ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: עצות פאר אומגעראכטענע ראיות 7051 באזוכער

טעמע: עצות פאר אומגעראכטענע ראיות י"ג חשון התשע"ג 11:45 #13760

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
מה רבו מעשיך ה'
איז דא צו לאכן?...

טעמע: עצות פאר אומגעראכטענע ראיות י"ג חשון התשע"ג 16:41 #13764

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 1
עס איז זייער א גוטע עצה, איך טו אויך בערך אזוי.

טעמע: עצות פאר אומגעראכטענע ראיות י"ג חשון התשע"ג 16:51 #13767

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
יישר כח! 

טעמע: עצות פאר אומגעראכטענע ראיות ט"ז חשון התשע"ג 12:10 #13818

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
נעכטן מיטאג האב איך געדארפט אראפ וואקן א שיינע נומבער פון גאסן, ס'איז געווען היבש פיל, אסאך מענטשן און א גרויסע פראצענט דערפון נישט-מענער... האב איך מיר דערטראכט צו אן עצה, וואס איז באמת נישט אקטועל נאכ'ן זעהן, אבער ארבעט גאר גוט פאר'ן זעהן, למשל ווען די דארפסט אריבער גיין די גאס, דארפסטו דאך קוקן צו ס'איז גרין אדער רויט, וואס טוט מען?

דער הייליגער באשפער האט מיט זיין חכמה געמאכט אן אפשען אז מען קען מאכן די אויגן בלורי (Blurry) מאכסט די אויגן קאנטשי... זעהסטו נאר בלורי, ממילא ווען די דארפסט קוקן צו ס'קומט א קאר וכדו' מאך בלורי די אויגן, דאס וויכטיגסטע זעהט מען דאס איבריגע נישט!

טעמע: עצות פאר אומגעראכטענע ראיות ט"ז חשון התשע"ג 14:30 #13819

  • עזות דקדושה
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 250
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
  • קאָרמא: 0
אזוי ווי וחללקות האט ארויף געברענגט די טרעיד וועל דא לייגען וואס איך האב געשריבען פאר איינע פון די חשובע חבירים:

מיין מהלך אויף שמירת ענים איז אזוי, פינקט ווי ווען מען טענה'ט זיך מיט א חברותא אדער א חבר פיעלט מען א געשמאק צו יענעם באזיגען אין אויפווייזען אז מען איז גערעכט, אין אויב עס געלונגט האט עס א ספעציעלע געשמאק... בקיצור א געוויסע תאוות הנצחון....

די זעלבע מיט שמירת ענים, פראביר איך אריינצולייגען א געשמאק צו באזיגען דעם יצר ממילא ווערט עס גרינגער

ווי למשל איך גיי אויף די גאס און איך מערק אז א גאס אוועק קומט עפעס א פריצה אדער אמאל איז עס אפי' א היימישע ערליכע פרוי וואס איז צניעות'דיג
אבער ווי עפי"ר זענען זיי שיין אנגעטאן, האב איך א ספעציעלע געשמאק צו גיין אפען גאדער לעבן די קארס אדער אריבערגיין די גאס אזוי אויף אן אופן אז איך זאל איר נישט זעהן אפי' פון א שאטן.. דאס א אזזא געשמאק... פיין פארן יצר ..גיטע פעטש איז עס.. אוי ווערט ער צעקוועטשט...

איך ווייס נישט אויב די האלסט מיט גויאישע פרעזידענט דעבאטעס, ס'איז בעסער אז נישט, אבער עס איז דא כלל אז ווער עס איז דער וואס אטאקירט און דער צווייטער דארף אגאנצע צייט זיך פארענפערן דער איז א געווינער ווייל ער האט זיך געהאלטן ידו על עליונה ... לענינינו מען דארף זעהן אז מיר זאלן זיין דער וואס טיילט פעטש.. מיר זעהן דער קאנטראלער פינעם דיבעט נישט אז דער יצר זאל זיין דער וואס שטייט ידו על עליונה און מיטשעט.. נאר מיר חאפען אים אויס פאראויס.

מיט הצלחה

טעמע: עצות פאר אומגעראכטענע ראיות ט"ז חשון התשע"ג 14:40 #13823

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
פיין געזאגט עזות'ל, א דאנק!

טעמע: עצות פאר אומגעראכטענע ראיות ט"ז חשון התשע"ג 15:03 #13830

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 1
זייער שיין, ס'פאסט אזא שיין ווארט פאר עזות'ל.

ענטפער: טעמע: עצות פאר אומגעראכטענע ראיות י"ב תשרי התשע"ח 20:34 #245992

  • לבטהור
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 394
  • האט שוין געלייקט: 470 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל
  • קאָרמא: 13

דאס איז לעכטיגע עצות פאר אידן וואס מיטשענען זיך מיט ראיות אסירות

ענטפער: עצות פאר אומגעראכטענע ראיות י"ג תשרי התשע"ח 02:29 #245994

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1401 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 882 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 722 מאל
  • קאָרמא: 14
דאס איז דאך טאקע דער ציהל פון דעם אשכול. צו געבן עצות פאר אידן וואס מוטשענען זיך מיט ראיות אסורות. און ווער מוטשעט זיך דען נישט מיט דעם?

אדרבא, ווער נאך האט עפעס צוצולייגן?

ענטפער: בעניין: עצות פאר אומגעראכטענע ראיות י"ג תשרי התשע"ח 13:50 #246000

  • friend
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 323 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל
  • קאָרמא: 10
שטייגהעכער געשריבן on י"ד אלול התשע"א 14:24:
אנהייבן טראכטן פון גאר א אנדערע אינטערסאנטע נושא/ בילד וכדומה. אויך העלפט די קנעפל הויזן עצה, סקען זיין רבי ר' אלימלך האט דאס געמיינט. אפשר.

וואס מיינט די קנעפל הויזן עצה

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: בעניין: עצות פאר אומגעראכטענע ראיות י"ג תשרי התשע"ח 13:53 #246001

  • friend
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 323 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל
  • קאָרמא: 10
שיר השירים געשריבן on כ' אלול התשע"א 15:06:
ווער עס וויל א גוטע קונטרס עצות וכדומה - עס הייסט יצר התאווה וכבישתו- עס איז נישט אוועק צו מאכען עס איז דא דארטן 32 גוטע עצות געדאנקען צוקער זיס- יעדער קען עפעס ארויסנעמען דערפון - די ארויסגעבער איז א באקאנטער מחבר ספרים הרב יעקב ישראל לוגאסי שליט"א

שיקט'ס א אי מעיל צו
This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

אין מיר וועלן עס שיקן פאר אייך  אי"ה

ביטע לייגן א לינק ווי מען קען עס זעהן און אראפנעמען

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: בעניין: עצות פאר אומגעראכטענע ראיות כ"ה תשרי התשע"ח 11:50 #246027

  • friend
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 323 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל
  • קאָרמא: 10
שיר השירים געשריבן on כ' אלול התשע"א 15:06:
ווער עס וויל א גוטע קונטרס עצות וכדומה - עס הייסט יצר התאווה וכבישתו- עס איז נישט אוועק צו מאכען עס איז דא דארטן 32 גוטע עצות געדאנקען צוקער זיס- יעדער קען עפעס ארויסנעמען דערפון - די ארויסגעבער איז א באקאנטער מחבר ספרים הרב יעקב ישראל לוגאסי שליט"א


ווער איז די באקאנטער מחבר ספרים הרב יעקב ישראל לוגאסי שליט"א

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

לעצט פארראכטן: כ"ה תשרי התשע"ח 11:55 דורך friend.

ענטפער: עצות פאר אומגעראכטענע ראיות כ"ה תשרי התשע"ח 16:01 #246030

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1401 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 882 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 722 מאל
  • קאָרמא: 14
איך וויל דא צורירן דעם נושא פאר א מינוט. איינער האט אויבן געשריבן אן עצה פון בעטן פאר יענעם, בענטשן יענעם וגו'. א צווייטער האט געשריבן אז פאר אים ארבעט דאס נישט ווייל עס מאכט יענע זאך לעבעדיג אין זיין קאפ, עס גיט עס א חיות.

איך וויל אויף דעם מגיב זיין.

ווען איך לאסט נאך א צווייטן, א מאן אדער א פרוי, יונג אדער אלט, פאר סיי וועלכע סיבה עס זאל נאר זיין, אבער איך לאסט נאך יענעם, איז וויכטיג צו פארשטיין וואס איך טוה יעצט.

וואס טו איך ווען איך האב סעקס מיט א פראסטיטוט? איך נעם פון יענעם. איך באצאל יענעם אפאר טאללער ער זאל מיך לאזן נוצן זיין\איר גוף, צו נעמען. זיך צו באפרידיגן מיינע תאוות. בשעת ווען דער באשעפער האט באשאפן דעם מציאות פון סעקס, אז א מאן און פרוי זאלן קענען ווערן דאס נענטסטע איינער צום צווייטן וואס נאר מעגליך, ווי די תורה רופט עס אן בלשון ידיעה (והאדם ידע את חוה אשתו), און דאס מיינט נישט צו קענען יענעם'ס גוף נאר צו קענען יענעם'ס נשמה, יענעמ'ס גאנצע אינערליכע לעבן, גייען מיר און מיר טוישן עס איין צו א פשוט'ער גשמיות'דיגער סערוויס. 

איך געב דיר א 2.89 און דו געבסט מיר א באטל מילך, איך געב דיר צען דאללער און דו וואשסט אויף מיין טוילעט, און איך געב דיר ... דאללער און דערפאר לאזטו מיך נוצן דיין קערפער. דער ס"ה איז אבער, אז דאס איז בכלל נישט א אמת'ער אינטימער קאנעקשאן, עס האט זערא צו טון מיט ידיעה, פארקערט איך וויל נישט קיין ידיעה. (איך קען כמעט ווי צוזאגן, אז ווען די זונה זאל זיך נעמען וויינען איבער אירע צרות און וואס זי גייט אלס אריבער, וואלט די גאנצע תאוה פארשוואונדן און מיר וואלטן נישט געוואלט האבן קיין שום קאנעקשן מיט איר.) ס"ה וויל איך יעצט יוזען איר באדי.

א רעיפיסט איז מיט דעם ערגער, אז ער בעט ניטאמאל איר רשות און ער באצאלט אפילו נישט. ער יוזט איר באדי סתם אזוי ווייל ער וויל און ער איז שטערקער פון איר און זי קען אים נישט אפהאלטן.

יעצט לאמיר זיך גוט באקלערן, וואס טו איך ווען איך לאסט נאך א פרוי אין גראסערי?

דער תירוץ איז פשוט, איך בין א רעיפיסט בזעיר אנפין. איך נעם פון איר. ווען איך בין אין מקוה און איך זעה א פערצן יעריגער בחור'ל און איך לאסט נאך אים בין איך א קינדער רויבער, א קידנעפער.

[אדרבא, טראכט א מינוט: איז מיר שוין אמאל בייגעפאלן צו נעמען דעם בחור, זיך אוועקזעצן מיט אים אין קאווע שטיבל, אים קויפן א דעניש און אים אויספרעגן וויאזוי עס גייט אים אין לעבן און אים טרייען צו העלפן מיט זיינע פראבלעמען? און איך רעד נישט יעצט פון איינער וואס טוט דאס כדי צו קענען דערנאך האבן סעקס מיט אים. איך רעד פלעין פון מאכן מיט יענעם א קאנעקשאן אים צו קענען געבן און זיין נאנט מיט יענעם?

דער תירוץ איז א גרויסער ניין! ווייל איך בין נישט אינטערעסירט אין אים, איך וויל פשוט זעטיגן און באפרידיגן מיינע גלוסטענישן, אויף זיין חשבון. דער אינטערעקשאן האט גארנישט מיט דעם בחור און עס האט גארנישט מיט געבן, עס האט בלויז מיט נעמען און בלויז פאר מיר. איך נעם פון יענעם אן רשות, פשוט ווייל איך קען. ווייל יענער איז יעצט אין א מצב אז ער קען זיך נישט פראטעקטן פון מיינע פרעסערישע אויגן און איך קען נעמען. צו עס איז אין מקוה, אין גראסערי, אין פארק אדער ביים רבינ'ס טיש.]

ס"ה איז, אז ווען איך לאסט נאך א אנדערן מענטש, נעם איך דעם באשעפער'ס א קינד און איך טראנספארמיר יענעם פון א בן אדם, א מענטש, צו סעקס אביעקט פון וואס איך קען יעצט נעמען הנאה.

אבער ווען איך הייב אן צו שטעלן יענעם מענטש אין דעם ריכטיגן פערספעקטיוו און איך בעט דעם באשעפער פאר הילף ווייל איך קען נישט אליינס, טוישט זיך אלעס. און איך וועל מסביר זיין.

איך בין אין גראסערי און איך זעה א פרוי (אדער געווענליך מערערע פרויען) און די לאסט צינדט זיך אן אין מיר. הייב איך אן רעדן צום באשעפער: טאטי, דאס זענען דיינע קינדער, זיי זענען נישט געמאכט פאר מיר צו נעמען פון זיי. פליז טאטי, בענטש זיי אלע מיט שלום בית, מיט געלט, געזונט און נחת. זיי זאלן באקומען ליבשאפט פון זייערע ארומיגע; מענער, עלטערן, קינדער, פאמיליע מיטגלידער און אלע אנדערע באקאנטע. זיי זאלן שפירן סיפוק אין זייער לעבן און זיין פרייליך און צופרידן. און אלעס אנדערש וואס איך וואונטש זיך פאר מיר, בעט איך דיר טאטי, געב עס פאר זיי.

וואס האט יעצט פאסירט איז צוויי זאכן. איינס, איך האב ארויסגענומען דעם אביעק פון מיין לאסט, פון דעם בחינה פון א סעקס אביעקט און איך האב עס צוריק אריינגעשטעלט אין דעם דרגא פון מענטש. צווייטנס, איך האב מיך טראנספארמירט פון א נעמער (רויבער, גזלן וגו' וכו') צו א געבער. אנשטאט נעמען פון די פרויען (אדער מענער, בחורים), געב איך זיי. איך געב זיי ברכות און בעסטע וואונטשן. ושלא על מנת לקבל פרס ווייל זיי ווייסן דאך פון גארנישט.

ביי מיר ארבעט דאס כמעט אלעמאל. עס ארבעט נישט אין איין מינוט, אבער ווען איך לאז נישט נאך און איך דאווען און בעט אזוי איין מאל און נאכאמאל, גייט עס אוועק, ווי מיטן רויך. ווי א זייפן בלאז.

איך האב ערשט לעצטנס געהאט אז איך בין געווען אין א מקום וואו עס האט זיך געפונען א יוגנטליכער מיט איינס פון די עלטערן, אויף אן אופן וואס איך האב גוט געקענט לאסטן נאך עס, און איך האב גלייך געשפירט אז איך בין מאכטלאז קעגן דעם. איך האב געוואוסט אז איך גיי זיך נעמען לאסטן נאך דעם. אבער איך האב נישט געוואלט. אבער איך האב זייער גוט געוואוסט אז איך האב נישט יעצט דעם רצון וואס עס פאדערט זיך אויף זיך צוריק צו האלטן.

האב איך אנגעהויבן רעדן צום באשעפער: טאטי, איך בין מאכטלאז קעגן דעם. איך וויל נישט לאסטן אויף דעם, אבער איך האב נישט דעם כח זיך צוריק צו האלטן און איך האב אפילו נישט דעם רצון עס אליינס צו טון. איך בעט דיך טאטי, גיב מיר דעם רצון צו דעם. איך קען נישט אליינס, דאס איז פיל פיל שטערקער פון מיר. איך בין אבער גרייט צו באקומען דעם רצון. פליז גיב מיר רצון.

איך האב אזוי געדאווענט ממש א קורצע צייט. פלוצלינג האב איך באקומען דעם רצון. עס איז געקומען אין פארעם פון א בילד. איך האב געזעהן אין מיין מחשבה א באקאנט בילד ווי א מאמע האלט איר פיצל קינד און א נאצי ימ"ש שטייט מיט א ביקס און כאפט צו דאס קינד פון איר.

דאס האט מיר געגעבן פערספעקטיוו. איך האב פלוצלינג זיך געזעהן ווי דער נאצי (אוודאי פיל איידעלער, אבער אויב איך וויל זיין אמת'דיג מיט מיר, איז דאס וואס איך טו) וואס נעמט צו דעם קינד פון די מאמע. אקעי, איך נעם טאקע נישט צו דאס גאנצע קינד, אבער איך נעם פון דעם קינד. איך רויב פון אים אן זיין רשות.

[כ'מיין, נאך אלעם געהערט דאך דאס קינד צו די עלטערן און צו זיך אליינס. איז ווען למשל איך וואלט דעמאלס געפרעגט פון די ביידע צו זיי קענען באשטיין אז איך זאל יעצט שטיין און באטראכטן דאס קינד פון אלע זייטן און זיך אנזעטיגן מיט לאסט פון דאס קינד, איז דאך זיכער בלי שום ספק אז דער ענטפער וואלט געווען עפעס שטערקער ווי סתם א ניין... נו, איז ווייל איך האב נישט געפרעגט איז עס שוין געווארן אויס רויבעריי?]

דאס האט מיר געגעבן דעם רצון און איך האב מער נישט געקוקט. אנשטאט דעם האב איך אים אנגעהויבן צו בענטשן. יעצט בין איך געווארן א געבער אנשטאט א נעמער. און דאס זיין א געבער, אן קיין שום חשבון פון אמאל צוריק באקומען פון יענעם עפעס, דאס העלפט מיך, דאס מאכט מיך צוביסלעך פאר אן איידעלערער מענטש, איינער וואס לעבט אויך פאר יענעם, נישט נאר פאר זיך. עס מענטשלט מיך אויס צוביסלעך.

בדרך כלל וועל איך ענדיגן אזא תפילה מיט דעם שורה: "איך בעט דיך טאטי, וואס אימער איך פרוביר צו טרעפן אין יענע לאסט, העלף מיר איך זאל עס טרעפן אין דיר".
  • בלאט:
  • 1
  • 2
צייט צו מאכן א בלאט: 0.44 סעקונדעס

Are you sure?

יא