ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע 598 באזוכער

מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע י"ג אלול התשע"ד 09:02 #28223

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 459 מאל
  • קאָרמא: 13
דא האט איר א שמועס וואס איז פארגעקומען נעכטן, צווישן מיר מיט די יצר הרע...
קען זיין אז איך וואלט נישט געדארפט שמועסן מיט איהם נאר אנטלויפן, אבער איין מאל האב איך געמוזט אריין פארן אין איהם אביסל...


יצר הרע:
משכני'לע, שוין לאנג נישט גערעדט מיט דיר, שוין איבער צוויי וואכן! וואס מאכסטו מיין פריינד?

משכני אחריך:
מיין "פריינד"?

יצר הרע:
זיכער, געדענקסטו דען נישט ווי מיר פלעגן פאברענגען צוזאמען? איך האב דיר געשאפט אזויפיל הנאות, דו האסט זיך ממש מחיה געווען, דו פלעגסט קוועלן און שעפן נחת פון יעדע מינוט וואס מיר זענען געווען צוזאמען, נישט אזוי?

משכני אחריך:
נישט פונקטליך. קען זיין ס'האט אזוי אויסגעזעהן פון אינדרויסן, אבער פון אינעווייניג בין איך געווען כחרס הנשבר! אפשר נישט יענע מינוט, אבער אפאר מינוט שפעטער, זיכער!

יצר הרע:
אה, וואס רעדסטו? דו האסט דאך געזיכט דו זאכן! נישט סתם האב איך עקסטער געדרייט אז ווען דו גייסט אנקויפן און גראסרי זאל אהין קומען ...... וואס דו האסט נישט געקענט אראפ נעמען א אויג... אוי ווי דו האסט געפילט גוט דעמאלטס, דיין פנים האט געלאכטן...

משכני אחריך:
אמת, טאקע אזוי, יענע רגע, אבער ביינאכט האב איך געדארפט וויינען וועגן דעם און איך בין געווען אראפגעקלאפט, וואס האט עס געטויגט? וועגן די הנאה פון א רגע?

יצר הרע:
זאג מיר, ווען דו ביסט געגאנגען שווימען, פלעג איך אויך קומען דיר באגלייטן, איך האב דיר געשאפט דארט זאלסט קענען אנפילן דיינע תאוות וואס דו האסט אזוי געגליסט און ליב געהאט... דאס איז גארנישט?

משכני אחריך:
"גארנישט" איז נישט קיין ווארט! בשעת מעשה האט מיר עס אנגערייצט אויף גארנישט, דערנאך האט מיר עס געקאסט מפח-נפש און קאפ ווייטאג. נו איז וואס האסטו געטויגט? ציבראכנקייט בגשמיות און א עבירה ברוחניות. קרח מכאן וקרח מכאן.

יצר הרע:
און ווען איך האב דיר סתם אזוי געברענגט יענע סארט מחשבות, איך האב דאך געזען אויף דיר ווי דו האסט הנאה, ביסט עס נאך געלאפן אזוי ווי א קראנקער מענטשט... נישט סתם האב איך דיר עס געברנגט טאג טעגלעך... נו, אויף דעם דארפסטו מיר זיכער מכיר טובה זיין!

משכני אחריך ענפערט אויפן קול:
וואס??? מכיר טובה זיין? דו ווייסט ווי מיין גאנצע לעבן איז געווען חרוב ונחרב וועגן דיר!! איך האב נישט געהאט געפיל פאר מיין משפחה, פאר מיין ווייב און קינדער, פאר מיינע חברים, געווען א מענטשט פאר מיר אליין, צובראכן און צוקראכן, צושאסן און אראפגעלאזט, אנגעבלאזן און נערוועז, נישט געארבעט און שאדן געהאט אסאך געלט, א שמייכל אינדרויסן אבער א פארווייטאגטע הארץ אינעווייניג, נישט געשפירט א טעם אין שבת און יו"ט, נישט געדאוונט און נישט געלערנט, עובר געווען עבירות אן א שיעור, זיך אפגעריסן פון מיין טאטע אין הימל, זיך דערווייטערט פון אידישקייט - און דו קומסט מיר זאגן אז ס'קומט דיר הכרת הטוב?? ס'איז דאך נישטא נאך איינער אויף די וועלד וואס האט מיר שלעכטץ געטוהן אזוי ווי דיר! טראג דיך אפ פון מיר איין מאל פאר אלעמאל!

יצר הרע:
וואס איז געשען מיט דיר משכני? ביסט געווארן א פרומער? קום לאמיר ארום גיין שפאצירן, נאר אביסל, נאר איין מאל און דאס איז עס...

משכני אחריך:
איך וויל דיר מער נישט קענען, גיי אוועק פון מיר!

יצר הרע:
חי חי חי, גיט נאר א קוק, ער איז געווארן א צדיק'ל.... די שטיק חוטא וואס דו ביסט, דו מיינסט אז דו וועסט קענען תשובה טוהן אמאל? אלע טויערן זענען פארשפארט פאר דיר! דו ביסט מיינע, ס'וועט דיר גורנישט העלפן!

משכני אחריך:
ווייטער דו מיט דיינע נארישע רייד... איך שרעק זיך שוין נישט פאר דיר! איך האב מיך אפגעשיידט פון דיר! איך האב געמאפט צו מחנה שכינה...

יצר הרע:
אפשר דאך, נאר נאך איין מאל, פליז, נאר אויף זיך געזעגענען... מער נישט...

משכני אחריך:
אנטשולדיגט, איך בין גענוג אסאך יארן געווען ביי דיר, איך קען שוין דיינע אלע שטיקעס! איך האב "גורנישט" מיט דיר!

[און איך לויף אוועק - - -]

יצר הרע:
עה, ווי לויפסטו? זאג מיר נאר ווער האט דיר געגעבן די כוחות?

משכני אחריך:
GuardYourEyes...

יצר הרע:
אה, איך האב שוין געהערט פון זיי, איך ציטער פון די "לחש"...

משכני אחריך:
גיי דיר אוועק צום לעצטן מאל!

וילך לו לדרכו - - -
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע י"ג אלול התשע"ד 09:05 #28225

  • ערל שפתים
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 257
  • האט שוין געלייקט: 3 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 2
אייזן גוט
הלואי וואלט עס געווען אמת אז מיט די 'לחש' זאל מען איהם קענען אוועקבלאזן וואו די שווארצע פעפער וואקסט

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע י"ג אלול התשע"ד 09:15 #28228

  • בן למקום
  • איצטיגע שטרעקע: 40 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 394
  • האט שוין געלייקט: 6 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 2
געוואלדיג משכיני
גוט ארויסגעברענגט ווי מ'טעהנ'עט זיך מיטען שונא
דער בוכ"ע זאל העלפען דיר און אלע אידן זיך ארויסצודרייען פון אים אן קיין שאדענס

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע י"ג אלול התשע"ד 12:35 #28253

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
משכני....
די ביזט צוקער זיס

וויאזוי האסטו געוויסט אז ער גייט קומען אז די האסט צוגעגרייט דעם רעקראדער, אפצוכאפן דעם שמועס?

איך האב שוין אסאך מאל געוואלט אפכאפן מיינע טענה'רייען מיט איהם, אבער ער גיבט מיך אזא כאפ, און איך האב נישט קיין צייט זיך געהעריג אויסצוטענה'ן.....

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע י"ג אלול התשע"ד 15:01 #28306

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1546
  • האט שוין געלייקט: 376 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 147 מאל
  • קאָרמא: 7
משכני, איין זאך קען איך דיר זאגן: אונזער קהלה האט שוין לאאאאאאאאנג נישט פארמאגט אז מיטגליד מיט אזא תוכנ'דיגע "זאפטיגע" פענע!
קוים אריינגעקומען און שוין ווארפט ער אריין מעכטיגע סחורה פאר די "חיזוק אימעילס"; זאפטיגע מאמרים און שמועסן וכו' וכו'
חזק ואמץ מיט דיין געוואלדיגע ארבעט!!
פאר סיי וועלכע הילף קענט איר אונז שיקן א PM אדער אן אימעיל צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it און מיר וועלן פרובירן אייך צו העלפן בס"ד

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע י"ג אלול התשע"ד 15:20 #28309

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
איך קען מיך שוין באלד פארשטעקן פון פאר איהם.....

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע י"ג אלול התשע"ד 16:20 #28320

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
  • קאָרמא: 18
עס איז מוראדיג אינטערעסאנט צו זעהן ווי משכינו האט אזוי קלאר אראפגעלערנט דעם בחור
ווען מען דעקט אויף דעם אמת ווערט בטל אלע נסיונות
מי יתן
די ביסט געוואלדיג
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע י"ד אלול התשע"ד 01:26 #28341

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 1
משכני טייערע, פון איין זייט האסטו מיר געמאכט שמייכלען און פון די צווייטע זייט מיר געמאכט זייער ערנסט,
די שמייכל איז פשוט ווי גוט דו האסט אראפגעשריבן דאס וואס שפילט זיך אפ ביי אונז אלע צוגלייך,
פון די צווייטע זייט, [לאמיר נישט פארדעקן דעם אמת] וויפיל מאל אינמיטן אזא טענה'ריי טראכטן מיר,
'אקעי לאמיך נאר געבן א קוק, נישט חלילה טון עפעס, נאר זען אויב דאס איז טאקע דאס און דאס'
און דארט איז אונזער בראך... ווייל דאס איז ביי אונז ווי א מחלה, אזוי ווי איינער וואס איז ערלערדזשיג צו מילכיג, אויב וועט ער זיך ערלויבן שמעקן און ווער רעד נאך פון אנרירן קען ער אנקומען אין שפיטאל... דאס זעלבע איז מיט אונז, אויב מיר ערלויבן זיך 'נאר' צו געבן א קוק, 'נאר' צו געבן א ריק, 'נאר דאס און נאר יענס' נאכדעם צושפילט זיך שוין די עלערדזשי, מיט זענען שוין נישט אין קאנטראל מיר קענען זיך שוין נישט באהערשן אפילו מיר ווילן.
גיי אן ווייטער טייערע חבר, ס'איז גוט פאר דיר און ס'איז גוט פאר אונז דיין שרייבן.

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע י"ד אלול התשע"ד 01:58 #28342

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 459 מאל
  • קאָרמא: 13
א ריזיגן ייש"כ פאר אלע וואס געבן מיר כח און חשק אויף ווייטער

כאטש די צייט וואס איך שרייב עס האב איך נישט הרהורי עבירה... [אויב גאוה הייסט נישט עבירה... ]



אייזן גוט
הלואי וואלט עס געווען אמת אז מיט די 'לחש' זאל מען איהם קענען אוועקבלאזן וואו די שווארצע פעפער וואקסט


די קימעדיגע מאל, פרויביר, אפשר וועט עס גיין...



משכני....
די ביזט צוקער זיס

וויאזוי האסטו געוויסט אז ער גייט קומען אז די האסט צוגעגרייט דעם רעקראדער, אפצוכאפן דעם שמועס?

איך האב שוין אסאך מאל געוואלט אפכאפן מיינע טענה'רייען מיט איהם, אבער ער גיבט מיך אזא כאפ, און איך האב נישט קיין צייט זיך געהעריג אויסצוטענה'ן.....


איך האב עס א גאנצע צייט גרייט... ער איז דאך א גאנצן טאג ביי מיר...

GYE געשריבן on י"ג אלול התשע"ד 15:01:

משכני, איין זאך קען איך דיר זאגן: אונזער קהלה האט שוין לאאאאאאאאנג נישט פארמאגט אז מיטגליד מיט אזא תוכנ'דיגע "זאפטיגע" פענע!
קוים אריינגעקומען און שוין ווארפט ער אריין מעכטיגע סחורה פאר די "חיזוק אימעילס"; זאפטיגע מאמרים און שמועסן וכו' וכו'
חזק ואמץ מיט דיין געוואלדיגע ארבעט!!


וואס איז מיט "המאדים פני חברו ברבים"??...
עכ"פ באמת ש'כח, ס'גוט מיר חיזוק אויף ווייטער



איך קען מיך שוין באלד פארשטעקן פון פאר איהם.....


בשמחה'לע!! נאך איין מאל איך ער אזא זאך פון דיר ווייס איך נישט וואס איך טוה צו דיר!! ולא קרב משכני אל בשמחה



עס איז מוראדיג אינטערעסאנט צו זעהן ווי משכינו האט אזוי קלאר אראפגעלערנט דעם בחור
ווען מען דעקט אויף דעם אמת ווערט בטל אלע נסיונות
מי יתן
די ביסט געוואלדיג


הלוואי וואלט עס אלעמאל אזוי געגאנגען.... "יצרו של אדם מתגבר עליו בכל יום וכו' ואלמלא הקדוש ברוך הוא שעוזר לו אינו יכול לו", מ'דארף יעדן מאל אן עקסטרע סייעתא דשמיא



משכני טייערע, פון איין זייט האסטו מיר געמאכט שמייכלען און פון די צווייטע זייט מיר געמאכט זייער ערנסט,
די שמייכל איז פשוט ווי גוט דו האסט אראפגעשריבן דאס וואס שפילט זיך אפ ביי אונז אלע צוגלייך,
פון די צווייטע זייט, [לאמיר נישט פארדעקן דעם אמת] וויפיל מאל אינמיטן אזא טענה'ריי טראכטן מיר,
'אקעי לאמיך נאר געבן א קוק, נישט חלילה טון עפעס, נאר זען אויב דאס איז טאקע דאס און דאס'
און דארט איז אונזער בראך... ווייל דאס איז ביי אונז ווי א מחלה, אזוי ווי איינער וואס איז ערלערדזשיג צו מילכיג, אויב וועט ער זיך ערלויבן שמעקן און ווער רעד נאך פון אנרירן קען ער אנקומען אין שפיטאל... דאס זעלבע איז מיט אונז, אויב מיר ערלויבן זיך 'נאר' צו געבן א קוק, 'נאר' צו געבן א ריק, 'נאר דאס און נאר יענס' נאכדעם צושפילט זיך שוין די עלערדזשי, מיט זענען שוין נישט אין קאנטראל מיר קענען זיך שוין נישט באהערשן אפילו מיר ווילן.
גיי אן ווייטער טייערע חבר, ס'איז גוט פאר דיר און ס'איז גוט פאר אונז דיין שרייבן.


זיכער זיכער, א פרייליכער איד,

קיינער רעדט זיך נישט אן אז אלעמאל גייט עס אזוי! הלואי, משיח וואלט דאך שוין געקומען
איך האב נאר געוואלט ווייזן אז "אמאל" קען זיך מאכן אויך אזוי...

קלאר אז די בעסטע זאך איז גלייך מדחה זיין דעם יצה"ר אויף א אנדערע צייט, זיכן ווערן פאנומען מיט עפעס אנדערש, נישט אנהייבן בכלל אריינטרעטן אין שוועל פון די מחשבות, ח"ו
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע י"ד אלול התשע"ד 10:57 #28370

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17

א ריזיגן ייש"כ פאר אלע וואס געבן מיר כח און חשק אויף ווייטער

כאטש די צייט וואס איך שרייב עס האב איך נישט הרהורי עבירה... [אויב גאוה הייסט נישט עבירה... ]


ויגבה לבו בדרכי השם

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע ט"ו אלול התשע"ד 08:41 #28556

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
  • קאָרמא: 18
משכינו טייערער
אסאך מאל קען מען האבן דעם גאנצן לאנגן שמועס, אין ראשי תיבות
אין אפאר סעקונדעס קען זיך דער מח אדורך פליקן שוקל זיין הונדערטער שקלא וטריא'ס אין א אויגןבליק
ווי למשל
מכאן  ולהבא  אני  צדיק  גמור  מה  שהיה  כבר  היה
שלום עלי נפשי, מה כבר יכול להיות, אני רוצה רק עוד פעם אחת
כואב  לי  כל  כך  על  העבר,  ואיך  אעשה  עוד  להבא
יש  לך  הרבה  זמן  לעשות  תשובה,    מה    אתה  חושב
ניין ניין ניין ניין נייןניין ניין ניין ניין ניין ניין ניין ניין ניין נייןניין ניין
ווער עס גיבט דער לעצטער פאטש דער געווינט, הא הא הא
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע ט"ו אלול התשע"ד 08:58 #28562

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 459 מאל
  • קאָרמא: 13
איך האב אן "איבעיא" אויף דיין ראשי תיבות...
איך הייס נישט "משכינו"
איך הייס "משכני"
;D
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע ט"ו אלול התשע"ד 09:03 #28565

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
  • קאָרמא: 18
קרי וכתיב
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע ט"ו אלול התשע"ד 10:24 #28589

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
שוין!! מאך עס אזוי

מה לך יצרי כי תמיד תרדפינו
שיום ויום לא הנחת אותי מלעבוד את בוראינו
כואב לי מאד שאתה מכאיב לי לרדוף אחר מחשבות לבינו
נפגעתי הרבה ממך שאתה כופה אותי למלאות תאוותינו
יבא יום שהקב"ה ישחוט אותך ביום גאולתינו ופדות נפשינו

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע ט"ו אלול התשע"ד 10:27 #28591

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
  • קאָרמא: 18
להפליא! ביטע באמערק אז מיינע חרוזים זענען בדרך טענה ותשובה, הלוך וחזור
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין
לעצט פארראכטן: ט"ו אלול התשע"ד 11:12 דורך .

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע ט"ו אלול התשע"ד 11:13 #28598

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
בין איך נאכנישט אזוי געלונגעןן ווי דיר......

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע ט"ו אלול התשע"ד 11:21 #28600

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
  • קאָרמא: 18
בשמחה יש לו מעלות גדולות מאוד
שאם אתחיל לספרם לא אגמור כי רבים הם
מושלם בלי שום חסרונות זה רק שייך לומר על מלאך
חרסים נשברים כאנו בני אדם איך שייך בזה שלימות
העיקר לראות האיך בשמחה מוציא כשרונותיו ממש להפליא
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע ט"ו אלול התשע"ד 11:28 #28605

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
שמייכל שטייגט איבער יעדן איינעם
מיט איין טאג וואס ער איז דא צוריק מיט אונז אינאיינעם
יעדע מינוט א פרישע רעיון מיט די שמייכל זיינעם
יעדע טרעד באקומט בליציגע תשובות, ער לאזט נישט אויס קיינעם
לאמיר זיך לערנען פון איהם, פון זיין נאטור זיין שיינעם

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע ט"ו אלול התשע"ד 17:21 #28676

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 5


יצר הרע:
חי חי חי, גיט נאר א קוק, ער איז געווארן א צדיק'ל.... די שטיק חוטא וואס דו ביסט, דו מיינסט אז דו וועסט קענען תשובה טוהן אמאל? אלע טויערן זענען פארשפארט פאר דיר! דו ביסט מיינע, ס'וועט דיר גורנישט העלפן!

משכני אחריך:
ווייטער דו מיט דיינע נארישע רייד... איך שרעק זיך שוין נישט פאר דיר! איך האב מיך אפגעשיידט פון דיר! איך האב געמאפט צו מחנה שכינה...


עי' בספר הקדוש באר מים חיים פר' טהרה
דברים נחמדים בזה הענין
שטארקע חיזוק
שאם מקבבל לעשות תשובה אף שהוא עדיין מלא בחטאים ואינו מרגיש שום הארה רק מחשבותיו והרגשתיו מלאים בחטא
עכ"ז כבר התחיל להתרפאות
במשל לחולה נוטה למות שהרופא הרגיש שהחולי נתרפה ואף שהחולה עדיין חלש מאוד ובני משפחתו אינם רואים מאומה כי אם חולה כתמול שלשום מ"מ הרופא כבר נח דעתו שהחולה התחיל להתרפאות

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע ט"ו אלול התשע"ד 18:07 #28683

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1546
  • האט שוין געלייקט: 376 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 147 מאל
  • קאָרמא: 7

להפליא! ביטע באמערק אז מיינע חרוזים זענען בדרך טענה ותשובה, הלוך וחזור

איך שפיל מיך אזוי אויסגעשפילט צווישן אזעלכע געלונגען בעלי חרוזים!
פאר סיי וועלכע הילף קענט איר אונז שיקן א PM אדער אן אימעיל צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it און מיר וועלן פרובירן אייך צו העלפן בס"ד

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע ט"ו אלול התשע"ד 18:19 #28693

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
פראביר
אפשר קענסטו אויך.....

מיינסט אז שמייכל האט יא געקענט?
ער האט געזעהן וואס בשמחה טוט.... און ער האט נאכגעטוהן!!!!!
און ס'איז איהם געלונגען!!!



פראביר די אויך.....
וועסט נאך געוואר ווערן!!!!

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע ט"ו אלול התשע"ד 18:22 #28697

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1546
  • האט שוין געלייקט: 376 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 147 מאל
  • קאָרמא: 7
שוין צופיל זאכן וואס צו פרובירן...
פאר סיי וועלכע הילף קענט איר אונז שיקן א PM אדער אן אימעיל צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it און מיר וועלן פרובירן אייך צו העלפן בס"ד

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע ט"ו אלול התשע"ד 18:24 #28701

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
GYE געשריבן on ט"ו אלול התשע"ד 18:22:

שוין צופיל זאכן וואס צו פרובירן...


האב איך דיר געוואלא געבן א "קארמא אפעלאדאציע" פאר'ן פראבירן, און די רשעים די ציונים לאזן נישט......
זיי זאגן אויף עיברית געמישט מיט ענגליש......
אז ס'איז נאכנישט א שעה פון די פאריגע

ימח שמם וזכרם

שוין אראפנעמען די קארמא סמייטע.....  ;D

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע ט"ו אלול התשע"ד 18:25 #28702

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1546
  • האט שוין געלייקט: 376 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 147 מאל
  • קאָרמא: 7
פאר סיי וועלכע הילף קענט איר אונז שיקן א PM אדער אן אימעיל צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it און מיר וועלן פרובירן אייך צו העלפן בס"ד

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע ט"ז אלול התשע"ד 00:22 #28719

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 459 מאל
  • קאָרמא: 13
GYE געשריבן on ט"ו אלול התשע"ד 18:07:


איך שפיל מיך אזוי אויסגעשפילט צווישן אזעלכע געלונגען בעלי חרוזים!


זיי דיך נישט מייאש
בעט פון דיין טאטן אין הימל זאל העלפן.
פרויביר 90 טעג מאכן חרוזים, וועט איר מיט די צייט אויך קענען ;D
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע ט"ז אלול התשע"ד 01:19 #28721

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 1

GYE געשריבן on ט"ו אלול התשע"ד 18:07:


איך שפיל מיך אזוי אויסגעשפילט צווישן אזעלכע געלונגען בעלי חרוזים!


זיי דיך נישט מייאש
בעט פון דיין טאטן אין הימל זאל העלפן.
פרויביר 90 טעג מאכן חרוזים, וועט איר מיט די צייט אויך קענען ;D


;D ;D ;D
גוט גוט משכני טויג גאנץ גוט, דו ברענגסט אריין א גוטע יומער דא..

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע ט"ז אלול התשע"ד 09:52 #28731

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
איך האב מיך פארגענומען 40 טעג צו מאכן חרוזים פאר'ן עלות השחר....
אין איך בין געהאלפן געווארן מיט א .....


שמייכל

און איך האב צוגעזאגט עס צו מפרסם זיין.....

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע ט"ז אלול התשע"ד 10:38 #28757

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 1
אזוי ווי דו האסט דאס מפרסם געווען האט דאס שוין געהאלפן,
איך האב שוין געשמייכלט...

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע ט"ז אלול התשע"ד 10:47 #28761

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
פארדעם האב איך עס געמאלדן

טעמע: מיין נעכטיגע שמועס, ווארט ביי ווארט, מיטן יצר הרע ט"ז אלול התשע"ד 12:07 #28772

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
  • קאָרמא: 18
אויב די וואלסט געזאגט 40 טעג אין א געשריבענע אויף פארמעט
דאן וואלסטו נישט נאר געשמייכעלט נאר געלאכט פון די רעכטע אויער ביז די לינקע
און מיט אזא גרויס מויל אז די סמייטע וואלט ארויסגעפאלען
פראביר עס, עס איז כדאי
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.67 סעקונדעס

Are you sure?

יא