרובירט. ווייל וואס איך האב יא פרובירט האט נאכנישט געארבעט. איך האב נאכנישט פרובירט צו נעמען אזא איינעם, און אויף עפעס א וועג מאכן אז ער זאל זיך אינערליך פילן ארומגענומען און באליבט. דאס מיינט אויסהיילן זיינע אינערליכע געפילן וואס ער האט אז ער איז נישט באליבט.

איך האב נאכנישט פרובירט צו מאכן אז מ'זאל זיך אריינגעשטעלן אין א גרופע וואס מ'איז זיך אמת'דיג מחזק איינער דעם צווייטן, בעת מ'געט אכטונג אז מ'זאל זיך נישט זאגן איינער דעם צווייטן, אפילו אויף א קוים מערקבארן אויפן, אז מ'געט אויף. אז עס גייט נישט. נאר מ'זאל זיך מחזק זיין נאכאמאל און נאכאמאל ביז דער אייבערשטער העלפט.

איך מיין אז די וועג ארויסצוקריכן דערפון איז נאכאנאנדע ארבעט און חיזוק, אז אפילו אויב מ'פאלט דורך הייבט מען זיך אויף נאכאמאל און נאכאמאל ביז מ'קריכט ארויס. מ'דארף זיך אויסלערנען צו קענען דערליידן פעין. אמאל איז עס אויסהאלטן די פעין פון זיך פילן בארד. אמאל איז עס אויסהאלטן די פעין פון פילן אז מ'האט צו יענעם א תאווה אבער מ'מוז עס איינהאלטן און עס ערלויבן אוועקצוגיין פון זיך. אמאל איז עס פעין פון פילן אז דער יצר ברענט און מ'טאר עס נישט נאכגעבן. אמאל איז עס פעין אז איך בין שוין במילא א דורכפאל און וואס האב איך פון זיך דאס מאל איינהאלטן.

עס איז נישט הצלחה וואס מאכט אז א מענטש זאל מצליח זיין. עס איז דאס מוחל זיין און אויסהאלטן אז מ'איז א דורכפאל און דאך אנגיין וואס מאכט אז דער מענטש זאל מצליח זיין.

אויב עס איז דא עפעס אין קאמאן וואס איך קען זאגן אז דאס איז אויף וואס מ'דארף ארבעטן איז עס אז מ'דארף אויפבויען אין זיך די אויסהאלטונגס קראפט. נישט צו נעמען שריט די רגע מ'וויל. וועסט פרעגן אן אדיקט "וואס למעשה האט דיך געהאלפן ארויסקריכן דערפון", וועט ער דיר פארציילן ווי שווער און ביטער עס איז אים געווען.

יעצט, וואס איז די 'שווער און ביטער' ? עס איז די ביטערע 'עניוועי' געפיל פון "איך בין עניוועי א דורכפאל, עס גייט עניוועי נישט גיין, קיינער האט מיך עניוועי נישט ליב, איך ארבעט אומזיסט, איך בין עניוועי גארנישט ווערד, איך גיי עניוועי פלאקערן אין גיהנם. ס'וועט גיין דאס מאל אבער קומענדיגע מאל וועט עס נישט גיין. עס איז די פעין פון "וואס האב איך פון דעם אז איך גיי מיך יעצט איינהאלטן"

איך ווייס נישט צו ס'פעלט אויס לאנגע שמועסן פון חיזוק, אפילו א פאר שורות חיזוק יעדן טאג איז גענוג אויף אנצוהאלטן די מלחמה ווילאנג מ'קריכט ארויס.

איך מיין אז א מענטש זאל נישט וועלן ארויסקריכן פון דעם מיט די פלאן זיך צו פילן נאכדעם גוט אז מ'איז ריין. נאר מ'זאל וועלן ארויסקריכן פון דעם מיט די הסכמה זיך צו איינגעוואוינען צו דערליידן פעין. נעם פאר א ביישפיהל א מענטש וואס איז צוגעוואוינט צו טאנצן יעדע נאכט ביי א חתונה, עס איז אים ביטער שווער זיך אפצוגעוואוינען דערפון, ער קען עס כמעט נישט אויסהאלטן, אבער אז ער וועט איינגיין אויף דעם תנאי אויסצוהאלטן די פעין, וועט ער צום סוף נישט האבן פעין. אויב עס איז דא מענטשן וואס האבן דיין נאטור, און זיי פאלן נישט דורך און זיי זענען טראץ דעם העפי, מיינט דאס אז עס איז פעין וואס גייט אדורך גיין. נישט אזוי?

כדי אויסצוהאלטן דעם פעין דארף מען חיזוק ווילאנג מ'איז עס דורך.

אוודאי אויב מ'קען עס מאכן לייכטער איז אוודאי בעסער, אויב מ'קען זיך אויסהיילן פון אינערליכע שוועריגקייטן איז אוודאי בעסער, אויב מ'קען ארבעטן אויף שמחה און אזוי ארויסקריכן דערפון איז אוודאי בעסער, אבער לאמיר זיך נישט נארן: ס'איז פעינפול אויפצוהערן דערמיט. און מ'דארף אסאך חיזוק זיך צו איינגעוואוינען צו לעבן מיט פעין.

אבער אלעס וואס איך שרייב איז נאר אויב ס'ארבעט. עס איז נישט איין עצה וואס דארף ארבעטן. אמאל ארבעט דער עצה, און אמאל טאר מען נישט אויספאלגן א געוויסע עצה. מ'דארף נוצן שכל. און דער אייבערשטער זאל העלפן יעדעם און אויך מיך בכלל כל ישראל הצריכים חיזוק ועמידה חזקה נגד היצר
לעצט פארראכטן: כ"ו סיון התש"פ 15:46 דורך הכנעה.

ענטפער: שמחה און עצבות - אן אנאליז כ"ו סיון התש"פ 15:40 #267297

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3
Heiligertzadik געשריבן on כ"ו סיון התש"פ 01:24:

הכנעה געשריבן on כ"ה סיון התש"פ 15:14:
די עצה פאר דעם איז 'מצווה גדולה ליהיות בשמחה תמיד'. זיך נישט לאזן ווערן בעצבות בשום פנים ואופן. שמחה, שמחה, שמחה. א מענטש דארף זיך עפענען, טומאה קען נאר רוען ווען ס'איז דא עצבות, און טומאה ברענגט עצבות. און עצבות ברענגט טומאה. שמחה! דאס איז די זאך וואס מיר דארפן שטרעבן. אן אינערליכער אויפגעלייגטקייט. זיך פארלאזן אויף השי"ת ברענגט שמחה.



איך וויל דיר צוברענגען א לשון פון ליקוטי מוהר"ן תורה קס"ט 
עוֹד מָצָאתִי, שֶׁזֶּהוּ בְּחִינַת וְשָׁמַר ה' לְךָ אֶת הַבְּרִית. כִּי כְּשֶׁתִּזְכֶּה לְשִֹמְחָה אֲזַי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּעַצְמוֹ יִשְׁמֹר לְךָ אֶת הַבְּרִית דְּהַיְנוּ שֶׁיִּהְיֶה בְּעֶזְרְךָ לִשְׁמֹר אֶת הַבְּרִית קֹדֶשׁ, כִּי עִקַּר פְּגַם הַבְּרִית הוּא עַל יְדֵי עַצְבוּת כַּיָּדוּעַ, כִּי פְּגַם הַבְּרִית בָּא עַל יְדֵי הַקְּלִפָּה הַיְדוּעָה שֶׁנִּקְרֵאת לִילִית, עַל שֵׁם, שֶׁמְּיַלֶּלֶת תָּמִיד שֶׁזֶּהוּ בְּחִינַת עַצְבוּת, וְעַל כֵּן עִקַּר שְׁמִירַת הַבְּרִית זוֹכִין עַל יְדֵי שִֹמְחָה, כִּי עַל יְדֵי שִֹמְחָה זוֹכִין שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּעַצְמוֹ יַעֲזֹר לוֹ לִשְׁמֹר אֶת הַבְּרִית קֹדֶשׁ כַּנַּ"ל:‏

wow. ש'כח פאר'ן ברענגן דעם שטיקל. wow

ענטפער: שמחה און עצבות - אן אנאליז כ"ו סיון התש"פ 16:28 #267301

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 629 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1165
  • האט שוין געלייקט: 937 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2177 מאל
  • קאָרמא: 51
הכנעה געשריבן on כ"ו סיון התש"פ 15:38:
פון אייגענעם ערפארונג ווייס איך אז דער מענטש קען זיך געפינען אין א מצב ווען דער יצר איז שטערקער אין אים, און ס'דא ווען מ'האט נישט אזא אינערליכער מלחמה. וועלכע מצב מאכט אז דער יצר זאל זיין שטערקער, און וועלכע מצב מאכט אז דער יצר זאל זיין שוואכער?

לאמיר רעדן למשל פון אן עדיק, וואס מיר ווייסן, אז אן עדיק איינמאל, אן עדיק אלעמאל, מען בלייבט א גאנץ לעבן א עדיק. די סיבה פארוואס אמאל איך עס שטערקער און אמאל שוואכער, קען זיך ווענדן אין פארשידענע ארומיגע סיבות וואס איז אן אריכות פאר זיך. צ.ב.ש. אויב אן עדיק איז געכאפט געווארן רויט-האנטיג, וועט ער זיך אפשר אביסל בעסער קענען קאנטראלירן דער קומענדיגע תקופה. אבער קראנק בלייבט ער, און אויב ער וויל זיך אויסהיילן, דארף ער אדער ארבעטן א פראגראם וואס האט געהאלפן פאר אנדערע עדיק'ס, ווי דער 12 סטעפס פראגראם, אדער עפעס אנדערש וואס האט געהאלפן פאר א עדיק.



יעצט לאמיר דיך זאגן וועגן העלפן אנדערע בלייבן ריין. איך האב יא פרובירט צו העלפן, אבער אין פאקט קען איך נישט זאגן אז איך האב אפילו איינעם געהאלפן. (אפשר איינעם, אבער אויך נישט זיכער) איך קען דיר זאגן וואס איך האב נאכנישט פרובירט. ווייל וואס איך האב יא פרובירט האט נאכנישט געארבעט. איך האב נאכנישט פרובירט צו נעמען אזא איינעם, און אויף עפעס א וועג מאכן אז ער זאל זיך אינערליך פילן ארומגענומען און באליבט. דאס מיינט אויסהיילן זיינע אינערליכע געפילן וואס ער האט אז ער איז נישט באליבט.


איז לכאורה פאר אזא איינעם דער ענטפער די 12 סטעפס, וואס דארט לערנט מען זיך אויס זיך ארויסצואווארפן אויפן באשעפער אינגאנצן, און איבערגעבן די לעבן פאר אים, וואס דורך דעם (און די איבריגע סטעפס) ווערט דער נפש מיט די געפילן אויסגעהיילט, ווי אסאך דא פון אונז קענען מיטטיילן זייער אייגענע ערפארונג.



איך מיין אז די וועג ארויסצוקריכן דערפון איז נאכאנאנדע ארבעט און חיזוק, אז אפילו אויב מ'פאלט דורך הייבט מען זיך אויף נאכאמאל און נאכאמאל ביז מ'קריכט ארויס.


סארי, הרבה עשו כן ולא הועילו.



מ'דארף זיך אויסלערנען צו קענען דערליידן פעין. אמאל איז עס אויסהאלטן די פעין פון זיך פילן בארד. וכו'


דו ווייסט איינער וואס דער טאקניק האט געהאלפן? ווייל איך ווייס פון אסאך וואס ס'האט נישט געהאלפן בלויז דאס צו קענען דערליידן די פעין.



אויב עס איז דא עפעס אין קאמאן וואס איך קען זאגן אז דאס איז אויף וואס מ'דארף ארבעטן איז עס אז מ'דארף אויפבויען אין זיך די אויסהאלטונגס קראפט. נישט צו נעמען שריט די רגע מ'וויל. 


ס'איז הייליג און טייער וואס דו זאגסט, אבער פאר אן עדיק וועט דאס זיכער נישט העלפן, אפשר פאר איינער וואס איז נישט א עדיק יא.



איך ווייס נישט צו ס'פעלט אויס לאנגע שמועסן פון חיזוק, אפילו א פאר שורות חיזוק יעדן טאג איז גענוג אויף אנצוהאלטן די מלחמה ווילאנג מ'קריכט ארויס.


חיזוק איז אלעמאל וויכטיג און גוט, אבער מען דארף טון "למעשה" אויך, פאר וועם ס'העלפט נישט בלויז חיזוק.



און מ'דארף אסאך חיזוק זיך צו איינגעוואוינען צו לעבן מיט פעין.


אויב ס'שייך אביסל אויסצוקלארן, ווייל פארוואס זאל זיין דער ציל צו לעבן מיט פעין? פארוואס זאל נישט זיין דער ציל זיך אויסצוהיילן? צו ארבעטן אויף דער שורש פונעם פראבלעם

אזוי אויך מיין טייערע פריינט, אויב דו קענסט אביסל אויסקלארן איבער דיר, דיין ערפארונג, נאר אויב דו ביסט באקוועם, פשוט צו וויסן אביסל מער איבער זאכן וואס דו האסט שוין "יא" פרובירט, און ס'האט יא געהאלפן.

אגב, איך ווייס נישט צו האסט שוין אמאל אויספרובירט דער 90 טעג טשארד, אבער פאר מיר איז עס געווען געוואלדיג מיר צו העלפן האלטן ריין אינאנהויב, ביזן אנקומען צו ריכטיגע ריקאווערי.

ענטפער: שמחה און עצבות - אן אנאליז כ"ו סיון התש"פ 18:01 #267307

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3
ביסט ווארשיינליך גערעכט. איך נעם אן וואס דו זאגסט אז די צוועלעף סטעפ איז די וועג צו גיין פאר איינער וואס איז אן עדיק, מ'דארף עס אבער טון ריכטיג און גרינטליך.

און דער אייבערשטער זאל העלפן.

ענטפער: שמחה און עצבות - אן אנאליז כ"ו סיון התש"פ 18:13 #267308

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 629 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1165
  • האט שוין געלייקט: 937 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2177 מאל
  • קאָרמא: 51
הכנעה געשריבן on כ"ו סיון התש"פ 18:01:
ביסט ווארשיינליך גערעכט. איך נעם אן וואס דו זאגסט אז די צוועלעף סטעפ איז די וועג צו גיין פאר איינער וואס איז אן עדיק, מ'דארף עס אבער טון ריכטיג און גרינטליך.



אמת, נאר אזוי ארבעט עס, דער גאנצער פראגראם איז געבויעט אויף דער יסוד פון "גרינטליכקייט" און אמת'דיגקייט.

אויב מען ארבעט נישט דער פראגראם אויפריכטיג און גרינטליך, וועט עס נישט ארבעטן.

לעצט פארראכטן: כ"ו סיון התש"פ 18:16 דורך אחכה לו.

ענטפער: שמחה און עצבות - אן אנאליז כ"ו סיון התש"פ 19:52 #267309

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3
דא האב איך ארויסגעברענגט וואס איך קלער פארוואס די צוועלעף סטעפס העלפן. אז ס'העלפט ווייל דער מענטש איז זיך מקשר צו זיין אייגענעם חלק אלוק ממעל, זיין אייגענע אמת'דיגקייט. זיין אייגענעם מאראלישקייט. זיין אריינגעבויטן ריינקייט. זאג מיר דו, איז עס אזוי? ס'מאכט סענס וואס איך ערקלער דארט?
  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 0.87 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא