משה'לע איז א קינד וואס לעבט זיך אין זיין אייגענע וועלט, ער איז א צוריק געצויגענע קינד וואסהאט נישט קיין סאך שייכות מיט אנדערע קינדער, ער קומט און חדר יעדן טאג, ער זיצט זיך אויף זיין פלאץ אין קלאס, און פארברענגט נישט מיט קיינעם, ביי ריסעס שפאצירט ער ארום אין די האלוועי פון חדר, אבער פארטוישט נישט קיין ווארט מיט קיינעם, ביי לאנטש שפצירט ער אינדרויסן אין הויף אבער ער שפילט נישט מיט צוזאמען מיט זיין כיתה, און אזוי גייט אריבער א יאר נאך א יאר.
עס איז אריבער אפאר יאר משה'לע זיצט שוין אין כיתה ז' פלוצלונג הויבט ער אן צונעמען וואג, יעדע פאר וואכן דארף אים זיין מאמע קויפן א גרעסערע סייז העמד, ווייל די אלטע מאכט זיך שוין נישט צו, ער וואקסט גרעסער און ברייטער, די מאמע נעמט אים אין א זייט, און זי רעדט מיט אים מיט שיינעם, משה'לע עס איז נישט געזונט צו זיין איבער וואג, דו מוזט דיר אכטונג געבן וואס דו עסט, וויפיל דו עסט און וויאזוי דו עסט, מען פרובירט אים ארויף צו לייגן אויף א דייעטע, אבער עס העלפט נישט גארנישט, ער זיצט און עסט א גאנצן טאג.
די מאמע ווערט אומרואיג וואס גייט פאר מיט אים, אפשר פארדייט ער שוין נישט אזוי גוט זיין עסן, זי נעמט אים צום דאקטאר, און דער דאקטאר הייבט אן צו פרעגן וואס ער עסט, און עס קומט אויס, אז ער עס פרישטאג - א האלבע פעקל ברויט, 2 אייער, א קען טאנא, א טעלער סיריעל מיט מילך, ביי ריסעס נאשט ער 2-3 סאפער סנעקס, נאר א האלבע בעג פון פאטעטא טשיפס, און א פעקל אסטרייכערס קוקיס, ביי לאנטש עסט ער דריי פארציעס פון וואס די חדר געבט, און נאכדעם בשעת מען שפילט אינדרויסן, וועט ער נאשן נאך אפאר דזשאמבא קוקיס, וואס ער האט געקויפט אויפן וועג אין חדר מיט די געלט וואס ער האט ארויסגענומען פון זיין מאמע'ס פאקעט בוק, און דאס איז אלעס חוץ פון די פעקלעך קוקיס מיט קענדיס וואס ליגן באהאלטן אין זיין דעסק, און אינמיטן לערנען ווען זיין רבי זעהט נישט ריקט מען אריין אויף אלע באקן.
דער דאקטאר הייבט אויף 3 פארווינדערטע אויגן און ער פרעגט, ער האט א פארדייאונגס פראבלעם ? לויט וויפיל ער עסט וועט ער איבערשטייגן עוג מלך הבשן, און ער שטעלט אים אויס א סדר היום מיט א שטרענגע דייאט, וואס נאר דאס זאל ער עסן, פארשטייט זיך אז זיין מאמע האט זיך איבער געגעבן פאר אים, און אים צוגעגרייט איין רעפטל ברויט, א איי, מיט אביסל וועדזשטעבל'ס פאר פרישטאג, און אביסל פיש מיט וועדזשטעבל'ס פאר לאנטש, און א שטיקל פלייש פאר סאפער, און אזוי וועט ער פארלירן וואג.
אבער עס האט זיך נישט אויסגעארבעט, ווייל ער האט אייביג דערווישט נאך עסן, און בין הפרקים צווישן פרישטיג לאנטש אין סאפער, האט ער אריינגעריקט נאך עטליכע סעודות, דער דאקטאר האט געזאגט פאר די באזארגטע מאמע, לויט ווי עס זעהט אויס האט ער א שרעקליכע צוגעצויגנקייט צו עסן און מען מוז זעהן וויאזוי דאס צו סטאפן.
מען האט אים גענומען צו א פראפעשנאל, און יענער האט געכאפט א שמועס מיט משה'לע, און משה'לע האט זיך אויסגעווינט פאר אים אז ער וויל אזוי שטארק נישט עסן, אבער ווען עס קומט אן די תאוה צו עסן, שפירט ער ווי ער מוז עסן יעצט, ער קען זיך נישט איינהאלטן, און ער האט שוין אזויפיל מאל זיך פרובירט צו איינהאלטן, אבער ער האט קיינמאל נישט מצליח געווען.
דער פראפעשענאל קיקט אים גלייך אין די אויגן אריין, און ער פרעגט אים, איז דא איינער וואס ווייסט אז דו עסט אזויפיל, און אויף אזא אום-נאטירליכן אופן ?
משה'לע ענטפערט, ניין!
פראפעשענאל, איז אפשר קלויבסטו דיר אויס א חבר מיט וועמען דו וועסט זיך אויסשמועסן, ווען דו ווילסט גיין עסן, און דו וועסט רעדן מיט אים וועגן דעם, און אזוי וועסטו האבן די שטארקייט צו אויפהערן עסן ?
משה'לע ענטפערט, ניין איך קען דאס נישט טוהן!
פראפעשענאל, פארוואס נישט ?
משה'לע, איך האב אזוי אויך נישט קיין חברים, און אז איך וועל זיי דערציילן וועט עס נאר ווערן ערגער, איך וועל הייסן דער משוגענע אינגל.
דער פראפעשענאל רופט אריין די מאמע און זאגט איר, איך פארשטיי שוין וואס דא גייט פאר, משה'לע האט נישט קיין חברים מיט וועמען ער קען זיך געהעריג אויסשמועסן, וועגן דעם לעבט ער זיך אין זיין וועלט, און ער האט נישט קיין שייכות צו מענטשן, און דאס ברענגט אים אז ווען ער דארף ארויסגעבן זיינע געפילן, געבט ער עס ארויס אויף עסן, ווען ער דארף בארואיגן א ווייטאג, בארואיגט ער זיך דורך עסן, זיין לעבן איינזאם אליין ברענגט אריין אים אים א שרעקליכע צוצואינג צום עסן.
ממילא דארף מען זעהן אז ער זאל ארויסקריכן פון זיין אייגענע וועלט, און אנהייבן צו האבן שייכות מיט אנדערע מענטשן, רעדן מיט זיי, פארברענגען מיט זיי, און זיי אריינברענגען אין זיין וועלט, ממילא וועט ער האבן די כח צו אויפהערן עסן.
לענינינו יעדער איינער פון אונז וואס ליידט אויף די שוועריגקייטן, וויאזוי מען זאל עס נאר אנרופן, קדושה פראבלעמען, פגם הברית, קראנקהייט, אדיקשאן, וכו', שעהמט זיך גאר שטארק מיט דעם, און ממילא לעבט ער פארשפארט אין זיך אליין, ער קען נישט רעדן מיט קיינעם וועגן דעם, און ער פרובירט צו ארבעטן אליין אויף דעם, וואס ער כאפט נישט איז, אז דורך דעם וואס ער רעדט נישט מיט קיינעם וועגן דעם, און ער ציטערט אזוי שטארק אז איינער זאל געוואויר ווערן, האקט ער אונטער זיין וועג צו ווערן געהאלפן אין דעם.
ווייל די איינזאמקייט (אייסעלעישאן) דאס בויעט אויף אדיקשאנ'ס, און ממילא מאכט דאס אז ער זאל נאר ווערן מער און מער אריינגעזינקען אין זיין פראבלעם, ער פיטערט זיין פראבלעם מער און מער, און ער מאכט דאס שטערקער און שטערקער, ווי דער פסוק זאגט אונז "לא טוב היות האדם לבדו" ווען א מענטש איז איינער אליין, און ער שמועסט זיך נישט אדורך מיט אנדערע, איז ער נישט גוט, דאס ברענגט אים נאר צו בויען שטארקער זיין אדיקשאן, און ער וועט נישט קענען זיך ערהוילן פון דעם.
ממילא טייערע ברידער, איינער וואס זעהט אז ער געבט זיך נישט קיין עצה, ער קריכט נישט ארויס פון זיינע פראבלעמען, זאל ער זיך נישט שעהמען, נאר ער זאל ארויסקריכן פון דיין באהעלטעניש, און ער זאל טרעפן אנדערע חברים וואס גייען אויך אדורך די זעלבע פראבלעם, און עס אויסשמועסן מיט זיי, לייג אוועק דיין בושה אין די זייט, און גיי רעד צו א צווייטן, און אזוי וועסטו אנקומען צו דיין פולקומע ריקאווערי.
מען קען נאך שטארק מאריך זיין אין דעם נושא, אבער די כוחות זענען יעצט נישט דא, ובעזהשי"ת עוד חזון למועד