ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: ווי פארט דער באן ??? 105 באזוכער

ווי פארט דער באן ??? ג' תמוז התש"פ 08:32 #267397

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 713
  • האט שוין געלייקט: 668 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1507 מאל
  • קאָרמא: 54

ראובן איז אויפגעוואקסן אין א דארף ווי ער האט נישט געהאט קיין צו טוהן מיט קיין שטאטישע מענטשן, ער האט נישט קיין אנונג וואס א שטאטישע לעבן מיינט, ער קען נאר זיינע ד' אמות פון דארפישע פויערן, מיט די פעלד ארבעט, איינמאל איז אים אויסגעקומען אז איינע פון די פויערן זענען אריינגעפארן אין שטאט, און ער איז מיטגעפארן, אנקומענדיג זעהט ער א נייע וועלט פאר זיך, הונדערטע מענטשן גייען און קומען, עס דערמאנט אים ווי ער פלעגט שטיין און נאכקוקן די מוריטשקעס וואס לויפן ארום זייערע לעכער, אבער ער איז מחליט ער גייט מיטגיין מיטן שטראם, זעהן ווי אלע מענטשן לויפן דארט.

ער קומט אן צו די באן סטאנציע, עס ווירבלט מיט מענטשן, עס טוט זיך דארט א רעש, איינער רעדט אויפן טעלעפון, איינער שמועסט מיט א צווייטן, איינער קוקט אריין אין א ספר, און איינער קויפט זיך א טרונק, און איינער מאכט זיך דארט א גוטן סענדוויטש, די באן פארט ארויס אין אפאר מינוט, און ער פארט אזוי א גאנצן טאג טויזענטער מענטשן גייען ארויף, און טויזענטער מענטשן גייען אראפ.

שטייט ראובן אין די זייט און ווינדערט זיך, וואס גייט דא פאר ? ווי אהין פארט דער באן אז יעדער איינער וויל פארן מיט איר, זעהט אויס אז די פלאץ צו ווי דער באן פארט איז זייער אינטרעסאנט, אפשר לוינט זיך אז איך זאל מיר אויך מיטכאפן.

ער קויפט א טיקעט און ער זעצט זיך ארויף, און ער פארט מיט, ער זיצט שוין אויפן באן כמעט א גאנצן טאג, און ער זעהט דער באן שטעלט זיך אפ יעדע שטיק צייט און מענטשן גייען ארויף און קומען אראפ, אבער ער קומט נישט אן צו דעם פלאץ וואס זעהט אים אויס אינטרעסאנט, ביז נאך א גאנצן טאג הערט ער אז דאס איז די לעצטע סטאנציע, בלית ברירה גייט ער דארט אראפ, ער ברעכט זיין בושה און ער פרעגט פון איינע פון די מענטשן ווי זענען מיר יעצט אנגעקומען, די אלעס מענטשן וואס זענען דא צו וועלכע פלאץ גייען זיי ?

דער מענטש קוקט אין אן פון אויבן אראפ, און ער פארשטייט גארנישט זיין שאלה, וואס הייסט ווי מען איז אנגעקומען, איך בין אנגעקומען צו די שטאט ווי איך וואוין, און איך גיי יעצט אהיים נאך א שווערע טאג ארבעט, און איך גיי שלאפן זיך אויסרוען, "מארגן קומט דאך נאך א טאג".

ער הייבט נישט אן צו פארשטיין וואס דא גייט פאר, וואס הייסט, יעדער דא גייט פשוט אהיים ?

יענער זעהט אז ער האט דא צו טוהן מיט איינער וואס איז נישט מעלמא הדין, הייבט ער אים אן מסביר צו זיין, פארשטיי, יעדער איינער האט זיך זיין פלאץ ווי ער דארף אנקומען, איינער פארט אינדערפרי צו די ארבעט, און קומט אהיים ביינאכט, דער אנדערער פארט צו א דאקטאר, דער דריטער פארט צו א לויער, דער פערדער פארט איינקויפן, און אזוי ווייטער, יעדער איינער האט זיך זיין רייזע, קיינער קומט נישט אויפן באן אן א פלאן צו ווי ער דארף אנקומען, און לויט דעם שטעלט ער אויס זיין סטאנציע ווי ער גייט אראפגיין, און אויב ווייסט ער נישט ביי וועלכע סטאנציע ער דארף אראפגיין, וועט ער זיך נאכפרעגן.

אבער עס זענען דא מענטשן וואס זענען היימלאזע פארשוינען, זיי האבן נישט קיין שטוב, זיי האבן נישט קיין ארבעט, זיי זיצן סתם אזוי אויפן באן צו שטובן די צייט, און זיי וועלן זיצן אויפן באן א גאנצן טאג, און נישט פארן אין ערגעץ, אבער דאס זענען נידריגע עלעמענטן וואס האבן נישט וואס צו טוהן מיט זייער לעבן, און מען דארף שטיין ווייט פון זיי, ווייל מען קענען ווערן צוגעשלעפט צו זיי, און פארלירן די אייגענע לעבן אויך.

ראובן הייבט אן צו פארשטיין, וואס דא גייט פאר, און ער טראכט, אינטרעסאנט! איך האב נישט געמאכט קיין שום פלאן ווען איך בין אנגעקומען אהער, און אפשר טאקע פארדעם האב איך נישט אנגעקומען אין ערגעץ, ער איז מחליט אז ער גייט פרובירן אויך צו טרעפן עפעס וואס צו טוהן, אפשר וועט ער אפילו קענען טרעפן עפעס א גוטע ארבעט.

ער גייט ארויף אויפן באן, און ער גייט אראפ ביי די ערשטע סטאנציע, ער גייט ארויס פון די סטאנציע, און ער גייט ארויס, הייבט אן צו זוכן ארבעט, ביז ער טרעפט עפעס, אבער נאך אפאר טעג זעהט ער אז די ארבעט איז אים נישט צום הארצן, ער גייט צוריק ארויף אויפן באן און ער פארט צום קומענדיגן סטאנציע, זוכט נאכאמאל ארבעט, אבער צום באדויערן טרעפט ער נישט קיין צופרידנשטעלנדער ארבעט, גייט ער צום דריטן סטאנציע, און אזוי ווייטער ביז ער האט געטראפן א ארבעט וואס איז פאסיג לויט זיין געשמאק וואס ער האט ליב.

טייערע חברים, המבין יבין עומקה של דברים! דער באן וואס פארט ווערט אנגערופן הד"א, יעדער איינער קומט דא ארויף, מיט א ציל, אבער מען דארף מברר זיין ביי וועלכע סטאנציע איך דארף אראפגיין, עס איז דא א האנטבוך וואס ברענגט אראפ אלע סטאנציעס ווי דער באן שטעלט זיך אפ, איינער וואס ווייסט שוין וועלכע סטאנציע איז נישט ריכטיג פאר אים, ער האט דאס שוין אויספרובירט און עס האט זיך נישט אויסגעארבעט פאר אים, איז א שאד צו אוועקלייגן זיין צייט, און ער גייט גלייך ביז זיין ענדגילטיגער סטאנציע, אבער איינער וואס ווייסט נאך נישט פרובירט ביי יעדע סטאנציע צו זעהן אפשר וועט ער זיך טרעפן דארטן א פלאץ צו מסדר זיין.

עס זענען דא מענטשן וואס זענען האפענונג'ס לאזע מענטשן, זיי פילן נישט אז עס איז דא א סטאנציע ווי זיי זענען ביכולת זיך צו מאכן באקוועם דארט, צו ווייל עס איז צו שווער אויסצופירן, אדער ווייל זיי האבן מורא אז איינער וועט געוואויר ווערן. אבער לכבוד דעם וועלן זיי בלייבן זיצן אויפן באן און ארום פארן דארט פאר יארן אן א ציל, און זיי וועלן נישט אנקומען אין ערגעץ.

געדענק געב נישט אויף ווען עפעס ארבעט זיך נישט אויס, גיי ווייטער ביז דו וועסט טרעפן דיין ריכטיגע וועג, איך קען זאגן איך האב געארבעט אויף מיין ריקאווערי פאר יארן לאנג, יעדע מאל ווען איך האב פרובירט א נייע וועג און עס האט זיך נישט אויסגעארבעט, האב איך אראפגעלאזט די לייצעס און אויפגעגעבן, און עס איז אריבער נאך א שטיק צייט ביז איך האב געקענט פרובירן א צווייטע וועג, און אזוי האב איך פארלוירן אסאך גליקליכע יארן, וואס האבן איבערגעלאזט אויף מיר גאר שטארקע סימנים, עס איז ממש א שאד די צייט וואס גייט פארלוירן.

מען דארף אנפרעגן ביים אויבערשטן וואס פירט די באן פונקטליך ווי צו גיין, און זיין גרייט צו פארן אויף די ריכטיגע דיירעקציעס וואס מען האט באקומען, ביז מען וועט טרעפן דעם ריכטיגן וועג.

ענטפער: ווי פארט דער באן ??? ג' תמוז התש"פ 08:46 #267398

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 230 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 156
  • האט שוין געלייקט: 231 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל
  • קאָרמא: 12
Heiligertzadik געשריבן on ג' תמוז התש"פ 08:32:


מען דארף אנפרעגן ביים אויבערשטן וואס פירט די באן פונקטליך ווי צו גיין, און זיין גרייט צו פארן אויף די ריכטיגע דיירעקציעס וואס מען האט באקומען, ביז מען וועט טרעפן דעם ריכטיגן וועג.


דוכט זיך אז דאס איז דער עיקר, זיין גרייט צו פארן פונקטליך וואו אהין דער קאנדאקטער ווייזט אהן.

לאמיר זיך אומקערן אידעלעך צוריק אויפן ריכטיגן וועג לאמיר זיך אומקערן ברודערלעך צוריק אויפן ריכטיגן וועג ווייל א מענטש איז נישט מיין פון פלייש און פון ביין און ער קען מאכן א פעלער, ווער עס האלט קאפ שטעלט זיך באלד אפ און קערט זיך צוריק אום וואס שנעלער (ר' יו"ט ערליך ע"ה)

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 0.38 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא